אידישע נייעס אין אמעריקע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ברוקלין - לכבוד די נייע יאר איז באנייט געווארן די ערשטע שוהל אין די בערגן ביטש געגנט נעבן קענארסי אין ברוקלין, דער רב פונעם נייע שוהל איז הרב מנחם מענדל ווייסבערג וואס איז אויפגעוואקסן אין מאסקווע און רעדט א פליסיגע רוסיש וויבאלד די געגנט איז באוואונט מיט אסאך רוסישע אידן.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך וואוילער »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 9:18 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 1:35 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 12:42 am פענסילוועניע - די אידישע געמיינדע אין פיטסבורג וועט אין די טעג אפצייכענען די זעקסטע יארטאג פון די טעראר אטאקע אין די 'עץ חיים' טעמפל וואו 11 אידן זענען אומגעקומען אין די טויטליכסטע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע קעגן אידן אין די היסטאריע פון אמעריקע.

די אטאקע איז פארגעקומען אום אקטאבאר 27 אין יאר 2018 ווען דער 46 יעריגער פארשוין ראבערט גרעגארי באוער האט זיך אריינגעריסן אין די טעמפל שבת אינדערפרי און געשאסן און אומגעברענגט 11 אידן און פארוואונדעט א צאל אנדערע.
אפשר איז עס אומפאסיג צו קאמענטירן, אבער דיין אומשולדיגע פאוסט האט מיר געגעבן א טרייסל.

11 אידן אומגעקומען, און דאס איז די טויטליכסטע אנטיסעמיטיזם אטאקע אין די אמעריקאנע היסטאריע.

וואס ס'האט מיר אבער געמאכט טראכטן, אז א האלבע וועלט אוועק פון דא, זיצט א לענדל, א לאנד וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אונז אידעלעך ומפני חטאינו גלינו מארצינו.
זענען אויפגעקומען אזעלכע וואס האבן דערקלערט אז מ'גייט מאכן פּאָטאַש מיט די סאבסיטוט, און אוועקשטעלן א אידישע מדינה, טראצדעם וואס דער גלות גזירה איז ליידער נאך אקטועל איבער אונז.

ווייל יענס גייט זיין א "פארזיכערט לאנד" פאר אידן צו וואוינען...

פעלט אויס צו אויספירן?...
אז דו זאגסט שוין.. די רעפארם באוועגונג האט אמאל געדארפט העלפן דעם אנטיסעמיטיזם פראבלעם....
און אז מ'רעדט שוין, איז אומפאסיג זיי צו רופן ״אידישע געמיינדע״.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 1:15 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 9:18 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 1:35 am

אפשר איז עס אומפאסיג צו קאמענטירן, אבער דיין אומשולדיגע פאוסט האט מיר געגעבן א טרייסל.

11 אידן אומגעקומען, און דאס איז די טויטליכסטע אנטיסעמיטיזם אטאקע אין די אמעריקאנע היסטאריע.

וואס ס'האט מיר אבער געמאכט טראכטן, אז א האלבע וועלט אוועק פון דא, זיצט א לענדל, א לאנד וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אונז אידעלעך ומפני חטאינו גלינו מארצינו.
זענען אויפגעקומען אזעלכע וואס האבן דערקלערט אז מ'גייט מאכן פּאָטאַש מיט די סאבסיטוט, און אוועקשטעלן א אידישע מדינה, טראצדעם וואס דער גלות גזירה איז ליידער נאך אקטועל איבער אונז.

ווייל יענס גייט זיין א "פארזיכערט לאנד" פאר אידן צו וואוינען...

פעלט אויס צו אויספירן?...
אז דו זאגסט שוין.. די רעפארם באוועגונג האט אמאל געדארפט העלפן דעם אנטיסעמיטיזם פראבלעם....
און אז מ'רעדט שוין, איז אומפאסיג זיי צו רופן ״אידישע געמיינדע״.
גערעכט
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פענסעלוועניע - די אפיס פון די דיסטריקט אטוירני אין פילאדעלפיע האט דאנערשטאג געמאלדן טעראר און אנטיסעמיטישע קלאגעס קעגן 3 מוסולמענער איינוואינער פון שטאט איבער זייער פארבינדונג אין א אנטיסעמיטישע אינצידענט פארלאפענע חודש יוני וואו זיי האבן אטאקירט 3 אידן נאכן זיי באזידלען מיט אנטיסעמיטישע לאזונגען.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ק/פ פון זעמל:
שיקאגא - דעם פארלאפענע שבת אינדערפרי איז א 39 יעריגער איד פון די וועסט ראדזשער פארק געגנט אין שיקאגא געווען אויפן וועג צום ביהמ"ד וועט א 23 יעריגער פארשוין האט געעפנט פייער אויף אים פון וואס ער איז פארוואונדעט געווארן, ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען און איז דערנאך באפרייט געווארן.

דער שיסער וואס האט זיך אויסבאהאלטן פאר עטליכע מינוט האט ווידעראמאל געעפנט פייער אויף אן אמבולאנס און פאליציי וואס זענען אנגעקומען צום סצענע, די פאליציי האט צוריקגעענטפערט מיט פייער און אים קריטיש פארוואונדעט.

ביישויער פון די אינצידענט זאגן אז דער 23 יעריגער שיסער האט געשריגן אללא אכבאר שיסענדיג אויף די פאליציי און אויף דעם איד, די פאליציי האט דערווייל נישט קלאר געשטעלט אויב עס איז געווען א אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע אבער פון די ווידעא רעקארדירונג פונעם אינצידענט און לויט אידישע פירער איז נישט דא קיין צווייפל דערין.

פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2097

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נו גיט..
פיילס
IMG_20241028_160914.jpg
IMG_20241028_160914.jpg (42.5 KiB) געזען געווארן 447 מאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

טעמפא - די וועד הרבנים פון צענטראל און צפון פלארידע האט ארויסגעשטעלט א מודעה פארן ציבור צו זיין געווארנט אז די פליישיגע רעסטאוראנט גערופן ׳גריל עקספרעס׳ אין טעמפא איז שוין נישט אונטער זייער השגחה דערפאר וואס די נייע נישט אידישע אייגענטומער און איינגעשטעלטע האבן נישט אויסגעפאלגט די דיני כשרות.

די כשרות אלערט איז שוין ארויסגעשטעלט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק אבער די ארטיגע רבנים זאגן אז אפילו אין די טעג זעהט מען נאך אידן וואס קומען אהין אויף ביזנעס אדער אפרוה און זענען אומוויסנד אז די רעסטאוראנט איז שוין נישט כשר און ווערן ליידער נכשל מיט טריפות.
פיילס
IMG_20241031_161445_268.jpg
IMG_20241031_161445_268.jpg (155.57 KiB) געזען געווארן 382 מאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פלארידע - דאקטאר אנדרו (שלמה) שעלי, א קריגס איבערלעבער, נאבעל פרייז געווינער, און געערטע פראפעסאר, איז אין די טעג געשטארבן אין זיין היים אין מיאמי ביטש אין טיפן עלטער פון 97 יאר.

דער אידישע דאקטאר איז געבוירן אין שטאט ווילנא אין יאר 1926 צו זיין פאטער וואס האט געדינט אלס גענעראל אין די פוילישע ארמיי און קאבינעט הויפט פאר פרעזידענט מאשטיצקי, ווען די קריג האט אויסגעבראכן איז זיין פאמיליע אנטלאפן קיין רומעניע מיט די פוילישע פרעזידענט וואו זיי האבן זיך געוואלגערט ביז די ענדע פונעם קריג.

ער איז שפעטער אנגעקומען קיין אמעריקע וואו ער האט שטודירט מעדיצין און אויפגעקומען מיט א אויסטרעף צו היילן קראנקהייטן מיט הארמאנען אויף וואס ער איז דערפאר געווארן באההערט מיט די נאבעל פרייז אין יאר 1977.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מיאמי - אין ליכט פון איר 43'סטע געבורטסטאג האט דער אידישע טאכטער פון דער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ און פרוי פון דזשעראד קושנער ארויסגעשטעלט א לענגערע פאוסט אויף סאציאלע מידיע וואו זי שרייבט עטליכע טיפס פארן לעבן וויאזוי צו האבן א גוטע לעבן.

צווישן אנדערע שרייבט זי, אז פאמיליע און פריינט זענען די וויכטיגסטע טייל פון לעבן, מ׳זאל פארגעבן אנדערע נישט קיין חילוק וואס זיי טוען, וויסן אז יעדער אויף די וועלט איז דא פאר א סיבה, נישט רעדן קיין לשון הרע און רכילות, און זי ענדיגט צו די ליסטע פון טיפס, נישט טשעפען קיינעם קיינמאל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך אנדערער »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:19 pm מיאמי - אין ליכט פון איר 43'סטע געבורטסטאג האט דער אידישע טאכטער פון דער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ און פרוי פון דזשעראד קושנער ארויסגעשטעלט א לענגערע פאוסט אויף סאציאלע מידיע וואו זי שרייבט עטליכע טיפס פארן לעבן וויאזוי צו האבן א גוטע לעבן.

צווישן אנדערע שרייבט זי, אז פאמיליע און פריינט זענען די וויכטיגסטע טייל פון לעבן, מ׳זאל פארגעבן אנדערע נישט קיין חילוק וואס זיי טוען, וויסן אז יעדער אויף די וועלט איז דא פאר א סיבה, נישט רעדן קיין לשון הרע און רכילות, און זי ענדיגט צו די ליסטע פון טיפס, נישט טשעפען קיינעם קיינמאל.
איר טאטע קען עס ליינען?
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

סאן אנטוניו - א טעקסאס אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז א אידישע ארעסטאנט דארף באקומען א פרישע אורטייל דערנאך וואס די פריערדיגע אורטייל פונעם ריכטער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אנטיסעמיטיש געשטימט.

ריכטער וויקערס קאנינגהאם האט אין יאר 2003 פאראורטיילט דער אידישע ארעסטאנט רענדי האלפרין פון טעקסאס צום טויט פאר זיין ראלע אין די מארד פון א פאליציי אפיציר נאך א געוואגטע אנטלויף פון טורמע, ער זיצט שוין אין טורמע פאר 23 יאר נאכן ארעסטירט ווערן קורצליך נאך די מארד וואס איז פארגעקומען אין נאוועמבער פון יאר 2000.

לויט די אפעלאט געריכט איז דער אורטייל פון ריכטער קאנינגהאם אנטיסעמיטיש געשטימט נאך וואס ער האט זיך באנוצט מיט אנטיסעמיטישע אויסדרוקן קעגן האלפרין וואס קען זיין אז עס האט געהאט א דירעקטע אפעקט אויף זיין פאראורטיילן האלפרין צום טויט.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אפסטעיט ניו יארק - פון די 2,000 סטודענטן אין די העמילטאן אוניווערסיטעט אין קליפטאן זענען אומגעפער 350 אידיש, צענדליגע פון זיי קומען וועכענטליך מיטהאלטן די שבת׳דיגע סעודות און הערן איבער אידישקייט ביי די לאקאלע חב"ד שליח ר׳ ידידיה וואקס.

פאר צען יאר צוריק ווען דער שליח איז אנגעקומען אהין האט ער אויפגענומען די אידישע סטודענטן ביי זיך אינדערהיים, ווען מער אידישע סטודענטן האבן אנגעהויבן ארויסווייזן אינטערעסע אין אידישקייט האט ער געבויעט א גרויסע טענט אין די הויף פון זיין הויז.

זינט די אנהויב פון די מדינת ישראל קריג אין עזה ווען פרא פאלעסטינער סטודענטן האבן אנגעהויבן פארפירן אויפן קאמפוס האבן פיל מער אידישע סטודענטן אנגעהויבן ווערן נענטער צו אידישקייט צום ערשטן מאל אין זייער לעבן, דערפאר האט ר׳ ידידיה האט זיך ארויסגעלאזט אויף א פראיעקט צו אויפבויען א הערליכע צענטער א פראיעקט וואס האט אפגעקאסט צוויי מיליאן דאלאר.

נאך עטליכע חדשים פון בוי ארבעט איז די צענטער פארענדיגט געווארן און אין די טעג איז אפגעהאלטן געווארן די חנוכת הבית מיט די באטייליגונג פון די אוניווערסיטעט פירערשאפט, סטודענטן, און לאקאלע פאליטיקאנטן.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פלארידע - פאליציי אין פאלם ביטש האט פרייטאג געמאלדן די ארעסט פון א פארשוין וואס איז פארהאלטן געווארן נעבן די הויז פון א אידישע קאנגרעסמאן, ער האט געהאט אין זיין באזיץ א אנגעלאדנטע ביקס מיטן פלאן צו אומברענגען די אידישע קאנגרעסמאן.

ער איז ארעסטירט געווארן נעבן די הויז פון דזשעראד מאסקאוויטש וואס דינט אלס קאנגרעסמאן פאר די 23׳סטע קאנגרעס דיסטריקט אין פלארידע, די דיסטריקט נעמט אריין א טייל פון די אידיש באוואינטע פאלם ביטש געגנט.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

צום 86׳סטע יארטאג פון קריסטאלנאכט דעם פרייטאג צונאכטס האבן אידן אין די אמעריקאנער הויפט שטאט וואשינגטאן די. סי. באקומען א דערמאנונג אז אנטיסעמיטיזם איז נאכנישט פארשוואונדן געווארן ווען וואנדאלן האבן אויסגעשאסן די פאדערשטע פענסטער פון די באקאנטע ׳טשארלס באר׳ כשר׳ע רעסטאוראנט.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

ניו דזשערסי - א אידישע מאמע פון די פעירלאן געגנט אין ניו דזשערסי איז ארויס צושוידערט נאך וואס א שערער האט אפגעשוירן די פאות פון איר 11 יעריגער זוהן נאכן באקומען קלארע אנווייזונגען דאס נישט צו טוהן.

די שאקירנדע אינצדענט האט פאסירט ביי די ׳בראדוועי בארבער שאפ׳ אין די פעירלאן געגנט וואו פרוי האראל איז אנגעקומען אהין מיט איר קינד נאכן הערן גוטע גריסן אויף זיי, זי האט קלאר און דייטליך אנגעוויזן פארן שערער וואו די פאות איז און געזאגט אז דאס זאל ער נישט אנרירן.

א מינוט שפעטער האט זי געהערט ווי איר זוהן וויינט און געזען ווי דער שערער האט אפגעשוירן איין פאה, זי איז געגאנגען זאגן פארן אייגענטומער און נאכן זיך וויצלען מיט זיין ארבעטער אויף אראביש האט ער פשוט און פראסט אפגעשוירן דעם צווייטן פאה אויך.

זי איז ארויסגעלאפן מיט איר זוהן האלב אפגעשוירן צושוידערט, און האט דאס צוגעגעליכן צו דאס וואס די נאציס ימ"ש האבן געטוהן פאר אידן ביים צווייטן וועלט קריג ווי זיי האבן ליידער אפגעשניטן זייערע פאות.

די פאמיליע גרייט זיך אצינד צו נעמען לעגאלע שריט קעגן דעם שערער
שרייב פאוסט