כ"ה אב
הגה"ק רבי יעקב משולם ב"ר מרדכי זאב זי"ע, בעל ישועות יעקב, אב"ד לעמבערג.
ער איז געבוירן אין שטאט סטנוב אין אוקראינה, בשנת תקל"ה.
צו זיין טאטן הגה"ק רבי מרדכי זאב אב"ד לבוב זי"ע, וואס איז געווען מפורסם צווישן די גדולי הדור און א גאון בנגלה ובנסתר, בן הגה"ק רבי משה אורנשטיין מזולקווא זי"ע, מגזע הגה"ק בעל החכם צבי זי"ע, ומגזע הגה"ק רבי אברהם יהושע העשיל בעל חנוכת התורה מקראקא זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת פריידה ע"ה, בת הגה"ק רבי שאול חריף אב"ד אלעסק זי"ע, בן הגה,ק רבי יעקב אב"ד לשנוב זי"ע, חתנו של הגה"ק רבי צבי אשכנזי בעל החכם צבי זי"ע.
ער איז געווען א גאון הגאונים און דער גדול הדור, ושמעו הטוב הולך בכל העולם, ער איז געווען באוויסט מיט זיין מוראדיגע חריפות און בקיאות, און א עילוי נפלא בתורה, ער איז געווען א בקי נפלא בש"ס ופוסקים, און א גדול בתורת הנגלה והנסתר, וסיני עוקר הרים, ער איז געווען דער שר התורה בדורו און זיך געפירט מיט זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, ער איז געווען בדורו דער רבן של כל בני הגולה, אויך איז ער געווען מפורסם בימיו אלס א בעל חסד נפלא, ער האט מרביץ תורה געווען פאר טויזענטער תלמידים מיט א געוואלדיגע איבער געגעבנקייט.
זייענדיג 12 יאר אלט איז דער טאטע נסתלק געווארן, און ער איז געבליבן א יונגער יתום, ער איז דערנאך אויף געוואקסן אין שטאט יערסלוב, און אפילו נאכן פארלירען זיין טאטע, וואס ער איז געווען אזוי מקושר צו אים, און גאר אסאך תורה געלערנט פון אים, האט דער ישועות יעקב ווייטער עוסק געווען בתורה מיט א מוראדיגע התמדה.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה, בת הגה"ק הגביר רבי צבי הירש וואהל מיערסלוב זי"ע, בן הגה"ק רבי נפתלי הירץ וואהל מיערסלוב זי"ע,
זיין שווער זייענדיג א גביר און האט געוויסט אפצושאצן דאס געוואלדיגע חשיבות פון זיין גרויסע איידעם, האט ער דעם איידעם אויס געהאלטן פאר אפאר יאר אז ער זאל קענען זיצן און עוסק זיין בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדה, אויך האט ער פארן איידעם אויף גישטעלט א גרויסע ישיבה, ווי בחורים גאונים און גדולים בתורה זענען געקומען לערנען פון דעם גאון תורה און עבודת השם, אפילו גאר גרויסע גאונים און רבנים זענען געקומען לערנען תורה פון דעם גאון און גדול בתורה, ער איז געווען באוויסט שוין דאן אלס א בקי בכל התורה.
דער גאון האט אויך געהאט א עלטערע ברידער הגה"ק רבי משה יהושע העשיל אורנשטיין אב"ד טארניגראד זי"ע, וואס האט מחבר געווען דעם הייליגען ספר "הים התלמוד" וואס האט געהאט הסכמת פון גדולים בדורו ובתוכם רבי עקיבא איגר זי"ע, רבי מרדכי בנעט מניקלשבורג זי"ע, רבי יעקב מליסא זי"ע, רבי אפרים זלמן מרגליות זי"ע.
ביים ברידער אין ישיבה האט געלערנט הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, וואס האט געזאגט אויף זיין רבין'ס ספר און אויך אויפן ברידער'ס ספר ישועות יעקב, אז די ספרים הקדושים וואס זענען אן גענומען ביי כלל ישראל ביז צום ספר ישועות יעקב ועד בכלל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש.
גאנץ אנפאנג נאך די חתונה איז ער געווען רב אין שטאט זאלקווא, און ער האט דארט עוסק געווען מיט הרבצת התורה און אויף געשטעלט תלמידים גדולים און גאונים.
בשנת תקס"ו האבן די אידן פון שטאט לבוב לעמבערג פארבעטן דעם גאון צו איבער נעמען דאס כסא הרבנות ביי זיי אין שטאט, אויפן פלאץ ווי זיין טאטע און זיידע דער חכם צבי האבן געדינט אלס רבנים, דאן איז ער געווארן באוויסט מיט זיין גדלות בתורה און טויזענטער אידן זענען געקומען לערנען תורה פון דעם גרויסן גאון.
הגה"ק רבי מרדכי בנעט אב"ד ניקלשבורג זי"ע האט אמאל געזאגט פאר אן עלטערן איד פון שטאט לעמבערג, וואס האט נאכנישט דאן געוויסט פון דעם גדלות פונעם ישועות יעקב זי"ע, אז די פוילישע מענטשן ווייסן נישט צו אפשאצן זייערע רבנים, און ווען מיר וואלטן געהאט די זכי' צו האבן אזא גאון ווי רבי יעקב משולם אורנשטיין אלס רב ביי אונז אין שטאט ניקלשבורג, וואלטן מיר אים ארויפגעזעצט אויף א שטול פון ריין גאלד.
דער רבן של כל בני הגולה מרן הגה"ק החתם סופר זי"ע שרייבט אויפן גאון דער ישועות יעקב זי"ע בזה"ל, "ידיד נפשי הרב הגאון האמיתי מופת הדור מוה"ר יעקב נ"י האב"ד ור"מ דק"ק לבוב", און אויך אין דרשות חתם סופר ווערט געברענגט דעם הספד וואס דער הייליגער חתם סופר האט געזאגט אויפן ישועות יעקב זי"ע, און רופט אים דארט אן "חרוץ ומופלג ענותן וצדיק, ותורה וגדולה במקום אחד".
דער חתם סופר זי"ע האט באוויינט דעם הסתלקות פון דעם גאון און געזאגט בזה"ל, "הוא עמד בכוח עוזו לשבור מלתעות עמל, ולא הרימו ראשם בחייו", וואס מיט דעם האט דער חתם סופר געמיינט ארויס צו ברענגען, אז דער ישועות יעקב איז געווען א גרויסע לוחם מלחמת השם קעגן די משכילים, און ווי לאנג ער האט געלעבט האבן זיך די משכילים נישט אויפגעהויבן זייער קאפ.
אויך איז געווען א שטארקע אהבה צווישן דעם גאון דער ישועות יעקב זי"ע און הרה"ק רבי הערשעלע בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, און דער הייליגער עטרת צבי פלעגט אסאך קומען צום גאון באזיכען, און די צוויי האבן אסאך עוסק געווען בתורת הנסתר, און דער הייליגער עטרת צבי זי"ע האט דעם ישועות יעקב גאר שטארק מכבד געווען.
אויך דער צדיק הרה"ק רבי אורי מסטרעליסק זי"ע האט שטארק מעריץ געווען דעם הייליגען ישועות יעקב, און ווען מען האט געברענגט צו אים סיי וואסערע שווערע שאלות, און מען האט אים געפרעגט צו וועם מען זאל גיין פרעגן, האט דער צדיק מסטרעליסק געשיקט צום ישועות יעקב זי"ע און געזאגט, "ער איז דער רבן של כל בני הגולה, און אין הימל פסק'נט מען ווי אים".
אויך דער צדיק הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע האט גאר אסאך גערעדט מיטן ישועות יעקב אין לערנען און גאר שטארק געשעצט זיין גדלות בתורה און אים שטארק מעריץ געווען.