בית ישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 10:11 am
חיים יוסף האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 28, 2024 11:08 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 27, 2024 5:00 pm
עס קען זיין אז זיי 'פלאנען' צו באקומען א מארטגעדזש אן קיין CO. און ס'קען זיין אז די באנק פלאנט אנדערש...
ווי איך פארשטיי דארף נישט זיין קיין פראבלעם צו נעמען א מארגעטש אזוי לאנג ווי די ווילעדזש לייגט נישט קיין סטאפ ארדער פינקט ווי זיי געבען נישט אויב עס איז דא א לין, ווייל גארנישט איז געפיילט קעגן די בילדונג אין עס האט שוין אמאל געהאט א c/o
סאיז מיר נאר יא אינטערעסאנט וויאזוי ער קען ארויס נעמען אזויפיל געלט אויף א congregation owned בילדונג, א באנק זיכט נישט אייבוג די סארט לאונס עס איז אסאך שווערער ווי א לעגאלער commercial loan אין מער פארצענט
עס איז דא אויף בית המדרש הגדול מהרי"י א ריקארדערד לאון פון 2020 פון פינעף מיליאן,
אין אין 2023 פון 4,9 מיליאן, קען זיין עס איז א ריפיינענס אבער איך גלייב נישט מען האט ריפיינענסט א 2020 lower interest rate loan
אבער איך האב געזעהן אז זיי האבן א באנק פון פלארידע וואס האט געגעבן 19,5 מיליאן פאר מהרי"י בית רחל און ב"פ אין 11,6 פאר די בנין התלמיד תורה און ב"פ אין אין די לעצטע יאר אזוי אויך האב איך געזעהן א רעקארדערד לאון אויף די נייע בית רחל YD Goldberger Drive פון 15 אדער 16 מיליאן אין 2022 סוי קען זיין זיי האבן א באנק וואס געט גרינג,
אויב איינער ווייסט מער איבער דעם באנק ביטע לאזן וויסן, סאיז מיר נוגע פאר אן ארגענעזאציע
דאס איז אלעס בפשטות קאנסטראקשן לאוןס וואס דארף ווערן אפגעצאלט ביים פארטיגן בויען.
ביי די קר"י סקול האט ר' משה אלי' געמאלדן די נייעס איין יאר ביי א דינער אז זיי האבן באקומען גאר א גוטע קאנסטראקשן לאון בהשתדלות הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס. און אז מגייט נישט ענדיגן די בנין ווילאנג די גאנצע לאון איז אויסגעצאלט מיט נדבות עד פרוטה אחרונה.
וועלכע באנק געבט דיר א געהעריגע מארגעדזש פאר א בנין נאך פאר סאיז געבויעט?
קאנסטראקשן לאוןס מיינט אז מען בארגט דיך געלט בשעת די בויסט, למשל די ענדיגסט די foundation באקומסטו די ערשטע חלק פון דיין עפראווט לואן ענדיגסט די ביעמס באקומסטו די צווייטע חלק פון וויפיעל די ביסט עפראווט אין אזוי ווייטער, אין די מיזט ווייזן א חלק געלט וואס די האסט אליינס אריינגעלייגט ווייל די באנק בארגט נאר למשל 75%
א קאנסטראקשן לאון איז ענדלעך צו א הארד מאני לאון, אז עס איז א טייערע פארצענט אין עס עקספייערט שנעלער ווייל די באנק קען נישט געהעריג אנכאפן זייער משכון ווייל עס איז דאך נישט קיין געענדיגטער בנין, וועגן דעם יאגט זיך יעדער צו בויען שנעל אזוי קען מען אנפילן מיט טענענטס אין נעמען א געהעריגע לאון אין אפצאלן די קאנסטראקשן לאון מיט א געהעריגע לאון, אין אמאל ארויס נעמען נאך מער ווי דעם
יעצט צום ענין פארשטיי איך נישט וואס איר זאגט, ער האט גענומען א קאנסטראקשן לאון אין ביים ענדיגן צאלט ער עס גלייך אפ איז פארוואס אין די וועלט באצאלן די ריזיגע אינטערעסט לכאורה האט ער געזאגט אז מען גייט נעמען א געהעריגע לאון correct me if I'm wrong אנדערש מאכט עס נישט קיין סענס, די באנק צאלט צוביסלעך איז אז די קענסט צוביסלעך שאפן לאז אפ דעם באנק.
חוץ מזה קען מען זעהן א Satisfaction of mortgage ווען א לאון איז אויסגעצאלט, וואס מען זעהט נישט אויף קיין איינס פון די מארגעטשעס