רבי אלעזר שפירא איז געבוירן געווארן אין ריבאטיטש אין יאר ה'תקס"ח, צו זיין טאטן רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר ז"ל. און צו זיין מוטער מרת חנה מינדל ע"ה, בת רבי שמואל פון טשיטש ז"ל. ביי די פערצען יאר האט רבי אלעזר חתונה געהאט מיט מרת טויבע חוה ע"ה, בת רבי יהושע העשל האלעס פון דוקלא ז"ל.
מדבריו הקדושים: אין זיין ספר יודעי בינה ברענגט רבי אלעזר לאנצהוט'ער א דבר פלא: מיר האבן א קבלה, אז טראצדעם וואס דער מן האט זיך אויפגעהערט אין מדבר, אבער א רושם איז פארבליבן פאר די ערליכע אידן, ובפרט אין די מאכלי שבת איז מען זוכה דאס שפירן, ווען מ'גרייט זיך צו ווי מ'דארף צום שבת!!
מקום מנוחת קדשו בעיר לאנצהוט יצ"ו. זכותו הגדול יגן עלינו