ציכטיג, ריין, לויטער
זיין וועזן אויסגעלייטערט
גלייך פון גן עדן'ס טויער
א מענטשליך געשטעל פארקערפערט
הוי, דער רבי איז נישט דא מער
א לאך אנטשטאנען
טונקל אין די גלידער, לער
הייסע טרערן בלויז פינקלען
בענקעניש, זי ציפט
קדושה, זי איז פארשווינדן
דאס הארץ טריפט
די ליכטיגקייט אנטרינען
פון לויטערע דביקות, א געשטאלט
ווי מאכט מען דאס נאך
פון אפענע אויגן, געוואלד
ווער וועט אנפילן דעם לאך
ליכטיגע תנועות
אלעס פאר'ן באשעפער
ריינע יגיעות
ווער דארף דעם קערפער
קיין ווארט קען טרייסטן
מיר גייען אהיים
דער צדיק זיך געזעגנט
און אונז איבערגעלאזט אליין
נישט דא וואו צו קוקן
דער אור איז פארפינסטערט
נישט דא וואו צו בליקן
מיר זענען איינזאם ערשיטערט
נעבן דעם צדיק בחוש
דעם אויבערשטן געזען מיט די אויגן
אבער דעם זכות מיר האבן נישט
די נשמה איז אוועקגעפלויגן
טרערן פליסן
זיי ווילן זיך נישט שטעלן
דאס הארץ צעריסן
די געפילן קוועלן
רבי רבי, דיר איז ליכטיג
אבער דאס הארץ, זי איז צוזאמגעצויגן
דו ביסט אין הימל, ס'איז דיר רואיג
אבער דיין דמות, עס גייט נישט פון די אויגן
אונטער זאמד, א בערגל
דער הייליגער גוף אליין רוט
אבער איינזאם, מיט א פארטרוקנט גערגל
האבן מיר אהיים געריכטעט די טריט...
איינזאמע יתומים...
איינזאמע יתומים...
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 12
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
- x 65
Re: איינזאמע יתומים...
מורא'דיג פאעטיש און רייך, יעדעס ווארט איז גין-גאלד
שטארק ארויסגעברענגט דעם פארלוסט, און די ציפעדיגע ענדע.... אוי...
שטארק ארויסגעברענגט דעם פארלוסט, און די ציפעדיגע ענדע.... אוי...
Re: איינזאמע יתומים...
ארימע געפילן, רייך באשריבן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 408
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1138
Re: איינזאמע יתומים...
שרייבסט גוט!!
די רבי איז שוין נישט דא, די וועלט האט נישט זוכה געוועהן!
די רבי איז שוין נישט דא, די וועלט האט נישט זוכה געוועהן!
Re: איינזאמע יתומים...
אזוי שטארק ארויסגעברענגט מיינע געפילען
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.