פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2393
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6243

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך פופציגער »

כמיין מברויך פארמעקן דעם אשכול
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1240

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:46 pm כמיין מברויך פארמעקן דעם אשכול
אזוי וועט ער קומען צו לויפן שרייבן נאך א פארזעצונג
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 581
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1064

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך בן תורה »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:46 pm כמיין מברויך פארמעקן דעם אשכול
כמיין אז אויף אידטיש פארעמקט מען ענדערש ניקס ווי אשכולות...

נעע לאז געמאכט
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3658
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9638

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 10:05 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:46 pm כמיין מברויך פארמעקן דעם אשכול
כמיין אז אויף אידטיש פארעמקט מען ענדערש ניקס ווי אשכולות...

נעע לאז געמאכט
גא"מ להצעת הבן תורה שליט"א.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3282
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4641

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך וואוילער »

ווער איז גרייט צו שפינען די מעשה ווייטער?...

וואסא חילוק ווער ס'ענדיגט צו די חלום.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1483

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

שטייפע קוגל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 7:39 am @אלטערנעסייד פארקינג אפשר קומסטו אריין דשאסט מיט א קלארשטעלונג/ אנטשולדיגונג/ הסבר וואס דא איז פארגעגאנגען אדער וואס די פלאן איז געווען. איך מיין אז אזויפיל קומט זיך נאך פאר דיינע ליינער און קאמפלימענטירער אז מען זאל זיי נישט פלעין איגנארירן. איך גלייב אז די עולם וועט דיך פארשטיין.
קומעדיגע קאפיטל וועל איך אי"ה ארויף לייגן אינאיינעם מיט א אין קורצן פון פריער פון די ערשטע ניין קאפיטלען ווען איך דערגרייך דריי טויזנט תגובות אויף אייוועלט. (נאך ארום 110 צו גיין...)
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1483

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

צענטע קאפיטל


היינט נאוועמבער דעם 17'טע צייכענען מיר אפ א קאלעכיגע יאר לויטן גויאיש'ן קאלענדער פון ווען איך האב ארויס געלייגט דעם ערשטן קאפיטל פונעם מעשה. האב איך באשלאסן אז היינט לכבוד דעם ערשטן יארטאג, וועל איך נעמען די פעדער מיינע אין די האנט און אייך ווייטער דערציילן מיינע איבערלעבענישן וואס איך בין אדורך.




איז גיימיר ווייטער, איך האב שוין חרטה געהאט פארן זיך עס אנרופן, אבער יעצט איז עס שוין נישט געווען אין מיינע הענט. דזשעק און סמיט האבן מיר אנגעכאפט פון ביידע זייטן, מיר פארבינדן מיינע אויגן און מיר צוריק ארויסגעפירט פונעם טיר פון וואו מ'האט מיר פריער אריינגעברענגט.

אנשטאט צוריק ארויפגיין די טרעפ האבן זיי אבער אנגעהויבן אראפגיין נאך טרעפ, טיפער אראפ אונטער דער ערד. אזוי האבן זיי מיר אראפגעפירט נאך א שטאק צוויי זיכער.
נאכן גיין פאר צוויי-דריי מינוט האבן זיי זיך אפגעשטעלט, און איינער האט מיך אפגעלאזט און זיך גענומען ארומשפילן מיט די שלעסער פון א שווערע אייזענע טיר, לויט ווי עס האט זיך געהערט פון די שווערע גרודער וואס די שליסלעך האבן געמאכט זיך דרייענדיג אין די לאך. בשעת משעה וואס די אנדערע חברה'מאן האט איבערגענומען זיין קאלעגע'ס אויפגאבע און האלט אראפ מיינע ביידע הענט.

נאכן דרייען די שלעסער אהער און אהין האט א קריצלדיגער גרודער מיך פארטייבט די אויערן, ווען ער האט געשטופט די טיר אז זי זאל זיך ברייט עפענען אריינצונעמען די היינטיגע חשוב'ע גאסט.

ער האט גלייך פארמאכט די טיר אונטער אונז און עס פארשפארט, און דערנאך האבן זיי מיך אראפגענומען די שמאטע פון די אויגן. די שפריכווארט 'ס'איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן' איז מיר קיינמאל נישט געווען אזוי אין פלאץ ווי דעמאלט.

צייכענעס פון בלוט האבן באצירט די ווענט און די ערד ווי מאדערענע ארט, בלוטיגע העק, מעסערס און פארשידענע כלי משחית זענען געהאנגען אויף עטליכע פלעצער אויף די וואנט כאילו ס'איז קאך געשיר, און כל מיני שרעקעדיגע מאדנע אינסטראמענטן פארפלעקט מיט בלוט זענען געווען אויסגעלייגט איבער די צימער.

א שוידער און א קאלטקייט איז מיר אריבערגעלאפן אין די ביינער; דאס איז עס? מ'גייט דא ניצן איינע פון די דאזיגע אינסטראמענטן אז מיין בלוט זאל ווערן א חלק פון די דעקאראציע פונעם צימער?.

בעפאר איך האב אפילו געקענט טראכטן פון אנהייבן צו זאגן ווידוי, האט זיך סמיט געגעבן א רוף אן צו מיר, דזשענטלמען, קענסט דיך אביסל בארואיגן, אונז גייען דיר נישט ענדיגן דיין לעבן דא. אבער מער פון אביסל בארואיג דיך נישט, ווייל מ'האט דיך אראפגעברענגט דא אין דעם צימער פאר א סיבה, טאקע דיך גוט צו דערשרעקן וואס עס וועט געשען אויב דו ארבעטס נישט מיט מיט אונז.

"דו האסט אוודאי געזען די אלע קלאפע-געצייג מיט וואס מיר זענען מסדר מענטשן, טייל שטייטערהייט און טייל שנעלערהייט, און גראדע ווערן א טייל אפילו נישט גע'הרג'עט דא ביי אונז אין קעלער, נאר דא הייבט מען אן די פראצעדור פון גרינגער מאכן די וואג פון די גוף. ווי למשל דיספינגערן א מענטש, אדער דיסנאזן און אזוי ווייטער. אבער אונז וויל מיר אז דו זאלסט איבער צייגן מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי אזעלעכע פראצעדורן גייען צו. איז דזשעק גיב א צינד אן די סקרין."

דזשעק האט באלד אנגעצינדן די סקרין און עס האט זיך אנפלעקט פאר מיינע אויגן שוידערליכע צענעס, בילדער און ווידיאו'ס ווי זיי נעמען מענטשן, און זיי טוען מיט זיי די פראצעדור פון די שווערע שטיוול, שיסן, און נאך עטליכע אכזריות'דיגע מיטלען מיט וואס זיי האבן זיך באניצט ווי אזוי צו ערמארדן מענטשן.

איך האב נישט געקענט זען די קאליר פון מיין געזיכט, אבער איך האב נישט קיין ספק אז ס'איז געווען ווייס ווי די וואנט. און זיכער נאך די קאפ שווינדלערייען וואס האט מיך באנומען ווען די רוצחים האבן געוויזן פאר מיינע אויגן די שוידערליכע מראות.

איך האב באלד אוועקגעקוקט פון די סקרין, מיינע אויגן האבן נישט געקענט פארנעמען צו זען דאס שרעקליכע. סמיט האט עס גלייך באמערקט און ער האט באפוילן פאר דזשעק צו פארלעשן די סקרין.

נאכדעם וואס דזשעק האט פארלאשן די סקרין דרייט זיך סמיט ארום צו מיר און קוקט מיר אריין אין די אויגן מיט א טייוולאנישע בליק, ווען א צינישע שמייכל זיצט אויף זיין געזיכט. און ער רופט זיך אן צו מיר, "מיי יאנג פרענד, איך האב געזען אז דו גלייכסט נישט אונזערע אקטיוויטעטן, אבער ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן. האסט נישט געדארפט זעהן מער פון דעם, ווייל אויב פעלט דיך אויס צו זען מער פון אונזערע אקטיוויטעטן כדי דו זאלסט מיטצוארבעטן מיט אונז, וועסטו עס לכאורה מיטהאלטן לעבעדיג אין די קומעדיגע תקופה..."

זייער טייוולאנישע לאך האט אויפגעציטערט מיין - שוין ביז איצטיגע אויפגעציטערטע - קערפער. נאכן לאכן פאר א האלבע מינוט האט זיך סמיט אנגערופן צו מיר, "יעצט אז דו האסט שוין געזען וואס מיר טוען צו איינער וואס נעמט נישט אן אזא גאלדענע פארשלאג וואס מיר שטעלן פאר, גלייב איך נישט אז דו וועסט נאכאמאל קווענקלען צו דו זאלסט אננעמען אונזער זעלטענע גוטע דיעל.

"יעצט וועלן מיר דיר צוריק ארויפפירן צו די פאריגע צימער, וואו מ'וועט נאכאמאל איבערגיין מיט דיר דיין נייעם פאסטן, און וואס די פאסטן פארלאנגט פון דיר צו טון."
די צוויי חברה האבן מיר אנגעכאפט פון ביידע זייטן און מיך צוריק ארויף געטראגן צו די פריערדיגע צימער, וואו איך האב פאברענגט די פארלאפענע פאר שעה.

אריינקומענדיג האבן זיי מיר אראפגעזעצט אויפן זעלבן בענקל ווי פריער, און די אנדערע צוויי חברה זענען נאך געווען אינעם צימער, ווארטנדיג אז איך זאל צוריקקומען מיט מיינע באגלייטער פון מיין באזוך אין די אינטערשטע צימער.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אזוי ווי פריער, האט דער אויספארשער איינגענומען א שטילקייט און געקלאצט אויף מיר פאר עטליכע מינוט ביז ער איז געקומען צום ווארט. נאך עטליכע מינוט גיבט זיך א רוף אן מיט א נידריגע שמייכל וואס ער פרובירט ניטאמאל צוריקצוהאלטן, און פרעגט ער מיר, "נו, וואס זאגסטו, דו נעמסט אן אונזער פארשלאג? ס'איז א זעלטן גוטע פארשלאג דאס, הא? דו פארשטייסט דאך יא אן עסק..."

קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט און איך האב אים לייכטערהייט צוגעשאקלט מיטן קאפ, ווי צו זאגן יא, איך בין גרייט איינצוגיין אויפן געשעפט.

ווי נאר ער האט געזען אז איך נעם אן די פארשלאג האט ער גלייך געגעבן א שטרעק אויס זיין האנט צו מיר, "וועלקאם מר..., א רגע, איך קען נישט ארייננעמען א נייע מעמבער אין אונזער גענג אן וויסן ווי אזוי ער הייסט, ווי אזוי רופט מען דיר אויפן ערשטן און לעצטן נאמען?"

"דוד ראזנפעלד" האב איך אים געענטפערט (פיקטיוו, די ריכטיגע נאמען איז געהיטן ביי די רעדאקציע).

"דוד ראזנפעלד, א שיינע נאמען. וועלקאם און קאנגראטאלאציע פארן ווערן אנגענומען און אונזער גרופע ס'וועט אונז זיין א עהרע צו ארבעטן צוזאמען מיט דיר."

אקעי דוד, דו לערנסט דאך אין יענע און יענע קעמפ, ווי מיר האבן פריער געשמועסט, איז אזוי ווי מיר האבן אפגערעדט, וועט יעדע וואך דינסטאג פארטאגס 4:30 אנקומען א פעקל ביי די אונטערשטע אריינגאנג פון דיין קעמפ. דו דארפסט זיין דארט 4:35 פונקטליך, נישט פריער און נישט שפעטער. געדענק, אויב קומסטו בטעות אן פריער און דו זעסט דעם מענטש וואס ברענגט עס איז נאך דארט, זאלסטו זיך נישט דערוואגן צוצוגיין ווילאנג ער איז נאך דארט.

"דו זאלסט דעם פעקל גוט באהאלטן ביי דיך, און די קומעדיגע טאג, וואס דאס איז יעדע מיטוואך, וועסטו ערגעץ דורכאויס דעם טאג - נישט פריער פון צען אזייגער צופרי און נישט שפעטער פון זיבן אזייגער נאכמיטאג - דארפן טראגן דעם פעקל צו דעם זעלבן פלאץ וואו דו האסט געכאפט דיין היטש אהער צו אונזער הויפטקווארטיר. דארטן וועסט שוין זען עפעס א זאך וואס וועט האבן עפעס א שייכות מיט דיין היטש, וואס יענע זאך וועט ליגן גלייך ביים אנהייב פון די ביימער אויף די די זייט פון די ראוד ווי דו האסט דאן געהיטשט. דו זאלסט אראפלייגן דעם פעקל ארום פופציג פיס אונטער דעם באהאלטן צווישן די ביימער, און דו זאלסט גלייך פארשווינדן ווערן פון דארט.

"אבער דערוואגן זאלסטו זיך אבערצוזאגן פאר איינעם איבער דיין באזוך דא, אדער דערציילן איינעם איבער דיין נייע הויכראנגיגע פאסטן ביי אונז. אין עטליכע מינוט ארום גייט דא אריין קומען איינער פון אונזערע ספעציאליסטן, וואס גייט ארויפנייען אויף דיר אן אונטערהער-אפאראט און א טרעקער דעווייס. און אויב פילסטו אמאל אז דו ווילסט זייער שטארק דערציילן פאר איינעם וואס דא איז פארגעגאנגען, אדער רעדן איבער דיין אויפגאבע - נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין אפילו דיינע נענסטע חברים און משפחה מיטגלידער - זאלסטו זיך שנעל דערמאנען פון דיין באזוך אינעם אונטערשטן צימער דא. און פון גיין צו די פאליציי זאלסטו אפילו נישט טראכטן, ווייל אויב זאגסטו א ווארט זאלסטו וויסן אז מיר זענען אויפן וועג צו דיר און מיר קומען אן איבעראל. און אפגערעדט אז עס וועט דיך גארנישט העלפן צו גיין צו די פאליציי ווייל מיר האבן נאנטע פארבינדונגען דארט, איז גיב דיך גוט אכטונג! פארשטאנען?!"


א יישר כח פאר מיסטער @שוואכער פארן מיר מגיה זיין דעם ארטיקל!
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 581
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1064

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך בן תורה »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:40 pm
האב איך באשלאסן אז היינט לכבוד דעם ערשטן יארטאג, וועל איך נעמען די פעדער מיינע אין די האנט און אייך ווייטער דערציילן מיינע איבערלעבענישן וואס איך בין אדורך.


"דוד ראזנפעלד" האב איך אים געענטפערט (פיקטיוו, די ריכטיגע נאמען איז געהיטן ביי די רעדאקציע).
דאס האט מיט דיר פאסירט אדער דו ארבעטסט פאר א רעדאקציע?..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3658
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9638

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 2:02 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:40 pm
האב איך באשלאסן אז היינט לכבוד דעם ערשטן יארטאג, וועל איך נעמען די פעדער מיינע אין די האנט און אייך ווייטער דערציילן מיינע איבערלעבענישן וואס איך בין אדורך.


"דוד ראזנפעלד" האב איך אים געענטפערט (פיקטיוו, די ריכטיגע נאמען איז געהיטן ביי די רעדאקציע).
דאס האט מיט דיר פאסירט אדער דו ארבעטסט פאר א רעדאקציע?..
לא הבנת, "פיקטיוו" גייט ארויף אויף די מעשה, די נאמען איז גראדע אמת.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1483

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 2:07 pm
בן תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 2:02 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:40 pm
האב איך באשלאסן אז היינט לכבוד דעם ערשטן יארטאג, וועל איך נעמען די פעדער מיינע אין די האנט און אייך ווייטער דערציילן מיינע איבערלעבענישן וואס איך בין אדורך.


"דוד ראזנפעלד" האב איך אים געענטפערט (פיקטיוו, די ריכטיגע נאמען איז געהיטן ביי די רעדאקציע).
דאס האט מיט דיר פאסירט אדער דו ארבעטסט פאר א רעדאקציע?..
לא הבנת, "פיקטיוו" גייט ארויף אויף די מעשה, די נאמען איז גראדע אמת.
:lol: :lol: :lol:
שרייב פאוסט