די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 959
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2603

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 7:39 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 5:29 pm מיר האט דערציילט א אינגערמאן וואס זיין קינד אין אוועק ל"ע 2 טעג נאך די MMR וואקסין און איז געווען 18 חדשים אלט (און די דאקטער האט געזאגט אז עס איז געשעהן פון דעם נאר עס געשעהט 1 פון א מיליאן..) אז זייט דעמאלץ געט ער נישט קיין וואקסינען אינטער 2 יאר אלט.
איך האב גערעדט מיט יענעם אינגערמאן. די מעשה איז געווען אנדערש.

1) דאס קינד האט א שעה פריער געמאכט א מאדנע דריי מיט די האנט און אנגעהויבן שטארק וויינען, די מאמע האט זיך דערשראקן, האט זי געגעבן פאר'ן קינד טיילענאל. און פון די טיילענאל איז דאס קינד אוועק, ווי אלע סטאדיס צייגן.

2) דער דאקטאר האט טאקע געזאגט אז דאס קינד איז געווען אין סכנה אדאנק די MMR, נאר ער האט געמיינט צו זאגן אז די איבער-דאזע פון טיילענאל האט נאכמער געשאדט צוליב וואס די MMR האט אפגעשוואכט די אימיון סיסטעם.

3) באמת ליגט דא אונטער דעם עפעס אנדערש, עס רעדט זיך פון א שווערע געשעעניש ל"ע, אז דאס קינד איז א טאג בעפאר געווען אויף די גאס אן א מאסק. אויטאמאטיש האט עס אריינגעאטעמט פון א טרעילאר, און די אטעם איז געווארן פארפעסטעמייזד וואס פון דעם איז די לינג געווארן מאניופעדטערד ביז די גאז האט געשעדיגט די לעבער און דאס קינד איז אוועק. די גאנצע MMR און און TYLENOL איז גוט פאר די קאוועראפ.

4) דער דאקטאר האט נישט איבערגעלעבט די טאג וואס ער איז געבוירן געווארן, און ער איז קיינמאל קיין דאקטאר נישט געווארן.

5) באמת איז די מאמע געווען א טאג בעפאר אין גראסערי און באקומען זייער א הויכע ביל. עס האלט אינמיטן ווערן צוזאמגעשטעלט א שטודיע אז א הויכע ביל אין גראסערי פירט צו קינדער מארד.

אלעס וואס איך שרייב איז פירסט הענד אינפא.

א פרייליכן וויאזויהייסטעס.
:lol: :lol: :lol:

כקעניש!!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט