הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

כ"ד אלול

הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע, בעל חפץ חיים, מראדין.

ער איז געבוירן אין שטאט זיטל וואס איז נעבן הורדנה אין בלארוס, י"א שבט בשנת תקצ"ח,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי ארי' זאב מווילנא זי"ע, וואס איז געווען א מלמד תשב"ר,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת דוברושה ע"ה.

ער איז געווען דער שר התורה והיראה, א גאון וצדיק מפורסם בכל קצוי תבל, ער איז געווען א מתמיד און למדן עצום בתורה, א ירא שמים מרובים, ער האט זיין גאנץ לעבן מקפיד געווען אויף יעדע הלכה און מנהג ישראל מיט א געוואלדיגע זהירות, ער איז געווען א בעל צדקה וחסד עד אין לשער, ער איז געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע התנהגות בקדושה, ער האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים מיט א מסירת נפש ממש, ער האט ממאס געווען ברבנות, ער איז געווען א עניו מאוד און א שפל ברך, דער צדיק האט באמת ליב געהאט יעדן אידיש קינד אהבת נפש ממש, ער האט זוכה געווען צו ארויס געבן צענדליגע חיבורים וואס האבן אויף געשאקעלט די תורה וועלט, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ.

ווען ער איז געווען 14 יאר אלט איז זיין טאטע ליידער נסתלק געווארן, און דאן איז ער געווארן אויף געצויגען ביי זיין גרויסע ברודער הגה"ק רבי אהרן קאגאן זי"ע, ביים ברידער האט ער גאר אסאך תורה געלערנט, ער איז שוין דאן געווען באוויסט אלס א גרויסע מתמיד, ער האט געלערנט יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה.

די מאמע האט דאן חתונה געהאט בזיווג שני מיט א גרויסע תלמיד חכם און א גביר פון שטאט ראדין, דארט האט ער געקענט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, זיין שטיף טאטע האט אים גאר שטארק מחבב געווען און געשעצט זיין גדלות בתורה, און אים גענומען פאר אן איידעם פאר זיין טאכטער הצדקת מרת פריידא ע"ה, און דער שווער זיין שטיף טאטע, האט אים אויס געהאלטן פאר אפאר יאר, אז דער איידעם דער גאון זאל קענען ווייטער זיצן און עוסק זיין בתורה.

נאך א שטיק צייט איז ער אריבער צום שטאט מינסק, און נאכדעם האט ער זיך געצויגען קיין ווילנא, דער גאון האט נישט געוואלט נעמען קיין רבנות שטעלע, נאר ער האט זיך מפרנס געווען פון א קליין געשעפט וואס זיין רעבעצין האט געפירט, אויך האט ער געלערנט מיט תלמידים בעלי כשרונות וואס פון דעם האט ער אויך אביסל פארדינט אויף צום לעבן.

בערך בשנת תרכ"ט איז דער גאון צוריק צום שטאט ראדין, דארט האט ער אויף געשטעלט דעם גרויסן ישיבה אין ראדין, ווי עס האבן געלערנט בחורים גאונים בתורה, ער האט פאר די ערשטע פאר יאר אליין צוזאמען געשטלעט די געלט צו אויס האלטן דעם ישיבה, ער האט דארט אין שטאט ראדין עוסק געווען און פאר לערנען שיעורים פאר בעלי בתים, און משריש געווען יראת שמים און אהבת התורה אין די אידן פון שטאט, ער האט מייסד געווען א ארגאניזאציע פון גמילות חסדים פאר די אידן אין שטאט ראדין, דער גאון האט זיין גאנץ לעבן גאר אסאך עוסק געווען אין צדקה וחסד מיט א מסירת נפש.

דאן זעענדיג אז אידן זענען ליידער נכשל טעגליך אין דעם איסור פון לשון הרע און רכילות, האט דער גאון אפגעמאכט צו שרייבן א ספר אויף הלכות לשון הרע, און דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן דעם גרויסן ספר "חפץ חיים שמירות הלשון", און ווען ער האט געענדיגט דעם חיבור, האט ער נישט געשריבן זיין נאמען אלס מחבר, ער איז דאן אליין ארום פון שטאט צו שטאט פארקויפן דעם ספר, אבער גאר שנעל איז דער ספר געווארן מפורסם ביי אידן, גרויסע גדולים און גאונים בדורו האבן דעם ספר מוראדיג משבח געווען, און געהייסן מען זאל דאס לערנען, כדי מען זאל זיין אפגהיטן פון ח"ו נכשל ווערן מיט לשון הרע.

דער גאון איז געווען מפורסם שוין דאן מיט זיין געוואלדיגע התמדה און אלס א גרויסע למדן, מען דערציילט אז דער גאון פלעגט קויפן שיך אן קיין בענדלעך, ווייל ער האט אויס גערעכענט, אז מיטן נישט דארפן צובינדן די שיך יעדן טאג, שפארט ער זיך איין כאטש איין מינוט, און דורך דעם יאר שפארט ער זיך איין 6 שעה, און אויב ער לעבט 70 יאר שפארט ער זיך איין 420 שעה דורך דעם.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

זיין גאנץ לעבן האט ער נישט געוואלט נעמען קיין רבנות, ווייל ער האט געזאגט אז דאס וועט אים שטערן פון ענדיגן זיינע חיבורים, וואס ווי באוויסט האט דער גאון נישט געוואלט מפסיק זיין פאר גארנישט ביז ער ענדיגט נישט זיין חיבור משנה ברורה, וואס איז געווארן אנגענומען אין די גאנצע וועלט, ובפרט אין די עולם התורה האט מען דעם חיבור גאר שטארק אנגענומען.

איינע פון די גרויסע חיבורים וואס דער גאון האט מחבר געווען איז די באוויסטע חיבור משנה ברורה וואס דאס איז כהיום איינע פון די מערסטע געלערנטע חיבורים אין די וועלט להלכה.

דער גאון איז אליינס ארום פון שטאט צו שטאט פארקויפן זיינע ספרים, ווייל ער האט געוואלט מאכן זיכער אז אלעס ווערט געטון ערליך, און יעדע שטאט ווי דער גאון איז אנגעקומען מיט זיינע ספרים האט מען אים גאר שטארק מכבד געווען מען פלעגט אים מכבד זיין צו זאגן א דרשה וואס איז אייביג געווען משולב מיט מוסר און הדרכה.

ווערט דערציילט, אז הגה"ק רבי אלחנן וואסערמאן מבארנאוויטש זי"ע הי"ד, האט איינגעפירט ביי זיך אין ישיבה א סדר, צו לערנען מיט זיינע תלמידים יעדן טאג דעם הייליגען ספר חפץ חיים אלס מוסר פאר א האלבע שעה בעפאר מעריב, און דער ראש ישיבה רבי אלחנן איז געזעצן אויף זיין פלאץ מיט א געוואלדיגע פחד און יראת הרוממות, און עס האט זיך ממש געגאסן טייך און טרערן פון זיינע הייליגע אויגן, בשעתן לערנען מוסר פונעם ספר חפץ חיים.

זיין ישיבה אין שטאט ראדין איז געווען מפורסם אין גאנץ אירופה אלס איינע פון די גרעסטע ישיבות, דארט האבן געלערנט תלמידים גאונים וגדולים בתורה, מען איז דאס גאנצע טאג געזעצן און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, אויך די נאכט האט דער גאון מקדיש געווען פאר תורה מיט די תלמידים, און צוזאמען מיט זיינע איידעמער וואס זענען אליין געווען גדולים בתורה, האט דער גאון מרביץ תורה געווען מיט א מסירת נפש ממש, און כסדר געהאלטן פאר די אויגן דעם תכלית פון זיינע תלמידים.

ער האט כסדר מעורר געווען זיינע תלמידים, אז מען זאל נישט בטל'ן קיין צייט מיט גארנישט, נאר מען זאל זיך אריין לייגן אין תורה און עבודת השם יעדע מינוט פון לעבן, און טאקע פון דעם ישיבה זענען ארויס געקומען תלמידים גדולים בתורה, וואס האבן שפעטער אליין מרביץ תורה געווען אויף די זעלבע דרך פון זייער גרויסע רבין.

ווי באוויסט זענען געקומען לערנען אין זיין ישיבה בחורים פון אלע שטעט, אויך פון אמעריקע זענען געקומען בחורים לומדים צו לערנען ביי דעם גרויסן גאון, און דער גאון דער חפץ חיים זי"ע האט די בחורים גאר שטארק אויס געלויבט, אז זיי לאזן איבער אמעריקע וואס דארט פעילט נישט קיין גשמיות, און זיי זענען מקיים די גמרא "הוי גולה למקום תורה".

און דאס התרגשות פונעם גאון ווען ער האט איין יאר ערב יום הקדוש באמערקט אפאר בחורים פון אמעריקע, האט זיך דער גאון וקדוש אויס געדריקט מיט מורא'דיגע ווערטער, "רבוש"ע, קוק אויף דיינע טייערע קינדער, זיי לאזן אלעס איבער, אפילו ווען עס איז דא ישיבות אין אמעריקע, מיט דעם אלעם וואנדערן זיי אויף א ווייטע מקום, און לאזן איבער די עלטערן און משפחה, און אלע תעניגי עולם הזה, און אלעס נאר פאר דיין הייליגע נאמען און דיין הייליגע תורה, און דערפאר רבוש"ע ברויכסטו זיך שוין דערבארעמען אויף דיינע קינדער און אויס לייזן פון גלות", און דער גאון האט דאן פארגאסן טייכן טרערן פון גרויס התרגשות, אז "לא תשתכח תורה מישראל".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דאס גרויסע התמדה און אהבת התורה וואס דער גאון האט געהאט, איז ממש נישט צום באשרייבן, און דער גאון האט כסדר מעורר געווען זיינע תלמידים דאס הארבקייט פון ח"ו מבטל זיין אפילו א מינוט פון תורה, ער האט כסדר אריין געברענגט אין זיינע תלמידים דעם אמת'ע אהבה און געשמאק אין לערנען די הייליגע תורה, און פארשטייט זיך אז ווען עס קומט פון א גאון וגדול וואס האט באמת ליב געהאט די תורה, איז דאס אריין אויך אין זיינע גרויסע תלמידים.

אין ביהמ"ד פין די ישיבה איז געווען דער קול התורה גאר גרויס, און וועגן דעם האט דער גאון איינגעפירט, אז ווען עס איז געקומען די זמן פון דאווענען, פלעגט דער משמש אויס קלאפן אין ביהמ"ד אז מען גייט דאווענען.

האט פאסירט איינמאל אז דער משמש האט בטעות אויס געקלאפט מיט פינף מינוט צו פרי, און די בחורים האבן פארמאכט די גמרא זיך צו גרייטן צום דאווענען, און דער גאון ווען ער האט געזען דעם טעות, איז ממש דערציטערט געווארן, און האט ממש געוויינט אויף דעם ביטל תורה וואס האט פאסירט, און אפילו דאס איז געווען נאר פינף מינוט, האט דאס מצער געווען דעם גאון עד דכדוכה דנפש.

די תלמידים האבן יארן שפעטער נאך געדענקט דעם מראה, ווי דער גאון איז ממש געווען אויס מענטש פון ביטול תורה, אין ווי שטארק דאס האט אים בארירט, דערציילט מען, אז יארן שפעטער ווען דער משמש איז נפטר געווארן, האט דער גאון א קרעכץ געגעבן און געזאגט, "ווער ווייסט וואס דער משמש וועט ענטפערן ביים בית דין של מעלה, אויף די פינף מינוט ביטל תורה וואס ער האט ליידער גורם געווען", דאס איז געווען זיין פחד און מורא פון פינף מינוט ביטל תורה, אפילו עס איז באמת געווען א טעות בשוגג, ווייל דאס לעבן פונעם גאון איז געווען איין שטיק תורה און עבודת השם.

דער גאון האט גאר אסאך גערעדט און מעורר געווען די תלמידים און די שטאט מענטשן אויף ביאת המשיח, אז א איד דארף האפן און בעטן יעדן טאג, אז מען זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח במהרה בימינו, און דערפאר האט דער גאון אויף געשטעלט א כולל פאר יונגעלייט, וואס דארט האט מען געלערנט א סדר הלכות קדשים, אז די אידן זאלן זיין גרייט יעדע מינוט פאר ביאת המשיח, וואס דאן וועט מען זוכה זיין צו ווייטער טון די הייליגע עבודה אין בית המקדש.

ער האט ארויסגעגעבן פון זיין ישיבה גרויסע גאונים וגדולים בתורה ובתוכם,
הגה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע,
הרה"ק רבי אליהו דושניצער זי"ע,
הגה"ק רבי שלמה זלמן בלוך מירושלים זי"ע,
הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע,

דער הייליגער חפץ חיים אפילו זייענדיג א גאון וגדול בישראל וואס האט יעדע מינוט אויס געניצט אויף תורה און עבודת השם, האט ער אבער גאר אסאך אויף געטון תיקונים גדולים פאר די אידן פון זיין שטאט און פון די ארימיגע שטעט.

גאר אסאך האט דער גאון אויף געטון פאר שמירת שבת קודש, ער האט כסדר מעורר געווען אידישע קינדער איבעראל, אז מען ברויך היטן שבת כהלכתו, ער האט גאר אסאך געארבעט גדולות ונצורות פאר די אידן וואס האבן געארבעט ביי נישט אידישע ביזנעסער, אז זיי זאלן קענען היטן שבת געהעריג.

דערציילט מען, אז איינמאל איז דער גאון דער חפץ חיים זי"ע געפארן מיט זיין גרויסע איידעם הגה"צ רבי צבי הירש לעווינזאן זי"ע, נאך געלט פאר זיין גרויסע ישיבה אין שטאט ראדין, דער גאון איז ארום געפארן פון שטאט צו שטאט צוזאמען שטעלן געלט פאר די ישיבה, דער גאון איז אנגעקומען אין א שטאט, און ער האט זיך דערוויסט, אז רח"ל די אידישע געשעפטן זענען ליידער אפען שבת קודש.

האט דער גאון איבער געלאזט דאס גאנצע געלט גיין, און האט צוזאמען געריפן די גאנצע שטאט, און דער גאון מיט זיין פערל ווערטער און זיין מידת האמת, האט געפויעלט ביי 300 אידן פון שטאט, צו פארמאכן דעם געשעפט שבת קודש, און דער גאון האט בכלל נישט געטראכט די גאנצע צייט וועגן מאכן געלט פאר זיין ישיבה, ווייל קדישת שבת קודש האט פארן גאון אסאך מער געברענט.

אויך האט ער פאר ארבעט גרויסע מעשים פאר טהרת המשפחה, ער האט אויף געשטעלט מקוואות מיט א מסירת נפש ממש, און מעורר געווען אידישע קינדער אז מען זאל זיך האלטן הייליג און אזוי אויף ציען די משפחה בקדושה וטהרה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער גאון האט געהאט א גרויסע אהבה צו ארץ ישראל, און ער אליין האט אויך סוף ימיו געוואלט ארויף גיין קיין ארץ ישראל, אבער ער האט צו דעם נישט מצליח געווען, אבער ער האט גאר אסאך געלט געשיקט פאר עניי ארץ ישראל, און כסדר מחזק געווען די אידן וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל, אז זיי זאלן זיך האלטן ערליך און היטן די תורה הקדושה, אויך האט ער דארט אין ארץ ישראל געהאט איינע פון זיינע גרויסע תלמידים הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע.

אפילו זייענדיג פון די גרויסע חובבי ארץ ישראל, האט דער גאון גאר אסאך לוחם געווען קעגן די תנועת הציונים, ער איז גאר שארף ארויס געקומען קעגן די ציונים וואס האבן גענומען א מדינה פאר ביאת המשיח, און דער גאון האט זיך אויס געדריקט גאר שארפע לשונות קעגן די ציונים, וואס האבן דאן פראיבטר ליידער אראפ צו פירן כלל ישראל פונעם ריכטיגע וועג, ווי זיין תלמיד הגה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט בזה"ל, "שאמר על הציונים, שהם עמלקים האמיתיים, ובעוה"ר אנו סובלים עכשיו מערב רב וזרע עמלק".

אויך האט זיך דער גרויסער גאון ממש מוסר נפש געווען און לוחם געווען מלחמתה של תורה, אז מען זאל נישט לערנען קיין לימודי חול אין די חדרים און ישיבות, און נאכן שווער ארבעטן ביי די ממשלה אין פולין, האט דער גאון מצליח געווען צו מבטל זיין די גזירה, און בזכות פון דעם גאון האבן טויזענטער אידן אויף געצויגען ערליכע אידישע שטובער נישט אריין ברענגענדיג קיין לימודי חול אין די חדרים און ישיבות.

בשנת תרס"ג איז די רעבעצין הצדקת מרת פריידא ע"ה נפטר געווארן, און בשנת תרס"ה האט דער גאון דער חפץ חיים זי"ע חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת מרים פריידא ע"ה, בת הגה"ק רבי הלל בעל בית הלל אב"ד לאפיס זי"ע.

ער האט מחבר געווען חבורים נפלאים וואס גאר אסאך פון זיי זענען אנגענומען אין די גאנצע וועלט,
משנה ברורה, על הלכות אורח חיים שולחן ערוך,
ספר ביאור הלכה, הגהות במשנה ברורה,
ספר שער הציון, על הלכה,
ספר חפץ חיים, שמירת הלשון, על איסור לשון הרע,
ספר אהבת חסד, מצוות שבין אדם לחבירו,
ספר ליקוטי הלכות, כמו פירוש הרי"ף,
ספר ציפית לישועה, מאמרים על הציפייה לגאולה שלימה,
ספר תורה אור, אגדות חז"ל,
ספר תורת הבית, גודל חיוב האדם ללמוד תורה.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
בנו הגה"צ רבי ארי' לייב הכהן מראדין זי"ע, ממלא מקום אביו,
בתו הצדקת מרת גיטל ע"ה, אשת הגה"צ רבי אהרן בן יוסף כהן בעל עבודת הקרבנות זי"ע,
בתו הצדקת מרת שרה ע"ה, אשת הגה"צ רבי צבי הירש לעווינזאן זי"ע,
בנו הבחור המופלג אברהם ע"ה, נפטר בדמי ימיו,
בנו הגה"צ רבי אהרן הכהן קאגען זי"ע,
בתו הצדקת מרת פייגא חי' ע"ה, אשת הגה"צ רבי מנחם מענדל זאקס ר"י ראדין זי"ע.

נסתלק לגנזי מרומים בן צ"ד שנים, כ"ד אלול בשנת תרצ"ב, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט ראדין.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

עס ווערט דערציילט, אז איינמאל האט פאסירט, אז א איד א גביר אין שטאט ראדין, האט געהאט א אלמנה וואס האט געוואוינט אין איינע פון זיינע דירות, און דער גביר האט פאר א שטיק צייט נישט באקומען פון איר קיין דירה געלט, איז דער גביר געגאנגען און מיט רשעות אראפ גענומען דעם דאך פון די דירה, און די פרוי די אלמנה האט ליידער געמיזט ארויס גיין מיט די קינדער פון די דירה,
ווען דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט געהערט פון דעם, האט ער געזאגט פאר זיין קינד, אז ער איז זיכער אז דער גביר וועט נאך ווערן באשטראפט פארן מצער זיין די אלמנה, ווייל דער באשעפער נעמט זיך זיכער אן פאר א אלמנה, און דער חפץ חיים האט געזאגט, עס מיז נישט זיין יעצט וועט דער גביר באשטראפט ווערן, ווייל דער באשעפער איז דאך א מאריך אף, אבער איך בין מאמין באמונה שלימה, אז אויב די תורה זאגט אִם עַנֵּה תְעַנֶּה אֹתוֹ כִּי אִם צָעֹק יִצְעַק אֵלַי שָׁמֹעַ אֶשְׁמַע צַעֲקָתוֹ, בין איך זיכער אז די שטראף וועט קומען,
10 יאר שפעטער האט דאס פאסירט, ווען דער גביר איז איין טאג געגאנגען אויף די גאס, און א כלב שוטה איז אים קעגן געקומען און אים געביסן, און דער גביר איז קראנק געווארן מיט א ביטערע מחלה, און דער גביר איז פון דעם רח"ל געשטארבן, און דאן האט דער חפץ חיים זי"ע געוויזן פאר זיינע תלמידים, אז די תורה הקדושה איז אמת ויציב, און אויב די תורה זאגט עפעס, וועט דאס זיכער פאסירן,
איין טאג איז דער הייליגער חפץ חיים זי"ע געפארן אויף די באן, און דארט איז געווען א איד וואס האט זייער משבח געווען דעם הייליגען חפץ חיים זי"ע, נישט וויסענדיג אז ער רעדט דא צום חפץ חיים אליין, אבער דער חפץ חיים זי"ע מיט זיין גרויס עניוות האט געזאגט פאר דעם איד, די רעדסט פון "ישראל מאיר", ער נער'ט אויס די וועלט,
ווען דער איד האט געהערט ווי ער רעדט אזוי אויפן הייליגען חפץ חיים, האט אים יענער גאר שטארק אן געשריגן און פארשעמט זאגענדיג, אזוי רעדסטו אויפן הייליגען חפץ חיים, אבער שפעטער ווען מען איז אנגעקומען קיין ראדין, און דער איד איז אריין געקומען צום חפץ חיים זי"ע, איז אים שלעכט געווארן פאר די אויגן, אז ער האט אזוי פארשעמט דעם חפץ חיים אליין, אבער דער חפץ חיים זי"ע האט אים געזאגט מיט א שמייכל, די האסט מיך אויס געלערנט, אז אפילו אויף זיך אליין טאר א איד אויך נישט רעדן קיין לשון הרע.

הגה"ק בעל חפץ חיים זי"ע האט פארציילט די מעשה, אז אין שטאט קאליש איז געווען א איד וואס איז אריין שבת בייטאג נאכן סעודה אין ביהמ"ד, און אן געהויבען זאגן תהילים מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש ובדמעות שליש, איז דארט אין ביהמ"ד געווען נאך א איד וואס האט געזעהן די מחזה האט ער זיך אויך געשטעלט זאגן תהילים מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש ובדמעות שליש,
מוצש"ק איז דער צווייטער צו געגאנגען און געפרעגט דעם ערשטן, וואס איז פשט פאר די בכיות ביי תהילים, ווייל לויט די בכיות זעהט אויס ווי די האסט א צרה, און אפשר קען איך דיר ארויס העלפן, האט דער איד געזאגט אז ער האט א טאכטער ביי זיך אינדערהיים, און ער קען נישט א שידוך טון ווייל ער האט נישט קיין געלט פאר נדן,
און די גאנצע וואך איז ער טרוד אויף פרנסה און ער זעהט נישט דעם טאכטער, אבער ווען עס קומט שבת קודש און ער זעהט דעם טאכטער ווערט ער זייער צובראכן ווייל ער קען איר נישט העלפן, דערפאר קומט ער אין ביהמ"ד זאגן תהילים און איז שופך לב כמים צום גרויסע באשעפער,
האט דער צווייטער געזאגט איך האב אויך א זוהן ביי מיר אין שטוב א גרויסע תלמיד חכם, אבער איך האב נישט קיין געלט צו קענען א שידוך טון, האט דער איד מייעץ געווען אז אפשר זאלן זיי זיך משדך זיין, און זיי האבן זיך טאקע משדך געווען.

און פון דעם שידוך זענען ארויס געקומען 4 גדולי עולם, הגה"ק רבי אריה לייב בעל קצות החושן זי"ע, הגה"ק רבי יהודה בעל קונטרס הספיקות זי"ע,, הגה"ק רבי חיים מקאליש זי"ע, הגה"ק רבי מרדכי מאונגוואר זי"ע, האט דער חפץ חיים זי"ע אויס געפירט, קוקט וואס עס קומט ארויס ווען צוויי אידן פאר לאזען זיך אויפן הייליגען באשעפער, און זאגן תהילים מיט א דביקות בשם.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט דערציילט, אז בשנת תרל"ט האט דער גרויסער גאון הגה"ק רבי יהושע לייב דיסקין זי"ע פארלאזט די שטאט בריסק און ארויף קיין ארץ ישראל, האט די קהלה פין בריסק געשיקט עטליכע חשובע אידן בשליחות צו גיין בעטן רבי יאשע בער סאלאוויטשיק זי"ע, אז ער זאל קומען ווערן בריסקער רב, אבער דער גאון האט זיך אפגעזאגט, ווייל זייענדיג באלד זעכציג יאר אלט, האט ער נישט געוואלט אן נעמען א נייע שטעלע פון רבנות מיט אזוי פיל אחריות, פון חינוך, מקוואות, כשרות, און נאך אנדערע זאכן וואס קומען מיט א רבנות שטעלע,
די גרופע פון בריסק האבן זיך שוין כמעט מייאש געווען פון באקומען דעם גאון רבי יאשע בער אלס רב ביי זיי אין שטאט, אבער פלוצלונג רופט זיך אן איינער פון די אידן מיט א גרויס התרגשות און ברען און זאגט, "רבי ווי אזוי קענט איר אפ זאגן אזא געבעט, אין א צייט וואס פינף און צוואנציג טויזענט אידן ווארטן אויף אייך אין די שטאט בריסק",
ווען דער גאון האט געהערט די ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן מיט א תמימות, האט ער געזאגט פארן רעבעצין, "געב מיר מיינע שבת'דיגע מלבושים, און מיר פארן קיין בריסק, ווייל אויב פינף און צוואנציג טויזנט אידן ווילן מיך האבן, דארף מיר שוין גיין".

פארציילט מען אז ווען דער הייליגער חפץ חיים זי"ע פלעגט דערציילן די מעשה, פלעגט ער זאגן מיט בכיות און טרערן, "אויב דער בריסקער רב האט געטוישט זיין מיינונג, און געגאנגען קיין בריסק, ווייל אזוי פיל אידן ווארטן אויף אים, איז דאך אוודאי, אויב משיח צדקנו וועט וויסן אז מיר אידן בעטן און ווילן באמת אז ער זאל שוין קומען, וואלט ער שוין זיכער געקומען".

א איד האט אמאל געפרעגט הגה"ק בעל חפץ חיים זי"ע, ווי אזוי האט דער היילגער גאון רבי עקיבא איגר זי"ע זוכה געווען צו די גרויסע דרגות אין תורה און קדושה, אז ער איז נתקבל געווארן אלס פוסק הדור און דער גרעסטער גאון בדורו,
האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע געזאגט, אין יעדע דור קומט אראפ א שפע און סייעתא דשמיא פאר דעם דור, וואס דאס ווערט צוטיילט צווישן אלע גאוני הדור, אבער ביים דור פונעם הייליגען גאון רבי עקיבא איגר זי"ע, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן רח"ל די תנועה פון השכלה, וועגן דעם ווען עס איז אראפ געקומען די השפעה אויפן דור, איז ליידער נישט געווען קיין סאך אונעם דור וואס זאלן קענען מקבל זיין די השפעות, און דערפאר איז די גאנצע השפעה פון יענעם דור געגאנגען צום גאון רבי עקיבא איגר זי"ע.

א איד איז אמאל געקומען זיך אפרעדן פארן הייליגען חפץ חיים זי"ע, אז די חסידים בשעת זיי פארשפרייטן דעם דרך החסידות, קומט אויס אז פון מאל צו מאל טיען זיי ווילדע זאכן מעשים אשר לא יעשו, און דער איד האט זיך זייער אפגערעדט אויף די חסידים,
האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע מיט זיין גרויס חכמה און פארשטאנדט געזאגט פאר דעם איד, די גמרא זאגט דאך נִרְדָּף שֶׁשָּׁבַר כֵּלִים שֶׁל רוֹדֵף פָּטוּר, אז אויב איינער לויפט ראטעווען איינעם פון א רודף, און צוברעכט כלים אויפן וועג, איז דער איד פטור, דאס זעלבע איז מיט די חסידים, וויבאלד מיט זייערע מעשים ראטעווען זיי כלל ישראל און ראטעווען אידישקייט, זענען זיי פטור פון וואס זיי טיען, וויבאלד זיי ראטעווען למעשה אידישקייט.

צו זעהן דעם געוואלדיגע אמונה און בטחון וואס דער צדיק דער חפץ חיים זי"ע האט געהאט, איז כדי צו דערציילן די מעשה, ווי באקאנט האט דער חפץ חיים זי"ע געהאט א איידעם הגה"צ רבי צבי הירש לעווינזאן זי"ע, וואס איז געווען באוויסט אלס א גרויסע גאון וגדול בתורה, דער איידעם האט גאר אסאך ארויס געהאלפן זיין גרויסע שווער און געשטאנען צו זיין האנט מיט יעדע דבר שבקדושה,
ליידער איז דער איידעם פריצייטיג נפטר געווארן, און איבער געלאזט צוויי קינדער יתומים, איז די רעבעצין פונעם גאון רבי צבי הירש, הצדקת מרת שרה ע"ה אריין צו איר טאטן, און האט זיך פון גרויס צער אויס גערעדט איר ביטער הארץ פארן טאטן, "אז פון אלע באשעפענישן פון די וועלט, האט דער אייבערשטער נישט געטראפן איינעם אוועק צו נעמען, נאר מיין מאן",
דער הייליגער חפץ חיים זי"ע וואס האט זיין גאנץ לעבן געהארעוועט און געשטרעבט אז סיי ער און סיי אלע נעבן אים זאלן זיין שטארק אין די אמונה פשוטה, און באמת גלייבן אז עס איז דא נאר איין איינציגסטע באשעפער אויף די וועלט וואס ער פירט אלעס, האט ער געזאגט פארן טאכטער מורא'דיגע ווערטער, "וואס האסטו געוואלט, אז אנשטאט אים זאל דער באשעפער אוועק נעמען א דריטל וועלט".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער חפץ חיים זצ"ל שרייבט אז ער האט אמאהל געהאלטן א דרשה וועגן לשון הרע, און ער האט מסביר געווען דעם חומר הענין, און ווען ער האט געענדיגט, איז איינער פון די צוהערערס צוגעקומען און ער האט מודה געווען אז ער האט שוין עובר געווען די עבירה פון לשון הרע מסתמא שוין הונדערעטער מאהל, און עס איז אוממעגליך פאר איהם צו געדענקען די נעמען פון די מענטשן אויף וועמען ער האט גערעדט, און ממילא קען ער זיי נישט בעטן מחילה און ער האט געפרעגט דעם חפץ חיים זי"ע ווי אזוי ער קען תשובה טון,
האט דער חפץ חיים אים געהייסן, אז ער זאל זיך אונטער נעמען צו זעהן, אז די דינים פון לשון הרע זאלן ווערן געלערנט דורך אסאך מענטשן, דורך שיעורים און שמועסן, און די אלע ספרים וואס זענען געשריבן געווארן אויף דעם ענין, זאלן ווערן געלערנט, כדי די הארבקייט פון דעם איסור זאל נתפרסם ווערן, און אזוי ארום אז ער וועט מחזק זיין אנדערע אין דעם ענין, וועט איהם השי"ת דורך דעם מוחל זיין, און אפהיטן לעתיד פון דעם חטא החמור.
ווען דער חפץ חיים איז אלט געווארן 70 יאר, האט ער געמאכט א גרויסע סעודה, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער מאכט אזא גרויסע סעודה, האט ער געענטפערט: "טאמער איך וואלט נפטר געווארן יונגערהייט, וואלט דערפון ח"ו ארויס געקומען א גרויסע חילול ד', ווייל אידן וואלטן געזאגט, קוק, דער וואס האט זיך אפגעהיטן א גאנצע לעבן נישט צו רעדן אדער הערן קיין לשון הרע, איז נפטר געווארן אזוי יונג, אבער יעצט אז איך האב יא געהאט אריכת ימים, וועט יעדער זיך איבערצייגן, אז דער וואס היט זיין מויל לעבט לאנג", און וועגן דעם האט ער געמאכט א גרויסע סעודה.

אמאל איז דער הייליגער חפץ חיים זי"ע אנגעקומען קיין פעטערבורג צוליב עניני הכלל, פארשטייט זיך אז די גאנצע שטאט איז ארויס מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאון און גדול הדור, און צווישן די מקבלים זענען געווען עטליכע גבירים פון שטאט וועלכע זענען אויך ארויס געקומען נעמען א ברכה פון דעם גרויסן גאון דער חפץ חיים זי"ע.

איינע פון די גבירים איז צו געגאנגען צום גאון, און האט אים געגעבן א שיינע נדבה פאר די ישיבה אין ראדין, אבער אזוי ווי דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט אנגעכאפט די האנט פון דעם גביר צו געבן א ברכה, האט דער גאון אנגעהויבן וויינען און געזאגט בזה"ל, "די האנט גיט צדקה מיט אזא איבערגעגעבנקייט, אבער זי איז רח"ל מחלל שבת, און דער חפץ חיים האלט ווייטער די האנט פון דעם גביר, און וויינט מיט ביטערע טרערן,
לפלא איז דאס הארץ פון דעם גביר ממש צעגאנגען, און ער האט אויך אנגעהויבן ביטערליך וויינען, אבער דאן זאגט דער גביר פארן חפץ חיים, איך זאג צו אז איך וועל שוין היטן שבת, אבער איך בעט דעם רבין, ער זאל מיר ערלויבן מחלל שבת זיין נאך די איינמאל, ווייל פונקט יעצט האלט איך אינמיטן א גאר גרויסע ארבעט וואס איך וויל ענדיגן ווי פריער,
אזוי ווי דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט געהערט די ווערטער, האט ער געזאגט מיט גרויס התרגשות דקדושה, "מיין קינד, אויב דער שבת קודש וואלט געווען מיינס, וואלט איך דיר מוחל געווען און ערלויבט אלעס וואס דו פארלאנגסט, אבער שבת קודש געהער דאך צום באשעפער דער מלך מלכי המלכים, און איך קען נישט מתיר זיין עפעס קעגן די תורה הקדושה אפילו אויף איין מינוט חילול שבת",
פארשטייט זיך אז דברים היוצאים מן הלב קדוש פונעם הייליגען חפץ חיים זי"ע האט עושה רושם געווען אויף דעם גביר, און ער האט פון דאן אנגעהויבן היטן שבת קודש און מדקדק געווען אויף יעדע הלכה קלה כבחמורה, און דאס האט דער גרויסער גאון געטון מיט זיין מידת האמת און מיט זיין מסירת נפש וואס ער האט געהאט פאר יעדע מצוה און הלכה פון די תורה הקדושה.

איינמאל איז דער הייליגער חפץ חיים זי"ע געווען אין א שטאט אויף שבת, און ער האט געגעסן ביי איינע פון די גבירים פון שטאט, לפלא האט דער גאון דער חפץ חיים זייער געיאגט די סעודה, און כסדר געבעטן מען זאל שנעל אריין ברענגען די קומענדיגע מאכל, פארשטייט זיך אז פארן גביר איז דאס געווען זייער א פחיתת כבוד, זעענדיג ווי דער גאון וויל שנעל ענדיגן די סעודה ביי אים,
האט דער גביר געפרעגט דעם גאון, פארוואס יאגט די רבי אזוי די סעודה ווי יאגט זיך די רבי אזוי שבת קודש, האט דער גאון געענטפערט פאר גביר, די האסט דא א ארעם מיידל וואס באדינט דיך מיט די סעודה, און אויך מיט אלע צרכים פון שטוב, אבער זי עסט נישט דא גארנישט, ווייל נאכדעם וואס די ענדיגסט די סעודה, ברויך זי אהיים גיין צו איר ארעם שטוב און דארט עסן די סעודה, דערפאר וויל איך ענדיגן די סעודה ווי שנעלער, כדי זי זאל שוין קענען אהיים גיין און נישט ברויכן ארבעטן אזוי שווער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

איין טאג האט דער גאון דער חפץ חיים זי"ע געפאסט א תענית חלום, און ווען די מקורבים האבן געפרעגט דעם חפץ חיים פארוואס ער פאסט, האט דער גאון געזאגט, אז ער האט די נאכט געהאט א חלום אז ער ווערט א עושר, און דערפאר פאסט ער א תענית חלום, ווייל אויב איז דאס אמת, ברויך מען דאך פאסטן, ווייל דאס איז א צרה, ווייל וואס ברויך איך עשירות, און אויב איז דאס נישט אמת, ברויך מען דאך זיכער פאסטן, ווייל דאס מיינט אז איך האב בייטאג געטראכט פון אזא נארישע זאך ווי עשירות, און דאס איז דאך דברים בטלים, און דערפאר האב איך געהאט די חלום, און דערפאר האט ער געפאסט יענעם טאג א תענית חלום.

ווי באקאנט אז דער הייליגער חפץ חיים זי"ע אויף די עלטערע יארן, ווען ער האט שוין נישט אזוי גוט געהערט, האט ער גערעדט אביסל העכער, האט איינמאל איינע פון זיינע תלמידים געהערט ווי דער גאון וקדוש רעדט אזוי צו זיך, אז ער וויל זייער גיין על קידוש השם פארן גרויסן באשעפער'ס נאמען, און אזוי האבן די תלמידים כסדר געהערט פונעם גאון גאר אסאך וואונדערליכע ריידט, וואס דער גאון האט זיין גאנץ לעבן פראבירט צו באהאלטן, נאר אויף די עלטער ווען ער האט נישט אזוי גוט געהערט, האט ער נישט געכאפט אז ער רעדט אביסל העכער און די מענטשן ארום קענען דאס הערן.

איינמאל האט דער חפץ חיים זי"ע געשיקט איינע פון זיינע גרויסע תלמידים, אז ער זאל פארן צו איינע פון די שטעט ווי עס איז געווען זייער שוואך דאס שמירת שבת קודש, אז ער זאל מעורר זיין די אידן אז מען זאל אנהייבן היטן דעם שבת קודש, אינמיטן וועג האט זיך דער תלמיד זייער צוקלאפט און איז געווארן שטארק צעבלוטיגט,
ווען דער תלמיד איז צוריק געקומען און דערציילט פארן רבין וואס האט פאסירט מיט אים אינמיטן וועג, האט דער הייליגער חפץ חיים געזאגט פארן תלמיד, "איך בין דיך באמת מקנא, אז די האסט זיך צעבלוטיגט פארן כבוד השבת", ווייל דער גאון האט זיין גאנץ לעבן געברענט פארן שבת.

עס איז געווען א מאן און ווייב וואס האבן ליידער יארן נישט געהאט קיין קינדער, אבער שפעטער זענען זיי געהאלפן געווארן מיט א קינד, אבער ליידער איז דער קינד געבוירן געווארן מיט א הארץ פעלער, און די עלטערן זענען געפארן מיט זייער בן יחיד קיין וויען צו א גרויסן דאקטאר, אבער דער גרויסער דאקטאר האט זיי געזאגט, אז פון דעם קינד וועט גארנישט ווערן, און עס איז נישט דא וואס צו טון פאר דעם קינד,
פארשטייט זיך אז די עלטערן האבן געהאט גרויס צער און עגמת נפש פון דעם, ווייל דא זענען זיי שוין געהאלפן געווארן מיט א בן יחיד נאך אזויפיל יארן, און דא ליידער אזא צרה, האט זיי איינער גע'עצה'ט, פארט אריבער קיין ראדין צום הייליגען חפץ חיים זי"ע, וואס ער איז געווען דאן באוויסט אלס א גרויסע פועל ישועות, און ער וועט ענק זיכער קענען העלפן מיט א ישועה,
זענען די צובראכענע עלטערן אריבער געפארן קיין ראדין צום הייליגען חפץ חיים, ווען זיי זענען אריין געקומען צום הייליגען חפץ חיים, האט זיי דער גאון וקדוש געפרעגט, ווי אזוי איז אייער שמירת שבת קודש, האבן די עלטערן געזאגט אז זיי היטן שבת זייער ערליך, האט דער גאון געזאגט פאר די עלטערן, נעמט אייך פאר צו מאכן פרי שבת, אז פרייטאג ביי חצות זאל שוין די גאנצע שטוב זיין גרייט פאר שבת, און ביים זמן זאל מען גלייך צינדען ליכט און מקבל זיין דעם שבת קודש, און אין דעם זכות וועט דאס קינד האבן א רפואה שלימה, פארשטייט זיך אז די עלטערן האבן זיך גלייך מקבל געווען צו מקיים זיין וואס דער גאון האט געבעטן,
לפלא אזוי ווי די עלטערן זענען אן געקומען אהיים, האבן זיי געזען ווי דאס קינד איז שוין בעסער, נאך אפאר וואכן זענען די עלטערן צוריק געפארן קיין וויען צום גרויסן דאקטאר צו אונטער זיכן דעם קינד, פרעגט דער דאקטאר פון די עלטערן, ביי וועלכער דאקטאר זענט איר געווען, האבן זיי געזאגט, אז זיי זענען ביי קיין דאקטאר נישט געווען, נאר זענען געווען ביים הייליגען חפץ חיים אין ראדין, און ער האט זיי אנגעוואונטשען א ברכה, האט דער דאקטאר געזאגט מיט התפעלות, אונז דאקטורים קענען היילן א הארץ, אבער באשאפן א נייעם הארץ, דאס קען נאר דעם גאון וקדוש דער חפץ חיים זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

איז געווען א בחור אין די ישיבה פונעם הייליגען חפץ חיים זי"ע, וואס מען האט אים איין שבת קודש ליידער רח"ל געכאפט מחלל שבת זיין, און מען האט דעם בחור געוואלט פארשיקן פון די ישבה, אבער ווען מען איז דאס געקומען דערציילן פארן הייליגען חפץ חיים זי"ע, האט ער געהיסן מען זאל דעם בחור אריבער שיקן צו אים אין שטוב, און דער חפץ חיים האט זיך איינגעשפארט מיטן בחור פאר אפאר מינוט, און לפלא איז דער בחור איבער געדרייט געווארן צו א אנדערע בחור, און האט זיך פון דאן אנגעהויבן פירן גאר ערליך, קיינער האט נישט געוויסט וואס דער חפץ חיים האט מיט אים גערעדט אין שטוב,
יארן שפעטער ווען איינע פון די תלמידים פונעם חפץ חיים האט געהאלטן א דרשה פאר אידן, און ער האט דערציילט די מעשה זאגענדיג, אז מען ווייסט נישט וואס דער חפץ חיים האט גערעדט מיט דעם בחור, איז צו אים צו געקומען א איד און זאגט אים, איך בין דער בחור מיט וועם די מעשה איז פאר געקומען, און איך וועל דיר דערציילן וואס דארט איז געווען,
ווען איך בין אריין געקומען צום שטוב פונעם הייליגען חפץ חיים זי"ע, האט מיר דער גאון גארנישט געזאגט, נאר ער האט גענומען מיין האנט צו זיך אין האנט, און ער האט געוויינט מיט טרערן ממש בדמיות שליש און געהאלטן און איין זאגן "שבת קודש, שבת קודש, שבת קודש", אבער די ווערטער פונעם גאון וואס איז געזאגט געווארן מיט אן אמת, איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, און דאס האט אנגעצינדן א פלאם פייער ביי מיר אין הארץ, דאס איז געווען דאס גדלות פונעם חפץ חיים זי"ע, אז ער האט מיט אפאר ווערטער וואס ער האט געמיינט מיט אן אמת, געקענט איבער דרייען א הארץ פון א איד צום גוטן.

ווי באקאנט האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע מקפיד געווען צו פארקויפן זיינע ספרים אליין, ווייל ער האט געוואלט אז אלעס זאל געטון ווערן בנאמנות און ח"ו נישט בא'גנב'נען קיינעם, אבער אויף די עלטערע יארן ווען ער האט שוין נישט געהאט קיין כח, האט ער גענומען אנדערע אידן וואס זאלן דאס גיין פארקויפן, און דער גאון האט זיי אלע אן געזאגט, אז מען זאל אלעס טון מיט נאמנות און אבאכט געבן נישט צו גנב'נען פון קיינעם,
איינע פון די משלוחים האט ליידער גע'גנב'עט פונעם חפץ חיים אליין, ווייל ער האט נישט געגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער האט געמאכט, האט מען אפ געזאגט דעם פארקויפער פון קענען ווייטער פארקויפן די ספרים פונעם גאון, פארשטייט זיך אז יענער איד האט נישט געוואלט זאגן דעם אמת פארוואס ער פארקויפט שוין נישט די ספרים פונעם גאון, האט ער כסדר גערעדט זייער נישט שיין אויפן חפץ חיים, אז ער האט אויף געהערט פארקויפן די ספרים, ווייל ער איז געוואר געווארן, אז דער חפץ חיים אליין איז בכלל נישט אזוי ערליך ווי ער פאדערט פון אנדערע, און דערפאר וויל ער מער נישט פארקויפן די ספרים,
לפלא נישט אסאך נאכדעם, האט דער איד באקומען גאר געפערליכע אויס שלאגן אין מויל, און ער האט געהאט גרויסע יסורים דערפון, און די ווייב פון דעם איד האט גלייך פארשטאנען, אז דאס איז א עונש פאר איר מאן, פארן רעדן אזוי נישט שיין אויפן גאון, איז זי אריבער צום חפץ חיים און מיט טרערן אין די אויגן האט זי געבעטן דעם חפץ חיים, אז ער זאל מוחל זיין פאר איר מאן,
דער חפץ חיים זי"ע האט גלייך געזאגט פאר די פרוי, אז ח"ו אז דאס זאל קומען פון מיין הקפדה, און דער חפץ חיים האט נאך צו געגעבן א שיינע סכום געלט מיט וואס זי זאל קענען היילן דעם מאן, ווייל דער גאון האט באמת נישט געהאלטן, אז ער איז אפילו ראוי אז איינער זאל באקומען א עונש פארן רעדן אויף אים, דאס איז געווען דעם מידת האמת פון דעם גאון, און זיין גרויסע עניוות וואס ער האט געהאט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל האט א אייניקעל פונעם חפץ חיים זי"ע יארן נאכן פטירה פונעם זיידן, זיך דערוועקט צופרי מיט שרעק און דערציילט, אז די נאכט איז די זיידע דער חפץ חיים זי"ע געקומען צו איר אין חלום, און מיט כעס אנגעכאפט א ספר און דאס אראפ געווארפן אויף דער ערד, און די אייניקעל האט דאס דערציילט פאר איר זון, דער זון האט גלייך מודה געווען, אז די נאכט האט ער אהיים געברענגט א ספר פון דעם רשע מנדלסון ימ"ש, און ער האט דאס באהאלטן אין ספרים שאנק, און דאס האט דער זיידע דערפילט מעולם העליון, און דערפאר איז ער געקומען צו די מאמע אין חלום, און אראפ געווארפן דעם טריפה'נע ספר אויף דער ערד.

האט דערציילט הרה"צ רבי יעקב יוסף הערמאן זי"ע, אז איינמאל איז ער געפארן פון אמעריקע קיין ראדין, און אסאך בעלי בתים האבן געבעטן אז ער זאל זיי מזכיר זיין ביים חפץ חיים זי"ע, דערציילט דער גאון רבי יעקב יוסף, אז ער האט מזכיר געווען אלע נעמען, און דער חפץ חיים זי"ע האט יעדן אנגעוואונטשן זייער שיין, אויסער פאר איין נאמען האט ער נישט געגעבן קיין ברכה,
דער רבי יעקב יוסף האט געמיינט אז אפשר האט דער גאון נישט געהערט דעם נאמען, האט ער נאכאמאל געזאגט דעם נאמען, אבער דאן זאגט אים דער חפץ חיים זי"ע מיט צער, "ווי אזוי קען איך געבן א ברכה פאר א איד וואס איז מחלל שבת", עס איז געווען פאר רבי יעקב יוסף א גרויס וואונדער, ווייל ער האט נישט געוויסט אז יענער איז א מחלל שבת, אבער שפעטער ווען ער איז אהיים געקומען און זיך גוט נאך געפרעגט אויף יענעם איד, האט ער געזען ווי דער גאון דער חפץ חיים זי"ע, האט מיט זיין רוח הקודש גאר גוט צו געטראפן, אז יענער איז טאקע מחלל שבת.

איז געווען א בחור וואס האט זיך זייער פארעלטערט, און עס האט זיך אים נישט געמאכט קיין שידוך, דער בחור האט זיך קיינמאל נישט געשניטן די בארד, און די טאטע האט גע'עצה'ט פארן בחור, אז אפשר ברויך ער זיך יא אנהייבן שערן די בארד, און אפשר אזוי וועט ער טרעפן א שידוך, דער בחור איז אבער געווען א גאר ערליכער, און ער האט דאס נישט געוואלט טון אן פרעגן פון א ערליכען איד,
איז דער בחור אריבער צום חפץ חיים זי"ע און אן געפרעגט פונעם גאון וואס ער זאל טון לגבי זיין בארד, האט דער גאון דער חפץ חיים זי"ע אנגעכאפט דעם בארד פונעם בחור, און געזאגט א משל, אמאל איז א מענטש געפארן מיט א באן אויף א ווייטע וועג, אינמיטן וועג איז דער באן געפארן אויף א גאר שיפע בארג, און פארשטייט זיך אז דאס באן איז געפארן גאר שטאט,
איז דער מענטש ארויס געטאנצן פון באן, און אנגעהויבן שטיפן די באן פון אינטן, האט אים א מענטש געזאגט, די טראכסט באמת אז דיין שטיפן די באן העלפט דען, די גרויסע באן וואס פארט אזוי שנעל מיט א כח, אויב דאס קען נישט פארן שנעל, טראסטו אז דיין שטיפן וועט העלפן,
דאס זעלבע פירט אויס דער חפץ חיים זי"ע, דער גרויסער באשעפער פירט דאך די וועלט און ער שטעלט צוזאם שידוכים יעדע סעקונדע, טראכסטו טאקע אז מיט דיין אראפ נעמען די בארד וועסטו העלפן דעם באשעפער שטיפן די באן, דער בחור האט טאקע צו געהערט די ריידט פונעם גאון, און גאנץ אינגיכן איז ער א חתן געווארן, און שפעטער אויס געוואקסן איינע פון די גרויסע ראשי ישיבות בדורו.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט מעיד געווען אויף זיך, אז ער האט נישט גערעדט לשון הרע צענדליגער יארן, איינע פון זיינע עצות צו זיין אפגעהיטן פון דעם הארבן זינד, איז געווען נישט צו דערמאנען נעמען פון מענטשן, און אלע תלמידים פונעם חפץ חיים האבן געוואוסט, אז זייער רבי דערמאנט נישט קיין נאמען, א פאקט וואס העלפט נישט צו נכשל ווערן מיט קיין לשון הרע.

מאכט זיך אמאל ערב ראש השנה, דער חפץ חיים האט געהאלטן א דרשה פון מוסר און ערוועקונג צו זיינע תלמידים, זיצט דארט ר' אשר א נייער תלמיד, שלינגט מיט דארשט יעדעס ווארט, אבער פלוצלונג הערט דער אשר, ווי דער רבי דערמאנט א איד מיטן נאמען "בערקע", נישט נאר ער דערמאנט דעם נאמען, נאר ער זאגט שווערע ווערטער קעגן בערקע, ווי ווייט מען דארף זיך דערווייטערן פון אים,
דער יונגער נייער תלמיד גלויבט נישט וואס זיינע אויערן הערן, ער דרייט זיך רעכטס און לינקס און באמערקט אז אלע איבריגע פון די חבריא זיצן זיך ווייטער רואיג, און פאר קיינעם איז נישט אויפפאלענד וואס דא איז געשען, וואס קען עס זיין, באלד נאך די דרשה, איז אשר צו געגאנגען צו איינער פון די עלטערע תלמידים, און זאגט אים "ערקלער מיך ביטע וואס דא גייט פאר", עס איז דאך באוואוסט אז דער רבי דערמאנט נישט קיין נאמען פון מענטשן, אבער היינט ביי די דרשה, נישט נאר ער האט דערמאנט א נאמען, נאר נאכדערצו ווי אזוי ער האט גערעדט אויף יענעם,
דער עלטערער בחור האט מיט א שמייכל געזאגט צו אשר, הער צו איך וועל דיר ערקלערן וואס דא איז פאר געקומען, ווי באוואוסט איז דער חפץ חיים גאנץ יונגערהייט פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין גרויסן טאטן, ער איז דאן געפארן אין די שטאט ווילנא, און זיך אריינגעזעצט אין בית המדרש און געלערנט טאג און נאכט, און פארשטייט זיך אז דער יונגער ישראל מאיר'קע האט שטארק אויס גענומען יעדן מענטש אין שטאט מיט זיין אויפפירונג און שטארקע התמדה,
אבער אין יענע צייטן האט זיך געדרייט אין ווילנא א באוואוסטער מענטש מיט'ן נאמען אדם כהן, ער איז געווען אן אנפירער פון א בית המדרש פאר רבנים, וועלכע האט געהערט צו די רוסישע רעגירונג, אין דעם בית המדרש האבן געלערנט כופרים, מחללי שבת, און דערצו איז זייער קיך אין דעם ארט געווען א טריפה'נע, און דער הויפט ליצנות מאכער און כופר איז געווען דער אדם כהן, וועלכער האט זיך אויך גערופן בערקע,
דער בערקע האט זיך אסאך געדרייט אין ווילנער בית המדרש, און ער האט געזוכט אריינצוכאפן ערליכע יונגע אידישע קינדער אין זיין נעץ, און וואו ער האט באמערקט דעם פלייסיגן בא'חנ'טן ישראל מאיר'קע האט ער באשטימט, אז דער טאלאנטפולער יונגל דארף געהערן צו אונז, און דער בערקע האט זיך אנגעהויבן דערנענטערן צום יונגן ישראל מאיר'קע, און שטונדן לאנג האט ער מיט אים פארברענגט, פארשטייט זיך ער האט באהאלטן זיינע מחשבות, און גערעדט מיטן יונגעל מכלומר'שט אין לערנען, און געטראכט ביי זיך, עס וועט מיר שנעל אונטערקומען א פאסיגע געלעגנהייט, צו אריין כאפן דעם יונגעל אין נעץ,
קיינער אין שטאט האט נישט באמערקט אז מיט דעם יתום טוט זיך עפעס, אבער נאר דער ערליכער וואסער טרעגער פון שטאט, וואס יעדן פרימארגן ווען ער האט געטוען זיין עבודת הקודש באמונה, אנצופילן די שיסלען אינעם בית המדרש מיט וואסער, האט ער באמערקט וואס דא טוט זיך, און ער האט עס נישט אויס געהאלטן, אז דער ערליכער יתום קען נאך ח"ו באאיינפלוסט ווערן פון אזא אפיקורס,
איין א טאג האט ער געזוכט א געלגענהייט, און ווען ישראל מאיר'קע איז געזעסן אליין, איז ער צו געגאנגען און אים געפרעגט גראד צו די זאך, ווי פאסט זיך אז דו זאלסט רעדן מיט א פארשוין, וואס די גאנצע שטאט ווייסט אז ער איז אן אפיקורוס, דער קינד ישראל מאיר האט שיעור גע'חלש'ט הערענדיג די ווערטער, און נאך אין יענעם טאג איז ער אנטלאפן פון ווילנא אין אן אנדערן שטעטל, און זיך אריינגעזעצט אין איינע פון די פארשטופטע בתי מדרשים, פון גרויס שרעק אז דער אפיקורוס זאל אים נישט נאכלויפן און טרעפן ח"ו.

און צוויי זאכן האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע זיך דאן פאר גענומען, איינס, צו געדענקן מיט דאנק זיין גאנץ לעבן ווי דער וואסער טרעגער האט אים געראטעוועט, און צוויי, אז ווען ער ווארנט אזויפיל איבער לשון הרע, דארף מען דאך ערקלערן, אז איינער וואס פרובירט ח"ו איבער צו רעדן א צווייטן צו שלעכטס, איז א "מסית ומדיח", און איז א מצוה דעם מענטש אפצוזידלען און דערווייטערן, און וועגן דעם ווען דער גאון זאגט מוסר פאר זיינע תלמידים, דערמאנט ער דעם רשע דעם אפיקורס ביים נאמען, כדי צו מקיים זיין וואס ער האט זיך דאן אונטער גענומען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

עס איז כדאי אראפצוברענגען א דבר חכמה וואס דער חפץ חיים זי"ע האט דערציילט פון זיין רבין, דאס איז געווען הגה"ק רבי נחום האראדנער זי"ע, וועלכער איז געווען א געוואלדיגער גאון בתורה ובחסד, ובמדות טובות, אין האראדנע, די שטאט וואו עס האט געוואוינט דער באוואוסטער צדיק רבי נחום'קע האראדנער זי"ע, האט געהערשט א גובערנאטאר א שונא ישראל, וועלכער האט אנגעטוען צרות צרורות פאר די אידן אין די שטאט, אבער איין איינציגער, פון וועמען ער האט יא געהאלטן, איז געווען רבי נחום'קע, וועלכער ער האט שטארק פארעהרט צוליב זיין ערליכקייט און צדקות, און איבער אלעס האט ער אים געהאלטן אלס אן איש אמת,
מאכט זיך אמאל אין דעם געבורט טאג פון דעם גובערנאטאר, ווען די גאנצע פני הקהלה איז אריבער געגאנגען צו אים צו ווינטשן פיל גליק מיט מזל צו זיין געבורט טאג, האט דער גובערנאטאר זיך פלוצלונג געוואנדן צו רבי נחום'קע און געפרעגט, איר ווייסט דאך אז איך בין נישט קיין נאר, און איך פארשטיי גאנץ גוט אז די אידן האבן מיך נישט צופיל ליב, נאר וואס דען, זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה מוזן זיי קומען צו מיר און מיך אנווינטשן אלע ברכות, אבער אין הארצן טראכטן זיי פונקט פארקערט פון וואס זיי ווינטשן,
אבער אויף דיר, האט דער גובערנאטאר פארגעזעצט, וואונדערט זיך מיר יא גאר שטארק, דו ביסט דאך יא אן אמת'ער מענטש, וואו קומט דאס צו דיר אז דו זאלסט טראכטן אנדערש פון וואס דו זאגסט, האט אים רבי נחום'קע געענטפערט מיט חכמה, חס ושלום, איך זאג קיינמאל נישט אנדערש פון דאס וואס איך טראכט, דער הער גובערנאטאר זאל מיר גלייבן אז אלעס וואס איך ווינטש איז מיט'ן גאנצן הארץ,
ווייל וואס זאגן מיר דען, מיר ווינטשן אז דו זאלסט האבן פיל גליק און דו זאלסט ווייטער שטייגן העכער און העכער, וואס וועט געשען ווען דו וועסט שטייגן העכער, וועסט די זיך אריבער ציען צום הויפטשטאט, און ווערן דארט א מיניסטער, וועסטו דאך אוועקגיין פון שטאט האראדנע, און דאס ווינטשן מיר טאקע מיט'ן גאנצן הארץ.

הגה"צ רבי אלי' לאפיאן זי"ע האט דערציילט איבער א פארזיצער אין א פרייער געגנט אין ארץ ישראל, וואס טראצדעם וואס ער איז נישט געווען קיין שומר תורה ומצוות ר"ל, האט מען אבער געזען ביי אים, אז ער האט א גרויס ליבשאפט צו די תורה און צו די וואס לערנען די תורה, און ווען רבי אלי' האט זיך געוואונדערט פון וואנעט איז געקומען צו אים אזא ליבשאפט, האט אים דער פארזיצער געזאגט, קום וועל איך דיר דערציילן מיין לעבנ'ס געשיכטע,
אין מיינע יונגע יארן האב איך געוואלט ווערן אן גענומען אין די ישיבה אין "ראדין", פארשטייט זיך אז מען האט מיך פארהערט סוגיות אין ש"ס, און מען האט מיך געטראפן אלס בר סמכא צו ווערן אן גענומען אין די ישיבה, אבער דער פארהערער האט געזאגט פאר'ן חפץ חיים, אז ער האט געטראפן ביי מיר אפיקורס'ישע דעות, און ווען דער חפץ חיים האט דאס געהערט האט ער באפוילן פאר מיר, אז איך דארף מיך גלייך אפטראגן פון די ישיבה, "ווייל דו און דיינ'ס גלייכן האבן נישט קיין פלאץ ביי אונז",
האב איך געזאגט פאר'ן חפץ חיים, אז דער לעצטער באן האט שוין פארלאזט ראדין און וואו וועל איך נעכטיגן, און איך האב געבעטן דעם חפץ חיים, ערלויבט מיר אמווייניגסטנס זיך אויפצוהאלטן די נאכט אין די ישיבה, און צומארגנס פארטאגס וועל איך אוועק פארן, האט ווייטער דער חפץ חיים א געשריי געטוען, "דיינע פיס זאלן נישט איבער טרעטן אינעם היכל התורה אפילו איין נאכט",
"וואו וועל איך איבער נעכטיגן", האב איך נישט נאך געלאזט, האט דער גאון דער חפץ חיים זי"ע געזאגט, "איך האב אין מיין דירה א בוידעם, קום מיט מיר און דארט וועסטו נעכטיגן", דערציילט יענער ווייטער, בין איך ארויף אויפ'ן בוידעם, און איך בין געשלאפן אין דעם בעט וואס דער חפץ חיים האט מיר צו געגרייט, אבער שפעט ביינאכט ביי חצות הלילה עפנט זיך די טיר שטילערהייט, און פון די עקן פון מיינע אויגן באמערק איך דאס געשטאלט פונעם חפץ חיים, וואס קומט אריין אין מיין שטוב,
זעצט ווייטער פאר דער פארזיצער מיט א גערירטע שטימע, שטיקענדיג זיך פון טרערן, דער חפץ חיים איז געווען זיכער אז איך שלאף און איך שפיר נישט וואס ער טוט, אבער דער אמת איז געווען, אז איך האב אים נאך געקוקט יעדן באוועגונג, איך האב געזען ווי ער באקוקט דעם טעמפעראטור פונעם קעלט אינעם שטוב, און ווען ער האט געזען אז עס איז צו קאלט, האט ער אראפ גענומען דעם פעלץ וואס ער האט געהאט אויף זיך אויף זיינע עלטערע יארן, און ער האט מיך גוט צו געדעקט, ער האט צו געדעקט מיין גאנצער קערפער, ביז איך בין באמת גוט אנגעווארעמט געווארן,
פירט אויס דער פארזיצער אז דאס געטריישאפט און אהבת ישראל פון דעם "חפץ חיים" ווארעמט מיך נאך ביז צום היינטיגן טאג, און דערפאר איז ער געבליבן מיט אזא אהבת התורה און איז מכבד די וואס לערנען תורה, ווייל זעענדיג וואס תורה טוט מיט א מענטש, אז דער גרויסער גאון דער חפץ חיים זי"ע, האט געהאט אזא אהבת ישראל, און אפילו אזא בחור וואס איז געווען אנגעשטעקט מיט אפיקורסת, האט ער נאך אלס באדינט מיט א געטריישפאט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ג רבי דוד פרענקל ז"ל וואס איז געווען א מקורב ביים הייליגען חפץ חיים זי"ע האט אנגעוויזן אויף א "פירוש המשניות להרמב"ם" (מס' ע"ז פ"א משנה ד'), וואס זאגט אז מען זאל נישט וואוינען אין א שטאט וואו עס איז דא אן עבודה זרה, האט הרה"ג רבי דוד געזאגט, אז ער האט געהערט, אז אין גאנצן לאנד פולין איז נישט געווען פארהאן קיין שום שטעטל וואס זאל נישט האבן א "קלויסטער" א בית עבודה זרה אין שטאט, אויסער די שטאט ראדין, וואס איז געווען א קליין שטעטל, און די קלויסטער איז געווען אינדרויסן פון די שטאט, דערפאר איז געווען די שטאט ראדין גאר שטארק באליבט ביים חפץ חיים, און ער האט דארט געוואוינט כל ימיו.

עס האט דערציילט הגה"צ המפורסם רבי אלחנן היילפרין מראדומישלא זי"ע, אז ער האט געהערט פון הרה"ח ר' משה גראס מגענץ ע"ה, אז יונגערהייט איז ער געווען אין ראדין ביים חפץ חיים זי"ע, און ער האט געזען ליגן אויפ'ן טיש דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך", ווען דער חפץ חיים האט באמערקט, ווי דער ר' משה וואונדערט זיך, אז ביי אים ליגט דער "נועם אלימלך", וועלכער איז דאך געווען פון די תלמידי בעל שם טוב הקדוש, און ביי די אפשטאמיגע פון ליטא, האט מען דאך נישט געלערנט קיין חסידישע ספרים,
האט זיך דער חפץ חיים אנגערופן צו ר' משה, "מיר גלייבן אז אויך היינט איז דא אידן אין אלע פיר עקן פון די וועלט וואס זענען זוכה צו תשובה אין זכות פון דעם דאזיגן ספר", און ווען דער ר' משה, האט דערציילט די דיבורים פון חפץ חיים, פאר הרב הקדוש רבי אהרן מבעלזא זי"ע, האט זיך דער בעלזער רב אנגערופן, "עס איז א גרויסער חידוש, אז כאטש דער חפץ חיים איז נישט געווען פון די תלמידי הבעש"ט הקדוש, האט ער געהאט אזא השגה", און יארן שפעטער ווען עס פלעגן קומען תלמידים פונעם חפץ חיים צום בעלזער רב, פלעגט ער איבער זאגן די דיבורים פונעם חפץ חיים, און באוואונדערט ווי שטארק ער האט געשעצט און מכבד געווען דעם נועם אלימלך.

עס זענען באקאנט די רייד פונעם אריה"ק ז"ל, אז יעדער איינער זאל זיך טובל'ן שבת אינדערפרי אין א מקוה, אפילו מען האט זיך שוין מטהר געווען אין מקוה ערב שבת קודש, ווייל כדי זוכה צו זיין צו די קדושה פון "שבת אינדערפרי", מוז מען זיך נאכאמאל טובל'ן, און דורכדעם איז מען אויף זיך ממשיך די קדושה עליונה פון יום השבת.

האט אויף דעם דערציילט, הרה"ח ר' יהודה לייב גרוננער מחב"ד, וואס ער האט אליין געהערט פון אן אור-אייניקל פונעם חפץ חיים זי"ע, וואס האט אים באשטעטיגט, אז דער חפץ חיים פלעגט גיין אין מקוה שבת אינדערפרי, און ער האט אויף דעם מוסיף געווען, אז אמאל איז דער חפץ חיים געווען זייער פארקילט, און די בני המשפחה האבן זיך געבעטן ביי אים, אז ער זאל נישט גיין אין מקוה, אבער שבת אינדערפרי, איז דער חפץ חיים אויף געשטאנען פריער ווי געווענליך, און ער איז געגאנען אין מקוה איידער די משפחה מיטגלידער האבן זיך אויפגעוועקט,
ווען נאך א שטיקל צייט האט מען זיך דערוואוסט דערפון, אז ער איז געגאנגען אין מקוה אפילו ער איז געווען פארקילט, האט מען אים געפרעגט, פארוואס דאס איז אים אזוי שטארק געגאנגען אין לעבן צו גיין אין מקוה שבת אינדערפרי, האט ער געענטפערט, איך האב נישט געקענט מוותר זיין אויף די גרויסע קדושה, וואס מען איז זוכה, דורך זיך טובל'ן אין מקוה שבת אינדערפרי.

הגה"צ מוואידיסלב זי"ע האט דערציילט, אז דער חפץ חיים זי"ע האט סוף ימיו געלאזט גראבן א ברונעם אין די שטאט ראדין, די שטאט וואו ער האט געוואוינט, און געוואלט אז יעדער אין שטאט זאל קענען נעמען וואסער פון דעם ברין אומזונסט, און דער טעם דערצו איז געווען, וויבאלד דער חפץ חיים האט געהאט א געשעפטל א גראסעריי אין שטאט ראדין, פון וואס ער האט געצויגען פרנסה,
און ער האט מורא געהאט אז ער האט ח"ו איינעם בטעות בא'גנב'עט, אדער די סחורה איז נישט געווען בשלימות, אדער האט ער נישט געגעבן די ריכטיגע וואג, און לויט ווי חז"ל זאגן, אז דער וואס איז געווען א "גוזל את הרבים", ער האט בא'גנב'עט א רבים, און ווייסט נישט וועמען ער האט בא'גנב'עט, זאל ער מאכן "צרכי הרבים", אז פילע מענטשן זאלן דערפון הנאה האבן, און דורך דעם קען מען תשובה טון אויף דעם חטא.

איינמאל אין א קאלטן ווינטער, זענען אלע ברונעס, און גריבער פון וואסער געפרוירן געווארן, אבער עס איז געווען אן אפענער נס, אז דער ברונעם וואס דער חפץ חיים האט געלאזט גראבן, איז נישט געפרוירן געווארן, און ווען מען האט דאס דערציילט מיט התפעלות פאר דעם חפץ חיים זי"ע, איז ער דערפון גארנישט נתפעל געווארן, אז זיין ברונעם איז נישט געפרוירן געווארן, נאר ער האט געענטפערט מיט תמימות, "זעהר גוט, ווייל יעצט וועלן קענען אלע וואס איך האב זיי בא'גזל'ט קומען און הנאה האבן דערפון, און ממילא וועל איך האבן א תיקון".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער בארימטער "ירושלימער מגיד" הגה"צ רבי שלום שוואדראן זי"ע האט דערציילט, אז צום חפץ חיים איז אמאל אנגעקומען א גבאי פון א געוויסע שטאט, דער מענטש האט געשפילט א ראלע אלס א חשוב'ער מענטש, אבער ווען ער איז אריין געקומען צום חפץ חיים אל הקודש פנימה, און דער חפץ חיים האט אים געזען, האט דער חפץ חיים זיך אנגעהויבן צו בייזערן אויף דעם מענטש, און אנגעהויבן צו שרייען אויף אים, "איך וויל דיך נישט אנקוקן, גיי ארויס פון דא", און דער חפץ חיים האט אים פארטריבן פון זיין שטוב,
דער איד איז געווארן דערשראקן און צעטומלט, און זיך געוואונדערט, וואס האט דא פאסירט, פרעגט ער דעם חפץ חיים, וואס האב איך געטוען, וואס דער רבי איז מיך אזוי מרחק, דער חפץ חיים ענטפערט אים, "ווייל דו ביסט שולדיג פארוואס מען אונטעדריקט "דריי מיליאן אידן", און פון זיי זענען דא גע'הרג'עטע, פארשיקטע אין תפיסות, מען שמד'ט זיי אפ ר"ל, און דאס אלעס ביסטו שולדיג, רופט זיך אן דער איד, ווי אזוי קען דער רבי מיך באשולדיגן מיט אזא פארברעכן, נישט נאר האב איך נישט קיין שום חלק אין זייערע פארברעכערישע געמיינע מעשים, נאר איך וויין און קלאג שטענדיג אויף די אלע צרות פון כלל ישראל,
זאגט אים דער חפץ חיים "יעצט וויינסטו, אבער וואס האסטו געטוען אמאל, דעמאלט האסטו אויך געוויינט,", און דער חפץ חיים זעצט פאר, דערמאן דיך, פאר פילע יארן צוריק, ביסטו געווען דער גבאי פון די תלמוד תורה אין דיין שטאט, און דארט איז געווען א קינד, א יתום פון זיין טאטן ל"ע, ער איז געווען געפערליך ווילד, און מען האט זיך פון אים אנגעליטן צרות צרורות,
און מען האט דן געווען און אדורכגעשמועסט, צי מען זאל אים האלטן אין די תלמוד תורה, אדער אים פארטרייבן, און דו האסט מחליט געווען אים צו פארטרייבן פון די תלמוד תורה, דו געדענקסט זיין נאמען, ער האט געהייסן "לייבעלע טרוצקי", און וויבאלד דו האסט אים פארטריבן, האט זיין מאמע די אלמנה אים אריינגעגעבן אין א "גויאישע שולע", און פון אים איז ארויסגעוואקסן "לעאָן טרוצקי", וואס ער איז געווארן דער מנהיג פון די פאַרשאלטענע סעקטע די "באלשעוויקן", ימ"ש",
נו שרייט דער חפץ חיים, ער איז געווען א געוואלדיגער בעל כשרון, ווען איר וואלט אים נישט פארטריבן פון די אידישע תלמוד תורה, וואלט ער געקענט זיין א גרויסער ראש ישיבה און אויף שטעלן תלמידי חכמים ויראי השם, אבער יעצט ווען דו האסט אים פארטריבן, איז ער געווארן אן עוכר ישראל ל"ע, זאלסט וויסן אז דו ביסט שולדיג אין די אלע צרות וואס מען ליידט זיך אפ, און דריי מיליאן אידן ליידן צרות בגוף ובנפש דורך דיר,
און דערפאר וויל איך דיך נישט זען, גיי ארויס פון מיין הויז, און רבי שלום שוואדראן זי"ע האט אויס געפירט, פון דעם קען מען זיך ארויס לערנען, ווי א איד ברויך אייביג אבאכט געבן וואס מען טוט מיט א אנדערע אידישע נשמה, און זיך בארעכענען בעפאר מען טוט עפעס, וואס עס וועט שפעטער ארויס קומען פון דעם.

איינמאל איז א גרויסע גביר געקומען צום שטוב פונעם הייליגען חפץ חיים זי"ע, און ווי באקאנט איז דער שטוב פונעם גאון געווען גאר פשוט, ער האט נישט געהאט קיין שיינע טישן אדער סיי וואס ספעציעל, האט דער גביר געפרעגט דעם גאון, היתכן דער גאון האט אזא פשוטע טיש, האט דער חפץ חיים געפרעגט דעם גביר, און ווי איז אייער שיינע טיש, האט דער גביר געזאגט, וואס הייסט ביי מיר אין שטוב, דא בין איך דאך נאר א גאסט, האט דער חפץ חיים זי"ע געזאגט, "איך בין אויך נאר א גאסט אויף די וועלט, איז פארוואס ברויך איך א שיינעם טיש".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך ניקל »

עס האט דערציילט הגה"צ רבי זאב צציק זי"ע, אז אמאל זענען געקומען צוויי בחורים קיין ראדין, זיי האבן זיך געבעטן אז זיי ווילן ווערן אן גענומען אלס תלמידים אין די ישיבה פון "חפץ חיים", אבער די הנהלה האט נישט געהאט קיין פלאץ אריין צו נעמען די צוויי בחורים, די צוויי בחורים זענען אבער אריין זיך געזעגענען, און נעמען א ברכה פונעם חפץ חיים,
אזוי רעדנדיג מיט זיי, האט זיך דער חפץ חיים דערוואוסט אז זיי זענען אייניקלעך פונעם הייליגן בארדיטשובער רב דער קדושת לוי זי"ע, האט דער חפץ חיים געלאזט רופן די הנהלה, און ער האט זיי געבעטן, אז זיי זאלן זיך אנשטרענגען מיט אלע כוחות אריינצונעמען די צוויי בחורים, ווען עס איז פאר יעדן געווען א וואונדער פארוואס דער חפץ חיים איז זיך אזוי שטארק משתדל פאר די דאזיגע בחורים, האט ער געענטפערט, היות עס דערנעטערט זיך די הייליגע פארכטיגע טעג פון די ימים נוראים, וויל איך אז ראש השנה זאלן דאווענען מיט אונז צוויי אייניקלעך פון דעם "סניגורן של ישראל".

דער גרויסער תלמיד פון חפץ חיים זי"ע, הגה"צ רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע האט דערציילט, אז אמאל האט מען דערציילט פאר'ן חפץ חיים, אז אין א געוויסע שטאט זענען געווען ל"ע פיל געשעפטן אפן בעצם יום השבת, אבער רבי אלחנן האט אויס געפועל'ט אז די אייגנטימער זאלן פארשפארן זייערע געשעפטן אין שבת, אויסער צוויי געשעפט האלטער, וועלכע האבן בשום אופן נישט געוואלט פארמאכן זייערע געשעפטן,
ווען דער חפץ חיים האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו זיין באליבטן תלמיד רבי אלחנן לאמיר אהין פארן, רבי אלחנן האט באמת נישט געוואלט אז דער חפץ חיים זאל זיך אזוי מטריח זיין סוף ימיו זייענדיג גאר שוואך, האט רבי אלחנן געזאגט, "איך פאר נישט", ווייל רבי אלחנן האט געוואלט פארן טובה און געזונט פונעם רבין נישט פארן, זאגט אים דער חפץ חיים, "דעמאלט פאר איך אליין", ווען רבי אלחנן האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה האט ער מסכים געווען מיט צו פארן מיט זיין גרויסן רבי'ן, דער חפץ חיים,
דער חפץ חיים איז אריין צום אידישן געשעפט אייגענטימער וועלכער איז נעבען געווען גאר ווייט פון אידישקייטן, און ער האט אים געפרעגט, "דו האסט גענוג געלט" זאגט דער אייגענטימער, "יא", פרעגט דער חפץ חיים ווייטער, "האסטו זון און טעכטער" זאגט דער געשעפט אייגענטימער, "יא", פרעגט דער גאון ווייטער, "עס פעלט דיר עפעס", זאגט דער סוחר, "ניין",
זאגט אים דער חפץ חיים מיט א געוויין, "השי"ת האט דיר דאך אלעס גוטס געגעבן, פארוואס זאלסטו אים נישט געבן די איינע זאך צו היטן שבת קודש", לפלא די דאזיגע הייליגע דיבורים וואס זענען געזאגט געווארן פונעם פה קדוש מיט אזא התעוררות, האבן איבערגעדרייט דעם מחלל שבת'ניק, און ער האט צו געזאגט אז פון היינט און ווייטער וועט ער שוין היטן שב"ק, די זעלבע געשיכטע איז אויך געווען ביים צווייטן געשעפט, ווייל דער גאון דער חפץ חיים זי"ע, האט באמת וויי געטון דעם חילול שבת קודש, און ער האט אלע זיינע ווערטער געזאגט מיט א אמת, און דערפאר זענען זיינע ווערטער אייביג נתקבל געווארן.

זכותו יגן עלינו
אוועיטער
יעקב הערשקאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:17 pm
x 21

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך יעקב הערשקאוויטש »

די פאלגענדע מעשה האט באשריבן ר' משה מאיר ישר, א תלמיד פונ'ם חפץ חיים אויף וועמענ'ס בוך הגאון ר' חיים עוזר זצ"ל שרייבט אז ער האט עס דורכגעקוקט און ר' משה מאיר האט באוויזן אין זיין בוך ריכטיג אראפצולייגן דעם דמות פונ'ם חפץ חיים. אויסער דעם ווערן גרויסע חלקים פון די מעשה געברענגט אין די זכרונות פונ'ם ראש הקהל פון וויטעבסק, וועמען דער חפץ חיים האט איינגעשפאנט ארויסצוהעלפן, און ביידע באשרייבונגען שטימען כמעט אות באות (חוץ מזה וואס ביידע שרייבן זאכן וואס זיי האבן מיטגעהאלטן און דער אנדערער נישט).


זומער תרע"ה איז אנגעקומען אין ראדין א יונגערמאן פון א דערנעבנדיגע שטעטל, און זיך אנגעגעבן אלס לעדער סוחר. דער סוחר איז איינגעשטאנען אין אן אכסניא וואו בחורים פון די ישיבה פונ'ם חפץ חיים זענען איינגעשטאנען, ער האט זיך אנגעהויבן דרייען אין די ישיבה, און ער האט אנגעהויבן ווערן היימיש מיט די בחורים. ווען ער איז געוואויר געווארן אז אין ישיבה זענען דא דריי בחורים פון די שטאט מעמעל (אין דייטשלאנד), האט ער זיך אנגעהויבן באזונדערס באפריינדן מיט די מעמעלער בחורים און ארויסווייזן זיין רחמנות אז זיי זענען גענצליך אפגעהאקט פון זייער היימלאנד צוליב די מלחמה. ער האט זיי צוגעזאגט ארויסצוהעלפן מיט געלט און אנדערע זאכן, און אזוי איינגעקויפט זייער צוטרוי.

שבעה עשר בתמוז איז דער לעדער סוחר געגאנגען שפאצירן מיט עטליכע בחורים, אריינגערעכנט א בחור פון מעמעל מיט'ן נאמען אפרים לייבאוויץ. אנקומענדיג אינדרויסן פון שטאט האבן זיך די בחורים אוועקגעזעצט אויף די גראז, און זייענדיג פארטיפט אין א שמועס האט קיינער נישט באמערקט ווי דער לעדער סוחר רוקט אריין א צעטל אין טאש פון אפרים לייבאוויץ.

די בחורים האבן פארענדיגט זייער שמועס און זיך צוגאנגען, נישט חלומ'ענדיג וואס דער 'סוחר' האט אפגעטון.

אינמיטן די נאכט זענען די רוסישע געהיים פאליציי איבערגעפאלן די הויז וואו אפרים לייבאוויץ איז איינגעשטאנען, און דורכגענישטערט די הויז. אין טאש פון אפרים האבן זיי געטראפן די פאפיר וואס דער סוחר האט אונטערגעלייגט, וואס אויף דעם איז געווען אויסגעמאלן א פונקטליכע מאפע פון די קאוונער פעסטונג (וואס די פראנט האט געהאלטן נישט ווייט דערפון). אפרים איז באלד געווארן ארעסטירט אויף הארבע שפיאנאזש קלאגעס.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער 'סוחר' האט געוואלט ווערן אן אגענט פאר די רוסישע געהיים פאליציי, און וועלנדיג איבערצייגן זיינע אויבערהארן אז ער טויג אויפצודעקן שפיאנען האט אונטערגעלייגט די צעטל און דערנאך גע'מסר'ט אפרים.

עס האט נישט געהאלפן קיין שום שוחד און השתדלות, און ווען די פראנט האט זיך דערנענטערט צו ראדין האט מען פארשלעפט אפרים צו א טורמע ערגעץ טיף אין רוסלאנד און מער האט מען נישט געהערט פון אים.

ווי געזאגט איז דאס אלעס געווען זומער תרע"ה. שמחת תורה תרע"ז איז אנגעקומען צום חפץ חיים (וועלכער האט זיך דאן שוין אויך געפינען טיף אין רוסלאנד) א מעלדונג פון אפרים אז מען האט שוין באשטימט א טאג פאר זיין פראצעס. דער חפץ חיים איז געווארן מורא'דיג צושאקלט, און ווען מען האט אים אויפגערופן עולה זיין צו די תורה האט ער געגעבן א קלאפ אויס אויף די בימה און אויסגעשריגן:

"רבונו של עולם! דו ביזט דאך דער בעל הרחמים! פארוואס לאזטו צו אז דיינע קינדער זאלן אזויפיל ליידן? אט ליגט די תורה וואס אפרים האט געלערנט מיט אזא התמדה, און יעצט ווערט ער געפייניגט אומשולדיגערהייט!"

די ווערטער פונ'ם הייליגן חפץ חיים האבן אויפגעטרייסלט דעם גאנצן עולם, און די גאנצע ביהמ"ד האט אויסגעבראכן אין א געוויין. דער חפץ חיים האט דאן געבעטן זיין איידעם צו בארואיגן דעם עולם, ווייל נאך אלעם איז פארט יום טוב.

דער חפץ חיים האט דאן פערזענליך אונטערגענומען די שווערע, אויסמאטערנדע רייזע קיין פעטערבורג. צום (פרייען) אידישער אדוואקאט אסקאר גראזנבערג. גראזנבערג איז געווען וועלט בארימט אלס איינער פון די בעסטע אדוואקאטן אין רוסלאנד, און איז געווען באקאנט אלס גאר א גוטהארציגער מענטש. אנקומענדיג קיין פעטערבורג איז דער חפץ חיים באלד אריבערגעגאנגען צו גראזנבערג, וואו ער האט זיך פערזענליך געבעטן ער זאל אננעמען צו פארטיידיגן אפרים ביי זיין פראצעס.
גראזנבערג איז גאר שטארק איבערגענומען פונ'ם חפץ חיימ'ס פערזענליכקייט און פון די פאקט אז אזא אלטער, שוואכער איד האט זיך אונטערגענומען אזא שווערע נסיעה צו ראטעווען א איד, אבער אין אזא מצב מלחמה ווען מען באשולדיגט ממילא אלע אידן אין שפיאנאזש, האט ער - אלס איד – מורא געהאט זיך ארויסצושטעלן צו פארטיידיגן א איד וואס ווערט באשולדיגט אלס שפיאן. אנשטאט האט ער זיך פארבינדן מיט א גרויסער גוי'אישער אדוואקאט, וועלכער האט באוויליגט אנצונעמען די פארטיידיגונג פון אפרים לייבאוויץ.

די פראצעס איז פארגעקומען אום טבת תרע"ז, אין א מיליטערישע געריכט אין וויטעבסק. דער חפץ חיים האט געבעטן אז אין אלע ישיבות אין רוסלאנד זאל מען זאגן תהלים בשעת די געריכט, און אין ראדינער ישיבה האבן די בחורים געפאסט יענעם טאג. דער חפץ חיים אליין איז אראפגעפארן קיין וויטעבסק, כדי עדות צו זאגן אויף אפרימ'ס אומשולד. ביי דעם פראצעס האט פאסירט די באקאנטע געשיכטעלע ווען דער גוי'אישער אדוואקאט האט פארגעשטעלט דעם חפץ חיים פאר'ן ריכטער, דערציילנדיג אז איינער האט אים געבעטן אויפצוטוישן א פינעווער, און ווען דער חפץ חיים האט אים געגעבן פינף איינסערס איז יענער אנטלאפן מיט די איינסערס און דעם פינעווער, און דער חפץ חיים האט אים נאכגעשריגן "כ'בין דיר מוחל! כ'בין דיר מוחל!"
"דו גלייבסט די מעשה?" פרעגט אים דער ריכטער.
"ניין," ענטפערט דער אדוואקאט.
"איז פארוואס דערציילסטו אין געריכט מעשיות וואס דו אליין גלייבסט נישט?"
"געערטער ריכטער, איך וויל ארויסברענגען אז אויף מיר און אויף דיר מאכט מען עפעס נישט אזעלכע מעשיות..."

למעשה האבן די ריכטער גע'פסק'נט אז אפרים איז א שפיאן און בעצם קומט אים טויט שטראף, אבער מען וועט עס אויפטוישן צו 12 יאר טורמע צוליב זיין יונגן עלטער. אויך וועט מען אראפרעכענען די באלד צוויי יאר וואס אפרים איז שוין געזעסן, אזוי אז די ענדגילטיגע פסק איז געווען: צען יאר טורמע.

מען דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין וואס צען יאר אין די ביטערע רוסישע טורמעס מיינט, און ווען אפרים האט געהערט די פסק האט ער אויפ'ן פלאץ גע'חלש'ט. די שטוב מענטשן פונ'ם חפץ חיים, וועלכער איז נישט געווען אין געריכט זאל בשעת די פסק, האבן ממש מורא געהאט אים צו דערציילן די פסק. ווען מען האט עס אים אבער ענדליך דערציילט, האט דער חפץ חיים צוערשט האט ער געדאנקט דעם אויבערשטן אז אפרים האט אויסגעמיטן א טויט אורטייל. דאן האט ער געזאגט:

"זיי האבן אים צוגעטיילט צען יאר טורמע. אזעלכע שוטים! ווייסן זיי דען צו זייער רעגירונג וועט אנהאלטן אפילו צען חדשים? און אפילו מיט צען וואכן זענען זיי דען יא פארזיכערט? ניין! זיי ווייסן גארנישט!"

שושן פורים תרע"ז, צוויי חדשים נאך אפרימ'ס פראצעס, האט אויסגעבראכן די רוסישע רעוואלוציע. א וואך שפעטער, דאנערשטאג פרשת ויקהל-פקודי, האט דער רוסישער צאר ניקאליי ימ"ש אפגעטראטן פון טראן, און מיט דעם איז די צארישע רעזשים געקומען צו א גענצליכע סוף. גענוי ווי דער הייליגער חפץ חיים האט געזאגט, האט די צארישע רעגירונג נישט איבערגעלעבט קיין צען וואכן.

ביז עטליכע טעג האט די נייע רעגירונג באפרייט אלע פאליטישע ארעסטאנטן פון די רוסישע טורמעס, און דאס האט אריינגערעכנט דער 'שפיאן' אפרים לייבאוויץ פון מעמעל.

ווען הגאון ר' חיים בריסקער האט געהערט די מעשה קורץ נאך די רוסישע רעוואלוציע, האט ער געזאגט: "דער חפץ חיים האט אראפגעזעצט ניקאליי פון טראן! אבער עס קענען קומען אנדערע וועלכע וועלן זיין פיל ערגער." און ליידער האט טאקע אזוי פאסירט ווען א דרייפערטל יאר שפעטער האבן די קאמוניסטן דורכגעפירט א פרישע רעוואלוציע אין וועלכן זיי האבן באוויזן איבערצונעמען די מאכט.

ומסיימים בטוב, זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א שנת גאולה וישועה בביאת בן דוד בב"א.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: הגה"ק רבי ישראל מאיר ב"ר ארי' זאב הכהן זי"ע - החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך אהבת עולם »

זייער שיין! שכח!
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
שרייב פאוסט