הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

כ"ז אלול

הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, (רוקח), השר שלום, מבעלזא.

ער איז געבוירן אין שטאט בראד, חודש שבט בשנת תקמ"ג,
צו זיין טאטע הגה"ק רבי אלעזר מבראד זי"ע,
מגזע הגה"ק רבי אלעזר רוקח בעל מעשה רוקח אב"ד אמסטרדם זי"ע,
ומגזע הגה"ק רבי נפתלי הכהן בעל סמיכת חכמים מפרנקפורט זי"ע,
ומגזע הגה"ק רבי צבי הירש אשכנזי בעל חכם צבי זי"ע.

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת רבקה העניא ע"ה,
בת הגה"ק המקובל רבי יהודה זונדל רמר"ז מחכמי בראדי זי"ע.

ער איז געווען א גאון הגאונים און א בקי וחריף עצום בתורת הנגלה והנסתר ומפורסם בכל קצוי תבל, ער איז געווען א איש קדוש מאוד און א צדיק וחסיד, ער האט עוסק געווען בתורה ועבודת השם כל ימיו במסירת נפש, אלע צדיקים בדורו האבן מעיד געווען אויפן גדלות בתורה און די געוואלדיגע קדושה וטהרה מיט וואס דער צדיק האט זיך געפירט כל ימיו, ער האט מרביץ תורה געווען פאר טויזענטער תלמידים ובתוכם גאר אסאך צדיקי הדור.

צדיקים האבן מעיד געווען אויף די הייליגע אויגן וואס דער צדיק האט געהאט, און ער איז געווען מפורסם אלס א בעל רוח הקדוש אמיתי און מען האט געזען אז דער צדיק זעהט אלעס, ער איז געווען א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, הונדערטער מעשיות ווערן דערציילט פון ישועות בעניני רפואה וואס דער צדיק האט באוויזן נאר מיטן ארויף לייגן ידיו הקדושת אויף א איד, ער האט געפירט זיין רבנות מיט א געוואלדיגע שטארקייט און קדושה.

ליידער זייענדיג גאר יונג, האט דער צדיק פארלוירען זיין הייליגן טאטן וואס איז נסתלק געווארן ביי 36 יאר אלט, איבער לאזענדיג א שטוב פון 8 קליינע יתומים, און דער צדיק זייענדיג פון די יונגערע קינדער, האט אים די מאמע געשיקט לערנען ביים פעטער הגה"ק רבי ישכר בער אב"ד סקאהל זי"ע, און דער צדיק האט זוכה געווען צו א געוואלדיגע חביבות ביים פעטער, און גאר אסאך תורה און עבודת השם האט דער צדיק קונה געווען וואוינענדיג ביים פעטער.

וויבאלד דער פעטער האט געזען דאס גדלות פון דעם גאון, האט ער אים גענומען אפילו זייענדיג גאר יונג אלס אן איידעם, דאן האט דער צדיק חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מלכה ע"ה, בת הגה"ק רבי ישכר בער מסקאהל זי"ע, וואס צדיקים וגדולים האבן מעיד געווען אוף די רעבעצין, אז זי איז געווען א געוואלדיגע צנועה ובעלת השגה און א גאר קלוגע פרוי, און דער הייליגער שר שלום זי"ע האט כמה פעמים געזאגט, אז זיין גדלות בתורה איז ער תולה אין זיין רעבעצין, וואס איז אים אייביג געשטאנען צו די האנט, און פיל ארויסגעהאלפן אין זיין עבודת הקודש.

נישט לאנג נאך די חתונה, איז דער צדיק נתקרב געווארן צום דרך החסידות, ווען ער איז געגאנגען לערנען ביי הגה"ק רבי שלמה לוצקער המגיד מסקאהל זי"ע, וואס איז געווען פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגען מגיד ממזריטש זי"ע, וואס דער צדיק וקדוש דער שר שלום האט דעם מגיד געהאלטן פאר זיין רבו מובהק אין תורה, גאר אסאך תורה האט דער צדיק געלערנט ביי דעם מגיד, און גאר שנעל איז דער שר שלום געווארן מפורסם אלס איינע פון די גדולים בתורה בדורו.

ווערט דערציילט, אז לערנענדיג ביים גרויסן גאון הגה"ק רבי שלמה לוצקער המגיד מסקאהל זי"ע, האט דער צדיק גענומען נאך צוויי גדולים פון דעם רבין'ס תלמידים, און צוזאמען האבן זיי געמאכט א חבורה, וואס וועלן אויף זיין טויזענט נעכט ברציפות און עוסק זיין נאר בתורה, אבער נאך 200 נעכט האט זיך דער ערשטער חבר אפ געטיילט, און דער צווייטער האט זיך אפ געטיילט נאך 800 נעכט, אבער דער צדיק דער שר שלום איז ווייטער געגאנגען מיט א מסירת נפש.

די לעצטע נאכט פון די טויזענט נעכט, האט דער צדיק דער שר שלום זוכה געווען צו גילוי אליהו הנביא ז"ל, וואס האט מיט אים געלערנט די גאנצע נאכט סתרי תורה, און דאס לעצטע הלכה וואס אליהו הנביא האט געלערנט מיטן שר שלום, איז געווען הלכות בית הכנסת, און שפעטער האט וועגן דעם דער צדיק דער שר שלום אריין געלייט גרויסע כוחות דקדושה, צו בויען די גרויסע ביהמ"ד אין שטאט בעלזא, וואס איז געווען בקדושה וטהרה.

לימים האבן די חסידים געפרעגט דעם איידעם הרה"ק רבי חנוך העניך מאלעסק זי"ע, אויב עס איז אמת אז דער שווער איז געווען אויף טויזענט נעכט און עוסק געווען בתורה, האט דער הייליגער איידעם רבי חנוך העניך זי"ע געענטפערט, איך אליין בין אויף געווען מיטן שווער מער פון דריי טויזענט נעכט, און מיר האבן צוזאמען עוסק געווען בתורה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

ביי די 18 יאר בערך איז דער צדיק געווען דאס ערשטע מאל אין לובלין ביים הייליגען חוזה זי"ע, און נישט לאנג נאכדעם האט ער זיך שוין געציילט צווישן די גרעסטע תלמידים פונעם הייליגען חוזה, דער חוזה האט גלייך דערשפירט דאס גדלות און קדושה פון דעם צדיק.

ער האט זוכה געווען צו א געוואלדיגע קרבה יתירה פונעם חוזה, אפילו זייענדיג נאר 18 יאר אלט, האט אים די חוזה מכבד געווען מיט די עליה פון שישי שבת קדוש, אויך האט ער שוין דאן געליינט קריאת מגילה ביי זיין רבין דער חוזה, און די רבי דער חוזה האט זיך דאן אויסגעדריקט בזה"ל, "די מעשה פון די מגילה האב איך שוין געהערט אסאך מאל, אבער אזוי ווי דער יונגערמאן האט דאס דערציילט, האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט".

ווערט דערציילט, אז איינמאל האט דער צדיק דער שר שלום זי"ע געהערט פון זיין גרויסן רבין דער חוזה מלובלין זי"ע בזה"ל, "ווער עס וואוינט נאנט צום שטאט קאזניץ, און ער גייט נישט מקבל זיין דעם צדיק, ווען משיח וועט קומען, וועט יענער נישט קענען זוכה זיין צו געבן שלום פאר משיח צדקנו", אזוי ווי דער תלמיד דער שר שלום האט געהערט די ווערטער, איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון זיין רבין, כדי צו גיין צום הייליגען מגיד מקאזניץ, האט אבער די רבי זייער געבעטן זיין תלמיד, אז אויף שבת קודש זאל ער זיין צוריק ביי אים.

ווען דער הייליגער שר שלום איז אנגעקומען קיין קאזניץ, האט אים דער גרויסער מגיד גאר שיין מקבל פנים געווען און מכבד געווען, אבער תיכף איז דער שר שלום אריין זיך געזעגענען אז ער פארט צוריק אויף שבת צו זיין רבין קיין לובלין, האט דער הייליגער מגיד געזאגט, אויב בוסטו מסכים צו בלייבן דא ביי אונז, וועסטו זוכה זיין צו גילוי אליהו הנביא ז"ל,
אבער דער שר שלום האט זיך ווייטער געוואלט געזעגענען, האט דער מגיד פראבירט נאכאמאל און געזאגט, אויב בלייסטו ביי אונז וועל איך דיר ווייזן די אבות הקדושים, אבער דער הייליגער שר שלום האט בשום אופן נישט געוואלט ברעכן זיין צוזאג פארן חוזה אז ער קומט צוריק אויף שבת קיין לובלין, און דער שר שלום האט זיך געזעגענט פונעם הייליגען מגיד מקאזניץ,
אזוי ווי ער איז אנגעקומען קיין לובלין צום הייליגען חוזה מלובלין, האט אים זיין רבי מקבל פנים געווען מיט א שמחה און צהלות פנים און געזאגט, "צו מוותר זיין אויף גילוי אליהו הנביא ז"ל, און אויך מוותר זיין אויף גילוי האבות הקדושים, נאר כדי צוריק צו קומען צו דיין רבין, דאס הייסט א אמת'ע חסיד".

אויך האט זיך דער צדיק גאר אסאך מסתופף געווען בצלו פון אנדערע צדיקי הדור ובתוכם,
הרה"ק רבי אורי השרף מסטרעליסק זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל הופשטיין המגיד מקאזניץ זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם יהושע בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע.

ווערט דערציילט, אז איינמאל ווען דער הייליגער שר שלום זי"ע איז אלס יונגערמאן געווען אין שטאט אפטא ביים הייליגען אוהב ישראל זי"ע, האט אים דער אפטא רב מכבד געווען מיט ברכת המזון, און דאס איז געווען א גרויסע וואונדער ביי די חסידים, ווייל דער הייליגער אפטא רב האט מקפיד געווען אליינס צו בענטשן אויפן כוס, האט דאן דער הייליגער אוהב ישראל געזאגט פאר זיינע חסידים, איך האב היינט געזאגט תורה אויף גאר א געהויבענע דרגה, און דער איינציגסטער וואס האט באמת פארשטאנען די תורה, איז געווען דער יונגערמאן דער שר שלום מבעלזא, וואס האט זיך אסאך מסתופף געווען ביי די תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

גאנץ אנפאנג האט דער צדיק געוואלט עוסק זיין במסחר און נישט געוואלט נעמען קיין רבנות, און דערפאר האט דער צדיק וקדוש געוואלט נעמען א ארבעט צו זיין דער בעדער פון שטאט, ווייל אין די ארבעט איז נישט דא אזויפיל שאלות אין הלכה, וויבאלד עס איז נישט דא קיין ריבות אדער סיי וואסערע אנדערע שווערע הלכות שאלות, און דער צדיק וואס איז געווען א גאון עולם בתורה, האט בכלל נישט געזען א פחיתות כבוד אין זיין א עוסק בצרכי ציבור באמונה און באדינען דעם עולם פון שטאט און זיין דער בעדער,
אבער די רעבעצין די צדקת וואס האט גוט געקענט איר מאן און געוויסט, אז דער צדיק איז אנגעגרייט צו משפיע זיין תורה און קדושה פאר כלל ישראל, האט זי געזאגט מיט חכמה פאר איר הייליגע מאן, וואס וועט זיין מיט שידוכים פאר די קינדער, ווייל א שידוך ברויך מען דאך נעמען איינער וואס איז גלייך צו דיר, איז אויב ביסטו א מנהיג ישראל און א רבי, דאן קען מען טרעפן א אנדערע רבי וואס זאל זיין א גלייכע מחותן, אבער נאך א בעדער אזוי ערליך ווי דיר ווייס איך נישט אויב די וועסט קענען טרעפן, און דערפאר האלט זי נישט אז די ארבעט איז פאסיג פאר אים.

יענע צייט איז דאס פאסטן פון די רבנות אין שטאט בעלזא געווען ליידיג, און די אידן פון שטאט זענען געקומען פרעגן דעם חוזה מלובלין זי"ע, וועמען מען זאל נעמען פאר רב, דער הייליגער חוזה האט גלייך געוויזן אויף זיין תלמיד דער שר שלום, אז ער איז ראוי צו נעמען דאס רבנות, אבער דער הייליגער שר שלום מיט זיין גרויס עניוות האט נישט געוואלט מסכים זיין, האט מען דאן אויף גענומען דעם צדיק הרה"ק רבי אהרן משיח זי"ע אלס רב, אבער ליידער האט דער צדיק נישט מאריך ימים געווען, און נאך זיין הסתלקות האט מען שוין אויף גענומען דעם שר שלום אלס רב אין שטאט בעלזא.

בשנת תקע"ז איז דער שר שלום געוווארן רב אין שטאט בעלזא, און גלייך האבן זיך אידן יראים ושלמים און אסאך גדולים וצדיקים בדורו מדבק געווען אין דעם צדיק וקדוש, גאר אסאך פון די חסידים פון זיין רבין דער חוזה האבן זיך דאן מדבק געווען אין דעם צדיק, פון גאנץ אירופה זענען אידן געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק, און גאר שנעל איז דער צדיק מפורסם געווארן מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, אויך זיין גרויסע כח פון פויעלען ישועות איז מפורסם געווארן און טויזענטער אידן זענען געקומען נעמען ברכות פון דעם צדיק.

ער האט געהאט גאר אסאך תלמידים גאונים וגדולים בתורה ובתוכם גאר אסאך פון די צדיקי הדור,
הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע,
הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל שפירא השרף ממוגלניצא זי"ע,
הרה"ק רבי חיים הלברשטאם בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הרה"ק רבי אלעזר הורוויץ מקאזניץ זי"ע,
הרה"ק רבי שלום רוזנפלד מקאמינקא זי"ע,
הרה"ק רבי אורי מסאמבור זי"ע,
הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע,
הגה"ק רבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן בעל המהרש"ם מבערזאן זי"ע,
הרה"ק רבי יחזקאל בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,
חתנו הרה"ק רבי חנוך העניך דב מייער בעל לב שמח מאלעסק זי"ע,
הרה"ק רבי דוד שפירא מדינוב זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה זלמן פרענקל מויליפולי זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק בעל פירוש מהרי"א מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה שפירא בעל שם משלמה ממונקאטש זי"ע,
הרה"ק רבי יהושע מלענטשנא זי"ע,
הגה"ק רבי משולם פייבוש בעל שפת אמת מברעזאן זי"ע,
הרה"ק רבי לייביש מטאמישוב זי"ע.

קרוב צו 40 יאר האט דער צדיק וקדוש דער שר שלום זי"ע געדינט אלס רב אין שטאט בעלזא, טויזענטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין ביי דעם צדיק וקדוש, זיין עבודת התפילה איז געווען מיט א ברען און דביקות אינעם גרויסן באשעפער, ער איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה מיט וואס ער האט זיך זיין גאנץ לעבן געפירט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווי עס איז באקאנט האט דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע עוסק געווען און אריין געלייגט גרויסע כוחות צו בויען דעם גרויסן שוהל אין שטאט בעלזא, און דער צדיק האט אריין געלייגט גרויסע כוחות דקדושה ביים בויען דעם שוהל, און דער שר שלום זי"ע האט געזאגט, אז די ביהמ"ד איז געווען מכיוון צום מקום המקדש אן קיין הפסק פון א שתי וערב, און דער צדיק האט געזאגט, אז דאס שוהל וועט זיין פון די נאנסטע שוהל'ן צום מקום המקדש,
דערציילט מען, אז ווען די שוהל איז שוין געווען אינגאנצן געבויעט, נאר די ווייבער שוהל איז נאכנישט געווען גרייט, איז געקומען די ימים נוראים, און די חסידים האבן געוואלט באנייען דעם שוהל לכבוד די הייליגע טעג, האט אבער דער שר שלום בשום אופן נישט געוואלט און געזאגט, איך ברויך די ווייבער שוהל אז זיי זאלן מעורר זיין רחמי שמים און ברענגען א גוט געבענטשט יאר, ווייל זיי דאווענען דאך מיט א תמימות און ערליכקייט, און דאס איז די בעסטע מילץ יושר אין די הייליגע טעג,
דער צדיק איז געווען מפורסם מיט זיין גרויסן כוח פון פויעלען ישועות פאר אידישע קינדער און משפיע זיין שפע פאר אידיש קינדער, ספעציעל איז דער צדיק געווען מפורסם מיט זיין גרויסע כוח פון רפואה, אדער אויף אידן וואס האבן ליידער באקומען א רוח רעה רח"ל, אדער אידן וואס זענען ליידער געשלאגן געווארן מיט שגעון אדער חולי נופל ל"ע, הונדטער מעשיות דערציילן אידן וואס האבן געהאט א רפואה, נאר דורך דעם וואס דער צדיק האט ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט אויפן פלאץ פון די מחלה, און דער צדיק האט אליינס מעיד געווען, אז דעם גרויסן כח האט ער מקבל געווען פון זיין רבין דער הייליגער מגיד מקאזניץ זי"ע.

איינמאל ווען דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע האט געזען, אז זיינע תלמידים און חסידים וואונדערן זיך אזוי אויף דעם כח וואס ער האט מיטן אויסהיילן אידן פשוט מיט זיינע הייליגע הענט, האט דער צדיק געזאגט, איר זאלט אייך נישט וואונדערן אויף דעם, ווייל א מענטש וואס איז זיך מקדש ומטהר זיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים, ביז יעדער אבר ווערט א מרכבה לשכינה, איז זיכער אז ווען דער אבר רירט נאר אן אויף סיי וועלכע פלאץ, וועט יעדעס שלעכטס און שאדן אנטלויפן פון דארט פון זיך אליין, און מען ברויך צו דעם נישט האבן קיין קמיע אדער שמות הקדושים.

צדיקים בדורו און אויך שפעטערע צדיקים האבן מעיד געווען גרויסע זאכן אויף דעם הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע, די צדיקים האבן געהאלטן דעם רבין פאר רבן של ישראל און דער צדיק הדור, און אלע האבן גאר שטארק גערעדט פון זיין גדלות בתורה און זיין בקיאות בכל התורה כולו, און די געוואלדיגע קדושה און טהרה מיט וואס דער צדיק האט זיך געפירט.

הרה"ק רבי דוד שפירא בעל צמח דוד מדינוב זי"ע האט געזאגט, אז דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע האט געהאט אזא גרויסע כח, אז ער האט געקענט משפיע זיין צו מחזיר בתשובה צו זיין די גאנצע וועלט אין איין רגע, נאר דער צדיק האט דאס נישט געטון, ווייל חז"ל זאגן דאך, אז אין פסוק שטייט (דברים י"א כ"ב) לְאַהֲבָה אֶת ד' אֱלֹקיכֶם לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְדָבְקָה בוֹ,
פרעגט דאך די גמרא, קען דען א בשר ודם זיך מדבק זיין אינעם גרויסן באשעפער, דער באשעפער איז דאך א אש אוכלה, נאר זאגט רש"י הקדוש זי"ע, לדבקה בו מיינט, הדבק במידותיו, מה הוא רחום, אף אתה רחום, און וויבאלד דער באשעפער קען דאך מאכן די גאנצע וועלט פאר בעלי תשובות, און ער טוט דאס נישט, דערפאר האט דער הייליגער שר שלום זי"ע דאס אויך נישט געטון.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע האט דערציילט, אז ער איז איינמאל געווען ביי זיין הייליגען רבין דער שר שלום אויף סוכות, און דער רבי איז צו געגאנגען צום עמוד צו הלל מיט די אתרוג און לולב, האט דער תלמיד געזאגט, אז די רבי האט געדאווענט מיט אזא ברען און דביקות און ממש מיט א התפשטות הגשמיות, אז ער האט די גאנצע הלל געזען נאר דעם אתרוג און לולב, אבער דעם רבין האט ער בכלל נישט געזען ביים עמוד.

הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע האט אמאל געזאגט א ווארט אויפן פסוק (בראשית י"ד י"ח) וּמַלְכִּי צֶדֶק מֶלֶךְ שָׁלֵם, האט דער צדיק געזאגט, וּמַלְכִּי צֶדֶק, וויבאלד די רעבעצין הצדקת מלכ"ה, איז געווען א צדק"ת, מֶלֶךְ שָׁלֵם, איז דער שלו"ם א מלך, מיינענדיג צו זאגן אויפן שר שלום, אז א גרויסע חלק פון די גדלות און דער כח פון פויעלען ישועות איז געווען אין זכות פון זיין רעבעצין מלכה ע"ה.

הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויפן הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע בזה"ל, "איך שפיר נישט אין דעם דור, אז עס זאל ווער קענען גיין צו א מלך פון די גוים און זאגן שַׁלַּח אֶת עַמִּי וְיַעַבְדֻנִי, אויסער דער בעלזא רבי מיט די גרויסע פאנטאפל".

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אין די ספרים,
ספר מהר"ש.
ספר מדבר קדש,
ספר לקט אמרי קודש,
ספר ביאורי החסידות,
ספר הבינה והברכה.

ער האט איבער געלאזט נאך זיך זיינע הייליגע קינדער,
הרה"ק רבי אלעזר רוקח זי"ע, חתן הרה"ק רבי דוד מסקאהל זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה זונדל רוקח מאוחאן זי"ע, חתן הרה"ק רבי שמואל צבי מדרישקופלי זי"ע,
הרה"ק רבי משה רוקח מקארוב זי"ע, חתן הרה"ק רבי פנחס זאב הורוויץ ממיעכאוו זי"ע,
הרה"ק רבי שמואל שמעלקא רוקח זי"ע,
הרה"ק רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע, ממלא מקום אביו, חתן הרה"ק רבי שמואל אשכנזי זי"ע, חתן הרה"ק רבי יצחק מאיר מזינקוב זי"ע, בן הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת פריידא ע"ה, אשת הרה"ק רבי חנוך העניך דב מייער בעל לב שמח מאלעסק זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת איידל ע"ה, אשת הרה"ק רבי יצחק רובין מסאקלאוו זי"ע.

מען דערציילט פון צדיקים, אז דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע, האט א האלבע שעה בעפאר זיין הסתלקות געזאגט, אז בעפאר ער איז געבוירן האט ער נישט געוואלט אראפ קומען אופן עולם הגשמי, און אפילו נאכדעם וואס מען האט אים געוויזן די גרויסע שכר וואס מען באקומט אויף מצוות און מעשים טובים, און אפילו נאכדעם וואס מען האט אים געוויזן די טויזענטער אידן וואס ווארטן צו ווערן נשפע פון אים מיט תורה און קדושה.

מיט דעם אלעם האט די נשמה נאכאלס נישט געוואלט אראפ קומען, ביז דער באשעפער בכבודו בעצמו האט מבטיח געווען, אז ער וועט נישט נכשל ווערן מיט קיין שום חטא, און וועט צוריק געבן זיין נשמה נאך זיין פטירה צח ונקי ריין פון יעדע חטא, דאן האט די נשמה הטהורה פונעם צדיק מסכים געווען אראפ צו קומען אויף די וועלט.

נסתלק לגנזי מרומים כ"ז אלול בשנת תרט"ו, ומנחתו כבוד איז אין ביה"ח החדש אין שטאט בעלזא.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

*מעשה א,*

דער הייליגער שר שלום זי"ע האט אמאל געזאגט בזה"ל, "אלעס וואס א איד טוט תשובה אדער וואס א איד וועט תשובה טון ביז משיח'ס טאג, איז דאס אלעס אין זכות פונעם הייליגע רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,

דער הייליגער שר שלום זי"ע איז איין יאר יום הקדוש צו געגאנגען צו א גאר פשוטע איד, און האט אים געפרעגט, אויב ער ווייסט וואס עס טייטשט די ווערטער "אִם עֲו‍ֹנֵינוּ עָנוּ בָנוּ", האט דער פשוטע איד געזאגט פארן שר שלום זי"ע, רבי אוודאי ווייס איך וואס דאס טייטשט, און דער איד האט געזאגט, אִם עֲו‍ֹנֵינוּ, אפילו מיר אידן האבן ליידער געזינדיגט, עָנוּ בָנוּ מיט דעם אלעם זענען מיר דיינע קינדער, דער שר שלום האט זייער הנאה געהאט פון דעם טייטש און געזאגט, עס איז געווען א גרויסע קטרוג אין הימל, און דער איד מיט זיין תמימות האט מעבר געווען דעם קטרוג,

ווערט דערציילט, אז ווען דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע איז געווען גאנץ אנפאנג ביים הייליגען קאזניצער מגיד זי"ע, און דער שר שלום האט דאן בשום אופן נישט געוואלט נעמען קיין רבנות, וויבאלד ער האט ביי זיך באמת געהאלטן מיט זיין גרויס עניוות, אז ער איז נישט ראוי צו זיין א מנהיג ישראל, האט דער קאזניצער מגיד געזאגט בזה"ל "ווען עס איז פארכמארעט, מאכט מען פרי שבת", ווי צו מרמז זיין פארן שר שלום, אז וויבאלד די וועלט איז אזוי חושך, ברויך ער מקבל זיין דאס רבנות, אפילו ער איז טאקע נאך יונג, און טאקע נישט לאנג נאכדעם איז דער שר שלום געווארן רב אין שטאט בעלזא,

עס איז דא אן איגרת קודש פון רבי יהושע מבעלזא זי"ע וואס ער האט געשריבן פאר הרה"ק צמח צדיק מויזניץ זי"ע וואס איז דאן געווען גאר שוואך און א חולה מסוכן, און די קינדער האבן זייער מפציר געווען אז דער טאטע זאל מסכים זיין צו עסן יום הקדוש אזוי ווי דער דאקטאר האט געהייסן, שרייבט דער הייליגער בעלזא רב אינעם בריוו, איך וויל אייך נישט איינטיילן וואס צו טון, אבער איך וויל אייך דערציילן א מעשה, וואס איז געווען ביים טאטן דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע,

ווען דער טאטע דער שר שלום זי"ע איז געווען סוף ימיו גאר שוואך און א חולה מסוכן, זענען מיר די קינדער ארום אן קיין קאפ נישט וויסענדיג וואס עס וועט זיין יום הקדוש, אויב דער טאטע וועט מסכים זיין צו עסן אזוי ווי דער דאקטאר האט געהייסן, דערווייל האט דער טאטע דער שר שלום זי"ע געגעסן יום הקדוש מיט אזא ברען, אז דער ברען האט מען געזען ביים טאטן ביי אכילת מצה, ביי נטילות לולב, און אויך יענעם יום הקדוש ביינאכט, ווייל דער זעלבער באשעפער וואס האט געהייסן נישט עסן יום הקדוש, האט אויך געהייסן עסן יום הקדוש ווען מען איז א חולה, און מען איז מקיים דעם זעלבן מצו
אין ספר שדה צופים ווערט געברענגט, אז איינמאל האט רבי שלום מקאמינקא זי"ע דערציילט פאר זיין רבין דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע, אז ער האט זיך אונטער געהערט ביי א פשוטע מענטש, ווי אזוי יענער פירט דעם סדר פסח אויפדערנאכט, האט ער געהערט ווי יענער זאגט די הגדה, און ווען ער איז אנגעקומען אין די הגדה ביי אחד חכם, האט ער ארויף געלייגט די הענט אויף די אויגן ביי יעדע אחד כאילו ער ליינט קריאת שמע,
ווען דער הייליגער בעלזא רב האט דאס געהערט, האט ער פארשטאנען אז דאס איז נישט אזוי פשוט, נאר עפעס ליגט אין דעם באהאלטן, און ער האט דאס מסביר געווען און געזאגט, עס וועט קומען טעג וואס די רוח הטומאה וועט אפגעטון ווערן פון כלל ישראל, און דאן וועט יעדער איד נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער איז, איינזען אז דער באשעפער איז איינס און אויסער דעם באשעפער איז נישט דא קיין איינער,
און דאס איז באהאלטן און דעם, אחד חכם, אחד רשע, אחד תם, אחד שאינו יודע לשאול, אז יעדער איד וועט זאגן "אחד" אז דער אייבערשטער איז איינס, און דאס זאגט די הגדה, רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית, וואס די ווארט "שחרית" איז נוטריקון "חכם, רשע, תם, שאינו יודע," אז אונז אידן בעטן מיר, אז עס זאל שוין קומען די צייט וואס יעדער וועט איינזען, אז עס איז נישט דא גארנישט אויף דער וועלט אויסער דער גרויסער באשעפער וואס ער פירט אלעס.

אמאל די ערשטע נאכט פסח פארן סדר, איז די בעלזא רב הרה"ק רבי שלום זי"ע געווען זייער ערנסט, האט אים זיין תלמיד הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע געוואלט דערפרייען זיין הארץ, האט ער אים אזוי געזאגט,
איך וועל פארציילען דעם רבי'ן וואס איך האב געהערט פון א דארפסמאן, וואס האט איינגעטיישט דעם פסוק "והיא שעמדה",און אזוי געזאגט, בעלזא רב שטייט אצינד און בעט פאר אונז אז מיר זאלן געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטס,
און דאס איז פשט אינעם פסוק, והיא בעלזא רב ,שעמדה לאבותינו ולנו, וואס שטייט שטענדיג און דאווענט פאר אונז, אבער די אמת איז, אז נישט נאר בעלזא רב דאווענט פאר אונז, ווייל אין א יעדען דור זענען דא צדיקים וואס דאווענען פאר אונז, און דאס מיינט די פסוק, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, נישט נאר בעלזא רב שטייט און דאווענט פאר אונז, (לכלותינו איז אזוי ווי לחלותינו צו בעטן), אלא שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו,
אבער איין זאך בעטן מיר, והקב"ה מצילנו מידם, אז די אייבערשטער זאל אונז ראטעווען פון די צדיקים אזוי ווי בעלזא רב און דאס גלייכן, אז מ'זאל נישט דארפן אנקומען צו זייערע טובות אז זיי זאלן דארפן דאווענען פאר אונז, נאר ס'זאל אונז זיין גוט'ס אן זיי,
ווען בעלזא רב האט עס געהערט האט ער זיך צו שמייכעלט און געווארן אין א פרייליכע גיסטע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

איין שבת איז הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע געווען ביים רבין דער הייליגער שרף מסטרעליסק זי"ע אויף שבת קודש, מוצאי שבת ווען דער הייליגער שרף האט געמאכט הבדלה, האט זיך דער כוס אויסגעגאסן אינמיטן הבדלה, מען האט דאס צוריק אנגעפילט, אבער גלייך האט זיך עס נאכאמאל אויס געגאסן, קיינער פון די תלמידים האבן נישט געוויסט קיין פשט,
זענען די תלמידים געגאנגען צום הייליגן בעלזא רב זי"ע, און געפרעגט וואס דער פשט איז, אבער דער בעלזא רב האט נישט געוואלט זאגן, אבער נאכדעם וואס מען האט אים שטארק געמיטשעט, האט ער געזאגט אז ער וועט זאגן די סיבה,
דאן האט ער געהייסן אז מען זאל רופן א איד וואס וואוינט אין א שטאט נישט ווייט פון סטרעליסק, און מען האט דעם איד געפרעגט וואס איז ביי ענק אין שטאט פאר געקומען די וואך, האט דער איד דערציילט, אז א איד איז נפטר געווארן ערב שבת קודש, און מען איז נאך אנגעקומען צו בערדיגן ערב שבת בעפאר דעם זמן.

האט דער בעלזא רב דערציילט, אז דער איד איז געווען א גרויסער תומך פארן שרף מסטרעליסק זי"ע, און ווען ער איז ארויף געקומען בעולם העליון, האט מען אים אריין געפירט אין גן עדן, אבער ווען עס איז געקומען מוצאי שבת קודש, האט מען אים געוואלט אריין טראגן אין גיהנום, אבער דער הייליגער שרף האט געזאגט פאר די שליחים, אז ער איז נישט מסכים אז דער איד זאל גיין אין גיהנום,
אבער ווען די שליחים האבן געזאגט פארן שרף אז ער האט נישט קיין דעה, האט דער הייליגער שרף געזאגט, אויב אזוי וועל איך אויסלעשן דעם גיהנום, און דאס האט דער הייליגער שרף געטון מיטן אויס גיסן די כוס ביי הבדלה, און יעדעס מאל ער האט דאס אויס געגאסן, האט ער מער אויס געלאשען דעם גיהנום.

צו פארשטיין אביסל דעם קדושה און דעם ריינעם אמונה פונעם גרויסן הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע אין יעדע ווארט וואס שטייט אין תנ"ך, קען מען זעהן אביסל פון די מעשה, דער צדיק האט דערציילט, אז ווען ער איז געווען נאך די חתונה סמוך על שולחן חמיו הגה"ק רבי ישכר בער מסקאהל זי"ע, איז דאן געווען א שווערע גזירה אויף כלל ישראל, אז יעדער ברויך דינען אין די מיליטער, און גאר אסאך אידן זענען ליידער פארשלעפט געווארן אין די מיליטער,
איין טאג זענען די שוטרים אריין געקומען אין שטאט סקאהל ווי דער שווער האט געוואוינט, און זענען ארום זיכען די אידישע קינדער פאר די מיליטער, איין טאג האט דער שווער געזען, אז די שוטרים קומען צו זיין שטוב ווי זיין איידעם איז געווען, איז ער שנעל אריין געלאפן זאגן פארן איידעם, אז ער זאל זיך גיין באהאלטן פון די שוטרים אז זיי זאלן אים נישט טרעפן,
אבער לפלא איז דער איידעם דער שר שלום בכלל נישט געווארן דערשראקן, נאר איז געגאנגען מיט א רואיגקייט און זיך ארום געוואשן מיט ווארעם וואסער אזוי ווי ער טוט ערב שבת קודש, און דאן האט דער צדיק אנגעטון זיינע בגדי שבת, און ער האט זיך געזעצט ביים טיש לערנען, און לפלא ווען די שוטרים זענען אריין געקומען אין שטוב, האבן זיי בכלל נישט באמערקט דעם צדיק דארט זיצן, און נאך אפאר מינוט האבן זיי פארלאזט דעם פלאץ,
ווען די שוטרים זענען אוועק פון שטוב, האט דער שווער מיט וואונדער געפרעגט דעם איידעם, ווי אזוי האט דאס פאסירט אז די שוטרים האבן דיך בכלל נישט געזען אפילו די בוסט געזעצן ממש פארענט פון זיי ביים טיש, האט דער הייליגער שר שלום זי"ע געענטפערט מיט א פשטות, אויב שטייט אין (מגילות רות ג' ג') וְרָחַצְתְּ וָסַכְתְּ וְשַׂמְתְּ שִׂמְלֹתַיִךְ עָלַיִךְ, אַל תִּוָּדְעִי לָאִישׁ, און רש"י הקדוש זאגט אויפן פלאץ אז שִׂמְלֹתַיִךְ מיינט בגדי שבת, דאן וועט מקיים ווערן דעם צווייטן חלק אז אַל תִּוָּדְעִי לָאִישׁ, אז קיין שום מענטש וועט דיך נישט זעהן.

מען דערציילט, אז אינעם ביהמ"ד פונעם הייליגען שר שלום זי"ע איז א גוי אריין געקומען אין ביהמ"ד יום הקדוש ביי נעילה, און ער האט מסדר געווען די ליכט פונעם עמוד אינעם ביהמ"ד, כדי די אידן אין ביהמ"ד זאלן קענען זעהן די מחזורים ביי נעילה, ווייל דאן איז שוין געווען כמעט נאכט, די רעבעצין די צדקת מרת מלכה ע"ה האט געזאגט פאר איר הייליגע מאן, אז עס פאסט דאך נישט אז אין אזא הייליגע טאג ווי יום הקדוש, זאל אריין קומען אין ביהמ"ד א גוי, האט דער צדיק געזאגט, אדרבה, ווען דער גוי קומט אריין אין ביהמ"ד, איז דאס א מילץ יושר אויף די אדישע קינדער, אז דער באשעפער זעהט דעם גוי, און זעהט די חילוק צווישן דעם גוי און די אידן, ברענגט דאס ברכות און א גוט יאר אויף אידישע קינדער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער שר שלום זי"ע איז געווען אויף א שבת אין שטאט זאלקאווע, וואס איז נישט געווען קיין חסידישע שטאט, האט דער שר שלום געוואלט דאווענען פרייטאג צו נאכט אויפן דרך החסידות און זאגן "הודו" בעפאר מנחה און "כגוונא" בעפאר מעריב, אבער ער האט נישט געוואלט מאכן קיין מחלוקה דארט אין שוהל,
האט דער הייליגער שר שלום זי"ע דאס געטון מיט גרויס חכמה, ער האט געפרעגט דעם שמש אין שוהל, אויב ער קען בעפאר מנחה זאגן א קאפיטל תהילים, דער שמש האט גערן מסכים געווען, און דאן האט דער צדיק געזאגט קאפיטל ק"ז "הודו" מיט א ברען, און דאן ביי מעריב האט ער געפרעגט פונעם שמש, אויב ער קען זאגן א שטיקל זוהר בעפאר מעריב, דער שמש האט אים געזאגט פארוואס נישט, האט דער הייליגער שר שלום געזאגט "כגוונא", דאס איז געווען זיין גרויסע חכמה, אז ער האט בשום אופן נישט געוואלט ברענגען קיין מחלוקה.

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט, אז א איד א חסיד וואס האט געהאט א פעלד מיט ביימער פון עפל, און ער האט געהאט א פראבלעם, אז די עפל זענען אראפ געפאלן בעפאר די צייט און ער האט געהאט א גרויסע שאדן דערפון, איז ער געפארן קיין בעלזא צום הייליגען שר שלום זי"ע, און ער איז קודם אריין צו די רעבעצין די צדקת מרת מלכה ע"ה, און געבעטן אז זי זאל זיך משתדל זיין ביים רבין, אז ער זאל אים פועל'ן א ישועה,
איז די רעבעצין אריין צום רבין, און דערציילט די פראבלעם ביי דעם איד מיט די עפל, האט דער הייליגער שר שלום געגעבן א ברכה פאר דעם איד, אז די עפל זאלן נישט אראפ פאלן, לפלא זייט דעמאלט איז קיין איין עפל נישט אראפ געפאלן, אבער די פראבלען איז געווען, אז ווען עס איז געקומען די צייט וואס די עפל איז געצייטיגט געווארן, זענען זיי אויך נישט אראפ געפאלן, און וויפיל דער איד האט פראבירט האט דאס נישט געהאלפן, ווייל דער צדיק האט דאך געבענטשט אז די עפל זאלן נישט אראפ פאלן,
איז דער איד צוריק געפארן קיין בעלזא, און ער האט דערציילט פאר די רעבעצין די צרה, איז די רעבעצין די צדקת אריין צו איר הייליגע מאן און געזאגט, "קרוין", בענטש דעם איד אז די עפל זאל אראפ פאלן, ווייל די פריערדיגע ברכה וויל זיך נישט אפטון, האט דער צדיק געבענטשט דעם איד, אז די עפל זאלן יא אראפ אפלן, ותגזר אומר ויקם, גלייך נאך די ברכה פונעם צדיק איז די עפל אראפ געקומען גרינג.

הגה"צ מטעמעשוואר זי"ע האט דערציילט, וואס ער האט געהערט פון הגה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים אב"ד נירבאטור זי"ע, אז זיין זיידע הגה"ק רבי שמואל טייטלבוים מגארליץ זי"ע, איז אמאל געפארן קיין בעלזא צום שר שלום זי"ע, און ער האט מיט גענומען זיין זון הגה"צ רבי יוקל מוואלאווא זי"ע, וועלכער איז נאך דעמאלט געווען א קינד,
ווען זיי זענען געווען דארט בהיכל קדשו, איז דער גבאי פונעם בעלזער רב אריין געקומען, און געזאגט אז א געוויסער חולה רח"ל הזקוק לרחמי שמים, שטייט אינדרויסן און וויל אריינקומען זיך מזכיר זיין, און דער גבאי האט געוואלט וויסן צי ער איז ערלויבט אריינצולאזן דעם חולה, האט דער בעלזער רב געענטפערט, יא, זאל ער אריינקומען,
דער חולה וואס איז אריין געקומען האט געליטן פון א פארקילעכץ דורך א צוג, וואס דורכדעם איז אים זיין פנים פארדרייט געווארן ל"ע, ווען דער בעלזער האט אים דערזען, איז ער אויף געשטאנען פון זיין שטול, און צו געגאנגען צום חולה, און ער האט יענעם אן געכאפט מיט זיינע הייליגע הענט ביים קאפ, און ער האט דעם פנים צוריק געשטעלט צום ריכטיגן פלאץ, און יענער איז תיכף געווארן אינגאנצן געזונט,
ווען דער גארליצער רב האט דאס צוגעזען, האט ער פון גרויס התרגשות אויס געבראכן מיט א געוויין, און ווען דאס קינד יוקל האט געזען זיין פאטער וויינען, האט ער אויך אנגעהויבן צו וויינען, ווען דער בעלזער רב האט געזען ווי ער וויינט פון התרגשות, האט אים דער בעלזער רב געפרעגט: "פארוואס וויינסטו, ווען א איד פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, איז וואס ער זאגט איז געזאגט, און וואס ער טוט איז געטוען".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווי דערמאנט איז דאך דער שר שלום זי"ע געווען א גרויסער בעל רוח הקודש און א פועל ישועות, און יעדע מחלה וואס דער צדיק פלעגט אנרירן האט זיך גלייך אויס געהיילט, ער האט אמאל געזאגט אז דאס האט ער באקומען במתנה פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע.

מען דערציילט, אז אמאל איז געקומען צום שר שלום א חסיד מיט זיין טאכטער, א יונג מיידל וואס האט געליטן פון א געפערליכע מחלה ל"ע, ער איז שוין געווען ביי אלע גרויסע דאקטוירים, אבער זיי האבן נישט געקענט צוטרעפן קיין שום רפואה, ווען דער חסיד איז אריין געקומען צום צדיק, האט ער אויס געבראכן אין א געוויין, אז ער איז שוין געווען ביי אלע גרויסע דאקטוירים, און קיינער ווייסט נישט קיין רפואה, און ער בעט אז דער רבי זאל איר אויסהיילן,
ווען דער צדיק האט דאס געהערט, האט ער אים געהייסן שוין פארן צו א דאקטאר אין לעמבערג, און מער ווי דעם האט ער גארנישט געזאגט, דער חסיד האט זיך נאכמער געבעטן פאר א ברכה, און ער האט איבער געזאגט פאר'ן רבי'ן וואס ער האט שוין פריער געזאגט, אז ער איז שוין געווען ביי אלע דאקטוירים, און זיי האבן געזאגט אז עס איז שוין נישט דא קיין מעגליכקייט איר צו היילן ר"ל, האט דער בעלזער רב איבער'גע'חזר'ט זיינע ווערטער, "איך האב דאך דיר שוין געזאגט אז דו זאלסט פארן קיין לעמבערג", און דער בעלזער רב זאגט אים ווייטער, "און אלעס וואס דיין טאכטער וועט פון דיר בעטן, זאלסטו איר צוליב טוען",
אינצווישן איז שוין אריין געקומען אן אנדערן חסיד, און דער ערשטער חסיד איז געבליבן שטיין אינדרויסן צובראכענערהייט און ער האט זיך צעוויינט, און שטייענדיג אזוי, האט די רעבעצין מלכה ע"ה, וואס ווי באקאנט איז זי געווען א גרויסע צדקת, אים געזען וויינען, האט זי אים געפרעגט פארוואס ער וויינט, האט ער זיך אויס גערעדט דאס הארץ, און ער האט איר דערציילט די גאנצע מעשה, אז דער רבי הייסט אים פארן קיין לעמבערג צום דאקטאר, אבער ער איז דאך שוין פריער געווען ביי דעם דאקטאר,
האט די רעבעצין אים בארואיגט און געזאגט, זארג נישט, אויב דער רבי האט געהייסן פארן, איז קיין שום ספק אז אייער טאכטער וועט אויס געהיילט ווערן, גייט שנעל ארויס און כאפט א וואגן וואס פארט יעצט קיין לעמבערג, און דער חסיד האט זיך אביסל בארואיגט, און ער איז אריין צום בעלזער רב זיך געזעגענען, און ער האט זיך דערנאך ארויס געלאזט אויפ'ן וועג קיין לעמבערג,
אויפ'ן וועג נאנט צום שטעטל זאלקאווא, איז געווען דארט א קרעטשמע, און אלע מיטפארער זענען דארט אריין זיך אפרוהען און זיך דערכאפן דאס הארץ, אויך דער איד מיט זיין טאכטער זענען דארט אריין זיך אביסל אפרוען, פלוצלונג איז אריין געפלויגן אין קרעטשמע זעהר א שיינער פויגל, און דאס מיידל האט געקוקט אויף דעם, און זי גיט א זאג פאר'ן טאטן, אז זי וואלט גערן געוואלט עסן פון דעם שיינעם פויגל,
דער טאטע האט זיך זייער געוואונדערט דערויף, ווייל עס איז שוין א שטיק צייט וואס די טאכטער האט נישט געבעטן צו עסן, און וויבאלד דער שר שלום האט אים אן געזאגט אז ער זאל אלעס אויספירן וואס די טאכטער בעט, האט ער געפאנגען דעם פויגל, ער האט גערופן דעם שוחט, און מ'האט געשחט'ן דאס פויגל, און דער ארענדאר האט אנגעגרייט א סעודה פון דעם פויגל,
ווען דאס מיידל האט פארזוכט פון דעם פלייש און געגעסן א שטיקל פון דעם, האט זי געגלוסט צו נאך און נאך, און זי האט מיט גרויס אפעטיט אויף געגעסן די גאנצע פלייש מיט די יוהך, און באלד דערנאך האט זיך דערקענט אויף איר א שטארקע ענדערונג צום גוטן, און גאנץ שנעל איז איר מחלה פארשוואונדן געווארן,
ווען ער איז אנגעקומען קיין לעמבערג, איז ער גלייך אהין געגאנגען צום דאקטאר, און ווען דער דאקטאר האט אנגעקוקט דאס מיידל, האט ער דערשראקענערהייט א פרעג געגעבן דעם טאטן, "וואס פאר א רפואה האסטו איר געגעבן", ענטפערט ער אז דער בעלזער רב האט אים געהייסן אהער קומען, און זייענדיג אויפ'ן וועג אין א קרעטשמע איז אריין געפלויגן א שיינער פויגל, און ווען די טאכטער האט געגעסן פון דעם איז זיי אויס געהיילט געווארן,
ווען דער דאקטאר האט דאס געהערט, איז ער אריין אין א צווייטן שטוב, און ארויס געברענגט א ספר רפואה מיט א בילד פון א פויגל, און ער פרעגט דעם טאטן, צי עס זעט אויס אזוי ווי דער פויגל, האט דער פאטער געזאגט, אז עס איז טאקע דער פויגל, האט דער דאקטאר געזאגט, אז ער האט אויך געוואוסט פון די רפואה, נאר אזא פויגל קען מען נאר טרעפן אין די ארצות המערב, און עס איז נישטא אין אייראפע דאס צו באקומען, אבער זעט אויס אז אין זכות פונעם בעלזער רב, איז דער פויגל געקומען צו פליען צו דיר, און דיין טאכטער האט געהאט די רפואה, דאן האט שוין דער חסיד פארשטאנען, פארוואס דער בעלזער רב האט אים דווקא געהייסן פארן קיין לעמבערג.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

דער בעלזער רב דער שר שלום זי"ע פלעגט זיך פירן אין זיין יוגנט צו פאררייכערן א לולקע ציבעך כדרך הצדיקים, ביז איינמאל ווען ער איז געזעסן אין בית המדרש און געלערנט, האט ער געזען וואו איינער טוט אויסרייניגן זיין ציבעך, און פילט עס אן מיט טאבאק, און אין די צייט וואס יענער האט זיך באשעפטיגט מיט'ן ציבעך, האט דער בעלזער רב אפגעלערנט א בלאט גמרא, האט דער בעלזער רב געזאגט, "אויב דאס רייכערן קען מיך שטערן פון לערנען א בלאט גמרא, דעמאלט הער איך אויף צו רייכערן!", און פון דעמאלט אן האט טאקע דער בעלזער רב מער נישט גערייכערט.

הרה"ק דער שר שלום מבעלזא זי"ע האט געהאט אן אייניקל וואס האט געהייסן טויבעלע, די טאכטער פון הרה"ק רבי יהודה זונדל זי"ע דער זון פונעם שר שלום זי"ע, זי איז געווען גאר חשוב און געשעצט ביי איר גרויסן זיידן, אמאל האט דער בעלזער רב איר צו געזאגט, אז ער וועט איר געבן אן אפגעשפראכענע מטבע, אבער דערווייל איז ער יענעם טאג געזעסן א גאנצן טאג און עוסק געווען בתורה ועבודה, און עס האט זיך נישט געמאכט קיין געלעגנהייט אז זי זאל קענען גיין אפ נעמען די מטבע,
האט זי צו זיך געקלערט, אז אזוי ווי דורכאויס דעם טאג קען זי נישט צוקומען צום זיידן, וועט זי ווארטן ביז ביינאכט, און פאר חצות וועט זי אריינגיין אפ נעמען די מטבע, אזוי האט זי טאקע געטוען, פאר חצות איז זי אריין צום זיידן, אבער באלד ביים אריין קומען צו אים אין הויז, האט זי באמערקט אז עס איז פיל מיט קעץ, און דער מחזה איז ווי פארשטענדליך פאר איר געווען א גרויסע פלא, ווייל זי האט נישט פארשטאנען פארוואס געפינען זיך דא אזויפיל קעץ,
זי איז אבער ווייטער געגאנגען, און זי האט אנגעקלאפט אויף די טיר פון בעלזער רב'ס שטוב, און אזוי ווי דער בעלזער רב האט איר באמערקט, האט ער זיך אנגערופן מיט א פלא, טויבעלע, אצינד ביזטו דא, וואס טוט זיך מיט דיר, זעסט נישט וואס דא טוט זיך, קום נישט דא אריין יעצט, דאס זענען נעבעך נשמות אזעלכע וואס דארפן א תיקון, און דער זיידע דער בעלזער רב האט איר אנגעכאפט ביי די האנט, און ארויס געפירט, זאגנדיג, "אויב דארפסטו עפעס, קום צו מיר בייטאג", ווייל ביינאכט האט דער הייליגער שר שלום עוסק געווען מיט מתקן זיין הונדערטער נשמות וואס האבן געברויכט א תיקן.

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט, אז ווי באוויסט האט דער צדיק וקדוש דער שר שלום מבעלזא זי"ע אסאך עוסק געווען אין תיקן נשמות, און וויבאלד די נשמות זענען ליידער נישט געווען קיין צדיקים, און צווישן זיי האט זיך געקענט אסאך מאל מאכן אז זיי זאלן מזיק זיין, האט אמאל פאסירט, אז איינע פון די נשמות האבן אויס געריסן א שטיק בארד פונעם צדיק, זייט דעמאלט האט דער הייליגער שר שלום זי"ע געהאלטן א האק אינטער זיין בעט, און אויך האט ער דאן צו געריקט זיין בעט, אז עס זאל אנרירן דעם בעט פון זיין רעבעצין, כדי איר זכות זאל אויך מיגן זיין קעגן די נשמות.

איינמאל האט פאסירט, אז ביים שוהל אין שטאט ווישניצא זענען זיך צוזאמען געקומען א גאנצע מחנה פון פייגלעך און האבן געמאכט אזא גרויסע גרידער וואס האט געשטערט דאס דאווענען אין שוהל, און מען האט די פייגלעך נישט געקענט פארטרייבן, איינמאל איז דער הייליגער שר שלום זי"ע געקומען קיין ווישניצא, און האט געדאווענט אין דעם שוהל, און וויבאלד די פייגלעך זענען געקומען מאכן קולות, האט זיי דער צדיק וקדוש דער שר שלום געוויזן אז זיי זאלן אוועק גיין, לפלא זייט דעמאלט זענען זיי מער נישט צוריק געקומען, ווייל דער צדיק האט מתקן געווען די אלע נשמות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט, אז פארן אייניקעל פונעם שר שלום הגה"צ רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל זי"ע דער איידעם פון הרה"ק רבי יהודה זונדל רוקח מאוחאן זי"ע דער זון פונעם שר שלום זי"ע, איז געבוירן געווארן א בן זכר, און דער זיידע דער שר שלום האט מען מכבד געווען מיט סנדקאות און מיט קריאת השם, און ביי ויקרא שמו בישראל האט דער זיידע דער שר שלום אפילו נישט געפרעגט דעם נאמען, נאר האט גלייך געגעבן דעם נאמען "מאיר" פארן רך הנימול,
דער טאטע פונעם רך הנימול איז געווען זייער ברוגז, ווייל ער האט געהאט א אנדערע נאמען וואס ער האט געוואלט געבן, און ווען דער זיידע האט געזען אז דער אייניקעל איז ברוגז, האט דער הייליגער שר שלום געזאגט פארן אייניקעל,
דיין זיידע הגה"ק רבי מאיר קריסנופאלער בעל יד המאיר אב"ד בראדי זי"ע האט זיך צו מיר מגלה געווען, האב איך געמיינט אז ער וויל איך זאל נאך זאגן א דבר תורה פון אים, אבער ווען ער האט זיך צו מיר מגלה געווען דאס צווייטע מאל, האב איך שוין פארשטאנען אז ער וויל, אז איך זאל געבן פארן נייעם געבוירנעם קינד זיין נאמען, און דאן האט דער שר שלום געוויזן אויפן אייניקעל און געזאגט בזה"ל, "און דער וויל איך זאל געבן א אנדערע נאמען".

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט אמאל גערעדט פונעם גדלות פונעם הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע, האט דער צדיק דערציילט די מעשה, אז איין יו"ט פסח האט דער צדיק דער שר שלום געגעסן זופ פון די זעלבע טעלער ווי זיין מאמע די צדקת מרת רבקה העניא ע"ה, און די מאמע האט נישט געכאפט און זי האט אריין געלייגט א שטיקל מצה אינעם טעלער,
דער צדיק דער שר שלום וואס האט זיין גאנץ לעבן גאר שטארק מקפיד געווען נישט צו עסן קיין געבראקט'ס אים פסח, האט דער צדיק אבער גארנישט געזאגט פאר די מאמע, און דער צדיק האט אוועק געריקט די מצה אינעם טעלער, און ער האט ווייטער געגעסן מיט די מאמע, און ער האט שפעטער געזאגט די טעם, אז וויבאלד אויב וואלט ער געזאגט פארן מאמע וועגן די טעות, וואלט ער ח"ו מצער געווען די מאמע, און די חומרא פון נישט עסן געבראקט'ס אים פסח, קען נישט אוועק שטיפן די מצות עשה דאורייתא פון כיבוד אם.

הרה"ק רבי אברהם ווינבערג בעל ברכת אברהם מסלונים זי"ע, ווען מען פלעגט קומען צו אים לייגן תפילין פאר א בר מצוה בחור, האט ער דערציילט די מעשה, אז א בחור איז געקומען לייגען תפילין דאס ערשטע מאל ביי די בר מצוה ביים הייליגען צדיק דער שר שלום מבעלזא זי"ע,
דער שר שלום האט אן געזאגט פארן בר מצוה בחור, אז ער זאל זיך אינטער נעמען קיינמאל נישט צו רעדן מיט די הייליגע תפילין, און דער בחור האט דאס מקיים געווען, שפעטער ביי די חתונה איז ער נאכאמאל געקומען צום שר שלום, און דער צדיק האט אים אן געזאגט, אז ער זאל זיך פאר נעמען נישט צו רעדן מיטן טלית אויך נישט, און דער חתן האט זיך דאס פאר גענומען, און מקיים געווען זיין גאנץ לעבן און נישט גערעדט מיט די תפילין אדער מיטן טלית,
לאחר מאה ועשרים שנה, האט מען דעם איד באערדיגט מיט זיין טלית, און ווען דער מלאך איז געקומען צו אים פרעגן זיין נאמען און געבעטן ער זאל זאגן זיינע מעשים וואס ער האט געטון אויף די וועלט, האט ער געוויזן פארן מלאך אז ער קען נישט אויס רעדן מיטן טלית, האט מען די נשמה געטראגן צום בי"ד של מעלה, אבער אויך דארט האט דער איד געוויזן, אז ער קען נישט רעדן מיטן טלית, האט מען נאך געקוקט און געזען, אז דער איד האט טאקע מקפיד געווען זיין גאנץ לעבן און קיינמאל נישט גערעדט מיט זיין טלית, האט מען דעם נשמה גע'פטר'ט פון אפגעבן דין וחשבון, און מען האט אים תיכף אריין געפירט אין גן עדן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

איינע פון די חסידים פון דעם שר שלום מבעלזא זי"ע האט גאר שטארק געליטן אויף די פיס און האט נישט געקענט גיין אויף די פיס אדער שטיין געהעריג, איין יאר שבת פרשת יתרו איז דער חסיד געווען ביי זיין רבין אין בעלזא, און דער צדיק האט אים מכבד געווען מיט אן עלי', און דער צדיק וואס האט אליין געליינט קריאת התורה, האט אויס געלאזט פאר דעם איד מיטן פסוק אִם אֶת הַדָּבָר הַזֶּה תַּעֲשֶׂה וְצִוְּךָ אֱלֹקים *"וְיָכָלְתָּ עֲמֹד"* וְגַם כָּל הָעָם הַזֶּה עַל מְקֹמוֹ יָבֹא בְשָׁלוֹם, לפלא גלייך נאך די ברכה, האט דער איד אראפ שפאצירט פונעם באלעמער כאחד האדם, און פון דאן האט ער געקענט גיין אויף די פיס געהעריג.

הגה"ח רבי חיים נטע כ"ץ ז"ל האט דערציילט, אז ער האט געקענט א אלטע פרוי וואס האט געוואוינט אין לאנדאן, וואס האט דערציילט, אז זי איז רח"ל געבוירן געווארן בלינד, און ווען זי איז געווען 6 יאר אלט, האט איר די טאטע געברענגט קיין בעלזא צום הייליגען שר שלום זי"ע, און דער צדיק האט דורך געפירט א שמאטע אויף אירע אויגן, און פון דאן האט זי געקענט זעהן כאחד האדם.

מען דערציילט, אז איינמאל האט דער הייליגער שר שלום זי"ע געטראפן זיין תלמיד דעם הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע פארייכערן זיין לולקע בעפארן דאווענען שחרית, וואס ווי באוויסט האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געהאט גרויסע כוונות ביים רייכערן דעם לולקע, אבער אזוי ווי דער דברי חיים האט דערזעהן זיין רבין, האט ער גלייך פארלאשן דעם לולקע,
האט זיך דער שר שלום אן געריפן צום דברי חיים, צאנזער רב איר האט נאכנישט געדאווענט, וואס וועט איר טון אז משיח וועט יעצט קומען און איר האט נאכנישט געדאווענט, האט דער צאנזער רב זי"ע צוריק געפרעגט פון זיין רבין, און די רבי האט שוין יא געדאווענט, האט דער הייליגער שר שלום זי"ע געזאגט, "איך דאווען צוזאמען מיט משיח, און אינמיטן דאווענען וועט ער זיכער נישט קומען",
בשנת תרי"ד האט אמאל דער הייליגער שר שלום זי"ע דערציילט פאר זיינע תלמידים די מעשה, נישט ווייט פון דעם שטאט בעלזא, האט געוואוינט א איד ליידער א רשע מרושע וואס האט ליידער עובר געווען לתאבון אויף אלע עבירות שבתורה, אבער איין מצוה האט דער איד יא מקפיד געווען, אז ער האט נישט געגעסן קיין ברויט, אן דעם וואס ער זאל זיך וואשן בעפאר, און אויף דעם האט דער איד דער רשע נישט מוותר געווען,
איין יאר פסח האט זיך דער איד ארויס געלאזט אויפן וועג, און ער האט מיט גענומען מצות, אויפן וועג האט דעם איד אן געכאפט א הונגער אז ער האט געשפירט אז ער האלט דאס נישט אויס, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט עסן די מצה אן זיך צו וואשן, ער איז דורך א וואלד און האט געטראכט אז דארט איז זיכער דא וואסער, אבער דער וואלד איז געווען באוויסט, אז דארט דרייען זיך ארום רוצחים רשעים, וואס קענען יעדע מינוט אים דער'הרג'ענען,
אבער דער איד האט נישט געטראכט קיין צוויי, נאר ער איז אריין אין וואלד זיכן וואסער, פלוצלונג זענען צו אים צו געקומען די רוצחים און זיי האבן דעם איד דער'הרג'ט, דער איד איז ארויף געקומען אויפן עולם האמת, און די איין מצוה האט געמאכט א גרויסע רעש, אז דא האט זיך דער איד מוסר נפש געווען אויף די מצוה פון וואשן צו ברויט, און מען האט דעם איד גע'פסק'נט גן עדן, האט דער הייליגער שר שלום געזאגט פאר זיינע תלמידים, קוקט וואס דער איד האט אויף געטון נאר מיט די איין מצוה, על אחת כמה וכמה, ווען א איד איז מקיים אלע מצוות פון די תורה מיט א מסירת נפש, וועט דאס זיכער מיגן זיין בעולם העליון,
דער הייליגער צדיק וקדוש דער שר שלום זי"ע וואס איז געווען באקאנט מיט זיין געואלדיגע אהבת ישראל און האט כסדר מילץ יושר געווען אויף אידישע קינדער, האט ער איינמאל יום הקדוש ביים זאגן על חטא ווען ער איז געקומען צו די ווערטער עַל חֲטָאִים שֶׁאֲנַחְנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם חַטָּאת, האט ער געזאגט אזוי, עַל חֲטָאִים שֶׁאֲנַחְנוּ חַיָּבִים, אויף די אלע חטאים וואס מיר זענען ליידער שולדיג, עֲלֵיהֶם חַטָּאת, דאס איז נאר דורך די גוים די רשעים, און זיי זענען אלע שולדיג אויף די אלע עבירות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

מען דערציילט, אז ווען די רעבעצין די צדקת מרת מלכה ע"ה איז נפטר געווארן בחייו, האט דער צדיק גאר שטארק געוויינט מיט בכיות נוראות, און ווען זיין גרויסע תלמיד הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע האט געפרעגט זיין רבין פארוואס ער וויינט אזוי, האט ער געזאגט, אז ח"ו נישט אויף די פטירה פון די רעבעצין וויינט ער אזוי, ווייל דאס איז ער מקבל באהבה, ווייל דאס האט דאך דער באשעפער געוואלט און דאס איז זיכער לטובה,
נאר ער וויינט, ווייל ער האט געהאט א שמיעס מיט רבוש"ע און געזאגט פארן רבוש"ע, די ווייסט דאך אז די מלכה די צדקת פעילט מיר שטארק אויס פאר מיין עבודת הקדוש, און ווען איך וואלט געקענט וואלט איך איר מחי' מתים געווען, נאר וויבאלד איך ווייס אז דאס איז דיין רצון בין איך איר נישט מחי' מתים,
אבער די רבוש"ע, די האסט דאך דיינע אידן די כנסת ישראל כלה קרואה בנעימים, פארוואס בוסטו זיי נישט מחי' מתים און די ברענגסט משיח צדקנו, האט דער רבוש"ע מיר גענטפערט, אויב וואלט איך געווען צופרידען פון די אידן, אזוי צופרידען ווי די בוסט געווען פון דיין מלכה, וואלט איך זיי שוין לאנג אויס געלייזט, אבער ליידער זענען זיי נאכנישט אויף דעם דרגה, און דערפאר האב איך זיי נאכנישט אויס געלייזט, און אויף דעם ענטפער פונעם רבוש"ע, אויף דעם האט דער צדיק אזוי געוויינט.

אמאל איז דער הייליגער שר שלום זי"ע געווען אין א שטאט פון גרויסע מתנגדים, איז דארט געווען דער מרא דאתרא וואס איז געווען א גרויסע תלמיד חכם אבער א גרויסע מתנגד, אבער לכבודו פונעם שר שלום האט דער גאון געלאזט ברענגען כיבוד ברוינפען און מזונות און עפעס א קאמפאט, אבער דער שר שלום האט נישט געוואלט צו רירן צום כיבוד, פארשטייט זיך אז דער גאון איז געווען זייער באליידיגט אויפן שר שלום,
האט ער געפרעגט דעם שר שלום די סיבה פארוואס ער וויל נישט עסן פונעם כיבוד, האט דער הייליגער שר שלום געזאגט, די ברוינפען איז חמץ שעבר עליו הפסח, די מזונות האט מען נישט אראפ גענומען קיין חלה, און די קאמפאט האט מען נישט איבער געקוקט די פירות פון ווערים, פארשטייט זיך אז דער מרא דאתרא איז געווען זייער באליידיגט אז דער שר שלום זאגט די אלע זאכן,
האט דער רב געלאזט ריפן דעם פון וועם מען האט געקויפט די ברוינפען, און אים געפרעגט אויב ער איז א איד, האט יענער געזאגט אז יא, האט מען געזען, אז דער שר שלום איז גערעכט, אז די ברוינפען איז נישט געווארן פארקויפט אויף פסח, דאן האט מען געפרעגט די רעבעצין אויב מען האט אראפ גענומען חלה פון די טייג פון די מזונות, האט די רעבעצין געזאגט, עס איז דאך דא די משרת וואס טוט דאס, אבער דער משרת האט געזאגט, די רעבעצין האט דאס זיכער אראפ גענומען, דאס זעלבע איז געווען מיט די פירות פון די קאמפאט, און דאן האט יענער גאון געזען, אז דער הייליגער שר שלום האט הייליגע אויגן און זעהט אלעס.

די מקורבים האבן דערציילט, אז דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע פלעגט אויף זיין שעות אריכות ביינאכט און עוסק געווען בתורה, אינמיטן האט דער הייליגער שר שלום זיך אנגעריפן בזה"ל, "אה, דער הייליגער בני יששכר דער דינובער רב איז שוין אויף געשטאנען, יעצט קען מען זיך גיין לייגן", און דאס איז געווען אן קיין וועג פון וויסן, נאר דער צדיק האט נישט געוואלט איבער לאזן די וועלט אן קיין תורה, און ווען ער האט מרגיש געווען אז דער בני יששכר איז שוין אויף געשטאנען, און ער וועט איבער נעמען די וועלט מיט זיין תורה, האט זיך דער צדיק געקענט גיין אביסל צו לייגען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

אמאל האט פאסירט ביים הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע, אז ראש השנה בעפאר תקיעות שופר, האט דער צדיק אוועק געריקט די שנאצן ביים מויל כדי ער זאל קענען גוט בלאזן שופר, און פלוצלונג דערזעהט דער צדיק א האר אויף די הענט, דער צדיק איז ממש בלאס געווארן פאר גרויס צער און פחד, אז ער איז דא נכשל געווארן מיט אויס רייסן א האר אים יו"ט,
האט אבער דער גבאי גלייך דערציילט פארן שר שלום זי"ע א מעשה וואס איז פאר געקומען ביים צדיק וקדוש רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, איין יאר סוכות איז דער רבי שמעלקא אריין אין די סוכה און געמאכט א לישב בסוכה, און דאן האט זיך דער צדיק געכאפט אז די שלאק איז אראפ געלאזט, און אויפן רגע האט זיך דער צדיק שטארק דערשראקן אז ער האט דא געמאכט א ברכה לבטלה,
אבער גלייך האט זיך דער צדיק רבי שמעלקא אנגעריפן בזה"ל, "די בעל דבר, האסט עפעס געכאפט, דערשטיק דיך מיט דעם", האט דער גבאי געזאגט פארן שר שלום, "זאל זיך דער בעל דבר דערשטיקן מיטן האר פונעם רבין", דער הייליגער שר שלום האט דאן געזאגט פארן גבאי, "החייתנו, האסט מיך מחי' געווען" און דער צדיק איז צו געגאנגען מיט א שמחה צום מצוה פון תקיעות שופר.

אמאל איז דער צדיק דער שר שלום זי"ע געשטאנען ביים דאווענען, איז דארט געשטאנען א איד אין געדאווענט שמונה עשרה, אינמיטן הערט דער צדיק ווי דער איד זאגט אין אידיש "רבונו של עולם טאטע זיסער", האט דער שר שלום געפרעגט פון דעם איד, ווי קומט צו דיר צו רעדן אידישע ווערטער אינמיטן דאווענען, האט דער איד געזאגט פארן שר שלום, דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע האט דאס אויך געטון,
האט זיך דער צדיק אויס געדרייט און געזאגט, דער קאזניצער מגיד איז נישט געווען קיין מענטש, ער איז געווען א מלאך, דאן דרייט זיך דער צדיק אויס און לייגט צו, ער איז נישט געווען קיין מלאך, נאר ער איז געווען א שרף, און ער האט דאס געקענט טון, און דער צדיק האט דערציילט, אז דער הייליגער מגיד מקאזניץ איז געווען איין שטיק ביין און זייער א שוואכער מענטש, אז מען האט אים געברויכט טראגן צום ביהמ"ד אויף א בענקל, אבער אזוי ווי דער צדיק איז אריין אין ביהמ"ד, האט ער געגעבן א שריי "מה נורא המקום הזה, אין זה כי אם בית אלקים", און דער צדיק איז צו געלאפן צום דאווענען מיט אזא ברען, ממש נישט מיט קיין כח אנישי, נאר ווי א מלאך אלקים.

די חסידים האבן דערציילט, אז ווען דער הייליגער שר שלום זי"ע האט געדאווענט פארן עמוד ימים נוראים, האט מען דעם קול געהערט אינעם גאנצן שטאט, און אפילו די גוים זענען ממש דערציטערט געווארן פונעם הייליגען קול פונעם צדיק, און די גוים פלעגן זאגן, "עס איז נישט קיין חידוש אז ער פועל'ט מיט זיינע תפילות, אפילו מ'וואלט זיך אזוי געבעטן ביי א גזלן, וואלט מען אויך אויס געבעטן".

דער שר שלום זי"ע האט איין יאר אין די ימי רחמים ורצון דערציילט פאר זיינע חסידים, אז אין שטאט וואוינט א איד וואס הייסט בערל, און ער האט געארבעט מיטן אויף נייען קליידער, איין טאג האט דער פריץ פון שטאט געבעטן פון דעם בערל, אז ער זאל אים אויף נייען א נייע קלייד, און דער בערל האט זיך נישט געקענט באהערשן, און האט גע'גנב'ט סחורה פונעם פריץ, און דער פריץ האט אים געכאפט ביי די מעשה און אים זייער באשטראפט,
האט דער איד וואס איז געווען א געוואלדיג תמים און פשוטע איד געזאגט, באשעפער איך ווייס אז די האסט אויס געזאגט פארן פריץ אז איך האב גע'גנב'ט פון זיינע סחורה, אויב אזוי הער איך אויף דאווענען, אבער ווען עס איז געקומען יעצט די ימים נוראים, האט דעם איד געכאפט א הרהור תשובה, און ער האט געזאגט, רבוש"ע עס קומט יעצט די הייליגע טעג, לאמיר זיך איבערבעטן, און דער איד האט זיך פארגענומען אז ער גייט אנהייבן צוריק דאווענען, און דער הייליגער שר שלום האט געזאגט, אז דאס פשטות און תמימות פון דעם איד, האט געמאכט א גרויסע רעש אין הימל און מעורר געווען רחמים און מעורר געווען א מליצה ישרה אויף אידישע קינדער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 27848

Re: הרה"ק רבי שלום ב"ר אלעזר זי"ע, - השר שלום מבעלזא - כ"ז אלול תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

מען דערציילט, אז דער ראש הקהל פון סיגוט הרה"ח רבי משה ארי' פריינד זי"ע האט געהאט צו געזאגט א שיינע נדבה צו בויען א תלמוד תורה אין סיגוט, אבער למעשה האט זיך דאס לאנג געצויגען און מען האט דאס נישט געבויעט, אבער דאן האט מען געבויעט דעם גרויסן שוהל אין שטאט בעלזא וואס דער הייליגער שר שלום האט זיך פרעזענליך אפ געגעבן מיטן בויען דעם הייליגען שוהל, און דער רבי משה ארי' פריינד האט געגעבן פארן שר שלום דאס געלט וואס ער געהאט צו געזאגט פארן תלמוד תורה אין סיגוט,
איז געווען דארט א סיגוטער חסיד וואס האט דאס צו געזען, האט ער זיך אנגעריפן צו רבי משה ארי' פריינד פארענט פונעם שר שלום בזה"ל, "רבי משה ארי' איר זאלט נישט פארגעסן, אז איר האט צו געזאגט געלט פארן תלמוד תורה אין סיגוט", ווען דער שר שלום האט געהערט די ווערטער, האט ער זיך אנגעריפן בזה"ל, "רבי משה ארי' וועט געבן, און געבן, און געבן", לפלא נישט לאנג נאכדעם איז דער רבי משה ארי' גאר שטארק נתעשר געווארן, און ער איז געווען א גביר אדיר זיין גאנץ לעבן, אלעס דורך די ברכה פונעם הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע.

אמאל איז געקומען צום שר שלום זי"ע א איד וואס האט זיך אים געמאכט א שטארקע מחלה אינעם נאז, און די דאקטורים האב אים געווארנט אז דאס קען צו טרעטן צום מח און עס איז א גרויסע סכנה, איז דער איד געפארן קיין בעלזא צום הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע, וואס איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע כח פון היילן נאר מיט זיינע הענט, האט אבער דער שר שלום נאכן אויסטאפן די מקום פון די מחלה געהייסן פארן איד, אז ער זאל פאן צו יענעם און יענעם גרויסן דאקטאר אין לעמבערג וואס איז ליידער געווען א פרייער איד,
איז דער איד אריבער צום דאקטאר אין לעמבערג, און געזאגט פארן דאקטאר, אז דער בעלזא רב האט אים געשיקט צו אים, און אזוי ווי דער איד האט אויף געהויבן די קאפ, און דער דאקטאר האט אריין געקוקט אין די נאז, נאך בעפאר ער האט אפילו צו גערירט צו דעם איד, האט די מחלה אויף געפלאצט, און דאס האט ארויס געשפריצט גלייך אויפן דאקטאר, דאן האט דער דאקטאר זיך אנגעריפן, דער בעלזא רב זאל מיר אויף הערן שיקן אזאנע חולים, ווייל דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער טוט דאס מיט מיר, און דער שר שלום האט זיך אויף דעם אויסגדריקט, "און דער דאקטאר דער פושאי ישראל האט אפילו נאך דעם אויך נישט תשובה געטון".

הרה"ק רבי שמחה ישכר בער מצעשינוב זי"ע, דער זון פונעם הייליגען שינאווא רב זי"ע איז געווארן אן איידעם ביי רבי יהושע מבעלזא זי"ע, ביי זיין חתונה זענען די צוויי גדולי הדור געטאנצען, דער שינאווא רב זי"ע מיט ר' יהשע'לע בעלזער זי"ע, איז געשטאנען דארט ר' יהושע'לע טאמשאווער אין געקערט מיט א בעזעם, האט דער בעלזא רב געפרעגט פונעם מחותן דער שינאווא רב אויף ר' יהושע'לע טאמשאווער ווער דאס איז, האט דער שינאווא רב גענטפערט דאס איז ר' יהושע'לע טאמשאווער ר' יוסעלעס זון, זאגט דער בעלזא רב, אהה ר' יוסעלעס זון מיר האבן אים געזען,
האט דער שינאווא רב אזוי געקוקט מיט ווינדער, ווי איינער זאגט די יארן שטימען דאך נישט, ווייל דער ר' יוסעלע איז דאך אוועק נאך בעפאר רבי יהושע מבעלזא איז געבוירן, האט דער בעלזא רב רבי יהושע'לע פארציילט, אס ווען איך בין געווען א קינד ביים חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד אין בעלזא, האב איך פלוצלונג געזען אינעם ביהמ"ד א הויכער מענטש אנגעטוען ווייס, און איך האב מיך זייער דערשראקען, האב איך זיך פאר פחד באהאלטן אינטערן טאטנס טלית,
האט מיר דער טאטע געזאגט,“דארפסט נישט מורא האבן, דאס איז ר' יוסעלע טאמעשאווער איך האב אים געלאדענט צום חנוכת הבית, און ער האט צו געזאגט ער וועט קומען, אבער בינו לבינו איז ער נסתלק געווארן, אבער ער איז געקומען איינהאלטן די הבטחה, און דערפאר איז ער געקומען מעולם העליון זיך באטייליגען ביים חנוכת הבית”, האב איך אים דעמאלט געזען, א השגה א קליין קינד זאל שוין פארמאגן אזאנע ליכטיגע אויגן.

זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט