השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5048
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8836

השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ברעקינג: אויסנאמליכע געשעעניש!

אין די מינוט'ן איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) אנגעקומען צום "טראמפ טאוער". לויט די ערשטע באריכטן, וועט דער רבי אינאיינעם מיט נאך רבנים ועסקנים האבן א זיצונג מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגע פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ יר"ה, צו שתדל'ען פאר א פלאן פון א פעדעראלע הילף צו באשיצן יהדות ניו יארק פונעם "גזירת החינוך"!

דער באזוך איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס די טראמפ קאמפיין טיעם האט פערזענליך אנגערופן צו די שתדלנים, ארויסקוקנדיג אויפ'ן שטיצע פונעם מאסיווער קרית יואל און ברוקלין בלאק וואוט פון "אנ"ש". נאך מערערע דיונים איז געווארן אויסגעשטעלט א פלאן פון אויסנוצן דעם געלעגנהייט פאר א השתדלות אויף א גרויסער פלאן וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג זאל העלפן צעמענטירן א הצלה-פלאן קעגן די גוזרי גזירת החינוך.

דער היסטארישער מיטינג איז געסקעדזשולט אויף יעצט 10:00.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1383
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2779

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ווען גייט מהרי"י? איך האב געהערט אז ער האט גערופן ביידע אדמורי"ם.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1450
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1480

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שבת קודש »

פארוואס דארפן די טראפ קאמפיין אונזערע שטימען וואס מאכט לכאורה נישט צופיל אויס אין אזא סטעיט ווי ניו יארק?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5048
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8836

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 10:06 am ברעקינג: אויסנאמליכע געשעעניש!

אין די מינוט'ן איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) אנגעקומען צום "טראמפ טאוער", וואו אינאיינעם מיט נאך רבנים ועסקנים וועט זיין א זיצונג מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגע פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ יר"ה, וואו מען האפט צו שתדל'ען פאר א פלאן פון א פעדעראלע הילף צו באשיצן יהדות ניו יארק פונעם "גזירת החינוך"!

דער באזוך איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס די טראמפ קאמפיין טיעם האט פערזענליך אנגערופן צו די שתדלנים, ארויסקוקנדיג אויפ'ן שטיצע פונעם מאסיווער קרית יואל און ברוקלין בלאק וואוט פון "אנ"ש". נאך מערערע דיונים איז געווארן אויסגעשטעלט א פלאן פון אויסנוצן דעם געלעגנהייט פאר א השתדלות אויף א גרויסער פלאן וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג זאל העלפן צעמענטירן א הצלה-פלאן קעגן די גוזרי גזירת החינוך.

דער היסטארישער מיטינג איז געסקעדזשולט אויף יעצט 10:00.

אפדעיט:

דער מיטינג איז געווען מיט'ן זון עריק טראמפ, זיי האבן געזאגט אז אויב וויל מען תכלית וואס זאל אריינגיין אינעם סיסטעם, זאל מען זיצן מיט אים. אבער טראמפ וויל זיך נאך אויך טרעפן פערזענליך מיט'ן רבי'ן ערגעץ נענטער צו די וואלן.

מען האט גערעדט א שעה צייט! צוערשט וועגן אונזער הכרת הטוב אויפ'ן עבר וואס ער האט געהאלפן אידן און אידישע אינטערעסן דאהי אין אמעריקא, און דאן אויפן עתיד האט מען געבעטן אויף מערערע כלל ישראל אישוס, קרית יואל אישוס, האוזינג, און ספעציעל איבער די רדיפת הדת אין אר"י, און איבער די לימודים אין די מוסדות, און צוגעזאגט אן אינדארסירונג אויב קען מען דאס קעגנקומען בע"ה.

א מער דיטעילד באריכט וועל איך אפשר געבן שפעטער.

האדמו"ר מהרי"י האט אן אפוינטמענט אויף 2:00 אי"ה.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1450
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1480

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שבת קודש »

@דער תהלים איד ווער איז דארט געווען מיטן רבי'ן?
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 152
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 183

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פלעשלייט »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 11:54 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 10:06 am ברעקינג: אויסנאמליכע געשעעניש!

אין די מינוט'ן איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) אנגעקומען צום "טראמפ טאוער", וואו אינאיינעם מיט נאך רבנים ועסקנים וועט זיין א זיצונג מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגע פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ יר"ה, וואו מען האפט צו שתדל'ען פאר א פלאן פון א פעדעראלע הילף צו באשיצן יהדות ניו יארק פונעם "גזירת החינוך"!

דער באזוך איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס די טראמפ קאמפיין טיעם האט פערזענליך אנגערופן צו די שתדלנים, ארויסקוקנדיג אויפ'ן שטיצע פונעם מאסיווער קרית יואל און ברוקלין בלאק וואוט פון "אנ"ש". נאך מערערע דיונים איז געווארן אויסגעשטעלט א פלאן פון אויסנוצן דעם געלעגנהייט פאר א השתדלות אויף א גרויסער פלאן וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג זאל העלפן צעמענטירן א הצלה-פלאן קעגן די גוזרי גזירת החינוך.

דער היסטארישער מיטינג איז געסקעדזשולט אויף יעצט 10:00.

אפדעיט:

דער מיטינג איז געווען מיט'ן זון עריק טראמפ, זיי האבן געזאגט אז אויב וויל מען תכלית וואס זאל אריינגיין אינעם סיסטעם, זאל מען זיצן מיט אים. אבער טראמפ וויל זיך נאך אויך טרעפן פערזענליך מיט'ן רבי'ן ערגעץ נענטער צו די וואלן.

מען האט גערעדט א שעה צייט! צוערשט וועגן אונזער הכרת הטוב אויפ'ן עבר וואס ער האט געהאלפן אידן און אידישע אינטערעסן דאהי אין אמעריקא, און דאן אויפן עתיד האט מען געבעטן אויף מערערע כלל ישראל אישוס, קרית יואל אישוס, האוזינג, און ספעציעל איבער די רדיפת הדת אין אר"י, און איבער די לימודים אין די מוסדות, און צוגעזאגט אן אינדארסירונג אויב קען מען דאס קעגנקומען בע"ה.

א מער דיטעילד באריכט וועל איך אפשר געבן שפעטער.

האדמו"ר מהרי"י האט אן אפוינטמענט אויף 2:00 אי"ה.
איך טראכט מהרי"י זאל נישט גיין, נאר אנשטאט דעם, שיקן איינע פון די קינדער...
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3203
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 8934

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך פליט »

IMG_20240918_210201_780.jpg
IMG_20240918_210201_780.jpg (130.11 KiB) געזען געווארן 1942 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5048
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8836

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 12:39 pm איך טראכט מהרי"י זאל נישט גיין, נאר אנשטאט דעם, שיקן איינע פון די קינדער...
פשוט קלאר צו מאכן... טראמפ האט נישט אויסגעשפילט קיינעם און געשיקט זיין זון.

ס'איז געווען קלאר אפגעשמועסט אז די פאלעסי אישוס גייט מען רעדן מיט'ן זון, וואס איז דער אפיציעלער מענטש דערפאר. ס'האט געהייסן אז מעגליך וועט דערנאך טראמפ אליינס אויך אריינקומען זיך רייכן די הענט, און למעשה איז געבליבן אז דאס וועט זיין שפעטער, נענטער צו די וואלן.

דער מיטינג איז ב"ה געווען א סוקסעס למעלה מן המשוער, איך האף עס באלד צו אפשרייבן ווי געזאגט.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 650

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואלף »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:10 pm
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 12:39 pm איך טראכט מהרי"י זאל נישט גיין, נאר אנשטאט דעם, שיקן איינע פון די קינדער...
פשוט קלאר צו מאכן... טראמפ האט נישט אויסגעשפילט קיינעם און געשיקט זיין זון.

ס'איז געווען קלאר אפגעשמועסט אז די פאלעסי אישוס גייט מען רעדן מיט'ן זון, וואס איז דער אפיציעלער מענטש דערפאר. ס'האט געהייסן אז מעגליך וועט דערנאך טראמפ אליינס אויך אריינקומען זיך רייכן די הענט, און למעשה איז געבליבן אז דאס וועט זיין שפעטער, נענטער צו די וואלן.

דער מיטינג איז ב"ה געווען א סוקסעס למעלה מן המשוער, איך האף עס באלד צו אפשרייבן ווי געזאגט.
מיט בילדער פארשטייט זיך...
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3296

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ברענג אהער דעם בחצרות בילד פון דאנעלד מיט להבדיל אאה רבינו
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
הארזים
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:11 pm
x 142

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הארזים »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 11:54 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 10:06 am ברעקינג: אויסנאמליכע געשעעניש!

אין די מינוט'ן איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) אנגעקומען צום "טראמפ טאוער", וואו אינאיינעם מיט נאך רבנים ועסקנים וועט זיין א זיצונג מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגע פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ יר"ה, וואו מען האפט צו שתדל'ען פאר א פלאן פון א פעדעראלע הילף צו באשיצן יהדות ניו יארק פונעם "גזירת החינוך"!

דער באזוך איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס די טראמפ קאמפיין טיעם האט פערזענליך אנגערופן צו די שתדלנים, ארויסקוקנדיג אויפ'ן שטיצע פונעם מאסיווער קרית יואל און ברוקלין בלאק וואוט פון "אנ"ש". נאך מערערע דיונים איז געווארן אויסגעשטעלט א פלאן פון אויסנוצן דעם געלעגנהייט פאר א השתדלות אויף א גרויסער פלאן וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג זאל העלפן צעמענטירן א הצלה-פלאן קעגן די גוזרי גזירת החינוך.

דער היסטארישער מיטינג איז געסקעדזשולט אויף יעצט 10:00.

אפדעיט:

דער מיטינג איז געווען מיט'ן זון עריק טראמפ, זיי האבן געזאגט אז אויב וויל מען תכלית וואס זאל אריינגיין אינעם סיסטעם, זאל מען זיצן מיט אים. אבער טראמפ וויל זיך נאך אויך טרעפן פערזענליך מיט'ן רבי'ן ערגעץ נענטער צו די וואלן.

מען האט גערעדט א שעה צייט! צוערשט וועגן אונזער הכרת הטוב אויפ'ן עבר וואס ער האט געהאלפן אידן און אידישע אינטערעסן דאהי אין אמעריקא, און דאן אויפן עתיד האט מען געבעטן אויף מערערע כלל ישראל אישוס, קרית יואל אישוס, האוזינג, און ספעציעל איבער די רדיפת הדת אין אר"י, און איבער די לימודים אין די מוסדות, און צוגעזאגט אן אינדארסירונג אויב קען מען דאס קעגנקומען בע"ה.

א מער דיטעילד באריכט וועל איך אפשר געבן שפעטער.

האדמו"ר מהרי"י האט אן אפוינטמענט אויף 2:00 אי"ה.
די לעצטע שטיקל פארעכט
מסורה איז ביי מיר די ערשטע זאך.

hoaruzim@gmail.com
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5048
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8836

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@הארזים מהרי"י האט געהאט אן אפוינטמענט און איז געווען געסקעדזשולט צו זיין דארט 2:00.

נאר היות מ'האט געהערט אז טראמפ זעלבסט איז נישט אריינגעקומען נאכ'ן ערשטן מיטינג, הערט מען זאגן אז בית האדמו"ר מהרי"י האט געקענסלט, און געשיקט הרב יעקב בער שליט"א אנשטאט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5048
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8836

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 3:00 pm @הארזים מהרי"י האט געהאט אן אפוינטמענט און איז געווען געסקעדזשולט צו זיין דארט 2:00.

אפדעיט: לויט ווי די אינערליכע (קראנטע) טראמפ געהילפן גיבן איבער פאר די עסקנים, איז יא געווען דער געסקעדזשולטער מיטינג היינט 2:00, און עס זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, זיין זון הרב ר' יעקב בער שליט"א, און הרב טאבאק (איך ווייס נישט ווער דאס דארף צו זיין).

למעשה ווערט דאס נישט געמאלדן פון די אנדערע זייט, ווייס איך נישט וויאזוי צו לערנען פשט. קען איך נאר נאכזאגן.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1383
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2779

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 4:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 3:00 pm @הארזים מהרי"י האט געהאט אן אפוינטמענט און איז געווען געסקעדזשולט צו זיין דארט 2:00.

נאר היות מ'האט געהערט אז טראמפ זעלבסט איז נישט אריינגעקומען נאכ'ן ערשטן מיטינג, הערט מען זאגן אז בית האדמו"ר מהרי"י האט געקענסלט, און געשיקט הרב יעקב בער שליט"א אנשטאט.
אפדעיט: לויט ווי די אינערליכע (קראנטע) טראמפ געהילפן גיבן איבער פאר די עסקנים, איז יא געווען דער געסקעדזשולטער מיטינג היינט 2:00, און עס זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, זיין זון הרב ר' יעקב בער שליט"א, און הרב טאבאק (איך ווייס נישט ווער דאס דארף צו זיין).

למעשה ווערט דאס נישט געמאלדן פון די אנדערע זייט, ווייס איך נישט וויאזוי צו לערנען פשט. קען איך נאר נאכזאגן.

וויאזוי האלט מען אזא זאך בסוד? גלייבט זיך שווער. קיינער האט נישט געזען גיין? קומען? פארן? פליען? גארנישט? זייער שווער גלייך איך אזוי.
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 234

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך totty2024 »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 6:52 pm

אז מפארט אנע עסקארט דארף קיינער נישט וויסן צי מפארט אין ישיבה אדער ערגעץ אנדערש
זילבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 5:00 pm
x 17

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך זילבער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 4:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 3:00 pm @הארזים מהרי"י האט געהאט אן אפוינטמענט און איז געווען געסקעדזשולט צו זיין דארט 2:00.

נאר היות מ'האט געהערט אז טראמפ זעלבסט איז נישט אריינגעקומען נאכ'ן ערשטן מיטינג, הערט מען זאגן אז בית האדמו"ר מהרי"י האט געקענסלט, און געשיקט הרב יעקב בער שליט"א אנשטאט.
אפדעיט: לויט ווי די אינערליכע (קראנטע) טראמפ געהילפן גיבן איבער פאר די עסקנים, איז יא געווען דער געסקעדזשולטער מיטינג היינט 2:00, און עס זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, זיין זון הרב ר' יעקב בער שליט"א, און הרב טאבאק (איך ווייס נישט ווער דאס דארף צו זיין).

למעשה ווערט דאס נישט געמאלדן פון די אנדערע זייט, ווייס איך נישט וויאזוי צו לערנען פשט. קען איך נאר נאכזאגן.
אזוי אמת ווי דער ערשטער תגובה אין דעם אשכול?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5048
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8836

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דעטאלירטע באריכט פונעם פרעצעדענטלאזער השתדלות-מיטינג דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אינעם 'טראמפ טאוער' אין מאנהעטן

ווי ס'שוין ברייט באקאנט און באריכטעט געווארן, האט דער רבי שליט"א היינט גענומען א פרעצעדענט אין השתדלות, ווען ער איז בטירחא דגברא רבה אראפגעפארן צו האבן א פערזענליכע שתדלנות מיטינג אריינצושטעלן גאר וויכטיגע אידישע אינטערעסן אינעם סדר היום און פאליסי-פלענער פונעם געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ.

דער באזוך וואס האט זיך פארצויגן פאר א שעה צייט, איז געווען מיט'ן זון פונעם קאנדידאט, מר. עריק טראמפ, וואס איז דער געהילף פון זיין טאטן ווען עס קומט צו באגלייטן די צוקונפטיגע אדמיניסטראציע פאליסיס און טראנזישאן טיעם.

די פלאן פונעם באזוך האט זיך אנגעהויבן מיט ארום 2 וואכן צוריק, ווען עס איז אריבערגעקומען צום רבי'ן א שתדלן און נאנטער צום טראמפ קאמפיין, הרב יהודה קאפלאן הי"ו פון נארט מיאמי, וועלכע איז א גרויסער געשעפטסמאן אין די פלארידא סטעיט און האט בעבר געהאט אסאך ביזנעס קאנטאקט מיט די טראמפ פאמיליע, און כהיום דינט ער ווי דער פארבינדונגס מאן פונעם קאמפיין צו די חרדישע געזעלשאפטן אויף פארשידענע פראנטן.

הרב קאפלאן האט געבעטן פונעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פונעם קאמפיין אז זיי ווילן אויפסעטן א מיטינג צו הערן אונזערע געברויכן, נאכגעפאלגט מיט א פערזענליכע צוזאמענטרעף מיט'ן קאנדידאט, כדי צו ערהאלטן די אינדארסירונג פון סאטמאר'ס בלאק-וואט.

נאך לענגערע דיונים און אויסשמועסונגען מיט שתדלנים און פאליטישע עקספערטן, האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם באשלוס אז אין אזא צייט ווען דאס יהדות החרדית איז אזוי אנגעוויזן צו ווערן באשיצט פון די וואס ווילן אונז שלעכטס טון ח"ו, איז כדאי נישט צו ארויסלאזן אזא געלעגנהייט צו שתדל'ען ביים קאנדידאט, נאכדעם וואס ער האט שוין בעבר באוויזן אויסצופירן פארשידענע שווערע שריט לטובת אידן אין אמעריקא בכלל ובפרט.

נאכ'ן באשטעטיגן דעם באזוך איז באשטימט געווארן אז מרן רבינו שליט"א וועט היינטיגן מיטוואך 10 אזייגער פארמיטאג אונטערנעמען דעם היסטארישן פרעצעדענט פון השתדלות למען אחב"י, און פערזענליך אראפפארן צום טראמפ טאוער אין מאנהעטן צו א מיטינג.

*

צום באשטימטן מינוט איז דער רבי אריין צום מיטינג מיט א גאר ענגע באגלייטונג ווי פאראויס באשטימט. עס זענען אריין מיט'ן רבי'ן העסקן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, דער קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און העסקן הרב ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, וואס איז א נאנטער פריינט מיט הרב קאפלאן און איז געווען אינסטרומענטאל אין די צוגרייטונגען צו די השתדלות.

אין אנהויב פונעם באזוך, ווען עס איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער רבי קומט דא אין נאמען פון צענדליגער טויזנטער סאטמאר'ע אידן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי, ווי וויליאמסבורג; קרית יואל; בארא פארק; מאנסי; לינדען; לעיקוואד אא"וו, האט דער רבי שליט"א פערזענליך אויסגעדרוקט די שטארקע הכרת הטוב וואס דער חרדישער ציבור אין ניו יארק האט פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט, פאר די פילע ערנסטע שריט וואס ער האט גענומען לטובתינו דורכאויס זיין פריערדיגע פרעזידענטשאפט, ובפרטיות פאר'ן העלפן ענדיגן צייטליך די קאוויד לאקדאונס; דאס שענקען אן אויסלייז פאר הר"ר שלום ווייס הי"ו און הר"ר שלום מרדכי רובאשקין הי"ו; די רעלידזשעס פרידאם וואס ער האט פארשטארקט, הויפזעכטליך מיט די נייע סופרים קאורט דזשאדזשעס וועמען ער האט אריינגעשטעלט, וועלכע האבן שוין גאר אסאך אויסגעפייט לטובת רעליגיע; די פריזאן-רעפארם ביל, און די נאכפאלגנדע באפרייאונג פון הר"ר מרדכי יצחק סאמעט הי"ו; די רעטונג הילף וואס די סאטמאר מאנסי מוסדות האבן ערהאלטן ווען זיי האבן זיך געמוטשעט מיט קאורט קלאגעס מטעם די לאקאלע עירמאנט רעגירונג ביז די פעדעראלע US אטורני'ס האבן געברענגט אן ענדע דערצו; און נאך.

עס איז דערביי געווארן אנגעוויזן אז אונזער גאנצער ציבור האט טאקע ארויסגעוויזן דעם הכרת הטוב! דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר האט ארויסגענומען דאקומענטן, און געצייגט די ציפערן וואס ווייזן אז ווען טראמפ איז געלאפן צו זיין ערשטע טערמין, האט ער באקומען די שטימען פון סאטמארע געגנטער בכלל און קרית יואל בפרט, פון בערך 50% פון די וויילער.

ווידער ווען ער איז געלאפן פאר ווידערוויילונג, ווען ער האט ערהאלטן די אינדארסירונג פון אנ"ש אלס הכרת הטוב, האבן אזויפיל ווי 90% שטימען געגאנגען מיט א לענדסלייד שטימע פאר אים, א זאך וואס האט געברענגט א שטארקע התפעלות און דעמאנסטרירט וויאזוי אונזער מדה פון הכרת הטוב גייט אן גאר שטארק ביי פאליטישע באאמטע, און דער ציבור פאלגט אויס די אינדערסירונגען פון די עסקני הכלל.

*

דאן איז דער שמועס אריבער אויף פאראויס, ווען דער רבי האט אנגעהויבן רעדן איבער'ן עתיד, אויף וואס מיר קוקן ארויס אז טראמפ אלס פרעזידענט זאל אונז קענען ווייטער נאך מער העלפן, בס"ד.

אלס אריינפיר דערצו איז געווארן אויסגעשמועסט אז אונזער וויזיע דא אין אמעריקא איז ווי פאלגנד: אונזער רבי זי"ע, דער גרינדער פון אונזער קהלה און רעטער פון אונזער געמיינדע, איז אהערגעקומען נאך די האלאקאוסט, און אנגעהויבן איבערפלאנצן דא די "אויטענטישע אידישקייט", גענוי ווי אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אין אייראפע בעפאר די האלאקאוסט, אין יענע צייטן זענען געווען שווערע טויזנטער ארטאדאקסישע אידן אויסגעשפרייט אין מערערע שטעט און שטעטלעך איבער גאנץ אייראפע. אט דאס, מיט די זעלבע לעבנסשטייגער, האבן מיר איבערגעפלאנצט דאהי אינעם מלכות של חסד, און ווען די צאל ארטאדאקסישע אידן אין אמעריקא וועט האלטן ביי וויפיל עס איז געווען בעפאר די האלאקאוסט אין אייראפע, מיט'ן זעלבן ארגינעלקייט, וועלן מיר זיין נאנט צו א הצלחה אין אונזער וויזיע.

דעריבער, האט דער רבי אויסגעפירט אונזער בקשה, אז די געטרייע באאמטע און די גאנצע רעגירונג זאלן אונז ווייטער העלפן צוקומען צו אונזער ציל צו בויען ווייטערדיגע דורות און משפחות אויף אונזער איידעלער וועג אן קיין שטערונגען, און דערמיט איז מען אריבער צו די קריטישע נושא וואס ליגט יעדן אויפן סדר היום: חינוך.

דער רבי האט געזאגט אז ער בעט בלויז איין זאך: "די עלטערן" זאלן האבן א "טשויס" אויף די קאריקולעם פון זייערע מוסדות. נישט די רעגירונג, נאר די עלטערן, זאלן מאכן דעם אויסוואל וואס דער סדר הלימוד זאל זיין. ווי ר' גדלי' האט עס אנגערופן מיט'ן אפיציעלן לאזונג "פערענטל טשויס אף קאריקולעם".

מיר ווילן לעבן ווי אידן אין אמעריקא, דער פאקט ווייזט אז אן קיין רעגירונג אריינמישונג האט אונז דא גארנישט געפעלט (ב"ה), אונזער קאפ שארפט זיך אויס מיט 'תלמוד', אונזערע אינגעלייט זענען מצליח אין מסחר, אונזער קאמיונעטי פארמאגט יעדע סארט סערוויס וואס פעלט זיך אויס פארן ציבור סיי פאר רעליגיע און סיי פאר ביזנעס, אונז האמיר א כשר'ע און געזונטע עקאנאמיע וואס מ'דארף בלויז צוהעלפן גיין אזוי ווייטער, נישט פרובירן צו שטערן.

דא איז געווארן אויסגענוצט די געלעגנהייט ארויסצוברענגען, אז מיר ארטאדאקסישע אידן דאהי האבן גארנישט מיט די סטעיט אף איזראעל. "אידישקייט איז טויזנטער יאר אלט, און איזראעל איז קוים 75 יאר" האט דער רבי געזאגט. אונזער אינטערעסע איז נישט איזראעלי פאליטיק, נאר דוקא די פרידן און וואוילזיין פון אלע אידן, און פון אונזער וואוינארט, אמעריקא. מיר קוקן מיט גרויס זארג וויאזוי מדינת ישראל, מיט איר סעקולער גאווערמענט און סעקולער קאורט סיסטעם טוט רודפ'ן ארטאדאקסישע אידן, און מיר בעטן אז טראמפ זאל טון השתדלות אז עס זאל זיין פולע טעלעראנץ פאר חרדי'שע אידן אינערהאלב די פרייע מדינת ישראל. יעצט איז דא אקטיווע גזירות אויף רעליגיעזע אידן אין איזראעל, און דער מציאות איז אז "ארטאדאקסטישע אידן אין אמעריקא האבן מער רעכטן ווי ארטאדאקסישע אידן אין אר"י" ווי דער רבי האט ערווענט, און מיר ווילן זען א טויש.

*

די קלארע און ריינע ווערטער זענען ב"ה געווארן אויפגענומען מיט אן אויסטערלישער פארשטענדעניש, און דאן איז מען אריבער ארומצורעדן איבער נאך עטליכע נושאים וועלכע זענען וויכטיג פאר'ן ציבור דא אין אמעריקא, ספעציעל ניו יארק און ניו דזשערסי.

מען האט ארומגערעדט בכלליות איבער דעם מאסיוון וואוקס פונעם הייליגן שטאט "קרית יואל", ארויסברענגענדיג אז זייענדיג אין די ריעל עסטעיט ליין ווייסט די טראמפ משפחה וואס דאס מיינט, אז א פלאץ וואו ס'איז 50 יאר צוריק געווען א מדבר שממה, איז היינט פארהאן א שטאט פון ארום 8,000 משפחות, באלד 50,000 נפשות בליעה"ר, און איבער 20,000 תשב"ר, בלי עין הרע.

כהיום קומט צו פון נאטורליכע וואוקס אזויפיל ווי 500 נייע משפחות יעדעס יאר בליעה"ר, ציפערן וועלכע האבן אויסטערליש עושה רושם געווען זעענדיג אז מען רעדט דא פון א בליענדע וואוקס וועלכע ווערט אזוי שיין באגלייט און פאדערט אודאי אזויפיל .

עס איז געווארן א שמועס איבער די כוחות וואס מען לייגט דא אריין אז ס'זאל זיין אפארדעבל האוזינג, און עס איז געווארן אויפגעברענגט א נייער רעיון איבער "קאלעדזש סעקשאן 8". דהיינו, אז היות ביי אונזער ציבור האט מען שוין חתונה ב"ה פון די 18 יאר און ווייטער, נאך זייענדיג אינמיטן די קאלעדזש יארן, וואס באדייט אז עס זענען דא טויזנטער אינגעלייט וועלכע זענען פאקטיש אין די קאלעדזש יארגאנג אבער באקומען נישט קיין 'דארמיטארי' נאר צאלן רענט פאר א דירה, וואלט געווען פאסיג זיי זאלן כאטש באקומען עפעס א סארט דין קדימה, אדער א ספעציעלע סארט, פון די סעקשאן 8 פראגראם זיי צו העלפן אויסצאלן זייער דאך איבער'ן קאפ.

דערנאך איז געווארן ארומגערעדט איבער די כשר'ע שחיטה, און דער רבי האט ספעציעל געבעטן מען זאל טון השתדלות מבטל צו זיין א געוויסע שווערע רעגולאציע וועלכע הויערט אז די זאלץ וואס מען נוצט צו זאלצן די פלייש זאל מוזן ווערן דעזאלווד בעפאר'ן אריינגיין אינעם דרעינידזש און סוער, עפעס וואס קען טריפלען די פרייזן פאר כשר פלייש אין אמעריקא.

מען האט אויך ארומגערעדט איבער די אלגעמיינע חלל אין קשר צווישן וואשינגטאן און די חרדי'שע אידן, זינט זייער אסאך מאל קומט אויס אז די ווייסע הויז שטעלט אלס אידישע ליעיזאן אזעלכע וואס פארשטייען בכלל נישט די געברויכן פון די ארטאדאקסישע קאמיונעטי, אפגערעדט פון אזעלכע וואס זענען ענדערשט א ליעיזאן פאר די מדינת ישראל לאביאיסטן. ס'איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער היימישער ארטאדאקסישער ציבור באשטייען פון צענדליגער טויזנטער מענטשן, און עס איז וויכטיג אז וואשינגטאן זאל האלטן מיט אונז א קשר דורך ליעיזאנס וועלכע האבן שייכות מיט אונז, פארשטייען אונזער לעבנסשטייגער און אונזערע געברויכן, און דאס איז נוגע פאר ערליכע תורה-טרייע אידן אין אלע געגנטער באזונדער.

דער מיטינג האט זיך געענדיגט נאך כמעט א גאנצע שעה פון גאר א פארשטענדליכע שמועס, וועלכע האט ווי עס שיינט געווארפן א שטארקע ליכט אויף אונזערע געברויכן און געברענגט שטארקע קלארקייט און אינפארמאציע אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געווען קיינמאל ביז היינט מיט א פרעזידענטליכע אפיס, און עס איז יעדנס האפענונג אז פון רבין'ס מסירת נפש אונטערצונעמען דעם וויכטיגן נסיעה טראץ די פארנומענע זמנים אין וואס מען שטייט, זאל טאקע ארויסגעקומען די געוואונטשענע רעזולטאטן און מען זאל קענען האבן אפענע טויערן בעתיד פאר אלע אונזערע געברויכן בכלל, און די דערמאנטע נושאים בפרט, ועל כולם דער שווערע גזירת החינוך וואס די ניו יארקע עדיוקעישן דעפארטמענט האלט אינמיטן אויספירן מיט א ציל צו צושטערן ח"ו דעם אידישן חינוך אין אמעריקא כמקובל מדור דור, ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר, ובשם ה' נעשה ונצליח.

ותטה לב המלכות עלינו לטובה.
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 234

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך totty2024 »

WOW שכח רבי תהלים איד
מוראדיג!
זילבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 5:00 pm
x 17

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך זילבער »

שכח @דער תהלים איד פארן באריכט,

די חילוק פין טראמפ און ביידען און ניו יארק פארגאנגענע וואלן, שוין אריין רעכענדינג די 90% לענדסלייט פין קרית יואל, איז געווען נאנט צי צוויי מיליאן שטימען,

וויפיל שטימען איז געווען די מערסטע אין די היסטאריע, וואס די סאטמערע בלאק וואוט האט צי געשטעלט, אז איך זאל עכט קענען גלייבן אז טראמפ זיכט און ער איז גרייט עכט עפעס צי געבן אין אויסטויש פאר די סאטמערע אינדארסמענט?
הוחזק כפרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
x 65

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך הוחזק כפרן »

זילבער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 8:42 pm שכח @דער תהלים איד פארן באריכט,

צוויי מיליאן אין ניו יארק סטעיט?

איר דארפט פארשטיין אז פיהל מער ווי א עושר פון ביליאנען איז העפי פאר א קליינע דיעל פון אפאר טויזנטערס איז כ"ש א פאלאטישן ביי אים יעדע סינגעל וואוט א געווינס ובפרט א בלאק וואוט איז פאר אים כמוצא שלל רב

totty2024 האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 8:55 pm

ער פלאנט צו געווינען נ י סטעיט, מ'דארף נישט קיין צוויי מיליאן וואוטס פאר דעם,
אויב די דעמאקראטן זענען נישט אזוי אנטיזיאסטיש מיט זייער קאנדידאט קען ער מיט עטליכע צענדליגע טויזנטער שטימען, עס געווינען.
הוחזק כפרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
x 65

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך הוחזק כפרן »

און בכלל @זילבער אפילו לשיטתך,
דארף מען נישט צוויי מיליאן וואוטס,
ווייל אויב די דעמאקראטן ווילען געווינען די פרעזידענטשאפט, מוזן זיי האבן כאטש צוויי פראצענט מער שטימען אין די פאפולער וואוטס פון רעפאבליקאנער,
אזוי ווי ס'איז געווען אין 16' ווי קלינטאן האט פארלוירן, און זי האט געווינען די פאפולער וואוטס צו צוויי פראצענט.
זילבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 5:00 pm
x 17

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך זילבער »

הוחזק כפרן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 8:43 pm
זילבער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 8:42 pm שכח @דער תהלים איד פארן באריכט,

די חילוק פין טראמפ און ביידען און ניו יארק פארגאנגענע וואלן, שוין אריין רעכענדינג די 90% לענדסלייט פין קרית יואל, איז געווען נאנט צי צוויי מיליאן שטימען,

וויפיל שטימען איז געווען די מערסטע אין די היסטאריע, וואס די סאטמערע בלאק וואוט האט צי געשטעלט, אז איך זאל עכט קענען גלייבן אז טראמפ זיכט און ער איז גרייט עכט עפעס צי געבן אין אויסטויש פאר די סאטמערע אינדארסמענט?
צוויי מיליאן אין ניו יארק סטעיט?
יא,
1,992,889 צי זיין מער פינקטלעכער
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 883

Re: השתדלות און מעגליכע אינדארסירונגען פון אדמורי"ם ביי טראמפ יר"ה

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

איך גלייב אז זיי ווילן אויך די סענאט און קאנגרעס קאנדידאטן
איך וועל אייך באפייפען
שרייב פאוסט