ב"ר: צבי המגיד מוואידיסלאב. חתן: ר' משה אורברגר (אורווערגער) מבענדין. נולד שנת תקכ"ז. רבותיו: היו"ד הקדוש, רבי מרדכי בענט, רבי ירמי' ראזענבוים ממאטסדורף, רבי משה לייב מסאסוב, החוזה מלובלין. מחבר ספר: קול שמחה, שמחת ישראל, מדרש שמחה וש"ס.
מעשה: ווען רבי שמחה בונם מפרשיסחא איז איינמאל אוועקגעפאלן און די מצב האט אויסגעזען זייער שמאל האט מען אין די שטאט פרשיסחא גוזר געווען א תענית און דער גאנצער עולם האט זיך פארזאמלט אין שול מתפלל צו זיין פאר'ן רבין. פונקט דעמאלס איז דורכגעפארן א תמימות'דיגער בעל עגלה וועמען עס האט אנגעכאפט א שטארקן חשק צו א גלעזל בראנפן. קלאפענדיג אויף די פארמאכטע טירן פון דעם קרעטשע, איז ער געוואויר געווארן אז היינט איז א תענית ציבור אין שטאט, ווייל דער צדיק איז קראנק ל"ע. רופט זיך אן דער בעל עגלה: "רבש"ע דו ווייסט דאך יא ווי שטארק איך דארף דעם גלאז בראנפן, הייל אויס דעם צדיק, וועל איך כאטש קענען טרונקען א גלעזל בראנפן". נאך א קורצע צייט איז דער צדיק געזונט געווארן, דאן האט מען אים דערציילט וועגן דעם בעל עגלה מיט די בראנפן און זיין תפילה, האט רבי בונם זיך דאן אנגערופן: "מ'קען קיינמאל נישט וויסן צו זיינע תפילת האבן גע'פועל'ט די ישועה, ווייל א תפילה מיט א תמימות פון טיפן הארץ, איז בוקע רקיעים און האט גאר א גרויסן כח"!!
מדבריו הקדושים: אין פרשת משפטים ביי דינים פון א שואל זאגט דער פסוק (שמות כב, יג), "וכי ישאל איש מעם רעהו ונשבר או מת בעליו אין עמו שלם ישלם". איינער וואס בארגט א חפץ איז מחויב אויף אלע אונסין. פרעגט רבי בונם, אויב אזוי, מיר האבן דאך געבארגט די נשמה פון דעם רבש"ע אויב אזוי זענען מיר חייב אויף שוגג כמזיד ואונס כרצון? זאגט ער, די עצה צו דעם איז, "שויתי ה' לנגדי תמיד" מ'האט דעם באשעפער שטענדיג מיט זיך, ממילא איז "בעליו עמו", איז ער נישט מחויב אויף קיין אונסים. מיט די ווערטער טייטש ער דעם פסוק אין תהילים (כז, ד), אחת שאלתי מאת ה', אותה אבקש שבתי בבית ה'. איין זאך בעט פון אויבערשטן, איך וויל זיין בבית ה', עס זאל זיין בעליו עמו, ממילא וועט ער נישט מחויב זיין אויף שוגג און אונס.
זכותו הגדול יגן עלינו!