הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

ו' תשרי

הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע, הסבא קדישא משפאלע.

ער איז געבוירן אין שטאט שפאלי וואס איז נאנט צום שטאט אומאן, כ"ה כסלו א' דחנוכה בשנת תפ"ה.

צו זיין טאטע הרה"ק רבי ברוך גרונדי זי"ע,
וואס איז געווען פון די גזע פון הגה"ק רבינו מהר"ל מפראג זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת רחל ע"ה.

ער איז געווען א איש קדוש ונורא מאוד, ער איז געווען א צדיק נסתר און א בעל מקובל גדול ונורא און אלע זיינע מעשים זענען געווען נאר לשם שמים, דער צדיק האט זיין גאנץ לעבן אייביג פראבירט צו באהאלטן זיין גרויסע עבודת השם, ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען צו מקרב זיין אידישע נשמות וואס זענען ליידער פארקראכען פון אידישע וועג, און ער האט די אלע אידן אריין געברענגט תחת כנפי השכינה, הונדערטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות.

די עלטערן זענען געווען גרויסע ירא אלקים און בעלי צדקה וחסד מפורסמים, זיי האבן זייער שטוב געפירט מיט א געוואלדיגע ערליכקייט, ספעציעל האבן די עלטערן זיך אפגעגעבן מיט הכנסת אורחים אויף א גאר גרויסע פארנעם, זיי האבן די געסט אליין געברענגט דאס עסן און באדינט, און ווען די גאסט איז אוועק געגאנגען האט מען נאך צו געגעבן א שיינע נתינה.

איינמאל איז דער בעש"ט הקדוש זי"ע נאך בעפאר ער איז נתפרסם געווארן אין די וועלט, אנגעקומען צו די עלטערן אין שטוב, דער בעש"ט האט זיך אויפגעהאלטן אפאר טאג ביי זיי אין שטוב, איין נאכט ביי חצות האט דער טאטע געטראפן דעם בעש"ט זיצן אין קלאגן אויף גלות השכינה און צרות ישראל מיט בכיות, און ביי די זייט זיצט א איד א זקן מיט א גאר הייליגע צורה, ווען דער טאטע ר' ברוך האט אנגעפרעגט דעם בעש"ט ווער דער איד איז.

האט דער בעש"ט מגלה געווען פאר ר' ברוך, אז דער זקן איז געווען דער הייליגער מהר"ל מפראג זי"ע וואס די טאטע האט געשטאמט פון דעם גזע, און די נשמה פונעם מהר"ל ברויך יעצט אראפ קומען אויף די וועלט צו מתקן זיין תיקונים גדולים ונוראים, און דער בעש"ט האט געבענטשט ר' ברוך אז דאס קינד זאל ביי אים געבוירן ווערן, און געהייסן מען זאל דעם קינד א נאמען געבן נאכן הייליגען מהר"ל מפראג זי"ע, און דער בעש"ט האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך משתתף זיין ביים ברית.

דער בעש"ט האט זיך טאקע משתתף געווען ביים ברית און געווען דער סנדק, און דאן געבענטשט דעם קינד אז ער זאל אויסוואקסן ווי אברהם אבינו ע"ה וואס איז דאך געווען די זיידע פון כלל ישראל, און דאס איז איינע פון די סיבות וואס עס איז מקובל פארוואס מען האט אים גערופן מיטן נאמען "דער שפאלער זיידע", אויך איז מקובל, אז דער צדיק דער שפאלער זיידע זי"ע איז געווען א עניו מאוד, און ער האט נישט געלאזט מען זאל אים ריפן מיטן נאמען "רבי", און דערפאר פלעגט מען אים ריפן מיטן נאמען דער שפאלער זיידע.

ער האט געהאט א מנהג אז יעדן טאג אינדערפרי האט ער אנגעהויבן דעם טאג מיט די תפילה, "יהי רצון מלפניך אב הרחמים שתאציל עלי ועל כל ישראל עמך ברכות טובות ישועות ונחמות הן בצרכי הנפש והן בצרכי הגוף".

זיין גאנצע שטרעבן איז געווען צו מכניס זיין רשעים תחת כנפי השכינה, ער איז גאר אסאך ארום געגאנגען פון שטעטל צו שטעטל ווי אידן זענען ליידער געווען גאר שטארק פארקראכען פון אידישע וועג, און ער האט זיי מיט זיין געוואלדיגע כח דקדושה און זיין געוואלדיגע אהבת ישראל, מקרב געווען לאביהם שבשמים.

ער האט מיט די אידן געלערנט תורה און מצוות, און זיך נישט אוועק גערירט פון דעם שטאט ביז ער האט באמת געשפירט, אז די אידן זענען אויפן ריכטיגן וועג, אין יעדן שטאט ווי ער איז אנגעקומען האט ער געדינט אלס דער גבאי און שוחט און אויך אלס דער מלמד, און סיי וואסערע שטעלע עס האט זיך אויס געפעילט, נאר כדי צו מקרב זיין די אידן צום גרויסן באשעפער, אבער דער תואר רבי אדער צדיק האט ער זיך נישט געלאזט רופן, און דערפאר האט מען אים אויף יעדע פלאץ גערופן מיטן נאמען דער שפאלער זיידע.

שפעטער ווען ער איז שוין געווען באוויסט אלס א איש אלקים קדוש ונורא, און הונדערטער אידישע קינדער זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו און געקומען פאר ישועות, און ער איז מפורסם געווארן אלס א פועל ישועות און א גרויסע בעל מופת, מיט דעם אלעם האט ער נישט געלאזט מען זאל אים רופן רבי, נאר ער האט געלאזט מען זאל אים ווייטער רופן מיטן נאמען דער שפאלער זיידע.

ווי באוויסט האט דער שפאלער זיידע זי"ע געהאט א גאר נאנטע קשר און חביבות מיטן צדיק הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע, און דער יוד הקדוש האט מעיד געווען אויפן כח פונעם שפאלער זיידע, אז ער האט מיט זיין כח געקענט מאכן פון א מענטש א גל של עצמות און זיינע ווערטער זענען מקובל בעולם העליון.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געווען א תלמיד פון צדיקים בדורו פון די גרויסע תלמידי בעש"ט זי"ע, ובתוכם,
הרה"ק רבי יעקב יוסף בעל תולדות יעקב יוסף מפולנאה זי"ע,
הרה"ק המגיד ממזריטש זי"ע,
הרה"ק בעל התניא מלאדי זי"ע.

זיין רבו מובהק איז געווען דער הייליגער צדיק וקדוש הרה"ק רבי פנחס מקוריץ זי"ע, וואס פון דעם רבין האט ער געלערנט רוב פון זיין תורה און אויך זיין דרך החסידות און זיין דרך אין עבודת השם.

ביי די 18 יאר האט ער בעצתו פון זיין גרויסן רבין מקאריץ זי"ע חתונה געהאט מיט די טאכטער פון דעם שוחט פון שטאט מידובקה, און דאן האט ער פאר א פאר יאר געוואוינט אין דעם שטאט מידובקה, ווען זיין שווער איז אלט געווארן און מען האט געזיכט אין שטאט א נייעם שוחט, דאן האט דער איידעם דער שפאלער זיידע מיט זיין גרויס עניוות פון נישט וועלן דינען אלס רבי, געוואלט איבער נעמען דעם פאסטן אלס שוחט, אבער זיין הייליגע רבי ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע האט געוויסט אז זיין תלמיד איז דא פאר אסאך העכער'ס ווי דעם.

דאן האט אים זיין הייליגע רבי גענומען דאס ערשטע מאל צו זיין גרויסן רבין דער בעש"ט הקדוש זי"ע כדי צו הערן זיין חוות דעת אויפן תלמיד, דארט ביים בעש"ט זענען זיי געזעצן אפאר טאג, און דאן האט דער בעש"ט געהייסן פארן הייליגען שפאלער זיידע זי"ע אז ער זאל גיין פאר זיבן יאר גלות ליידן, וואס ער וועט דאן מתקן זיין דברים נשגבים.

דער הייליגער שפאלער זיידע איז דאן געווען 30 יאר אלט, ער האט זיך ארויס געלאזט גלות ליידן פאר זיבן יאר, ער איז די גאנצע צייט געגאנגען מיט פשוטע קליידער ווי א ארימאן, אבער די זיבן יאר האט דער צדיק זוכה געווען צו מקרב זיין טויזענטער נשמת ישראל צום גרויסן און הייליגער באשעפער, אויך האט ער יענע צייט עוסק געווען אין פדיון שבויים פאר אידישע קינדער וואס זענען ליידער געזעצן אין תפיסה.

דערציילט מען אז דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז ווען ער וואלט ווען זוכה געווען צו זיין נאך איינמאל ביים בעש"ט הקדוש זי"ע, וואלט זיין עבודת הקודש אים אנגעקומען אסאך גרינגער.

בשנת תקכ"א נאך די זיבן יאר איז דער צדיק אנגעקומען אין שטאט זלאטיפולא, דארט האט גענומען א גאר פשוטע פאסטן אלס שמש פון דעם ביהכ"נ, אבער די אידן פון שטאט האבן גאר שנעל איינגעזען די גדלות און קדושה מיט וואס דער נייער גאסט פירט זיך, און גאר אינגיכן האבן הונדערטער אידן אנגעהויבן זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, אויך איז ער דאן שוין נתפרסם געווארן מיט זיינע גרויסע מופתים און אלס פועל ישועות, דארט אין שטאט זלאטיפולא איז דער צדיק געזעצן פאר 8 יאר.

בשנת תקכ"ט איז דער צדיק אריבער צום שטאט שפאלא ער האט נישט געוואלט נעמען קיין רבנות, אבער טויזענטער אידן זענען געקומען מיט האלטן זיין עבודת הקודש, אויך זענען הונדערטער אידן און אויך להבדיל גוים געקומען פאר א ברכה פון דעם צדיק, ער איז דאן מפורסם געווארן אין די גאנצע וועלט אלס א פועל ישועות און א בעל מופת עצום.

זיין הייליגע עבודת הקודש איז באשטאנען פון עוסק זיין גאר אסאך אין צדקה וחסד און אויך מיטן אויס לייזן אידישע קינדער וואס זענען ליידער אריין אין תפיסה דורך דעם וואס זיי האבן נישט געקענט באצאלען זייער חוב פאר די פריצים, ווען אימער א גוי איז געקומען פאר א ברכה צום צדיק האט ער כסדר אן געזאגט, אז אויב וועט מען זיין גוט צו אידישע קינדער וועלן זיי האבן הצלחה, דער צדיק האט געהאט אין זיך א געוואלדיגע אהבת ישראל וואס איז געווען גאר גרויס, ער האט כסדר מלחמה געהאלטן מיט די אידן וואס האבן נעבעך גע'מסר'ט אנדערע אידן פאר די ממשלה, ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען צו מלמד זכות זיין אויף אידישע קינדער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט איז געווען בחייו פון די צדיקים א חילוקי דעות צווישן דעם הייליגען שפאלער זיידע זי"ע און אנדערע צדיקים בדורו, ובתוכם הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע און הרה"ק רבי ברוך'ל ממעזיבוז זי"ע ביידע אייניקלעך פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, אבער צדיקים האבן מעיד געווען אז דאס איז געווען העכערע זאכן וואס אונז פשוטע מענטשן קענען נישט משיג זיין, ובמקום גדולים על תעמוד, און די צדיקים בדורו האבן מעיד געווען אז דער הייליגער שפאלער זיידע האט אליין מעיד געווען אויף הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע אז ער איז א צדיק וקדוש.

דערציילט מען אז דער הייליגער שפאלער זיידע איז געווען א געוואלדיגע פזרן בצדקה, ער האט קיינמאל נישט מקפיד געווען פאר וועם ער גיבט צדקה, נאר ווען סיי ווער איז געקומען נאך געלט, האט יענער גלייך באקומען פון דעם צדיק צדקה, אפילו פאר גנבים וואס זענען געקומען בעטן צדקה, האט דער צדיק אויך געגעבן, ווען איינע פון די מקורבים האבן אמאל געפרעגט פונעם צדיק פארוואס ער גיבט פאר דעם גנב געלט.

האט דער הייליגער שפאלער זיידע מסביר געווען פאר דעם איד, אמאל פאסירט אז די שערי רחמים זענען ליידער פארשלאסן און פארהאקט און מען קען נישט פויעלען קיין ישועות ביים בורא כל עולמים, דאן שיק איך די גנבים און זיי טרעפן שוין א וועג ווי אזוי צו אויפמאכן די שערי רחמים און דורך דעם פויעלט מען ישועות.

ווי באקאנט האט דער הייליגער שפאלער זיידע געהאט א גרויסע כח אין נגינה, ער האט מחבר געווען גאר געהויבענע און הייליגע ניגונים ווי למשל דעם ניגון "האפ קאזאק" און אויך דעם ניגון "קול ביער", וואס זענען געזינגען געווארן ביי ערליכע אידן אין די הייליגסטע טעג פונעם יאר ווי שביעי של פסח און שמחת תורה.

אויך איז דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע געווען באוויסט אלס א גאר שיינע טאנצער, וואס עס איז מקובל אז די טאנצן האט אים אליהו הנביא ז"ל אויס געלערנט, וואס פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געווען א גשמיות זאך, נאר ער האט מיט זיין טאנצען מתקן געווען גאר גרויסע זאכן, ווי מען זעט אז דער הייליגער צדיק וקדוש הרה"ק רבי אברהם המלאך זי"ע האט אליין מעיד געווען, אז דער שפאלער זיידע מיט זיין טאנצן שבת ויו"ט און מייחד זיין גרויסע יחודים, ברעכט ער אויף שערים און טוט אויף גאר גרויסע זאכן, און דאס איז אסאך העכער ווי די תפילות פון אים רבי אברהם המלאך זי"ע.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
הרה"ק רבי אברהם זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב זי"ע,
הרה"ק רבי פסח זי"ע,
אויך איז אונעם שטוב פונעם הייליגען שפאלער זיידע זי"ע אויפגעוואקסן הרה"ק רבי חיים יוסף מפיסטין זי"ע וואס איז געווארן א יתום יונגערהייט.

דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע האט געלאזט צוואה אז מען זאל אויפן ציון נישט לייגען קיין מצבה.

נסתלק לגנזי מרומים ו' תשרי בשנת תקע"ב ומנוחתו כבוד איז אין שטאט שפאלי.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

מעשה

איין יאר ביים סדר נאכט איז דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע געזעצן מיט די קינדער, און מען האט אנגעהויבן דעם סדר, דער שפאלער זיידע פרעגט זיין קינד יעקב זאל זאגן וואס די מלמד האט אים אויס געלערנט אין חדר "קדש", און דער קינד הייבט אן זאגן, "קדש ווען דער טאטע קומט אהיים פון שוהל, טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל, און ער מאכט שנעל קידוש", און דער עולם שטייט און ווארט אז דער קינד זאל צו ענדיגן ווייטער, אבער דער קינד שטעלט זיך אפ,
פרעגט דער טאטע דער הייליגער שפאלער זיידע, דאס איז אלעס וואס די רבי האט אויס געלערנט, זאגט דער קינד אז יא נאר דאס האט די רבי געזאגט, דער הייליגער שפאלער זיידע איז פארזינקען געווארן אין זיינע הייליגע מחשבות, און דאן זאגט ער פארן קינד, מען דארף ענדיגן, "כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן און קענען פרעגן די מה נשתנה", און דאן האט דער שפאלער זיידע געמאכט קידוש,
דעם קומענדיגן טאג ווען דער שפאלער זיידע האט געטראפן דעם מלמד, האט ער געפרעגט דעם מלמד, פארוואס לערנסטו נישט אויס די קינדער ביי קדש אויך דעם לעצטן שטיקל וואס מען דארף זאגן, האט דער מלמד געזאגט, איך האב געטראכט אז דאס איז דאך נאר א טעם פארוואס מען מאכט שנעל קידוש, און איך האב נישט געהאלטן אז דאס איז וויכטיג צו אויס לערנען פאר די קינדער,
האט דער הייליגער שפאלער זיידע אן געשריגן דעם מלמד און געפרעגט, "ווי קענסטו זאגן אז דאס איז נישט וויכטיג, די ביסט דען חשובער פון אלע מלמדים פון ביז היינט, און די פארשטייסט בעסער פון זיי" "די זאלסט וויסען אז די פארשטייסט נישט אונזערע מקובל'דיגע מנהגים, און די זאלסט נישט וואגן מער צו גרינג שעצן און צו פאר ענדערן לויט דיין פארשטאנד די מנהגים פון די פריערדיגע מלמדים",
און דא האט זיך דער הייליגער שפאלער זיידע אויסגעדרייט צום עולם און געזאגט, דער הייליגער זוהר הק' ברענגט, אז כנסת ישראל זאגט פארן באשעפער, אז מיר זענען אין גלות אין די בחינה פון "פאר שלאפען" און מיט דעם הייבן מיר אן דעם סדר, ווען דער טאטע קומט אהיים פון שוהל, דאס מיינט צו זאגן ווען דער טאטע פון הימל קומט אהיים פון שוהל פסח ביינאכט, און ער זעהט ווי זיין הייליג פאלק די יודען אפילו זיי זענען אויסגעמיטשעט און פארפלאגט פון די ארבעט פון פאר פסח, מיט דעם אלעם זענען זיי אלע געקומען אין בית המדרש, און געזאגט הלל פארן באשעפער מיט התלהבות און השתפכות הנפש,
דאן מאכט דער גרויסער באשעפער שנעל קידוש, כדי צו באנייען אונזער קדושה און אונז אויסלייזען פון גלות כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפען, דאס גייט ארויף אויף די יודען וואס זיי ווערן אנגערופן "ילד שעשועים" זאלן נישט פארשלאפען ווערן אינגאנצען אין דעם טינקעלן גלות און ח"ו זיך מייאש זיין פון די גאולה, און קענען פרעגן די מה נשתנה אז מיר יודען פרעגן פון באשעפער "מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות" פארוואס איז דער גלות לענגער ווי אלע אנדערע גליות, און זאגענדיג די ווערטער האט דער הייליגער שפאלער זיידע אויף געהויבען זיינע הענט צום הימל מיט א געוויין און געזאגט "טאטע אין הימל נעם אונז ארויס פונעם גלות ווילאנג מיר ווארטן נאך אויף די גאולה און לאז אונז נישט חלילה אינגאנצן פארשלאפען ווערן אין דעם פינצטערן גלות".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

צום הייליגען שפאלער זיידע איז מען איינמאל געקומען מזכיר זיין א מקשה לילד, האט דער הייליגער צדיק גענומען א מנין אידן און זיך געשטעלט זאגן תהילים אז די מקשה לילד זאל געהאלפן ווערן, אבער ליידער האט דער צדיק געזען אז די תפילות ארבעטן נישט.

דער שפאלער זיידע האט געהאט א גבאי וואס האט געהייסן חאלבנא, וואס איז געווען א גאר פשוטער איד, אבער ער האט געהאט א מנהג, אז יעדעס מאל ווען ער האט געזען אז די רבי דער שפאלער זיידע איז צוטראגן, האט ער געזאגט א ווערטל, און דאן האט ער געמאכט דעם רבין שמייכלען, און ווען דער גבאי איז אריינגעקומען און געזען ווי דער שפאלער זיידע זאגט תהילים און איז צוטראגן, האט דער חאלבנא געזאגט א גוט ווארט און דער שפאלער זיידע האט זיך צעשמייכלט,
דאן האט זיך דער שפאלער זיידע אנגערופן, מזל טוב די קינד איז ב"ה געבוירן בשעה טובה ומוצלחת, און דאן האט דער צדיק געזאגט, מיט די תהילים האבן מיר טאקע געפויעלט אז די מאמע זאל בלייבן לעבן, אבער דעם קינד האט מען נישט געקענט אויספויעלען, אבער דער גבאי מיט זיין ווערטל וואס האט אריינגעברענגט שמחה, דאס האט געראטעוועט דעם קינד אויך, ווייל וואס שמחה קען אויפטון, קען קיין שום תפלה נישט אויפטון.

דער הייליגער צדיק רבי מאיר הורוויץ בעל אמרי נועם מדז'יקוב זי"ע האט נאך געזאגט בשם פון זיין זיידן דער הייליגער זרע קודש מראפשיץ זי"ע, אז עס איז געווען א צדיק וואס איז איינמאל געקומען צום הייליגען שפאלער זיידע זי"ע, אבער וויבאלד דער שפאלער זיידע זי"ע האט זיך כסדר געפירט מיט א מוראדיגע פשטות און באהאלטען קייט, און ווי באקאנט פלעגט ער גיין מיט גאר לאנגע קליידער ממש ביז איבער די פיס, און דער צדיק איז נישט נתפעל געווארן פון די עבודה ביים שפאלער זיידע,
אבער דאן איז אנגעקומען די הייליגע יו"ט שמחת תורה, וואס דאן האט דער שפאלער זיידע אויף געבויגן זיין בעקיטשע כדי ער זאל קענען טאנצן, דער אנדערער צדיק אזוי ווי ער האט געזען די הייליגע פיס פונעם שפאלער זיידע, איז ער אוועק געפאלן אין חלשות.

דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע האט דערציילט, אז ער האט געהאט א תלמיד זיינער וואס מען האט ליידער געכאפט מיט א גניבה, און די גוים האבן אנגעטראגען פאר דעם איד, אז אויב ער וועט זיך שמד'ן רח"ל צו זייער גלויבען, וועט מען אים לאזן לעבן, אבער דער תלמיד איז בכלל נישט נתפעל געווארן און בשום אופן נישט געוואלט נעמען דעם אנטראג,
האבן די גוים גענומען דעם איד און אים רח"ל אנגעגאסען מיט הייסע קוילן און אזוי אים אומגעברענגט אויף קידוש השם, אבער דער איד האט זיך פון די אלע זאכן בכלל נישט וויסענדיג געמאכט, נאר די גאנצע צייט געקלאטשט און געזונגען אז ער איז א איד, האט דער שפאלער זיידע געזאגט, בשעת דער איד האט געקלאטשט און געזינגען האבן די מלאכי השרת מיט געטאנצן און מיט געקלאטשט און עס איז געווען א גרויסע נחת רוח בעולם העליון.

ווערט דערציילט אז דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע האט מתפלל געווען אז ער זאל האבן גאר פשוטע קינדער און נישט קיין בעלי מדרגה, ווייל ליב האבן קינדער בעלי מדרגה איז בכלל נישט קיין ווינדער, אבער ליב האבן פשוטע קינדער איז באמת אן עבודה, ווייל דאס האט מעורר געווען אז דער גרויסער באשעפער זאל אויך ליב האבן די אידישע קינדער אפילו זיי זענען סתם פשוט.

דער הייליגער צדיק הרה"ק רבי איציקל מסקווירא זי"ע האט אמאל געטראפן א איד א זקן מפלא וואס האט נאך געקענט דעם הייליגען שפאלער זיידע זי"ע, האט אים רבי איציקל געבעטן אויב ער קען נאך זאגן א ווארט פונעם הייליגען שפאלער זיידע זי"ע וואס ווי באקאנט האט דער שפאלער זיידע נישט געזאגט קיין דברי תורה און עס איז נישט געבליבן קיין דברי תורה פון אים,
האט דער איד נאך געזאגט דעם ווארט, "מען קען זיין א שֹׁמֵעַ אִמְרֵי קל, און אויך א וְיֹדֵעַ דַּעַת עֶלְיוֹן, און אויך א מַחֲזֵה שַׁקי יֶחֱזֶה, און מיט דעם אלעם איז מען א געזונטער בלעם" דער הייליגער רבי איציקל זי"ע איז פון דעם גאר שטארק צוטראגן געווארן, אז אפשר האט אים דער הייליגער שפאלער זיידע געמיינט, דאן האט זיך דער הייליגער צדיק רבי איציקל פארשפארט פאר דריי טאג כדי צו איבער קוקען זיינע מעשים, נאך דריי טאג איז דער הייליגער צדיק רבי איציקל ארויס געקומען און געזאגט, "ניין נישט קיין בלעם".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז איין מאל זענען די דריי צדיקים, וואס זענען נאך אלע דריי געווען דאן צדיקים נסתרים, דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע, דער הייליגער רבי מרדכי'לע נעשכיזער זי"ע, און דער הייליגער צדיק דער זאסלאווער חזן זי"ע געגאנגען צו א שטעטל כדי צו מתקן זיין דברים נשגבים, זענען זיי איין געשטאנען ביי א איד אין זיין גאסט הויז, דער איד האט אויך געהאט א שענק הויז ווי גוים פלעגן קומען פארברענגען דארט,
ווען עס איז אנגעקומען שבת קודש, האט דער איד געזאגט פאר די דריי צדיקים, אז אויף שבת קודש זאלן זיי גיין צו דעם דערנעבענדיגן שטעטל, ווייל דא ביי אים וועלן זיי נישט האבן קיין רואיגע שבת, ווען זיי האבן געפרעגט דעם איד פארוואס ער טראכט אזוי, האט דער איד דערציילט, אז די גוים פון שטאט וואס קומען די גאנצע וואך טרינקען ביי אים, ווען עס קומט שבת קודש קומען זיי דא און טרינקען זיך אן, און דרייען איבער דעם גאנצן פלאץ, און וויבאלד זיי זענען דאך קליענטען די גאנצע וואך, קען ער זיי נישט פארשיקן, אבער פארוואס זאלן זיי דריי אויך האבן א צושטערטן שבת,
האבן די דריי צדיקים געזאגט פאר דעם איד, נישט געזארגט לאז אונז דא בלייבן אויף שבת קודש, און מען וועט שוין אלעס מסדר זיין, ערב שבת קודש איז דער הייליגער נעשכיזער ארויס פארענט פונעם שענק, און ער האט מיטן בעזעם אויסגעקערט פארענט פונעם שענק, לפלא זענען קיינער פון די גוים מער קיינמאל נישט אריין געקומען אין דעם שענק הויז שבת קודש, אבער אינדערוואכן זענען אלע ווייטער געקומען, אבער פון דאן אן האט דער איד שוין געהאט מנוחה שבת קודש.

דערציילט מען אז ווען דער הייליגער שפאלער זיידע איז געווען גלות ליידען, האט ער דאך גאר אסאך עוסק געווען אין פדיון שביים און ארויס גענומען אידן פון די תפיסות וואס די גוישע ארענדער האבן איינגעזעצט אידן אויב האט מען נישט געקענט באצאלן די חוב, ווען דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע איז אנגעקומען צו איינע פון די שטעט, איז דער הייליגער שפאלער זיידע געוואר געווארן, אז א איד זיצט ליידער אין תפיסה ווייל ער האט נישט צו באצאלן זיין חוב פארן פריץ פון שטאט.

איין טאג האט מען געגרייט א גרויסע סעודה פארן יום הולדת פונעם פריץ, און דער פריץ האט גאר גוט געקענט טאנצן, האט דער פריץ אפגעמאכט אז ער וועט זיך אינטער האלטן מיטן נעבעכדיגן אידל, ער האט מבשר געווען פאר דעם איד, דעם קומענדיגן טאג וועסטו זיך אנטון מיט א פארשטעלעכטס פון א בער, און די וועסט קומען טאנצן צוזאמען מיט מיר, און ווער עס וועט שענער טאנצן וועט קענען צעשלאגן דעם אנדערן טאנצער,
דער איד האט גאר גוט געוויסט, אז ער קען נישט טאנצן און בכלל איז דער איד שוין געווען אינגאנצן אויסגעדארט פון זיצן אין תפיסה, דער איד איז געווען גאר שטארק צובראכן פון זיין גורל וואס עס ווארט אים אפ דעם קומענדיגען טאג, אבער ביינאכט האט זיך דער הייליגער שפאלער זיידע אריין געכאפט אין תפיסה, און געזאגט פארן איד, די גיי אהיים צו דיין משפחה און איך וועל דא בלייבן אנשטאט דיר,
ביינאכט איז אליהו הנביא ז"ל געקומען צום הייליגען שפאלער זיידע, און ער האט אים אויס געלערנט טאנצן גאר שיין ער האט אים אויס געלערנט די אלע טענץ וואס די גוים טאנצן, און אזוי איז דער שפאלער זיידע געבליבן זיצן דארט אין תפיסה אנשטאט דעם איד,
צום באשטימטן צייט זענען די באדינער פונעם פריץ געקומען אפנעמען דעם איד פון תפיסה, זיי האבן דעם שפאלער זיידע אנגעטון דעם פארשטעלאכטס פונעם בער, און מען האט אים גענומען צום גרויסן סעודה, אזוי ווי די גוים האבן געזען דעם אידל אריינקומען, האט זיך אנגעהויבן די לאכעריי פון די גוים וויסענדיג וואס דא גייט פארקומען מיט דעם אידל,
אבער אזוי ווי די מוזיק האט אנגעהויבן שפילן, און דער שפאלער זיידע האט אנגעהויבן טאנצן אזוי ווי אליהו הנביא האט אים אויס געלערנט, און פארשטייט זיך דער גוי דער פריץ איז געווען אינגאנצן אנגע'שוכר'ט, אזוי האט דער שפאלער זיידע גאר שיין געטאנצן, און דער פריץ האט נישט געקענט טאנצן אזוי שיין ווי אים,
דאן ווען דער שפאלער זיידע האט געזען, אז ער האט דאך געוואנען דעם פארמעסט, האט ער זיך אראפ געלאזט אויף דעם פריץ דעם רשע, און ער האט אים גוט באקלאפט די ביינער פארן מצער זיין דעם איד, פון דאן אן האט שוין דער פריץ קיינמאל מער נישט געטשעפעט קיין אידן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע האט דערציילט, אז דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע האט מפרסם געווען בחייו, אז ווער עס האט א צרה אין שטוב, זאל ער מנדב זיין א סכום געלט פאר צדקה און זאגן אז ער גיבט דאס לטובות זיינעט וועגן און ער וועט געהאלפן ווערן, אפילו נאכן פטירה האט מען זיך ווייטער אזוי געפירט אז מען האט מנדב געווען א סכום פאר צדקה לעילוי נשמתו פון דעם צדיק און אידן האבן געזען גרויסע ישועות.

דער הייליגער צדיק רבי אשר'ל מסטאלין זי"ע האט אמאל געהערט, אז עס איז דא א איד א זקן מפלא וואס האט א ברכה פונעם הייליגען שפאלער זיידע זי"ע, איז דער צדיק רבי אשר'ל געגאנגען באזיכן דעם איד צו הערן וואס די ברכה פונעם שפאלער זיידע איז געווען,
האט אים דער איד דערציילט, אז ביים הייליגען שפאלער זיידע זי"ע איז געווען א מנהג יעדן שבת קודש אויפדערנאכט, אז נאכן דאווענען האט דער הייליגער צדיק אויף געהויבן זיינע ידיו הקדושים אין דער הייעך און געזאגט "שאו ידיכם קודש וברכו", און דאן זענען אלע מתפללים דורך און דער שפאלער זיידע האט יעדן געבענטשט מיט א ברכה, אבער די ברכה האט דער שפאלער זיידע געזאגט גאר שטיל אז קיינער האט נישט געהערט וואס ער וואונטשט.

איין שבת קודש ביינאכט ווען איך בין דורך אין די רייע, האב איך אפ געמאכט אז איך וועל נאכאמאל דורך גיין די רייע כדי צו באקומען נאך א ברכה פונעם צדיק, אבער אזוי ווי איך קום אן זאגט מיר דער צדיק, דיך האב איך שוין איינמאל געבענטשט, האב איך געזאגט יא טאקע מען האט מיך שוין געבענטשט, אבער איך האב נישט געהערט וואס די רבי זאגט,
האט דער הייליגער צדיק געזאגט, דאן וועל איך דיך בענטשן הויעך מיט די ברכה, כדי די זאלסט הערן וואס איך ווינטש, און דאן האט דער צדיק מיך געבענטשט מיט דריי ברכות, די זאלסט האבן אריכת ימים ושנים, צוזאמען מיט די קינדער, און קיינמאל נישט וויסן פון קיין קראנקייט ח"ו, דערציילט דער זקן, אלע דריי ברכות זענען מקיים געווארן פונקטליך ווי אזוי דער צדיק האט געוואונטשן.

אויפן געוואלדיגן עניוות פונעם הייליגען שפאלער זיידע זי"ע האט דערציילט דער הייליגער רוזינער זי"ע, אז זיין הייליגע טאטע הרה"ק רבי שלום שכנא מפראהביטש זי"ע איז אמאל געפארן אויף שבת קודש צום הייליגען שפאלער זיידע זי"ע, ווי באקאנט האט דער הייליגער שפאלער זיידע געהאט א געוואלדיגע אריכת ימים ער איז געווען דער זקן הצדיקים בדורו, און דער הייליגער רבי שלום שכנא איז נאך דאן געווען א יונגערמאן,
ווען עס איז געקומען צום שבת טיש, האט דער שפאלער זיידע געזעצט רבי שלום שכנא אויבן אן, און ער דער שפאלער זיידע איז געזעצן אינדערזייט אזוי ווי א חסיד ביי זיין רבין, ווען עס איז געקומען מוצאי שבת און די צוויי צדיקים האבן זיך געזעגענט, האט דער הייליגער שפאלער זיידע געבעטן פון רבי שלום שכנא אז ער זאל אים בענטשן, אבער רבי שלום שכנא האט געזאגט, איך בין דאך א יונגערמאן און עס פאסט נישט אז איך זאל אייך בענטשן, אזוי האבן די צוויי צדיקים געהאט א דין ודברים,
דאן האט דער שפאלער זיידע געזאגט, לאמיר מאכן א פשרה, אונז וועל מיר זיך איינער דעם אנדערן בענטשן, אבער איר רבי שלום שכנא זאל קודם בענטשן, און דאן האט דער הייליגער צדיק רבי שלום שכנא געבענטשט דעם שפאלער זיידע, אבער אזוי ווי ער האט געענדיגט בענטשן איז דער שפאלער זיידע אועק געשפרינגען און נישט געוואלט צוריק בענטשן רבי שלום שכנא און געזאגט, ווי אזוי קען איך אייך בענטשן בין איך דען ווערט אז איך זאל אייך בענטשן.

דערציילט מען אז איינמאל איז דער הייליגער צדיק רבי זושא מאניפאלי זייער נישט געזונט געווען, און דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע איז אים געקומען מבקר חולה זיין, און בשעת ווען ער איז דארט געווען האט ער געזוכט א זכות אויפן רבי ר' זושא, אז אין דעם זכות זאל ער געזונט ווערן, אבער דער הייליגער רבי ר' זושא האט גלייך מרגיש געווען אז דער שפאלער זיידע זוכט א זכות, האט רבי ר' זושא געזאגט, שפאלער זיידע זיכט נישט קיין זכותים אויף מיר, ווייל אויב יא קען נאך קומען א מלאך און מקטרוג זיין אויף דעם זכות,
נאר האט רבי ר' זושא געזאגט, זאגט ענדערשט די ווערטער, רבוש"ע ארום אניפאלי וואוינען מער ווי זיבן הונדערט גוים, און אלע זענען געזונט, מעג אויך רבי ר' זושא זיין געזונט, און עס איז מקובל אז מען זאל די מעשה דערציילן ווען מען גייט מבקר חולה זיין א איד, און דאס איז מסוגל פאר א רפואה, אויך פלעגט דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא אנוואונטשן פאר אידן וואס זענען געקומען מזכיר זיין א חולה, "די זאלסט זיין געזונט ווי א גוי".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז איין טאג איז אריין געקומען צום הייליגען שפאלער זיידע א איד וואס איז ל"ע געווען אויס געשלאגן אויפן גאנצן גוף מיט געפערליכע בלאטערן, איז דארט געווען דער גבאי חלבנא וואס האט באדינט דעם הייליגען שפאלער זיידע, א קורצע צייט שפעטער איז דער גבאי אריין געקומען און ער זעט ווי דער הייליגער שפאלער זיידע איז אינגאנצן אויס געשלאגן אויפן גוף פונקט אזוי ווי דער איד, האט דער גבאי געפרעגט פונעם שפאלער זיידע, וואס האט דאס אויס געפעלט פארן רבין צו נעמען די קראנקהייט פון דעם איד, האט דער שפאלער זיידע געזאגט, ווער בעט דיך די זאלסט דיך אריין מישן אין מיינע געשעפטן,
אביסל שפעטער ווען דער גבאי איז אריין געקומען האט ער געזען, ווי דער שפאלער זיידע איז אויס געהיילט, האט ער געפרעגט דעם רבין וואס איז דא פאר געקומען, האט דער שפאלער זיידע געזאגט, ווען דער איד איז אריין געקומען, האב איך גלייך געזען אז דער איד האט נישט דעם כח אויס צו האלטן די יסורים, האב איך דעם קראנקהייט קודם איבער גענומען אויף מיר, דערנאך האב איך מיך שוין איינגעבעטן ביים רבוש"ע, אז ער זאל דעם קראנקהייט אוועק נעמען פון מיר, אבער קודם זאל דער איד ווערן געזונט.

ווערט דערציילט, אז איין יאר אפאר וואכן בעפאר פסח, איז דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע ארום געפארן צו אלע שטעט ארום שפאלי, און ער האט צוזאם גענומען אסאך ווייץ אויף פסח, יעדער האט זיך גאר שטארק געוואוינדערט וואס דער צדיק ברויך אזויפיל ווייץ אויף פסח,
אבער לפלא האט ליידער אויס געבראכן אפאר טאג בעפאר פסח א שרעקליכע פייער אין א שטאט נעבן שפאלי, און די גאנצע שטאט איז ל"ע פארברענט געווארן, און דער שפאלער זיידע איז גלייך אריבער און אויס געטיילט דאס גאנצע מצה וואס ער האט געבאקן, און דאן האט דער עולם געזען, אז דער צדיק האט אנגעגרייט די רפואה בעפאר די מכה, און דערפאר האט ער צוזאמען געשטעלט אזויפיל ווייץ און מצה.

הרה"ק רבי אלימלך מרודניק זי"ע האט דערציילט בשם דעם זיידן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, אז דאס ערשטע מאל וואס דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע איז אנגעקומען קיין מעזיבוז צום בעש"ט הקדוש זי"ע, אזוי ווי ער איז אריין געקומען אין שטוב צום בעש"ט, האט אים אנגעכאפט א פחד און ציטער און ער האט געזאגט, דאס איז דער איד מיט די לאפעטע, און דער שפאלער זיידע איז צוזאמען געפאלן,
ווען מען האט אים דערמינטערט האט דער שפאלער זיידע זי"ע דערציילט, אז ווען זיין נשמה האט געברויכט אראפ קומען אויף די וועלט, האט ער בשום אופן נישט געוואלט אראפ קומען, נאר האט געוואלט בלייבן אויבן בבית השם און נהנה זיין מזיוו שכינתו בשמי מעל, און האט בשום אופן נישט געוואלט אראפ קומען אויפן עולם השפל,
אבער ווען עס איז געקומען די צייט אז די נשמה הטהורה זאל קומען אויף די וועלט, איז געווארן א גרויסע רעש און א טימל אין הימל, ווייל די נשמה האט געברויכט אראפ קומען אויף די וועלט און משפיע זיין תורה און קדושה, אבער דער הייליגער נשמה האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז ער קומט נישט אראפ אויף די וועלט,
דאן האט זיך באוויזן א גרויסע לעכטיגקייט און א איד א זקן איז אנגעקומען מיט א שטעקן און האט געזאגט פאר מיר בזה"ל, "השקיפה נא מן השמים וראה את גודל הצרות המתרגשות ובאות על כלל ישראל, כמה נפשות נדכאות ושבורות שצריכים לחזקם לתומכם ולאמצם, ומה לך זה שתסתכל אך ורק לטובת והנאת עצמך, שים נגד עיניך גם את טובת כלל ישראל", דער איד האט אים זייער אנגעשריגן, פארן נאר טראכטן פון זיין גוטס אויפן עולם האמת, און בכלל נישט טראכטן וויפיל נשמות ישראל ווארטן אויף זיין השפעה, און דער איד האט אים כמעט געוואלט שלאגן, און דאן האב איך געהערט דעם מזל טוב און איך בין געבוירן געווארן,
פירט אויס דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע, אז יעצט ווען ער האט דאס ערשטע מאל געזען דעם בעש"ט הקדוש זי"ע, האט ער געזען אז יענער איד וואס האט אים אראפ געטריבן אויף די וועלט, איז געווען דער בעש"ט הקדוש זי"ע, וואס האט געזען מיט זיינע הייליגע אויגן, אז דער נשמה וועט גאר אסאך אויפטון פאר אידישע נשמות און זיי נענטער ברענגען צום גרויסן באשעפער, און דערפאר האט ער אים אראפ געטריבן פונעם עולם האמת, און דערפאר איז דער שפאלער זיידע צוזאמען געפאלן, זעענדיג יענעם איד וואס ער האט געזען בעולם העליון בעפאר ער איז געבוירן געווארן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע וואס איז געווען א סניגורן של ישראל און כסדר מילץ יושר געווען ביים באשעפער אויף זיינע אידישע קינדער, האט ער אמאל געזאגט בזה"ל, "רבוש"ע די ווארטס דאך אז די אידישע קינדער זאלן תשובה טון, האט דער שפאלער זיידע אנגעכאפט זיין דיקנא קדישה און געזאגט, רבוש"ע איך שווער אז די וועסט דיך מיזן ברעכן און נאכגעבן פאר אידישע קינדער און מוחל זיין פאר אידישע קינדער אפילו אן תשובה".

איינע פון די צדיקים האבן דערציילט, אז דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע האט אמאל געזאגט א מליצה ישרה אויף אידישע קינדער בזה"ל, "רבוש"ע וואס האסטו טענות אויף דיינע אידישע קינדער, אויב וואלסטו געשטעלט דעם צורה פונעם גיהנום פארענט פון זייערע אויגן, און די תאוות וואלסטו באהאלטן אינעם ראשית חכמה, וואלטן זיי דאך נישט געזינדיגט, אבער אזוי ווי די האסט די תאוות הגשמי געלייגט פארענט פון זייערע אויגן, און דעם גיהנום האסטו אריין געלייגט אינעם ראשית חכמה, מה יעשו בנים ולא יחטאו".

דער הייליגער אוהב ישראל מאפטא זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז ער געווען ביים הייליגען שפאלער זיידע זי"ע, און עס איז אנגעקומען א בריוו צום שפאלער זיידע ווי עס איז געשטאנען אסאך שבחים און תארים אויפן שפאלער זיידע, און ער זעהט ווי דער צדיק ליינט אפ די תארים איינמאל און נאכאמאל, עס איז געווען א גרויסע חידוש פארוואס דער צדיק ליינט אזוי די אלע שבחים,
האט דער שפאלער זיידע וואס איז שוין געווען דאן א זקן אן געכאפט זיין דיקנא קדישא און געזאגט מיט זיין גרויס עניוות, דער יצר הרע קומט נאך אלס צו מיר און פראבירט מיך צו איבער רעדן אויף עבירות, דערפאר זאג איך איבער די אלע שבחים וואס מען שרייבט אויף מיר, און מיט דעם זאג איך פארן יצר הרע, אז ער זאל מיך שוין אפלאזן, ווייל איך בין דאך אזוי גרויס און הייליג, און ווי אזוי פאסט פאר מיר צו טון די עבירות.

מען דערציילט א מעשה נורא וואס איז פאר געקומען ביים הייליגען שפאלער זיידע זי"ע, אז אין שטאט שפאלי האט געוואוינט א פריץ וואס האט אסאך צרות אפגעטון פאר די אידן, איין טאג איז דער פריץ דורך ביים שטוב פונעם שפאלער זיידע זי"ע, האט דער שפאלער זיידע צו געריפן דעם פריץ און ארויס גענומען זיין טאש טיכל פון טאש, און ער זאגט פארן פריץ, ווילסט זעהן א דבר פלא, האט דער פריץ געזאגט אז יא ער וויל זעהן א דבר פלא,
האט אים דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע געהייסן אריין קוקען אין טאש טיכל, און דארט האט ער געוויזן פארן פריץ זיין פלאץ, דאן האט ער געהייסן פארן פריץ אריין קוקען נאכאמאל און ער האט אים געוויזן זיין גארטן, דאן האט אים דער שפאלער זיידע געוויזן אינווייניג אין זיין הויז, און דארט האט דער פריץ געזען דעם גלח וואס האט אזויפיל בלבולים דערציילט אויף די אידן, ווי ער דער גלח טוט מעשים אשר לא יעשה ביים פריץ אין שטוב,
האט אים דער שפאלער זיידע זי"ע געזאגט, אז אויב ער וויל דער'הרג'ענען דעם גלח, זאל ער אריין שיסן אינעם טאש טיכל, און דער גלח וועט מיט דעם גע'הרג'ט ווערן, און דער פריץ האט געטון ווי דער שפאלער זיידע האט געהייסן, און אזוי ווי ער איז אהיים געקומען, האט ער געהערט אז דער גלח איז געשטארבן ביי אים אין שטוב, דאן האט דער פריץ געזען דעם גרויסן כח פון דעם שפאלער זיידע, און פון דאן האט ער מבטל געווען אלע גזירות אויף אידן.

זכותו הגדול יגן עלינו.
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 149

Re: הרה"ק רבי יהודה ארי' לייב ב"ר ברוך זי"ע. - שפאלער זיידע - ו' תשרי תקע"ב

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

אין גזע ריזשין גייט מען תשליך דוקא אין די יארצייט פון די הייליגע שפאלע זיידע, כדי צו מעורר זיין גרויסן זכות לכפר עוונות.
שרייב פאוסט