א מענטש ווי א קאר
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8443
א מענטש ווי א קאר
מען קען אראפלערנען אסאך זאכן פון א קאר, אלס מוסר השכל אויף אונזער לעבן אין עבודת ה'
(אויב כ'האב עס שוין דא געשריבן בעבר ביטע צוצייגן)
================================================
א קאר פארט מיט כסדר'דיגע עקספלאוזשענס, (קאמבאסטשען)
א איד דארף כסדר פרישקייט, יעדע סעקונדע
====================================================
ווען דו האלטסט בארג ארויף ובפרט ווען עס איז גליטשיג, דאן דארף מען פארן נאכאנאנד, נישט נאכלאזן, אויב לאזט מען נאך דאן גליטשט מען צוריק אראפ ביז אונטן, יא, אויב די מאטאר שטרענגט זיך איבער דאן לאז נאך אביסל די געז אבער די טארסט נישט אפלאזן די געז אינגאנצן נאר פארן ווייטער
ווען א איד איז אויפן ערליכן דרך צו גיין מעלה מעלה, דאן טאר מען נישט נאכלאזן, ובפרט ווען עס איז דא ירידת הדורות און שווערע צייטן ברוחניות, דער עיקר איז נישט נאכלאזן, אויב ווערט מען איבערגעשטרענגט דאן לאז אביסל נאך און בארואיג דיך, אבער נישט נאכלאזן לגמרי נאר כסדר שטייגן פאראויס בעבודת ה', אויב לאזט מען חלילה נאך און מען מיינט אז עס איז צייט צו רילעקסן און זיך אפשטעלן דאן גליטשט מען זייער שנעל צוריק...
===========================================================
מען טאר נישט ספידן...
ולא תעלה במעלות על מזבחי, נעם דיך נישט אונטער מער וויפיל דו קענסט, גיי צוביסלעך ממדריגה למדריגה.
==============================================================
עס איז דא פארקינג רעגולאציעס
איזהו חכם המכיר את מקומו
============================================
עס איז דא אז דער עמערדזשענסי וויקל פאלגט נישט די געזעצן, ווייל ער איז אטאריזירט
אמאל איז דא א גרויסע צדיק וואס טוט עפעס וואס קוקט אויס נישט כהלכה, אבער מען טאר נישט זיין קיין מהרהר אחרי רבו

אין פלעצער וואס דער דאך איז נידריג טאר קיין הויכע וויקל נישט פארן
דער מנהיג און משפיע אדער סתם העכערע מענטש האט נישט וואס צו זיך דרייען און פלעצער וואס איז צו נידריג פאר זיין שטאנד
==============================================
אויב די קאר איז סטאק דאן רופט מען דעם שלעפער טראק זאל אים ארויסשלעפן און פאררעכטן, דער שלעפער טראק דארף זיך אראפבייגן באהעפטן די קאר צו זיך און אים דאן אויפהייבן און אזוי ארויסשלעפן און פאררעכטן
מען איז זיך מדבק צום מורה דרך וואס שלעפט ארויס פון זיין מצב, דער משפיע דארף זיך אראפלאזן צום מקבל, יענעם מקרב זיין צו זיך און אים דאן אויפהייבן און אים פרובירן צו פאררעכטן אין זיין מצב
===============================================
די העד לייטס פארנט פון די קאר איז ווייס און לעכטיג
פון דא אין ווייטער גייט זיין ווייס און גוט און לעכטיג!!
=======================================================
די בעק לייטס איז רויט
כסדר טרעפן חסרונות אין די מעשים פונעם עבר
==========================================================
די בעקינג לייטס איז ווייס
ווען מען בעקט און מען טוט תשובה דארף מען דאך טרעפן א ווייסע און גוטע נקודה, לכה"פ א גוטע כוונה וואס מען האט געהאט אין די עבירה, אזוי קען מען תשובה טון כראוי
===================================================
די ווינדשיעלד איז א ריזיגע פענסטער משא"כ די שפיגלעך, די שפיגלעך זענען געמאכט נאר צו זעהן אויב עס איז דא א מכשול פון אויב וואלטן ווען די שפיגלעך געווען ריזיג וואלט מען נאר געפארן ריקווערטס...
מען דארף קוקן מערסטנס אויפן ברייטן עתיד, אה"נ מען דארף טאקע קוקן אויפן עבר, אבער נישט צופיל, אויב יא וועסטו בלייבן שטעקן אין דיין עבר,

אויב איז די ווינדשיעלד נישט קלאר און עס רעגנט און עס איז פארשטעלט מיט שניי, פוץ עס אפ! מיט קיין שמוציגע ווינדשיעדל פארט מען נישט!!!
דו מוזט האבן קלארקייט, לעבן פארנעפלט און נישט זעהן ווי אזוי מען גייט ווייטער איז נישט קיין מהלך!!! פוץ דיך אפ, לערן ספרים, רעד דיך דורך מיט דיין חבר אדער משפיע, אבער די ווינדשיעלד און די פלאן אויף ווייטער מוז זיין קלאר!!!

דער טיטשער זאגט פארן סטודענט "קוק ווייט, קוק וואו די ווילסט אנקומען" מען מוז טאקע האלטן א כלליותדיגע בליק אויף דעם גאנצן ארום אויב א מעגליכע סכנה קומט נישט פון די זייט, אבער מען טאר זיך נישט פארקוקן ווייל דעמאלס פאסירט א קרעש...
זיי פאוקעסד צי דיין ציל, די מסכת וואס דו ווילסט ענדיגן, די סארט איד וואס דו ווילסט ווערן די סארט עבודת ה' וואס דו ווילסט עררייכן, און פאוקעס נאר דארטן, אוודאי מוז מען האלטן א בליק אויף חברים באקאנטע און פאסירונגען ארום זיך, אבער מען טאר זיך נישט פארקלאצן, ווייל ס'וועט זיך נישט אויסלאזן גוט

האט הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א צוגעלייגט אז עס טארן נישט זיין קיין קארס צו נאנט איינס צו די צווייטע, ווייל אויב יא פאסירט א קרעש...
אהבת חברים איז זייער גוט – אבער פון ווערן צו נאנט פאסירט א קרעש (קראש...???)

חלום נישט נאר אויף איין קאר וואס איז אינפראנט פון דיר - די וועסט איינשלאפן און קרעשן, בכלל אפשר פארט ער אין אן אנדערן דירעקשאן און דו וועסט זיך זעהן ערגעץ וואס איז בכלל נישט דיין ציל...
דאס דארף נאך א נמשל...???
(להכעלעמער: מען טאר נישט זיין אנגעבינדן און אנגעוויזן בלויז אין איין חבר, דו קענסט נאך איינשלאפן און אריינקראכן אין אים מיט נישט גוטע תוצאות... בכלל אפשר פארט ער אין אן אנדערן ריכטונג פון וואו דו ווילסט אנקומען? דו וועסט זיך פלוצלינג זעהן אלס נישט דער ערליכער איד וואס דו האסט געוואלט אויסשטייגן..
=================================================================
ווען די קאר איז קאלט און פארפרוירן פארט עס נישט! (די היינטיגע קארס ווארעמען זיך בשעתן פארן)
א איד דארף לערנען ווארעמע חסידישע ספרים פארן טון עבודת ה'! מען דארף דינען דעם אייבערשטן מיט א ווארעמקייט! (היינט צוטאגס קען מען זיך ווארעמען בשעתן דאווענען מען האט אינזין פירוש המילות מען עסט מיט א ריכטיגע כוונה וכו' אבער נישט מיט קיין קאלטקייט!!!

די קאר דארף דורכגיין כסדר'דיגע מעינטענענס, די קאר דארף זיין אין א גוטע צושטאנד, אן דעם פארט עס נישט! עס קען פלוצים ווערן סטאק און גורם זיין עקסידענטן ר"ל
א איד דארף זיין געזונט און שטארק!

מען מאכט אן אינספעקשאן איין מאל א יאר
עשרת ימי תשובה איין מאל א יאר מאכט מען א גרינטליכע חשבון הנפש און מען גייט איבער און מען פאררעכט זיך וואס מען דארף פאררעכטן
================================================================
אויב עס קומט ארויף אן אלערט אויפן דעשבאורד, דאן טשעק עס אויס איידער עס איז צו שפעט...
אז מען הערט א מוסר שמועס, אדער סיי וואספארא התעוררות און דו שפירסט אז עס מיינט דיך, דאן זיי דיך מתקן! נאך איידער עס איז צו שפעט...
=======================================================================
עס איז דא א דרייווינג בוק, און אומצאליגע רעגולאציעס ווי אזוי צו דרייוון א קאר, די געזעצן זענען געמאכט לטובתינו אז עס זאלן נישט פאסירן קיין אומגליקן אויף די ראודס
עס איז דא א תורה ומצוות וואס א איד דארף קענען, די תורה ומצוות זענען געמאכט לטובתינו אז אונז זאלן לעבן ווי עס דארף צו זיין אן קיין שטרויכלינג
======================================================
מען טאר נישט איינשלאפן!!! מען טאר נישט דרייוון ווען מען איז מיד!!!
א איד דארף זיין אויף! מיט א ברען ! מיט א חיות! נישט פארשלאפן!!!
=============================================================
אויף די ברידזש איז דא א געיט! ביי הויכע מסוכנ'דיגע פלעצער איז דא א געיט! קראך נישט אריין אין דעם געיט! עס איז געמאכט לטובתך אז דו זאלסט זיך נישט אריינטאמבלען אין תהום!!!
מען דארף האבן גדרים וסייגים! די גדרים וסייגים איז געמאכט לטובתינו אז אונז זאלן חלילה נישט נכשל ווערן מיט הארבע עבירות!!!

פאר נישט ראנג לעין! פאר נישט אין איין ליניע מיט די וואס פארן אין אן אנדערע דירעקציע ווי דיר! עס וועט פאסירן א ווייטאגליכע צוזאמענשטויס!!! און אויפן הייוועי וואו מען פארט שנעל אין אנדערע ריכטונגען דארפן זיין שטארקע באריקאדן אפצוטיילן איינע פון די אנדערע
דו האסט זיך נישט וואס צו דרייען מיט מענטשן וואס האבן אנדערע השקפות און האבן פארקערטע צילן אין לעבן ווי דיר! ווען זיי פארן שנעל אינעם פארקערטן ריכטונג דארף מען מאכן שטארקע חומת התבדלות פון אט די מענטשן!!!

ביסט אויפן הייוועי, עס רעגנט, מען קען נישט זעהן פאראויס, אבער עס איז דא אן עצה, מען נוצט די ווייפערס! עס רעגנט שטערקער? מאך די ווייפערס שנעלער! שטעל זיך נישט אפ פון פארן, דו האסט ווייפערס וואס מאכן די דזשאב!, אויב וועסטו זיך אפשטעלן אינמיטן הייוועי צוליב דעם רעגן וועסטו בלי ספק מאכן א געפערליכער קרעש ח"ו, אבער נאר מיט אנגעצינדענע ווייפערס! אויב די פענסטער איז פאררעגנט גייסטו אויך מאכן א זיכערע קרעש! וויש וויש און פאר ווייטער מיט א געשמאק!
ביסט אויף די הייוועי פון עבודת ה', עס קומט אריין שלעכטע מחשבות? דו האלטסט אינמיטן דאווענען און דו פארחלומ'סט זיך אויף אנדערע זאכן? וויש עס שנעל אוועק און דאוון ווייטער! עס קומט נאכאמאל אומגעוואונטשענע מחשבות? וויש נאכאמאל אוועק! אפילו מיליאנען מאל! ווער נישט פארלוירן! ווער נישט מיואש! יעדע מחשבה'לע וויש נאכאמאל אוועק און טו ווייטער דיין עבודה! אבער דו מוזט אוועקווישן די שלעכטע מחשבות! מיט מחשבות וואס מען דארף נישט גייסטו קראכן!
====================================================================
עס איז געווארן שמוציג די ווינדשיעלד פון א פויגל וכדו' וואס ווערט נישט אזוי פלעין אוועקגעווישט, מען אקטיוויזירט די זייף מען געבט א שפריץ און מען ווישט ביז עס ווערט אויסגעקלארט.
עס זעצט זיך צומאל אריין א קשיא, א שווערער געפיל וואס פארטונקלט דעם ליכטיגן עתיד, מען קען עס נישט געבן אזא פלעינע וויש אוועק! עס שטייט מיר פאר די אויגן!, טו השתדלות, וויין דיך אויס פארן באשעפער, נוץ די ריכטיגע חיזוק ספרים פאר דיין מצב, דאן וויש עס אוועק, און טו ווייטער עבודת ה' מיט א קלארקייט!

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.

- טראמפ געשאסן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 113
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 12:23 am
- x 95
Re: א מענטש ווי א קאר
!!!
שכח!
שכח!
Re: א מענטש ווי א קאר
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1246
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1876
Re: א מענטש ווי א קאר
געוואלדיג!
דארף מען אזוי באטראכטן יעדע זאך..
דארף מען אזוי באטראכטן יעדע זאך..
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8443
Re: א מענטש ווי א קאר
א קאר האט בליינד ספאטס
רעד דיך נישט איין אז דו האסט ארויס דעם בילד, ווייל עס איז אלס דא נקודות פארהוילן פון דיר און צומאל זאכן וואס זענען דירעקט נאנט צו דיר און האבן שייכות מיט דיר!!!
רעד דיך נישט איין אז דו האסט ארויס דעם בילד, ווייל עס איז אלס דא נקודות פארהוילן פון דיר און צומאל זאכן וואס זענען דירעקט נאנט צו דיר און האבן שייכות מיט דיר!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8443
Re: א מענטש ווי א קאר
ווען דו ביסט אויפן ראוד מיט אנדערע קארס צב"ש אויפן הייוועי פאר אינאיינעם מיטן שטראם, פאר נישט שנעלער פון זיי כדאי נישט אריינצוקראכן ווילד, און פאר נישט צו שטייט נישט אויפצוהאלטן דעם טראפיק, פאר בערך די זעלבע ספיד.
ווען דו ביסט אליינס אויפן ראוד קענסטו דרייוון ווי אזוי דו ווילסט כל זמן עס איז סעיף.
ווען דו טוסט עבודת ה' בחבורה, אלס אינגל אין חדר, אלס בחור אין ישיבה, וכדו' טו עבודת ה' אויף די פארנעם ווי עס פארט די חבורה, פריוואט קענסטו ווייטער טון וואס דו ווילסט, אבער אין ישיבה לערן נישט צופיל בלעטער פאראויס פון די שיעורי הישיבה, און זעה נישט צו זיין אונטערשטעליג, פריוואט אין אנדערע זמנים ווען מען איז נישט אין די חבורה טו עבודת ה' וויפיל דו ווילסט כל זמן דו טוסט וויפיל דו דערהייבסט.
====================================================
א קאר קען טאקע נישט פארן קאלט און די מאטאר דארף זיין ווארעם, אבער צו הייס קען די קאר ווערן אווערהיטעט און הרגענען די מאטאר אדער גאר אויפגיין אין פלאמען ה"י
התלהבות איז זייער א ריכטיגע זאך אין עבודת ה', אבער מיט א גבול, זיין צו שטארק פארפלאמט קען זיך אויסלאזן זייער נישט גוט...
===================================================
ווען דו שטייסט ביים רויטלייט אדער סטאפ סיין ווארט מיט געדולד, לאז יענעם פארן, גייסט נישט אלס בלייבן ווארטן עס גייט קומען דיין שאנס! אויב וועסטו נישט אויסווארטן קען זיך עס אויסלאזן מיט א פאטאלע עקסידענט ה"י
אמאל ביסטו מגיד שיעור / בעל תפילה / בעל קורא / עולה לתורה / און אמאל א צווייטער, פארגין יענעם און לאז יענעם וואס איז יעצט מכובד, עס וועט עווענטועל אויך אנקומען דיין שאנס. נעמען א כיבוד ווען עס איז נישט דיין רייע קען זיך ענדיגן זייער נישט גוט...

אוודאי זענען דא געוויסע פארטס וואס מען קען נוצן אין רוב קארס, צב"ש רעדער, באלבס, וכדו' , אבער עס זענען פארהאן אסאך זאכן וואס פאסן נאר איין אין זיין ארגינעלע קאר, אין אפילו איין מאדעל קאר צב"ש האנדא אדיסי וועט איין יאר זיין אנדערש פון די צווייטע און יעדע ווערסיע האט זיך זיינע זאכן וואס ארבעטן נאר ביי זיין יאר און זיין מאדעל.
עס זענען דא הדרכות כלליים וואס ארבעט ביי כמעט יעדעם, אבער עס זענען אויך דא מהלכים וואס ארבעטן נאר ביי געוויסע קרייזן, און אינעם זעלבן משפחה אין קרייז זענען אויך דא מעטאדן און השקפות וואס ארבעטן נישט ביי יעדעם אייניג, מען דארף וויסן וואספארא מיטלען צו נעמען וואו.
=================================================

ווען א קאר איז אפגעשטעלט אין די זייט פאר סיי וואס פארא סיבה דאן קרויז אים אויס, חוץ אויב דו ווילסט אים העלפן, פאר דו ווייטסטע וואס איז סעיף אין די אנדערע לעין און פאר ווייטער צו דיין ציל.
ווען מען קוקט אן די פראבלעמען פונעם דור טאר מען נישט בלייבן שטיין, קרויז עס אויס שטאלפער דיך נישט אן, בלייבן ביים דעבאטירן און דורכטון שטערט פון אנקומען צום ציל אין לעבן, חוץ אויב דו האלטסט אז דו קענסט עפעס טון דערצו אן וואס עס זאל דיר שטערן פון דיינע אנדערע פליכטן.
ווען מען קוקט אן די פראבלעמען פונעם דור טאר מען נישט בלייבן שטיין, קרויז עס אויס שטאלפער דיך נישט אן, בלייבן ביים דעבאטירן און דורכטון שטערט פון אנקומען צום ציל אין לעבן, חוץ אויב דו האלטסט אז דו קענסט עפעס טון דערצו אן וואס עס זאל דיר שטערן פון דיינע אנדערע פליכטן.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8443
Re: א מענטש ווי א קאר
ווען דו שטייסט ביי א וואנט, צווישן קארס און קענסט נישט פארן ווייטער געב נישט אויף, בעק אביסל דריי אויס דירעקציע און פאר ווייטער צו דיין ציל!
ווען דו האסט זיך געמאכט א מהלך אין עבודת ה', ווילסט דאווענען סוף זמן תפילה, ווילסט לערנען יעדן טאג א בלאט און היינט האסט פארפאסט, געב נישט אויף בלייב נישט סטאק, האסט עס אויסגעלאזט גיי צוריק א שטיקל מדריגא, נעם אביסל אן אנדערע דירעקציע וואס ארבעט זיך יא אויס, און גיי ווייטער מיט דיין עבודה פארן אייבערשטן.
===================================
די הייוועי איז פארשלאסן מחמת סיי וועלכע סיבה? געב נישט אויף מאך א פרישע פלאן און נעם אן אנדערן דרך, אבער נאר כל זמן עס פירט צום ציל וואס דו ווילסט אנקומען, יעדע וועג האט זיך זיינע פאנאראמעס איינס איז בערג איינס איז שטעט, איינס קאסט טאל און מער געזאלין און איינס ווייניגער, איינס איז שרעקעדיגער און איינס איז ווייניגער שרעקעדיג, דער עיקר, קום אן צייטליך צום ציל.
עס איז דא אסאך דרכים אין עבודת ה', אויב האט זיך איין מהלך ביי דיר נישט אויסגעארבעט פרוביר אן אנדערע מהלך, כל זמן עס פירט צום רצון ה', און יעדע דרך האט זיך זיינע מנהגים, ספרים וכדו'
=======================================
צומאל וועסטו דארפן פארן אין פארקערטן ריכטונג כדאי צו אנקומען צו א ראוד וואס וועט דיר פירן צום ציל.
עס איז דא א בחינה פון עבירה לשמה, צומאל זענען דא דרכים וואס קוקן אויס וואו עס פירט אוועק פון אייבערשטן אבער עווענטועל ברענגט עס צוריק צו עבודת ה'.
=======================================
נישט יעדע וועג וואס פארט אין ריכטונג פון דיין ציל קומט טאקע אן דארט, עס קען זיך ענדיגן מיט א דעד ענד אדער אינגאנצן אין אן אנדערן דירעקשאן. דעריבער קוק דיך פאר אין דזשיפיעס אדער די מאפע פאר דו נעמסט א וועג.
נישט יעדע עינוי וסיגוף הייליג אויסזעהנדע מקובל אדער דרך ברענגט טאקע עבודת ה' קוק וואס די תורה זאגט נוץ דיין שכל אז דו זאלסט טאקע פארן גוט
=========================================
ווען דו ביסט אין דיטש און דו ווילסט אז מען זאל דיר ארויסשלעפן גיי אויף נוטראל און ווען דו קענסט שוין געב עטוואס געז, ווען דו ביסט אין שניי געב געז צוביסלעך אזוי וועלן דיינע חברים דיר קענען ארויסשטופן פון זומפ, זיי נישט אין פארק אדער די פארקערטע ריכטונג.
ווען דו זוכסט הילף אין עבודת ה' מוזטו זיין גרייט זיך צו לאזן און מיטהעלפן, אויב וועסטו זיין פארהארטעוועט אדער חלילה גאר טון פארקערט קענען זיי דיר גארנישט העלפן.
======================================

העי, יעצט באמערק איך דא זענען צוגעקומען הוספות!
גאר גוט!
גאר גוט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8443
Re: א מענטש ווי א קאר
אויב ביסטו סטאק און דו ווארטסט אז חברים אדער א שלעפער טראק זאל דיר ארויסשלעפן, דאן מוזטו זיין קאנעקטעט מיט קייטן צו דעם שלעפער וויהיקל, מען קען דיר נישט ארויסשלעפן רימאוטלי
אויב ווילסטו אז דיין מורה דרך און רבי זאל דיר ארויסשלעפן פון דיין מצב דאן דארפסטו זיך מקשר זיין צו אים, עס איז נישט גענוג סתם זיך צו דרייען ביי אים אין בית המדרש וכדו'.
=======================================
ווען מען בויעט נייע ראודס, אדער מען מאכט איבער אלטע ראודס טארן נישט אריינפארן קיין אומאטאריזירטע וויהיקלס, סתם א מענטש מעג כאפן א בליק פונדרויסן ווי אזוי עס בויעט זיך אבער נישט אריינפארן דארט, ווען דער פראיעקט וועט ווערן פארענדיגט וועט יעדער הנאה האבן בס"ד.
ווען א פרישע מציאות איז עומד על הפרק, א פרישע שאלה וואס מען דארף אויסבויען, האבן נישט וואס צו אריינרעדן די סתם המון עם, נאר די רבנים און דיינים זענען בארעכטיגט עס צו אויסארבעטן און אויסקנעטן. סתם א מענטש האט נישט וואס צו פאטשקענען אין די ענינים.
ווען די הלכה און דרך וועט זיין אויסגעקנעטן וועט דער גאנצער ציבור הנאה האבן פון די קלארקייט.
==========================================
אין א קאנסטראקשן זאנע איז אפטמאל דא א מענטש וואס קאנטראלירט די טראפיק כל זמן מען ארבעט דארט, די טרעפיק ווערט פארדרייעט ביז זאכן ווערן מסודר.
ווען מען ארבעט דורך די הלכה און מהלך וועט מען געבן הוראת שעה ווי אזוי מען זאל זיך פירן בשעת מעשה און דאס איז נישט קיין סתירה מיט די הוראות און מהלכים וואס מען וועט געבן איינמאל די הלכה איז אויסגעארבעט.
===========================================
די קאנסטראקשן ארבעטער און די פאליציי לייט און אפישלס גייען אנגעטון מיט באזונדערע מונדירן אז דו זאלסט וויסן אז זיי זענען אטארעזירט און זאלסט וויסן מיט וועם זיך צו רעכענען. – און איינער וואס טוט זיך אן אזעלכע מונדירן און איז נישט בארעכטיגט דערצו איז דאס א הארבער פארברעך
די דיינים רבנים אין משפיעים האבן אנדערע בגדים אז זאלסט וויסן פון וועם צו פרעגן א שאלה.
איינער וואס איז נישט ראוי לאותו איצטלא מאכט חורבנות.
==============================================
ווען דו ביסט אמאל פארפארן און דו דארפסט זיך אויסדרייען, מאכן א טריפוינט טורן, זיך אויסדרייען אין א דרייוועי, א חלק פונעם פראצעס איז בעקן, דאס בעקן איז נישט קיין דורכפאל נאר א שטאפל וואס וועט דיר עווענטועל פירן נאנטער צום ציל.
אמאל איז מען נכשל געווארן אין אן עבירה, מען איז געפאלן אין עבודת ה', מען דארף זיך אויסדרייען און צוריק ארויפגיין אויף די שינעס, עס גייט נישט אויפאיינמאל! מען פאלט צוריק איינמאל אין נאכאמאל, אבער דאס איז א חלק פון די תשובה, ווער נישט צובראכן נאר גיי ווייטער ביז דו וועסט אנקומען צו א שלימות'דיגע תשובה.
============================================
העלף נישט דעם דרייווער ווען ער בעט נישט דיין הילף! דרוק נישט קיין קנעפלעך אין די קאר אן רשות פונעם דרייווער! בייג דיך נישט אריין צו זעהן אויב א קאר קומט, און העלף אים נישט צו, דו שטערסט אים און דו קענסט חלילה גורם זיין צו שרעקליכע עקסידענטן.
ווען דער מנהיג העדה רב און דיין בעהט נישט דיין הילף אין הנהגה, פרוביר אים נישט צו העלפן, נעם נישט קיין חלק אין די פירערשאפט וואס ער האט נישט געבעטן פון דיר! פיטער אים נישט מיט קיין אינפארמעישאן, לאז אים טון זיין ריסורטש אליינס, לאז אים פירן די זאכן אליינס לויט ווי ער פארשטייט, אז דו וועסט זיך מישן אין עניני הנהגה וועסטו בלויז שטערן און מאכן חורבנות.
===============================================
הגם עס איז וויכטיג זיך צוטון מאכן פון אלערטס וואס קומען ארויף אויפן דעשבאורד און עס פאררעכטן וואס פריער, אבער עס מאכט זיך אז סענסארס ארבעטן נישט און מען מאכט דיך אלערט אומזיסט.
אויב וועסטו זיך אפשטעלן ביי יעדע אלערט קענסטו בלייבן סטאק און נישט פארן, פארלירן צייט און האבן עגמת נפש אומזיסט...
נוץ דיין שכל און ווייס צו אידענטיפיצירן אומריכטיגע אלערטס, עס צו איגנארירן.
זיכער איז גוט אויב מען קען עס פאררעכטן ביים מעקעניק, אבער דער מעקעניק וועט דיר אויך צומאל זאגן אז די סענסאר פארפירט צוליב אומריכטיגע חשבונות און מאך דיך נישט וויסנדיג דערפון.
א מענטש האט כסדר'דיגע אלערטס, דאס איז נישט גוט, אין דעם ענין דארף איך מיך פארבעסערן, אפשר בין איך נישט גרייט צום דאווענען? גוף נקי, מוחין דגדלות, ענווה פסולה, אוסידי פון מחשבות זרות וכדו'
מען דארף וויסן צו אידענטיפיצירן ווען מען דארף זיך טאקע פארבעסערן, און ווען מען טאר זיך נישט אפשטעלן פאר די סארט ספיקות און אומריכטיגע התעוררות, נאר אנגיין מיט עבודת ה' מיט א פעסטקייט!
זיכער איז גוט זיך אויסצוקלארן ביים דעת תורה ומורה דרך, אבער צומאל וועט ער דיך אויך זאגן אז דאס איז עצת היצר, איגנאריר און טו וואס דו האסט צו טון!

דער פאסאנדזשיר קוקט אין די שפיגלען און עס קוקט אויס ווי די קאר גייט קראכן! ער קוקט ארום די קאר און ער איז דערשראקן און ציטערט פאר זיין לעבן!
דער אמת איז אז די שפיגלען זענען אויסגעדרייעט צום דרייווערס באקוועמליכקייט, ער האט אן אנדערע וויו און אלעס איז בס"ד פארזיכערט.
עס קוקט צומאל אויס ווען דער מנהיג און מורה דרך טוט עפעס וואס עס איז נישט ריכטיג, עס קוקט אויס ווי ער איז זיך מיאוס טועה!
זיי רואיג ווייל ער האט אן אנדערע בליק ווי דיר, ער זעהט זאכן אנדערש ווי די אנדערע מענטשן און פון זיין קוק ווינקל טוט ער דאס ריכטיגסטע בס"ד.
דער אמת איז אז די שפיגלען זענען אויסגעדרייעט צום דרייווערס באקוועמליכקייט, ער האט אן אנדערע וויו און אלעס איז בס"ד פארזיכערט.
עס קוקט צומאל אויס ווען דער מנהיג און מורה דרך טוט עפעס וואס עס איז נישט ריכטיג, עס קוקט אויס ווי ער איז זיך מיאוס טועה!
זיי רואיג ווייל ער האט אן אנדערע בליק ווי דיר, ער זעהט זאכן אנדערש ווי די אנדערע מענטשן און פון זיין קוק ווינקל טוט ער דאס ריכטיגסטע בס"ד.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8443
Re: א מענטש ווי א קאר
האלט דיך אין די לעין! יא, עס איז דא מצבים וואס מען קען נישט פארן אין די לעין, צב"ש איינער וואקט אויף דיין לעין, א קאר האט זיך אפגעשטעלט און דארפסט אים פעסן, כסדר מאכט זיך אומשטענדן וואס מען דארף זיך אוועקדרייען פון די לעין,
אבער סתם זיך נישט האלטן אין ליניע ביסטו אן אומ'אחריות'דיגע דרייווער און האסט נישט וואס צו זיצן ביים רעדל! דו ביסט אינו מן הישוב! לערן דיך אויס יא צו האלטן אין ליניע!
האלט דיך צו א נארמאלע סדר היום, נישט אנקומען צו דיעבד'ס און זאכן וואס באלאנגען נישט.
זיכער מאכט זיך כסדר אונסים, דא איז מען אויפגעשטאנען שפעט צום סוף זמן קריאת שמע, דא ביסטו געווען אן אונס און אנגעקומען צו שחרית אז דו מוזט אויסלאזן האלבע דאווענען, דא דארף מען אביסל משנה זיין פונעם אמת למען השלום, וכדו'
אבער לעבן מיט דיעבד'ס אלס לכתחילה? דאס איז אומ'אחריות, און נישט אזוי באלאנגט די דרך אין עבודת ה'.
לערן זיך צו צו א נארמאלע לכתחילה'דיגע לעבנסשטייגער און לאזן די אלע בדיעבד'ס און שלא מן השורה. אויף נאר ווען מען דארף עס באמת.
אבער סתם זיך נישט האלטן אין ליניע ביסטו אן אומ'אחריות'דיגע דרייווער און האסט נישט וואס צו זיצן ביים רעדל! דו ביסט אינו מן הישוב! לערן דיך אויס יא צו האלטן אין ליניע!
האלט דיך צו א נארמאלע סדר היום, נישט אנקומען צו דיעבד'ס און זאכן וואס באלאנגען נישט.
זיכער מאכט זיך כסדר אונסים, דא איז מען אויפגעשטאנען שפעט צום סוף זמן קריאת שמע, דא ביסטו געווען אן אונס און אנגעקומען צו שחרית אז דו מוזט אויסלאזן האלבע דאווענען, דא דארף מען אביסל משנה זיין פונעם אמת למען השלום, וכדו'
אבער לעבן מיט דיעבד'ס אלס לכתחילה? דאס איז אומ'אחריות, און נישט אזוי באלאנגט די דרך אין עבודת ה'.
לערן זיך צו צו א נארמאלע לכתחילה'דיגע לעבנסשטייגער און לאזן די אלע בדיעבד'ס און שלא מן השורה. אויף נאר ווען מען דארף עס באמת.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8443
Re: א מענטש ווי א קאר
אן אינטערעסאנטע זאך
ווען דער רעדל גייט פון אויבן אראפ מאכט עס פארשריט, ווען עס גייט פון אונטן ארויף גייט עס אין פארקערטן ריכטונג.
ווען מען פירט זיך בענווה, מען איז זיך משפיל און מען האלט זיך קליין, אזוי מאכט מען פארשריט אין לעבן און אין עבודת ה', משא"כ ווען מען האלט זיך גרויס און הויעך איז פארקערט...

- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-09 101802.png (6.78 KiB) געזען געווארן 198 מאל