הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

כ"ה אלול

הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשאוו

ער איז געבוירן אין שטאט בראד, בשנת תפ"ו,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי יצחק מדרוהוביטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי יוסף מפיסטין הנקרא ר' יוסף איש האמת זי"ע,
בן הרה"ק רבי משה מזבריש זי"ע, הי"ד,
ולמעלה בקודש ביז הגה"ק רבי יצחק חיות בעל אפי רברבי זי"ע.

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת יענטא ע"ה, "הנקרא יענטא די נביאה", וואס צדיקים האבן מעיד געווען, אז די מאמע די צדקת, ווען זי האט עוסק געווען מיט די צרכי הבית, האט זי מיט געזאגט קדושה צוזאמען מיט די מלאכים ושרפים אין הימל.

הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזוועהיל זי"ע האט דערציילט בשם דעם זון הרה"ק רבי יוסף מיאמפאלי זי"ע, אז 72 דורות האט זיך נישט אפ געטון רוח הקדוש פון דעם משפחה פון זיין טאטן הרה"ק המגיד מזלאטשוב זי"ע, און דער צדיק הרה"ק רבי שלמה מזוועהיל זי"ע האט מעיד געווען אז 62 דורות ביזן מגיד, זענען אלע געווען שומרי הברית.

ער איז געווען א איש אלקים קדוש וטהור נורא מאוד, מנורה הטהורה בוצינא קדישא אספקלריא קדישא, ער איז געווען א גאון עולם בתורת הנגלה והנסתר, זיין עבודת הקודש איז געווען מיט א פלאם פייער פארן גרויסן און הייליגען באשעפער, ער איז געווען פון די געהויבענע תלמידים און חבריא קדישא פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, און אויך פון די אריות שבחבורת פונעם קלויז אין שטאט בראדי, אלע צדיקי הדור האבן מעיד געווען אויף דעם קדושה און גדלות פון דעם הייליגען מגיד מזלאטשוב זי"ע, אויך האבן די צדיקים מעיד געווען אז דער צדיק איז געווען ריין פון יעדע חטא און געלערנט תורה לשמה, טויזענטער אידן ובתוכם גאר אסאך פון די צדיקי הדור האבן זיך מסתופף געווען בצלו פון דעם צדיק, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע בעל מופת און א גרויסע פועל ישועות.

שוין פון אלס יונג קינד האט מען שון געזען זיין גדלות און גאונות בתורה, ער איז שוין דאן געווען באוויסט אלס א עילוי נפלא בתורה, גאר אסאך פון זיין תורה ועבודת השם האט דער צדיק קונה געווען פון זיין גרויסן טאטן רבי יצחק מדרוהוביטש זי"ע.

אביסל שפעטער איז ער געווארן איינע פון די אריות שבחבורת לומדי קלויז פון שטאט בראדי, וואס דער ראש החבורה פונעם קלויז איז געווען הגה"ק רבי חיים צאנזער זי"ע, וואס האט מעיד געווען אויפן הייליגען מגיד, אז ער האט געלערנט תורה לשמה באמת.

דערציילט מען, אז איינמאל איז דער מגיד נאך זייענדיג גאר יונג אריין געקומען אין ביהמ"ד אין קלויז, און ער האט געזען איינעם דאווענען פארן עמוד, האט ער געזאגט פאר זיין רבי ר' חיים צאנזער זי"ע, פארוואס לאזסטו דאווענען ביים עמוד א איש וואס איז נישט הגון, האט אים רבי חיים צאנזער געפרעגט, פון ווי ווייסטו אז דער איד איז נישט הגון,
האט דער הייליגער מגיד געזאגט, ווייל חז"ל זאגן דאך (עבודה זרה ה') כל העובר עבירה, קשורה בו ככלב, און איך זעה אויף דעם וואס דאווענט ביים עמוד, אז יענער קליפה איז אנגעבינדן אין אים, האט אים זיין רבי דער רבי חיים צאנזער זי"ע וואס איז געווען א צדיק וקדוש געבעטן, אז ער וויל דאס אויך זעהן, האט דער הייליגער מגיד אריבער געפירט זיינע הייליגע הענט אויף די אויגן פון רבי חיים, און דאן האט רבי חיים דאס אויך געזען.

אויפוואקסענדיג אינעם שטוב פון זיין טאטן האט געהערשט אין שטוב א שרעקליכע דחקות, עס איז נישט געווען אינעם שטוב ממש גארנישט, און אפילו שיך האט דער קינד נישט געהאט וואס אנצוטון, אבער דאס האט בכלל נישט געשטרעט דעם יונגען גאון פון וואקסן אין תורה און עבודת השם, נאר ער האט שוין דאן געלערנט יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה און קדושה.

איין ערב שבת איז אין שטוב פונעם טאטן געווען גארנישט צו זיך גרייטען פאר שבת קודש, איז דער טאטע געגאנגען אין ביהמ"ד עוסק זיין בתורה, ווייל ער האט סיי ווי נישט געהאט ווי אזוי צו מקבל שבת זיין, האט אבער א ערל פלוצלונג אנגעקלאפט אונעם שטוב, און זאגט פאר די רעבעצין, אז ער האט א עוף צו פארקויפען, האט די רעבעצין געזאגט אז זי האט נישט קיין געלט צו באצאלען, האט דער גוי געזאגט אז ער גיט דאס אויף בארג, און ווען מען וועט האבן וועט מען באצאלען,
און די רעבעצין האט דאס גענומען, נאך אפאר מינוט קלאפט דער ערל און זאגט, אז ער האט א זאק מעהל און גיט דאס אויך אויף בארג, און נאך אפאר מינוט איז ער נאכאמאל געקומען און אנגעטראגן פיש, און נאך אפאר מאל, ביז די רעבעצין האט געהאט אלעס וואס זי האט געברויכט פאר שבת, דער רבי מיכל איז נאך דאן געווען א קליין קינד, און ווען ער האט דאס געזעהן האט ער געפרעגט די מאמע, פארוואס נעמסטו די אלע זאכן פונעם ערל, דער ערל איז זיכער א גנב, האט די מאמע געזאגט עס איז דאך א מציל מזוטו של ים הרי אלו שלו, און די מאמע האט אפגעקאכט דאס גאנצע שבת,
ווען די טאטע איז אהיים געקומען פרייטאג צו נאכט, האט ער נישט געפרעגט די רעבעצין פון ווי זי האט געהאט די אלע זאכן פאר שבת, נאר גלייך געמאכט קידוש און געמאכט די סעודה, ווען די רעבעצין האט געזאגט פאר איר מאן, ניטאמאל פרעגסטו מיך פון וואו ס'קומט די אלע מאכלים, די האסט דאך איבער געלאזט דעם שטוב בעירום ובחוסר כל.

זאגט דער צדיק רבי יצחק, איך ברויך נישט פרעגן, ווייל אליהו הנביא איז געקומען צו מיר אין ביהמ"ד, און זיך אפגערעדט, אז מיין זון מיכל האט געזאגט אז ער איז א גנב, ווייל דער ערל איז געווען אליהו הנביא זל"ט, און דער קליינער מיכל האט שוין דאן זייענדיג א קליין קינד זוכה געווען צו זעהן אליהו הנביא זל"ט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רעכיל ע"ה.

ווערט דערציילט, אז נאך די חתונה האט דער צדיק מקדיש געווען טויזענט טאג, וואס ער איז געווען אין א געוואלדיגע דביקות און התבודדות און געווען ממש אינגאנצן אויסגעטון פון די וועלט, ער האט דאן נישט גערעדט צו קיין שום ברי', נאר ער האט מקדיש געווען יעדע רגע פאר עבודת ד' מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה.

דערנאך איז ער געווארן א מלמד תינוקות אין שטאט בראדי, וואס איז דאן געווען א עיר מלאה תלמידי חכמים וגדולים בתורה, דארט איז דער צדיק ווייטער געשטיגען אין תורה ועבודת השם אויף א גאר הויכע דרגה, דארט האבן געלערנט פון די גרעסטע גדולים בתורה בדורו, און די אלע האבן ממש מפליא געווען אויף דעם גדלות און קדושה פון דעם יונגערמאן יחיאל מיכל,
יענע צייט האבן די מתנגדים איבער געדרייט וועגן דעם נייעם דרך אין עבודת השם, דער דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, וואס וויבאלד דאן איז געווען נאך די צייט וואס כלל ישראל האט ליידער געליטן פונעם כת ש"ץ שר"י, וואס האט ליידער אראפ געפירט א גרויס חלק פון כלל ישראל מיט אפיקורסות, האבן גרויסע גדולים גאר שטארק פארפירט אויפן דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע.

דאן האבן די גדולים אין קלויז אין בראדי, געוואלט אריין לייגן דעם בעש"ט אין חרם, אויך דער טאטע דער צדיק וקדוש רבי יצחק מדרוהוביטש זי"ע איז נאך דאן געווען פון די מתנגדים אויפן דרך החסידות, די גדולים פונעם קלויז האבן זייער געוואלט, אז דער גאון וצדיק רבי יחיאל מיכל זאל זיך אויך משתתף זיין אינעם חרם קעגן דעם בעש"ט הקדוש,
אבער דער צדיק האט גלייך געזאגט, ווי אזוי קען מען לייגן א איד אין חרם, בעפאר מען גייט צו אים הערן וואס זיין נייע דרך און שיטה אין עבודת השם איז, און דערפאר האט ער נישט מסכים געווען זיך צו משתתף זיין אינעם חרם, און דערפאר איז דער צדיק דאן אוועק געפארן פין שטאט בראדי, כדי נישט צו זיין מיט די וואס ווילן לייגן דעם בעש"ט אין חרם,
דאן איז דער צדיק דאס ערשטע מאל געפארן קיין מעזיבוז זיך צו טרעפן מיטן בעש"ט הקדוש זי"ע, אזוי ווי דער צדיק רבי מיכל איז אריין געקומען צום בעש"ט, האט אים דער בעש"ט מקבל פנים געווען מיט גרויס אהבה און געזאגט, אויף דיר זאגט דוד המלך ע"ה די פסוק (תהילים מ"ה ח') אָהַבְתָּ צֶּדֶק וַתִּשְׂנָא רֶשַׁע עַל כֵּן מְשָׁחֲךָ אֱלֹקים, און וויבאלד די האסט מבטל געווען די חרם פון די גאוני בראדי, וועסטו זוכה זיין צו זיין א מגיד מישרים, און טויזענטער תלמידים וועלן זיך מדבק זיין אין דיר,
פון דאן איז שוין דער הייליגער מגיד מזלאטשוב געבליבן מקושר צום בעש"ט הקדוש זי"ע, און געווען פון זיינע גרעסטע תלמידים מובהקים, און צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און אפאר יאר שפעטער איז דער צדיק געווארן דער מגיד מזלאטשוב, און ער האט זוכה געווען צו משפיע זיין תורה און קדושה פאר טויזענטער אידן גדולים און גאונים בתורה.

ער האט זוכה געווען צו גאר א נאנטע קשר מיטן בעש"ט הקדוש זי"ע, ער האט פאר א שטיק צייט באדינט זיין גרויסן רבין דער בעש"ט, וואס ווי באקאנט האט דער בעש"ט געזאגט אויף זיין תלמיד דער מגיד מזלאטשוב זי"ע, אז ער האט אין זיין לעבן קיינמאל נישט טועם געווען קיין טעם חטא, אויך האט ער זוכה געווען צו מחבר זיין די ניגונים ביי זיין גרויסן רבין דער בעש"טַ

און עס ווערט דערציילט, אז בשעת דאס הסתלקות פונעם בעש"ט הקדוש, האט ער געבעטן פון זיין תלמיד דער מגיד מזלאטשוב, אז ער זאל זינגען זיין ניגון "דער התעוררות רחמים רבים ניגון", און דער בעש"ט האט דאן צו געזאגט, אז ווען א איד וועט זינגען דעם ניגון מיט א התעוררות און תשובה, וועט ער דער בעש"ט זיך מצרף זיין צום ניגון, און ער וועט מעורר זיין רחמים רבים אויבן אין הימל.

ער איז געווען גאר שטארק מקושר צו אלע תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע ובתוכם צו הרה"ק רבי דוב בער המגיד ממזריטש זי"ע, וואס איז געווען דער ממלא מקום פונעם בעש"ט זי"ע נאכן הסתלקות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

אביסל שפעטער נאכדעם וואס ער איז מקורב געווארן צום דרך החסידות, האט ער זיך געצויגען קיין זלאטשוב, און דאן האט דער צדיק אנגעהויבן פארשפרייטן דעם דרך החסידות און דעם דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, גאר אסאך אידן גאונים וצדיקים האבן זיך מדבק געווען צו דעם צדיק וקדוש, ער האט מיט זיינע הייליגע ריידט מעורר געווען אידן צו תשובה און תיקן המעשים, ורבים השיב מעון.

זיין עבודת הקדוש איז געווען מיט א געוואלדיגע דביקות און התלהבות דקדושה, דער צדיק האט ממש געברענט ביי זיין עבודה, אז די תלמידים האבן דערציילט, אז כמעט יעדן טאג ביים דאווענען איז דער צדיק געווען אין א מצב פון כלות הנפש, ער איז געווען דער ערשטער פון די תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע וואס האבן געדאווענט שפעט, וואס ווי באוויסט האט דער בעש"ט מקפיד געווען צו דאווענען מיטן נץ, אבער זיין רבי דער בעש"ט האט מעיד געווען, אז דער צדיק מזלאטשוב מיט זיין דאווענען שפעט, איז ער מעלה אלע תפילות ישראל צום ריכטיגען היכל.

צווישן זיינע גרויסע תלמידים רעכענען זיך פון די גרעסטע צדיקים וקדושים בדורו ובתוכם,
הרה"ק רבי מרדכי בעל רשפי אש מנעשכיז זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב יצחק בעל החוזה מלובלין זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי ארון לייב מפרמישלאן זי"ע,
הרה"ק רבי חיים טירער בעל באר מים חיים מטשערנאוויץ זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק הכהן בעל ברית כהונת עולם אב"ד קאריץ זי"ע,
הרה"ק רבי משולם פייבוש הלוי העללער מזבאריז זי"ע,
הרה"ק רבי דוד שלמה אייבשיץ בעל לבושי שרד זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל צמח ד' לצבי המגיד מנודבורנא זי"ע,
הרה"ק רבי ארי' לייב דער שפאלער זיידע זי"ע,
הרה"ק רבי יוסף מזימיגראד זי"ע.

אלע צדיקים בדורו און אפילו שפעטער צדיקים האבן מעיד געווען, אז דאס גדלות און קדושה פון דעם הייליגען מגיד מזלאטשוב זי"ע, איז געווען למעלה מדרך הטבע, ער האט מיט זיין עבודת הקדוש מרעיש עולמות געווען און אויף געטון גאר גרויסע זאכן, אפילו יעדע ריר וואס דער צדיק האט געמאכט, האט געשאקעלט וועלטן, ער האט קיין שום זאך אין זיין לעבן נישט געטון אן קיין כוונות נוראות.

הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע האט מעיד געווען, אז ווען דער הייליגער מגיד מזלאטשוב זי"ע האט אנגעטון זיין מלבוש צום דאווענען, און ער האט מחבר געווען די קרסים שלייפעלעך אויפן בגד, האט ער מיט דעם ממשיך געווען א שפע אויבן אין הימל, פאר מער ווי אכט טויזענט כיתות מלאכים.

הרה"ק רבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן בעל המהרש"ם מברעזאן זי"ע, האט דערציילט בשם זיין זיידן הרה"ק רבי אורי מסטרעליסק זי"ע, אז דער מגיד האט געהאט נשמת רבי אליעזר דמילה ע"ה, און דער הייליגער סטרעליסקער זי"ע האט מעיד געווען, אז דער טאטע רבי איציקל מדרוהוביטש זי"ע האט מתקן געווען טויזענט גלגולים אויבן אין הימל, בעפאר ער האט אראפ געברענגט דעם הייליגען נשמה פונעם מגיד מזלוטשוב זי"ע.

הרה"ק רבי צבי אלימלך שפירא בעל בני יששכר מדינוב זי"ע האט דערציילט, אז ער האט געהערט פון מגידי אמת, אז זיי האבן געהערט פונעם הייליגען מגיד מזלוטשוב זי"ע, אז דאס ערשטע מאל ער איז געקומען צום אור שבעת הימים דער בעש"ט הקדוש זי"ע, האט ער אים זייער מכבד געווען און געזאגט פאר זיינע תלמידים, וויסן זאלט איר, אז דער איז א זון פון רבי איציקל מדרוהוביטש, און פאר דעם טאטן רבי איציקל האט מען געגעבן א גאר קליינער נשמה, וואס אויף די וועלט איז נישט דא נאך אזא קליינע נשמה, אבער דער טאטע האט זיין נשמה אויף געהויבן צו מעלת נשמת רבי שמעון בר יוחאי ע"ה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי פנחס הלוי הורוויץ בעל הפלאה מפרנקפורט זי"ע האט געזאגט, אז דער מגיד מזלאטשוב איז מכוון אלע זיינע כוונות לשם שמים, און עס איז ממש אסור צו מבטל זיין דעם צדיק וקדוש אינמיטן זיין עבודת הקדוש, הרה"ק מקאברין זי"ע האט געזאגט בזה"ל, "עס וואלטן זיך געוואוינטשן גוטע אידן, אז זיי זאלן האבן אזא הייליגע נשמה, ווי דעם גוף קדוש פונעם מגיד מזלאטשוב זי"ע.

הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע האט מעיד געווען, אז ווען ער איז געקומען צו זיין רבין דער הייליגער מגיד מזלאטשוב זי"ע, אזוי ווי די רבי האט אויף געמאכט זיין הייליגע מויל צו זאגן תורה, זענען אלע מיינע ספיקות וואס איך האב געהאט אין די תורה נעלם געווארן, און אזוי ווי די רבי האט אויף געהערט זאגן תורה, זענען די ספיקות צוריק געקומען, און פון דעם האט ער געוויסט אז די שליסל פון תורה ליגט ביים רבין.

דער צדיק וקדוש דער מגיד האט פון זיך באמת נישט געהאלטן גארנישט, ער האט בכלל נישט געהאלטן ביי זיך אז ער דינט דעם באשעפער ריכטיג, נאר האט כסדר אנגעהאנגן זיינע מופתים און ישועות, אויף זיין הייליגע טאטע רבי איציקל מדרוהוביטש זי"ע.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער, און ווי דער טאטע האט געזאגט אויף די אחים הקדושים חמשה ארזים נטיעות טובות אשר נטע והאירו בכל העולם, און געזאגט אז זיי זענען קעגן די חמשה חומשי תורה,
הרה"ק רבי יוסף מיאמפולה זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק בעל אור יצחק מראדוויל זי"ע,
הרה"ק רבי בנימין זאב וואלף מזבאריז זי"ע,
הרה"ק רבי משה מזוועהיל זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי מקרעמניץ זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת מרים ע"ה, אשת הרה"ק רבי דוד הלוי מסטעפין זי"ע.

שב"ק פרשת נצבים וילך כ"ה אלול בשנת תקמ"א, ביי שלש סעודות בעת רעוא דרעוין, ווען דער מגיד מזלאטשוב איז געווען נאר 55 יאר אלט, האט דער צדיק עוסק געווען אין עבודת הקדוש פון שבת קודש, וואס ווי באקאנט איז דאס געווען מיט א גאר געהויבענע דביקות און אש קודש, דער צדיק פלעגט די גאנצע צייט ארום גיין מיט א דביקות ביי זיך אין שטוב, נישט איינמאל האט פאסירט אז די קינדער האבן ממש די לעצטע מינוט צוריק געכאפט דעם טאטן פון אויס גיין על קידוש שמו יתברך פון גרויס דביקות הבורא,
יענע וואך האט זיך געמאכט, אז קיינער איז נישט געווען דארט אין שטוב פונעם צדיק בשעת שלש סעודות, און דער צדיק האט עוסק געווען אין זיין עבודת הקודש, און האט געזאגט די ווערטער "בהאי רצון אסתליק משה", פלוצלונג קומט א אייניקעל צו לויפן צום זון הרה"ק רבי יצחק מראדוויל זי"ע דערציילן אז די זיידע גייט אויס, אבער ווען ער איז אריין געקומען אין שטוב איז שוין געווען צו שפעט, און דער הייליגער מגיד האט אויס געשריגן שמע ישראל, און צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה ליוצרה.

נסתלק לגנזי מרומים שבת קודש כ"ד אלול בשנת תקמ"א, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט יאמפולי,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט אז דער הייליגער זון הרה"ק רבי בנימין זאב וואלף מזבאריז זי"ע, אלס קינד ביז די בר מצוה איז ער געווען אזוי ווי אנדערע קינדער, אבער זיין טאטע זי"ע האט געוויסט, אז דער זוהן האט א גאר הייליגע נשמה, האט די טאטע צו די בר מצוה געלאזט שרייבען די תפילין ביי א גאר חשובע סופר, און געבעטן אז די סופר זאל אים ברענגען די תפילין, פאר ער לייגט אריין די פרשיות,
ווען די סופר האט גענדיגט שרייבען די פרשיות, האט ער געברענגט די תפילין צום טאטן המגיד הקדוש מזלאטשוב זי"ע, האט דער טאטע אנגעהויבן מורא'דיג צו וויינען, און אנגעפילט ביידע תפילין מיט טרערן, דערנאך האט דער מגיד אויס געגאסן די טרערן, און געגעבן די תפילין פארן סופר, לפלא גלייך נאך די בר מצוה האט מען דעם קינד מער נישט דערקענט, ער איז געווארן א מתמיד עצום און מקדיש געווען יעדע מינוט פאר תורה ועבודה, ביז ער איז אויס געוואקסן צו איינע פון די צדיקי הדור.

דער הייליגער מגיד מזלאטשוב זי"ע האט מעיד געווען אויף זיך אויף דריי זאכן וואס ער האט זיך צוריק געהאלטן זיין גאנץ לעבן,
א. ער האט זיך קיינמאל נישט געווארעמט ביים אויוון ווינטער,
ב. ער האט זיך קיינמאל נישט צו געבויגן צום טעלער עסן,
ג. ער האט קיינמאל אין לעבן נישט געקראצט דעם גוף קדוש.

מען האט דערציילט בשם די צדיקים, אז דער הייליגער מגיד מזלוטשוב זי"ע האט כמעט זיין גאנצע תורה געלערנט פון זיין גרויסן טאטן רבי איציקל מדרוהוביטש זי"ע, איין טאג אלס קינד איז געווארן א ריתחא דאורייתא צווישן דעם צדיק רבי איציקל זי"ע און זיין זון דער מגיד מזלאטשוב זי"ע וואס איז נאך דאן געווען א קינד, איז דער קינד אוועק געלאפן פון דערהיים און איז אריין לערנען אינעם בראדער קלויז ווי עס זענען געזעצן און געלערנט גרויסע גדולים גאונים בתורה, און אלס ראש ישיבה איז געווען הגה"ק רבי יצחק מהמבורג זי"ע,
פארשטייט זיך אז די לומדים דארט אינעם קלויז האבן זיך גלייך צוגעכאפט צו דעם קינד וואס איז געווען א גאון וחריף בתורה, און זענען מיט דעם קינד געשווימען אינעם ים התלמוד, די לומדים האבן זיך גאר שטארק געפרייט צו דעם קינד און אזוי איז ער געזעצן און געלערנט ביים ראש ישיבה רבי יצחק מהמבורג זי"ע פאר דריי טאג, אבער נאך דריי טאג איז ער צוריק אהיים געגאנגען צו זיין טאטן, די לומדים פון קלויז האבן געהאט גרויס חלישות הדעת אז דער קינד קומט מער נישט, זענען זיי אריבער צום שטוב פונעם קינד, און געפרעגט פארוואס ער קומט מער נישט צו זיי אין קלויז,
האט דער הייליג קינד געזאגט פאר די לומדים, וויסן זאלט איר אז איך האב באמת זייער הנאה געהאט צו לערנען ביי ענק אין קלויז, אבער זייט איך האב אנגעהויבן רעדן און לערנען די א"ב ביז היינט, האב איך נישט געלערנט קיין תורה פון קיינעם אויסער מיין גרויסן טאטן,
און אייביג ווען איך האב געלערנט ביי מיין טאטן, האב איך געזען ווי די אותיות פון די תורה וואס זענען ארויס געקומען פון מיין טאטן'ס מויל, זענען געווען ממש ווי א פייער א אש דקדושה, אבער ביים גאון וקדוש רבי יצחק מהמבורג האב איך דאס נישט געזען, און דערפאר האב איך מחליט געווען, זיך צו איבער בעטן מיטן טאטן אפילו מיר זענען נישט אויף איין דרך אין תורה, נאר כדי ווייטער זוכה זיין צו זען דעם אש התורה פונעם טאטן.

הרה"ק רבי שלמה בעל תפארת שלמה מראדומסק זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל ווען דער תלמיד דער מגיד מזלאטשוב זי"ע איז געווען ביי זיין רבין דער בעש"ט הקדוש זי"ע, זענען אידן פון איינע פון די חשובע שטעט געקומען בעטן דעם בעש"ט, אז ער זאל פאר זיי אויס קלויבען א רב וואס זאל קומען דינען אלס רב ביי זיי אין שטאט, האט דער בעש"ט הקדוש זי"ע געבעטן זיין תלמיד רבי מיכל'י, אז ער זאל נעמען דאס רבנות,
אבער דער צדיק וואס האט זיין גאנץ לעבן ממאס געווען ברבנות, און באמת געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין א מנהיג ישראל, האט ער געזאגט פארן רבין אז ער וועט בשום אופן אויף קיין שום וועג נישט נעמען דאס רבנות, האט דער בעש"ט הקדוש זיך זייער צעבייזערט אויף זיין תלמיד און געזאגט, אויב וועסטו נישט צו הערן צו מיינע ווערטער און נעמען דאס רבנות, וועסטו פארלירן די וועלט און אויך יענע וועלט,
האט דער תלמיד געזאגט פארן רבין, אפילו איך וועל פארלירן מיין עולם הזה און אויך מיין עולם הבא, וועל איך אויך נישט נעמען קיין רבנות, ווייל איך בין נישט ראוי דערצו, דאן האט דער בעש"ט הקדוש זיך צעשמייכלט און געזאגט פארן תלמיד, מיכל'י איך האב דיך נאר געוואלט אויס פראבירן אויב די מיינסט דאס באמת, און יעצט זעה איך אז די רעדט נאר אמת.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי יצחק מיאמפולי זי"ע האט דערציילט איבער די גרויסקייט פון זייער מאמע, אז די מאמע האט זוכה געווען כסדר צו גילוי אליהו הנביא ז"ל, און רבי יצחק דערציילט פון ווי ער האט דאס געוויסט, ווייל אמאל האט פאסירט ביים טאטן דער מגיד מזלאטשוב זי"ע, וואס ווי באקאנט האט ער א לאנגע צייט געלעבט חי' צער און נישט געהאט קיין געלט מיט וואס צו שפייזן די שטוב.

איין יאר ערב סוכות האט די רעבעצין געזען, אז איר מאן איז זייער בצער, האט זי געפרעגט די טאטע וואס עס גייט פאר, האט דער הייליגער מגיד געזאגט, וואס זאל איך טון אז עס איז ערב סוכות און איך האב נישט קיין געלט צו גיין קויפן א שיינעם אתרוג פאר יו"ט, און דערפאר איז דער מגיד געווען זייער צעבראכן, האט די מאמע געזאגט פארן מאן, איך האב א שטיק צייט צוריק פארקויפט מיין צירונג, און א חלק פון די געלט האב איך באהאלטן צו קענען חתונה מאכן די קינדער, אבער אזוי ווי איך זעה דיין צער, בין איך מסכים צו געבן דאס געלט פארן אתרוג,
פארשטייט זיך אז די טאטע איז געווארן שטארק בשמחה, און דער טאטע איז גלייך ארויס זיכן א שיינעם אתרוג פאר יו"ט, אונז די קינדער האט דער טאטע איבער געגעבן די אחריות צו בויען די סוכה, און די טאטע האט טאקע געטראפן א שיינעם אתרוג לכבוד יו"ט, און די טאטע האט געהאט פון דעם גרויס נחת רוח און איז געווען זייער בשמחה,
סוכות ביינאכט ווען דער טאטע איז אהיים געקומען עסן אין די סוכה, איז די מאמע אריין געקומען אין די סוכה הערן קידוש, אבער אזוי ווי זי קומט אריין אין די סוכה, האט די מאמע אנגעהויבן זייער וויינען, די טאטע און אויך אונז האבן נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, אבער די מאמע איז גלייך נאך קידוש ארויס פון די סוכה, אבער צופרי ווען די טאטע האט געבענטשט אתרוג, האט ער געלאזט ריפן די רעבעצין אז זי זאל אויך בענטשן אתרוג, אבער אזוי ווי זי קומט אריין אין די סוכה, הייבט די מאמע נאכאמאל אן ביטערלעך וויינען,
דאס איז שוין געווען א גרויסע חידוש פארן טאטן דער מגיד מזלאטשוב, האט ער געפרעגט די מאמע וואס איז די סיבה פארוואס די וויינסט, האט די מאמע זייענדיג געשטיקט אין טרערן געזאגט, וואס זאל איך טון, אז אייביג ווען איך קום אריין אין די סוכה, האב איך די זכי' צו זעהן אליהו הנביא ז"ל, אבער דאס יאר סוכות אויך נעכטן ביינאכט און אויך יעצט צופרי, האב איך נישט געזען אליהו הנביא, און איך פארשטיי זיכער אז דאס איז וועגן מיינע עוונות, ווייל די בוסט דאך א צדיק גמור, איז ווי אזוי זאל איך נישט וויינען,
האט דער הייליגער מגיד מזלאטשוב זי"ע געזאגט פאר די מאמע, אז ער איז איר מבטיח, אז זי וועט ווייטער זעהן אליהו הנביא ז"ל אין די סוכה, און כך הוה פון דאן יעדעס מאל די מאמע איז אריין געקומען אין די סוכה, האט זי ווייטער זוכה געווען צו זעהן אליהו הנביא,
שפעטער האט די טאטע אונז געזאגט די סיבה פארוואס אליהו הנביא איז נישט געקומען בעפאר, ווייל קעגן איבער די הויז פונעם מגיד איז געשטאנען א בית עבודה זרה, און אויפן דאך איז געווען א שתי וערב, און אויב די זין שיינט אויפן שתי וערב, ווערט דערפון א שאטן אויף די ערד, און דער הייליגער מגיד האט יעדעס יאר ביים אויף שטעלן די סוכה, געמאכט זיכער אז די שאטן פונעם שתי וערב זאל נישט אנקומען אויף די סוכה,
אבער וויבאלד די קינדער האבן יענעם יאר אויף גישטעלט די סוכה האבן זיי נישט אכטונג געגעבן דעראויף, און דערפאר האט אליהו הנביא נישט געוואלט קומען אין די סוכה, אבער דער מגיד האט געפויעלט ביים אליהו הנביא, אז ער זאל קומען אין די סוכה אין די צייט ווען די זין שיינט נישט אויפן סוכה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

ווערט דערציילט, אז ווען דער הייליגער מגיד מזלאטשוב זי"ע איז געווען נאך די חתונה, איז ער געזעצן על התורה ועבודת השם כמעט דעם גאנצן טאג אין דעם בראדער קלויז, דארט אינעם קלויז האבן דאן געלערנט גרויסע גאונים וגדולים בתורה, און דער הייליגער מגיד האט שוין דאן גאר אסאך עוסק געווען בתורת הקבלה,
אבער יענע צייט האבן רוב פון די וואס האבן געלערנט קבלה, דאס געלערנט באהאלטן, אבער דער צדיק האט געלערנט קבלה אפען, און די לומדים דארט אין קלויז האבן זיך זייער געבייזערט אויפן מגיד, אז ער האלט זיך ח"ו גרעסער ווי די אנדער לומדים, און דערפאר האבן די לומדים אנגעהויבן מצער זיין דעם צדיק און מען האט פון אים חוזק געמאכט און געלאכט,
איין טאג איז איינעם איינגעפאלן ווי אזוי ער קען מאכן חוזק פונעם מגיד, ער האט גענומען אפאר מטבעות, און ער איז צו געגאנגען צום צדיק רבי מיכל, און ער האט געגעבן די פרוטות אלס פדיון, און דער איד האט מזכיר געווען זיין ווייב, אז זי איז נישט געזונט און ברויך א רפואה, דער צדיק האט גענומען די מטבעות און דאס געווארפן פון איין האנט צו די אנדערע, און דאן האט דער צדיק געזאגט פאר דעם איד, איך קען דיר נישט העלפן ברענגען א רפואה פאר דיין ווייב,
דער איד איז אוועק פון דעם צדיק, און האט הנאה געהאט אז ער האט גוט אויס גע'נער'ט דעם רבי מיכל, און ער האט דערציילט פאר זיינע חברים די גאנע מעשה און געזאגט, אז באמת איז דאס ווייב בכלל נישט קראנק, נאר ער האט דא חוזק געמאכט פון דעם רבי מיכל,
אבער נאך אפאר מינוט קומט א שליח פון די שטוב פון דעם איד, און זאגט אים אז ער זאל שנעל אהיים קומען, ווייל זיין ווייב איז פלוצלונג געפרעליך קראנק געווארן און זי איז ממש אין א סכנה, דער איד האט זיך שטארק דערשראקן און איז מיט אלע זיינע חברים אהיים געלאפן, מען האט פראבירט אלעס צו טון מיט די פרוי, אבער ליידער איז די פרוי גאר שנעל נפטר געווארן, דאן האבן די לומדים שוין געזען, אז דא רעדט מען פון גאר א הייליגער מענטש, און פון דאן האט מען דעם צדיק רבי מיכל המגיד מזלוטשוב זי"ע אפ געלאזט און מער נישט מצער געווען.

עס איז באקאנט אז ווען מען איז אריין געקומען זיך מזכיר זיין צום צדיק וקדוש דער מגיד מזלאטשוב זי"ע, האט דער צדיק געזען אויפן שטערן פון דעם איד אלע זיינע מעשים, און דער צדיק האט כסדר מוסר געזאגט פאר אידן אז מען זאל תשובה טון און זיך פירן ריכטיג.

איינמאל איז דער צדיק געווען אין א שטאט ווי ער איז נאך בעפאר נישט געווען, און די אידן פון שטאט האבן נישט געוויסט פון זיין גדלות און קדושה, זענען די אידן געקומען זיך מזכיר זיין און בעטן א ברכה פון דעם צדיק, און פארשטייט זיך אז דער מגיד האט אלע אידן מוסר געזאגט אויף זייערע מעשים, איז א איד אריין צום רבין אין שטוב, און ער האט אראפ געריקט זיין היט אויפן שטערן, כדי דער צדיק זאל נישט קענען זעהן זיינע מעשים, אבער גלייך האט דער צדיק געזאגט, איר מיינט אז איך קען נישט דורך קוקען דעם היט, און ער האט גלייך אויס גערעכנט די מעשים פון יענעם איד.

דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע וואס האט זייער געשעצט דעם רבי מיכל'י, איינמאל האט דער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע דערציילט, אז איינמאל ווען ער האט געהערט אז רבי מיכל'י געפינט זיך אין א שטאט עטליכע מייל אוועק פון זיין שטאט ליזענסק, האט ער זיך געוואלט טרעפן מיט רבי מיכל'י, אבער ווען ער קומט אן צום ערשטן הויז ביים עק שטאט, זעט ער אז קיינער איז נישט דארט, איז ער געגאנגען ווייטער, און צו יעדן הויז וואו ער איז אנגעקומען האט ער קיינעם נישט געפונען, אויסער אין איין הויז האט ער געזען אן אלטע פרוי קאכן,
האט דער רבי ר' אלימלך איר געפרעגט, "פארוואס זעט מען קיינעם נישט אין די הייזער, און די גאסן זענען ליידיג", האט די זקנה דערציילט, היינט איז דא אנגעקומען דער צדיק רבי מיכל'י, און ער האט דא געמאכט היינט יום כיפור, ער האט יעדן געזאגט זייערע עבירות וואס זיי האבן געטוען מיום הולדם ביז יעצט, ממילא איז יעדער איינער נתעורר געווארן לתשובה, און אלע מענטשן זענען געגאנגען אין שול בעטן ביי השי"ת סליחה וכפרה אויף אלע זייערע מעשים, האט דער רבי ר' אלימלך ווייטער דערציילט בענוות קדשו, "ווען איך האב דאס געהערט, בין איך שוין נישט געגאנגען צו רבי מיכל'י, ווייל איך האב מורא געהאט ער וועט מיר אויך זאגן אלע מיינע מעשים".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע, המגיד הקדוש מזלאטשוב - כ"ה אלול תקמ"א

פאוסט דורך ניקל »

אמאל האט פאסירט, אז דער הייליגער מגיד מזלאטשוב זי"ע איז זייער קראנק געווארן, די הייליגער קינדער פונעם צדיק האבן נישט געוויסט וואס צו טון, זענען זיי אן די רשות פונעם טאטן אריבער געפארן מזכיר זיין דעם טאטן ביים צדיק הדור הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע, ווייל יענע צייט איז געווען עפעס חילוקי דעות צווישן דעם מגיד און רבי פנחס מקאריץ, און דערפאר האבן זיי נישט דערציילט פארן טאטן אז זיי גייען,
ןןען זיי זענען אנגעקומען צום צדיק רבי פנחס מקאריץ, האט זיי דער צדיק געזאגט, איר זאלט וויסן אז דער טאטע איז א צדיק וקדוש און א גרויסע פרוש און ער האט נישט קיין הנאה פון די וועלט, אבער עס איז דא א מאכל וואס הייסט (קעז) און דער מאכל איז זייער מקטרוג אויפן טאטן, וויבאלד ער האט דאס נאך קיינמאל נישט טועם געווען, זעהט'ס אז דער טאטע זאל טועם זיין פון דעם מאכל, וועט ער אי"ה געזונט ווערן, און די קינדער האבן אויס געפאלגט וואס דער צדיק האט געהייסן, און דער מגיד איז טאקע געזונט געווארן,
און דער הייליגער צדיק רבי פנחס מקאריץ זי"ע האט צו געלייגט פאר די קינדער פונעם מגיד, די סיבה פארוואס דער טאטע האט מיט מיר חילוקי דעות איז, ווייל ווי באוויסט איז דער הייליגער מגיד מזלאטשוב געווען דער ערשטער פון די תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע, וואס האבן אנגעהויבן דאווענען שפעט, און גאר אסאך גדולים און צדיקים בדורו ובתוכם דער הייליגער נודע ביהודה זי"ע און דער פרי מגדים זי"ע האבן גאר שטארק מחלק געווען אויף דעם מנהג,
אבער שפעטער האט דער הייליגער בעל הפלאה זי"ע געזאגט פארן נודע ביהודה, אז ער זאל אפ לאזן דעם מגיד מזלאטשוב, ווייל דער ברודער רבי שמעלקא מניקלשבורג האט מעיד געווען אויף דעם מגיד מזלאטשוב, אז אלע זיינע מעשים זענען כל כולו לשם שמים, און דאן האט דער הייליגער נודע ביהודה אויף געהערט מחלק זיין אויפן הייליגען מגיד מזלאטשוב,
אבער זאגט דער צדיק רבי פנחס מקאריץ, די סיבה פארוואס דער מגיד דאווענט שפעט איז, ווייל מיט זיין דאווענען איז ער מעלה אלע תפילות ישראל וואס זענען נישט געדאווענט געווארן ווי עס ברויך צו זיין, און דער טאטע זיכט יעדן טאג מיינע תפילות זאגט דער רבי פנחס מקאריץ, און דער טאטע זעהט נישט די תפילות, און דערפאר טראכט ער ביי זיך, אז אפשר ח"ו דאווען איך נישט ווי עס דארף צו זיין און מיינע תפילות ווערן נדחה, אבער זאגט פארן טאטן, אז מיינע תפילות ברויכן נישט קיין מלאכים אדער שרפים וואס זאלן דאס ארויף טראגן, ווייל זיי קומען אן גלייך צום כסא הכבוד צום הייליגען באשעפער, און דערפאר זעהט ער נישט מיינע תפילות.

מען דערציילט, אז יעדעס מאל דער הייליגער מגיד מזלאטשוב זי"ע האט זיך אויף געשטעלט אין ביהמ"ד אויפן ארון קודש צו זאגן מוסר פאר אידן, האט ער זיך קודם אויס געדרייט צום ארון קודש און געזאגט, "רבוש"ע פאר דיר זאג איך אז דיינע אידישע קינדער זענען הייליג און וואויל און זיי ווילן טון דיין רצון, און די מוסר וואס איך זאג פאר זיי איז פאר זייער טובה און פאר דיין כבוד, אז זיי זאלן זיך מחזק זיין אין דיינע מצות און נענטער ווערן צום גרויסן באשעפער".

הרה"ק רבי שלמה מזוועהיל זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז דער צדיק דער מגיד מזלאטשוב זי"ע געקומען קיין מעזריטש צום הייליגע מגיד ממזריטש זי"ע, אבער ווען ער איז אנגעקומען האבן די גבאים געזאגט, אז יעצט קען מען נישט אריין גיין צום מגיד, וויבאלד איינע פון זיינע קינדער זענען גאר שטארק קראנק, און דער מגיד וויל נישט קיינעם אויף נעמען, אבער דער מגיד מזלאטשוב האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט, און ער איז אריין אין שטוב פונעם מגיד ממזריטש,
ווען דער צדיק איז אריין געקומען אין שטוב, האט ער געזאגט פארן מגיד ממזריטש, איך פארשטיי נישט פארוואס איר זענט אזוי בצער, איך גלייב באמונה שלימה אז דער זון דער חולה וועט נאך היינט נאכט עסן מיט אונז א סעודה, לפלא נישט לאנג נאכדעם איז בעסער געווארן פארן קינד, און אזוי ווי דער צדיק האט געזאגט, האט דער קינד שוין ביינאכט געגעסן מיטן טאטן א סעודה, האט דער הייליגער מזריטשער מגיד געזאגט, איך האב נישט געזען קיין שום דרך פאר א רפואה פארן קינד, אבער דער מגיד מזלאטשוב האט מיט זיין גרויסע אמונה און בטחון האט געברענגט א רפואה פארן קינד.

זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט