הכלל.
קעפל: יא, איך LOVE תשעה באב!!!
אן אומגעפרעגטע פראגע און אן אומגעבעטענע געבעט צו דיר מיין פריינט:
צום שיין פונעם פייערל האב איך באמערקט נעכטן דיינע גלאנציגע אויגן, איך האב אויך אויפגעכאפט דיין גערירטע געזיכט, און איך האב באאבאכטעט ווי מיט דיין גאנצע וועזן זינגסטו מיט אזוי הארציג די קומזיץ לידער און ווי דו שאקלסט זיך צו זייער טאקט מיט אייפער, עס האט זיך אנגעזען ווי דו שעפסט פארגעניגן פון די גייסטיגע מאמענטן.
איך האב אויך דערנאך געהערט דיין פאזיטיווע אויסדרוק אויף דעם פארברענג ''מ'האט עכט קאנעקטעד'', און עס איז מיר אויפגעשווימען אין געדאנק דיינע קאמענטארן פון בלויז געציילטע טעג צוריק:
עס איז שוין געווען אינמיטן פון זאגן קינות - וואו איך האב זיך אנגעשטרענגט צו ארויסברענגען די מערסטע געפילן מעגליך - ווען איך האב אויפגעמערקט דיינע שפאטישע קרומע בליקן אין מיין ריכטונג, פון דיינע געזיכטס שטריכן האב איך געלערנט אז עס שמעקט דיר גאנץ ווייניג מיין פרומע אויסברוך. שפעטער האסטו מיר פרובירט צו גריסן מיט אן אויסטערלישע פריינטליכקייט און פרישקייט ווי קיינמאל בעפאר, איך האב עס איגנארירט און בלויז האלבוועגס און פארווע צוריקגעענטפערט, האסטו מיר דאן אריינגעזאגט שארף ''דו ביסט אן עכטע ליטוואק, דו! איך מיין אז פאר דיר לייגט מען אריין די איכה פסוקים אין די מגילה. דו ענזשויסט באמת צו זיין אנגעזעצט''.
עס האט מיר געבאדערט אבער איך האב עס אראפגעשלינגען. איך האב געקלערט צו מיר אז עס זענען פארהאן אלע סארטן נאטורן און ווארשיינליך ביסטו א כאראקטער וואס קען נישט דערליידן טרויער און ווייטאג, דו פארלאנגסט אויסדרוקליך בלויז פרייד און לוסט. איך האב דיר פארשטאנען און אנגענומען.
אבער נאכן בייוואוינען דיין נעכטיגע אויפפירונג האט זיך אנטוויקלט ביי מיר א הארבע פראגע: פארוואס מיין פריינט ווען עס קומט צו א קומזיץ גלייכסטו יא און דו קענסט יא פארשטיין צו ווייטאגליכע טענער, דאן פלוצלינג פארגינסטו זיך יא צו לאזן א טרער צוויי, און נישט נאר דו וועסט זיך נישט שעמען דערמיט, דו וועסט זיך נאך שפירן גאר גוט דערמיט, ס'טייטשט דו גיבסט ארויס דיינע אינערליכע עמאציעס און פיין, דו ביסט אפן מיט דיינע געפילן און דו גיסט זיי אויס, עס איז גאר א געזונטע און געשמאקע געדאנק. און נישט נאר פון א גשמיות'דיגע פערספעקטיוו וועסטו עס אויסלויבן, דו וועסט דיך אויך באקרוינען אלץ איינער וואס קאנעק''ט מיט האשע''ם און שפירן ווי אין א הייליגע גייסטישע וואלקן. אונטערשטע שורה איז אז דו קוועלסט פון יעדע מינוט פון זיצן און זיפצן.
טא, אז איך זע ווי דו אידענטיפיצירסט זיך יא מיט דעם פענאמען, וויל איך דיר עטוואס אויפקלערן און פשוט איינמעלדן אז מיר האבן געוויס ביידע אייניג מענטשליכע ווייטאג און געפילן, און מיר פארמאגן אקוראט די זעלבע דראנג זיי צו ארויסגעבן און אויסדרוקן, נאר איט''ס ע''י מעטע''ר א''ף טעיס''ט, אינדערצייט וואס ווי צודרייט דו וועסט עס אנקוקן האב איך פערזענליך ליב תשעה באב, גייסטו ליבערשט פאר א נחמו קומזיץ. און אנשטאט די היינטצייטיגע לידער זענען מיינע באליבטע טענער די מעלאנכאלישע איכה און קינות נוסחאות, איך מעג נישט?
אויך די ווערטער וואס רעדן צו מיין הארץ זענען קאמפאזירט געווארן דורך אנדערע פאעטיקער ווי רבי אליעזר הקליר און רבי יהודה הלוי און נישט פון...., עס איז אן אנדערע סארט שריפט און גאנג ווי די יעצטיגע זינגען-סטיל פון 'איך, דיר, טאטע, וועמען'. איך פארשטיי אז די אמאליגע 'טישעבאוו' מצב און טענער מאכן דיר גאר דעפרעסט און אראפגעשלעפט, אבער דו אנערקען אויך אז די זעלבע אפעקט האבן אויף מיין זעל דיינע ווארעמהארציגע קומזיץ מעלאדיעס און עס מאכט מיר נערוועז און צושפרונגען.
פאר מיין נאטור איז מער געאייגנט צו קאנעקטן מיט האשעם ווען איך ברענג ארויס ווי פארלאזט מיר זענען דא אין גלות שוין אזוי לאנג, און איך גיס אויס מיין פיין און עמאציעס מיט דעם צוגאנג, און עס מאכט מיר באמת פילן בעסער און ספיריטואל, איך ווער אינספירירט פון זיצן אויף דער ערד צום שיין פון א תשעה באב ליכטל, און ווען איך ליין איבער די ליידן פון אונזער פאלק און די ווייטקייט פון האשע''ם ווער איך עכט עמאציאנעל.
און דערפאר האב איך ליב תשעה באב, דעמאלט איז די טאג ווען מיין פעי''ן פון אגאנץ יאר ווערט אויסגעגאסן, אין דעם טאג קאנעקט איך און איך ענזשוי די טרויעריגע עמאושענע''ל ווייב''ס, [און גראדע פערצופאל האט האשע''ם געבעטן מען זאל זיך אזוי פירן, ווייל ער וויל קאנעקטן צוזאמען מיט אונז אין דעם טאג אויף דעם פארנעם און מיט די לידער, און מוצאי נחמו האט ער נישט פונקטליך אנגעוויזן וויאזוי צו קאנעקטן און איך מיין גראדע אז עס דארף צו זיין מער א טרייסטנדע פרייליכערע צייט, אבער שוין א מינדערוויכטיגע דעטאל].
איך רייס דיר נישט אראפ, און איך קום דיר נישט איינטיילן וואס צו טון, איך בעט דיר נאר איין זאך, פליז פארשטיי מיר ווען איך ווער איבערגענומען תשעה באב, פליז קוק מיר נישט אן מאדנע ווען איך לאז א טרער, און ביטע האלט נישט אז איך בין אראפגעפאלן פון די לבנה ווען איך ווער קאנעקטע''ד מיטן זאגן קינות.
איך מיין אז עס מאכט סענ''ס מיין בקשה
א דאנק פאר דיין פארשטענדעניש
ועל הכלל כולו יצא.