היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 737

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

אינטערעסאנט האט זיך אויסגעשטעלט אז יום טוב האב איך געטראפן א קרוב מיינער וואס וואוינט אויף פילליס, אקעגן איבער די הויז וואס האט געהאט די אויבנדערמאנטע קאל, און פרעגט מיך צו כ'ווייס וואס איז געוועהן די מצב דארט מיט די שרעקליכע קאל וואס די גאנצע גאס האט זיך איבערגעדרייט...
זאג איך אים אז כ'ווייס נישט מער ווי דעם אז מ״א איז דארט געוועהן אפאר שעה פריער פאר קארבאן מענאקסייד.
זאגט ער מיר אז ס'איז אים געוועהן אינטערעסאנט, ווייל ער האט געזעהן ווי הצלה איז אנגעקומען, די מעמבערס זענען ארויס פון קאר, און תיכף צוריק, נישט וואוסענדיג וואס מ'וויל פון זיי דארט.

יעצט מוצאי שבת טרעף איך א חבר וואס איז א EMT, גראדע נישט קיין הצלה מעמבער, און דערציילט מיר אז ער האט געהערט ווי 2 חברים זיינע - הצלה מעמבערס - שמועסן צווישן זיך פון א קאל אויף פילליס, וואו איינער פון זיי איז דארט געוועהן, און ער האט זיך אפגערעדט אז מ'האט זיי גערופן דארט פאר די מצב, ס'נישט געוועהן וואס צו טוהן דארט, און זיי זענען גלייך אוועקגעפארן אן צו טוהן סיי וואס.

ע״כ די אפדעיט פאר די וואס האבן נישט געקענט שלאפן רואיג דעם יום טוב.
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3582

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

צעבראכן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 16, 2024 12:31 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 16, 2024 12:29 pm ב״ה מצילי אש האט די ריכטיגע טרעינינג און נויטיגע עקוויפמענט צו טעסטן און קעיר נעמען פון אזעלכע סיטואציעס.

זיי זענען בכלל נישט אונזער בעל פלוגתא, און ס'האט נישט קיין פוינט זיך צו טענה'ן מיט די בעבי'שע סטעיטמענטס.

יעדער קען רופן וועם זיי ווילן, און ס'איז נישט קיין וואונדער צו זעהן ווי תושבי מאנסי האבן פאר סיי וועלכע סיבה אויסגעקליבן צו רופן מצילי אש.
די געטרייע וואלענטירן פון מצילי אש האבן שוין געדעקט איבער 60 קאלס אין די ערשטע האלב פון דעם חודש למספרם.
יא אבער ביטע פארענטפער די מעשה.
אמאליגע צייטן האט מען יעדע מעשה געדארפט פארענטפערן. יעדע געשריבענע פאשקעוויל האט איבערגעדרייט א שטאט. היינטיגע צייטן מיט די איבערפלוס פון אינפארמאציע וואס פליסט אריין, אמת'ע און נישט אמת'ע, נארמאלע און אומנארמאלע, ומנגד זה די גרינגקייט מברר צו זיין זאכן וואס האט געמאכט איינזען וויפיל האפט א געשריבענע ווארט האט, איז שוין בכלל נישט דא די סארט געמאכטע מעשיות וואס קענען איבערקערן א שטאט, יעדער וואס הערט אזא מעשה אויב האט ער עס נישט געזען מיט די אויגן נאר ער הערט עס נאך, און כ"ש ווען ער ווייסט אז ס'איז דא ווער עס שטיפט אן אגענדע דא, זאגט זיין קאפ גלייך "לאז אפ די שטותים. א מעשה ווי אלע מעשיות".
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 110

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

Screenshot_20241021_224222_WhatsApp.jpg
Screenshot_20241021_224222_WhatsApp.jpg (117.15 KiB) געזען געווארן 1119 מאל
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 110

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

Screenshot_20241021_224226_WhatsApp.jpg
Screenshot_20241021_224226_WhatsApp.jpg (101.18 KiB) געזען געווארן 1118 מאל
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 737

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

צוליב די אנגייענדע שמוציגע העצע אין די פרייע פרעסע, וואס קומט פאר אין די לעצטערע שטיק צייט, האט מצילי אש ד'ראקלענד ארויסגעשטעלט די פאלגענדע פרעס ריליעס צו אויסקלארן די מציאות.

מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
זיבן פעטע קוען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:09 pm
x 290

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיבן פעטע קוען »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 11:19 pm צוליב די אנגייענדע שמוציגע העצע אין די פרייע פרעסע, וואס קומט פאר אין די לעצטערע שטיק צייט, האט מצילי אש ד'ראקלענד ארויסגעשטעלט די פאלגענדע פרעס ריליעס צו אויסקלארן די מציאות.
► Show Spoiler
גוט!
גיימער בויען אידטיש אינאיינעם
#טראמפ 47
נייעס און אלעס איבער דעם
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

image.png
image.png (439.71 KiB) געזען געווארן 866 מאל
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1507
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2921

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:33 pm image.png
?

כאפ נישט
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3582

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 9:15 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:33 pm image.png
?

כאפ נישט
מען זעט דא די קאלס פון ברוערס, און מען זעט א קאל איבער קארבאן מאנאקסייט אויף 11 עיש סטריט, און דריי שעה דערויף, דאס הייסט נאכ'ן קליערן, איז געווען א פרישע קאלל אויף די זעלבע אדערס פאר קארבאן מאנאקסייד. דאס הייסט אז ברוערס האט געהאט א סקאנדאל... געקליערט א הויז מיט קארבאן מאנאקסייד!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

איינער דא קען נומבערס?
ביי וועלכע נומבער הייסט קארבאן מענאקסייד שעדליך אז מ'דארף רופן הצלה?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 737

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

יעצט ווען מ'רוקט די זייגערס איז איינגעפירט אין די וועלט צו טוישן די באטאריעס פון די סמואק דיטעקטערס, ווייל האבן סמאוק דיטעקטערס וואס אפערירן נישט, איז ווי נישט האבן קיין סמואק דיטעקטערס, מאכט זיכער אז אייער סמואק דיטעקטערס ארבעטן

סמאוק דיטעקטערס ראטעוועט לעבנס
Ad - Changing Clock - Email.jpg
Ad - Changing Clock - Email.jpg (288.21 KiB) געזען געווארן 743 מאל
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

באריכט פון
~ חג הסוכות תשפ"ה לפ"ק ~
בס"ד איז אפגעהאלטן געווארן א הערליכע יום טוב, ס'איז ב"ה אדורך מיט אירע פילן פראכט און שיינקייט, ווען כלל ישראל האט פארברענגט מיט די משפחות און געקענט מקיים זיין די מצות היום טוב פון עסן אין די סוכה מיט א ספעציעלע הרחבת הדעת ב"ה
היות אין די יום טוב סוכות ווען כלל ישראל גייט ארויס אינדרויסן צו די סוכות נעמט מען געווענטליך נישט מיט די געהעריגע פורניטשער טישן, און במילא שטעלט מען די לעכט אויף שוואכערע סארט טישן, ווי אויך קאנעקט מען אליינס די עלעקטריק און מ'שטעלט איין היטער"ס צו הייצן די סוכות, וואס דאס אלעס אויב מ'טוט דאס לייכטזוניג קען דאס פירן צו שריפות רח"ל, דערפאר האט מצילי אש אונטערגענומען א ספעציעלע קאמפיין פון אויפוואכזאם מאכן דעם ציבור אויף די פילע זאכן וואס קענען גיין שלעכט ביים בויען די סוכה, און אין וואס מ'דארף נזהר זיין, און ספעציעל פראקלאמירט א גורל אז די מצילי אש טראק וועט אראפקומען חול המועד צו א משפחה וואס וועט טוען די אלע נויטיגע מאסנאמען ביים בויען די סוכה אא"וו

בחסדי השי"ת האבן די עדס געהאט די נויטיגע אפקלאנג, און יהדות מאנסי האט ערנסט גענומען די הוראות, און בחסדי השי"ת האט מען נישט געהערט דעם יום טוב פון קיין שום סוכה פייער במשך די גאנצע יום טוב סוכות [בעת וואס אין אנדערע שטעט האט מען געהערט עטליכע דערפון, און ביי איין פאל האט עס אויך געשעדיקט דריי דירות דענעבן, ב"ה אן קיין מענטשליכע שאדן], מצילי אש האט ערהאלטן צענדליגע פאן-קאלס אין די טעג בעפאר סוכות מיט שאלות פון מענטשן ווי אזוי זיך צו באגיין ביים בויען די סוכה, און אויב מ'רעכנט אויך די פריוואטע קאלס וואס מעמבערס האבן געהאט, קומט דאס אן צו אריבער הונדערט קאלס אלעס אין די טעג פון ערב סוכות בנוגע פייער סעיפטי
בנוסף לזה איז געווען זייער א ביזי צייט די טעג פון ערב סוכות, ווען מענטשן קאכן מער, קאנעקטן מער עלעקטריק וכדו', אין די טאג פון ערב סוכות אליינס איז געווען א קיימא לן פון פופצן קאל'ס, דעראונטער דריי אויווען פייערס, און זעקס עלעקטריק קאלס, און מצילי אש האט רעאגירט צו די אלע קאלס מיט די באקאנטע בליץ שנעלקייט און פראפעסיאנאליזם

במשך פון די יום טוב טעג, איז מצילי אש געווען גרייט על כל צרה שלא תבוא, און טאקע רעספאנדעט צו צוויי קאלס אום יום טוב, איינס אין די ערשטע טעג, ביי א קיטשען פייער, ווען טרעוועלינג לעכט אין א אויווען [א גרויסע סכנה] האט אנגעהויבן ברענען, און נאכן פראבירן צו לעשן אליינס מיט וואסער [א גרויסע טעות] איז די פייער גרעסער געווארן, אזש ס'האט שוין שווארץ געמאכט די קעבינעטס פונעם קאך, האט מען גערופן מצילי אש, און צוויי מעמבערס זענען געפארן און פארלאשן די פייער און זיכער געמאכט אז אלעס איז סעיף. און אויך איינס אין די צווייטע טעג, ווען א אויווען האט געברענט, די ערשטע מעמבער אויפן סיען האט פארלאשן די פייער, ביי ביידע קאלס האבן די שבת גוים אויסגעליפטערט די דירה און אהיימגעדרייווט די מעמבערס נאכן קאל. ווי אויך איז געווען נאך עטליכע קאלס וואס די גוים האבן אויפגעפיקט די אידן צו גיין צום קאל, אלעס לויט די הוראה פונעם רב שליט"א

דורכאויס ימי חול המועד האט מצילי אש ריספאנדעט צו פיר-און-צוואנציג קאלס, פון דעם איז געווען פינף אויווען פייערס, און איין גרויסע בראש פייער, אלעס איז געדילט געווארן מיט די פראפעשנאליזם און שנעלקייט פון מצילי אש, און ב"ה מונע געווען אסאך שאדן פאר אחינו בני ישראל
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

א בילד פון דעם פארגאנגענעם חול המועד סוכות, וואו מ״א האט פלינקערהייט פארלאשן א גרויסע בראש פייער וואס האט געברענט נעבן א הויז און עטליכע טראקס
פיילס
unnamed (82).jpg
unnamed (82).jpg (65.45 KiB) געזען געווארן 737 מאל
כמוז דיר זאגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 10

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 10:33 pm איינער דא קען נומבערס?
ביי וועלכע נומבער הייסט קארבאן מענאקסייד שעדליך אז מ'דארף רופן הצלה?
35 ppm דארף מען ארויסגיין פון די בילדונג אונטער 9ppm ביז 8 שעה איז נישט קיין פראבלעם
@וואוילער האסט א טעסטער פאר דעם
כמוז דיר זאגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 10

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

און רוב פעלער וועט א קארבאן מענאקסייד אלארם נישט קלינגען אונטער 50ppm
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

דאס איז וואס איך האב געטראפן

Carbon_Monoxide_Levels_Chart.jpg
Carbon_Monoxide_Levels_Chart.jpg (219.25 KiB) געזען געווארן 667 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

@פלאם וואס זענען די ר"ת קאודס?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

כמוז דיר זאגן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:43 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 10:33 pm איינער דא קען נומבערס?
ביי וועלכע נומבער הייסט קארבאן מענאקסייד שעדליך אז מ'דארף רופן הצלה?
35 ppm דארף מען ארויסגיין פון די בילדונג אונטער 9ppm ביז 8 שעה איז נישט קיין פראבלעם
@וואוילער האסט א מעסטער פאר דעם
כמוז דיר זאגן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:52 pm און רוב פעלער וועט א קארבאן מענאקסייד אלארם נישט קלינגען אונטער 50ppm
יישר כח.
לויט וויפיהל איך ווייס קלינגט געווענליך ביי 35-40.

מצילי אש האט מעסטערס/טעסטערס,
די סיבה פארוואס איך פרעג איז, ווייל פון די ריקארדינג פון FD הערט מען אז זייערע העכסטע נומבער ביי יענע קאל איז געוועהן אינטער 60, און פארדעם דרייען זיי איבער א שטאט ווי כאילו מ'רעדט פון האר א אויפשטעלענדע סכנה'דיגע מעשה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
כמוז דיר זאגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 10

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 2:08 pm
כמוז דיר זאגן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:43 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 10:33 pm איינער דא קען נומבערס?
ביי וועלכע נומבער הייסט קארבאן מענאקסייד שעדליך אז מ'דארף רופן הצלה?
35 ppm דארף מען ארויסגיין פון די בילדונג אונטער 9ppm ביז 8 שעה איז נישט קיין פראבלעם
@וואוילער האסט א מעסטער פאר דעם
כמוז דיר זאגן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:52 pm און רוב פעלער וועט א קארבאן מענאקסייד אלארם נישט קלינגען אונטער 50ppm
יישר כח.
לויט וויפיהל איך ווייס קלינגט געווענליך ביי 35-40.

מצילי אש האט מעסטערס/טעסטערס,
די סיבה פארוואס איך פרעג איז, ווייל פון די ריקארדינג פון FD הערט מען אז זייערע העכסטע נומבער ביי יענע קאל איז געוועהן אינטער 60, און פארדעם דרייען זיי איבער א שטאט ווי כאילו מ'רעדט פון האר א אויפשטעלענדע סכנה'דיגע מעשה.
35 40 ppm וועט קלינגען נאך 10 שעה
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

היות ס'איז דא עטליכע אגנטורן וואס געבן אן אנדערע נאמבער'ס אלץ שעדליך נאך א געוויסע זמן וכדומה, דעפאר שטייט די חשבונותו לויט די אגענטורן, ווי פאלגענד:

World Health Organization (WHO)
(Environmental Protection Agency (EPA
National Ambient Air Quality Standards (NAAQS)
American Conference of Governmental Industrial Hygienists (ACGIH)
National Institute for Occupational Safety and Health (NIOSH)
Occupational Safety and Health Administration (OSHA)

אא"וו
כמוז דיר זאגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 10

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

פלאם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 2:47 pm היות ס'איז דא עטליכע אגנטורן וואס געבן אן אנדערע נאמבער'ס אלץ שעדליך נאך א געוויסע זמן וכדומה, דעפאר שטייט די חשבונותו לויט די אגענטורן, ווי פאלגענד:

World Health Organization (WHO)
(Environmental Protection Agency (EPA
National Ambient Air Quality Standards (NAAQS)
American Conference of Governmental Industrial Hygienists (ACGIH)
National Institute for Occupational Safety and Health (NIOSH)
Occupational Safety and Health Administration (OSHA)

אא"וו
ביי אונז האט מען אנגענומען לויט די EPA
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

כמוז דיר זאגן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 3:07 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 2:47 pm היות ס'איז דא עטליכע אגנטורן וואס געבן אן אנדערע נאמבער'ס אלץ שעדליך נאך א געוויסע זמן וכדומה, דעפאר שטייט די חשבונותו לויט די אגענטורן, ווי פאלגענד:

World Health Organization (WHO)
(Environmental Protection Agency (EPA
National Ambient Air Quality Standards (NAAQS)
American Conference of Governmental Industrial Hygienists (ACGIH)
National Institute for Occupational Safety and Health (NIOSH)
Occupational Safety and Health Administration (OSHA)

אא"וו
ביי אונז האט מען אנגענומען לויט די EPA
ביי אונז ווי? ביי אונז אין חב"ד אדער אין פאפא?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3842

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שמח »

1000337430.jpg
1000337430.jpg (177.33 KiB) געזען געווארן 324 מאל
1000337429.jpg
1000337429.jpg (318.84 KiB) געזען געווארן 324 מאל
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 110

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

איז מצילי אש געווען ביי די Brush fire היינט?
nick name
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:10 pm
x 19

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך nick name »

?
מצילי אש ד'ראקלענד
845-426-9111
שרייב פאוסט