הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

אונזער היסטאריע
המבשר
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:48 am
x 19

הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך המבשר »

יומא דהילולא קדישא
המבשר
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:48 am
x 19

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך המבשר »

אין די יונגע יארן

1166545.JPG
1166545.JPG (159.52 KiB) געזען געווארן 863 מאל
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 399

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך דאפלטער »

דער טעמע איז פאר בילדער דייקא?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 296
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 122

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך א קלער »

ניין, פארוואס עפעס?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך מירון »

גליון מגנזי המלך
פיילס
גליון מגנזי המלך .pdf
(409.39 KiB) דאונלאודעד 29 מאל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2439

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך טיפע טאשן »

אין על דא ועל הא אין היימשטאט צייטונג איז דא א שמועס פון ר’ שלום האלפערט איבער די פטירה און בתוך הדברים אפאר זאכן אנדערש ווי אנגענומען ביז היינט
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2374
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7436

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

געווארן רב אין קראלע נאך וואס דער פריערדיגער רב הגה"ק ר' שאול בראך זצ"ל האט ארויסגעטרעטן קעגן נייע רומענער רעגירונג ביי לוי פון סאלדאט דערשטאכענעם איד פארן פארברעך פון געבן ציגארעטל פאר ארעסטאנט, דער רב האט באקומען באפעל פון נייעם מעיאר זאפארט צו פארלאזן, מאכנדיג ליידיג דעם שטוהל פאר רביה"ק.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3921
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5094

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך שמח »

טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 12:09 am אין על דא ועל הא אין היימשטאט צייטונג איז דא א שמועס פון ר’ שלום האלפערט איבער די פטירה און בתוך הדברים אפאר זאכן אנדערש ווי אנגענומען ביז היינט
1000331368.jpg
1000331368.jpg (249.69 KiB) געזען געווארן 630 מאל
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2439

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך טיפע טאשן »

שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 9:33 am
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 12:09 am אין על דא ועל הא אין היימשטאט צייטונג איז דא א שמועס פון ר’ שלום האלפערט איבער די פטירה און בתוך הדברים אפאר זאכן אנדערש ווי אנגענומען ביז היינט
1000331368.jpg
יישר כח

2 זאכן איינס אז מען איז אריין מוצאי שבת און נאר זיי 2 זענען געווען
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

כ"ו אב
מרן רבינו הקדוש רשכבה"ג רבינו יואל בן הרה"ק חנני' יום טוב זי"ע, (טייטלבוים), בעל דברי יואל, אדמו"ר מסאטמאר.

ער איז געבוירן אין שטאט סיגוט, ח"י טבת בשנת תרמ"ז,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי חנני' יום טוב בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, בן הרה"ק רבי יקותיאל יהודה בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן מדרוהוביטש זי"ע, בן הרה"ק רבינו משה טייטלבוים בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה,
בת הגה"ק רבי יואל אשכנזי בעל מהר"י אשכנזי זי"ע,

ער איז געווען דער רבן של כל בני הגולה, און א איש קדוש מאוד, וצדיק יסוד עולם, דומה למלאך ד', ער איז געווען א בקי בש"ס ופוסקים, און א עילוי וחריף עצום בתורה, און א מתמיד ולמדן עצום און גאון עולם, ער האט געהאט א לב טוב פאר יעדן אידיש קינד, און יעדע איד האט ביי אים געטראפן אן אוזן קשבת, נישט קיין חילוק ווער דער איד איז געווען האט ער ביי דעם צדיק געטראפן אן אפען טיר, אידן האבן געזען גאר גרויסע ישועות ביים רבין און ער האט משפיע געווען תורה וקדושה פאר יעדן איד וואס איז נאר געקומען אין בארירונג מיט דעם צדיק וקדוש.

ער האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען מלחמת ד' מיט א מסירת נפש, און מקיים געווען דעם לא תגירו מפני איש אויפן העכסטן פארנעם, ער האט זיך אוועק געגעבן מיט מסירת נפש ממש, פאר יעדע דבר שבקדושה, און מוחה געווען אויף יעדע פירצה מיט א קול להבת אש דקדושה, ער איז געווען באוויסט אלס א קנאי עצום ממש א יחיד בדורו וואס האט מחמיר געווען בקלה כבחמורה.

ער האט גאר אסאך תורה געלערנט פון זיין הייליגען טאטן דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע, אויך האט ער מקבל געווען אסאך מנהגים און א דרך אין עבודת השם פון זיין הייליגען טאטן זי"ע.

ווי באקאנט איז דער טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע מיט זיין זיווג שני נישט גלייך געהאלפן געווארן מיט קינדער, ער פלעגט זיך אסאך מזכיר זיין ביי זיין רבין הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע פאר א ברכה געהאלפן צו ווערן מיט זש"ק, אויך איז באוויסט אז דער טאטע דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט אסאך איינגעריסן פאר א ישועה פארן זון דער קדושת יו"ט זי"ע.

איינמאל האט די ברידער הגה"ק רבי משה יוסף זי"ע מזכיר געווען דעם קדושת יו"ט ביים דברי חיים זי"ע פאר א ברכה, האט דער הייליגער דברי חיים צוריק געשיקט א בריוו מיט די ווערטער, "בציפייתנו ציפינו לזרע ברך ד'", און פון דעם ברכה האט דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע געהאט צוויי הייליגע קינדער, הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע, ואחיו מרן רבינו הקדוש רבי יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע, די חסידים האבן געזאגט אז פון די דאפעלטע לשון פונעם דברי חיים "בציפייתנו ציפינו" איז אראפ געקומען צוויי הייליגע קינדער.

די חסידים פונעם טאטן דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע האבן דערציילט, אז נאך גאר יונג האט מען שוין געזען דעם קינד יואל'יש זיך פירן מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, און אפילו ער האט נאך אלס קינד נישט געלייגט קיין תפילין, מיט דעם אלעם האט ער מקדיש געווען א לאנגע צייט פאר טהרות הגוף צום דאווענען, א זאך וואס ער האט אנגעהאלטן מיט א מסירת נפש ממש ביז סוף ימיו.

ער האט שוין אלס קינד גע'שמ'ט מיט זיין גדלות בתורה, און אויך אין עבודת השם בקדושה וטהרה, אויך איז ער געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע חריפות, און גרויסע גדולים און גאונים וואס זענען געקומען צום טאטן, האבן הנאה געהאט צו פארברענגען מיט דעם קלוגען יונגל אין תורה, און זענען ממש אלע ארויס פון התפעלות פון זיין געוואלדיגע בקיאות התורה.

ער איז נאך פון אלס קינד געווען באוויסט מיט זיין גרויסע השלמה און מידות צדקה וחסד און גמילות חסדים, ער האט נאך פון זיין יוגענט אן פארטיילט גרויסע סכומים פאר צדקה, און ער דאס אנגעהאלטן זיין גאנץ לעבן ביז צו זיין פטירה, ער האט געגעבן צדקה פאר יעדן איד נישט קיין חילוק צו יענער האט באלאנגט אויף די זעלבע צד ווי אים, אדער גאר געווען פון די קעגנער'ס, ווען עס איז געקומען צו העלפן א איד, האט ער דאס געטון מיטן גאנצן הארץ.

ביי דעם בר מצוה האט ער געזאגט א דרוש נפלא מיט א גאר טיפע און לאנגע פולפל וואס ער האט אליין מחדש געווען אויפן סוגיא המוצא תפילין, וואס אלע גאונים און צדיקים וואס זענען דארט געזעצן זענען ממש ארויס פון התפעלות.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 445

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ענותן »

viewtopic.php?p=120601#p120601
גליון לרגל הילולא
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
ווערווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 173
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 334

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ווערווייס »

טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 1:34 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 9:33 am
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 12:09 am אין על דא ועל הא אין היימשטאט צייטונג איז דא א שמועס פון ר’ שלום האלפערט איבער די פטירה און בתוך הדברים אפאר זאכן אנדערש ווי אנגענומען ביז היינט
1000331368.jpg
יישר כח

2 זאכן איינס אז מען איז אריין מוצאי שבת און נאר זיי 2 זענען געווען
דאס אז מען איז אריין מוצאי שבת האט מען געוואוסט אויך ביז היינט, די רבי האט נישט געוואלט אריינגיין שבת, שוין כמ"פ געהערט פון אידן פון דעמאלטס
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 5:33 pm כ"ו אב
מרן רבינו הקדוש רשכבה"ג רבינו יואל בן הרה"ק חנני' יום טוב זי"ע, (טייטלבוים), בעל דברי יואל, אדמו"ר מסאטמאר.

ער איז געבוירן אין שטאט סיגוט, ח"י טבת בשנת תרמ"ז,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי חנני' יום טוב בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, בן הרה"ק רבי יקותיאל יהודה בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן מדרוהוביטש זי"ע, בן הרה"ק רבינו משה טייטלבוים בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה,
בת הגה"ק רבי יואל אשכנזי בעל מהר"י אשכנזי זי"ע,

ער איז געווען דער רבן של כל בני הגולה, און א איש קדוש מאוד, וצדיק יסוד עולם, דומה למלאך ד', ער איז געווען א בקי בש"ס ופוסקים, און א עילוי וחריף עצום בתורה, און א מתמיד ולמדן עצום און גאון עולם, ער האט געהאט א לב טוב פאר יעדן אידיש קינד, און יעדע איד האט ביי אים געטראפן אן אוזן קשבת, נישט קיין חילוק ווער דער איד איז געווען האט ער ביי דעם צדיק געטראפן אן אפען טיר, אידן האבן געזען גאר גרויסע ישועות ביים רבין און ער האט משפיע געווען תורה וקדושה פאר יעדן איד וואס איז נאר געקומען אין בארירונג מיט דעם צדיק וקדוש.

ער האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען מלחמת ד' מיט א מסירת נפש, און מקיים געווען דעם לא תגירו מפני איש אויפן העכסטן פארנעם, ער האט זיך אוועק געגעבן מיט מסירת נפש ממש, פאר יעדע דבר שבקדושה, און מוחה געווען אויף יעדע פירצה מיט א קול להבת אש דקדושה, ער איז געווען באוויסט אלס א קנאי עצום ממש א יחיד בדורו וואס האט מחמיר געווען בקלה כבחמורה.

ער האט גאר אסאך תורה געלערנט פון זיין הייליגען טאטן דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע, אויך האט ער מקבל געווען אסאך מנהגים און א דרך אין עבודת השם פון זיין הייליגען טאטן זי"ע.

ווי באקאנט איז דער טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע מיט זיין זיווג שני נישט גלייך געהאלפן געווארן מיט קינדער, ער פלעגט זיך אסאך מזכיר זיין ביי זיין רבין הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע פאר א ברכה געהאלפן צו ווערן מיט זש"ק, אויך איז באוויסט אז דער טאטע דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט אסאך איינגעריסן פאר א ישועה פארן זון דער קדושת יו"ט זי"ע.

איינמאל האט די ברידער הגה"ק רבי משה יוסף זי"ע מזכיר געווען דעם קדושת יו"ט ביים דברי חיים זי"ע פאר א ברכה, האט דער הייליגער דברי חיים צוריק געשיקט א בריוו מיט די ווערטער, "בציפייתנו ציפינו לזרע ברך ד'", און פון דעם ברכה האט דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע געהאט צוויי הייליגע קינדער, הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע, ואחיו מרן רבינו הקדוש רבי יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע, די חסידים האבן געזאגט אז פון די דאפעלטע לשון פונעם דברי חיים "בציפייתנו ציפינו" איז אראפ געקומען צוויי הייליגע קינדער.

די חסידים פונעם טאטן דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע האבן דערציילט, אז נאך גאר יונג האט מען שוין געזען דעם קינד יואל'יש זיך פירן מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, און אפילו ער האט נאך אלס קינד נישט געלייגט קיין תפילין, מיט דעם אלעם האט ער מקדיש געווען א לאנגע צייט פאר טהרות הגוף צום דאווענען, א זאך וואס ער האט אנגעהאלטן מיט א מסירת נפש ממש ביז סוף ימיו.

ער האט שוין אלס קינד גע'שמ'ט מיט זיין גדלות בתורה, און אויך אין עבודת השם בקדושה וטהרה, אויך איז ער געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע חריפות, און גרויסע גדולים און גאונים וואס זענען געקומען צום טאטן, האבן הנאה געהאט צו פארברענגען מיט דעם קלוגען יונגל אין תורה, און זענען ממש אלע ארויס פון התפעלות פון זיין געוואלדיגע בקיאות התורה.

ער איז נאך פון אלס קינד געווען באוויסט מיט זיין גרויסע השלמה און מידות צדקה וחסד און גמילות חסדים, ער האט נאך פון זיין יוגענט אן פארטיילט גרויסע סכומים פאר צדקה, און ער דאס אנגעהאלטן זיין גאנץ לעבן ביז צו זיין פטירה, ער האט געגעבן צדקה פאר יעדן איד נישט קיין חילוק צו יענער האט באלאנגט אויף די זעלבע צד ווי אים, אדער גאר געווען פון די קעגנער'ס, ווען עס איז געקומען צו העלפן א איד, האט ער דאס געטון מיטן גאנצן הארץ.

ביי דעם בר מצוה האט ער געזאגט א דרוש נפלא מיט א גאר טיפע און לאנגע פולפל וואס ער האט אליין מחדש געווען אויפן סוגיא המוצא תפילין, וואס אלע גאונים און צדיקים וואס זענען דארט געזעצן זענען ממש ארויס פון התפעלות.

ער האט שוין בעפאר די חתונה באקומען סמיכה פון 8 גדולים און גאונים בדורו, ובתוכם הרה"ק רבי משה גרינוואלד בעל ערוגת הבושם מחוסט זי"ע, הגה"ק רבי שלמה יהודה טאבאק בעל ערך שי' מסיגוט זי"ע, הגה"ק רבי אליעזר חיים דייטש בעל פרי השדה מבוניהאד זי"ע, הגה"ק רבי יהודה גרינוואלד אב"ד סאטמאר זי"ע.

בשנת תרס"ד ביי די 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת חוה ע"ה,
בת הרה"ק רבי אברהם חיים הורוויץ מפלאנטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי משה הורוויץ אב"ד ראזוואדאוו זי"ע,
בן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע.

און וויבאלד די טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע, איז דאן שוין געווען גאר שוואך, האט דער מחותן מסכים געווען אז מען זאל דעם חתונה ברענגען קיין סיגוט, כדי די טאטע דער קדושת יו"ט זאל קענען זיין ביי די חתונה.

די רבי זי"ע האט פון דעם זיווג ראשון געהאט דריי קינדער, וואס אלע זענען ליידער נעדר געווארן בחייו פונעם טאטן, און ליידער נישט איבער געלאזט קיין זש"ק.

כ"ט שבט בשנת תרס"ד איז דער טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע נסתלק געווארן, און מען האט אויף גענומען אלס ממלא מקום אין סיגוט דעם ברידער הרה"ק רבי חיים צבי בעל עצי חיים זי"ע, און דאן איז דער רבי זי"ע אריבער וואוינען אין שטאט ראדומישל, פאר בערך א יאר און געזעצן אויף קעסט ביים שווער.

ח' אלול בשנת תרס"ה האט זיך די רבי אריבער געצויגען צום שטאט סאטמאר, און אפילו נאך זייענדיג גאר יונג, האבן די חסידים אויף געשטעלט א ביהמ"ד פארן רבין, און דארט האט ער אנגעהויבן פירן דאס רבנות.

בשנת תרס"ו איז געווען דאס ערשטע יאר וואס דער צדיק האט געפירט דעם ימים נוראים, און די חסידים האבן נאך יארן שפעטער גערעדט פון די ימים נוראים פון יענעם יאר, ער האט שוין דאן אפילו נאך זייענדיג גאר יונג, מעורר געווען אידישע קינדער מיט א קול להבת אש און אויס געוואשן אידישע הערצער מיט זיינע פלאם פייערדיגע דרשות און תפילות, וואס זענען צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע נעימות און מיט א פחד פארן יום הדין, און ווער רעדט נאך פון די געהויבענע הקפות וואס ער האט דארט אפ געראכטן, אז געהויבענע אידן האבן געזאגט אז די הקפות האט מען נישט געזען ביי אלטע רבי'ס.

אויך הרה"ק רבי יהודה גרינוואלד אב"ד סאטמאר זי"ע האט געשיקט זיינע תלמידים אז זיי זאלן גיין זען דעם גרויסן יראת שמים און קדושה פונעם רבין, און ער אליין האט גאר שטארק מעריץ געווען דעם רבין.

דארט אין סאטמאר האט די רבי שוין אנגעהויבן מרביץ תורה זיין פאר הונדערטער תלמידים גאונים און גדולים, און ווי באקאנט האט דער טאטע דער קדושת יו"ט זי"ע זיך אמאל אויסגעדריקט אויף זיין זון דער רבי זי"ע "וואויל איז פארן שטאט וואס וועט זוכה זיין צו האבן מיין זון יואליש אלס רב".

בשנת תרע"א האט מען דעם רבין אויף גענומען אלס רב אין שטאט אורשיווא, און דארט האבן גאר אסאך אידן יראים ושלמים זיך מדבק געווען אונעם צדיק הדור, ער האט דארט אין שטאט גאר אסאך מתקן געווען און שטענדיג געשטאנען על המשמר, אז מען זאל זיך פירן אלעס לויט ווי מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים.

ווי באקאנט איז דער שטאט אורשיווא באשטאנען פון גאר פשוטע אידן, אבער ווען דער רבי איז דארט אנגעקומען, האט זיך אין א קורצע צייט אנגעזען דעם השתנות צורה פון דעם שטאט, עס האבן זיך אהין געצויגען אידן יראים ושלמים, און א יאר שפעטער איז דער שטאט שוין געווען באוויסט אלס א עיר ואם בישראל, ווי הונדערטער אידן יראים ושלמים האבן זיך דארט באזעצט, און זיך מדבק געווען אינעם רבין, וואס איז נאך דאן געווען גאר יונג, אבער זיין דרך אין לערנען תורה, און בפרט זיין הנהגות דקדושה, האט איבער גענומען די אידן.

אויך האט דארט אין ארשעווע דער צדיק עוסק געווען מיט אלע געברויכען פארן שטאט בעניני הדת, חינוך, כשרות, מקוואות, צניעות, דיני תורה, און אויך איז זיין ישיבה דארט געווען באוויסט אלס איינע פון די גרעסטע ישיבות בימיו, און ער האט דארט מרביץ תורה געווען מיט זיין גאנצע כח, אויך האט ער דארט אסאך לוחם געווען קעגן פירצת, ווי געמישטע חתונות, וואס אלעס איז צו געגאנגען מיט א מסירת נפש.
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 476

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך משה רבינו »

ווערווייס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 8:24 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 1:34 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 9:33 am

1000331368.jpg
יישר כח

2 זאכן איינס אז מען איז אריין מוצאי שבת און נאר זיי 2 זענען געווען
דאס אז מען איז אריין מוצאי שבת האט מען געוואוסט אויך ביז היינט, די רבי האט נישט געוואלט אריינגיין שבת, שוין כמ"פ געהערט פון אידן פון דעמאלטס
נישט די רבי האט נישט געוואלט, נאר.. איך וויל נישט מען זאל מעקן.
אבער משה אהרן שטיינבערג האט געשריגן מען הארגעט דעם רבין און מען האט אים אנגעפיפן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 8:34 pm

ביים ערשטע וועלט מלחמה איז ער צוריק צום שטאט סאטמאר, און דארט זיך אויף געהאלטן ביז נאך די מלחמה, אסאך אידן האבן זיך דארט אין סאטמאר ווייטער מדבק געווען צום רבין, ער האט דאן אסאך עוסק געווען צו מחזק זיין די פליטים וואס זענען אנטלאפן און זיך אויס באהאלטן פון די מיליטער.

בשנת תרע"ט ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט, זענען ליידער געווען אסאך עגינות, וואס זענען ליידער געבליבן לעבעדיגע אלמנות, נישט וויסענדיג אויב די מענער האבן איבער געלעבט די מלחמה, האט די רבי עוסק געווען גאר אסאך מיט היתר עגונות צוזאמען מיט נאך גדולים בדורו.

בשנת תר"פ ווען דער גאון הרה"ק רבי יהודה גרינוואלד אב"ד סאטמאר זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען זייער געוואלט אויף נעמען דעם רבין אלס רב אין סאטמאר, אבער למעשה איז דאס נישט צושטאנד געקומען, און ווען הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע האט געהערט, אז מען האט נישט אויף גענומען דעם סיגוט'ער רב זון אלס רב, האט ער זיך אויסגעדריקט בזה"ל, "א שאד, א שאד, דעם סיגוט'ער רב'ס זון, איז דאך מלא סייעתא דשמיא, ער איז א גברא דמארי' סייעי'".

בשנת תרפ"ו האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט קראלי, אלס ממלא מקום אויפן פלאץ פון הרה"ק רבי שאול בראך זי"ע, וואס איז אריבער קיין קאשוי, און גלייך ווען ער איז אנגעקומען האט ער אנגעהויבן מתקן זיין זאכן וואס האבן געברויכט תיקן אין דעם שטאט.

דערציילט מען אז שפעטער איז דער פריערדיגע רב רבי שאול בראך זי"ע אריבער דעם שטאט קראלי, האט ער זיך אויסגעריקט בזה"ל, "איך דערקען נישט די שטאט", צוליב די גרויסע תיקונים וואס דער רבי האט דארט אויפגעטון, אויך האט ער דארט אויף געשטעלט א ישיבה וואס גרויסע תלמידי חכמים זענען דארט געקומען לערנען פון דעם רבין תורה און עבודה און קדושה, און דער רבי האט נאך יארן שפעטער גערעדט פון די שבתים דארט אין קראלי.

בשנת תרצ"א איז זיין טאכטער די צדקת מרת רחל ע"ה אשת הגה"ק רבי יקותיאל יהודה ט"ב אב"ד סיגוט זי"ע, פלוצלונג נפטר געווארן, מען קען זיך נישט פארשטעלן דעם צער וואס רבינו הקדוש האט געהאט, מיטן פארלירען דעם טאכטער, און ער האט דאן געזאגט בזה"ל, "כאטש היינט איז ראש חודש און מען טאר נישט מספיד זיין, אבער ס'ווערט געברענגט אין של"ה הקדוש, אז איינער וואס איז א חוטא מעג זיך מתוודה זיין, און זי איז נישט נפטר געווארן נאר אין מיינע חטאים, און ער האט אויס געפירט מיט א קול געשטיקט מיט טרערן, "חטאתי עויתי פשעתי", און דער גאנצער עולם האט אויס געבראכן אין א געוויין.

בשנת תרצ"ב האט ער באזיכט אין ארץ ישראל, צום חנוכת הבית פאר א בנין לזכר נשמת זיין טאכטער, און דאן איז נסתלק געווארן הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע, און מען האט דאן געוואלט אויף נעמען דעם רבין אלס ממלא מקום, אבער צום סוף האט מען אויף גענומען הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקי זי"ע אלס ממלא מקום.

בשנת תרצ"ד האט מען אויף גענומען דעם רבין אלס רב אין שטאט סאטמאר, און פון דאן האט מען אים אנגעהויבן רופן "סאטמאר רבי".

ער איז שוין דאן געווען באקאנט אלס א גרויסע קנאי, דער צדיק האט זיך ארויס געשטעלט מיט א מסירת נפש און מוחה געווען אויף יעדע זאך וואס איז געווען קעגן די הלכה, אדער אפילו נאר קעגן א מנהג וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים.

ער איז געווען באקאנט פון די גרעסטע לוחמים קעגן די ציונים און אויך קעגן די אגודת ישראל, וואס דער צדיק איז ארויסגעקומען ברבים מיט א גאוואלדיגע שטארקייט, און לוחם געווען קעגן די אלע וואס האבן געשטיצט דעם אגודת ישראל, און כמה פעמים זיך אויסגעדריקט מיט זייער שארפע ווערטער, קעגן די וואס שטעלן זיך צו און זענען מחזק די ציונים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

ה' שבט בשנת תרצ"ו איז די רעבעצין הצדקת מרת חוה ע"ה נפטר געווארן, און י"ג אלול בשנת תרצ"ז האט די רבי חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת אלטא פייגא ע"ה, בת הגה"ק רבי אביגדור שפירא מצנסטוחוב זי"ע.

די רעבעצין הצדקת מרת אלטא פייגא ע"ה האט זיך אוועק געגעבן פארן רבין מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און מסירת נפש נישט צום באשרייבען, פון די חתונה ביז צום פטירה האט זי זיך נישט אוועק געריקט פון איר הייליגער מאן, אפילו אין די שווערע צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה, האט זי משמש געווען איר מאן מיט א מסירת נפש ממש.

אויך איז באקאנט די גרויסקייט פון די רעבעצין אין מידות הצדקה וחסד, די רעבעצין אלטא פיגא ע"ה האט אויף געשטעלט דעם ביקור חולים אין וויליאמסבורג, וואס האט געשיקט עסן פאר קראנקע אידן אין שפיטאל, וואס איז געווען א מוסטער פאר אלע אנדערע אידישע געגענטער, אויך האט די רעבעצין עוסק געווען אין צדקה פאר ארימעלייט און צובראכענע אידן פון די גאנצע וועלט.

דעם רבין'ס השפעה איז געווען גאר גרויס, ער איז געווען באוויסט צווישן די גדולים בדורו וואס האבן געהאט אן השפעה אויף רומעניה און רוסלאנד און אוגארין, און אלעס ארום, ביי דעם צדיק איז נישט געווען אזא זאך ווי פשרות, ווען עס איז געקומען צו סיי וואסערע זאכן וואס זענען געווען פארבינדן בענייני הדת.

בשנת תש"ג ווען עס איז נאך געווען במציאות צו ראטעווען אידן פון אונגארן, האט זיך די רבי פארבינדן מיט גרויסע עסקנים און אסאך עוסק געווען צו ראטעווען אידישע קינדער פון די נעגל פון די נאציס ימ"ש.

חודש אדר בשנת תש"ד ווען די דייטשן ימ"ש האבן איין גענומען אונגארן, און עס האבן זיך אנגעהויבן די ביטערע צייטן פאר די אונגארישע אידן, האט זיך די רבי באהאלטן אין א בונקער, און חודש ניסן האבן די מקורבים ערלעדיגט א אמבולאנס פון די רויטע קרייץ, וואס זאל אריבער טראגן דעם רבין קיין קלויזנבורג, מיטן חשבון אז ער וועט זיך אריבער שווערצן דעם רומענישע גרעניץ, און ער איז אינמיטן די נאכט אנטלאפן פון סאטמאר קיין אונגארן.

אבער ער איז פארהאלטן געווארן דורך די אונגארישע זשאנדארן, און מען האט אים איינגעזעצט אין תפיסה, און דערנאך איז ער אנגעקומען אין דארטיגן געטא, און פון דארט איז ער אנגעקומען קיין בערגן בעלזן.

מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי דער צדיק האט זיך מוסר נפש געווען די גאנצע פונעף חדשים וואס ער איז געווען אין בערגן בעלזן, ער האט מיט מסירת נפש ממש ווייטער עוסק געווען אין זיין עבודת הקודש און נישט משנה געווען קיין זיז כל שהוא, מן השמים האט מען געפירט אז די רבי זי"ע איז מיט זיין געוואלדיגע מסירת נפש געבליבן חוץ לדרך הטבע מיט זיין בארד דער דיוקנא קדישא.

ח"י כסלו בשנת תש"ה איז דער צדיק וקדוש ארויף אויפן באן אין בערגן בעלזן, אויפן וועג קיין שווייץ, וואס דאס איז געשען ממש מיט ניסים, און מען האט געזען דעם יד השם, אז דער גרויסער באשעפער האט ברוב רחמיו וחסדיו, רחמנות געהאט אויף די שאירות הפליטה, און ער האט איבער געלאזט דעם מנהיג ישראל צדיק יסוד עולם רבינו הקדוש זי"ע פארן דור יתום, ער זאל אונז מחזק זיין און צוריק אויפבויען אידישקייט אין די וועלט נאכן גרויסן חורבן.

נאך דריי טאג פארן איז די באן אנגעקומען קיין שווייץ, און כ"א כסלו בשנת תש"ה יום הצלה והשחרור, איז דער הייליגער רבי, דער צדיק הדור אנגעקומען קיין שווייץ, און געראטעוועט געווארן פון די נעגל פון די דייטשן ימ"ש, און ער האט זיך אויפגעהאלטן פאר א שטיק צייט דארט אין שווייץ.

י' אלול בשנת תש"ה איז דער צדיק ארויס געפארן קיין ארץ ישראל, און כ"ד אלול איז דער שיף אנגעקומען קיין חיפה.

דער צדיק האט זיך גלייך גענומען עוסק זיין, אין אויף שטעלן אידישקייט אין ארץ ישראל, ער האט מיט א מסירת נפש אויפגעמאכט תלמוד תורת פאר די קינדער וואס זענען ניצול געווארן פון די מלחמה, ער האט ממש געדינט ווי א טאטע צו די אלע קינדער און זיי מחזק געווען, דער צדיק איז דאן ארום געפארן אין שטעט אין ארץ ישראל, און אויף געשטעלט מוסדות התורה, ווי די קינדער זאלן ווערן ערצויגען על דרך ישראל סבא.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תש"ו איז דער רבי שוין געווען א גרויסער בעל חוב, פון די אלע פעילות וואס ער האט עוסק געווען אן קיין חשבון, און מיט א מסירת נפש געטון אלעס, נאר כדי צו ראטעווען כלל ישראל אין צוריק אויפשטעלן אידישקייט, און חודש אלול בשנת תש"ו איז דער צדיק געפארן קיין אמעריקע, כדי צו צאמשטעלן געלט פאר די מוסדות התורה אין ארץ ישראל.

ראש השנה בשנת תש"ז איז די שיף אנגעקומען קיין אמעריקע, דער רבי איז געבליבן אויפן שיף ביז נאך יו"ט, און מוצאי יו"ט האבן די אידן אין אמעריקע מקבל פנים געווען דעם צדיק, און דאן איז דער רבי אנגעקומען דאס ערשטע מאל אין שטאט וויליאמסבורג דער עיר ואם בישראל, וואס איז ליידער דאן נאך געווען אן ארץ שוממה.

יענעם יאר האט די רבי געגרינדעט זיין קהילה קדושה קהל יטב לב ד'סאטמאר, פאר די אידן יראים ושלמים, וואס האבן זיך דאן מדבק געווען אונעם צדיק הדור, דער רבי האט גאר שווער געארבעט צוזאמען שטעלן געלט פאר די מוסדות אין ארץ ישראל.

ליידער בשנת תש"ח האט זיך געגרינדעט די מדינה הטמיאה, און דאן האט זיך דער צדיק ארויס געשטעלט כמעט איינער אליין קעגן די מדינת הציונות, און לוחם געווען קעגן די מכחישי האמונה און עוקרי הדת, און ליידער זענען טאקע אסאך אידן געווארן מיט געשלעפט מיט די דעות כוזבות פון די ציונים און זיך מיט געפרייט אויפן הקמת המדינה הטמאה.

דער רבי איז ארויס בחרב ובחנות און זיך נישט אפגעשראקן פון קיין רדיפות און שטרויכלונגען וועלכע זענען אינטער געקומען, און עד זבולא בתריתא האט ער לוחם געווען מיטן גאנצן כח, און מפרסם געווען שמו יתברך און כבוד תורתו הקדושה בכל העולם, און מיט זיין גרויסן כח האט ער אפ געראטעוועט א גרויס חלק פון כלל ישראל, פון ח"ו אריינפאלן אין נעץ פון די כופרים, און מפרסם געווען דעם איסר פון האבן אן אייגן מדינה בעפאר ביאת המשיח.

אויך האט די רבי ארויס געגעבן אן איסור אנטייל צו נעמען אין די בחירות הטמאות אין ארץ ישראל פאר דעם שלטון הכופרים, און געזאגט אז דאס איז איינע פון די עבירות החמורות שבתורה.

בשנת תש"ט וויבאלד עס האט זיך געגרינדעט די מדינה טמאה, און אויך צוליב וואס דאס צוזאמען שטעלן געלט פאר די מוסדות אין ארץ ישראל איז געגאנגען גאר שווער, איז דער רבי שוין געבליבן וואוינען אין וויליאמסבורג, און דאן האט דער צדיק צוזאמען גענומען די רעשטלעך פון די אידן, וואס זענען געבליבן נאכן גרויסן חורבן, און ער איז געווארן פאר די אלע אידן ווי א טאטע פאר קינדער.

ווי ערווענט איז דער שטאט וויליאמסבורג געווען אן ארץ שוממה, און געווען גאר שוואך אין אידישקייט, און דער צדיק האט זיך אריינגעווארפן מיט א מסירת נפש, צו אויפהייבן אידישקייט אין אמעריקע, ער האט דאן אויף געשטעלט א תלמוד תורה און א ישיבה, ווי מען האט מחנך געווען קינדער און בחורים אויפן דרך ישראל סבא, און ער האט אליין זיך אפגעגעבן מיט אלע צרכים וואס האט זיך אויסגעפעלט, אידן פון דעם געגענט האבן געזען אין דעם די יד השם, און זיך מדבק געווען אונעם רבין מיט א געוואלדיגע קשר.

ער האט אין אמעריקע, וואס איז געווען א פלאץ וואס אסאך גדולים און צדיקים האבן פראבירט צו אויף שטעלן אידישקייט, אבער ליידער האט דאס נישט געהאלטן און אסאך אידן זענען ליידער אוועק געפאלן, אבער דער צדיק מיט זיין געוואלדיגע מסירת נפש און מיט זיין מידות האמת, האט מיטן באשעפער'ס הילף מצליח געווען צו מייסד זיין א שטאט אין אמעריקע, ווי מען זאל היטן שבת קודש מיט אלע חימרות, כשר'ע עסן, חלב ישראל, בתי מדרשים שוהל'ן תלמוד תורת, מיידל שולעס, מקוואות, און נאך אסאך אנדערע אידישקייט געברויכן, און אלעס האט ער געטון מיט איין מטרה, כדי צו מפרסם זיין שמו יתברך, אז אידישע קינדער זאלן קענען דינען דעם באשעפער אויפן ריכטיגען וועג, און זיך נישט אוועק רירן פונעם דרך התורה קיין זיז כל שהוא.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תשי"א האט מען דעם רבין אויף גענומען אלס נשיא העדה החרדית אין ארץ ישראל, און בשנת תשי"ג ווען דער רב הגה"ק רבי זעליג ראובן בענגיס זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען דעם רבין אויף גענומען אלס ממלא מקום צו זיין מרא דארעא ישראל ואב"ד ירושלים.

ער האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען אויף יעדע זאך וואס די מדינה הטמאה האט גוזר געווען, אנגעהויבן מיט די גזירת גיוס, וואס די שלטון הכופרים האבן דאן געוואלט נעמען אידישע מיידלעך אין מיליטער, האט די רבי לוחם געווען, און געמאכט גרויסע פראטעסטן און אויסגעשריגן דעם דבר השם אין די גאנצע וועלט,
אויך איז דאן איז פאר געקומען דעם פרשה, ווען די מדינה האט פארשפרייט אין ארץ ישראל, אז אלע אידן זאלן ניצן די אתרוגים פון ארץ ישראל אין א שמיטה יאר, וואס עס איז געווען א גרויסע צומישעניש, איז דער רבי ארויסגעקומען מיט א קלארע פסק הלכה אז דאס איז אסור, אפילו נאכדעם וואס מען האט פארשפרייט די אלע התיירים, אז מען האט עס פארקויפט פאר אראבער'ס.

אויך האט די רבי לוחם געווען קעגן דעם היתר, פון נישט אויסגעהאלטענע מחיצות אין ביהמ"ד, וואס אסאך רבנים האבן דאס מתיר געווען, וועלענדיג מקרב זיין די אמעריקאנעזירטע אידן צו תורה, אבער דער צדיק האט מפרסם געווען דעם דעת תורה אז דאס איז אסור בתכלית האיסור,
אויך האט די רבי דאן מתקן געווען דעם ענין פון זמן מוצאי שבת קודש, אז מען זאל זיך פירן אויפן שיטת ר"ת און רוב פוסקים און אחרונים, ער האט אריין געלייגט גאר גרויסע כוחות, צו צוזאמען נעמען אלע רבנים און ער האט מרעיש עולמות געווען קעגן די מקילים,
אויך האט דאן געגרינדעט די התאחדות הרבנים, וואס אלע ערליכע אידישע קהילת האבן זיך פאראייניגט אינטער איין פאן, כדי עס זאל זיין א גרויסע כח הרבים פון די ערליכע רבנים, ער האט דאן געגרינדערט דעם פלייש געשעפט, וואס איז געווען פון די ערשטע פלייש געשעפטן, וואס איז געווען מיט די העכסטע דרגות אין כשרות, און דער רבי האט אליין געהאלטן א עינא פקיחא, אז אלעס זאל געפירט ווערן מיט העכסטע סטאנדארט אין כשרות.

בשנת תשי"ז האט אויס געבראכן די רעוועלאציע אין אונגארן, און טויזענטער אידישע קינדער זענען אנטלאפן פון אונגארן, האבן די ציונים דאן געשיקט זייערע שליחים, וואס זאלן איבער רעדן די אידן, אז מען זאל ארויף קומען קיין ארץ ישראל, אבער דער צדיק וואס האט גאנץ גוט געוויסט וואס זייער מטרה איז, אז די גאנצע מטרה איז ליידער מעביר על הדת זיין די אלע אידן,
האט דער רבי מיט מסירת נפש לוחם געווען און אויס געשריגן דעם דעת תורה, צו אויף וועקען די אידן, אז זיי זאלן זיך נישט לאזן ח"ו אפ פירן, און דורך דעם זענען טויזענטער אידישע קינדער געראטעוועט געווארן און געבליבן יראים ושלמים.

אויך האבן די ציונים יענע צייט מלחמה געהאלטן מיט די אראבער'ס איין צו נעמען מדבר סיני, און די רבי האט דאן מרעיש עולמות געווען אז מען זאל ח"ו נישט נתפעל ווערן פון די נצחון וואס די ציונים האבן, ווייל דאס איז זיכער נישט מצד הקדושה, און דאס איז קעגן די הארבע איסור שלש שבועות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תש"כ צוליב די צעמישעניש וואס האט זיך געטון צווישן כלל ישראל מיטן הקמת המדינה, האט די רבי ארויסגעגעבן דעם ערשטן מאמר שלש שבועות וואס איז שפעטער געדריקט געווארן אין ספר ויואל משה, ווי די רבי ברענגט דארט אראפ אומצאליגע פלעצער פון ש"ס ופוסקים, די איסורים חמורים פון נעמען א מדינה בעפאר ביאת המשיח, און ער ברענגט ארויס אז דאס עקזיסטענץ פון אזא מדינה, איז א סכנה פאר כלל ישראל, און אויך ברענגט ער דארט ארויס דעם איסור פון זיך משתתף זיין אין די בחירות און ער איז דארט מברר אז דאס איז אסור מן התורה,
די מאמר האט בשעתו אויף גערידערט די גאנצע אידישע וועלט, וויבאלד רוב רובם פון כלל ישראל זענען ליידער דאן געווען פארשיכורט פון די כסדר'דיגע ניצחונות פון די ציונים, אבער מיט דעם מאמר האט די רבי זי"ע געראטעוועט א גרויס חלק פון כלל ישראל, פון ח"ו אריינפאלן אונעם נץ פון די ציונים וואס זענען געווען דא מיט איין מטרה, אויסרייסן דאס אידישקייט פון כלל ישראל.

בשנת תשכ"ז ווען די וועלט איז ליידער געווען פאר'שיכור'ט פון דעם זעקס טאגיקן מלחמה, וואס די ציונים האבן געהאט א גרויסע נצחון, איז דער צדיק מיט ווייטאג ארויס געקומען מיט א קול להבת אש, און מרעש עולמות געווען אז מען טאר נישט נתפעל ווערן פון דעם נצחון, ווייל דאס איז ליידער התגרות באומות און כוחי ועוצם ידי, און די רבי האט גאר שטארק געקלאגט אויף דעם און געזאגט אז דאס קען נישט ברענגען קיין טובה פאר כלל ישראל,
דאן האט די רבי ארויסגעגעבן זיין הייליגען חיבור על הגאולה ועל התמורה, ער האט דעם ספר מחבר געווען מיט בלוט און שווייס און דארט מברר געווען דעם דעת תורה, אז א איד טאר ח"ו נישט נתפעל ווערן פון די נצחונות פון די ציונים,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע חיבורים,
ספר ויואל משה, מאמר שלש שבועות, ומשנתו על הציונות,
ספר על הגאולה ועל התמורה, בעקבות הניצחון במלחמת ששת הימים,
ספר דברי יואל, על התורה ומועדים,
שו"ת דברי יואל,
חידושי תורה מהר"י ט"ב,

ליידער האט די רבי געבליטיגט פארן עגזיסטענץ פון כלל ישראל, און די אלע שמועות וואס זענען אנגעקומען צו דעם צדיק, האט ליידער געריסן שטיקער פון זיין הייליג הארץ וואס האט נישט געקענט אויסהאלטן אויף יעדן אידישע נשמה וואס ווערט ליידער פארכאפט אונעם נץ פונעם שטן.

ליידער פרשת משפטים בשנת תשכ"ח, האט די אלע צער און עגמת נפש צו גערירט צום הייליגען הארץ פונעם צדיק הדור, און בעוה"ר פרייטאג צו נאכטס פרשת משפטים תשכ"ח האט דער צדיק הדור געהאט א שווערע סטראוק ל"ע, און דער צדיק הדור איז ליידער געלעגן על ערש דוי,
אין די גאנצע וועלט ווי די בשורה איז אנגעקומען איז מען אויף געטרייסלט געווארן, מען האט אין די גאנצע וועלט מרעיש עולמות געווען אז דער באשעפער זאל שיקן א רפואה שלימה פאר מרן רבינו יואל בן חנה, אידן זענען געלאפן צו קברי צדיקים, און אלע בתי מדרשים האט מען געזאגט תהילים אן א אויפהער, להעביר רוע הגזירה.

חודש אדר בשנת תשכ"ח האט מען געהערט די גוטע בשורה, אז ב"ה דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, און דער געזונט צושטאנד פונעם צדיק הדור האט זיך פארבעסערט,
חודש אלול בשנת תשכ"ח צו סליחות איז דער רבי דאס ערשטע מאל צוריק אריין געקומען צום עולם, מען קען זיך נישט פארשטעלן די שמחה און התרגשות וואס האט זיך דאן אפגעטון אין ביהמ"ד, דער עולם האט געדאקנט דעם באשעפער, פארן געבן די זכי' צו קענען ווייטער מיט האלטן די עבודת הקודש ביי דעם צדיק, וואס האט ווייטער פראשיינט פאר נאך 11 יאר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תשל"ג האט די רבי אויף געשטעלט די הייליגע שטעטל קרית יואל, און דער רבי האט אריין געלייגט כוחות עצומות, אז דער עולם זאל זיך דארט אריבער ציען, און זיך געהאלטן און איין נאך פרעגן, אויך האט די רבי אסאך פארברענגט אין דעם שטעטל, און ער האט איינמאל געזאגט די ווערטער "ווען נישט וואס איך האב ווען א שטעטל, וואלט איך גארנישט אויפגעטאן אויף די וועלט".

בשנת תשל"ד האט די רבי געגרינדעט די מוסד רב טוב, וואס האט געהאלפן אחינו בני ישראל וואס זענען אין יענע צייטן ארויס געקומען פון אונטער דעם רוסישן הערשאפט, און די מוסד האט גאר אסאך אידן ארויס געהאלפן.

בשנת תשל"ז ווען די רעגירונג פון ארץ ישראל האט אנגעהויבן טיילן גרויסע געלטער פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, איז דער צדיק ארויס בחרב ובחנות, און אפילו זייענדיג גאר שוואך האט ער לוחם געווען ברבים, און מחזק געווען די מוסדות התורה, אז מען זאל ביישטיין דעם ביטערן נסיון און ער האט געשריבן בזה"ל, "להשמר ולהזהר שלא להלכד ולא להכשל ח"ו ברשת הכפירה של המדינה הציונות בכל צורה שהיא, כי פיגול הוא לא ירצה".

און א יאר שפעטער בשנת תשל"ח חודש סיון, האט די רבי מייסד געווען דעם מוסד קרן הצלה, וועלכע האט געשטיצט די מוסדות התורה על טהרת הקודש וואס האבן נישט גענומען קיין געלט פון די מדינה, און די רבי האט שוואכערהייט געבעטן, אז יעדער זאל זיך משתתף זיין מיט סכומים הגונים, כדי די אלע מוסדות התורה זאלן קענען ביישטיין די ניסיון.

שבת קודש פרשת ראה בשנת תשל"ט שבת מברכים חודש אלול איז די רבי אפילו זייענדיג גאר שוואך, אריין געקומען צו די תפילות און געדאווענט פארן עמוד, אויך האט די רבי עולה געווען צו די תורה און געבענטשט ר"ח.

אבער ביי שלש סעודות איז אנגעקומען די ידיעה לא טובה, אז מען האט דעם רבין געברויכט אריינטראגן אין שפיטאל, און די מצב איז געווען גאר שווער, מוצאי שבת קודש ווען די ידיעה איז אנגעקומען אין די גאנצע וועלט, האבן אידן זיך געשטעלט זאגן תהילים צו איינרייסן פארן צדיק הדור,
אבער ליידער איז שוין נגזר געווארן די גזירה, און זיבן אזייגער זונטאג אינדערפרי כ"ו מנחם אב בשנת תשל"ט, איז די הייליגע נשמה צוריק למקור מחצבתה, און דער צדיק הדור האט איבער געלאזט דעם דור פאר'יתום'ט כצאן בלי רועה, פארלירענדיג דעם צדיק וקדוש וואס האט מגין געווען אויפן דור, א צדיק וואס איז געווען פונעם פריערדיגן דור, אידן האבן באמת נישט געגעלייבט אז דאס קען פאסירן, און זענען געווען פארזיכערט, אז דער צדיק וועט שוין פירן כלל ישראל קעגן משיח צדקנו.

זונטאג נאכמיטאג איז פאר געקומען די לוי' אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, ווי דער צדיק האט אזויפיל שופך שיח געווען צום הייליגער באשעפער, עס האבן באגלייט דעם צדיק העכער הונדערט טויזנט מענטשן, און עס זענען געהערט געווארן הספידים פון רבנים און גדולים, וואס האבן יעדער באוויינט דעם הסתלקות פון דעם צדיק דער טאטע פון זיינע קינדער, עס איז נישט צום באשרייבן די צובראכן קייט וואס האט געהערשט ביי כלל ישראל, און נאנט צום שקיעה, האט מען געברענגט דעם גוף קדוש פון רבינו הקדוש זי"ע על מקום מנוחתו, אין דעם נייעם ביה"ח אין קרית יואל, וואס מען האט יענעם טאג מקדש געווען.

עס איז נישט צום באשרייבן דעם טרויער און צער וואס האט זיך דאן אראפ געלאזט אויף כלל ישראל, מיטן הסתלקות פון דעם צדיק הדור, דער רבן של כל בני הגולה, דער צדיק וואס האט אויף זיין הארץ געטראגן אלע צרות ישראל, און זיך אוועק געגעבן בלב ובנפש פאר יעדן אידיש קינד מיטן גאנצן הארץ, אידן סאטמאר חסידים בפרט און אויך סתם ערליכע אידן, האבן גאר שטארק באוויינט דעם אבידה וואס כלל ישראל האט דאן פארלוירען.

אידן האבן ממש געוויינט בכיות נוראות פון גרויס צער, און דעם קומענדיגן טאג, זענען אידן געשטאנען אין גאס און נישט געגלייבט אז די זון האט נאכאמאל אויף געשיינט, מען האט ממש געשפירט ווי די וועלט האט זיך געענדיגט, ווייל די חסידים פונעם צדיק זענען געווען ביים צדיק ממש ווי אייגענע קינדער, און דאס איז געווען אן אבידת הכלל.

לאנג האט גענומען, ביז די חסידים האבן זיך געקענט צוזאמען קלויבען, און ווייטער אנגיין מיט דעם דרך ישראל סבא, וואס די רבי האט אזויפיל יארן אריין געבאקען אין זיינע תלמידים הקרויים בנים, און פון דעם צדיק איז געבליבן זיין דרך אין צדקה וחסד, וואס ער האט כסדר אריין געלייגט אין זיינע תלמידים, אויך האט מען ממשיך געווען מיטן ווייטער אויף שטעלן זיינע הייליגע מוסדות התורה, וואס דאס איז געווען זיין לעבן, און בחסדי השם יתברך האט זיך דער דור יתום מחזק געווען, און ווייטער ממשיך געווען זיינע מעשים טובים.

ליידער האט רבינו הקדוש זי"ע נישט איבער געלאזט קיין זש"ק נאך זיך, אבער דאס געוואלדיגע השפעה וואס די רבי האט איינגעבאקען אין זיינע תלמידים, זענען געבליבן אויף דורו דורות, סיי זיין דרך לימוד התורה, סיי בגדרי הצניעות, און אויך זיין דרך פן צדקה וחסד, וואס דער צדיק האט כסדר אריינגעבאקן אין זיינע תלמידים און חסידים, און אויך אונעם דרך הקנאות, דאס אלעס איז געבליבן אלס זכר און אלס תולדות פונעם הייליגען צדיק.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

רבינו הקדוש זי"ע איז געווען א יחיד בדורו און אלע הינזיכטן,

"צדיק יסוד עולם"

נאך פון אלס קליין קינד, האט מען שוין געזען דאס קדושה מיט וואס דער צדיק האט זיך געפירט, ער האט געדינט דעם באשעפער כזקן ורגיל אזוי ווי די צדיקים בדורות הראשונים, און צדיקים האבן אויף דעם רבין געזאגט אז ער האט געהאט הייליגע אויגן און געווען א צדיק יסוד עולם.

אויך זיין עבודת התפלה פון זיינע יונגערע יארן, זענען געווען מיט דעם זעלבן התלהבות וואס מען האט געזען אויף די עלטערע יארן, מיט א מתיקות און א התלהבות דקדושה, וואס האט מעורר געווען יעדן וואס איז געשטאנען אין זיינע ד' אמות, אפילו גדולי עולם האבן געהאט א געוואלדיגע הערצה צום רבין, און אן גענומען זיין חוות דעת אויף אלעם, ווייל מען האט באמת געשפירט דעם ריינעם אמת וואס דער צדיק הדור האט פארמאגט.

"תורה"

דער רבי איז געווען באוויסט אלס א בקי בש"ס ופוסקים אין ראשונים און אחרונים, אויך האט דער צדיק געקענט כמעט אלע חסידישע ספרים בעל פה, אבער ער האט דאס שטארק באהאלטן, אסאך מאל איז אויס געקומען אז א גדול האט נאך געזאגט א שטיקל חסידיש ספר, און די רבי האט געקענט זאגן אז דארט שטייט אביסל אנדערשט ווי ער האט געזאגט, און ווען מען האט נאכגעקוקט האט מען געזען אז די רבי איז געווען גערעכט, אויך האט ער געקענט נאכזאגן גאר אסאך מאל גאנצע שטיקלעך פון ספרים בעל פה, כאילו ער האט ממש יעצט געלערנט דעם ספר, ער איז ממש געווען א גאון וגדול הדור במלוא מובן המילה.

"לב טוב"

די רבי האט געהאט א הארץ וואס האט מיט געפיעלט ווען א איד איז געווען בצער, מען האט געזען בחוש ווי עס טוט דעם רבין וויי יענעמס ווייטאג, און ער האט נישט געריעט ביז יענעם איז גרינגער געווארן, און אוודאי ווען א איד האט געהאט א שמחה אין שטוב האט זיך דער צדיק מיט געפרייט מיט א געוואלדיגע שמחה, אז ביי יענעם איז פריילעך, ווער רעדט נאך ווען א איד איז אריינגעקומען מזכיר זיין, אז עס איז אים געבוירן א קינד האט די רבי געשטראלט פאר שמחה, אז עס איז אראפ געקומען נאך א נשמה אויף די וועלט וואס וועט דינען דעם באשעפער,
ווער רעדט נאך פון די צייטן ביי די מלחמה, ווען דאס אידיש פאלק האט אזויפיל מיט געמאכט ביי די רשעים ימ"ש, האט די רבי יומם ולילה פראבירט צו העלפן און מאכן גרינגער פאר אידן, עס האט אים ממש צו געטראטן צום הארץ די צרות ישראל, און ער האט די גאנצע צייט איינגעריסן ביים גרויסע באשעפער אז די צרות זאל זיך שוין ענדיגן.

נאך די מלחמה איז די רבי געווען צובראכן נאכן פארלירען אלעס וואס ער האט געהאט פון זיין משפחה און אלע צרות וואס ער איז דורך, אבער אן טראכטן וועגן זיך האט ער זיך מיט א מסירת נפש ממש אריינגעווארפן ארויס צו העלפן אידישע קינדער זיך צוריק אויפהייבן און אנהייבן צוריק בויען כלל ישראל,
וויפיל יתומים און יתומות האבן ביי דעם צדיק געטראפן זייער פארלוירענע טאטע אדער מאמע, ווען קליינע קינדער זענען ליידער געבליבן אן קיין פארזארגער, איז דער צדיק געווען זייער טאטע און זיי מחזק געווען און זיכער געמאכט אז מען איז ממשיך זיך צו פירן אויפן ריכטיגן וועג וואס מען האט מקבל געווען פון די דורות הראשונים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

"גמילות חסדים"

די רבי האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף א פארנעם וואס עס איז ממש נישט שייך צו פארשטיין, ער האט גלייך נאך די מלחמה אויף געשטעלט צענדליגע ארגענעזאציעס ארויס צו העלפן די צובראכענע אידן, וואס האבן איבער געלעבט די מלחמה, מיט א מסירת נפש אפילו נישט וויסענדיג פון ווי ער וועט נעמען דאס געלט צו אנגיין, אבער מיט דעם אלעם איז ער אריין געטאנצען און פראיעקטן איינס נאכן אנדערן וואס האבן אים געמאכט פאר א גרויסן בעל חוב.

ווער רעדט נאך פון די חינוך וואס זיינע חסידים און תלמידים האבן באקומען פון דעם רבין, ער האט יעדן בחור אדער יונגערמאן געשיקט גיין נאך געלט, און אפילו אן עושר וואס איז געווען גרייט צו געבן א שיינעם סכום און זיך פראבירט ארויס צו דרייען פון דארפן גיין נאך געלט, האט די רבי געזאגט פארן עושר, אלעס פיין און וואויל די געבסט צדקה, אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק דאס גיין אליין עוסק זיין אין צדקה וחסד, נאר גיין אויף די פיס ממש און צוזאמען שטעלן געלט פאר א צדקה צוועק דאס הייסט באמת געטון חסד,
און דאס איז וואס איז פארבליבען אלס ירושה פונעם הייליגען רבין זי"ע, פאר זיינע תלמידים און חסידים, דאס חסד וואס יעדער איד האט געזען ארויסגיין פונעם שטוב פונעם רבין, דאס וועט אונז פירן בקרוב קעגן גואל צדק בב"א.

"קַנֹּא קִנֵּאתִי לַד' אֱלֹקי צְבָאוֹת"

די רבי איז געווען א לוחם מלחמת השם מיט א מסירת נפש, און זיך ארויס געשטעלט פון די ערשטע אויף יעדע פירצה און סיי וואס האט אנגערירט בחומת הדת, ווי ער איז אנגעקומען, האט ער זיך גלייך אריינגעלייגט אין מתקן זיין תיקונים, צו ווען עס האט אויס געפעילט צו בויען א מקו', צו איז דאס געווען אויף שטעלן א תלמוד תורה פאר קינדער, אדער א ישיבה פאר בחורים, אדער א מיידל שולע פאר די בנות ישראל, האט זיך די רבי אריינגעלייגט מיטן גאנצן כח, און גארנישט האט דעם רבי'ן אפ געשטעלט פון אויס שרייען דעם דבר השם און פון זיך אנעמען פאר כבוד השם.

די רבי איז געווען איינער אליין ווען ער האט אנגעהויבן לוחם זיין קעגן ציונות, יעדער האט באטראכט דעם רבין ווי ער פארשטייט באמת נישט אז די וועלט האט זיך געטוישט און עס איז נייע צייטן, אבער דער צדיק האט מיטן גאנצן כח אויס געשריגן דעם דבר השם, און מסביר געווען פאר די וועלט וואס די ציונים ווילן באמת און דאס איז ח"ו להעביר את הדת און ר"ל ווייזען אז עס איז נישט דא קיין מנהיג לבירה,
אבער די רבי מיט זיין כח דקדושה האט ער אויס געשריגן פאר כלל ישראל, אז מען זאל זיך ח"ו נישט מחבר זיין צו די רשעים, נאר מען זאל געדענקען אז עס איז דא נאר איין באשעפער אויף די גאנצע וועלט, און עס איז אסור צו האבן א מדינה בעפאר משיח קומט, און ציביסלעך האבן די ערליכע אידן געזען אז דער צדיק איז גערעכט.

אפילו יארן נאכדעם זעט מען דעם כח פונעם הייליגען רבין, ווי ליידער זעט מען וואס די ציונים האבן געוואלט, און ליידער איז זיי געלונגען אראפ צו פירן אסאך אידישע נשמות פון דעם דרך התורה, אבער מיט זיין הייליגע כח האט די רבי אפגעראטעוועט דורות וואס פירן זיך על דרך ישראל סבא און היטן זיך פון נתחבר זיין צו די רשעים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז הרה"ק מופת הדור רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, איז אמאל געווען אין שטאט סאטמאר ביי זיין שוואגער הרה"ח רבי טובי' מאיר ווייס ז"ל, און רבי ישעי'לע האט געזאגט פאר זיינע מקורבים "גיי מיר צו ר' יואל'יש", וואס די רבי איז נאך דאן געווען א יונגערמאן, און די שטוב מענטשן וואס האבן נישט געוויסט פון די גדלות פונעם רבין, און רבי ישעי'לע איז שוין דאן געווען פון די זקני צדיקי הדור, האבן געוואלט אפ האלטן רבי ישעי'לע פון גיין באזיכען דעם יונגערמאן,
האט רבי ישעי'לע זי"ע געזאגט פאר זיי, ער איז סיגוט'ער רב'ס קינד, און א יונגערמאן א ירא שמים, און ווען רבי ישעי'לע איז אנגעקומען צו רבין'ס שטוב, האט ער געטראפן דעם רבין ווי ער גייט ארויס פון שטוב, און די רבי זאגט פאר רבי ישעי'לע אז ער איז יעצט געווען אויפן וועג אים צו באזיכן, האט רבי ישעי'לע געזאגט פארן רבין, חז"ל זאגן דאך "מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה", קומט דאך אויס, אז איר האט מיך שוין באזיכט, און יעצט קום איך צוריק אייך צו באזיכען.

דערציילט מען אז עס איז געווען א משפחה אין וויליאמסבורג וואס האט ליידער געהאט א בחור שוין אין די עלטערע יארן, וואס האט זיך ליידער נישט געפירט אידישלעך, די עלטערן האבן געהאט גאר אסאך צער און עגמת נפש דערפון, איינמאל זענען די עלטער אריין צום רבין, און זיך אויס גערעדט וועגן דעם בחור, אז ליידער היט ער נישט קיין אידישקייט.

האט די רבי געבעטן, אז מען זאל זאגן פארן בחור אז ער זאל קומען צום אים, ווייל ער וויל זייער רעדן צו אים, דער בחור האט געהאט א ביזנעס וואס ער האט שיין פארדינט דערפון, און פארשטייט זיך אז דער בחור האט נישט מסכים געווען אריבער צו גיין צום רבין, טראכטענדיג אז די רבי וויל זיכער זאגן מוסר פאר אים אויפן זיך נישט פירן אידישלעך, אבער די עלטערן האבן נישט נאך געלאזט, ביז איין טאג האבן די עלטערן גע'פועל'ט ביים בחור, און ער איז אריבער צום רבין, זיך גרייטנדיג אז די רבי גייט אים אנהייבן זאגן מוסר היתכן ער פירט זיך אזוי נישט ערליך,
אבער לפלא ווען דער בחור איז אריין געקומען צום רבין, און זיך פאר געשטעלט ווער ער איז, האט אים די רבי אויף גענומען מיט א שמייכל, און זיך נאכגעפרעגט ווי אזוי זיין געשעפט גייט און ווי אזוי אלעס איז, דער בחור האט זיך זייער געוואונדערט אויפן רבין, און געענטפערט אז ב"ה ער מאכט שיין פרנסה,
דאן האט די רבי געזאגט פארן בחור, איך האב ביי מיר דא אין די קהלה אסאך יונגעלייט וואס זיי האבן קיינמאל זיך נישט געלערנט קיין פאך, אבער זענען גאר פלייסיגע ארבעטער, וויל ער וויסן אויב ער איז מסכים אריין צו נעמען די יונגעלייט פאר ארבעטער, און ער די רבי נעמט אחריות אויב ער האט סיי וואסערע פראבלעמען מיט די יונגעלייט,
פארשטייט זיך אז דער בחור האט גלייך מסכים געווען צו דעם, און אריין גענומען די יונגעלייט ארבעטן צו זיך, און פארשטייט זיך אז ער האט דורך דעם באקומען א גאר שטארקע קשר מיטן רבין, און עס האט נישט גענומען אסאך צייט, ביז דער בחור האט אנגעהויבן זיך צוריק קערן צו אידישקייט, און דער בחור האט נאך אפאר יאר חתונה געהאט מיט א ערליכע אידישע פרוי, און אויף געשטעלט א ערליך אידיש שטוב, און דאס אלעס האט דער צדיק געטון מיט זיין שמייכל און אהבת ישראל.

דערציילט מען אז בעפאר די רבי זי"ע איז געפארן פון ארץ ישראל קיין אמעריקע, איז הגה"ק רבי אשר זעליג מרגליות זי"ע אריין צום רבין און געפרעגט פונעם רבין, ווען די רבי איז נישט דא צו וועם קען מען אריין גיין מיט א קוויטל פאר א ברכה,
האט די רבי געזאגט, ווען מען גייט אריין אין ביהמ"ד ביים דאווענען, און מען זעהט ביים לייגען די תפילין, ווי א איד שלעפט ארויף זיינע ארבעל, און ער האט די נומערען אויף די האנט פון די דייטשן ימ"ש, פאר אזא איד קען מען געבן א קוויטל.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

גאנץ אנפאנג ווען די רבי איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, איז געווען א בחור וואס האט געלערנט אין די ווינער ישיבה, איין טאג איז ער אריבער אין ביהמ"ד צום רבין, און די רבי האט דאן געענדיגט דאווענען שחרית, און דער מנהג ביים רבין איז געווען, אז די תלמידים האבן צוזאמען געלייגט די תפילין פונעם רבין, איז דער תלמיד פון וויען אריין געקומען, און עס האט זיך אים פארשמעקט צו צוזאמען לייגן דעם רבין'ס תפילין.

אזוי אינמיטן צוזאמען לייגן די תפילין, איז דער רבי אריינגעקומען, און ווען ער האט געזען דעם בחור, האט ער געפרעגט דעם בחור ווי אזוי ער הייסט און וועמענס זון ער איז, און די רבי פרעגט אים אויב ער לערנט ביי אים אין ישיבה, ענטפערט דער בחור אז ער לערנט אין וויען ישיבה, האט זיך די רבי צוקאכט און רופט זיך אן "דיין טאטע האט דיך אהער געשיקט לערנען, און די קומסט אהער אן רשות, אויף מיין חשבון",
דער בחור האט זיך זייער דערשראקן, ער האט אראפ געלייגט די תפילין, און אפגעיאגט פון דארט, אבער שפעטער נאכמיטאג קומט אריין אין ישיבה ר' יוסל אשכנזי ז"ל דעם רבין'ס גבאי, און ער זאגט פאר דעם בחור אז די רבי רופט אים, דער בחור האט זיך זייער דערשראקן און נישט געקענט טראכטן וואס די רבי וויל פון אים, אבער בלית ברירה איז ער אריבער צום רבין.

ער קומט אריין צום רבין, און די רבי זאגט אים, איך וויל דיך מפייס זיין, ביסט מיר מוחל, פארשטייט זיך אז דער בחור האט גלייך געענטפערט יא זיכער איז ער מוחל דעם רבין, אבער די רבי האט נישט נאך געלאזט, נאר זיכער געמאכט אז דער בחור איז אים מוחל בלב שלם.

און דאן האט די רבי געזאגט פאר דעם בחור, איך וויל עס זאל זיין א אמתע פיוס, זאג מיר וואס די דארפסט און איך וועל דיר דאס געבן, אבער דער בחור האט געזאגט אז ב"ה ער האט אלעס און ער ברויך גארנישט, האט אים די רבי געזאגט, זיי וויסן מיין טיר איז אייביג אפען פאר דיר אויב די ברויכסט עפעס קום צו מיר.

אפאר יאר שפעטער און דער בחור איז געווארן א עלטערער בחור, און די טאטע האט נישט געהאט קיין פרנסה און דער בחור האט געוואלט גיין ארבעטן, איז ער אריבער צום רבין און זיך מזכיר געווען אז ער ברויך א פרנסה, האט די רבי געהייסן רבי אברהם ווערצבערגער ע"ה אז ער זאל אריבער גיין צו הרה"ח ר' פישל רובינשטיין ע"ה און ערלעדיגען א גוטן ארבעט פאר דעם בחור, און די רבי האט זיך כסדר געהאלטן און איין נאכפרעגן אויף דעם בחור, און דאס אלעס איז געווען כדי צו איבער בעטן א בחור,
דערציילט מען אז די ערשטע בילדינג וואס סאטמאר האט געהאט פאר די מוסדות, איז געווען צעטיילט אויף האלב, איין זייט איז געווען די מיידלעך, און אויף די אנדערע זייט איז געווען יונגלעך, און ווען מען האט געוואלט קויפן א נייעם בילדינג, איז מען געקומען צום רבין ווייזן די אפציעס וואס עס איז דא כדי מען זאל וויסן וואס מען זאל קויפן,
האט די רבי געזאגט אז מען זאל קויפן צוויי עקסטערע בילדינג'ס, איינס פאר די יונגלעך, און איינס פאר די מיידלעך, און מען זאל מאכן זיכער אז די צוויי בילדינג'ס זענען אביסל ווייטער איינס פונעם אנדערן, האבן די ראשי הקהלה געפרעגט דעם רבין די סיבה,
האט די רבי געזאגט, אז ער האט געהערט אז אין איינע פון די שטעט האט מען געקויפט א בילדינג פאר די מוסדות, און עס איז געווען א דין ודברים אויב מען זאל קויפן איין בילדינג פאר די יונגלעך צוזאמען מיט די מיידלעך, און די תירץ איז געווען, אז סאטמאר האט דאס אויך געטאן, און דערפאר האט די רבי געזאגט, אז אויב סאטמאר איז דער וואס ווייזט וואס מען דארף טון, דארף מען אכטונג געבן וואס מען טוט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך ניקל »

א מעשה נורא וואס ווייזט דעם געוואלדיגע אהבת ישראל וואס דער רבי זי"ע האט געהאט פאר א יעדן איד.

איז געווען א איד א גאר ערליכער איד, אבער האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר, ער האט געהאט א שוועסטער א מיידל וואס האט געוואוינט אין מאראקא, און א ברידער וואס האט געוואוינט דא אין אמעריקע, און דער ברידער האט זייער געוואלט ברענגען דעם שוועסטער קיין אמעריקע, אבער דער ברידער האט נישט געהאט דאס געלט,
זאגט אים איינער, גיי אריין צום הייליגען סאטמאר רבי און ער וועט דיר שוין העלפן, דער איד האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, און איז אריבער צום רבין, דער איד האט נאר געקענט רעדן לשון קודש, און די רבי האט אים אויס געהערט די מעשה, און גלייך גייט די רבי אריבער צו זיינע לעדלעך, און נעמט ארויס פון דארט א גרויסע סכום, און זאגט פארן איד דא האסטו דאס געלט און ברענג דעם שוועסטער אריבער קיין אמעריקע, זאגט דער איד אז ער קען נישט נעמען דאס געלט, ווייל צו קענען אריינקומען קיין אמעריקע ברויך מען האבן א וויזע אז מען גייט דא לערנען ערגעץ, האט די רבי געזאגט פאר דעם איד, די גיי ערלעדיג די וויזע און די גאנצע קאסטן פון אריבער ברענגען וועל איך באצאלן,
דער איד שפאצירט אריין צו שחרית דעם קומענדיגן טאג אין מירער ישיבה, און הגה"ק רבי אברהם קאלמאנאוויטש זי"ע קומט צו צי דעם איד און זאגט אים, די נאכט 3:30 רופט מיך אן דער סאטמאר רבי, און בעט מיך איך זאל איינשרייבן דיין שוועסטער אין מירער ישיבה און אזוי וועט זי האבן די וויזע,
און כך הוה, אזוי ווי ער האט געהאט די וויזע איז ער אריבער צום רבין זי"ע, און די רבי האט אים געגעבן די גאנצע קאסטן, אז די שוועסטער זאל קומען קיין אמעריקע, און די שוועסטער איז פון די איינציגסטע פון די משפחה וואס האט אויפגעשטעלט א ערליכע אידישע שטוב, און די אנדערע האבן נעבעך געפירט א פרייע לעבן אין ארץ ישראל.

הרה"ח רבי בעריש וויינבערגער ז"ל האט דערציילט, אז ער האט איינמאל מסדר געווען די ספרים ביים רבין אין שטוב, און פון די גרויסע וואג פון די ספרים האט זיך די טיש צובראכן, און עס האט געמאכט א שטארקע גרידער, און די רעבעצין איז געקומען צו לויפן צו זען וואס עס איז געשען, און ווען די רעבעצין האט געזען דעם טיש, האט זי געזאגט אז מען זאל באשטעלן א נייעם טיש,
אבער די רבי האט געזאגט, אז ער וויל מען זאל ענדערשט פאריכטען דעם טיש, ווייל אויף דעם טיש האט ער געלערנט יארן לאנג, און אויך אויף דעם טיש האט ער געשריבן דעם הייליגען ספר ויואל משה, און מען האט טאקע פאראכטען דעם טיש, און פון דעם האט מען טאקע געמאכט דעם ארון הקודש אין וואס די רבי איז באערדיגט געווארן.

דערציילט מען אז איינמאל איז ביים רבין געווען הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זי"ע, און אינמיטן איז א איד אריין געקומען צום רבין און מזכיר געווען, אז דער דאקטאר האט מציע געווען אז ער זאל מאכן אן אפעראציע, און דער איד האט געפרעגט דעם רבין וואס ער זאל טון, און דער רבי האט געהייסן אז מען זאל מאכן די אפעראציע,
ווען דער איד איז ארויס, האט רבי מיכאל בער געפרעגט דעם רבין, האט די רבי רוח הקודש אז דער רבי האט געהייסן מאכן דעם אפעראציע, האט די רבי געזאגט, ניין איך האב נישט קיין רוח הקודש, אבער א איד וואס היט זיך דאס מויל און גיבט אכטונג אויפן דיבור, דאן טוט דער באשעפער אפהיטן זיין דיבור אז ער זאל נאר זאגן די ריכטיגע זאך.

איינמאל האט א איד וואס איז געקומען צום רבין וועגן א שידוך, און אזוי בתוך הדברים האט ער געזאגט פארן רבין, אז די וועלט זאגט אז קינדער קען א מענטש נישט קלויבען, נאר וואס מען האט דאס האט מען, אבער אן איידעם אדער א שניר קען מען זיך יא קלויבען,
האט די רבי זי"ע געזאגט, באמת איז דאס פונקט פארקערט, ביי א איידעם קען א מענטש נישט קלויבען, ווייל די גמרא זאגט דאך "ארבעים יום קודם יצירת הולד בת קול יוצאת ואומרת בת פלוני לפלוני", קומט דאך אויס אז די שידוך איז שוין אויסגעריפן געווארן נאך בעפאר דאס קינד איז געבוירן געווארן, אבער די אייגענע קינדער, דאס קען א מענטש זיך קלויבען, ווייל לויט וויפיל דער מענטש איז מתפלל און לאזט טרערן פאר זיינע קינדער, און לויט וויפיל חינוך א מענטש לייגט אריין, דאס ברענגט אז דאס קינד זאל זיין ערליכער.
שרייב פאוסט