אן עושר בלייבט אן עושר!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1317

אן עושר בלייבט אן עושר!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

געוועהן אמאל א איד, ר' שמעי' וועלעכע איז געוועהן גאר א גרויסע עושר, ער האט פארמאגט גאר גרויסע פארמעגנס, און אסאך געשעפטן.

אבער ער אליין האט זיינע געשעפטן נישט געפירט, ציליב וואס ער האט זייער ליב געהאט צו לערנען. ער איז געוועהן גאר א גרויסע תלמוד חכם, און געזיצן און געלערנט ביי טאג און ביינאכט.

ער האט געהאט א אפיס וואס דארט זענען זיינע ארבעטערס געזעצן, און זיי פלעגן אים ברענגען גריסן, וויפיל די רווחים זענען געוועהן די וואך, און ווי זיינע נכסים האלטן. אבער ער איז קיינמאל ארויס אויפן גאס, ווייל ער האט געהאט א שיינע בהמ''ד און מקוה אין זיין הויז.

עס איז געוועהן איין מאל ווען זיינע ארבעטערס האבן אנגעהויבן זעהן אז ר' שמעי'ס פארמעגן פאלן. עס איז דא זייער אסאך שאדן אין די ביזנעס, און דער מצב טויג נישט. זיי האבן נישט געוויסט ווי אזוי צו זאגן פאר באלעבאס ר' שמעי' אז ער פארלירט געלט, זיין רעדל דרייט זיך.

האבן זיי אפגעמאכט אז זיי וועלן גארנישט זאגן, נאר זיי וועלן ברענגען די אלע ביכער צום באלעבאס, כדי ער זאל אליין זעהן וואס עס גייט פאר.

א שאק האט באטראפן ר' שמעי' ווען ער האט איבערגעקוקט די חשבונות, און געזעהן וואס פאר א שאדן עס איז פארהאן. ער איז אינגאנצן צוטראגן געווארן, און נישט געוויסט וואס צו טוהן, ער איז ארים געגאנגען נערוועז און צובראכן, אויפן מצב ווי ער שטייט.

נאך א וואך האט ער אפגעמאכט אז ער וויל ארויסגיין אויפן גאס, אביסל ארויס פון זיינע ד' אמות, און הערן וואס די גאס רעדט אויף אים, צו ווייסט דער עולם אז ער באנקרעטירט. אדער איז פאר קיינעם נאכנישט באקאנט.

אזוי שפאצירענדיג אויפן גאס הערט ער ווי א איד זאגט פאר זיין חבר ''זיכער איז דא עפעס נייעס ביי ר' שמעי' אינדערהיים, ווייל ער איז ארויסגעקומען אין גאס..."

ווען שמעי' האט דאס געהערט האט ער זיך אומגעקערט אהיים, זעהנדיג אז מ'רעדט נאכנישט אויף אים עפעס ספעציעל שלעכט. אבער דאך האט ער נישט געפונען ס'מנוחה ביי זיך אין שטוב. האט ער אפגעמאכט אז ער וועט גיין אין מקוה, און דארט וועט ער זיך אונטערהערן וואס די גרויסע מקוה שושקעס רעדן איבער אים.

יענע ערב שבת ווען ער איז צום ערשטן מאל אין יארן געגאנגען אינעם פובליק מקוה, האט ער טאקע געהערט ווי אן ארימער אידל ריפט זיך אן צום חבר: "דו זעהסט דעם איד ר' שמעי, זאלסטע וויסן אז ער האט חובות איבערן קאפ, זיינע גוטע צייטן האבן זיך געענדיגט. איך בין שוין אסאך א גרעסערע עושר ווי אים...''

ריפט זיך דער צווייטע איד אן ''דו נער איינער, ער איז יעצט טאקע א גרויסער בעל חוב, אבער פונדעסוועגן ווען ער וועט יעצט אהיים גיין און זיך זעצן צום שבת סעודה, וועט ער עסן א רייכער סעודה מיט אלע גוטע מטעמים. זיי נישט קיין נער, א ארימאן בלייבט ארימאן, און א עושר בלייבט א עושר''

ווען ר' שמעי' האט דאס געהערט האט ער ממש אויפגעלעבט, יא א עושר בלייבט א עושר!!! ער איז מיט גרויס שמחה אהיים געגאנגען, און טאקע אזוי געטוהן, ער האט געגעסן א רייכע סעודה ווי אלעמאל, כסעודת שלמה בשעתו, ווייל אין שטוב האט אים דערווייל נאך גארנישט געפעלט. ער האט געפראוועט דעם סעודת שבת מיט גרויס פרייד.

נאך שבת האט געבעטן ס'רעביצין זיינע זי זאל נאכאמאל ברענגען די ביכער און ער וועט איבער רעכענען די חשבונות, אפשר איז נאך דא א האפענונג טראכט ער.

ביים איבערקוקן די ביכער האט ער ווידער געזעהן אז די מצב טויג נישט, ער האט גענומען די אלע ביכער און ש'מער ש'ווייניגער צוריסן און צופליקט. זאגענדיג פאר זיין ווייב: "וואס האבן מיר דען פון די ביכער. א עושר בלייבט א עושר!"



ווען דער הייליגע צאנזער רב האט דערציילט אט די מעשה, האט ער געמאכט תנועות מיט זיינע הענט אזוי ווי איינער צורייסט פאפירן. און ווער עס איז דארט געשטאנען האט ממש געזעהן ווי ער צורייסט גזירות רעות פון כלל ישראל!


וואס מיינט ''א עושר בלייבט עושר''?

מיר אידישע קינדער, מיר זענען קינדער פונעם מלך מלכי המלכים, אונזער גרויסן טאטן אין הימל.
'בנים אתם לד' אלקיכם'
קומט דאך אויס אז 'רחמינו כרחם אב על בנים' מיר זענען ווערד אז הקב''ה זאל זיך אויף אונז מרחם זיין אזוי ווי א טאטע האט אויף זיין קינד רחמנות.

איי די חשבון שטימט נישט? מיר האבן זיך פארשולדיגט?

פונדעסוועגן זענען מיר זיינע קינדער, און א טאטע האט רחמנות אויף זיינע קינדער.

צורייסן ביכער קענען מיר טאקע נישט, אבער עס איז פארהאן ביי אונז אן עצה

'ותשובה ותפילה וצדקה, מעבירין את רוע הגזירה'


און מיר בעטן פון אונזער טייערע טאטע:

פאטער ליבער 'א קינד בלייבט א קינד!'
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6970

Re: א עושר בלייבט א עושר!!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שטארק! אייגנס? מורא'דיג. אכי"ר.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3933
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13437

Re: א עושר בלייבט א עושר!!

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שטארק!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3933
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13437

Re: א עושר בלייבט א עושר!!

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 7:04 pm שטארק! אייגנס? מורא'דיג. אכי"ר.
ער שרייבט דאך אז דער הייליגער צאנזער רב האט עס אזוי געזאגט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1317

Re: א עושר בלייבט א עושר!!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 7:04 pm אייגנס?
געזעהן אין א גליון א שטיק צייט צוריק, עך קען זיך נישט דערמאנען ווי.
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
שרייב פאוסט