פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

שמועסן איבער ספרים - אלטע און נייע צוגלייך
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3658
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9638

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:22 pm
מיט א ברען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:16 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:58 pm

דו קענסט לשה"ק?

וואס איז טייטש "החומש אינו בר תיקון"????

יא, כ'ווייס אויך אז ווען די רבנים האבן אונטערגעשריבן די קו"ק זענען די ווערטער געווען פיצל נאר ס'איז שפעטער גרויס געווארן. איך רעד נאר פון די הייליגע עסקנים וואס האבן עס טאקע אזוי מאנארווירט אז דער בעל מחבר זאל פשוט באטראכט ווערן ווי א משכיל.

ה' ינקום דמו.
געהערט פון א ת''ח וואס האט אנגעפרעגט הגה''צ דומץ קרית יואל בעל אגלי דבש וואס איז פשט פון די ווערטער ופשוט שחיבור במהלך כזה אין התיקון מועיל להכשירו.
האט די דיין גענטפערט אז נאך פאר די ק''ק איז ארויס געקומען זענען די ב''ב פון ''הוצאות לשם'' געקומען צו אים ווייזען די חומש המתוקן, און פארן דיין איז נישט געצופרידן דערמיט, ווייל זיי בלייבן מיטן זעלבען מהלך, נאר זיי נעמען ארויס מער בולט'דיגע פראבלעמען און אויף דעם אריף האט ער געשריבן דעם לשון,

און איך האב אליינס געהערט פונעם דיין אז ער לאזט נישט מפרסם זיין די חתימה.

און שפעטער האט זיך עס געטוישט. יא. אבער ביטע... דו ווילסט אריינגיין אין די פארשטינקענע קול קורא ביזנעס?
א איד וואס האט אנגעפרעגט ביים קרית יואל'ע דיין האט מיר נאכגעזאגט אז די דיין האט אים געזאגט אז ער האט נישט אונטערגעשריבן די צווייטע קו"ק
נישט קיין בהלה
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 127

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

אפשר קען מיר איינער בכלל מסביר זיין די ווערטער "מען לאזט נישט מפרסם זיין די חתימה"?
איך מיין וואס איז די חשבון פון אינטערשרייבן א חתימה כדי עס זאל בלייבן אין שופלאד ביי איינעם? אוודאי אויב מען שרייבט אינטער ווייסט דאך אז מען גייט מפרסם זיין.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2966

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך מסתמא »

א לעצטיגע הכרה צו וואס כבין צוגעקומען, עד כדי כך אז סאיז מיר אביסל א פלא אז מרעדט נישט דערפון און מווייסט דאס נישט.

פילע מאל זאגט רש”י כתרגומו, ער מיינט תרגום אונקלוס. סאיז נישט ווי טייל ווילן זאגן אז ווען רש”י איז נישט מסביר האט ער ברוחב בינתו פארשטאנען און אונז געלאזט אין די טונקל, און מיר דארפן יעצט גיין קלויבן פון פירוש רש”י אויף גאנץ תנ”ך בכדי צו מאכן א פירוש ”מקרא כפשוטו” ע”פ רש”י... ניין! רש”י איז זייער שיין מפרש!
רש”י האט זיך פארלאזט אז אונזער דעפאלט פירוש המקרא איז אונקלוס, דאס איז דער פשוטו של מקרא!

נאר חבל אז די ”אונקלוס מבואר” און די ”רש”י כפשוטו” זענען אין צוויי בענדער, מי יתן אז די צוויי זאלן זיין אין איין באנד. מדארף מיר א מקרא מפורש ע”פ אונקלוס און דארטן ווי רש”י איז שולל די אונקלס זאל מען לייגן די פירוש ע”פ רש”י. אפשר אויכעט א ביאור מילים ”עברי טייטש” אז עס זאל זיין מער מובן.
אבער אזוי איז די לימוד המקרא קלארער פון קלאר, עד כדי כך אז כאפ איך נישט די קאמפליקאציע.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1584
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3369

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@מסתמא איך פארשטיי נישט פון וואו דו נעמסט דא ארויס אז אונקלס איז די פשוט'ע פירוש און רש"י נישט. בעצם איז דאך תרגום אונקלס רוב מאל כמעט אזוי באהאלטן ווי דער פסוק אליינס. ס'איז נאר אזויפיל אז צווישן צוויי מהלכים קענסטו דארט זען וועלכע מהלך דער תרגום האט געהאלטן. און דאך קען רש"י זאגן פשוט פשט אנדערש. און דער פשוטער פשט ביי אונז איז געווען רש"י ווי דער חת"ס שרייבט.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2966

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך מסתמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:56 am @מסתמא איך פארשטיי נישט פון וואו דו נעמסט דא ארויס אז אונקלס איז די פשוט'ע פירוש און רש"י נישט. בעצם איז דאך תרגום אונקלס רוב מאל כמעט אזוי באהאלטן ווי דער פסוק אליינס. ס'איז נאר אזויפיל אז צווישן צוויי מהלכים קענסטו דארט זען וועלכע מהלך דער תרגום האט געהאלטן. און דאך קען רש"י זאגן פשוט פשט אנדערש. און דער פשוטער פשט ביי אונז איז געווען רש"י ווי דער חת"ס שרייבט.
אונקלס געבט רוב מאל די משמעות הפסוק זייער גוט. ווען רש”י קריגט זאגט ער דאך. נו פארוואס נישט גיין מיט אונקלס און רש”י ווען ער איז חולק. בלייבט איבער די ”עברי טייטש” וואס אונקלוס גיבט נישט ממש אייביג ווארט אויף ווארט.

כבין מסכים אז די פירוש הפסוק זאל גיין לויט איין ספעציפישע מהלך אין אונקלוס דארטן וואו סאיז סובל נאך פשטים, אבער סאיז נישט "אזוי" מצוי סייווי.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1584
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3369

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

רש"י זאגט נישט אלעמאל ווען ער קריגט אויף אונקלס. מעגליך אפילו אז מער מאל איז ער חולק ווי נישט און ער זאגט עס אפילו נישט, נאר ווען דו קוקסט אין אונקלס זעסטו אז ער זאגט אינגאנצן אנדערש.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2966

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך מסתמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:01 pm רש"י זאגט נישט אלעמאל ווען ער קריגט אויף אונקלס. מעגליך אפילו אז מער מאל איז ער חולק ווי נישט און ער זאגט עס אפילו נישט, נאר ווען דו קוקסט אין אונקלס זעסטו אז ער זאגט אינגאנצן אנדערש.
די גאנצע פירוש רש"י פארלאזט זיך אז דו האסט געלערנט שוין געלערנט פירוש אונקלוס. רש"י איז שלב ב'. א ודאי דארף ער נישט יעדע מאל דערמאנען אונקלוס.

די רווח פון מפרש זיין די דעפאלט לויט אונקלוס איז אז אפילו לו יהא סמאכט זיך א טעות און די פירוש פארזעהט רש"י'ס מהלך איז דאך דערויף געזאגט געווארן אין מקרא יוצא מידי פשוטו, די כתרגומו.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1584
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3369

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:02 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:01 pm רש"י זאגט נישט אלעמאל ווען ער קריגט אויף אונקלס. מעגליך אפילו אז מער מאל איז ער חולק ווי נישט און ער זאגט עס אפילו נישט, נאר ווען דו קוקסט אין אונקלס זעסטו אז ער זאגט אינגאנצן אנדערש.
די גאנצע פירוש רש"י פארלאזט זיך אז דו האסט געלערנט שוין געלערנט פירוש אונקלוס. רש"י איז שלב ב'. א ודאי דארף ער נישט יעדע מאל דערמאנען אונקלוס.
ע"ז שאלתי לך "מהיכי תיתי". אויפ'ן פסוק "בחרבי ובקשתי" זאגט רש"י חכמתי ותפלתי. דער תרגום זאגט פשוט חרבי וקשתי, וואס מיינט א חרב און א קשת. זיי זענען צוויי וועלטן און רש"י זאגט זיין פשט אלס פשוט פשט נישט אלס הוספה.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2966

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך מסתמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:05 pm

ניין. יעדע רש"י איז א ודאי לאפוקי אדער להוסיף. אבער צו וואס? צו אונקלוס!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2393
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6243

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך פופציגער »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:08 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:05 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:02 pm

די גאנצע פירוש רש"י פארלאזט זיך אז דו האסט געלערנט שוין געלערנט פירוש אונקלוס. רש"י איז שלב ב'. א ודאי דארף ער נישט יעדע מאל דערמאנען אונקלוס.
ע"ז שאלתי לך "מהיכי תיתי". אויפ'ן פסוק "בחרבי ובקשתי" זאגט רש"י חכמתי ותפלתי. דער תרגום זאגט פשוט חרבי וקשתי, וואס מיינט א חרב און א קשת. זיי זענען צוויי וועלטן און רש"י זאגט זיין פשט אלס פשוט פשט נישט אלס הוספה.
ניין. יעדע רש"י איז א ודאי לאפוקי אדער להוסיף. אבער צו וואס? צו אונקלוס!
וע"ז שאל, מהיכי תיתי?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2966

Re: פולמוס: חומש פשוטו של מקרא

פאוסט דורך מסתמא »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:19 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:08 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 12:05 pm

ע"ז שאלתי לך "מהיכי תיתי". אויפ'ן פסוק "בחרבי ובקשתי" זאגט רש"י חכמתי ותפלתי. דער תרגום זאגט פשוט חרבי וקשתי, וואס מיינט א חרב און א קשת. זיי זענען צוויי וועלטן און רש"י זאגט זיין פשט אלס פשוט פשט נישט אלס הוספה.
ניין. יעדע רש"י איז א ודאי לאפוקי אדער להוסיף. אבער צו וואס? צו אונקלוס!
וע"ז שאל, מהיכי תיתי?
די כסדר'דיגע כתרגומו פון רש"י און יחוס צו פירוש האונקלוס ווייזט אז אונקלוס איז געווען די דעפאלט פירוש פאר רש"י. כמובן אז ווען רש"י זאגט אנדערש גייען מיר מיט רש"י. כרעד אבער ווען רש"י זאגט גארנישט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט