הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ערב יום הקדוש ט' תשרי

הרה"ק רבי נפתלי הירצקא ב"ר יעקב פרץ הלוי זי"ע, (זילבערמאן), בעל זכרון נפתלי, מראצפערט,

ער איז געבוירן אין שטאט פויטש, בשנת תק"פ,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי יעקב פרץ הלוי זי"ע,
בן אחר בן פונעם הייליגען טורי זהב מלבוב זי"ע.

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת פרומט ע"ה,
וואס איז געווען א אשה צנועה מאוד, און א גאר ערליכע פרוי, מען פלעגט איר רופן "די גוטע צנועה פרומט", האט דערציילט דער זון רבי הירצקא'לע, אז די מאמע פלעגט יעדן טאג באגלייטן אים מיטן ברודער הרה"ק רבי משה זי"ע צו די חדר, און פלעגט יעדן טאג מתפלל זיין מיט טרערן אין די אויגן, אז די קינדער זאלן האבן הצלחה אין זייערע לימודים און זיי זאלן אויסוואקסן אמת'ע יראי השם.

ער איז געווען א איש קדוש ונורא מאוד, א צדיק מפורסם מופת הדור און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, ער איז געווען באוויסט אלס א גאר הייליגער אפגעהיטענער צדיק, ער האט געהאט א מנהג אז פארענדיג אויפן וועג האט ער מקפיד געווען צו פארן נאר אין א וואגן וואס איז פארמאכט פון אלע פיר זייטן, כדי ער זאל זיין אפגעשיידט פון די וועלט און נישט ח"ו נכשל ווערן מיטן ארויס קוקען פון זיינע ד' אמות.

זיין עבודת התפלה איז געווען מיט א געוואלדיגע התלהבות און א אש להבה, ער האט זיך גאר אסאך מסגף געווען אין זיין לעבן און ער האט געפאסט גאנצעטע טעג, און אפילו ווען מען האט שוין יא געגעסן, איז דאס געווען ממש נאר טועם זיין, דאס עמטליכע עסן וואס מען האט געקענט פויעלען ביי דעם צדיק צו עסן, איז געווען קאלטע פאטעטאס.

ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען מיט צדקה וחסד אויף א גאר הויעכע דרגה, ער האט גאר אסאך געלט צוזאמען געשטעלט פאר די עניי ארץ ישראל, ער האט קיינמאל אפילו נישט געטראכט אז ער איז באמת ראוי צו זיין א מנהיג ישראל, נאר פונקט פארקערט ער איז געווען א גרויסער עניו און א ירא חטא וואס האט זיך כסדר דערוואטערט פון פורסם, אבער ווי די גמרא זאגט "כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו" האבן זיך הונדערטער אידן מדבק געווען אין דעם צדיק וקדוש, און ער איז מפורסם געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות.

ווי עס איז באקאנט די מעשה ווי אזוי דער צדיק וקדוש איז נתפרסם געווארן אלס א רבי און א פועל ישועות, דערציילט מען אז וואוינענדיג נאך אין שטאט יאנאשי ווען ער איז נאך געווען באהאלטן און די וועלט האט נאך דאן נישט געוויסט זיין גדלות און קדושה, נאר דער צדיק איז געזעצן און עוסק געווען בתורה ועבודה אן קיין פורסם, אבער דאן איז ער נתגלה געווארן חוץ לדרך הטבע.

איין יאר ערב שבת קודש שבת שירה איז אנגעקומען א וואגן מיט חסידים צום שטוב פון ר' הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע, ווען דער צדיק האט זיי געפרעגט פארוואס זיי קומען צו אים, האבן די חסידים געזאגט אז זיי זענען אויפן וועג צו זייער רבין, אבער אזוי ווי עס איז שוין שפעט און זיי וועלן שוין נישט קענען אנקומען אויף שבת צו זייער רבין, דערפאר האבן זיי געקלערט צו בלייבן דא ביי אים אויף שבת קודש.

דער צדיק וואס איז אייביג געווען גרייט אריין צו נעמען געסט, האט זיי בחפץ לב אריין גענומען צו זיך אויף שבת, אבער גלייך נאכדעם איז אן געקומען נאך אפאר וואגאנען מיט חסידים מיט די זעלבע מעשה, אז זיי זענען אויפן וועג און זיי האבן שוין נישט קיין צייט אן צוקומען צו זייער רבין אויף שבת, פארשטייט זיך אז דער צדיק האט זיי אלע אויך אריין גענומען פאר שבת קודש, און אזוי האט דער צדיק אפגעראכטן א דערהויבענע שבת קודש מיט די חסידים,
ווען עס איז געקומען דעם קומענדיגען שבת מתן תורה האט פאסירט דאס זעלבע, אז חסידים זענען אנגעקומען ערב שבת קודש צום שטוב פון דעם צדיק, און אזוי האט זיך איבער געשפילט די זעלבע מעשה, און אזוי איז די נאמען פון דעם צדיק מפורסם געווארן אלס א עובד השם און א קדוש וטהור.

דאן האט דער צדיק געטיישט דעם פסוק (שמות כ"ב) כִּי תֵצֵא אֵשׁ, עס איז ארויס א פייער פון חסידישע אידן, וּמָצְאָה קֹצִים, און זיי האבן געטראפן קוצים האט ער געזאגט ברוב ענוותנותו, שַׁלֵּם יְשַׁלֵּם הַמַּבְעִר אֶת הַבְּעֵרָה, בין איך דאך נישט שילדיג, נאר דער רבוש"ע וואס האט אנגעצינדן דעם פייער איז אחריות אויף דעם.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רחל ע"ה,
בת מוה"ר רבי איסר דוד ז"ל.

קודם איז ער געווען רב אין שטאט יאנושי און בשנת תרמ"א איז ער געווארן רב אין דעם גרויסן שטאט ראצפערט, דארט איז ער נספרסם געווארן מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע עבודה בקדושה, הונדערטער אידן זענען געקומען זען דעם עבודת הקודש און נעמען ברכות פון דעם צדיק וקדוש, און הונדערטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות פון ברכות קדשו.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ער האט זיך מסתופף געווען בצלו פון די צדיקים בדורו ובתוכם,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע,
הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע, וואס דארט איז ער געווען גאר אסאך אויף שבת מברכים, צוזאמען מיט זיין ידיד נפשי הגה"ק רבי ישראל חיים ברוין העברי בעל פרי עץ אבות מבודאפעסט זי"ע,
הגה"ק רבי שמואל שמעלקא בעל צרור החיים מסעליש זי"ע,
הרה"ק רבי אשר אנשיל יונגרייז בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע,
הרה"ק רבי אשר ישעי' בעל אור ישעי מראפשיץ זי"ע.

גאר שטארק איז ער געווען דבוק אין הרה"ק רבי חיים בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, ער איז געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען דברי חיים גאר אסאך, ובפרט אויף די ימים נוראים און ימים טובים איז ער כסדר געפארן קיין צאנז.

דערציילט מען אז איין יו"ט שבועות, ווען ער איז געווען ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע אויף יו"ט, און כדרכו בקודש האט דער צאנזער רב אליין געליינט די קריאת התורה, און ווען דער צאנזער רב האט געליינט די עשרת הדברות, האט דער צדיק רבי הירצקא'לע געהערט ווי צוויי חסידים רעדן צווישן זיך, אז די יאר שפירט די רבי נישט אזוי גוט, ווייל ביים ליינען די עשרת הדברות, איז עס נישט געווען מיט די זעלבע שטארקייט ווי אייביג,
גלייך האט רבי הירצקא'לע געזאגט פאר די חסידים, עס קען נישט זיין ווי עטץ זאגט, ווייל איך בין געשטאנען גאר ווייט פון דעם בימה ווי דער רבי איז געשטאנען, און איך האב געהערט די קולות פונקט ווי ביים מעמד הנבחר ביים בארג סיני אזוי ווי איך הער עס יעדעס יאר און איך האב נישט געשפירט קיין שום שנוי.

דערציילט מען אז אפילו דער צדיק איז געווען אויף גאר הויעכע מדרגות אין עבודת השם און אויך אין קדושה, האט ער זיך אבער מסתופף געווען ביי די צדקי הדור ווי א חסיד ביי זיין רבין, ער האט פון זיך בכלל נישט געהאלטן און אייביג געזאגט אז יעדער פשוטער איד איז אסאך העכער ווי אים אין קדושה און עבודת השם.

דערציילט מען אז איינמאל איז די רבי געווען ביים הייליגען ראפשיצער רב זי"ע, און יענעם טאג איז דער ראפשיצער רב אריין געקומען צום דאווענען פריער ווי געווענליך, דער הייליגער רבי הירצקא'לע איז נאכנישט געווען גרייט צום דאווענען, און ער האט געטראכט וואס ער זאל טון, ווייל ער האט זייער חשק געהאט צו דאווענען צוזאמען מיט זיין רבין,
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט גלייך מרגיש געווען און תופס געווען זיין מחשבה, דער ראפשיצער רב דרייט זיך אויס צו רבי הירצקא'לע און זאגט אים "איר זענט שוין גרייט צום דאווענען" האט רבי הירצקא'לע דערציילט אז גלייך נאך די ווערטער פונעם רבין, האט ער באמת מרגיש געווען אז ער איז גרייט מיט אלעם צום דאווענען מיט די גרויסע כח פון זיין הייליגען רבין.

הגה"ק רבי הלל ליכטנשטיין מקראסנא זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע געווען ביים הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע אויף שבת קודש, דער הייליגער צאנזער רב האט זיך דאן נישט אזוי גוט געשפירט און ער האט געפראוועט דעם שבת ביי זיך אין שטוב,
ביי שלש סעודות איז דער צאנזער רב נישט אריין געקומען אין ביהמ"ד, נאר האט געפראוועט ביי זיך אין שטוב די סעודות רעווא דרעווין, און האט אליין געהייסן וועם מען זאל אריין לאזן, און רבי הירצקא'לע איז נישט געווען פון די וואס זענען אריין, אבער ער האט דאך געוואלט מיט האלטן, דערפאר האט ער זיך געשטעלט אינדרויסן פונעם טיר, כדי צו קענען הערן דעם שלש סעודת ביים רבין,
אזוי שטייענדיג ביים טיר איז נאך א איד געקומען דארט, און אזוי ווי עס איז געווען טונקל אין שטוב ביים צאנזער רב, האט דער איד געטראכט אז ער וועט זיך אריין כאפן, וויבאלד דער צאנזער רב וועט סיי ווי נישט זען, אבער אזוי ווי דער איד גייט אריין שרייט דער הייליגער צאנזער רב, ארויס ארויס, הירצקא אריין.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ווי באוויסט האט זיך דער צדיק מסתופף געווען ביי כמעט אלע צדיקים בדורו, אבער ער פלעגט בשום אופן נישט וועלן זיצן אויבן אן אדער ביי מזרח וואנט, נאר ער פלעגט זיך זעצען נעבן דעם אויווען, אויך האט ער זייער מקפיד געווען, אז מען זאל אים נישט מכבד זיין, נאר ער האט געוואלט זיין ביי דעם צדיק פשוט אלס חסיד.

דערציילט מען אז איינמאל איז דער צדיק מראצפערט געווען אין שטאט דעברעצין, און דורך געגאנגען דעם שוק מארק, ער האט ארויס גענומען א זעקל שטרוי און ער האט געפיטערט די פערד וואס זענען דארט געשטאנען און אליין געברענגט וואסער פאר די פערד, וויבאלד דער צדיק האט זיך געפירט מיטן מידה פונעם באשעפער וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו, און די אלע וואס קומען צום מארק פארגעסן דאך פון די פערד, און דערפאר האט דער צדיק זיי אינזין געהאט,
ווען איינע פון די אידן וואס זענען דארט געשטאנען האט געפרעגט דעם צדיק, ווי אזוי פאסט עס פארן ראצפערט רב צו טיילן דאס עסן פאר די בהמות, האט דער צדיק געזאגט, דעם באצאלט וואס איך באקום פון די קהלה אין ראצפערט דאס באטרעפט גענוג צו זיין רב אין ראצפערט, אבער אין דעברעצין בין איך שוין נישט רב.

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אונעם ספר זכרון נפתלי.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
חתנו הגה"ק רבי דוד קעסטענבוים זי"ע,
חתנו הגה"ק רב יעקב הלוי ביילוש אב"ד יאנאשי זי"ע,
בנו הרה"ק רבי יעקב פרץ מנירבאטור זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי שמואל פויגל זי"ע,
בנו הרה"ק רבי משה זי"ע ממלא מקום אביו,
בנו הרה"ק רבי אהרן זי"ע.

די לעצטע יאר בחייו איז דער צדיק געפארן צוזאמען מיט הרה"ק רבי ברוך'ל מגארליץ זי"ע צו אפאר שטעט, און דער צדיק רבי הירצקא'לע איז געווען כמו דער גבאי פאר רבי ברוך'ל זי"ע, ביי איין שטאט האט מען שבת קודש מכבד געווען רבי הירצקא'לע צו דאווענען פארן עמוד פסוקי דזמרה,
ביי די ווערטער "נַפְשֵׁנוּ חִכְּתָה לַד" האט דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע אויפגעהויבן דעם עמוד און דאס געלייג העכערן קאפ, און אזוי ארום שפאצירט דעם ביהמ"ד זאגענדיג די ווערטער "נַפְשֵׁנוּ חִכְּתָה לַד", נאכן דאווענען ביים טיש האט רבי הירצקא'לע געזאגט פאר רבי ברוך'ל "איך ווייס נישט עפעס האט זיך מיר געדאכט ביי פסוקי דזמרה אז ס'איז יום הקדוש", דאן האט רבי ברוך'ל ארויס געלאזט א קרעכץ,
יענעם יאר בשנת תרנ"ח איז דער רבי ר' הירצקא'לע אריין צו זיך אין שטוב נאך סעודת המפסקת, דער גאנצער עולם האט געווארט אז די רבי זאל ארויס קומען צו כל נדרי, אבער ער קומט נישט אריין, ווען מען איז אריין צו זיין שטוב האט מען געזען, אז יצתה נשמתו בקדושה וטהרה און דער צדיק איז דאן נסתלק געווארן.

דערציילט מען אז ביים לוי האבן איינע פון די צדיקים מספיד געווען דעם צדיק מיט די ווערטער, "מיין טייערע ברודער ר' הירצקא, פאר דיר וועט גארנישט פעלן דארט אויבן, די קאלטע קארטאפל וועסטו דארט אויך האבן, אבער פאר אונז ביסטו אן אבידה שאין לה תמורה".

נסתלק לגנזי מרומים ערב יום הקודש ט' תשרי בשנת תרנ"ח, ומנומחו כבוד איז אין שטאט ראצפערט,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז איינמאל איז דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע געווען אין ליסקא ביים צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, און ווי עס איז באקאנט האט דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע געדאווענט מיט א מוראדיגע רעש און אן אש קודש, און ווי באוויסט האט דער הייליגער ליסקער צדיק נישט געקענט אויסהאלטן ווען איינער דאווענט מיט קולות אבער מיינט דאס נישט אמת'דיג,
יענעם שבת קודש האט מען צו געשיקט צום עמוד פסוקי דזמרה דעם צדיק מראצפערט, אנפאנג האט ער זיך נאך איין געהאלטן לכבודו פונעם הייליגען צדיק מליסקא, אבער נאך אפאר מינוט האט ער אנגעהויבן דאווענען מיט מוראדיגע קולות און געקלאפט מיט די פיס,
דער עולם האט זיכער געמיינט אז דער הייליגער רבי הירשעלע ליסקער זי"ע וועט אים אפשטעלן פון דאווענען מיט א רעש, אבער נאכן דאווענען האט דער צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע זיך אנגערופן, ווען עס ברענט א פייער שרייט מען, און דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע שרייט נאר ווייל עס ברענט באמת אין אים דאס קדושת שבת קודש.

דערציילט מען אז דער צדיק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע פלעגט יעדעס יאר פארן ז' אדר צום ציון פון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע אזוי ווי אלע צדיקים בדורו, ער פלעגט יעדעס יאר זאגן תהילים אמאל האלב אמאל גאנץ, איין יאר איז ער געווען ביים ציון קדשו אין קאלוב און געזאגט נאר 10 קאפיטלעך תהילים,
ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס נאר 10 קאפיטלעך, האט דער צדיק געזאגט, אז ער זאגט תהילים ביים ציון ביז ער הערט דעם הייליגען קאלובער אויך מיט זאגן תהילים, דאס יאר האט ער שוין נאך 10 קאפיטלעך געהערט ווי דער צדיק זאגט שוין מיט, האט ער געוויסט אז ער האט שוין געפויעלט די ישועה.

דערציילט מען דעם הייליגען נאכט פון יום הקדוש איז דער הייליגער צדיק מראצפערט געשטאנען ארום גענומען מיט זיינע חסידים, האט ער אויף געהויבן זיינע הייליגע הענט צום הימל און געזאגט, רבוש"ע דער ציגיינער ווען ער איז שילדיג געלט פאר דעם שענק הויז, און ער האט נישט צו באצאלן, זאגט ער פארן ארענדער, איך האב נישט קיין געלט אבער טאנצן קען איך וועל איך דיר באצאלן מיטן שיין טאנצן,
און דאן האט זיך דער צדיק אינעם הייליגען נאכט ארויס געלאזט אין א טאנץ צוזאמען מיט זיינע חסידים און געזונגען אנעים זמירות, און מיט דעם געפויעלט ישועות ורפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.

ווי באקאנט איז דער ערשטער נאמען נאכן צדיק געווען הרה"ק רבי נפתלי הירצקא העניג משארמאש זי"ע, האט ער זיך איין טאג אפגערעדט פאר די מאמע, אז ער הייסט נאכן הייליגען זיידן, און ער האט נאך קיינמאל נישט געזען דעם זיידן אין חלום, און ער וואלט זייער געוואלט זעהן אמאל דער צורת קדשו פונעם זיידן נאך וועם ער הייסט,
יענע נאכט האט דער אייניקל געזען דעם זיידן אין חלום, ער איז זייער נשתומם געווארן אז נאך יענעם טאג וואס ער האט גערעדט צו זיין מאמע און שוין איז די זיידע געקומען אין חלום, האט ער געפרעגט דעם זיידן, די זיידע קען קומען מעולם העליון ווען ער וויל,
האט די זיידע געזאגט, עס איז באקאנט אז רבינו הקדוש זי"ע נאכן הסתלקות איז יעדע וואך שבת קודש געקומען מאכן קידוש פאר זיין רעבעצין, ביז עס איז נתפרסם געווארן האט ער אויף געהערט קומען, ווייל א צדיק וואס איז אפגעהיטן און איז נישט נהנה פון די וועלט ווען ער לעבט, האט ער א זכי' אז ער קען אראפ קומען ווען ער וויל מעולם העליון, דאן האט דער אייניקל דער שארמאשער רב זי"ע שוין געהאט דער ענטפער, אז דער זיידע רבי הירצקא'לע האט קיינמאל נישט נהנה געווען פון די וועלט, און דערפאר איז אים דאס אראפ קומען אנגעקומען גרינג.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

זיין רבי האט גערופן דעם תלמיד רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע "דער פולישער בחור" ווייל ער פלעגט דאווענען מיט קולות, האבן די בחורים אים אויך אזוי גערופען, ווען זיין רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר די אנדערע בחורים, עטץ פארשטייט נישט וואס איך מיין, איך רוף אים פולישער בחור, ווייל ער וועט נאך זיין א גרויסע "פועל ישועות".

עס איז ידוע אז דער צדיק פלעגט יעדעס יאר אויס זאגן גאנץ תהילים חמשה עשר בשבט, כדי ער זאל זוכה זיין צו א שיינעם אתרוג, איין יאר האט מען גאר אסאך געשטערט דעם צדיק חמשה עשר בשבט, און דערפאר האט ער יענעם יאר געהאט א אתרוג וואס איז געווען נאר האלב שיין און דער אנדערע האלב איז נישט געווען אזוי שיין.

אמאל איז געקומען צום צדיק וקדוש רבי הירצקע'לע ראצפערטער זי"ע א איד וואס האט געברויכט באצאלן פארן פריץ א גרויסע סכום געלט, און ער האט דאס נישט געהאט צו באצאלן, האט אים דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע זי"ע געהייסן, יעדעס מאל דער פריץ קומט בעטן דאס געלט זאלסטו זאגן דעם פסוק "הַפְקֵד עָלָיו רָשָׁע וְשָׂטָן יַעֲמֹד עַל יְמִינוֹ" און די וועסט פטור ווערן פון אים.

דער איד מיט זיין אמונת צדיקים האט געפאלגט דעם רבין, און יעדעס מאל דער פריץ איז געקומען האט ער געזאגט דעם פסוק, כך הוה דער פריץ איז זיך אוועק געגאנגען, ביז איין טאג האט דער פריץ זיך אוועק געצויגען פונעם שטאט, און דער איד איז געבליגען מיטן קרעטשמע אימזינסט.

אמאל איז געקומען א פרוי וואס עס איז איר געבוירן געווארן א צווילינג, און זיך באקלאגט אז זי האט נישט קיין מילך פאר די קינדער, האט דער הייליגער רבי הירצקא'לע געזאגט איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס איז געווען ביים הייליגער צדיק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע.

איינמאל ווען זיין איידעם הרה"ק רבי אשר'ל מרופשיץ זי"ע איז נאך געווען יונג, איז דער שווער דער הייליגער ראפשיצער רב אריין געקומען אין די קאך, און זיך געבייזערט אז מען געט אים נישט גענוג מילך, שפעטער איז אריין געקומען א אידענע און זיך מזכיר געווען אז זי האט נישט קיין מילך פאר די קינדער, האט דער הייליגער ראפשיצער רב געבענטשט אז זי זאל געהאלפן ווערן מיט מילך,
א שטיק צייט שפעטער איז דער ראפשיצער רב אריין געקומען אין קאך, און זיך באקלאגט אז מען געט אים נישט קיין קרעפטיגע מילך, נאר עס האט צו אסאך וואסער אריין געמישט, דער איידעם האט שוין דאן פארשטאנען אז דא פארארבעט דער שווער הויעכע ענינים, גלייך נאכדעם איז די פרוי אריין געקומען, און זיך באקלאגט אז די מילך וואס זי האט איז נישט גענוג קרעפטיג פאר די קינדער, האט דער ראפשיצער רב איר אנגעוואונטשן אז די מילך זאל זיין פון יעצט און ווייטער קרעפטיג, פארשטייט זיך אז די פרוי איז שוין מער נישט צוריק געקומען,
דאן האט דער הייליגער צדיק מראצפערט זי"ע אויך אנגעוואונטשן פאר די פרוי, אז זי זאל האבן אן השפעה און האבן גענוג מילך פאר די צווילינג, און כך הוה עס איז געווען ביי די פרוי א גרויסע שפע.

דער הייליגער צדיק מראצפערט זי"ע פלעגט יעדעס יאר אויף ראש השנה און יום הקדוש פארן צו זיין רבין דער הייליגע צאנזער רב זי"ע.

איין יאר האט ער נישט געקענט פארן אויף ראש השנה, איז ער געפארן אויף שבועות, און אזוי ווי דער מנהג איז ביי אידן, אז ערב ראש השנה קויפט מען א נייעם מעסער וועגן החותך חיים לכל חי, איז דער צדיק מראצפערט ארום זיכן ערב שבועות א נייע מעסער, דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס רבי הירצקא'לע טוט דא, אבער ווען ער איז אריין געקומען צום צאנזער רב, האט דער דברי חיים דאס גלייך מרגיש געווען און געוואונטשן פאר רבי הירצקא'לע "א גוט געבענטשט יאר".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז ווען רבי הירצקא'לע זי"ע פלעגט פארן קיין צאנז צו זיין הייליגען רבין דער דברי חיים זי"ע פלעגט ער דורך פארן אסאך שטעט, און אידן פלעגן אים געבן קוויטלעך און פדיונות צו טראגן קיין צאנז, און ווען ער פלעגט אנקומען צום צאנזער רב, האט ער אויס געפאקט די אלע קוויטלעך און פדיונות פארן צאנזער רב זי"ע, און ער פלעגט פויעלען גרויסע ישועות פאר די אלע אידן.

איין מאל ווען דער הייליגער צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע איז אנגעקומען קיין צאנז מיט די פדיונות, האט זיך דער הייליגער צאנזער רב זייער געפרייעט צו די געלט, ווייל ער האט געהאט גאר אסאך צדקה צוועקן וואס ער האט געברויכט פאר דעם די געלט, האט ער זיך אנגערופן מיט די פסוק פון תהילים אַל תִּבְטְחוּ בִנְדִיבִים בְּבֶן אָדָם שֶׁאֵין לוֹ תְשׁוּעָה,
און ער האט געזאגט די ווערטער, אַל תִּבְטְחוּ בִנְדִיבִים זיך פארלאזן אויף די וואס האבן געלט דאס העלפט נישט, נאר בְּבֶן אָדָם שֶׁאֵין לוֹ א מענטש וואס האט נישט וואס דאס איז רבי הירצקא'לע, תְשׁוּעָה ביי אים קען מען געהאלפן ווערן, אזוי ווי די צאנזער רעבעצין האט געהערט די ווערטער פון איר הייליגער מאן, האט זי גלייך געגעבן א קוויטל פאר רבי הירצקא'לע זי"ע.

דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע פלעגט יעדעס יאר יום הקדוש בעפאר כל נדרי דערציילן די מעשה, וואס איז פאר געקומען ביים הייליגען צדיק סניגורן של ישראל הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע.

איין יאר דער גאנצער עולם איז שוין אין שוהל און ווארט אז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע זאל אנהייבן כל נדרי, אבער דער צדיק פארזוימט זיך אין הייבט נישט אן כל נדרי, קיינער האט נישט געוויסט וואס עס גייט פאר, גאר שפעט האט זיך דער הייליגער בארדיטשובער געשטעלט כל נדרי, עס איז געווען א גרויסע פלא פאר די אידן פון שוהל,
שפעטער נאכן דאווענען האט דער הייליגער בארדיטשובער צדיק זי"ע דערציילט וואס עס איז פאר געקומען, דארט אין שטאט איז געווען א פרוי וואס האט געהאט א שטוב מיט קינדער, זי פלעגט יעדעס יאר אויסרעכענען צו זיין אין שוהל דעם הייליגסטן טאג פון יאר יום הקדוש ביי כל נדרי, אבער דאס יאר האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט, ווייל די קינדער האבן געברויכט זייער מאמע זאל בלייבן אין שטוב, דאס האט זייער וויי געטון פאר די פרוי אז זי קען נישט זיין ביי כל נדרי אין שוהל,
אבער אזוי ווי די פרוי האט געזען אז אלעס איז גרייט אין שטוב, איז זי שנעל געלאפן אין שוהל כדי כאטש צו מיט האלטן עפעס פונעם דאווענען, אזוי ווי זי קומט אריין אין שוהל, זעהט זי אז מען האלט נאך בעפאר כל נדרי, די פרוי איז געווען אזוי בשמחה, האט זי זיך אנגערופן מיט איר גרויס תמימות צום גרויסן באשעפער, "רבוש"ע וואס קען איך דיר באצאלן פאר די גרויסע טובה וואס די האסט מיט מיר געטון, אז מען האלט נאך בעפאר כל נדרי",
האט זי געגעבן א ברכה פארן באשעפער, "די זאלסט אזוי זען נחת ביי אונז, אזוי ווי אונז זעמיר נחת ביי דיר" און אויף דעם האט דער הייליגער בארדיטשובער צדיק זי"ע געווארט, וואס די ברכה פון דעם תמימות'דיגע פרוי האט אויף געבראכן אלע טויערן און יעצט קען מען צו גיין צו כל נדרי.

נאכן פטירה פונעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע זענען אמאל געקומען צום צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע א קבוצה חסידים וואס זענען געגאנגען צום הייליגען זון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, האט זיי דער הייליגער רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע געפרעגט, ווי אזוי די עבודה ביים הייליגען שינאווער רב זי"ע גייט צו, האט איינע פון די חסידים געזאגט אזוי ווי ביים טאטן דער הייליגער דברי חיים זי"ע,
האט זיך רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע אנגערופען, איינער וואס האט נישט געהערט יום הקדוש ווי אזוי דער הייליגער צאנזער רב זי"ע זאגט די ווערטער "אָֽנוּ מְלֵאֵי עָו‍ֹן וְאַתָּה מָלֵא רַחֲמִים" מיט א צובראכענקייט און אמת'דיגקייט, קען דאס נישט פארשטיין און דאס וועט מען שוין קיינמאל נישט הערן ביז משיח'ס טאג.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

א איד איז איינמאל געווען ביי רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע אויף שבת קודש, און דער הייליגער צדיק האט אים געהייסן שטעלן וויין אפאר מאל ביים טיש, וואס דאס איז געווען שלא כדרך ביים צדיק, דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, אבער נאך שבת ווען ער איז אהיים געפארן, האט ער זיך דערוויסט וואס דער צדיק האט דא שבת קודש ביים טיש ערלעדיגט און געראטעוועט די משפחה פין דעם איד,
דער שופט פון שטאט האט געזען ווי דער איד פארט אוועק פון שטאט אויף שבת, האט דער שופט אפ געמאכט אז ער גייט גנב'נען דאס גאנצע געלט פון די שטוב פון דעם איד שבת ווען ער איז נישט אינדערהיים, אבער בשעת מעשה האט זיך די ווייב און קינדער אויפגעוועקט און געמאכט א ויצעקו, האט דער שופט דער רשע אפגעמאכט אז ער וויל דאך נישט מען זאל וויסן אין שטאט אז ער איז א גנב, האט ער די גאנצע משפחה געבינדן אין קייטן, און ער האט רח"ל געוואלט הרג'נען די ווייב מיט די קינדער,
דער רשע האט צו געגערייט א תלי' כדי אויף צו הענגען די ווייב און קינדער, אבער דער שופט האט געוואלט אויספראבירן דעם תלי' אויב די שטריק איז גענונג שטארק, האט ער זיך אויף געשטעלט אויף א בענקל און אריין געלייגט די קאפ, דאן בשעת משעה האט דער צדיק ביי זיך אין שטאט געזען די צרה, און ער האט געהייסן שטעלן וויין, און דורך דעם האט דער צדיק געשיקט א מלאך וואס האט א ריק געגעבן דעם בענקל און דער רשע דער שופט איז געבליבן הענגען א פגר אויף דעם תלי', כֵּן יֹאבְדוּ כָל אוֹיְבֶיךָ ד'.

צום הייליגען צדיק מראצפערט זי"ע איז געקומען אמאל א איד און זיך אפגערעדט, אז א גוי פון ביי אים אין שטאט האט זיך פארטשעפעט מיט אים, און דער גוי סטראשעט אים אז ער וועט אים שיסן אויף טויט, האט דער הייליגער צדיק געזאגט ביי לכה דודי שטייט דאך "וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה שׁוֹסַיִךְ", דערפאר אויב ער וויל דיך שיסן וועט ער דערשאסן ווערן, אפאר טאג שפעטער האט דער גוי גערייניגט זיין ביקס, און בשעת מעשה האט דער ביקס א שאס געגעבן און דער גוי איז געפאלן א פגר אויפן פלאץ.

ווי באקאנט אז אלס יונגערמאן איז דער הייליגער צדיק רבי הירצקא מראצפערט זי"ע און דער צדיק הרה"ק רבי שמואל קאמאדער זי"ע געווען ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע אויף ראש השנה, און דעם צווייטען טאג בעפאר תקיעות שופר איז דער דברי חיים געזעצן ביי זיך אין שטוב און עוסק געווען מיט הכנות פאר תקיעות שופר,
האבן די צוויי צדיקים געוואלט זען מיט וואס דער הייליגער דברי חיים גרייט זיך אויף תקיעות שופר, האבן זיי זיך אריינגעכאפט אין שטוב פונעם דברי חיים ווען ער איז ארויס, און די צוויי האבן געזען אז דער דברי חיים האט געלערנט דעם ספר בני יששכר, עס איז זיי געווען א וואונדער, וויבאלד דער ספר איז נאך דאן געווען א נייער ספר, און זיי האבן זיך געוואונדערט אז פונקט אין דעם ספר קוקט דער הייליגער דברי חיים אריין בעפאר שופר בלאזן,
ביים סעודה נאכן דאווענען, האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געזאגט, א העזה פון יונגעלייט זיי קוקען נאך זייער רבין מיט וואס ער גרייט זיך אויף תקיעות שופר, אבער איינער וואס האט שכל ווייסט, אז איך קוק נישט אריין אין קיין ספר, נאר אויב דער מחבר איז געווען א ריינער בעל רוח הקודש, קיינער דארט אין שוהל האט נישט פארשטאנען וואס דער הייליגער דברי חיים האט געמיינט מיט די ווערטער, אויסער די צוויי צדיקים האבן שוין גאר גוט פארשטאנען וועם די רבי האט געמיינט מיט די ווערטער.

איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגען צדיק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע און זיך אויס גערעדט, אז עס האט אים באטראפן א גרויסע צרה, מען האט אים פאר'משפט צו א גאר הארבע משפט, און עס ווארט אים א גרויסע שטראף אז ער וועט ח"ו דארפן זיצן זיין גאנץ לעבן, און ער האט געבעטן די רבי זאל אים העלפן,
ווען דער צדיק האט אים געפרעגט ביי וועלכע רבי ער איז שוין געווען, האט דער איד געזאגט אז ער וויל נישט גיין צו קיין אנדערע רבי'ס, ווייל ביי אלע רבי'ס לאזט מען נישט צו לאנג פארברענגען ביים רבין, און אויך בעטן די גבאים אסאך געלט וואס ער האט נישט צו געבן,
איז דער הייליגער צדיק אריין אין דעם אנדערן שטוב, און ארויס געברענגט די צדקה פישקע פון רבי מאיר בעל הנס, וואס ווי באקאנט איז דער צדיק געווען א גרויסע גבאי צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס, און ער זאגט פאר דעם איד, "נאדער א רבי, ביי דעם רבין קען מען זיך אויסרעדן, רעד דיך אויס וויפיל די ווילסט, גיס זיך אויס דאס הארץ, און די גבאים רייסן נישט", פארשטייט זיך דער איד האט זיך אויסגערעדט דאס הארץ און אריין געלייגט א פרוטה אין צדקה פישקע פון רבי מאיר בעל הנס, און דער איד איז געהאלפן געווארן מיט א ישועה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

הגה"צ מאודווארי זי"ע האט דערציילט, אז אמאל איז צום צדיק וקדוש רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע געקומען א איד און זיך אויס געגאסן דאס הארץ, אז ער האט א שענק ווי גוים קומען אריין און טרינקען זיך אן, און ער ציעט א שיינע פרנסה דערפון, איין טאג איז אריין געקומען דער פריץ פון שטאט, וואס איז געווען א גרויסע שונא ישראל, און ווען ער האט געזען אז קיינער קוקט נישט, האט דער פריץ דער רשע אריין געגאסן סם אינעם ברוינפען,
ווען איינע פון די גוים האבן געטרינקען פן די ברוינפען, האט דער גוי שפעטער גע'פגר'ט, און די גוים פון שטאט האבן ארויס געלאזט א שמועה, אז דער איד האט דעם גוי גע'הרג'ט, און דערפאר ווארט אים אפ א שרעקליכע שטראף ביים געריכט און מען קען אים אפילו פסק'נען צו מיתה, און ער האט זייער געוויינט צום צדיק אז ער זאל אים העלפן מיט א ישועה,
האט דער צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע געהייסן פאר דעם איד, אז ער זאל צוריק אהיים פארן צו זיין שטאט, און ער זאל פארן מיט די באן און דווקא נעמען א בילעט אינעם ערשטע קלאס ווי די חשובע מענטשן און פריצים זיצן, און דער צדיק האט אים אהין געגעבן זיין תהילים, און ער האט דעם איד אן געזאגט, אז ער זאל זיך זעצן זאגן תהילים אויפן באן מיט קולות, און זיך נישט אפשטעלן פאר קיין שום זאך, און אפילו מען וועט אויף אים שרייען, זאל ער זיך אבער נישט אפשטעלן פון זאגן תהילים,
דער איד מיט זיין גרויס אמונת צדיקים, האט אויס געפאלגט וואס דער צדיק האט אים געהייסן, ער איז געפארן מיטן באן און געקויפט א בילעט אינעם ערשטן קלאס, און ער האט זיך גענומען זאגן תהילים מיט בכיות און קולות, פארשטייט זיך אז דאס האט שטארק געשטערט די אלע חשובע מענטשן און פריצים, און זיי האבן געשריגן אויף אים מיט קולות אז ער זאל אויפהערן זאגן תהילים,
אבער דער איד האט נישט אויף געגעבן נאר האט ווייטער געזאגט תהילים מיט בכיות, ביז איינער פון די מענטשן דארט אין באן, האט געכאפט דעם תהילים און ארויס געווארפן פון די באן, אבער דער איד האט ווייטער ביטערליך געוויינט, דאן איז צו אים צו געקומען איינע פון די רייזענדע, און ער פרעגט אים וואס גייט פאר אז די וויינסט אזוי, האט דער איד דערציילט די צרה וואס ער גייט דורך,
ריפט זיך אן יענער צו דעם איד, איך בין דער שופט אין געריכט אויף דיין משפט, און וויבאלד איך זעה אז די בוסט א ערליכער מענטש און א גאט פארכטיגער איד, וועל איך שוין מאכן זיכער אז מען וועט פסק'נען לטובתך, און טאקע ביים געריכט האט דער שופט גע'פסק'נט לטובות פון דעם איד, און ער איז ארויס זכאי בדין, דאן האט ער שוין פארשטאנען פארוואס דער צדיק האט אים געהייסן, דווקא פארן מיטן ערשטן קלאס און דורך דעם איז געקומען זיין ישועה.

איינמאל איז א איד געקומען צום צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע, און זיך אויס גערעדט, אז ער ליידט געפערליך ביי זיך אין געשעפט פון מייזן וואס מאכן אסאך שאדן, און ער האט געבעטן דעם צדיק פאר א סגולה, האט דער צדיק געהייסן פאר דעם איד, אז ער זאל געבן פאר די מייזן פון די אפיקומן פון די מצות פסח, און וויבאלד מען טאר דאך נישט עסן נאך די אפיקומן, וועלן די מייזן ברויכן מיזן אוועק גיין, דער איד מיט זיין אמונת צדיקים האט אויס געפאלגט וואס די רבי האט געהייסן, און פון דאן האט ער מער נישט געליטן פון קיין מייז.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

אמאל האט פאסירט, אז א שטאט נישט ווייט פונעם שטאט ראצפערט, וואס דארט האבן געוואוינט אידן תלמידי חכמים וואס האבן דעם גאנצן טאג עוסק געווען נאר אין תורה, האט זיך געמאכט אז א אנדערע שטאט האט געזיכט א רב ביי זיי אין שטאט, און האבן אויס געקליבן איינע פון די תלמידי חכמים אין שטאט וואס זאל קומען דינען אלס רב ביי זיי אין שטאט, און פון דאן האט מען אין יענעם שטאט אנגעהויבן אויסריפן דעם תלמיד חכם צו די תורה מיטן טיטל "מורה מורינו",
אבער דאס האט זייער געשטערט פאר די אידן פון שטאט, וויבאלד דאס האט פוגע געווען אין די כבוד פון די אנדערע צוויי תלמידי חכמים פון שטאט, און פון דעם האט אויס געבראכן א גרויסע מחלוקה אין שטאט, און וויבאלד די אידן פון שטאט זענען געווען גרויסע חסידים פונעם צדיק וקדוש רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע, איז מען אריבער צום צדיק קיין ראצפערט, און מען האט געבעטן פונעם צדיק, אז ער זאל פסק'נען וואס מען זאל טון און ברענגען שלום ביי זיי אין שטאט,
אבער דער צדיק וקדוש ווען ער האט געהערט וואס די מחלוקה איז, האט ער בשום אופן נישט געוואלט אן נעמען די דין תורה, אבער ווען די אידן האבן נישט געוואלט נאכלאזן און געמיטשעט דעם רבין אז ער זאל פסק'נען, האט דער צדיק מיט זיין גרויס חכמה געזאגט, אז פון יעצט זאל מען די אנדערע צוויי אויך אויסריפן צו די תורה "מורה מורינו", און אזוי וועט נישט בולט זיין אז נאר איינעם ריפט מען אזוי אויס, און אזוי וועט זיין שלום אין שטאט,
פארשטייט זיך אז דאס האט בארואיגט די אידן פון שטאט און עס איז געווארן שלום, ווען מען האט געפרעגט דעם צדיק, פארוואס ער האט זיך קודם אפגעזאגט פון פסק'נען די דין תורה, האט דער צדיק וואס איז געווען א איש האמת און באמת פון זיך קיינמאל נישט געהאלטן געזאגט, אין שו"ע ווערט גע'פסק'נט, אז א זאך וואס איז נישט ווערט קיין שוה פרוטה, דארף א דיין נישט פסק'נען, און ביי מיר איז דער טיטל "מורה מורינו", נישט ווערט אפילו א שוה פרוטה, און דערפאר האב איך מיך נישט געוואלט אריינלאזן אין דעם.

מרן רביה"ק הקדושת יו"ט זי"ע האט אמאל געזאגט פאר די חסידים פונעם צדיק רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע, אז עס איז ביי אים נישט קיין ספוק אז דער צדיק רבי הירצקע'לע פועל'ט ישועות מיט זיין אייגענעם כח, ווייל אנדערע צדיקים וואס שטאמען פון עלטערן בעלי מדריגה און צדיקים הקודמים, זיי פועל'ן דאך ישועות אויך מיטן כח פון זייער טאטע וואס איז געווען א צדיק, און מענטשן קומען צו זיי זיך מזכיר זיין, ווייל אפילו אויב זיי האבן אפשר נישט די כח צו פועל'ן קענען זיי אבער ברענגען ישועות דורך'ן כח פון זייער טאטן,
אבער דער צדיק רבי הירצקע'לע וואס האט דאך נישט גע'ירש'נט קיין רבנות פון זיין טאטן, און מיט דעם אלעם זעהט מען ווי אידן האלטן און איין צוריק קומען צו דעם צדיק פאר ברכות, מיז דאך זיין אז זיי זענען שוין געהאלפן געווארן איינמאל, און וועגן דעם קומט מען צוריק צום צדיק, זעהט מען פון דעם אז דער צדיק קען מיט זיין אייגענעם כוח פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער, און דער קדושת יו"ט זי"ע האט אמאל צו געלייגט בזה"ל, "אויב וואלט דער רבי הירצקע'לע געווען אין די צייטן פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, וואלט מען דאן אויך דערציילט אויף אים מופתים, ווייל ער איז א גרויסע פועל ישועות שאין דוגמתו",
ווען דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע האט דאס שפעטער איבער געזאגט פארן צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע, האט דער צדיק מיט זיין גרויס עניוות און מידת האמת געזאגט, באמת פארשטיי איך אויך נישט פארוואס אידן קומען צו מיר פאר ברכות און ישועות, נאר וואס דען, דאס מיז אלעס זיין מעשה ניסים, און דערפאר וויבאלד דאס אלעס איז ניסים, טייל איך אוועק דאס גאנצע געלט וואס מען גיט מיר ביים זיך מזכיר זיין פאר צדקה, ווייל איך וויל נישט נהנה זיין פון מעשה ניסים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל האט דער צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע געזאגט פאר זיין זון מיט גרויס עניוות און שפלות, אסאך אידן קומען צו מיר פאר ברכות, און ווען זיי גייען אהיים און ווערן טאקע געהאלפן מיט א ישועה, זאגן זיי "אז הירצקא איז א רבי, אבער באמת הייבט זיך דאס גארנישט אהן, ווייל נישט פון רביסטווע איז ער געהאלפן געווארן, נאר דאס איז אין זכות פון פנחס'ל בעל עגלה",
"ווייל דער פנחס בעל עגלה ארבעט די גאנצע וואך גאר שווער אויף פרנסה, אבער ער האט נישט אויף הוצאות שבת קודש, און אזוי ווי די אידן פארן מיט אים צו מיר, געבן זיי דאך אים צו לייזן אז ער זאל קענען שבת מאכן, און אין דעם זכות ווערן זיי געהאלפן מיט א ישועה, אבער צום סוף זאגן די אידן גאר אז הירצקא איז א רבי".

איינמאל איז דער צדיק וקדוש רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע געווען אין א שטאט ליטקע צו צוזאמען נעמען צדקה פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, און דער צדיק איז איין געשטאנען אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב יועץ ע"ה וואס האט געצויגען זיין פרנסה פון פארקויפן ויין און ברוינפען, האט דער חסיד געבעטן פונעם צדיק, אז ער זאל אריין קומען אין קעלער ווי ער האלט די וויין און ברוינפן, און איבער לאזן א ברכה פאר הצלחה און פרנסה,
דער צדיק איז אריין אינעם קעלער, און האט זיך ארום געקוקט פאר אפאר מינוט, און דאן האט דער צדיק לפלא געזאגט "השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין גוט", און ווען דער צדיק איז ארויס פון שטוב פון דעם חסיד האט ער צו געלייגט די ברכה, "זארגט נישט השי"ת וועט העלפן עס וועט גוט זיין", און מיט די ווערטער האט זיך דער צדיק געזעגענט פון דעם חסיד,
נישט לאנג נאכדעם איז דער חסיד אראפ אין קעלער נעמען וויין, און ער האט מיט גענומען זיין קליין קינד וואס זאל האלטן די ליכט צו פארשיינען די וועג אריין, און דער קינד האט נישט גוט אבאכט געגעבן, און דאס פייער פונעם ליכט איז צו געגאנגען צו נאנט צו א פאס פון שטארקע ברוינפן, און ווי די באקאנט ברענט די אלקעהאל פון די ברוינפען זייער שטארק, האט זיך די פייער שנעל אן געכאפט און עס איז שנעל פארשפרייט געווארן, און דאס האט זיך אנגעכאפט אינעם בארד אין פיאות פון דעם חסיד,
ער איז שנעל ארויס געלאפן און געשריגן מען זאל קומען העלפן אויס לעשן דעם פייער, אידן זענען גלייך געקומען צו לויפן, און בדרך נס האט מען געטראפן דעם קינד זיצן אין א ווינקעל פונעם קעלער אין וויינען, אבער עס האט פארן קינד און פארן חסיד ר' יעקב נישט פאסירט קיין גרויסע שאדן, דאן האט דער חסיד שוין גוט פארשטאנען די ברכה פון דעם צדיק, וואס האט מיט זיינע הייליגע אויגן געזען דעם פייער, און האט מיט זיין ברכה געראטעוועט דעם טאטן און קינד.

איינמאל איז א איד געקומען צום צדיק רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע, און ער האט זיך מזכיר געווען ביים צדיק, אז ער האט ב"ה א גוטע געשעפט פון ווי ער זאל קענען ציען א שיינע פרנסה, אבער אפילו מיט די אלע קונים וואס קומען דארט איינקויפן וואס דאס וואלט געברויכט ברענגען שיינע רווחים, זעהט ער אבער סוף וואך אז ער האט נישט געמאכט קיין גרויסע רווחים, און ער בעט א ברכה פונעם רבין,
לפלא זאגט אים דער צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע, אז ער זאל זיך איינקויפן א שיינע "שלאף מאנטל", דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דאס האט מיט אים, האט ער נאכאמאל זיך מזכיר געווען ביים צדיק פאר א ברכה, אבער דער צדיק האט איבער געזאגט דעם זעלבע זאך, אז ער זאל זיך איינקויפן א שיינע שלאף מאנטל, דאן האט דער איד פארשטאנען אז דער צדיק האט געהערט וואס ער האט געבעטן, און דאס איז געווען די עצה פונעם רבין,
דער איד איז אהיים געפארן, און ביי איינע פון די סטאנציעס ווי דער באן האט זיך אפגעשטעלט, האט דער איד געזען ביי א געשעפט א שיינעם שלאף מאנטל, האט ער זיך דערמאנט וואס דער צדיק האט געהייסן, און ער האט זיך איינגעקויפט דעם שלאף מאנטל און אהיים געפארן, זיין ווייב און קינדער האבן זיך זייער געוואונדערט אויף דעם וואס דער צדיק האט אים געהייסן קויפן דעם שלאף מאנטל,
אבער אפאר טאג שפעטער האט דער איד נישט געקענט שלאפן ביינאכט, האט אים זיין ווייב גע'עצה'ט אז אזוי ווי ער האט דאך דעם נייעם שלאף מאנטל, זאל ער דאס אנטון און גיין כאפו א שפאציר אויף די גאס, און אפשר דאס וועט אים בארואיגן און ער וועט נאכדעם קענען איינשלאפן, דער איד האט זיך צו געכאפט דערצו און ארויס אויף א שפאציר אויף די גאס,
אריבער גייענדיג ביי זיין געשעפט, האט דער איד באמערקט אז די טיר פונעם געשעפט איז אפען, ער האט זיך גלייך געכאפט אז זיכער האבן זיך אריין געכאפט גנבים אין זיין געשעפט, האט ער פון אינדרויסן שנעל פארשלאסן דעם טיר, און ער איז געלאפן ריפן די פאליציי, ווען זיי זענען אנגעקומען האבן זיי געטראפן אינעם געשעפט דעם רואה חשבון פונעם געשעפט,
זענען די פאליציי אריבער צו זיין שטוב, און זיי האבן דארט געטראפן גאר אסאך סחורה און געלט וואס דער רואה חשבון האט די גאנצע צייט גע'גנב'ט פון דעם בעל הבית פונעם געשעפט, פארשטייט זיך אז מען האט אים ארעסטירט און מען האט דאס גאנצע געלט און סחורה צוריק געגעבן פארן איד, דאן האט דער איד שוין פארשטאנען פארוואס די רבי האט אים געהייסן קויפן א שלאף מאנטל, כדי ער זאל האבן מיט וואס ארויס צו גיין אינמיטן די נאכט, און כאפן דעם גנב ביי די מעשה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

עס האט פאסירט מיט א איד אז ער האט בשוגג גע'הרג'ט א גוי, און מען האט דעם איד געשטעלט צום משפט וואס עס האט אים געקענט אפווארטן א גאר הארבע שטראף פון זיצן יארן אין תפיסה, איז דער איד אריבער געלאפן צום צדיק רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע און ער האט זיך מזכיר געווען ביים צדיק אויף די גרויסע צרה,
האט אים דער צדיק געזאגט בזה"ל, "די ברויכסט דיך נישט זארגן, דער באשעפער וועט העלפן, און די מייז וועלן אויפעסן די פאפירן פון דעם געריכט", לפלא ווען מען האט געשטעלט דעם איד צום געריכט און מען האט געוואלט אריין ברענגען די פאפירן וואס ווייזן אויף דעם שילד פון דעם איד, האט מען געטראפן אינעם לעדן א גאנצע הויפן פון צעשטיקעלטע פאפירן, און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין באווייז אויף דעם איד, האט מען אים פריי געלאזט, און עס איז מקיים געווארן פונקט ווי דער צדיק האט געזאגט, אז די מייזן וועלן אויפעסן די פאפירן.

אין שטאט סאוואט האבן געוואוינט צוויי ברידער ר' אברהם און ר' משה, וואס זיי האבן געצויגען זייער פרנסה פון פעברעצירן ברוינפן און פארקויפן פאר זייערע קונים, איינמאל האבן די ברודער געמאכט א גרויסע קוואנטום פון ברוינפן נישט לעגאל, און זיי האבן געהאט א שכן א גוי א גרויסע רשע, און ער האט זיי געסטראשעט אז ער גייט זיי גיין פאר'מסר'ן פאר די רעגירונג, און דער גוי האט איינגעהאלטן זיין צוזאג און געגאנגען אריין געבן א קלאגע קעגן די ברודער'ס,
די צוויי זענען געלאפן צום צדיק רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע, און האבן זיך מזכיר געווען אויף די גרויסע צרה, אז אויב טרעפט מען זיי שולדיג אויפן מאכן אומלעגאלע סחורה, קענען זיי ח"ו גיין זיצן פאר אסאך יאר אין תפיסה, אבער דער צדיק האט זיי בארואיגט און געזאגט, עטס האטס זיך נישט וואס צו זארגן, דער גווי דער רשע וועט אייך נישט קענען טון קיין שום שלעכטס, גייט אהיים לחיים ולשלום,
די צוויי זענען מיט זייער גרויסע אמונת צדיקים אהיים געפארן, און זיך פארלאזט אויפן גרויסן באשעפער, לפלא אפאר טאג שפעטער איז דער גוי דער רשע קראנק געווארן, און עס האט גענומען אפאר טאג און ער האט געהאט א פגירה, און זייענדיג קראנק האט דער גוי דערציילט, אז די לעצטע פאר נעכט איז צו אים געקומען א אלטער איד, און האט אים אריין געגעבן מכות רצח, און וויבאלד דער גוי האט גע'פגר'ט איז שוין נישט געווען ווער עס זאל עדות זאגן, און די אידן זענען ארויס פריי,
אבער לפלא אפאר וואכן שפעטער האט די געשעפט פון די ברודער אנגעהויבן גיין בארג אראפ, די צוויי ברודער האבן נישט געוויסט וואס צו טון דא, אבער דאן האבן זיי זיך דערמאנט, אז בשעת ווען דער צדיק האט זיי געגעבן די ברכה, האט דער צדיק געבעטן, אז ווען די ישועה וועט בקרוב קומען, זאלן זיי שיקן פופציג רענדליך פאר די צדקה צוועקן פונעם צדיק, און פון גרויס טרדה פון די גאנצע מעשה, האבן זיי פארגעסן פונעם צוזאג, האבן זיי גלייך אריבער געשיקט די געלט פארן צדיק, און נישט לאנג נאכדעם האט זיך די געשעפט צוריק אויף געהויבן און זיי האבן ווייטער מצליח געווען.

איינמאל איז דער צדיק רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע געווען אין שטאט סאטמאר, און גייענדיג אהיים פון שוהל צו די אכסניא פון הרה"ח רבי טובי' מאיר ווייס שו"ב מסאטמאר ז"ל, האט דער צדיק געזען ווי מען בויעט א הויז ממש נעבן דעם שוהל, האט דער צדיק געפרעגט פון ר' טובי' מאיר, ווער בויעט דעם הויז, האט ער געזאגט אז א גוי פון שטאט בויעט דעם הויז, האט דער צדיק געזאגט, עס פאסט נישט אז א גוי זאל וואוינען ממש נעבן דעם שוהל, דערפאר ווען דער גוי ענדיגט די הויז, זאלסטו אים אנטראגן אז די ווילסט קויפן די הויז,
דער רבי טובי' מאיר האט געזאגט פארן רבין, אז ווי אזוי קען ער אפילו טראכטן פון קויפן דעם הויז, דער גוי לייגט דאך אריין אזויפיל ארבעט אין דעם הויז, ער וועט זיכער נישט מסכים זיין דאס צו פארקויפן, און אויסער דעם האט ער דאך נישט דאס געלט צו קויפן דעם הויז, האט רבי הירצקע'לע זי"ע געזאגט פאר דעם איד, זאלסט פראבירן צו קויפן דעם הויז, און אויב פיעלט דיר געלט צו קענען שליסן דעם געשעפט, לאז מיך וויסן און איך וועל דיר שיקן דאס געלט,
לפלא אזוי ווי דער גוי האט געענדיגט בויען דעם הויז, איז ער געקומען צו רבי טובי' מאיר און זאגט אים, אז ער האט חרטה אויפן בויען דעם הויז און ער איז נישט אזוי צעפרידן דערפון, און ער איז מסכים צו פארקויפן דעם הויז פאר גאר ביליג, ר' טובי מאיר האט גלייך געשיקט א שליח צום צדיק רבי הירצקע'לע, און דערציילט אז דער גוי וויל פארקויפן דעם הויז, און דער צדיק האט אים געשיקט דאס געלט, און אזוי האט ער אפ געקויפט דעם הויז פונעם גוי פאר גאר ביליג, האט ער געזען די הייליגע אויגן פונעם צדיק, אז ער האט שוין דאן געזען אז דער גוי וועט מסכים זיין צו פארקויפן דעם הויז.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11870
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25857

Re: הרה"ק רבי הירצק'לע ראצפערטער - ערב יום הקדוש ט' תשרי תרנ"ח

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז דער צדיק רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע געווען אויף א שבת אין שטאט מישקאלץ, איז א איד געקומען זיך מזכיר זיין ביים צדיק, אז ער האט א גוי וואס וואוינט קעגן איבער זיין הויז, און דער גוי דער רשע איז אים זייער מצער און שטערט אים טעגליך מיטן אן מאכן צרות, האט דער צדיק געזאגט פאר דעם איד, איך ווייל זייער זעהן דעם הויז פונעם גוי,
די אנדערע טאג אהיים גייענדיג פון דאווענען, איז דער איד געגאנגען מיטן רבין אויף די גאס, און אנקומענדיג פארענט פון זיין שטוב האט ער געזאגט פארן צדיק, דארט איז די הויז פונעם גוי, דער צדיק האט אויף געהויבן זיינע הייליגע אויגן און געקוקט אויפן פלאץ ווי דער איד ווייזט, אבער לפלא האט דער צדיק געזאגט פארן איד בזה"ל, "איך זעה דא נישט קיין שום הויז", דער איד האט נאכאמאל פראבירט צו ווייזן, אבער דער צדיק האט איבער געזאגט זיינע ריידט אז ער זעהט נישט דא קיין הויז,
לפלא אפאר וואכן שפעטער האט אויס געבראכן א שרעקליכע פייער ביי דעם גוי, און דאס גאנצע הויז איז פארניכטעט געווארן, און בלית ברירה האט דער גוי זיך געמיזט אוועק ציען פון דארט, און דער איד האט געהאט מנוחה, דאן האט ער שוין גוט פארשטאנען וואס דער צדיק האט געזאגט, אז ער זעהט באמת נישט דארט קיין הויז, ווייל דער צדיק מיט זיינע הייליגע אויגן האט שוין פארגעזען וואס עס גייט פאסירן מיט די הויז פונעם גוי.

הרה"ח רבי מאיר ליכטמאן ע"ה וואס איז געווען א גרויסע חסיד פונעם צדיק רבי הירצקע'לע מראצפערט זי"ע, האט געהאט א געשעפט אין שטאט געסטערעד וואס ער האט געדינגען פון א גוי א גרויסע רשע וואס האט געוואוינט אין שטאט קאליב, איין יאר ווען ער האט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט מיטן גוי אויפן קומענדיגע יאר, האט דער גוי מיט גרויס כעס געזאגט פאר דעם רבי מאיר, אז ער פארדינגט אים מער נישט דעם געשעפט, און האט צו געלייגט, אז ער זאל זיך אפילו נישט דערוואגן צו קומען זיך בעטן, ווייל אויב יא וועט ער ביטער אפשניידן,
דער איד איז פון גרויס צער געלאפן צום צדיק רבי הירצקע'לע און דערציילט זיין צרה, האט דער צדיק געזאגט פאר דעם איד, אז ער זאל אריבער גיין צום שטאט קאליב, און ער זאל זיך שטעלן פארענט פונעם הויז פון דעם גוי, און ער זאל דארט זאגן די ערשטע 20 קאפיטלאך פון תהילים, און בעזהשי"ת וועט זיין גוט, דער איד האט אויס געפאלגט וואס דער צדיק האט געהייסן, און לפלא ווען ער האט געענדיגט די 20 קאפיטלעך תהילים, איז דער גוי ארויס געקומען פון זיין שטוב, און האט פריינדליך באגריסט דעם איד, און בחפץ לב באנייעט דעם קאנטראקט אויפן געשעפט.

איינמאל איז א איד געקומען צום צדיק רבי הירצקע'לע זי"ע און האט מזכיר געווען זיין צרה, אז זיין טאכטער האט זיך אנגעכאפט אז זי וויל רח"ל חתונה האבן מיט א גוי, און דער איד האט זייער געווינט צום צדיק אז ער זאל אים העלפן, האט דער צדיק געבעטן מען זאל אים ברענגען זיין לולקע, און דער צדיק האט פראבירט אפאר מאל צו אנצידן דעם לולקע אבער עס איז נישט געגאנגען,
אבער נאך אפאר מאל איז געלונגען פארן צדיק צו אנצינדען דעם לולקע, דאן האט דער צדיק געזאגט פאר דעם איד, פארט אהיים לחיים ולשלום און עס וועט אי"ה זיין גוט, אנקומענדיג אהיים האט דער איד געהערט, אז בשעת דער צדיק האט אן געצינדן דעם לולקע, האט זיך דער גוי געלייגט שלאפן אינטער א בינטל שטרוי, און פלוצלונג האט דארט אויס געבראכען א פייער, און דער גוי איז דארט פארברענט געווארן, און דאס מיידל זעענדיג די מופת האט תשובה געטון און אויף געשטעלט א ערליכע אידישע שטוב.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
שרייב פאוסט