נו, כסדר הערן מיר פרייטאג צונאכנטס פונעם רבי'ן אז 'מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול'...כא כא כא האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 21, 2024 9:59 pm געווען א סענזאציע אין גרויסן
ס'איז געווען 12 חתנים מיט א תוכחה ווי מ'קען נישט מאכן צופיל הוספת און היפש א קליינע סדרה, האט דער רבי זז"ג געזאגט פארן גבאי איך גיב אוועק שישי און מיך וועסטו געבן הגבה
וכך הוה פאר הגבה האט דער רבי געגעבן די נעמען און געגאנגען הגבה אן די שטריימל.
סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

ביהמ''ד החדש לב אהרן
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=b ... sQRK0dJAal

אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
.
- פיילס
-
- IMG-20240925-WA0383.jpg (217.02 KiB) געזען געווארן 1957 מאל
-
- IMG-20240925-WA0382.jpg (155.03 KiB) געזען געווארן 1957 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זיי מסבירירא השם האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:57 amנישט טראץ וואס זיי האבן נישט[spoil]לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 12:10 am WOW WOW
הערליך! פיניש טו די דיטעיל. א פראכט!
מ'קען זאגן, די זעקס גרויסע שולן אין וויליאמסבורג איז א כבוד פאר די קהלה, א כבוד פאר ציבור און א כבוד פארן רבי'ן זאל זיין געזונט.
טאקע נישט נאר בכמות נאר באיכות, געפאקטע שולן שבת און יו"ט, ווארימע תפילות, א ערליכע ציבור, און אויסגערופענע מורה הוראה.
כ'בין אריינגעפאלן שוין עטליכע מאל ביינאכט אין בנין בראך, די היכל בית המדרש איז געשטאפט מיט לומדי תורה, א נחת.
[/spoil]
די קהלה האט טאקע נישט קיין וועכענטליכע אויסגאבעס און קיין דראונס, אבער מ'מעג עס אמאל ארויסברענגן לשבח.
כה לחי פאר די עסקנים!
נאר טאקע ווייל זיי האבן נישט
יחי ההבדל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
טאקע ברך משה אויף DA wieder איז טאקע געואורן באצאלן נישט דורכן קאמיוניטי רום געזעץ...
בויען אין סיטי קאטס מינימום 4 מאל אזוי געלט און בערך 20 מאל מער עגמת נפש ווי אפסטעיט
(אבער העמיר לאזן די קינדערלעך ווייטער זיך קריגן וועמענס טאטע האט א שטערקערע פאסיק)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9595
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ההרים והגבעות יפצחו!
די וואך האט די הנהלה פון "ממלכת התורה", די 6 סאטמארע ישיבות קטנות אין וויליאסמבורג, באוויזן צו "קלאוזן" און ענדגילטיג אפקויפן דעם "4'טן אייגענעם קעמפ" פאר די ישיבות קטנות.
דער קעמפ איז שוין געווארן גענוצט עטליכע יאר און זייענדיג א געלונגענער פלאץ האט מען געשריבן א קאנטראקט דאס אפצוקויפן, אבער מערערע עיכובים האבן עס אפגעהאלטן פון ווערן אויסגעפירט. די וואך האט ב"ה די הנהלה באוויזן צו דערגרייכן די פריידיגע מינוט, און געקלאוזט אויפ'ן מקח.
דאס איז צושטאנד געקומען דורך א גרויסע נדבה פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, וואס האט זוכה געווען אפצוקויפן דעם זכות פונעם קעמפ וואס וועט טאקע טראגן דעם נאמען מחנה ראזענבערג "הדר צבי" לע"נ זיין פאטער מו"ה צבי ראזענבערג ע"ה.
אינעם מקח זענען געווען שטארק אינסטרומענטאל מו"ה אברהם יודא באנדא הי"ו און מיט אים מו"ה צבי (הערשל) זילבערשטיין הי"ו, און אזוי אויך די הנהלת מוסדות סאטמאר וומסב"ג ה"ה מו"ה יחזקאל דוד בערקאוויטש חבר הנהלת המוסדות, און מו"ה יואל וועלץ אדמיניסטראטאר.
והגיענו לזמן הזה, כן יגיענו לרגלים אחרים.
א בליק אויפ'ן הערליכער קעמפ:
https://www.google.com/maps/place/689+N ... FQAw%3D%3D

- Screenshot 2024-09-25 181303.jpg (203.9 KiB) געזען געווארן 1570 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פאר וועלכע ישיבה?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 6:12 pm ההרים והגבעות יפצחו!
די וואך האט די הנהלה פון "ממלכת התורה", די 6 סאטמארע ישיבות קטנות אין וויליאסמבורג, באוויזן צו "קלאוזן" און ענדגילטיג אפקויפן דעם "4'טן אייגענעם קעמפ" פאר די ישיבות קטנות.
דער קעמפ איז שוין געווארן גענוצט עטליכע יאר און זייענדיג א געלונגענער פלאץ האט מען געשריבן א קאנטראקט דאס אפצוקויפן, אבער מערערע עיכובים האבן עס אפגעהאלטן פון ווערן אויסגעפירט. די וואך האט ב"ה די הנהלה באוויזן צו דערגרייכן די פריידיגע מינוט, און געקלאוזט אויפ'ן מקח.
א בליק אויפ'ן הערליכער קעמפ:
https://www.google.com/maps/place/689+N ... FQAw%3D%3D
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9595
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
@נפתלי כ'בין נישט זיכער. איך מיין אז ס'איז נישט יעדעס יאר די זעלבע, ווער עס גייט וואו.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
עפ״י פקודת כ״ק אדמו״ר הגה''ק שליט״א ביום א׳ סליחות תיכף נאך סליחות וועלן אין אלע בתי מדרשים געזאגט ווערן תהלים - הקטנים עם הגדולים פון קאפיטל צ׳ ביז ק״ז - להעביר את רוע הגזירה גיוס בני ישיבות
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
.
- פיילס
-
- IMG-20240925-WA0058.jpg (263.33 KiB) געזען געווארן 1257 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12221
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בצילא דמהימנותא
מיטוואך נצו"י:
היינט ארום 6:15 איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות אויף די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם בראך הי"ו - לעיקוואד, און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומענדיגן ערב יוה"ק אין שטאט ראצפערט.
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות וואו דער נדבן האט מנדב געווען א ריזן סכום פאר ביהמ"ד הגדול אין לעיקוואד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.
~~

דער רבי קומט יעצט אן אין ביה"ח דקהלתינו הק' אין קרית יואל צום לויה פון הרה"ח ר' טובי שרייבער ע"ה.

בצל הקודש
רבינו שליט"א ביי סיום כתיבת האותיות בביתו נאוה קודש פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם בראך הי"ו פון לעיקוואד, און ווערט אריינגעגעבן ערב יוה"ק אין שטאט ראצפערט אונגארן, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט א זכות נכבד בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד.

- IMG_20240926_010534_925.jpg (200.69 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
-
- IMG_20240926_010534_987.jpg (230.65 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
-
- IMG_20240926_010534_595.jpg (188.95 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12221
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12221
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בצל הקודש
=מיטוואך נצו"י=
=מיטוואך נצו"י=
► Show Spoiler
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
שטעל איך מיך פאר אז מען גייט פרינטן טויזענטע קאפיס פון די קאפיטליך ווייל ס'איז נישט דא אין בית מדרש אזויפיל תהלימלעך
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 724
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1186
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
"אסיפת אנשי שלומינו" מאנטרעאל. נשיא קהלתינו ומוסדותינו הק' כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ישמיע דברות קודש דורך א הוקאפ.
משא האסיפה חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה קרית יואל.

- unnamed (7).jpg (222.28 KiB) געזען געווארן 912 מאל
-
- unnamed (8).jpg (190.04 KiB) געזען געווארן 912 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12221
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בצילא דמהימנותא
דאנערשטאג נצו"י:
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה אום 10:30,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגן הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדר הפרטי,
עס זענען אויך אריין די בחורים וואס האבן זיך פארהערט גאנץ מסכת בבא מציעא וואו דער רבי האט פארטיילט י"ב חלות פאר די בחורים.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און פארגעלערנט די לעצטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוה לאוו ליהנות ניתנו',
צום סוף פון די שיעור האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברות קודש בדברי הדרכה פאר די בחורים לקראת די ימי בין הזמנים,
דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 12:40.

- unnamed - 2024-09-26T134621.336.jpg (229.08 KiB) געזען געווארן 784 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פארוואס האט מען געסטאפט אדורכצוגיין וואוונטשען לשנה טובה זייט די רבי וויילט ראש השנה אין קרית יואל?
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 724
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1186
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
*וְכָל הָעָם הֵרִיעוּ תְרוּעָה גְדוֹלָה בְהַלֵּל לַה' עַל הוּסַד בֵּית ה'.*
בית המדרש החדש "לב אהרן" דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וויליאמסבורג.
די רב שליט"א וועט דאווענען שבת קודש אינדערפרי אינעם נייעם פראכטפולע בית המדרש.

- IMG-20240926-WA0011.jpg (316.27 KiB) געזען געווארן 708 מאל
-
- IMG-20240926-WA0012.jpg (294.78 KiB) געזען געווארן 708 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אין יעדע היינטיגע סליחות איז דא תהלים
דארט ווי מ' מאכט באקוועם אבי דער עולם זאל קומען דריקט מען ספעציעלע סליחות ליום ראשון
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12221
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 2:26 pm *וְכָל הָעָם הֵרִיעוּ תְרוּעָה גְדוֹלָה בְהַלֵּל לַה' עַל הוּסַד בֵּית ה'.*
בית המדרש החדש "לב אהרן" דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וויליאמסבורג.
די רב שליט"א וועט דאווענען שבת קודש אינדערפרי אינעם נייעם פראכטפולע בית המדרש.
- פיילס
-
- unnamed (69).jpg (240.6 KiB) געזען געווארן 582 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 978
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1412
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פארגאנגענעם מיטוואך פרשת נצבים וילך ביים דרשה אין ישיבת דרך התורה סניף ב' האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א מודיע געווען אז ווען ער איז געווען בביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און מ'איז איבערגעגאנגען די הצלחה'דיגע יאר וואס איז אריבער אויף ישיבתינו הקדושות, האט דער רבי קורא שם געווען פאר די ישיבה סניף ב' לקראת דעם נייעם שנת הלימודים תשפ"ה הבעל"ט מיט'ן נאמען "ישיבת בשבילי התורה"
די ישיבות דרך התורה זענען ווי באקאנט תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א וואו דער רב דינט אלץ ראש ישיבה און איז פערזענליך אריינגעטוהן בעובי הקורה אין אלע פרטים אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב, זיכער צו מאכן אז די בחורים שטייגן אויס די מערסטע וואס שייך.
דעם פארגאנגענעם דינסטאג אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש פונעם רב שליט"א אינאיינעם מיט די חברי הנהלת הישיבה וואו מ'האט ארומגערעדט איבער דעם נייעם בנין וואס מ'קויפט אפ אין די יעצטיגע טעג פאר'ן באנוץ פונעם ישיבה, און אויסגעשמועסט די מהלכים וויאזוי צו שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות פונעם נייעם שטח.
מיטוואך אין די פארמיטאג שעה'ן ווען דער רב שליט"א איז געווען בקודש פנימה ביי אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז מען איבערגעגאנגען די הצלחה'דיגע יאר וואס איז ברוך השם אריבער אויף די ממלכת התורה ישיבות קטנות אין וויליאמסבורג וואו דער רב שליט"א באזוכט כסדר און דאווענט אינאיינעם מיט די בחורים, און אזוי אויך ווענדט מען זיך כסדר צום רב שליט"א פאר אלע שאלות לדעת את המעשה אשר יעשון,
און די הערליכע פירות וואס איז ארויסגעקומען פון ישיבה לצעירים אין וומ"ס וואו דער רב שליט"א דינט אלס ראש ישיבה, און געפונט זיך דורכאויס'ן טאג בין כותלי הישיבה, זייענדיג עומד בראש אויף אלע חלקים פונעם ישיבה,
דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט א שטארקע קורת רוח די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון אלע סניפי הישיבות נאך א שטארק מוצלח'דיגע יאר וואס איז אדורך בכי טוב.
באזונדער האט מען ארומגערעדט איבער ישיבה קטנה "דרך התורה" וואו דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מ'האט שױן פארענדיגט גאנצע דריי יאר מיט אן אויסטערלישע הצלחה למעלה מן המשוער, און יעצט זעהט מען די הערליכע פירות וואס די ישיבה האט ארויסגעגעבן זיך גרייטנדיג אריינצושיקן די תלמידים בשעטו"מ אין ישיבה גדולה אויף דעם קומענדיגן זמן החורף שנת תשפ"ה הבעל"ט,
און אזוי אויך די צווייטע סניף פון די ישיבה האט אצינד פארענדיגט דעם ערשטן יאר מיט גרויס הצלחה, דערביי האט רבינו שליט"א קורא שם געווען פאר די ישיבה סניף ב' לקראת שנת הלימודים הבעל"ט "ישיבת בשבילי התורה".
אום 3:15 נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף א' בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א,
תיכף ביים אנקומען האט דער רב שליט"א געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך געזאגט די קאפיטלעך תהלים על הסדר פון די תלמידי הישיבה ווי מ'ענדיגט צוויי מאל ספר תהלים אום חודש אלול.
נאך תפילת מנחה האט דער רב שליט"א פארהערט די תלמידי הישיבה שיעור א' אויף די סימנים פון הלכות שבת וואס מ'האט געלערנט במשך דעם גאנצן זמן,
די פארהער האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו א שעה צייט ווי דער רב שליט"א האט פארהערט יעדן תלמיד באזונדער, און פארברענגט מיט דברי תורה אינאיינעם מיט די בחורים, מען האט אויסגעשמועסט צענדליגער הלכה'דיגע שאלות,
ביים ענדיגן האט דער רב שליט"א מפליא געווען ווי גוט די בחורים האבן געקענט, און ארויסגעברענגט לשבח אז מ'זעהט די הערליכע פירות פון וואס דער מגיד שיעור האט אריינגעלייגט אין די תלמידים, און פארשטייט זיך די גרויסע כוחות וואס די בחורים האבן אריינגעלייגט איבערצו'חזר'ן און קענען די גאנצע מקצוע.
ארום 4:30 איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט אלע תלמידי הישיבה,
מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים,
דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען א דרשה,
דער רב שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אתם נצבים היום' וואס ס'שטייט אין זוהר הק' 'היום דא ראש השנה', און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך צוגרייטן צו די געהויבענע טעג, דער רב האט מיט בכיות מעורר געווען װאס ס'וועט זיין אז מ'נוצט נישט אויס ריכטיג די טעג, מ'דארף נאך אויסנוצן די פארבליבענע טעג מיט תשובה ותיקון המעשים,
דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט אז ראש השנה ווערט יעדע איד אין די מדריגה פונעם כהן גדול ווען ער איז אריינגעגאנגען לפני ולפנים.
מ'איז מתפלל אויף חיים, רשעים לעבן דאך אויך, איז װאס איז מען מתפלל, האט דער רב שליט"א געזאגט אז חיים דארף זיין חיים של תורה, א לעבן אן תורה הייסט נישט געלעבט.
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מען ענדיגט דעם יאר, דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלע חסדים, אויף די הצלחה מיט וואס דער יאר איז אריבער, וויפיל מ'האט קונה געווען דעם יאר.
דער רב שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל טאקע קענען אויסנוצן די צייט וואס איז נאך פארבליבן, און אנקומען צום ראש השנה שוין ריין פאר'ן אויבערשטן, מ'זאל האבן א כתיבה וחתימה טובה.
דערנאך האט דער רב שליט"א באזונדער משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה שיעור ג', דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די הצלחה וואס די תלמידים האבן געהאט במשך די דריי יאר, און מ'גייט יעצט ארויס פון די ישיבה ווענט, זאל מען זעהן מיטצונעמען אלעס וואס מ'האט זיך דא אויסגעלערנט, און ס'זאל זיין ניכר אויפ'ן פנים אז מ'האט געלערנט אין 'ישיבת דרך התורה',
דער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער די גרויסע פארהער וואס וועט אי"ה פארקומען נאך סוכות וואו מ'וועט זיך פארהערן די לימודים, מ'זאל זעהן אויסצונוצן די צייט וואס איז נאך פארבליבן און אלעס איבער'חזר'ן אז ס'זאל זיין שגור על הלשון,
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מ'בלייבט תלמידים און אנגעוואונטשן הצלחה אויף די קומענדיגע יאר ווי מ'וועט אריינגיין אין ישיבה גדולה, און זיך ווארעם געזעגנט.
מ'האט געענדיגט אום 5:15, און דער רב שליט"א האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
ארום 7:45 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די טשעסטער געגנט אין קרית יואל,
עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען ניגוני ימים נוראים,

דער רב שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אתם נצבים היום', און ארומגערעדט בעניני חודש אלול, און מעורר געווען די תלמידי הישיבה לתשובה ותיקון המעשים, דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט אז חודש אלול האבן אפי' די צדיקים מורא, און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך צוגרייטן מיט א הכנה דרבה, מ'דארף זיך מאכן א חשבון הנפש וויאזוי די יאר איז אדורך.
צווישן אנדערע האט דער רב שליט"א געזאגט אז היינט ווען איך בין אריין צום טאטן זז''ג, און מ'האט איבערגעשמועסט די הצלחה'דיגע יאר וואס ס'איז אריבער אויף ביידע סניפים פון די ישיבה פון וואס דער טאטע האט מורא'דיג הנאה געהאט און געשעפט גרויס קורת רוח,
האט דער טאטע געזאגט אז די צוויי סניפים דארפן האבן צוויי באזונדערע נעמען, און דער טאטע האט קורא שם געווען פאר דעם ישיבה לקראת זמן החורף הבעל"ט "ישיבת בשבילי התורה".
דער רב שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל זיך קענען גרייטן ווי ס'דארף צו זיין, און מאכן די ריכטיגע הכנה, און מ'זאל האבן א כתיבה וחתימה טובה.
דערנאך האט דער רב שליט"א געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מ'האט געענדיגט ארום 8:40 און דער רב שליט"א האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל