הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

כ"ה תשרי

סניגורן של ישראל הרה"ק רבי לוי יצחק ב"ר מאיר זי"ע, (דערבארמדיגער), בעל הקדושת לוי, מבארדיטשוב,

ער איז געבוירן אין שטאט הוסקוב פשמישל, בשנת ת"ק.

צו זיין טאטן הרה"ק רבי מאיר אב"ד הוסאקוב זי"ע,
בן הגה"ק רבי משה מזאמושטש זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שרה סאשע ע"ה.

ער איז געווען א איש אלוקים קדוש ונורא, א צדיק וחסיד, א גאון אמיתי ומובהק, א בקי בתורת הנגלה והנסתר כל רז לא אניס ליה, ער איז געווען א גאון אין ממליץ טוב זיין און כסדר מלמד זכות געווען אויף אידישע קינדער, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל רוח הקדוש און א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות, זיין קדושה און פרישות איז געווען עצומות ונוראות, ער איז געווען א עניו ושפל ברך און האט געדינט דעם באשעפער בהצנא לכת, זיין עבודת התפילה איז געווען מיט א געוואלדיגע מסירת נפש ממש עד כלות הנפש, עס האט אנגעכאפט א ציטער און א געוואלדיגע יראת השם פאר ווער עס איז געשטאנען נעבן דעם צדיק וקדוש בשעת זיין עבודת התפילה, צדיקים האבן מעיד געווען אז דער צדיק האט געהאט אין זיך דעם נשמה פון דעם תנא האלוקי הקדוש רבי עקיבא בן יוסף ע"ה.

דעם טאג וואס די הייליגע נשמה פון דעם צדיק איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער בעש"ט הקדוש זי"ע געהייסן שטעלן לחיים ביי זיך אין ביהמ"ד, און ער האט געזאגט פאר זיינע תלמידים בזה"ל, "היום הזה באה לעולם נשמה גדולה וקדושה, אשר תמליץ טוב ותלמד סנגוריה על כנסת ישראל".

לגבי דעם נאמען "דערבארעמדיגער" האבן צדיקים דערציילט, אז אין די צייט פונעם הייליגען קדושת לוי זי"ע, האט די ממשלה געהייסן פאר יעדן איינעם נעמען א משפחה נאמען, און ווען מען איז געקומען צום צדיק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע פרעגן וועלכע נאמען ער וויל נעמען, איז דער צדיק געווען אין א שטארקע דביקות.

און ווי באוויסט האט דער צדיק כסדר גערעדט אין אידיש און מתפלל געווען צום באשעפער אויף אידישע קינדער, בשעת מעשה האט דער צדיק געזאגט די ווערטער "דערבארעמדיגער טאטע", און ווען דער גוי האט געהערט די ווערטער, האט ער געמיינט אז דער צדיק וויל נעמען דעם נאמען אלס משפחה נאמען, און ער האט דאס פארשריבן אינעם פנקס, און פון דעם איז געקומען זיין משפחה נאמען "דערבארעמדיגער".

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת פערל ע"ה, בת הרה"ק רבי ישראל פרץ מלברטוב זי"ע, נכד הגה"ק רבי יצחק מאיר תאומים פרענקל מזולקווא זי"ע, בן הגה"ק רבי יונה תאומים פרענקל בעל קיקיון דיונה זי"ע.

נאך די חתונה איז ער געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע אין שטאט ריטשעוואהל, דארט איז דער צדיק געזעצן על התורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין דאן געווען באוויסט מיט זיין גרויסע עבודה וואס איז געפראוועט געווארן מיט א מוראדיגע התלהבות דקדושה.

דאן האט אים זיין רבי דער הייליגער רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע גענומען צו זיין רבי דער הייליגער מגיד ממעזריטש זי"ע, און דארט איז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע געווארן א תלמיד מובהק פונעם הייליגען מגיד, דארט האט ער מקבל געווען זיין דרך החסידות וואס ער האט נאכדעם פארשפרייט ווי ער איז געגאנגען.

ביי די 21 יאר בשנת תקכ"א האט מען אים אויף גענומען אלס ממלא מקום פונעם הייליגען מגיד ממזריטש אין שטאט ריטשעוואהל, אבער דארט אין שטאט האט ער זיך גאר אסאך אנגעליטן פון די מתנגדים וואס האבן דעם צדיק גאר שטארק מצער געווען נישט וויסענדיג זיין גדלות בתורה און קדושה.

דאן האט ער זיך אריבער געצויגען קיין קאזניץ און דארט האט ער עוסק געווען בתורה צוזאמען מיט זיין חבר דער הייליגער מגיד מקאזניץ זי"ע.

בשנת תקכ"ה האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט זעליחוב, אבער אויך דארט האט ער נישט מצליח געווען צוליב די מתנגדים, דאן בשנת תקל"א איז ער אריבער צום שטאט פינסק אין ליטא.

די אלע יארן אפילו דינענדיג אלס רב, איז ער כסדר געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון זיין הייליגען רבין דער מגיד ממעזריטש זי"ע, ער האט געהאט א ספעציעלע חביבות ביי זיין רבין וואס האט באמת געוויסט די גדלות פון זיין תלמיד וואס האט די גאנצע צייט כסדר באהאלטן זיין עבודת הקודש, אבער זיין רבי האט גאר גוט פארשטאנען צום תלמיד און דערפאר האט דער מגיד גאר שטארק מכבד געווען דעם הייליגען קדושת לוי זי"ע.

בשנת תקמ"ה האט מען דעם צדיק וקדוש אויף גענומען אלס רב אין שטאט בארדיטשוב, די אידן פון שטאט האבן געוויסט דעם גדלות בתורה און דעם הייליגע עבודה וואס דער צדיק רעכט אפ בקדושה וטהרה, און דערפאר האט מען דעם צדיק אויף גענומען מיט א מוראדיגע הערצה, אבער דער צדיק וקדוש מיט זיין גרויס עניוות האט זיך דאן אנגעריפן בזה"ל, "אוי לו לדור שאני מנהיגו", וויי איז צו דעם דור אז איך בין זייער מנהיג.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

דעם שטאט בארדיטשוב האט דער צדיק געפירט מיט א מוראדיגע שטארקייט און גאר אסאך אויפגעטון וויבאלד די אידן האבן דעם רבין געפאלגט אויף יעדע זאך, אויך האט ער דארט מרביץ תורה געווען פאר גאר אסאך תלמידים גאונים און צדיקים ובתוכם,
הרה"ק רבי ישראל המגיד מקאזניץ זי"ע,
הרה"ק רבי משה מקאזניץ זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם אלחנן בעל ברכת אברהם מפלאנטש זי"ע,
הרה"ק רבי אהרן בעל תולדות אהרן מזיטומיר זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי משה צבי גוטרמן מסאווראן זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם מרדכי מפינטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי יוסף מנעמרוב זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם דב בעל בת עין מאווריטש זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם דוד בעל דעת קדושים מבוטשאטש זי"ע.

זיין גרויסע עבודת התפילה איז גאר שנעל נתפרסם געווארן, און הונדערטער אידן גדולים און צדיקים זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו נאר כדי צו זען זיין גרויסע עבודה וואס איז געווען מיט א התלהבות דקדושה און א דביקות נוראה, עס איז באקאנט אז ער האט ביים דאווענען צוגעקומען צו א מדרגה פון התפשטות הגשמיות ממש עד כדי כך אז ער איז געווען אין א סכנה פון כלות הנפש.

דער צדיק פלעגט ביים דאווענען אויף הייבן זיין ידיו הקדושים צום הימל און ער פלעגט זאגן, ביים דאווענען טוט דער צדיק אויף הייבן זיינע הענט פון גרויס דביקות און התלהבות, און דאס איז ווי די כרובים פורשי כנפים אין בית המקדש.

גדולים און צדיקים בדורו האבן דעם צדיק מוראדיג מעריץ געווען און מכבד געווען צוליב זיין געוואלדיגע קדושה, ווי מען זעט ווי רוב צדיקים בדורו האבן מוראדיג משבח געווען דעם צדיק'ס כח הקדושה און זיין מסירת נפש פארן באשעפער.

הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע האט געזאגט, אז יעדן טאג איז ער קובע א צייט צו דאנקען דעם גרויסן באשעפער, פארן אראפ ברענגען אויף די וועלט אזא הייליגע נשמה ווי דעם הייליגען ר' לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע.

זיין רבי הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע האט מעיד געווען, אז זיין תלמיד דער הייליגער בארדיטשובער צדיק רעדט נישט ארויס א ווארט פון מויל אן קיין כוונה דקדושה, און אפילו זיין שיחת חילון ליגט אין דעם באהאלטן סודות און ייחודים.

הרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע האט מעיד געווען אז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע איז געווען אזוי גרויס, אז ער האט מעלה געווען אפילו דברי פשוטים פון עמי הארץ צום שורש העליון צום בורא יתברך שמו, און ער האט געהאט מוחין קדישין און געטון אלע זיינע מעשים מיט א התקשרות און דביקות צום באשעפער, און ער האט נישט מפסיק געווען פאר א רגע פון זיין דביקות אונעם גרויסן באשעפער.

הרה"ק רבי ישראל מרוז'ין זי"ע האט געזאגט, אז נאר מיטן דערמאנען דעם הייליגען נאמען פון דעם הייליגען בארדיטשובער צדיק זי"ע "לוי יצחק בן שרה סאשא" קען מען מעורר רחמים זיין אויף אידישע קינדער, און דער זון הרה"ק רבי אברהם יעקב מסדיגורא זי"ע האט צו געלייגט, אז נישט דווקא נאר מיטן נאמען פונעם צדיק קען מען מעורר זיין רחמים, נאר אפילו ביים נאר דערמאנען דעם שטאט פונעם צדיק "ברדיטשוב" איז מען מעורר רחמי שמים אויף אידישע קינדער.

הרה"ק בעל צמח צדק מליובאוויטש זי"ע האט מעיד געווען, אז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע מיט זיינע גוטע מליצות אויף כלל ישראל, האט ער באשאפען א היכל מיוחד בעולם העליון וואס רופט זיך "היכל לוי יצחק בן שרה סאשע", און ווען א איד איז ח"ו אין א עת צרה אדער ברויך סיי וואסערע ישועה, און ער זאגט תהילים און דערמאנט דעם נאמען לוי יצחק בן שרה סאשע, עפענט מען אויף דעם היכל און מען ברענגט אראפ א ישועה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט האט מען דעם צדיק געריפן מיטן נאמען "דער סניגורן של ישראל" ווייל דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע האט אייביג מילץ יושר געווען אויף אידישע קינדער, און דורך דעם געברענגט ישועות פאר כלל ישראל, דער צדיק וקדוש האט קיינמאל נישט געקענט זען שלעכטס אויף א אידיש קינד, נישט קיין חילוק ווי שוואך יענער איז געווען האט דער צדיק געטראפן א וועג צו מלמד זכות זיין אויף א אידיש קינד.

איין ערב ראש השנה איז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע געגאנגען צוזאמען מיט זיין משמש צו סליחות, אינמיטן וועג האט זיך אראפ געלאזט א רעגן, איז דער צדיק מיטן משמש אריין געלאפן אונטער א דאך פון א הויז דער נעבן, דער משמש זעט דורך דעם פענסטער ווי אידישע קינדער ליידער ריקים ופוחזים זיצן ארום דעם טיש און עסן און טרינקען, דער שמש האט א קרעכץ געגעבן און זאגט, קוק ווי נידעריג דער דור איז, זיצן דא אידן ערב ראש השנה צופרי און פארברענגען די צייט מיטן עסן און זיך אנטרינקען,
גלייך זאגט דער צדיק פארן משמש, מען טאר נישט רעדן קיין שלעכטס אויף אידישע קינדער, עס איז א חזקה אויף א איד אז ער עסט זיכער נישט אן קיין ברכה, און די אידן עסן און טרינקען טאקע, אבער זיי האבן זיכער געמאכט א ברכה בעפארן עסן און אויך א נאך ברכה, זאל טאקע און דעם זכות קומען א ברכה אויף די אידן,
הערט זיך דער משמש צו ווי די אידן רעדן צווישן זיך, פון א גניבה וואס זיי האבן די נאכט אפגעטון, פרעגט דער משמש פונעם צדיק מיט וואס קען די רבי מלמד זכות זיין אויף די אידן וואס האבן נעבעך גע'גנב'ט, גלייך זאגט דער צדיק מיט זיין גרויס אהבת ישראל, קוק ווי די אידן בעלי תשובה זענען זיך מתוודה איינער פארן אנדערן אויף די עבירות וואס זיי האבן געטון איבערן יאר, כדי זיי זאלן אריין גיין צום יום הדין ריין פון די עבירות.

איינמאל האט מען פארן צדיק דערציילט אויף א איד, וואס איז שוין געווען א בן שבעים שנה וואס איז ליידער געווארן א מומר, האט דער צדיק גלייך געזאגט, רבונו של עולם קוק אויף דיינע קינדער, אפילו א איד וואס איז נעבעך אזוי נידעריג האט דאך א ניצוץ דקדושה, ווייל אפילו דער מומר האט זיך פאר 70 יאר געשלאגן מיטן יצר הרע נישט צו ח"ו לייקענען אינעם באשעפער.

איינמאל איז דער צדיק געגאנגען אויפן גאס, און ער זעט ווי א איד א בעל עגלה שטייט אנגעטון מיט די טלית ותפילין, און ער שמירט די רעדער פון זיין וואגן, דער הייליגער צדיק הייבט אויף זיינע הענט צום באשעפער און זאגט, רבונו של עולם, קוק אויף דיינע קינדער, שטייט דא איינע פון די גאר פשוטע אידן פון כלל ישראל, און אפילו בשעת ער שמירט די רעדער פונעם וואגן, האט ער אויך אן זיין טלית ותפילין און דאווענט א תפילה פאר דיר.

איין תשעה באב איז דער צדיק ארויס אויפן גאס און ער זעט א איד רח"ל ווי ער עסט אים תשעה באב, פרעגט אים דער צדיק, אפשר ווייסטו נישט אז היינט איז תשעה באב, זאגט דער איד איך ווייס יא, זאגט אים דער צדיק אפשר ווייסטו נישט אז מען פאסט היינט, זאגט דער איד מיט חוצפה, אוודאי ווייס איך אז מען פאסט היינט, זאגט דער צדיק מן הסתם ביסטו א חולה וואס טאר נישט פאסטן, זאגט דער איד ווייטער בכלל נישט איך בין געזונט און פריש ברמ"ח אברי,
האט דער צדיק וקדוש דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע אויף געהויבן זיינע הענט צום הימל און זאגט, רבונו של עולם, קוק ווי שטארק די מידת האמת איז ביי דיינע קינדער, דער איד וואס מיט זיינע ווערטער האט ער זיך פאר געשטעלט אלס א רשע וואס עסט אים תשעה באב במזיד, אבער נאר כדי נישט צו זאגן ח"ו קיין ליגענט.

דער הייליגער צדיק האט איבער געלאזט זיין הייליגע ספר קדושת לוי על פורים וחנוכה, אויך איז באקאנט די תפילה פון מוצאי שבת קודש "גאט פון אברהם" וואס איז מקובל אז דער הייליגער צדיק האט געזאגט אז די תפילה איז מסוגל אז מען זאל האבן הצלחה דעם גאנצן וואך, אויך איז באקאנט דעם ניגון "רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט" וואס איז מקובל אז דאס האט מחבר געווען דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
הרה"ק רבי מאיר בעל כתר תורה זי"ע, חתן הגה"ק רבי אליעזר ראש ישיבה בפינסק זי"ע,
הרה"ק רבי אליעזר זי"ע, חתן הרה"ק רבי דובער שניאורי דער מיטעלער רב מליובאוויטש זי"ע,
הרה"ק רבי דב בער זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל אב"ד פיקוב בעל תולדות יצחק בן לוי זי"ע, ממלא מקום אביו בבארדיטשוב,
בתו הצדקת מרת לובה תרצה ע"ה, אשת הגה"ק רבי יוסף בונם וואלעס זי"ע,
בתו הצדקת מרת גיטל ע"ה, אשת הגה"ק רבי אליעזר ליפא היילפרין זי"ע, בן הרה"ק רבי יוסף מסטפין זי"ע,
בתו הצדקת מרת גולדה ע"ה, אשת הרה"ק רבי נתן מקאזניץ זי"ע.

נסתלק לגנזי מרומים כ"ה תשרי בשנת תק"ע, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט בארדיטשוב, דעם מקום קדוש איז א מקום ווי אידן ווערן געהאלפן מיט גרויסע ישועות און מען זעט קלאר וואס די גמרא זאגט "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן".

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

ביים שווער פונעם הייליגען קדושת לוי זי"ע זענען אמאל געקומען אסאך געסט און עס איז נישט געווען גענוג בעטן, איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע אליין ארויס אין מארק קויפן בינטלעך שטרוי אז די געסט זאלן האבן ווי צו שלאפן, פון גרויס ליבשאפט צו די מצוה פון הכנסת אורחים האט זיך דער צדיק אליין געשלעפט מיט די בינטלעך שטרוי אויף די אקסלען,
ווען זיין שווער האט דאס געזען האט ער געזאגט פארן איידעם, אז עס פאסט דאך נישט פאר א תלמיד חכם זיך צו שלעפן אויפן גאס מיט די שטרוי, פארוואס האסטו נישט גענומען א גוי פאר אפאר גראשן אז ער זאל דאס שלעפן, האט דער הייליגער צדיק געזאגט מיט א ברען פארן שווער, היתכן מכבד זיין א גוי מיט אזא גרויסע מצוה אז ער זאל נאך האבן א חלק אין די מצוה און נאך אים באצאלן אויך, עס איז מיר א כבוד דאס אליינס צו טון.

דער הייליגער צדיק דער באדיטשובער רבי זי"ע וואס איז געווען דער גרויסער סניגורן של ישראל האט אמאל געזאגט, רבונו של עולם אין דיין הייליגע תורה שטייט דאך אומצאליגע מאל כָּל אַלְמָנָה וְיָתוֹם לֹא תְעַנּוּן אז מען טאר נישט ח"ו מצער זיין א יתום, דיינע אידישע קינדער זענען דאך אויך יתומים ווי דער פסוק זאגט יְתוֹמִים הָיִינוּ וְאֵין אָב, פארוואס האסטו נישט רחמנות אויף דיינע אידישע קינדער און די נעמסט זיי נישט ארויס פון דעם ביטערן גלות.

דער הייליגער קדושת לוי זי"ע פלעגט סוכות ביינאכט אריין נעמען גאר פראסטע אידן אלס געסט צו זיך אין די סוכה, ווען מען האט דעם צדיק געפרעגט פארוואס ער ברענגט אריין אזאנע פראסטע מענטשן צו זיך אין די סוכה, האט דער צדיק געזאגט מיט זיין גרויס עניוות, ווען משיח וועט קומען און מען וועט אריין זעצן די אלע צדיקים אין די סוכה עורו של לויתן, וועל איך זיך אויך שטיפן אריין צו גיין דארט, וועט מען מיר זאגן, וואס זיכט דא אזא פראסטע מענטש ווי דיר, וועל איך קענען ענטפערן, אין מיין סוכה האב איך אויך אריין גענומען פראסטע מענטשן.

איין יאר ערב פסח נאכן זמן שריפת חמץ האט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע געבעטן א איד, אז ער זאל אים פארשאפן א שאכטל טאביק וואס די רעגירונג לאזט נישט האבן, עס גייט נישט דורך אפאר מינוט און דער איד איז ביים רבין מיטן שאכטל טאביק, דאן בעט דער צדיק פון דעם איד ברענג מיר אביסל חמץ, זאגט דער איד פארן רבין, ווי זאל איך יעצט טרעפן חמץ עס איז דאך ערב פסח און אין קיין איין שטוב פון א איד וועל איך נישט טרעפן קיין חמץ,
האט דער הייליגער בארדיטשובער צדיק דער סנגורן של ישראל זי"ע אויף געהויבן זיינע הייליגע הענט צום הימל און געזאגט, רבונו של עולם מי כעמך ישראל, די רעגירונג האט געשטעלט שומרים און פאליציי, אבער דאס האט נישט צוריק געהאלטן דעם איד פון אריינשמאגלען די טאביק, אבער דו האסט געשריבן אין דיין הייליגע תורה לֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ, און אפילו אן קיין שומרים קען מען נישט טרעפן קיין שטיקל חמץ ביי דיינע הייליגע אידישע קינדער.

עס האט דערציילט הגה"צ רבי זאב צציק זי"ע, אז אמאל זענען געקומען צוויי בחורים קיין ראדין, זיי האבן זיך געבעטן אז זיי ווילן ווערן אן גענומען אלס תלמידים אין די ישיבה פונעם "חפץ חיים", אבער די הנהלה האט נישט געהאט קיין פלאץ אריין צו נעמען די צוויי בחורים, די צוויי בחורים זענען אבער אריין זיך געזעגענען, און נעמען א ברכה פונעם חפץ חיים,
אזוי רעדנדיג מיט זיי, האט זיך דער חפץ חיים דערוואוסט אז זיי זענען אייניקלעך פונעם הייליגן בארדיטשובער רב דער קדושת לוי זי"ע, האט דער חפץ חיים געלאזט רופן די הנהלה, און ער האט זיי געבעטן, אז זיי זאלן זיך אנשטרענגען מיט אלע כוחות אריינצונעמען די צוויי בחורים, ווען עס איז פאר יעדן געווען א וואונדער פארוואס דער חפץ חיים איז זיך אזוי שטארק משתדל פאר די דאזיגע בחורים, האט ער געענטפערט, היות עס דערנעטערט זיך די הייליגע פארכטיגע טעג פון די ימים נוראים, וויל איך אז ראש השנה זאלן דאווענען מיט אונז צוויי אייניקלעך פון דעם "סניגורן של ישראל".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

מען האט איינמאל דערציילט פארן הייליגער קדושת לוי זי"ע אז אין דארף איז דא א פריץ א גרויסער עושר וואס פאר שוואויל טאג באדט ער זיך אין וויין, און זומער ווען ער וויל גיין שלעדן הייסט ער אויס שפרייטן צוקער כמו שניי, האט דער הייליגער צדיק געפרעגט פון די אידן, דער פריץ האט שוין אמאל געצינדן חנוכה ליכט, האבן די אידן געזאגט ער איז דאך א גוי זיכער האט ער קיינמאל נישט געצינדן קיין חנוכה ליכט, אויב אזוי זאגט דער צדיק ווייסט ער בכלל נישט קיין טעם אין לעבן.

דער הייליגער קדושת לוי זי"ע האט כסדר געזאגט די ווערטער, רבונו של עולם די האסט ביים שידוך מיט כלל ישראל געזיכט א יחוס שידוך, מיר האבן דיר דאס געגעבן ווייל מיר זענען בני אברהם יצחק ויעקב די הייליגע אבות הקדושים, אונז האבן געזיכט א געלט שידוך ווי דער פסוק זאגט "לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָּהָב" דארפסטו משפיע זיין פאר אידישע קינדער בני חיי' ומזוני בהרחבה גדולה.

איינמאל איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געווען אין שטאט פרעשבורג ביים גרויסן גאון הגה"ק רבי מאיר ב"ר שאול הנקרא ר' מאיר בריבי זי"ע, און פארן גרויסן גאון איז שווער געווען א תוספות, ווען דער קדושת לוי איז אריין געקומען האט דער גאון געפרעגט אויב ער קען עפעס לערנען, האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט אויב וואלט איך געהאט אביסל יושב הדעת וואלט איך געקענט לערנען, האט דער גאון רבי מאיר געהייסן אז מען זאל ברענגען עפעס מזונות, אבער דער קדושת לוי האט נישט געוואלט טועם זיין נאר אויב רבי מאיר עסט אויך מיט, האט דער גאון אויך טועם געווען,
נאכדעם פרעגט דער גאון נאכאמאל דעם קדושת לוי אויב ער קען לערנען, האט דער קדושת לוי געבעטן אז ער זאל זאגן וואס עס איז אים שווער אין ער וועט פראבירן צו העלפן, האט אים דער גאון געזאגט דעם תוספות וואס איז אים שווער, האט דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געזאגט דעם קאפיטל כ"ד לדוד מזמור מיט זיין געוואלדיגע עבודה מיט דביקות און השתפכות הנפש,
דאן האט אים דער קדושת לוי געזאגט דעם פשט אין דעם תוספות, דער גאון איז ארויס פון התפעלות פון דעם גאונות פון דעם קדושת לוי, אבער ער האט אים געפרעגט פארוואס ער האט קודם געזאגט דעם קאפיטל כ"ד, האט דער הייליגער צדיק געזאגט, אין דעם קאפיטל איז מרומז די נאמען פון די בעלי התוספות, און דורך דעם איז דער בעלי תוספות אראפ געקומען און מיר מגלה געווען דעם פשט אין דעם תוספות.

דער הייליגער קדושת לוי זי"ע האט מוצאי יום הקדוש געזאגט אז ער ברויך תשובה טון אויף זיינע עבירות, ווען מען האט אים געפרעגט וואסערע עבירה האט שוין די רבי געקענט טון אין אזא גרויסע טאג ווי יום הקדוש, האט דער הייליגער צדיק געזאגט, ביי די עבודה פון דעם כהן גדול האב איך געזאגט די ווערטער "חָטְאוּ. עָווּ. פָּשְׁעוּ לְפָנֶיךָ עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל", און געזאגט, רבונו של עולם די האסט דאך אזא הייליג פאלק ווי די אידישע קינדער און איך זאג אזאנע ווערטער אויף זיי, און דאס איז וואס ער האט געזאגט אז ער ברויך תשובה טון.

דער הייליגער קדושת לוי זי"ע האט יעדעס יאר דעם הייליגען נאכט פון יום הקדוש ביי כל נדרי ווען מען איז געגאנגען ארויס נעמען די ספרי תורות געזאגט, תורה הקדושה ווען דער רבוש"ע איז ארום געגאנגען צו אלע פעלקער פרעגן אויב זיי ווילן נעמען די תורה, האבן די אלע פעלקער דיך פארשעמט און אוועק געווארפן, נאר די אידישע קינדער האבן דיך מקבל געווען, יעצט איז צייט די זאלסט גיין אין הימל און זיך אנגעמען פאר די אידישע קינדער און מלמד זכות זיין אז זיי זאלן האבן א גוט געבענטשט יאר.

דער הייליגער קדושת לוי זי"ע איז איין ערב יום הקדוש צו געגאנגען צו א גוי און געגעבן א פלאש ברוינפען, דער גוי האט דעם גאנצן פלעשל אויס געטרינקען און ווען דער עולם איז געקומען אין שוהל איז דער גוי געלעגן שיכור ביים טיר פונעם ביהמ"ד, האט זיך דער גרויסער צדיק אנגעריפן, רבונו של עולם קוק אן דעם גוי איך האב אים געגעבן א פלאש ברוינפען און ער איז שיכור ווי לוט, אבער דיינע הייליגע קינדער האסטו געגעבן א מצוות היום פון ערב יום הקדוש צו עסן און טרינקען, טרעף מיר איין איד וואס האט זיך אנגעטרינקען און שיכור געווארן, די האסט דאך א הייליג פאלק שיק זיי א זיס יאר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער קדשות לוי מברדיטשוב זי"ע האט דערציילט די דריי משלים,
א), א מלך האט אמאל פארשיקט זיין איינציג קינד צו א ווייטע מדינה, צוליב וואס ער האט זיך פארזינדיגט פאר זיין טאטן, ער איז אנגעקומען אין א דארף, און דארט האט ער פארברענגט זיינע יאהרן, ער האט אינגאנצן פארגעסן פון זיינע גוטע צייטן און אז ער איז א בן מלך, ער איז געווארן א פויער ווי אלע דארפסלייט, אויך זיינע טבעיות זענען געווארן פארגרעבט, און אפילו די שפראך פון זיין פאטער די קעניג, האט ער שוין אינגאנצן פארגעסן,
עס האט זיך אמאהל געמאכט, אז דער פויער האט געהערט אז דער קעניג קומט אויף א באזוך צו די מדינה ווי ער האט פארבראכט, האט ער זיך דערמאנט פון זיין אפשטאם, אז ער איז דאך דער נאנסטער צום קעניג זיין איין איינציג זון, און זיך געכאפט אז ער וואלט זיך געדארפט צוריק קערן, ער איז געקומען צום פאלאץ ווי דער קעניג האט פארוויילט, און נישט געדענקענדיג די שפראך, האט ער זיך גענומען שרייען מיט א הויכע קול, ווי נאר דער קעניג האט דער הערט דעם קול פון זיין איינציג קינד, האט ער שטארק רחמנות באקומען אויף איהם און האט איהם צוריק גענומען צו זיך,
האט דער הייליגער צדיק אויס געפירט דעם נמשל, דאס איז דער ענין פון די תקיעות וואס מיר בלאזן, כדי דער אייבערשטער זאל רחמנות באקומען אויף אונז, אז מיר זענען אזוי דערווייטערט פון איהם, אז מיר קענען נישט אפילו זיין שפראך, מיר קענען נאר שרייען צו איהם מיט'ן קול שופר.

ב), עס איז געווען א מלך וואס איז געפארן צו א גרויסע וואלד צו פאנגען חיות און עופות ווי זיין שטייגער, אבער גייענדיג אין וואלד טיפער און טיפער האט ער פאלוירן דעם גלייכן וועג, און נישט געפונען דעם וועג ארויס, ענדליך האט ער געטראפן עטליכע פויערן און האט זיי געפרעגט ווי דער וועג צוריק איז, אבער זיי וועלכע האבן אפילו נישט געקענט דעם קעניג, האבן נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, ביז דער קעניג האט געטראפן א קלוגער מאן וואס ווען דער קעניג האט אים געפרעגט ווי דער וועג איז, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער קעניג האט ער מיט גרויס כבוד גלייך געוויזן פאר'ן קעניג דער וועג, און האט איהם באגלייט ביז צום קעניגליכן פאלאץ.

דער חכם האט געפונען ליבשאפט ביים קעניג, און דער קעניג האט איהם געהויבן העכער איבער אלע שרים, און אים אנגעטוען טייערע קליידער, און זיינע אלטע דארפישער קליידער האט דער קעניג געהייסן אוועק לייגן אין זיינע אוצרות, נאך א לאנגע צייט האט דער מענטש פארזינדיגט פאר'ן קעניג, דער קעניג האט אויף אים זייער געצערנט, און באפוילן זיינע שרים אז מען זאל איהם משפט'ן זייער הארב, דער מענטש איז געווארן זייער דערשראקן, וויסנדיג אז זיין שטראף וועט זיין זייער גרויס,
איז ער געקומען צום קעניג און געפאלן צו זיינע פיס און זיך געבעטן, אז איידער מען פירט אויס דעם משפט זאל מען אים נאכגעבן איין פארלאנג, מ'זאל איהם אנטוהן זיינע אלטע קליידער מיט וועלכע ער האט ארויסגעפירט דעם קעניג פון וואלד, דער מלך האט איהם דאס נאכגעגעבן, אזוי ווי ער האט צוריק אנגעטוען זיינע אלטע קליידער, און דער קעניג האט אים דערזעהן, האט ער זיך דערמאנט אין דעם גרויסע חסד וואס דער מענטש האט מיט אים געטוהן, איז ער געווארן אנגעפילט מיט רחמנות אויף איהם, און אים מוחל געווען, און אים צוריק געשטעלט צו זיין גרויסקייט,
דער נמשל איז אויף אונז יודישע קינדער, ווען דער אייבערשטער איז ארום געגאנגען בשעת מתן תורה, צו אלע פעלקער, און קיינער האט נישט געוואלט מקבל זיין די תורה, נאר אונז יודישע קינדער האבן דאס מקבל געווען מיט שמחה, מיט א גרויס פארגעניגן אז מיר האבן געענטפערט "נעשה" פאר "נשמע", און מקבל געווען עול מלכות שמים, און ממליך געווען דעם אייבערשטן אויף אונז,
יעצט האבן מיר זיך פארזינדיגט און מורד געווען אין דעם אייבערשטן, וועגן דעם ווען עס קומט דער יום הדין, וואס יעדע מענטש ווערט גע'משפט און יעדן איז מען דן לויט זיינע מעשים, בלאזן מיר מיט דעם שופר ארויס צו נעמען דעם קלייד וואס מיט דעם האבן מיר מקבל געווען דער הייליגע תורה, ווי עס שטייט אין פסוק "ויהי קול השופר הולך וחזק מאד", וועט אונז דער אייבערשטער דורך דעם געדענקען דעם זכות, און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, און פטר'ן ביים משפט, און אונז פארשרייבן לאלתר לחיים טובים ארוכים ולשלום, אמן כן יהי רצון.

ג), א קנעכט האט אמאהל געזינדיגט אנטקעגן זיין קעניג, ער האט זיך געבעטן ביים קעניג אז ער זאל איהם מוחל זיין, האט דער קעניג געזאגט אז דו זאלסט דיך אליין משפט'ן, און ווי אזוי די פארשטייסט אז דיין משפט זאל ארויסקומען אזוי זאל זיין,
דער קנעכט, ווען ער האט דאס געהערט, איז אים געווארן זייער ביטער, און האט אנגעהויבן צו וויינען צום קעניג, אז ער זאל נישט אזוי טוהן, ווייל דעמאלט ווייסט ער גאנץ זיכער אז ער וועט זיין שולדיג לויט דעם דין, ווייל ער אליין קען נישט פסק'ענען לפנים משורת הדין, האט ער דערפאר געבעטן דעם קעניג, אז דער קעניג זאל אים משפט'ן, ווייל דער קעניג איז א באגנעדיגער און האט רחמנות אויף יעדן, און קען טוהן וואס ער וויל, און האט די מעגלעכקייט מוחל צו זיין,
דער נמשל איז, מיר בעטן דעם אייבערשטן, "אל תבוא במשפט עמנו", דער אייבערשטער זאל אונז נישט מאכן פאר די ריכטערס, אז מיר אליין זאלן זיך אפ'פסק'ענען ווייל "כי לא יצדק לפניך כל חי", מיר ווייסן אז לויט דעם דין זענען מיר שולדיג, און מיר קענען נישט פסק'ענען "לפנים משורת הדין", נאר מיר בעטן דיר רבונו של עולם, אז דו זאלסט אונז משפט'ן ווייל די ביסט א באגנעדיגער וואס פארמערט מוחל צו זיין, און דו קענסט טוהן מיט אונז א גענאדע און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, מיט דיין גרויס רחמנות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע איז געווען צוזאמען מיט הרה"ק רבי שלום שכנא מפראביטש זי"ע אלס חתן אין שטאט בארדיטשוב בצלו פון הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע, דארט האט מען דעם חתן רבי שלום שכנא גאר שטארק מכבד געווען, און דער הייליגער קדושת לוי האט געהייסן צו גרייטן א שיינע סעודה לכבוד די חשובע געסט,
אויפן וועג ארויס האט דער הייליגער קדושת לוי פרעזענליך ארויס באגלייט דעם חתן מיט גרויס כבוד און כלי זמר און געטאנצן לכבוד דעם גרויסן גאסט, און ווען די רעבעצין האט געפרעגט פון איר הייליגע מאן, פארוואס ער האט אזוי מכבד געווען און ארויס באגלייט דעם חתן, איז דען נישט גענוג געווען די גרויסע סעודה וואס מען האט אפ געראכטן לכבוד דעם חתן, האט דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געזאגט בזה"ל, "ווי אזוי זאל איך נישט טאנצן, ווען איך זעה אליהו הנביא ז"ל באגלייט דעם חתן און טאנצט מיט כלי זמר",
דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע פלעגט יעדעס יאר יום הקדוש בעפאר כל נדרי דערציילן די מעשה, וואס איז פאר געקומען ביים הייליגען צדיק סניגורן של ישראל הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע.

איין יאר דער גאנצער עולם איז שוין אין שוהל און ווארט אז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע זאל אנהייבן כל נדרי, אבער דער צדיק פארזוימט זיך אין הייבט נישט אן כל נדרי, קיינער האט נישט געוויסט וואס עס גייט פאר, גאר שפעט האט זיך דער הייליגער בארדיטשובער געשטעלט כל נדרי, עס איז געווען א גרויסע פלא פאר די אידן אין שוהל,
שפעטער נאכן דאווענען האט דער הייליגער בארדיטשובער צדיק זי"ע דערציילט וואס עס איז פאר געקומען, דארט אין שטאט איז געווען א פרוי וואס האט געהאט א שטוב מיט קינדער, זי פלעגט יעדעס יאר אויסרעכענען צו זיין אין שוהל דעם הייליגסטן טאג פון יאר יום הקדוש ביי כל נדרי, אבער דאס יאר האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט, ווייל די קינדער האבן געברויכט זייער מאמע זאל בלייבן אין שטוב, דאס האט זייער וויי געטון פאר די פרוי אז זי קען נישט זיין ביי כל נדרי אין שוהל,
אבער אזוי ווי די פרוי האט געזען אז אלעס איז גרייט אין שטוב, איז זי שנעל געלאפן אין שוהל כדי כאטש צו מיט האלטן עפעס פונעם דאווענען, אזוי ווי זי קומט אריין אין שוהל, זעהט זי אז מען האלט נאך בעפאר כל נדרי, די פרוי איז געווען אזוי בשמחה, האט זי זיך אנגערופן מיט איר גרויס תמימות צום גרויסן באשעפער, "רבוש"ע וואס קען איך דיר באצאלן פאר די גרויסע טובה וואס די האסט מיט מיר געטון, אז מען האלט נאך בעפאר כל נדרי",
האט זי געגעבן א ברכה פארן באשעפער, "די זאלסט אזוי זען נחת ביי אונז, אזוי ווי אונז זעמיר נחת ביי דיר" און אויף דעם האט דער הייליגער בארדיטשובער צדיק זי"ע געווארט, וואס די ברכה פון דעם תמימות'דיגע פרוי האט אויף געבראכן אלע טויערן און יעצט קען מען צו גיין צו כל נדרי.

איין יאר איז דער צדיק וקדוש רבי שלמה מקארלין זי"ע געווען אין בארדיטשוב ביים הייליגען קדושת לוי זי"ע אויפן יו"ט ראש השנה, פארשטייט זיך אז דער יו"ט איז געווען גאר געהויבן, די צוויי צדיקים האבן אפגעראכטן דעם יו"ט מיט זייערע געהויבענע תפילות, אבער ווען עס איז געקומען צו יום הקדוש, און דער הייליגער קדושת לוי האט געבעטן דעם צדיק מקארלין, אז ער זאל בלייבן ביי אים אויך אויף יום הקדוש, האט דער צדיק נישט געוואלט, נאר ער האט געוואלט פארן אויף יום הקדוש צו זיין רבין הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע,
האט דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געזאגט פארן הייליגען קארלינער זי"ע בזה"ל, "ביי מעריב יום הקדוש זאגט מען אכט מאל "יעלה", און ווען מיר זאגן די ערשטע זיבן מאל "יעלה", ברעכן מיר דורך די זיבן הימלען, און מיטן אכטן "יעלה" זענען מיר זיך מדבק אינעם בורא כל העולמים, און אויב בלייבט איר דא, וועלן מיר אייך מיט נעמען", האט אבער דער צדיק רבי שלמה מקארלין נישט מסכים געווען, ווייל זייענדיג גאר שטארק דבוק אין זיין גרויסן רבין, האט ער ענדערשט געוואלט זיין ביים רבין אויף יום הקדוש, און דער הייליגער קדושת לוי האט דאס גאר שטארק באוואונדערט.

ווערט דערציילט, אז איינמאל האט זיך דער הייליגער קדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע איינגעשפארט מיטן גרויסן באשעפער פאר א רפואה פאר א חולה, און ליידער איז געווען א גרויסע קטרוג אין הימל, אבער דער צדיק וקדוש האט זיך נישט געלאזט, און פארפירט ביי די ברכה פון בורא רפואות און געהאלטן אין איין איבער זאגן די ווערטער, האט זיך דאן אנגעריפן דער צדיק וקדוש רבי ר' בער המגיד ממזריטש זי"ע בזה"ל, "רבוש"ע די זעסט דאך דער קדושת לוי איז דאך א פגע און ער לאזט נישט נאך, געב אים שוין נאך און שיק א רפואה שלימה פארן חולה, ווייל דער וועט נישט אויף געבן", און דורך דעם האט דער חולה טאקע געהאט א רפואה שלימה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

איין טאג איז דער צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע געווען אויף א באזיך ביים הייליגען בעל התניא זי"ע, האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט פארן בעל התניא, אז דער זון זאגט טאקע גאר שיינע דרשות, אבער איך הער אז ער איז מגלה ביי די דרשות סודות קדושים ונוראים,
האט דער הייליגער בעל התניא געלאזט ריפן זיין זון רבי דוב בער זי"ע און געבעטן אז ער זאל זאגן דברי תורה פארן הייליגען קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע, האט ער מיטן רשות פון זיין טאטן אנגעהויבן זאגן דברי תורה מיט א געוואלדיגע התגלות עצומה און כמעיין הנובע האט ער מגלה געווען גדולות ונצורות, אינמיטן איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע אויף געשפרינגען און געזאגט בזה"ל, "דער זעט דאך מער ווי יחזקאל הנביא במרכבה".

איינמאל איז דער הייליגער קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע געווען ביי א שבע ברכות אין שטאט זלובין צוזאמען מיטן צדיק וקדוש רבי דוב בער מליובאוויטש זי"ע, בשעת די סעודה האט דער קדושת לוי געבעטן פונעם רבין מליובאוויטש זי"ע אז ער זאל זאגן דברי תורה, האט ער געזאגט פארן קדושת לוי אז ער וויל נישט זאגן קיין דברי תורה וויבאלד ער האט מורא אז דער קדושת לוי וועט נתפעל ווערן און מאכן תנועות און דאס וועט אים זייער שטערן,
דער קדושת לוי האט צו געזאגט אז ער וועט זיך איינהאלטן און גארנישט שטערן בשעת די תורה, אבער אביסל נאכדעם וואס רבי דוב בער מליובאוויטש האט אנגעהויבן זאגן דברי תורה, איז דער הייליגער קדושת לוי ארויס פון התפעלות און זיך מער נישט געקענט איינהאלטן, איז דארט אויפן טיש געלעגן אסאך משקה, האט דער קדושת לוי פון גרויס התרגשות גענומען א באטל משקה און געקלאפט אויפן טיש מיטן באטל,
דאן האט זיך דער הייליגער צדיק מליובאוויטש זי"ע אנגערופן, רבי מען האט דאך עפעס אפ געשמיסט און אפגעמאכט, האט דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געזאגט בזה"ל, "וואס זאל איך טון, מלאכים און שרפים זענען דא געקומען מיט האלטן די דברי תורה, און כדי זיי זאלן דיך נישט מקנא זיין, האב איך דאס געטון".

ווי באקאנט האט דער הייליגער קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע געדאווענט גאר שפעט, ווען עס איז פארגעקומען א ברית פלעגט מען מאכן דעם ברית פרי און דערנאך איז דער צדיק געגאנגען אפ רעכטן זיין הייליגען עבודה, ד' שבט בשנת תקס"ז האט געברויכט פארקומען א ברית ביים קדושת לוי, אבער דער עולם שטייט און ווארט אז דער צדיק זאל ארויס קומען, פלוצלונג קומט דער צדיק ארויס און מען האט געמאכט דעם ברית, ווען עס איז געקומען צו ויקרא שמו בישראל, האט דער צדיק געהייסן מען זאל דעם קינד א נאמען געבן "משה לייב",
דאן האט דער קדושת לוי געזאגט, אז אין סאסוב איז יעצט נסתלק געווארן דער צדיק וקדוש רבי משה לייב מסאסוב זי"ע, אזוי ווי דער צדיק איז ארויף געקומען אויפן עולם האמת, איז ער גלייך אריין געלאפן אין גיהנום און ער זאגט אז ער קומט נישט ארויס ווי לאנג עס איז דא איין איד אין גיהנום, די מלאכים האבן זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיטן צדיק, האט מען כביכול געפרעגט פונעם בורא כל עולמים וואס מען זאל טון, איז געקומען דעם פסק דין אז אזוי ווי דער צדיק האט דאך זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין פדיון שביים וועט מען צוזאמען רעכענען וויפיל נפשות דער צדיק האט מחי' געווען בחייו, און דעם סכום וועט ער קענען ארויס נעמען פון גיהנום,
דער סכום איז אנגעקומען צו 60 טויזענט נפשות, האט דער צדיק אויס געקליבן פון די נידעריגסטע נפשות וואס ווארטן שוין הונדערטער יארן אויף זייער תיקון, און זיי אלע ארויס גענומען פון גיהנום און צוזאמען אריין געברענגט אין גן עדן, און דער צדיק האט נאך גע'גנב'ט נאך אפאר הונדערט נפשות אויך און זיי אריין געברענגט אין גן עדן.

פארציילט מען אז דער גאון וקדוש רבי שלמה מקשאנוב זי"ע פלעגט געבן גאר טיפע שיעורים פאר די תלמידים, איינמאל אינמיטן דעם שיעור האט דער צדיק געשריגען מיט קולות, אז ער פיעלט אז עס איז אים פינסטער געווארן פאר די אויגן, און אז ס'איז פארמאכט געווארן פאר אים די שערי תפילה, ווער ווייסט וואס עס טוט זיך מיטן הייליגען בארדיטשובער רב,
דער צדיק האט זיך פארשפארט אונעם שטוב און אלע תלמידים זענען זיך צוגאנגען, דער תלמיד מובהק פון רבי שלמה הגה"ק רבי בעריש אושפיצינער זי"ע האט גלייך פארשריבן די צייט און טאג ווען דאס האט פאסירט, ווי באקאנט איז בארדיטשוב און קשאנוב גאר ווייט איינס פונעם אנדערן, אבער נאכדעם וואס רבי בעריש אושפיצינער האט נאך געפארשט, האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט אז די רבי ר' שלמה איז געווען גערעכט, און טאקע יענעם טאג און יענע צייט ביום כ"ה תשרי בשנת תק"ע איז דער סניגורן של ישראל הרה"ק בעל קדושת לוי זי"ע נסתלק געווארן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

אין בארדיטשוב איז געווען איינגעפירט, אז דער גבאי פון חברה קדישא האט גענומען די תפילין פון די נפטרים און עס פארקויפט, דאס איז געווען איינער פון די הכנסות פון די חברה קדישא, איינמאל איז הרה"ק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע געקומען צום גבאי'ן און געבעטן, ער זאל אים ווייזן אלע תפילין וואס זענען ברשותו, ווייל ער וויל דערפון אויסקלויבן איינס פאר זיך, דער גבאי האט אים געוויזן אלע פאר תפילינ'ס, און דער קדושת לוי האט אויס געקליבן איינס דערפון, זאגנדיג אז דאס וויל ער אפקויפן,
דער גבאי וועלכער איז נישט געווען קיין נאר, האט פארשטאנען אז דער רבי וועט נישט גיין סתם אזוי צו די חברה קדישא קויפן עפעס אלטע תפילין, מן הסתם ליגט דא עפעס טיף באגראבן אונטער דעם מאדנעם מקח וממכר, האט ער געענטפערט פארן רבי'ן, "אלע תפילין וואס איך האב דא קען דער רבי קויפן, חוץ די וואס דער רבי האט אויס געקליבן, דאס קען איך בשום אופן פארקויפן", דער קדושת לוי האט אבער שטארק מפציר געווען און זיך איינגעבעטן ער זאל עס אים פארקויפן,
דער גבאי זעענדיג אז עס איז א שעת הכושר, האט ער געזאגט, "רבי, איך בין מסכים צו פארקויפן פאר'ן רבי'ן די תפילין, אבער מיט'ן תנאי אז דער רבי וועט מיר דערציילן וואס עס איז די מעלה מיט די דאזיגע תפילין, ווייל נישט אומזיסט וויל דער רבי דוקא דער פאר", האט אים די קדושת לוי געענטפערט, איך וועל דיר דערציילן די מעשה.

די הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך און רבי ר' זושא פלעגן ארומגיין אין די שטעט אפרעכטן גלות. זייער עיקר ציל איז געווען מחזיר בתשובה זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, זייער סדר איז געווען אז ווען זיי זענען אנגעקומען אויף א פלאץ נעכטיגן, האט זיך איינער פון זיי געוואנדן צום צווייטן ווי א חוטא ווענדט זיך צו א רבי, און פלעגט וויינען און כליפן ווי א קינד און בעטן א תשובה און זיך מתוודה זיין אויף זיינע עבירות,
און אזוי פלעגט ער אויסרעכענען אלע זיינע מכלומר'שטע עבירות, וואס באמת האט דאס דער בעל הבית פון יענעם פלאץ עובר געווען, נאר זיי האבן דאס געזאגט אויף זיך אליין, און דער בעל הבית וואס פלעגט דאס צוקוקן פון די זייט פלעגט זיך טאקע "דערמאנען", אז ער האט אויך געזינדיגט מיט די דאזיגע זעלבע עבירות, און אזוי איז ער נתעורר געווארן לתשובה.

איינמאל זענען זיי אנגעקומען צו א דערפל, און ווי זייער מנהג האבן זיי אנגעהויבן זייער סדר, דער רבי ר' זושא האט ביינאכט אנגעהויבן וויינען צום רבי'ן ר' אלימלך, ער זאל אים ארויס געבן א תשובה אויף דעם וואס ער האט זיין גאנצן לעבן נישט בודק געווען זיינע תפילין, און יעצט ווען ער האט עס בודק געווען האט ער עס געפונען אינגאנצן ליידיג, אן קיין פרשיות, און עס האט זיך ארויס געשטעלט אז ער איז זיין גאנץ לעבן געווען א "קרקפתא דלא מנח תפילין", דער רבי ר' אלימלך האט אנגעהויבן אויסשמועסן דעם חומר הענין און די גרויסקייט און חשיבות פון מצות תפילין, און דאס הארבקייט פון די יעניגע וואס זענען נישט געהעריג נזהר אין קדושת תפילין,
דער בעה"ב וואס איז געשטאנען אין א זייט און צו געקוקט צו די גאנצע סצענע, האט זיך פלוצלונג א כאפ געגעבן ביים קאפ: "אוי וויי! איך האב דאך נאך אויך קיינמאל נישט בודק געווען מיינע תפילין", ער איז גלייך געלאפן און געעפנט זיינע תפילין, און ער דערזעהט אז עס איז רח"ל ליידיג, עס זענען נישט דא דערין קיין פרשיות, דער בעה"ב האט זיך זעהר דערשראקן און איז צוגעגאנגען צום רבי'ן ר' אלימלך און זיך מתוודה געווען, אז "אויך" פאר אים איז אויס געקומען דער זעלבער מכשול, אז ער האט נאך קיינמאל נישט געלייגט קיין תפילין, און ער האט זיך איינגעבעטן מען זאל פאר אים אויך מסדר זיין א תשובה,
דער רבי ר' אלימלך האט זיך געוואנדן צום רבי ר' זושא, און אים געזאגט, "זעץ דיך תיכף שרייבן נייע פרשיות פאר דעם איד, און דו זאלסט מכוון זיין ביים שרייבן ממשיך צו זיין אזא גרויסן אור און קדושה, אז עס זאל מתקן זיין אלע יארן וואס ער האט נישט געלייגט קיין תפילין", דער רבי ר' זושא האט טאקע געשריבן אזוי ווי זיין הייליגער ברודער האט אים באפוילן, אבער דער איד וואס איז געווען א פשוט'ער איד האט נישט געקענט אריבער טראגן דעם גרויסן אור, און ביז א קורצע תקופה איז דער איד נפטר געווארן אין בארדיטשוב. "און דאס זענען די דאזיגע ספעציעלע תפילין, וואס זענען אנגעקומען צו די חברה קדישא" האט דער קדושת לוי אויס געפירט צום גבאי'ן "און דערפאר האב איך עס אזוי שטארק געוואלט האבן".

ווי באקאנט איז דער צדיק וקדוש מברדיטשוב זי"ע געווען דער סניגורן של ישראל און האט כסדר משפיע געווען הרחווה פאר אידישע קינדער, האט דער צדיק געטייטשט דעם פסוק (תהילים פ"א ה') כִּי חֹק לְיִשְׂרָאֵל הוּא מִשְׁפָּט לֵאלֹקי יַעֲקֹב, האט דער צדיק געזאגט פאר די מקטרוגים בזה"ל, "כִּי חֹק לְיִשְׂרָאֵל הוּא" מען ברויך משפיע זיין פאר אידיש קינדער א שפע אין פרנסה מיט אן הרחווה, ווייל אויב נישט "מִשְׁפָּט לֵאלֹקי יַעֲקֹב", וועט דאס זיין א קטרוג ח"ו כביכול אויפן באשעפער, ווייל אין מלך בלא עם און אויב די אידן האבן נישט קיין שפע, וועט דאס זיין א בושה פארן באשעפער, קומט דאך אויס, אז באמת ברויכן אידן האבן א שפע נאר לכבוד דעם באשעפער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז געקומען צום הייליגען בארדיטשובער זי"ע א דין תורה פון צוויי בעלי דינים, און עס האט אויס געזעהן ווי איין זייט גייט שוין פארלירען דעם דין תורה, האט זיך דער בעל דין אנגעריפן צום הייליגן קדושת לוי זי"ע בזה"ל, "אפשר פארשטייט נישט די רבי אזוי גוט אין עניני מסחר און ביזנעס, און דערפאר ציעט די רבי מער צו די אנדערע זייט",
האט זיך דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע אנגעריפן מיט א שמייכל בזה"ל, "ווען עס האנדעלט זיך אין מילי דשמיא, למשל אין תורה לערנען, קענט איר אפשר בעסער פון מיר, אין יראת שמים האט איר אוודאי מער פון מיר, אבער אין מילי דעלמא אין געשעפטן און מסחר, דארט בין איך אינדערהיים, און דאס פארשטיי איך בעסער פון אייך".

ווי באוויסט איז דער שווער פונעם הייליגען קדושת לוי זי"ע נישט געווען א חסיד פונעם דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, און דער הייליגער קדושת לוי האט ליידער גאר אסאך געליטן פון די מתנגדים אין אסאך שטעט ווי ער האט געדינט אלס רב, איינמאל איז דער הייליגער קדושת לוי געפארן צו זיין גרויסן רבין ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע און זיך דארט מסתופף געווען בצלו פון דעם צדיק וקדוש מניקלשבורג.

ווען ער איז צוריק געקומען אהיים פון זיין רבין ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, האט אים דער שווער געפרעגט מיט וואונדער, וואס האסטו שוין געלערנט דארט ביי דיין רבין, האט דער איידעם געזאגט פארן שווער, כ'האב מיך געלערנט אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן אלעס אויף די וועלט, זאגט אים דער שווער, פאר דעם האסטו נישט געברויכט פארן קיין ניקלשבורג, ווייל דאס ווייסט דאך יעדער אפילו מיין דינסט אין שטוב ווייסט דאס, האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט פארן שווער, יעדער זאגט טאקע אז השי"ת האט באשאפען די וועלט, אבער אין ניקלשבורג ווייסט מען דאס באמת.

ווען דער קדושת לוי זי"ע איז געווען רב אין זשעליכאוו בעפאר ברדיטשוב), האט ער זייער געליטן פון זיינע מתנגדים, וואס האבן אים זייער מצער געווען, ביז ער האט געמוזט אוועק גיין פון די שטאט צוליב די רדיפות וואס ער האט געהאט, ארויס גייענדיג פון שטאט האט אים איינער פון די מתנגדים א פרעג געטאן, רבי, רש"י ברענגט אין פר' ויצא, אז ווען א צדיק גייט ארויס פון שטאט זעט זיך עס אן אין שטאט, און דא גייט דער רבי ארויס פון שטאט, און מ'קען גארנישט דערקענען, די שטאט זשעליכאוו בלייבט ווייטער אין איר פולע פראכט,
האט זיך דער קדושת לוי אנגערופן, לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס נאר ביי יעקב געפינען מיר אז "יציאת צדיק עושה רושם", און ביי אברהם און יצחק אבינו געפינען מיר גארנישט, נאר דער תירוץ איז, ביי אברהם אבינו און יצחק אבינו, ווען זיי זענען ארויס פון שטאט, איז נאר געבליבן אין שטאט רשעים וכדומה וואס זיי האבן נישט געפילט אז דער צדיק איז ארויס פון שטאט, אבער ווען יעקב איז ארויס פון שטאט, זענען דארט געבליבן יצחק און רבקה, און זיי האבן שוין גאנץ גוט געשפירט אז דער צדיק גייט ארויס, און מיט דעם האט ר' לוי יצחק זי"ע צוריק געענטפערט פאר דעם רשע, יעצט ווייסטו שוין פארוואס דו שפלירסט גארנישט.

דער קדושת לוי זי"ע האט אמאל געשיקט איינעם פון זיינע שטוב מענטשן צו גיין עפענען די טיר פסח ביינאכט ביי שפוך חמתך, דער מקורב, וועלכער איז געווען ווייט פון גילוי אליהו האט זיך שטארק צו געכאפט דערצו, קלערנדיג ביי זיך אז נישט אומזיסט האט דער רבי אים אויס געוועהלט, נאר ווייל מן הסתם קען ער זען אליהו הנביא ז"ל, איז ער געלאפן צו די טיר ווי עמיצער וואס גייט זיכער טרעפן אליהו הנביא ביי די טיר, ווען דער קדושת לוי האט דאס באמערקט, האט ער זיך מיט א שמייכל אנגערופן, וואס מיינסטו, אליהו קומט דורכ'ן טיר, ער קומט דורכ'ן מח.

אין זיינע יונגע יארן האט דער צדיק הרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע געלעבט אין אויסטערליש דחקות, קיינער האט זיך אויף אים נישט אומגעקוקט. איינמאל איז אים אויס געקומען צו באזוכן דעם צדיק הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זי"ע, וואס איז נאך דאן געווען רב אין זעליחאב,
ארויסגייענדיג האט דער קדושת לוי ארויסבאגלייט דעם געהויבענעם גאסט, נישט קוקנדיג אויף די גרויסע פרעסטן איז ער ארויס אויפ'ן גאס אן זיין מאנטל, שטייענדיג א לאנגע צייט אויף די גאס, איז אים קאלט געווארן, האט ער געבעטן פון גאסט ער זאל אים בארגן זיין מאנטל אויף אייניגע מינוטן, נאכ'ן שטיין אזוי א קורצע וויילע, האט זיך דער קדושת לוי אנגערופן, דא האסטו דיין מאנטל, ס'איז מיר שוין ווארים, איך האב ערלעדיגט אז פאר דיר זאל אויך ווארים ווערן, א קורצע צייט שפעטער איז דער נאמען פון צדיק דער מגיד מקאזניץ נתפרסם געווארן איבער די וועלט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

אין יאר תקמ"ה איז דער צדיק ר' לוי יצחק געקרוינט געווארן אלס רבי אין די שטאט בארדיטשוב, אבער נאך א קורצע צייט האט ער געהאט פיל אויסצושטיין פון עטליכע פון די איינוואוינער וועלכע האבן אים גע'רודפ'ט און אויסגעטיילט צרות ר"ל, ביז אין א געוויסן ערב שבת, האט דער ראש הקהל באשטעלט א מיסט וועגעלע און ארוי געשטעלט דערויף דעם צדיק מיט זיין משפחה, און פארשיקט פון שטאט מיט די גרעסטע בזיונות,
דער אכזר'ישער אקט האט אויפגעשטורעמט די אנהענגער פון רב, וועלכע זענען באלד געפארן קיין זיטאמיר, וואס איז נעבן בארדיטשוב, בעטנדיג פון זייער רב ר' וועלוועלע דער אור המאיר, אז ער זאל זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון זייער רב, און אויסבעטן אז די שונאים זאלן האבן א מפלה און בקרוב זען זייער סוף,
"איך וואלט זייער גערן מתפלל געווען", האט זיי ר' וועלוועל געענטפערט, אבער וואס זאל איך טאן אז אייער רבי האט שוין עפעס אנדערש מתפלל געווען, ער האט געבעטן אז השי"ת זאל זיי מוחל זיין, דעריבער קען איך שוין גארנישט אויפטאן מיט מיינע תפילות.

דער הייליגער קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע האט מחבר געווען דעם הייליגען ניגון און דער צדיק האט אראפ געברענגט השפעות און א שפע פאר אידישע קינדער מיט דעם ניגון,
ריבונו של עולם
לאמיר מאכן א בייט, א בייט וועלן מיר מאכן,
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס דו וועסט מיר געבן דערפאר, זאג איך דיר,
דו וועסט מיר געבן מחילה סליחה וכפרה, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר,
דו וועסט מיר נאך צוגעבן בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע.

טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט, זאג איך דיר,
בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט, זאג איך דיר,
חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט, זאג איך דיר,
ואכלת ושבעת וברכת את ד' אלקיך, אוי וויי טאטע.

די מצריים זאגן אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר.
די פרסיים זאגן אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר.
אבער איך לוי יצחק בן שרה סאשע זאג:
יתגדל ויתקדש שמיה רבא.

עס איז מקובל אז די תפילה "גאט פון אברהם" פון מוצאי שבת קודש, האט דער הייליגער סניגורן של ישראל רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע מחבר געווען צו זאגן יעדע וואך מוצאי שבת קודש,
גָאט פוּן אַבְרָהָם אוּן פוּן יִצְחָק אוּן פוּן יַעֲקֹב
בֶּעהִיט דַיין לִיבּ פָאלְק יִשְׂרָאֵל פוּן אַלֶעם בֵּייזֶען אִין דַיינֶעם לוֹיבּ,
אַז דֶער לִיבֶּער שַׁבָּת קֹדֶשׁ גֵייט, אַז דִי װָאךְ אוּן דֶער חֹדֶשׁ אוּן דֶער יָאר,
זָאל אוּנְז צוּא קוּמֶען צוּ אֱמוּנָה שְׁלֵמָה, צוּ אֱמוּנַת חֲכָמִים, צוּ אַהֲבַת חֲבֵרִים,
צוּ דְּבֵקוּת הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא, מַאֲמִין צוּ זַיין בִּשְׁלֹשׁ עֶשְׂרֵה עִקָּרִים שֶׁלָּךְ,
ובִּגְאוּלָה קְרוֹבָה בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ, וּבִתְחִיַּת הַמֵּתִים, וּבִנְבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם.

רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם דּוּ בִּיזְט דָאךְ הַנּוֹתֵן לַיָּעֵף כֹּחַ,
גִיבּ דַיינֶע לִיבֶּע אִידִישֶׁע קִינְדֶערְלִיךְ אוֹיךְ כֹּחַ דִּיר צוּ לוֹיבֶּען אוּן נָאר דִיךְ צוּ דִינֶען אוּן קֵיין אַנְדֶערְן חָלִילָה נִישְׁט,
אוּן אַז דִי װָאךְ אוּן דֶער חֹדֶשׁ אוּן דֶער יָאר זָאל אוּנְז קוּמֶען צוּ גֶעזוּנְד אוּן צוּ מַזָּל אוּן צוּ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה
אוּן צוּ חֶסֶד אוּן צוּ בָּנֵי חַיֵּי אֲרִיכֵי וּמְזוֹנֵי רְוִיחֵי וְסִיַּעְתָּא דִּשְׁמַיָּא לָנוּ וּלְכָל יִשְׂרָאֵל וְנֹאמַר אָמֵן:
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

ס'איז באקאנט אז דער הייליגער בארדיטשובער רב דער קדושת לוי זי"ע, האט נישט געקענט שלאפן די ערשטע נאכט סוכות, צוליב דעם גרויסן חשק צו מקיים זיין מצוה פון נטילת לולב, ער האט קוים געווארט אז ס'זאל שוין ווערן טאג, ער זאל שוין קענען מקיים זיין די מצוה פון נטילת לולב, און תיכף ווען ס'איז נאר געווארן טאג, פלעגט ער גלייך לויפן נעמען דעם אתרוג, און לולב, און מיט א הייליגע ברען געמאכט די ברכה.

איין יאר גלייך ווען ס'איז געווארן טאג, איז ער שנעל געלאפן נעמען דעם אתרוג און לולב, וואס זענען געווען אין א גלאזענע שאנק, און מיט א ברען האט ער געכאפט דעם אתרוג, און האט ניטאמאל באמערקט אז די גלאז פון שאנק האט זיך צובראכן, און זיין האנט האט זיך צעשניטן, און געווארן בלוטיג, ווייל ער איז געווען אזוי פארטראכט, אין די מצוה פון אתרוג, און האט גארנישט געשפירט,
יענע יאר וואס דער הייליגער בארדיטשובער רב איז נפטר געווארן, האט ער מוצאי יום כיפור געזאגט פאר זיינע נאנטע, אז באמת וואלט ער שוין היינט געדארפט נפטר ווערן, אבער אזוי ווי עס קומען יעצט אזעלכע צוויי שיינע מצות, די מצוה פון סוכה און די מצוה פון אתרוג, האב איך אויסגעבעטן ביי הקב"ה, אז איך זאל נאך בלייבן לעבן ביז נאך סוכות, און טאקע גלייך נאך סוכות, אסרו חג, איז דער רבי קראנק געווארן און דעם אנדערן טאג איז דער רבי נפטר געווארן.

אין א שטעטל נאנט צו ברדיטשוב האט געוואוינט א איד וואס האט געהייסן ר' מענדל, דער ר' מענדל האט פארמאגט א גאסט-הויז וואו אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען געווען אויפן וועג צום סניגורן של ישראל דער הייליגער בארדיטשוב רב זי"ע פלעגן דארט איינשטיין און איבער נעכטיגן.

ויהי היום דער ר' מענדל האט אנגעפאנגן האבן מחשבות אז ס'איז גענוג, ס'איז שוין צייט אז ער זאל זיך אליין זעצן לערנען, די מחשבות האבן זיך אנגעפאנגן גאנץ פשוט אבער ס'האט נישט לאנג גענומען און ר' מענדל האט געלאזט רופן זיין זוהן יושע און אים מכבד געווען איבער צו נעמען דעם גאסט-הויז ווייל ער פלאנט אין די נאנטע טעג צו פארן צום הייליגן בארדיטשובער און ווערן פון די דערהויבענע תלמידים,
געזאגט און געטוען, דאס יונגע יושע איז געווען גאר א געלונגענער און האט זיך גלייך גענומען צום ארבעט, און פון א קליין אלטע גאסט-הויז איז עס געווארן א ברייט באניצטע גאסט-הויז וואו גאר אסאך נישט אידישע רייכע לייט האבן זיך אנגעפאנגן דרייען און צוביסלעך האבן די חסידים אויף געהערט דארט איינשטיין און דאס פלאץ איז פארוואנדעלט געווארן צו א קרעטשמע סארט גאסט-הויז,
איין טאג נאכן לערנען האט הרה"ק מברדיטשוב זי"ע צו גערופן ר' מענדל און געזאגט, די משנה לערנט אונז "איזהו חכם המכיר את מקומו", צומאל מיינט דער מענטש אז די ריכטיגע פלאץ אונזערע איז אויף עפעס אן אנדערע פלאץ פון וואו מיר זענען, און אויך איר האט געטראכט אז קומען דא און ווערן פון די תלמידים איז אייער ריכטיגע פלאץ אבער דאס אמת איז נישט אזוי, ר' מענדל איר האט געהאט א גאסט-הויז וואו אידן זענען געקומען און געגאנען,
איר האט כסדר געהערט דאס אנגעלייגטע הארץ פון אידישע קינדער וואס זענען געווען אויפן וועג אהער, און דערנאך די פרייליכע הערצער ווען די אידן זענען געווען אויפן וועג אהיים, אבער איר האט נישט אנערקענט דאס גרויסקייט פון 'הערן און דערהערן' דאס געפילן פון אידישע קינדער, וויסן זאלט איר אז ס'איז נישט פארהאן עפעס מער חשוב פון זיין און געבן א אוזן קשבת פאר די קינדערלעך פון אבינו שבשמים, ר' מענדל ס'איז צייט איר זאלט צוריק פארן צום שטעטל און צוריק שטעלן דעם גאסט-הויז, און ממשיך זיין מיט די הייליגע עבודה אייערע, דארט איז אייער פלאץ.

איינמאל איז דער הייליגער בארדיטשובער געווען יום הקדוש אין לעמבערג, מוצאי יום טוב האט מען צו געגרייט פאר אים אויס צו פאסטן, אבער ער האט דאס נישט צו גערירט, ער רופט זיך אן צו זיין גבאי און זאגט ער זאל ארויס ברענגען פון זיין רענצעל זיינע געשמאקע זאכן, מענטשן האבן געטראכט ווער ווייסט וואס פאר א מאכלים ער האט דארט, אבער דער גבאי האט אים געברענגט א מסכת סוכה, ער האט זיך פארטיפט אין דעם לערנען א גאנצע נאכט נאך פאר ער האט אויס געפאסט, אזוי שטארק איז זיין הארץ געווען פאר'חלש'ט נאך לערנען, נאך דעם וואס יום כפור אליין איז נישט געווען צופיל צייט צו לערנען.

הרה"ק רבי ישראל מרוז'ין זי"ע פלעגט דערציילן יעדן יום הקדוש, אז דער הייליגער סניגורן של ישראל דער קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער פון אָנוּ מְלֵאֵי עָוֹן, וְאַתָּה מָלֵא רַחֲמִים, האט זיך דער צדיק אויף געשטעלט אויף א בענקל און געזאגט, רבוש"ע אָנוּ מְלֵאֵי עָוֹן, קוק מיך אן, ווי גרויס בין איך שוין וויפיל עוונות גייען אריין אין מיר, אבער רבוש"ע וְאַתָּה מָלֵא רַחֲמִים, די בוסט דאך אזוי גרויס עד אין שיעור, איז דאך דיין רחמנות אסאך גרעסער ווי אונז, זיי שוין מוחל פאר די עבירות פון אידישע קינדער און ברענג א גוט געבענטשט יאר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל פאר תקיעת שופר האט דער בארדיטשובער רב געזאגט, "רבונו של עולם", דו האסט אונז געזאגט "יום תרועה יהיה לכם", און אויף דעם איינעם באפעהל בלאזען מיר אידישע קינדער 100 קולות, און צענדליגע צענדליגע טויזענעטע יודישע קינדער בלאזען שוין די 100 קולות צענדליגע צענדליגע טויזענעטע יאר, און אונז יודען בעהטן פון דיר שוין אזוי לאנג, אז די זאלסט בלאזן נאר 1 מאל, תקע בשופר גדול לחרותינו", און דו האסט נאך אלץ נישט געבלאזען.

איינמאל ראש השנה האט דער בארדיטשובער רב דער קדושת לוי זי"ע געזאגט, "רבונו של עולם", פארוואס פירסטו דיך נישט כאטשיק ווי א פשוט'ער יוד, א פשוט'ער יוד ווען זיינע תפילין פאלן אראפ, הייבט ער זיי אויף און קושט זיי, און דו, אויף דיינע תפילין שטייט דאך ומי כעמך ישראל, און די יודען זענען געפאהלן שוין באלד צוויי טויזענט יאר אין גלות, און דו הייבסט זיי נישט אויף.

שטייט אין ספר זכרון לראשונים, אז אמאל ראש חודש אלול איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געשטאנען ביים פענסטער, און פונקט איז דעמאלט אריבער געגאנגען א שוסטער א גוי, וועלכער פלעגט זיך ארומדרייען איבער די הייזער זיך אנצוטראגן צו פארעכטן שיך, זעענדיג דעם קדושת לוי ביים פענסטער, איז דער שוסטער צו געגאנגען צו אים און געפרעגט, איר האט גארנישט וואס צו פאררעכטן,
הערענדיג די דאזיגע ווערטער, האט זיך דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע זייער צעוויינט, און האט זיך געזעצט אויף די ערד און געזאגט, "וויי איז צו מיר, עס דערנענטערן זיך די ימי הדין, און איך האב נאך גארנישט פארראכטן, נישט אומזיסט האט דער גוי מיך געפרעגט צו איך האב עפעס צו פאררעכטן, ער איז מסתמא א שליח פון הימל מיך צו דערמאנען אז איך האב אסאך וואס צו מתקן זיין".

ווערט דערציילט אז די בעש"ט הקדוש זי"ע האט געזאגט, אז ווען די נשמה פונעם הייליגען קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע האט געברויכט אראפ קומען אויף די וועלט, האט דער שטן מקטרוג געווען ביים באשעפער, אז מען גייט אראפ שיקן די גרויסע נשמה אויף די וועלט, און ער וועט דאך זיין א מכניס אורח און עוסק זיין אין צדקה וחסד, אויך וועט ער זיין א גרויסע סניגורן של ישראל, וועט ער דאך מחזיר בתשובה זיין יעדן איד אויף די וועלט, און איך וועל מער נישט האבן קיין ארבעט צו איבער רעדן אידן צו עבירות,
האט דער גרויסער באשעפער געזאגט פארן שטן, די ברויכסט נישט זיין באזארגט, ער וועט נישט האבן קיין צייט צו די אלע זאכן, ווייל ער וועט זיין א רבי און א מנהיג ישראל, און ווען די נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט, האט דער בעש"ט הקדוש זי"ע געהייסן שטעלן משקה און געזאגט, עס איז אראפ געקומען אויף די וועלט א הייליגע נשמה, וואס וועט ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער.

צדיקים האבן געזאגט, אז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע האט געהאט די נשמה פון דעם תנא רבי עקיבא ע"ה, וואס די גמרא דערציילט אויף רבי עקיבא, כשאדם מניחו בזווית זו, מצאו בזווית זו, און דאס איז געווען די הייליגע עבודת אויך ביים הייליגען קדושת לוי זי"ע, אז ער האט ממש געברענט ביים דאווענען, אז ער האט געקענט אנהייבן דאווענען אויף די ערד, און ביים סוף האט מען דעם צדיק געטראפן אויפן באלעמער פון גרויס קדושה און דביקות און התפשטות הגשמיות.

ווי באקאנט האט דער צדיק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע געהאט גאר אסאך מתנגדים און דער צדיק האט גאר אסאך געליטן פון זיי, האט איין טאג צופרי ווען דער צדיק איז געגאנגען אין שוהל דאווענען, איז ארויס געקומען א פרוי פון איינע פון די מתנגדים, און זי האט רח"ל באגאסן דעם צדיק מיט א קעסטל מיסט און האט שטארק פארשעמט דעם צדיק, איז דער צדיק וקדוש גלייך אריין געלאפ אין שוהל און צו געגאנגען צום ארון הקודש און געזאגט בזה"ל, "רבוש"ע איך בעט דיך מיט א תפילה, די זאלסט ח"ו נישט באשטראפן די פרוי, ווייל זי איז דאך באמת א אשה כשרה העושה רצון בעלה", ווייל זי האט דאך דאס אלעס געטון לויטן ציווי פון איר מאן.

א איד האט דערציילט א היינטיגע מעשה, דער איד האט געהאט ליידער א בחור שוין אין די יארן פון שידוכים, און ליידער האט קיינער נישט געריפן אן טראגן קיין שידוכים, און דער איד האט געהערט פון איינעם, אז א איד וואס האט געהאט א עלטערע בחור, איז אמאל געקומען צו הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע און זיך באגלאקט אויף די מצב פון זיין בחור אז עס גייט אים נישט קיין שידוך, האט אים די סאטמאר רבי געהייסן, אז ער זאל שרייבן א קוויטל, און ער זאל דעם קוויטל לייגן אין ספר קדושת לוי און ער וועט בעזהשי"ת געהאלפן ווערן,
האט דער איד געטון דאס זעלבע, עס איז געווען דעם טאג פון כ"ה תשרי די יארצייט פונעם הייליגען קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע און אויך די יארצייט פונעם גרויסן גאון וקדוש רבי משה בעל החתם סופר מפרשבורג זי"ע, האט דער איד געשריבן א קוויטל און דאס אריין געלייגט אינעם ספר קדושת לוי און אויך אינעם ספר חתם סופר, לפלא דעם קומענדיג טאג האט מען פארן איד אן געטראגן 6 שידוכים, און נישט לאנג נאכדעם איז דער בחור בשעה טובה א חתן געווארן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי לוי יצחק בן שרה סאשע - קדושת לוי - כ"ה תשרי תק"ע

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט האט דער הייליגער צדיק וקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זי"ע זיין גאנץ לעבן געלעבט אין א שרעקליכע דחקות, אבער פאר אנדערע אידן האט דעם צדיק צוזאמען געשטעלט גאר גרויסע סכומים אויף צדקה, האט איינמאל די רעבעצין געוויזן פאר די אנשי העיר, אז דער מאן דער צדיק איז נישט מקיים די כתובה ווי עס דארף צו זיין, ווייל אין די כתובה שטייט דאך בזה"ל, "איזון ואפרנס יתיכי לכי כדרך גוברין יהודאין", אז דער מאן וועט שפייזן די פרוי ווי עס ברויך צו זיין",
האבן זיי געלאזט ריפן דעם צדיק און דערציילט וואס די רעבעצין האט זיי געזאגט און געפרעגט פשט פונעם צדיק, האט דער צדיק אויף געמאכט די כתובה און געוויזן פאר די אידן וואס נאך עס שטייט אינעם כתובה, "דמפרנסין לנשיהון בקושטא", אז מען וועט שפייזן די פרוי מיטן אמת, און וואס זאל איך טון אז אויף די וועלט קען מען נישט טרעפן אזאנע געלט וואס זענען אמת, און דערפאר קען ער נישט מקיים זיין דעם כתובה ווי עס דארף צו זיין.

דער צדיק וקדוש רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע וואס איז געווען מפורסם מיט זיין גרויס עניוות און ער האט באמת נישט געהאלטן פון זיך גארנישט, האט דער צדיק אמאל געזאגט בזה"ל, "אויב וואלט נישט געשטאנען אין די תורה די מידה מגונה פון "גיאות" וואלט איך נישט געגלייבט אז עס איז בכלל דא אזא מידה מגונה ווי גיאות, ווייל ווי אזוי קען א מענטש וואס איז עפר ואפר זיך גרויס האלטן".

איינמאל איז דער צדיק דער מגיד מקאזניץ זי"ע געווען צו גאסט ביים צדיק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע, און דער צדיק רבי לוי יצחק האט זיך געשטעלט דאווענען שמונה עשרה, און די גאנצע שמונה עשרה האט דער צדיק געהאט אפענע אויגן, נאכן דאווענען האט דער מגיד מקאזניץ געפרעגט פון הייליגען קדושת לוי, פארוואס דאווענט איר מיט אפענע אויגן וואס איז נישט ווי דער מנהג איז, האט דער צדיק געזאגט, האט איר דען געזען ווי איך טו עפעס בשעת מעשה, האט דער מגיד געזאגט בזה"ל, "איך האב דאס טאקע געזעהן, אבער וואס זאל איך ענטפערן פאר די מתנגדים ווען זיי פרעגן מיך אויף דעם".

דער הייליגער קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע דער סניגורן של ישראל האט אמאל געטראפן א איד אויפן גאס וואס איז געווען ליידער א בעל עבירה וואס האט אפ געטון אלע עבירות שבתורה, האט אים דער צדיק געזאגט, קער דיך אים צום ריכטיגען וועג, דאן וועל איך דיך גאר שטארק מקנא זיין, ווייל די גמרא זאגט דאך, אז אויב א איד טוט תשובה מאהבה, ווערן אלע עבירות איבער געדרייט צו מצוות, וועט דאך אויס קומען אז די וועסט האבן מער מצוות ווי איך, די ווערטער פון דעם צדיק וקדוש וואס איז געווען מיט א אמת און מיט א געוואלדיגע אהבת ישראל, איז אריין אין הארץ פונעם איד, און ער האט תשובה געטון און געווארן פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגען קדושת לוי זי"ע.

וי באקאנט האט דער צדיק וקדוש מברדיטשוב זי"ע זיין גאנץ לעבן געהאפט און געווארט אויף די גאולה שלימה און ביאת משיח צדקנו, איין טאג האט דער צדיק זיך געגרייט צום תנאים פון א אייניקעל, און מען האט געשריבן דעם שטר תנאים, האט דער צדיק גענומען דעם כתובה און געליינט מיט טרערן ווי מען שרייבט דעם דאטום פון די חתונה, און דער צדיק האט געהייסן מען זאל שרייבן בזה"ל, "החתונה תהיה אם ירצה השם, למזל טוב, בירושלים עיר הקודש, ובאם חלילה משיח צדקנו לא יבוא בזאת השנה, תהא החתונה בבארדיטשוב".

איינמאל ערב יום הקדוש נאנט צום זמן איז דער צדיק וקדוש דער סניגורן של ישראל דער קדושת לוי זי"ע געזעצן ביי זיך אין שטוב און גענומען קוויטלך פון אידן, דער שמש איז געקומען זאגן פארן רבין אז דער עולם ווארט אז די רבי זאל אריין קומען אין שוהל צו כל נדרי, אבער דער צדיק רירט זיך נישט אוועק פון פלאץ, פלוצלונג קומט אריין א פרוי א אלמנה מיט איר איינציג בן יחיד, און זי געט א קוויטל פארן צדיק און איז מזכיר זיך און דאס קינד,
האט דער צדיק געבעטן פון די פרוי א פדיון, האט די פרוי אהין געגעבן פארן רבין צוויי קאפיקעס, האט דער צדיק געזאגט פאר די פרוי, א פדיון ברויך זיין צוויי קאפיקעס פאר יעדן איינעם וואס מען איז מזכיר, האט די פרוי זיך געבעטן צום צדיק, אז אפילו די צוויי קאפיקעס האט זיך אויך קוים מיט צרות פארשאפט, אבער דער צדיק האלט זיך ביי זיינס, אז פאר די צוויי קאפיקעס קען מען נאר מזכיר זיין איין מענטש,
האט די פרוי זיך אנגעריפן צום צדיק מיט א תמימות, רבי א כפרה אויף מיר, מיך בין איך מפקיר פאר מיר זאלט איר גארנישט געבן, אבער איך בעט אייך נאר, אז איר זאלט פויעלען א גוט געבענטשט יאר פאר מיין בן יחיד, טאקע אויף דעם האט דער צדיק געווארט די גאנצע צייט, צו הערן דעם ענטפערט פון די פרוי, און גלייך האט דער צדיק געכאפט דעם קוויטל און געלאפן אין שוהל צו כל נדרי שרייענדיג, רבוש"ע מיך ביך איך מפקיר, אבער פאר דיינע אידישע קינדער שרייב אן א גוט געבענטשט יאר און א יאר מיט שפע ברכה פאר גאנץ כלל ישראל.


זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל
שרייב פאוסט