דעיס אז א קאמפיטער קען גאנץ ש"ס איז א גדלות? ער איז א תלמיד חכם? מסקענט אריין די גמרה איינמאל, און פון דארט און ווייטער שפייט עס אויס וואס די פרעגסט אים,על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:42 pmדי פוינט איז איין זאך, צו קענען כל התורה כולו, האט ער דאס לכה''פ איין מאל געדארפט לערנען, ריכטיג? און דאס איז א מורא'דיגע גדלות! און דאס הייסט אן אמת'ער תלמיד חכם! צו ער וואלט דאס געקענט אויף דעם אופן אן דעם חוש צו אויף אן אנדערען אופן איז שוין א צווייטע שאלה, אבער אפילו דער חלק הלימוד אליין, איז שוין א גדלות!אביסל טיפער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:03 pm100%
און אויב איז ער א מתמיד דארף מען זיך אפלערנען און אים ארויף קוקען,
אבער דאס אז ער געדענקט אלעס אויפן לשון איז א זאך מיט וואס ער איז געבוירן, פונקט ווי א בלינדער האט א אנדערע חוש מיט וואס ער איז שטארק,
און יא עס איז זייער אינטעריסאנט צו מיטהאלטען, אבער תלמוד חכם וועגן דעם איך מיין אז נישט
אז די האלסט אנדערש אדרבה קלאר עס אויס! (עיין באינטערשריפט שלי )
(אגב די מענטשען מיט דעי Syndrome, זייער מח ארבעט פונקט ווי א קאמפיטער'ס מח, אויב פארשטייסטו דו חילוק פון א מענטשעס מח צו א קאמפיטער'ס מח.)
אבער געדענק אויב איז ער א מתמיד, דעיס איז א גדלות!!