הרה"ק רבי משה ארי' פריינד זי"ע, גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

הרה"ק רבי משה ארי' פריינד זי"ע, גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

כ' אלול

הרה"ק רבינו משה ארי' ב"ר ישראל זי"ע, (פריינד), בעל עטרת יהושע, גאב"ד ירושלים ועדה החרדית,

ער איז געבוירן אין שטאט הוניאד, ו' תשרי בשנת תרס"ד,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי ישראל פריינד אב"ד הוניאד זי"ע, בן הרה"ק רבי אברהם יהושע פריינד בעל מאור יהושע מנאסויד זי"ע, בן החסיד המפורסם מוה"ר משה אריה פריינד ראה"ק בסיגוט זי"ע, בן הרה"ק רבי יהושע קראלער זי"ע, בן הגה"ק רבי יצחק אב"ד פאפא זי"ע, בן הגה"ק רבי אליעזר זי"ע, מגזע הגה"ק בעל השל"ה הקדוש זי"ע,
אויך מגזע פונעם דעם הייליגען רמ"א זי"ע און מהרש"ל המהר"ם און הגה"ק בעל הש"ך זי"ע, וואס דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט זיך אויסגעדריקט אויף די משפחה בזה"ל, "א כשר'ע משפחה"

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה, הי"ד,
בת הגה"ק רבי זאב וואלף גאלדבערגער אב"ד הוניאד זי"ע, בן הגה"ק רבי ברוך זי"ע, מגזע הגה"ק רבי יוסף קארו בעל בית יוסף זי"ע, ומגזע הגה"ק המקובל האלקי רבי שמשון מאוסראפאלי זי"ע.

דעם הייליגען נאמען האט ער געטראגן נאכן זיידן החסיד מפורסם רבי משה אריה פריינד ראה"ק בסיגוט זי"ע וואס צדיקים האבן געזאגט אויף דעם זיידן, אז אפילו זייענדיג א ראש הקהל איז ער געווען א גרויסע קדוש, און מען האט ביי אים געקענט פויעלען גרויסע ישועות.

ער איז געווען א גאון וגדול בתורה ובחסידות, א צדיק אמת און א קדוש וטהור, ער איז געווען א אוהב שלום ורודף שלום, ענוותן גדול ושפל ברך, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות, זיין רעדן איז אייביג געווען בנחת און יעדער איד וואס איז געקומען צו דעם צדיק, האט געפילט אז דא שטייט מען בעפאר א איד א עובד ד' בקדושה ובטהרה, דער צדיק האט אייביג געהאט א שמייכל אויפן פנים און אריין געברענגט שמחה אין יעדן איינעם, ער האט זיך מכניע געווען פאר יעדן ערליכען איד, און אפילו פאר פשוטע מענטשן האט ער אייביג געהאט אן הכנעה.

ווי באקאנט האט דער הייליגער שינאווא רב זי"ע מפרש געווען דעם נוסח, וואס מען זאגט שבת קודש ביים זמר מנוחה ושמחה, "הוּא אֲשֶׁר דִּבֶּר לְעַם סְגֻלָּתו, שָׁמור לְקַדְּשׁו מִבּאו וְעַד צֵאתו," האט דער הייליגער שינאווא רב זי"ע געזאגט אז די ווארט "דִּבֶּר" גייט ארויף אויף א מנהיג ישראל, און דאס מיינט דער פסוק, ווער קען זיין א אמת'ע מנהיג ישראל, דער וואס איז אפגעהיטן בקדושה וטהרה פון ווען ער קומט אויף דער וועלט, ביז ער גייט אוועק פון די וועלט.

דאס קען מען זאגן אויפן הייליגען ירושלימער רב זי"ע, וואס צדיקים וואס האבן אים געקענט נאך פון אלס קינד האבן מעיד געווען, אז ער האט זיך געפירט מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, און ער האט ארויס געברענגט א געוואלדיגע התפעלות ביי אידן וואס האבן אים געקענט נאך פון אלס קינד, ער איז שוין דאן געווען אפגעשייט פון תענוגים גשמיים.

אויך אויף די עלטערע יארן האט מען געזען זיין צהלות פנים, וואס אפילו די דאקטורים אין שפיטאל סוף ימיו האבן באוואונדערט, אז א מענטש וואס איז אין די יארן פון דעם הייליגען רב זי"ע, זאל האבן אזא הדרת פנים ווי דער הייליגער רב האט דאן נאך געהאט, און עס איז מקובל פון צדיקים אז דאס האט מיט די מדרגת הקדושה פון א איד.

אויך דערציילט מען אז בשעת מען האט דעם רב זי"ע אריין געפירט מיטן אמבולנס דעם לעצטן שבת קודש בחייו, און מען האט פראבירט צו סטאבלעזירן דעם מצב, האט דער צדיק וקדוש געהאט איין דאגה, אז ער ליגט אויפן ריקן, וואס דאס איז קעגן די הלכה פון שולחן ערוך, ווייל דאס איז געווען אויפן מחשבה פין דעם צדיק כל ימי חייו.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

דער רב זי"ע האט כסדר געזאגט, אז דער טאטע זי"ע האט זיין גאנץ לעבן געברענט פאר קדושת שבת קודש, און יעדן שבת קודש פלעגט דער טאטע ווען די קינדער זענען נאך געווען גאר קליין, נעמען די קינדער אויפן שויס און געפרעגט דעם מאמר הזוה"ק "מאי שבת" וואס איז שבת, און די קינדער זענען שוין געווען געוואוינט צו ענטפערן "שמא דקודשא בריך הוא" אז שבת קודש איז דעם באשעפער נאמען.

ער איז געווען באוויסט אלס א געוואלדיגע עניו, ער האט באמת ביי זיך געהאלטן אז ער איז גארנישט, דערציילט מען אז איינמאל איז א איד געקומען צום רב זי"ע און געבעטן אז דער רב זאל אים געבן חיזוק, האט דער רב מיט זיין גרויסע עניוות געזאגט, איך אליין פאר מיר ברויך אויך חיזוק.

איינמאל האט א איד געבעטן אז דער רב זאל אים בענטשן מיט א ברכה אויף יראת שמים, האט דער רב מיט זיין שפלות געזאגט, איך ברויך אויך אז מען זאל מיך בענטשן מיט יראת שמים, און ווען איינער איז אמאל געקומען בעטן אז דער רב זאל אים געבן היתר הוראה, האט דער רב געזאגט מיט א תמימות, איך פארשטיי באמת נישט פארוואס אידן בעטן מיר היתר הוראה, איך בין דאך אויך נישט קיין מושלם אין הוראה.

אלס קינד האט ער געלערנט ביים מלמיד החסיד רבי אברהם מארטין זי"ע הנקרא בפי כל "רבי אברהמ'לע אינטערדאמער" וואס איז געווען א געוואלדיגע ירא שמים און א צדיק נסתר און א עובד השם בקדושה.

ער האט זיך מסתופף געווען ביי די צדיקי הדור ובתוכם די הייליגע קינדער פונעם דברי חיים מצאנז זי"ע, הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הרה"ק רבי ישעי'לע מטשחויב זי"ע, וואס די רב זי"ע איז געווען שטארק מקושר לבית צאנז.

נאך ווען ער איז געווען גאר יונג האט אים זיין טאטע אויף גענומען אלס זיין געהילף מיטן פירן דעם ישיבה אין שטאט הוניאד, און ביי די 18 יאר האט אים די זיידע מצרף געווען אלס איינע פון די דיינים בהוראה, צוזאמען מיטן גרויסן גאון הגה"ק רבי אברהם שלמה הכהן כ"ץ אב"ד ריסקווא זי"ע, וואס איז געווען באוויסט אלס איינע פון די גרעסטע מומחים בדיני ממונות.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת בילא ע"ה, בת הגה"ק רבי ברוך גאלדבערגער אב"ד פיר זי"ע, חתן הגה"ק רבי זאב וואלף גאלדבערגער אב"ד הוניאד זי"ע, בן הגה"ק רבי מנשה גאלדבערגער מסטרופקוב זי"ע.

בשנת תרצ"ב ווען די זיידע דער הייליגער נאסוידער רב זי"ע איז נסתלק געווארן, האט דער זון הרה"ק רבי חנוך העניך זי"ע איבער גענומען דאס רבנות אין שטאט נאסויד, אבער ליידער האט ער נישט מעריך ימים געווען און ער איז נסתלק געווארן בשנת תרצ"ג, און זיין זון איז נאך דאן געווען גאר יונג, האט הרה"ק רבי משה אריה גאב"ד ירושלים זי"ע איבער גענומען דאס רבנות אין נאסויד, כדי צו האלטן דאס רבנות, אז ווען דער זון וועט גרויס ווערן זאל ער איבער נעמען דעם פלאץ פון זיין טאטן אין נאסויד, און דאן איז ער אריבער צום שטאט רוגנא, און דארט איז ער געווען פאר א שטיק צייט.

אביסל שפעטער האט אים דער הייליגער צדיק מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע געבעטן צו קומען דינען אלס ראש ישיבה אין די ישיבה אין שטאט סאטמאר, ווי באוויסט האט דער רב זי"ע געהאלטן דעם סאטמאר רבי זי"ע אלס זיין רבו מובהק, אויך איז ער אימאפיציעל געווען דער דומ"ץ אין שטאט סאטמאר, און רבינו הקדוש האט איבער געגעבן דאס הנהגה בהלכה אין זיינע הענט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

ליידער בשנת תש"ד האט ער מיט געטיילט דעם זעלבן גורל ווי א גרויס חלק פון כלל ישראל, און ער איז אנגעקומען צום טרויעריגע לאגער אין אוישוויץ אונטער די הענט פון די דייטשן ימ"ש, דארט האט ער ליידער פארלוירען זיין אשת נעוריו און 8 קינדער וואס דער צדיק האט ליידער מקריב געווען על קידוש השם הי"ד.

אפילו זייענדיג גאר שטארק צובראכן פארלירענדיג זיין גאנצע משפחה, האט זיך דער הייליגער צדיק מחזק געווען און עוסק געווען בתורה ועבודה מיט א מסירת נפש ממש, ער האט דארט געלערנט גמרא בעל פה פון וואס ער האט געדענקט, און אויך געלערנט תורה מיט די אידן דארט אין לאגער, אויך האט ער מיט א מסירת נפש זיך משתדל געווען ח"ו נישט צו מחלל שבת זיין, און אויך נישט צו עסן ח"ו מאכלות אסורות, און דאס אלעס האט ער געטון מיט א געוואלדיגע מסירת נפש,
וויבאלד ער איז געווען געשטעלט אויף די וואסער אין לאגער, פלעגט ער ארום גיין טיילן פאר די אידישע קינדער וואסער, אז מען זאל זיך קענען דער האלטן ביים לעבן, אבער ער האט געפאדערט אז די אידן זאלן מאכן א ערליכע ברכה ווען מען טרינקט וואסער, און כסדר מחזק געווען די אידן, אז דער זעלבער באשעפער פון בעפאר איז נאכאלץ די באשעפער, און ער וועט בקרוב אונז אויסלייזען פון די הענט פון די רשעים.

נאכן באפרייט ווערן בחסדי ד' פון די הענט פון די דייטשן ימ"ש, האט זיך דער צדיק צוריק געקערט צום שטאט סאטמאר, און מיט מסירת נפש אנגעהויבן אויף שטעלן אידישקייט און אויף געשטעלט די קהלה דארט אין סאטמאר.

ער האט נאך די מלחמה חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדיקת מרת פריידא ע"ה, בת הרה"ק רבי פנחס יוסף דאכנער זי"ע, נכד הרה"ק מגארליץ זי"ע, ונכד הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
אבער ליידער האט דער צדיק פארלוירן די זיווג שני און האט ליידער פון דעם זיווג נישט געהאט קיין קינדער.

אפאר יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט בזיווג שלישי.

ווען די קומאניסטן האבן איבער גענומען רומעניע, און עס איז געווארן שווערער און שווערער צו דינען דעם באשעפער, האט דער צדיק בשנת תשי"א זיך אריבער געצויגען קיין ארץ ישראל.

אזוי ווי דער צדיק איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, און זייענדיג א גאון הגאונים און א קדוש וטהור און א לוחם מלחמת ד' מיט א מסירת נפש, האבן זיך אידן יראים ושלמים גלייך מדבק געווען צו דעם צדיק, אידן זענען געקומען צו דעם צדיק אפילו נאר צו כאפן א בליק אויף זיין צורת קדשו, וואס מען האט גלייך געזען אז די קדושה ריעט אויף דעם צדיק.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווען מרן רבינו הקדוש טהור בעל דברי יואל זי"ע האט מייסד געווען דעם סאטמערן ישיבת ייטב לב אין ירושלים, האט ער אויף גענומען דעם רב זי"ע אלס ראש ישיבה אין די ישיבה, און דארט האט דער הייליגער צדיק מרביץ תורה געווען פאר טויזענטער תלמידים פאר איבער 40 יאר כולן שוין לטובה, ביי זיינע תלמידים איז ער געבליבן ביז צו די פטירה מיטן נאמען "דער הייליגער ראש ישיבה".

די קשר וואס דער ראש ישיבה האט געהאט מיט זיינע תלמידים איז ממש נישט צום באשרייבן, ער איז געווען צו זיין ווי א טאטע צו זיינע אייגענע קינדער, מיט יעדן פון זיינע תלמידים און אויך סתם מענטשן וואס זענען געווען נאנט, האט ער זיך באמת מיט געפרייט ווען עס איז געווען ביי יענעם א שמחה, ווי עס וואלט געווען זיין אייגען קינד, און ח"ו ווען מען איז צו אים געקומען מזכיר זיין א צרה אדער א חולה, האט מען ממש געזען ווי עס טרעט אים צו צום הארץ, ער האט מיט געפילט יענעמס צער און באמת געהאט עגמת נפש אז ביי יענעם איז ל"ע דא א צרה.

זיינע טייערע תלמידים קענען דערציילן הונדערטער מעשיות וואס מען האט געהאט ביי דעם ראש ישיבה, וואס ברענגט ארויס זיין קשר וואס ער האט געהאט מיט די תלמידים, און הונדערטער אידן זענען ביי דעם צדיק געהאלפן געווארן מיט ישועות למעלה מדרך הטבע, צענדליגע מעשיות דערציילט מען ווי דער צדיק האט מתפלל געווען און אינזין געהאט אידן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין, און נישט נאך געלאזט ביז מען איז אים געקומען מבשר זיין די בשורה טובה, אז מען איז געהאלפן געווארן.

בשנת תשט"ו איז ער געווארן א חבר אין דעם וועד בית היתומים בית לפליטות אין ירושלים, ווי עס האבן זיך אויף געהאלטן הונדערטער יתומים און יתומות וואס האבן ליידער נישט געהאט קיין שטוב ווי צו וואוינען, און דער צדיק מיט זיין לב טוב האט גאר אסאך געזארגט פאר די קינדער אז עס זאל זיי דארט גארנישט פעלען.

בשנת תשל"ט ווען כבה נר מערבי און דער צדיק הדור רשכבה"ג מרן רביהקוה"ט זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען דאן אויף גענומען דעם רב זי"ע אלס ראב"ד ירושלים, דארט אויף דעם פאסטן האט דער צדיק געדינט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און לוחם געווען מלחמת ד' און מכריז געווען דעם דבר ד' בירושלים מיט א געוואלדיגע מסירת נפש.

ער איז געווען בידידות מיט אלע רבנים און צדיקים בדורו, יעדער איינער, אפילו די וואס זענען נישט געווען בשיטה ווי אים, האבן דעם צדיק מעריץ געווען און מכבד געווען, ער איז געווען דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה און זיך ארויס געשטעלט אויפן פראנט ווען עס איז געקומען צו סיי וואס האט נוגע געווען בעניני הדת.

אויך האט ער זיך צו געשטעלט צום הייליגען רבין זי"ע קעגן די ציונים, און לוחם געווען אויף יעדן גזירה וואס די ציונים האבן ארויסגעגעבן אויף אחינו בני ישראל בארצנו הקדושה, און בחייו האט ער זוכה געווען צו מבטל זיין גזירות רעות וואס וואלט ח"ו געקענט אראפ פירן אידישע קינדער פון דרך ישראל סבא, אבער דער צדיק וויסענדיג אז דאס עגזיסטענץ פון כלל ישראל ווענט זיך אין מסירת נפש, האט ער זיך ארויס געשטעלט בחרב ובחנות און נישט געלאזט אז מען זאל נאכלאזן קיין זוז כל שהוא פון אידישקייט.

בשנת תשמ"ט ווען דער הייליגער מנחת יצחק זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען אים אויף גענומען אלס גאב"ד העדה החרדית, וואס אויף דעם פאסטן האט ער געדינט ביז צו זיין הסתלקות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז ווען ער איז געווארן גאב"ד ירושלים, האט מען אים געקויפט א שיינעם שטעקן, און דער רב מיט זיין געוואלדיגע עניוות האט געזאגט פארן רעבעצין, אז ער שעמט זיך צו גיין מיטן שטעקן, האט די רעבעצין געזאגט, אז אלע חברי הבד"ץ גייען מיט אזא שטעקן, האט דער רב געזאגט, אוודאי די אלע זענען דאך גרויסע מענטשן, אבער איך וואונדער מיך טאקע פארוואס מען האט מיך אויף גענומען אלס ירושלים רב, מן הסתם האט מיר די מזל צו געשפילט, ווייל דאס האט דער צדיק באמת געהאלטן פון זיך, אז ער איז באמת גארנישט.

בשנת תשנ"ו האט ער אויף געשטעלט די תלמוד תורה חיי עולם המקורית, און אויך א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה, וואס נאכן פטירה האט מען די ישיבה און תלמוד תורה געריפן אויפן נאמען פונעם רב זי"ע "מוסדות רמ"א".

מען קען אפילו נישט מסביר זיין דעם עבודת הקודש פון דעם צדיק וקדוש, וואס אפילו אין זיינע עלטערע יארן האט ער אפגעראכטן אן עבודה וואס א יונגערמאן קען נישט אפרעכטן, און אלעס איז צו געגאנגען מיט א ברען און אש דקדושה, סיי דאס דאווענען, וואס פאר ווער עס האט נאר געהאט די זכי' דאס מיט צו האלטן, ווי דער צדיק זייענדיג א עלטערער איד שטייט און ברענט מיט א התלהבות דקדושה און דאווענט פארן באשעפער.

ווער רעדט נאך פון די טישן, ווי מען האט געזען דעם צדיק ברענען פארן שבת קודש מיט זיין ווארעמע קול פיל מיט נעימות, זיין קידוש די זמירות פון שב"ק אלעס איז געזאגט געווארן מיט א שמייכל און א זיסקייט וואס האט צונומען יעדן וואס איז דארט געווען.

ווער רעדט נאך פון די ימים נוראים ווי דער צדיק האט אפ געראכטן אן עבודה ראש השנה יום הקדוש און סוכות, און ווען מען דערמאנט זיך די הייליגע הקפות פונעם צדיק, וואס אפילו פשוטע אידן האבן געקענט זען אז דער צדיק איז עוסק אין הויעכע ענינים און איז בכלל נישט אויף דעם עולם, ער האט מיט זיינע ווייעדיגע פיס געטאנצען און זיך געפרייט מיט די תורה הקדושה, און יו"ט שנית ווען די אמעריקאנע אידן האבן דאך געהאט דעם צווייטן טאג יו"ט ווען מען איז געקומען צום רב אויף יו"ט, איז דער צדיק געגאנגען זיך מיט פרייען מיט די אידן און געהאלטן פאר א זכי' אז ער קען זיך פרייען מיט די תורה הקדושה נאך א טאג.

וויפיל פון זיינע נאנטע תלמידים קענען מעיד זיין, אז דער צדיק האט געקענט בטעות דורך לערנען די גאנצע נאכט ממש אן זיך צולייגען אין א בעט, און דאס איז געווען מיט א געוואלדיגע פשטות, און ווען דער צדיק האט זיך שוין יא אריין געלייגט אין בעט, איז דאס געווען מיט א הכנה דרבא, ער פלעגט מקפיד זיין צו ליגען אין בעט נישט אזוי באקוועם, כדי ער זאל קענען גרינג אויפשטיין און נישט הנאה האבן צופיל פון די וועלט, און דאס זעלבע איז געווען מיט זיין עבדות האכילה, וואס איז אויך געווען מוקדש נאר כדי צו האבן כח צו דינען דעם באשעפער, גאנצע טעג האט דער צדיק פשוט געקענט פארגעסן צו טועם זיין, און נאר ווען מען האט אים דערמאנט האט ער געגעסן עפעס נאר כדי יוצא צו זיין.

זיינע הייליגע דברי תורה און שו"ת ופסקים זענען געדריקט געווארן אין די ספרים,
ספר עטרת יהושע, על התורה, ועל המועדים, חידושים על הש"ס,
ספר מרא דשמעתתא, מפסקיו בהלכה.

ליידער האט דער צדיק וקדוש נישט איבער געלאזט קיין זש"ק, און ווי עס איז מקובל פון צדיקים הראשונים קען מען ביי א צדיק וואס האט נישט איבער געלאזט קיין זש"ק, גאר אסאך פויעלען ביום היארצייט, וויבאלד דער צדיק וועט זיך זיכער מטריח זיין בעולם העליון פאר ווער עס טוט עפעס לטובת נשמתו.

נסתלק לגנזי מרומים בשיבה טובה בן צ"ב שנה, כ' אלול בשנת תשנ"ו, ומנוחתו כבוד איז אונעם ביה"ח אויפן הר הזיתים אין ירושלים.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

א איד א תלמיד און א גרויסע חסיד פונעם רב זי"ע, איז אמאל געקומען קיין ארץ ישראל און פארשטייט זיך אריין מיט א קוויטל צו זיין רבין, דער הייליגער צדיק האט געליינט דעם קוויטל, און ווען ער ענדיגט ליינען דעם קוויטל פרעגט ער דעם איד, די נעמען אונעם קוויטל שטימען, דער איד קוקט איבער דעם קוויטל און זאגט אז יא, אבער אזוי האט זיך עס איבער גע'חזר'ט אפאר מאל,
ביז דער איד האט איבער געקוקט דעם קוויטל האט ער געזען, אז צוויי פון זיינע שנירן האבן זייער ענדליכע נעמען, (ווי למשל רחל בת בילא, און די אנדערע בילא בת רחל), און דער איד זיך יאגענדיג האט געמאכט א טעות, דער איד האט גלייך פאראכטן דעם טעות און איבער געגעבן דעם קוויטל פארן רב זי"ע, האט זיך דער רב אנגערופען מיט זיין עניוות און א שמייכל, אוודאי וועט מען שוין זאגן אז דאס איז א מופת, אבער באמת איז איינע פון די נעמען א קרוב מיינער.

א איד וואס איז געווען גאר שטארק מקורב ביים רב זי"ע, און איינע פון די קינדער זענען אויך געווען גאר נאנט צום רב זי"ע, איז דער טאטע געקומען מזכיר זיין דעם בחור פאר א שידוך, און דער רב האט אייביג שיין אנגעווינטשן אז דער בחור זאל א חתן ווערן בקרוב,
אבער ווען דער בחור איז געווארן 21 יאר אלט איז דער טאטע געקומען צום רב, און זיך גע'עקש'נט אז ער גייט נישט ארויס ביז די רב איז אים מבטיח אז דער זון וועט א חתן ווערן, דער צדיק האט זיך פארטראכט, און דאן זאגט ער פארן טאטן, די כלה איז דאך נאכנישט קיין 18 יאר אלט, כך הוה אפאר וואכן שפעטער איז דער בחור א חתן געווארן, און געציילטע טעג בעפאר דעם שידוך איז די מיידל געווארן 18 יאר אלט,
א איד וואס איז געווען גאר נאנט צום הייליגען רב זי"ע האט געהאלטן אפאר יאר נאך די חתונה, און נאכנישט זוכה געווען צו קיין קינדער, ער האט זיך כסדר מזכיר געווען ביים צדיק און געבעטן פאר א ישועה.

איינמאל איז ער אריין חודש תשרי צום רב זי"ע, און ער האט געגעבן א קוויטל, און אויך געגעבן א שיינעם סכום פאר די מוסדות פונעם רב, וואס ווי באקאנט זענען די מוסדות אין ארץ ישראל געווען גאר שטארק חביב ביים צדיק, אזוי ווי דער צדיק ליינט די קוויטל, זאגט ער פאר דעם איד, די בוסט שוין א געהאלפענער, זאגט דער יונגערמאן וואס הייסט איך ווייס נישט דערפון, אבער ברכת צדיק עושה רושם, און 9 חדשים שפעטער האט דער איד געהאט א בן זכר.

הרה"ח רבי שמואל מרדכי שווארץ מגיד מישרים בירושלים זי"ע האט דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון הרה"ח רבי שמחה עקשטיין ע"ה, וואס איז געווען א גרויסער עסקן אין ירושלים און געהאלפן אסאך בחורים מיט די גזירה פון דינען אין די מיליטער, איין מאל האט זיך געמאכט אז א בחור איז ליידער געשלאגן געווארן אויף די נערווען, די עלטערן זענען געווען זייער אנגעווייטאגט און נישט געוויסט וואס צו טון,
מען איז געקומען מזכיר זיין דעם בחור ביים רב זי"ע, האט דער רב געלאזט רופן רבי שמחה עקשטיין ע"ה און געהייסן, אז מען זאל באקומען א מעדעצין וואס מאכט אז מען זאל שלאפן פאר 48 שעה אין איין צו, און מען האט דאס געגעבן פאר דעם בחור,
לפלא ווען דער בחור האט זיך דערוועקט, איז ער געווען כאחד אדם אינגאנצן געזונט, ווען מען איז געוואר געווארן פון די רפואה וואס דער רב זי"ע האט געהייסן טון, האט מען געמיינט אז דאס איז א רפואה לכל, אז מען קען דאס ניצן פאר אנדערע אויך, האט אבער די רעבעצין דערציילט, אז די רב זי"ע איז די גאנצע 48 שעה חוץ פון דאווענען און לערנען, געזעצן מיט א תהילים און איינגעריסן פאר דעם בחור'ס געזונט, ווי צדיקים האבן געזאגט בּוֹרֵא רְפוּאוֹת, נישט נאר ער האט באשאפן רפואות, נאר נוֹרָא תְהִלּוֹת ער האט מיט זיינע הייליגע תפילות אויסגערייניגט דעם נשמה פונעם בחור און צוריק געברענגט געזונט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט איז רבי משה ארי' זי"ע געווען שטארק באהאווענט אין תורת הנסתר, און אפילו ער האט דאס שטארק באהאלטן פון די שטוב מענטשן, האט מען דאס אסאך מאל אימווילענדיג באמערקט, דערציילט מען אז דער רב זי"ע האט געהאט א מנהג ערב שבת קודש, ווען ער האט אנגעטון דעם שטריימל, האט ער דאס אראפ געווארפן אויף דער ערד, און דאס אליינס אויף געהויבן, אבער ער האט קיינמאל נישט מגלה געווען דעם סוד פארוואס ער טוט דאס, אויך ווערט דערציילט אז ביים לייגן די תפילין האט ער די רציעות א ווארף געטאן, און דאן צוריק געשלעפט צו זיך, בסוד קדושים מי יעמוד.

דערציילט מען אז דער רב זי"ע איז דאך געווען אויסגעטון פון סיי וואס האט געהאט מיט עולם הזה, ער איז געווען גאר שטארק קעגן בילדער און ער האט געזאגט אז אויף בילדער ריעט א רוח טומאה און זיך קיינמאל נישט געלאזט פאטאגרעפירן, ווער רעדט נאך פון א שפיגל.

איז ער אמאל געווען ערגעץ, און דארט איז געווען א וואנט וואס האט געהאט א שפיגל, און בדרך לא דרך האט ער געקוקט אויפן שפיגל, האט ער זיך אנגעריפן צום גבאי, קוק נאר אויף דעם איד דארט ער ענדעלט זייער צום זיידן דער הייליגער נאסאדער רב זי"ע, עס איז אים בכלל נישט איין געפאלן אז דאס איז ער, איינמאל האט דער רב א קוק געגעבן אין א שפיגל בטעות, און נישט וויסענדיג אז דאס איז ער אליין האט ער געזאגט, "ווער איז דער הייליגער צורה דארט".

דערציילט א איד וואס די ווייב איז געווען א מקשה לילד און דאס איז געווען ביינאכט, איז ער געקומען צום רב זי"ע מזכיר זיין דאס ווייב, דערציילט דער משמש בקודש, אז דער רב זי"ע האט זיך געזעצט מיט א תהילים און מיט בכיות געזאגט תהילים די גאנצע נאכט,
פארשטייט זיך א שטיק צייט נאכן מזכיר זיין ביים רב, איז די קינד געבוירן געווארן בשעה טובה ומוצלחת, אבער דער איד האט געטראכט אז ער וועט נישט יעצט שטערן דעם רב אינמיטן די נאכט, נאר ער וועט שוין דערציילן די בשורה טובה מארגען אינדערפרי,
אבער צופרי ווען דער רב טרעפט דעם איד, און פרעגט אים וואס הערט זיך, דערציילט דער איד אז ברוך השם עס איז אים געבוירן געווארן א געזונט קינד, פרעגט די רב ווען איז דאס געבוירן געווארן, האט דער איד געזאגט אינמיטן די נאכט, פרעגט די רב זי"ע פארוואס האסטו נישט אריינגערופן דערציילן די גוטע בשורה, איך בין אויף געווען דאס גאנצע נאכט און מתפלל געווען פאר דיין ווייב, אז אלעס זאל דורך גיין מיט הצלחה, און געווארט אז די זאלסט רופן מיט די גוטע בשורה.

דערציילט מען אז ווען הגה"ק רבי ישראל משה דושינסקי גאב"ד העדה החרדית זי"ע איז נישט געזונט געווארן ליידענדיג אויפן הארץ ר"ל, און דער רב זי"ע איז אים געקומען מבקר חולה זיין, האט ער זיך זייער אויס גערעדט לגבי זיין מצב הבריאות פארן רב זי"ע,
ווען דער רב איז ארויס האבן די נאנטע מענטשן פון הרב דושינסקי געפרעגט, פארוואס ער האט זיך אזוי אויס גערעדט צום רב, מער ווי פאר אנדערע רבנים, האט ער געענטפערט בזה"ל, "אונז ווייסן אז די ריכטיגע אדרעסס איז ביי אים.

דערציילט מען אז דעם טאג ב' סיון ווען עס איז אויסגעפאלן די יארצייט פון זיין ערשטע רעבעצין איון די אכט קינדער קדושים וואס זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם דורך די דייטשן ימ"ש, פלעגט די רב זי"ע זיך איינשפארן ביי זיך אין שטוב און זיך מתבודד זיין און אנצינדען ליכט לעילוי נשמתו פון די קדושים,
איין יאר יענעם טאג ב' סיון, איז א יונגערמאן וואס עס איז אים בשעה טובה ומוצלחת געבוירן געווארן דאס ערשטע קינד עטליכע יאר נאך די חתונה, געקומען מבשר זיין די בשורה פארן רב זי"ע און אפ נעמען מזל טוב, אבער ווען ער איז ארויף געקומען צום שטוב פונעם רב, האט מען אים נישט געוואלט אריין לאזן צום רב, וויבאלד דער רב איז דאן געווען איינגאשפארט,
אבער דער יונגערמאן האט זייער מפציר געווען, און צום סוף האט מען אים אריין געלאזט צום רב, און אזוי ווי די רב האט געהערט דעם בשורה, האט ער געגעבן פארן איד א גרויסע מזל טוב מיט די גרעסטע שמייכל און שמחה, דער איד האט בכלל נישט באמערקט די אלע ליכט אויפן טיש פונעם רב,
אבער בשעת'ן ארוסגיין, האט דער איד באמערקט די ליכט אויפן טיש, און ער האט דאן געפרעגט די גבאים וואס דאס איז, ווען מען האט דעם איד דערציילט וואסערע טאג עס איז יעצט ביים רב, איז דער איד ממש ארויס פון התפעלות, ווי אזוי קען א איד וואס האט ליידער פארלוירן די גאנצע משפחה ביים קריג, אויף נעמען אן אנדערן איד מיט אזא שמייכל און שמחה און אנווינטשן מיט א צהלות פנים מזל טוב, נאר דער הייליגער רב האט בכלל נישט געטראכט פון זיך און אייביג זיך מיט געפרייט מיט יעדענס שמחה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

געווען איז דאס סוף ימיו פונעם רב זי"ע, ווען ער האט זייער געליטן אויף די פיס, אפאר טאג בעפאר פסח האט די דאקטאר פארשריבן פארן רב א שטארקע מעדעצין, און אנגעזאגט אז ער זאל בשום אופן נישט טרינקען קיין וויין און עסן פלייש,
די רב האט ביז פסח געפאלגט דעם דאקטאר און גענומען די מעדעצין, אבער ווען עס איז אנגעקומען פסח אויפדערנאכט, האט די רב בשום אופן נישט געוואלט נעמען די מעדעצין, און ער האט דעם יו"ט פסח געטרינקען וויין פאר די ארבע כוסות און געגעסן פלייש ווי די הלכה איז,
אזוי איז דאס אנגעגאנגען ביז דעם ערשטען טאג חוה"מ, וואס דאן איז די יסורים שוין געווען ממש אימדערטרעגליך, די רב האט פראבירט צו אויפווייזען פאר די רעבעצין אז ער ברויך נישט קיין מעדעצין, אבער ער האט זיך ממש נישט געקענט אויפשטעלן פון בענקל, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט זיך ברעכן און נעמען די מעדעצין אים פסח,
דאן האט די רעבעצין גערופען דעם דאקטאר, און מסביר געווען וואס דא גייט פאר, אז דער רב וויל בשום אופן נישט נעמען די מעדעצין אים פסח, דער דאקטאר האט געזאגט אז ער האט א עצה, אז ער וועט אריין געבן די מעדעצין גלייך אין די פיס, און כך הוה ער האט דאס געטון און די ווייטאג האט זיך בארואיגט, דער רב האט זיך אויסגעדריקט צום משמש אויפן רעבעצין בזה"ל, "זי האט זיך איינגעקויפט עולם הבא", דאס איז געווען די מסירת נפש פונעם רב זי"ע, און אפילו זייענדיג אין גאר גרויסע יסורים, האט ער נישט געוואלט נאך געבן צו נעמען די מעדעצין אים פסח.

די קדושה מיט וואס דער צדיק וקדוש האט זיך געפירט איז ממש נישט צום פארשטיין, ער האט קיינמאל נישט געלייגט די האנט אונטערן גארטל, איין יאר פורים ווען די רב זי"ע האט געטרינקן גאר אסאך וויין, און ווי דער סדר איז געווען ביים רב, אז ער פלעגט אנהייבן די סעודה ביי זיך אין שטוב, און נאכדעם איז ער אריין אין ביהמ"ד פירן טיש,
יענעם יאר האט זיך די סעודה ביי זיך אין שטוב אביסל פארצויגען, און ווען איינע פון די גבאים האבן געזאגט פארן רב, אז עס ווערט שוין שפעט און מען ברויך אריינגיין אין ביהמ"ד, האט דער הייליגער רב זי"ע געזאגט, די גמרא זאגט (קידושין דף ל:), אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש, האט דער צדיק געזאגט איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגענט דעם מנוול, און קיינמאל נישט געברויכט גיין אין ביהמ"ד וועגן אים.

מען דערציילט אז בשנת תשמ"ט האט ער געוויילט אין צפת פאר צורך רפואה, און ער איז איין געשטאנען אין א בנין אויף א העכערע שטאק, און מען האט געברויכט ארויף גיין מיט א עלעוועטאר, איין טאג ווארטענדיג אויפן עלעוועטאר, איז ארויס געקומען א יידיש מיידל פונעם עלעוועטאר, פלוצלונג איז דער רב אויפגעשפרינגען פון פלאץ מיט א שרעקליכע פחד, כדי ח"ו נישט נכשל ווערן מיט א ראי' אסירה, ער איז דאן כמעט אראפ געפאלן די שטיגן, נאר און די לעצטע רגע האט איינע פון די שמשים געכאפט דעם רב, אבער דאס איז געווען די קדושה וואס דער הייליגער רב זי"ע האט געהאט און זיין אפגעהיטענקייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תשכ"ה האט מען זיך געגרייט צו פארן קיין אמעריקע, און די שטאט האט פאר לאנגט אז ווער עס קומט אריין מיז האבן עפעס א ספעציפישע אימוניזעישאן קעגן עפעס א מחלה וואס האט זיך דאן ארום געדרייט, און די רב זי"ע האט נישט געהאט באקומען דעם שאט,
איז מען געגאנגען מיטן רב צום שפיטאל, כדי ער זאל באקומען דעם שאט אז ער זאל קענען פארן, אבער ווען מען איז אנגעקומען אין שפיטאל, איז דארט געווען נאר א פרוי דאקטאר וואס קען געבן די שאט, אבער דער רב זי"ע האט בשום אופן נישט געוואלט לאזן א פרוי אים אנרירען, בלית ברירה האט דער משמש געוואלט צוריק קומען דעם קומענדיגן טאג, אבער דער רב האט געזאגט, "לאמיר ווארטן נאך אפאר מינוט אפשר וועט אנקומען א מאן וואס קען דאס טון",
לפלא נאך אפאר מינוט, איז אנגעקומען א דאקטאר א מאן פון די שפיטאל, און ווען ער האט געזען ווי דער רב זיצט דארט און ווארט, האט ער געפרעגט וואס גייט פאר, האט דער משמש דערציילט אז מען ברויך נעמען די שאט און עס איז דא נאר א פרוי, און דערפאר ווייסט מען נישט וואס צו טון, האט דער דאקטאר געזאגט אז ער וועט דאס געבן פארן רב.

און דער דאקטאר דערציילט, אז געווענליך איז ער שוין לאנג נישט דא אין שפיטאל אזא צייט, נאר פונקט היינט האט ער זיך דערמאנט, אז ער האט עפעס איבער געלאזט אין אפיס, און דערפאר איז ער צוריק געקומען, דאן האט שוין דער משמש פארשטאנען פארוואס די רב האט געבעטן צו ווארטן, און דער רב האט געגעבן פאר דעם דאקטאר א ברכה אז ער זאל אייביג זיין דער גוטער שליח פאר רפואת חולי ישראל,
אויפן וועג אהיים איז מען געפארן מיטן באס, און ארויפקומענדיג אויפן באס איז דארט געזעצן א פרוי פון די תימענע אפשטאם, וואס זי איז געווען אינגאנצן באדעקט אזוי ווי זיי פירן זיך, און דער רב האט נישט געכאפט אז דאס איז א פרוי, און ער האט זיך געוואלט אראפ זעצן נעבן איר, אבער די לעצטע רגע האט דער גבאי געזאגט פארן רב אז דאס איז א פרוי, דעריבער האט זיך דער רב נישט געוואלט מער אראפ זעצן די גאנצע וועג אהיים,
דעם קומענדיגען טאג קומט די רעבעצין און פרעגט דעם גבאי, ווי אזוי איז געווען דעם נעכטיגען באזיך ביים דאקטאר, דער גבאי האט דערציילט די גאנצע מעשה מיטן דאקטאר, אבער די רעבעצין האט ווייטער געפרעגט וואס נאך האט פאסירט,
ווען די גבאי האט געפרעגט די רעבעצין פארוואס זי פרעגט זיך אזוי נאך אויפן באזיך, האט די רעבעצין דערציילט, אז דער רב פאסט היינט די גאנצע טאג, און זי ווייסט נישט די סיבה פארוואס פונקט היינט פאסט די רב, דאן האט דער גבאי געכאפט, אז דער רב האט געפאסט דעם גאנצן טאג, נאר ווייל ער האט זיך כמעט אראפ געזעצט נעבן א פרוי באונס, אפילו ער האט זיך למעשה נישט אראפגעזעצט, ווייל דער צדיק האט זיין גאנצע לעבן געלעבט מיט א געוואלדיגע קדושה, און אפילו עפעס וואס איז געווען באונס און עס איז למעשה נישט געשען, איז ביי אים געווען א פגם וואס ער האט געשפירט אז ער ברויך תשובה טון אויף דעם.

דערציילט מען אז אויף די עלטער יארן, איז דער רב זי"ע שוין נישט קיין סאך געפארן אפילו אויף שמחות, ווייל עס איז אים זייער שווער אנגעקומען, אבער איין טאג האט א איד וואס האט געהאט א גרויסע משפחה מיט קינדער און געווען א שוואכע בעל פרנסה, מכבד געווען דעם רב מיט סנדקאות, און צוליב דעם כבוד פון דעם איד האט די רב זי"ע אנגענומען דעם כיבוד,
אפאר טאג בעפאר דעם ברית, איז א קרוב פון דעם איד געקומען צו דעם איד און געבעטן, אז ער זאל אים געבן סנדקאות, און ער האט אים געזאגט אז ער וועט אים באצאלן דריי טויזענט דאלער פארן כיבוד, דער איד האט געזאגט פאר דעם קרוב, אז ער האט שוין מכבד געווען דעם רב, און ער וויל נישט אוועק נעמען דעם כיבוד, אבער פון די אנדערע זייט קען ער דאך ניצן די געלט,
איז דער איד אריבער צום רב, און דערציילט די גאנצע נושה, אז דער קרוב וויל אים געבן דריי טויזענט דאלער פאר דעם כיבוד פון סנדקאות, אבער דער רב האט געזאגט פאר דעם איד, די מצוה איז שוין מיינס, און אזוי ווי די האסט מיך שוין מכבד געווען, וויל איך נישט אויף געבן אויף די מצוה, און בלית ברירה האט דער איד מסכים געווען און דער רב איז געווען סנדק.

דעם קומענדיגן טאג קלאפט אויפן טיר פון דעם איד דער גבאי פונעם רב, און געט אים איבער א קאנווערט וואס דער רב האט אים געשיקט, ווען דער איד מאכט אויף דעם קאנווערט זעט ער דארט ליגן פינף טויזענט דאלער,
דער איד איז גלייך אריבער צום רב און זאגט פארן רב, אויב דער רב געט מיר דריי טויזענט דאלער קען איך נאך פארשטיין, אז דער רב האט נישט געוואלט אז איך זאל שאדן האבן די געלט וואס דער קרוב האט מיר געוואלט געבן, אבער פארוואס האט דער רב מיר געגעבן פינף טויזענט דאלער,
האט דער רב מיט זיין חכמה און פשטות געזאגט פאר דעם איד, דער קרוב האט דיר געוואלט געבן דריי טויזענט דאלער, כדי די זאלסט אים מכבד זיין מיט סנדקאות, אבער מיך וואס די האסט מיר געגעבן דעם כבוד פון מכבד זיין מיט סנדקאות אן בעטן אפילו, קומט דיר נישט נאך צוויי טויזענט דאלער עקסטער, דאס איז געווען די געוואלדיגע חביבות צו א מצוה פונעם הייליגען רב.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווערט דערציילט, אז בשנת תשמ"ו ווען דער רב זי"ע איז געווען זייער נישט געזונט, מען האט דאן געוואלט זיך ארויס לאזן קיין באסטאן צו אפערירן דעם רב זי"ע, אבער זיין לאגע האט זיך דאן זייער פארערגעט און די מצב איז געווען ממש לעבנ'ס געפאר, און מען האט דעם רב אריין געטראגן אין שפיטאל אינמיטן די נאכט,
אנקומענדיג אין שפיטאל, האט דער דאקטאר אינטער געזיכט דעם רב, און ער האט געזאגט, אז ער וועט קודם אריין שיקן די קראנקען שוועסטער וואס איז געווען א פרוי, און זי זאל קודם איטער זיכן דעם רב, און דאן וועט ער זעהן וואס ער קען גרינגער מאכן פארן רב, אבער לפלא אזוי ווי די פרוי נורס איז אריין געקומען אין שטוב, האט זיך דער צדיק אויס געדרייט צו די וואנט, און בשום אופן נישט געוואלט אפילו רעדן צו די פרוי,
דער דאקטאר האט זיך פאר עקשנ'ט און בשום אופן נישט געוואלט זעהן דעם רב, בעפאר די פרוי נורס אונטער זיכט דעם רב, און אזוי האט זיך דאס אויף געהאלטן פאר א שטיק צייט, און בשעת מעשה איז דער צדיק געווען אין יסורים ממש, אבער ער האט זיך בשום אופן נישט געוואלט ברעכן צו רעדן צו א פרוי,
צום סוף האט דער גבאי איבער גערעדט דעם נורס, אז ער וועט איר איבער געבן אלע אינפארמאציע, און זי זאל גיין זאגן פארן דאקטאר, אז די רב האט איר געגעבן די אינפארמאציע, און דאן האט מען באהאנדעלט דעם רב, אבער דער צדיק האט אפילו זייענדיג אין יסורים נוראים, זיך נישט געבראכען אויף זיין מנהג און זהירות וואס ער האט זיך געפירט זיין גאנץ לעבן בקדושה וטהרה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס קדושה וטהרה מיט וואס דער צדיק האט געלעבט זיין גאנץ לעבן, אפילו נאך פון די יונגע יארן האבן אידן מעיד געווען אויף זיין התנהגות דקדושה מיט וואס ער האט זיך שוין דאן געפירט, ספעציעל איז דער צדיק געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע שמירת עיניים וואס ער האט געהאט, אפילו גייענדיג אויף די גאס האט דער צדיק נישט אויף געהויבן זיינע אויגן קיין סעקונדע ממש, כדי נישט נכשל צו ווערן ח"ו מיט א ראי' אסירה.

דערציילט מען, אז ביי די שידוך זיינער מיטן זיווג ראשון מיט הרבנית הצדקת מרת מרת בילא ע"ה, בת הגה"ק רבי ברוך גאלדבערגער אב"ד פיר זי"ע, וואס משום איזה סיבה איז דער צדיק דער רב זי"ע אויף געוואקסן א שטיק צייט בעפארן שידוך ביים הייליגען זיידן הגה"ק רבי זאב גאלדבערגער אב"ד הוניאד זי"ע, און אויך די רעבעצין מזיווג ראשון מרת בילא ע"ה איז אויף געווואקסן אין שטוב פונעם זיידן, צוליב וואס זי איז געווארן א יתומה זייעדניג נאר 11 יאר אלט,
ווען עס איז געקומען צום שידוך שליסן, האט איינער זיך אנגעריפן צום זיידן די נאסוידער רב זי"ע, אז מען קען זיכער שליסן שידוך אן דעם וואס די חתן כלה זאלן זיך טרעפן, וויבאלד דער חתן איז דאך אויף געוואקסן אינעם זעלבן שטוב ווי די כלה, קענען זיי זיך שוין זיכער גוט איינער דעם צווייטן, האט דער הייליגער זיידע דער נאסוידער רב זי"ע געזאגט בזה"ל, "איך בין גרייט צו שווערן, אז ער האט איר נישט געזען אפילו איין איינציג מאל", דאס איז געווען זיין קדושה וטהרה פון יוגענד אן.

דערציילט איינע פון די גאר נאנטע מקורבים פונעם רב זי"ע, אז ביי די שידוך שליסן פון דעם זיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת מרת פריידא ע"ה, בת הרה"ק רבי פנחס יוסף דאכנער זי"ע, האט דער רב געזאגט, אז וויבאלד די גמרא זאגט (קידושין מ"א ע"א) אמר רב יהודה אמר רב, "אסור לאדם שיקדש את האשה עד שיראנה", האט מען אפ געשמיעסט, אז מען וועט דורך גיין מיטן רב אויף איין זייט פון די גאס, און די כלה וועט דורך גיין אויף די אנדערע זייט פון די גאס, כדי זיי זאלן זיך קענען זעהן איינער דעם אנדערן,
האט ער דערציילט, אז ווען דער רב זי"ע האט שפאצירט אויף די גאס מיט אראפ געבויגענעם קאפ, האט דער צדיק געהאלטן און איין פרעגן "זי איז שוין אריבער, זי איז שוין אריבער", ווען מען האט געענטפערט אז זי איז נאכנישט אריבער, איז דער צדיק ווייטער געגאנגען, און אזוי ווי מען האט אים געזאגט, אז די כלה איז שוין אריבער, איז ער גלייך אהיים געגאנגען, דער צדיק האט קיין איינמאל נישט אויף געהויבן זיינע הייליגע אויגן.

דערציילט איינע פון די גבאים, אז אויף די עלטערע יארן אין ירושלים, זענען צוויי שכנים פונעם רב, וואס איינער האט געוואוינט אויפן אויבערשטען שטאק, און ער האט געוואלט ארויס ציען זיין טאראסע (פארטש), און דער פון אינטען האט גע'טענה'ט אז דאס וועט אים פארשטעלן דאס ליכטיגקייט, און די צוויי האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן, האבן זיי אפ געמאכט צווישן זיך, אז מען וועט אריין גיין צום רב זי"ע אין שטוב, און מען וועט אים בעטן, אז ער זאל דאס פארגלייכן צווישן זיי ביידע,
זיי זענען אריין צום רב זי"ע, און זיי האבן ביידע פארגעלייגט זייער טענות, און זיי האבן געבעטן דעם רב, אז ער זאל פסק'נען וואס מען זאל טון, זיי האבן דאן געבעטן דעם רב, אז ער זאל ארויס קומען אויף די גאס און ארויף קוקען און זעהן וואס די הלכה איז, אבער דער רב האט זיי גארנישט געענטפערט, און פאר זיי האט אויסגעזען אז דער רב איז נישט מסכים צו פסק'נען וואס די הלכה איז,
האבן זיי נאכאמאל געבעטן דעם רב, אז ער זאל ארויס קומען און זעהן וואס די הלכה איז, האט דער רב מיט זיין שמייכל און תמימות געזאגט בזה"ל, "איך האב מיין גאנץ לעבן נישט אויפגעהויבן מיינע אויגן צו קוקען אויף ארויף, ווילט איר אז יעצט, אויף דער עלטער זאל איך ברעכן מיין גדר", דאס איז געווען די גרויסע קדושה ופרישות פון דעם גרויסן צדיק, אז ער האט קיינמאל נישט אויף געהויבן זיינע הייליגע אויגן ארויס צו קוקען פון זיינע ד' אמות
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

איינע פון די תלמידים פונעם רב זי"ע דערציילט, אז נאכן הסתלקות פונעם רב, האט ער זייער געוואלט ארויף שטעלן א נר תמיד העכער ווי דער רב פלעגט זיצן, אז עס זאל דארט ברענען דאס גאנצע יאר לעילוי נשמת דעם רב זי"ע, איז ער אריבער צום שמיד אין ירושלים, וואס איז דרך אגב געווען נישט אזא פרימער איד, און ער האט זייער געבעטן אז ער זאל דאס מאכן ווי שנעלער, אבער דער שמיד האט געזאגט, אז אזוי ווי עס איז יעצט נאנט צו יו"ט, קען ער דאס נישט באוויזן צו מאכן בעפאר יו"ט.

ווען דער בחור האט זיך נישט געלאזט און זייער געמיטשעט דעם שמיד, אז ער וויל דווקא האבן דעם נר תמיד יעצט, האט דער שמיד געפרעגט מיט וואונדער, פארוואס איז אזוי וויכטיג שוין צו האבן דעם נר תמיד, האט דער בחור געזאגט, אז אזוי ווי אונזער ראש ישיבה איז יעצט נסתלק געווארן, ווילן מיר שוין יעצט שטעלן א נר תמיד אויף זיין פלאץ דאס שנעלסטע וואס איז מעגליך,
לפלא האט דער שמיד אויפגעציטערט און געפרעגט מיט וואונדער, "דו מיינסט דעם רב וואס האט געוואוינט אויף רחוב עזרא", האט דער בחור געזאגט, יא פון דעם רב רעדט ער, האט דער שמיד געזאגט, אויב אזוי, וועל איך אפלאזן אלע מיינע באשעפטיגונגען וואס איך טוה, און נאך היינט אין אווענט וועסטו עס קענען קומען אפנעמען, און נישט נאר דאס, איך וועל דיר דאס געבן פאר האלב פרייז".
דער בחור האט זיך גאר שטארק געוואונדערט אויף דעם, פון ווי קען דער פשוטע שמיד דעם רב, האט דער שמיד דערציילט די מעשה, אז א יאר צוריק בעפאר די הסתלקות פונעם רב, האט מען מיך איין טאג געריפן פאריכטען עפעס אינעם שטוב פונעם רב, און ער דער שמיד איז דאן נאך ליידער געווען א פרייער איד, און געגאנגען אן קיין קאפל,
אבער ווען ער איז ארויף געקומען אין שטוב פונעם רב, און ער האט געזען זיין הייליגע צורה, האט אים אנגעכאפט א פחד און מורא, און ער האט גלייך געבעטן אז מען זאל אים געבן א קאפל, ווייל ער וויל נישט גיין מיטן הוילען קאפ פארענט פון דעם צדיק, און זייט דעמאלט האט ער נאכנישט אראפ גענומען זיין קאפל פון קאפ, דאס איז געווען זיין גרויסע קדושה, אז ער האט אפילו אן זאגן עפעס, מעורר געווען אידן צו תשובה נאר מיט זיין הייליגע לעכטיגע צורה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט איינע פון די גבאים, איינמאל איז רבי משה ארי' זי"ע געווען אויף א נסיעה צו קברי צדיקים, און אויפן וועג צוריק האט מען זיך דאנערשטאג מיטאג ארויס געלאזט קיין לאנדאן, און פון דארט האט מען געברויכט נעמען א פליגער קיין ארץ ישראל, אבער צוליב א טעכנישע סיבה האט זיך די פליגער קיין לאנדאן פארשפעטיגט מיט פינף שעה, און דאס האט געמיינט אז מען וועט נישט כאפן דעם פליגער קיין לאנדאן אין צייט,
זייענדיג אויפן פליגער איז דארט געווען נאך א רב וואס האט אויך געברויכט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דער רב האט פראבירט צו פוילן ביי די לופטפעלד ארבעטער, אז מען זאל פראבירן צו אפהאלטן דעם פליגער אביסל, כדי זיי זאלן קענען זיך מיט כאפן מיטן פליגער קיין ארץ ישראל, אבער דער פילאט האט בשום אופן נישט געוואלט מסכים זיין, און וואס מען האט פראבירט האט נישט געארבעט,
דאן האבן די גבאים פונעם רב געבעטן דעם פילאט, אז אויפן פליגער געפינט זיך א גרויסע באוואוסטער רב, און עס וואלט געפאסט אז ער זאל אים גיין באגריסן, און אזוי האבן זיי געהאלטן אז דאן וועט דער רב פראבירן זיך איין צו בעטן ביים פילאט צו אפ האלטן דעם פליגער פון לאנדאן קיין ארץ ישראל, דער פילאט האט מסכים געווען צו גיין באגריסן דעם רב, און ער איז צו געגאנגען צום פלאץ ווי דער רב איז געזעצן,
לפלא אזוי ווי דער פילאט האט געזען די צורה פונעם רב, איז ער ממש דערציטערט געווארן און איבער גענומען געווארן פון זיין לעכטיגע צורה, און דאן האט דער רב פאר געלייגט זיין געבעט, און לפלא האט דער פילאט גלייך געזאגט, אז ער וועט פראבירן וואס ער קען אז דאס זאל צושטאנט קומען, און הפלא ופלא, זיין געבעטן האבן געברענגט די רעזולטאטן, און די חברה אין לאנדאן האבן מסכים געווען צו אפ האלטן דעם פליגער קיין ארץ ישראל,
דאן האט ער געפויעלט, אז מען זאל אים לאזן גלייך לאנדען בעפאר אנדערע פליגער'ס, און ער האט נאך באקומען ערלויבעניש צו פארן גלייך נעבן דעם אנדערן פליגער וואס פארט קיין לאנדאן, און אזוי איז דער רב גלייך ארויף אויפן פליגער, און ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל בעפאר שבת קודש, און די עקספערטן דארט אין לופטפעלד האבן מעיד געווען, אז דאס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט בעפאר, אז די פילאט און אלע ארבעטער זאלן זיך אזוי צו שטעלן צו איינעם, און אלעס דורך נאר א בליק טון אויף די הייליגע צורה פונעם רב זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען, אז ווען דער רב זי"ע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל בשנת תשי"א, האט ער זיך דערוויסט אויף א תלמיד זיינער, וואס איז ליידער פארקראכן פון אידישן וועג, דער רב זי"ע וואס האט זיינע תלמידים געהאלטן ממש ווי אייגענע קינדער, האט דאס זייער גענומען צום הארצן און ער האט ממש נישט געקענט דערטראגן די שרעקליכע צער און ווייטאג, דער צדיק האט ביי זיך געטראכט ווי אזוי ער קען דעם בחור צוריק ברענגען אויפן ריכטיגע וועג,
האט ער באשלאסן צו איינלאדענען דעם בחור צו זיך אויף א שבת, און דער בחור זייענדיג גאר שטארק מקושר צו זיין רבין האט פארשטייט זיך גלייך מסכים געווען, צום וואנדער פון די שמשים האט דער רב דעם בחור גאר שטארק מקרב געווען דעם גאנצן שבת, און בכלל נישט גערעדט צו אים וועגן זיין ירידה אין אידישקייט, נאר אדרבה ער האט אים גאר ווארעם אויף גענומען און מכבד געווען דעם גאנצן שבת,
מוצאי שבת קודש האט דער הייליגער רב זי"ע אריין געריפן דעם בחור צו זיך אין פריוואטע צימער, און דער רב האט אים געזאגט בזה"ל, "זאלסט וויסן אז איך האב נישט קיין איין תלמיד וואס איז אראפ פון גלייכן וועג, און איך בעט דיר, דו זאלסט מיר נישט פארשעמען", לפלא די ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן מיט א לויטערע הארץ און מיט ליבשאפט פון דעם הייליגען צדיק, האט אריינגעדרונגען אין הארץ פון דעם תלמיד, און ער האט טאקע תשובה געטון, און ער האט אויף געשטעלט ערליכע אידישע דורות, אלעס מיט די אמת'ע ווערטער פון דעם רב זי"ע.

מען האט דערציילט, אז דער רב זי"ע האט געהאלטן ביי זיך אין טאש א קעמל, און יעדן טאג נאך די מקוה, האט זיך דער רב זי"ע געמאכט די פיאות און צוזאמען גענומען זיין פיאות און בארד, איינמאל האט מען געפרעגט דעם רב וואס איז פשט פון דעם, האט דער רב מיט זיין געוואלדיגע מידת האמת געזאגט, אז אלס יונגעל האט אים די מאמע געבעטן, אז ער זאל יעדן טאג מאכן זיינע פיאות און זיך צוזאמען נעמען, און דערפאר טוט ער דאס יעדן טאג, כדי צו מקיים זיין מצוות כיבוד אם, ווייל אזוי האט די מאמע געבעטן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

איינע פון די גבאים האבן דערציילט א מעשה פלא, ווי באקאנט איז הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע געווען א תלמיד מובהק פונעם רב נאך פון הוניאד, און דער תולדות אהרן רבי האט געהאט א מנהג, אז בעפאר ער איז געפארן קיין אויסלאנד, איז ער זיך קודם געקומען געזעגענען פונעם רב און געבעטן א ברכה אז ער זאל מצליח זיין אויפן וועג.

איינמאל בעפאר ער איז ארויס געפארן, האט ער אריין געריפן צום רב אין שטוב, און געזאגט אז ער קומט אריבער צו רב זיך געזעגענען, אזוי ווי דער רב האט דאס געהערט, איז ער צו געגאנגען צום ספרים שאנק, און ער האט אפיר געזיכט א געוויסע ספר, און ער האט געבלעטערט אינעם ספר, ביז ער האט געטראפן וואס ער האט געזיכט, און דער רב האט איין געקנייטשט ביי יענעם בלאט,
דער תולדות אהרן רבי זי"ע איז אריין געקומען צום רב אין שטוב, און דער רב האט אים זייער שיין אויף גענומען, פארשטייט זיך אז עס האט זיך געמאכט א שיינעם תורה'דיגע שמיעס צווישן די צוויי צדיקים, און בתוך הדברים האט דער תולדות אהרן רבי געפרעגט דעם רב, אז ער פארט יעצט קיין אויסלאנד, און ער וויל וויסן ווי אזוי ער זאל זיך פירן לגבי קריאת התורה, וויבאלד אין חוץ לארץ האט מען דאן געליינט א אנדערע פרשה ווי אין ארץ ישראל,
לפלא נעמט די רב זי"ע יענעם ספר, און מישט אויף ביים בלאט ווי עס איז געווען איין געקנייטשט, און ווייזט פארן תולדות אהרן רבי דעם פסק הלכה אויף זיין שאלה, דער גבאי איז ממש ארויס פון התפעלות פון די הייליגע אויגן פונעם רב, אז ער האט שוין פאר געזען די שאלה וואס מען גייט אים פרעגן, און ער האט צו געגרייט דעם ענטפער בעפאר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

צו פארשטיין וואס מיינט א איד א צדיק, וואס האט זיך נישט אוועק גערירט פון אן הלכה פון שולחן ערוך, איז פאסיג צו דערציילן די מעשה, איינמאל פורים וואס איז אויס געפאלן אויף א פרייטאג ערב שבת קודש, און ווי דער מנהג ביים רב זי"ע איז געווען, אז ער האט קודם זיך געוואשן ביי זיך אין שטוב, און דערנאך איז ער אריין געקומען אין שוהל און פארגעזעצט די סעודת פורים מיטן עולם,
און ווי דער שטייגער פלעגט דער צדיק טרינקען גאר אסאך וויין לכבוד דעם יו"ט פורים און געווען בגילופין און מקיים געווען דעם עד דלא ידע מיטן גאנצן כוח, און אזוי ווי ער איז אריין געקומען אין שוהל, האט מען דערלאנגט פארן רב די חלה מיט א מעסער, אז ער זאל אויף שניידן די חלה לכבוד פורים, אבער לפלא האט דער צדיק אוועק געשטיפט די מעסער, און האט אפ געבראכן א שטיקל פון די חלה און געגעסן,
דאן האבן זיך די גבאים געכאפט, אז דער צדיק אפילו זייענדיג בגילופין נאכן טרינקען אזויפיל וויין, האט ער אבער געדענקט דעם הלכה אין שולחן ערוך, אז פרייטאג ערב שבת קודש זאל מען נישט שניידן קיין חלה אדער ברויט מיט א מעסער, און דער צדיק האט אפילו דאן אינזין געהאט דעם מנהג און הלכה, אזוי ווי ער האט אייביג געטון.

איינמאל איז די רעבעצין אוועק געפארן אויף אפאר טאג, און ווי דער סדר איז געווען, אז מען האט יעדע נאכט געשיקט א אנדערע בחור וואס זאל שלאפן ביים רב אין שטוב, כדי ער זאל נישט זיין אליין היות זי איז נישט געווען, דערצייילט א בחור א תלמיד וואס איז געווען איין נאכט ביים רב אין שטוב, אז ער איז אנגעקומען אין שטוב בערך נאך חצות ביינאכט,
אזוי ווי ער קומט אריין, זעהט ער דעם רב שטיין אויף די פיס איין פיס אויף א בענקל און דאס אנדערע אויף דער ערד, און אויפן טיש ליגט א בארג מיט ספרים, און דער רב איז מעיין און איז גאר פארטיפט אין לערנען, און ער פארייכערט איין צוגארעטל נאכן אנדערן, דער בחור האט פראבירט צו מאכן גרידער כדי דער רב זאל זיך דערוועקן פון זיין דביקות און נישט זיך דערשרעקן פון זיין אריין קומען, אבער לפלא איז דער רב ווייטער געווען איינגעזינקען אין זיין דביקות, איז דער בחור אריין אין שטוב זיך לייגן שלאפן,
צופרי האט זיך דער בחור דערוועקט אביסל בעפאר פינף אזייגער פארטאג'ס, און צו זיין וואונדער זעהט ער, ווי דער רב זי"ע שטייט אויפן זעלבן פלאץ מיט איין פיס אויפן בענקל און רייכערט איין ציגארעטל פונעם אנדערן און איז פארטיפט אין לערנען, פלוצלונג האט זיך דער וועקער זייגער פונעם בחור צוקלינגען, און דאס האט אויף געקוועקט דעם רב פון זיין דביקות.

גלייך ווען דער רב האט געזען דעם בחור, האט ער געפרעגט וויפיל איז די זייגער, האט דער בחור געזאגט, אז עס איז פינף אזייגער פארטאג'ס, האט דער רב געזאגט מיט א שמייכל ווי צו פארדעקן די גאנצע זאך "און איך האב פארגעסן צו שלאפן", און ער האט צו געלייגט פארן בחור, איך בעט דיך דערצייל דאס נישט פאר די רעבעצין, ווייל זי וועט זיין זייער באזארגט דערפון, דער צדיק האט בכלל נישט געמאכט קיין וועזן דערפון, און דער צדיק האט די גאנצע טאג ווייטער געדאווענט און פאר געלערנט זיינע שיעורים, כאילו ער איז גוט געשלאפן די גאנצע נאכט, עס האט זיך בכלל נישט אנגעזען אויפן צדיק, אז ער איז די גאנצע נאכט אויף געווען און עוסק געווען בתורה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז א איד וואס איז געווען ליידער מיט א קינד אין שפיטאל וואס איז געווען קראנק און מען האט נישט געוויסט וואס מען זאל טון צו בעסער מאכן פאר דעם קינד, איז דער איד אריבער צום רב זי"ע און מזכיר געווען דעם קינד פאר א רפואה בקרוב,
דער רב האט געליינט דעם קוויטל און דאן זאגט די רב זי"ע, דער קינד וועט אהיים קומען בעפאר שבת, דער איד האט געהאט אמונת צדיקים אבער בדרך הטבע האט נישט אויסגעזען ווי דאס קינד קען אהיים קומען אויף שבת,
ערב שבת קודש איז די מאמע געזעצן מיטן קינד אין שפיטאל און מען האט נישט געזען פון ווי די ישועה וועט קומען, אבער דאן איז אונעם דערנעבנדיגן שטוב געווען א קינד, וואס האט אויך געווארט אז א דאקטאר זאל אים זען, יענער משפחה האט געקענט באצאלן פאר א דאקטאר,
ווען דער דאקטאר איז אנגעקומען, האט ער אריינגעוואנדערט אינעם אנדערן שטוב פון דעם אנדערן קינד, און דער דאקטאר האט גלייך געוויסט פון וואס דער קינד ליידט און גלייך פארשריבן דעם ריכטיגען מעדעצין, און אזוי ווי דער הייליגער צדיק האט געזאגט, אויף שבת קודש איז דער קינד שוין געווען אינדערהיים געזונט און שטארק.

רבי הלל דוב גאנץ האט דערציילט, אז בשנת תשנ"ג איז זיין מאמע א עלטערע פרוי ליידער קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, און די מצב האט אויס געזען זייער שווער, און ער איז אריבער צום רב זי"ע וואס ער איז געווען א תלמיד פונעם רב, און מזכיר געווען זיין מאמע לרפו"ש,
דאס איז געווען פורים און דער הייליגער צדיק זייענדיג גוט אנגעטרינקען האט געזונגען א ניגון און בתוך הדברים האט ער געזאגט בזה"ל, "דער באשעפער זאל העלפן זי זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב", לפלא נישט לאנג נאכדעם איז די מאמע געזונט געווארן און נאך געלעבט 20 יאר געזונטערהייט.



זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: הרה"ק רבי משה ארי' פריינד גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

פאוסט דורך אהבת עולם »

א מעשה'לע פונעם רב זצ"ל וואס איך האב היינט געהערט פונעם בעל המעשה.

דער רב פלעגט זיך פירן צו פראווען יעדע יאר שבועות דא אין אמעריקע בצל רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע. אין יאר תשל"ח איז דער רב נישט דא געווען וויבאלד ער איז געקומען גלייך דערנאך לרגל די התייסדות פון קרן הצלה וואס איז פארגעקומען גלייך נאך יו"ט, כ' סיוון. דער מספר העובדא איז אן ארץ ישראל'דיגער און איז אריין צום רב שלום נעמען. דער רב זצ"ל האט אים אויפגענומען און זיך נאכגעפרעגט ביי אים פונקטליך וויאזוי די יו"ט איז אריבער ביין רבין, די טישן און תפילות וכו'.

בין הדברים האט אים דער רב געפרעגט צי דער רבי זי"ע האט פארגעליינט די תנאים און כתובה כנהוג, האט ער גענטפערט אז יא, אבער מען האט שוואך געקענט הערן קולו בקודש צוליב די רביס שוואכע מצב.

דאן האט זיך דער רב אנגערופן "האסט געזען אז דער רבי פארארבעט הויכע זאכן בשעתן פארליינען די תנאים, אסאך מער ווי ביים ליינען די כתובה?" ווען דער איד האט אים אנגעקוקט מיט וואונדער האט זיך דער רב אנגערופן, "יא יא, איך האב שוין לאנג באמערקט אז אזוי איז עס".

דער בעל העובדא האט מיר צוגעלייגט אז דאס אז דער רב זצ"ל האט געזען ווען און וויאזוי דער רבי זי"ע האט אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה און אויפגעטון גדולות בשמים איז א קליינער חידוש, די חידוש איז געווען אז ער האט פארשטאנען פאר א דבר פשוט אז איך -יונגערמאן - זע אויך די זעלבע זאכן. יעדער זעט עס דאך... ער האט זיך געהאלטן אויף די זעלבע מדריגה פון יעדן פשוטן איד- מיט אן אמת!
זכותו יגן עלינו ועכ"יא.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
שרייב פאוסט