הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן - כ"ב אב תקל"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12767
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29109

הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן - כ"ב אב תקל"ג

פאוסט דורך ניקל »

כ"ב אב
הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול, מפרעמישלאן.

ער איז געבוירן אין שטאט פרמישלאן, בשנת תס"ג,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי יעקב לייפער איש תם מפרמישלאן זי"ע, בן הרה"ק רבי דוד זי"ע, בן הרה"ק רבי משה זי"ע, מגזע הגה"ק רבי יצחק מקורביל בעל הסמ"ק זי"ע.
עס איז מקובל אז הרה"ק רבי מיכל המגיד מזלוטשוב זי"ע האט מעיד געווען, אז די משפחה פון הרה"ק רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע, אלע דורות ארויף ביזן בית שני, זענען געווען בעלי רוח הקודש און געהאט גילוי אליהו הנביא ז"ל.

און צו זיין מאמע הצדקת מרת בת שבע ע"ה,

ער איז געווען א ברודער מיט די צדיקים וקדושים,
הרה"ק רבי יהודה לייב שומר שבת זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש פאטאקיר זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה מפרמישלאן זי"ע,

ער איז געווען א איש אלקים קדוש ונורא, און ער איז געווען א בקי נפלא בתורת הנגלה והנסתר, ער איז געווען פון די שישים גבורים מתלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע, ער האט זיין גאנץ לעבן געדינט דעם באשעפער מיט א מסירת נפש און מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, זיין עבודת התפילה איז געווען מיט א אש קודש און א געוואלדיגע דביקות און התלהבות.

ער איז געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע כח דקדושה און גדלות בתורת הנסתר, ער האט גאר אסאך חידושים מחבר געווען על התורה און אויך אויף ש"ס על דרך הפרד"ס, און עס איז באקאנט וואס ער שרייבט באיזהו מקומן של שבחים ווי ער שרייבט דארט "עד כאן אמר לי מט"ט, עד כאן אמר לי מיכאל, עד כאן אמר לי גבריאל" און מען דערציילט אז די אייניקלעך האבן עוסק געווען צו מסדר זיין די כתבי קודש פונעם זיידן, פלוצלונג האט אויס געבראכן א פייער און די אלע כתבי קודש זענען פארברענט געווארן.

גאנץ אנפאנג פון זיין לעבן האט ער עוסק געווען במסחר, און געווען באוויסט אלס א גאר ערליכער סוחר, אפילו די גוים פון שטאט האבן געוויסט פון זיין ערליכקייט, און מען פלעגט אים רופן מיטן נאמען "מאיר ספראוועדליווי" וואס מיינט "דער באגלייבטער ערליכער מאיר".

אפילו זייענדיג עוסק אין מסחר, האט דער צדיק עוסק געווען אין תורה יומם ולילה און מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין אפילו דאן באוויסט געווען אלס א גאון און א איש קדוש מאוד.

שפעטער האט ער אפ געלאזט אלע געשעפטן, און עוסק געווען ממש דאס גאנצע מעת לעת אויף תורה און עבודת השם, דאן איז ער געווארן איינע פון די ערשטע תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, נאך בעפאר דער בעש"ט איז נתגלה געווארן.

אויך האט ער פאר א שטיק צייט משמש געווען אלס מלמד תינוקות אונעם שטוב פון הרה"ק רבי שבתי מראשקוב זי"ע וואס איז אויך געווען פון די ערשטע תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, און שפעטער איז דער רבי שבתי אויך געווען פון זיינע חסידים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12767
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29109

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול, מפרעמישלאן - כ"ב אב תקל"ג

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תק"כ ווען זיין רבי דער בעש"ט הקדוש זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן אידן וואס האבן געזען דאס גדלות און קדושה פון דעם צדיק, זיך אנגעהויבן מסתופף זיין בצלו, דאן האט ער זיך געצויגען קיין פרמישלאן, און אנגעהויבן פירן די עדה הקדושה דארט, טויזענטער אידן האבן זיך מדבק געווען אין דעם צדיק און געקומען שעפן תורה וקדושה פון דעם צדיק וקדוש.

דער הייליגער רבי מאיר הגדול זי"ע מיט הרה"ק רבי איציקל דראביטשער זי"ע, און הרה"ק רבי משה פאסטאק זי"ע, האבן מצליח געווען צו זיין צו הילף פאר זייער רבין דער בעש"ט הקדוש זי"ע, אויס צו רייסן פון די וועלט דעם כת הכופרים פון די סעקטע פון כת ש"ץ ימ"ש, און אויך מלחמה געהאלטן מיט די פרענקיסטען אין שטאט לבוב.

ער האט געהאט תלמידים גדולים גאונים וקדושים בתורה ובתוכם,
הרה"ק איש אלקים רבי שבתי מראשקוב זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מפרמישלאן זי"ע,
הרה"ק רבי פייביש מבלאשיוועץ זי"ע,

ער איז געווען באוויסט אלס א קדוש ונורא מאוד און דער הייליגער צדיק הרה"ק רבי משה חיים אפרים בעל דגל מחנה אפרים זי"ע און הרה"ק רבי יהודה צבי מסטרעטין זי"ע און הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע האבן אלע מעיד געווען, אז ער דער צדיק רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע האט געקענט אראפ ברענגען שרי מעלה מיט זיין הייליגען כח, און איינמאל האט דער רבי געוויזן פאר זיינע תלמידים דעם צנצנת המן וואס משה רבינו ע"ה האט באהאלטן לדורות.

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אונעם ספר יאיר אור, אויך איז דא א ספר אור תורתו של רבי מאיר.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
הרה"ק רבי אהרן אריה לייב זי"ע, ממלא מקום אביו בפרמישלאן, אביו של רבי מאיר השני מפרמישלאן זי"ע,
הרה"ק רבי דוד מקאליש זי"ע,
הרה"ק רבי פסח חסיד זי"ע,

כ"ב מנחם אב בשנת תקל"ג האט דער צדיק גערופען זיין הייליגע זון רבי ארון לייב זי"ע, און אים איבער געגעבן רזי תורה וחכמה, און גלייך נאכדעם איז דער טאטע נסתלק געווארן זייענדיג 70 יאר אלט.

ליידער איז די גאנצע ביה"ח דארט אין פרעמישלאן חרוב געווארן און אויך דעם מקום קדוש פונעם קבר פון דעם צדיק איז חרוב געווארן, און יארן נאך די מלחמה איז אויף געשטעלט געווארן א מצבה אלס זכר פונעם מקום קדוש פון דעם צדיק.

נסתלק לגנזי מרומים יום ד' פרשת ראה כ"ב מנחם אב בשנת תקל"ג, ומנוחתו כבוד איז אין פרעמישלאן.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12767
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29109

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול, מפרעמישלאן - כ"ב אב תקל"ג

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז ביים צדיק זענען געבוירן געווארן קינדער בעפאר זיין בכור רבי ארון לייב זי"ע, אבער יעדעס מאל עס איז אים געבוירן א קינד, האט דער צדיק א קוק געגעבן אויפן קינד און געזאגט בזה"ל, "נישט דיך האב איך געמיינט" און דאס קינד איז ל"ע גלייך נפטר געווארן,
ווען דער זון הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע איז געבוירן געווארן, האט די מאמע באהאלטן דעם קינד כדי די טאטע זאל אים נישט זען, און יענע צייט איז דער בעש"ט הקדוש זי"ע געקומען צו זייער שטאט, און די מאמע האט זיך אויס גערעדט צום בעש"ט איר צער, אויף וואס דער מאן טוט מיט די קינדער,
האט דער בעש"ט אויס געפויעלט ביי זיין תלמיד רבי מאיר זי"ע, אז ער זאל דאס מער נישט טון און לאזן דעם קינד לעבן, און די טאטע האט צו געזאגט צו לאזן דעם קינד לעבן, אבער ווען דער טאטע האט נאכדעם געקוקט אויפן קינד האט ער געזאגט בזה"ל, "א סאך שענערע פון דיר האב איך אוועק געשיקט", און דאס איז שוין געווען זיין הייליגע זון דער צדיק קדוש רבי ארון לייב זי"ע,
גאנץ אנפאנג ווען אידן האבן זיך אנגעהויבן מדבק זיין אין ר' מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע, איז ער איינמאל געווען אין א שטאט מיט זיינע חסידים, און מען האט אים איינגעלאדענט צו א ברית מילה, און יענעם טאג איז געווען ראש חודש,
דער רב פון שטאט איז געווען פון די גרויסע מתנגדים פונעם דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, און דער רב איז געזעצן אויבן אן, און דער הייליגער פרמישלאנער איז געזעצן אין דערזייט ארום גענומען מיט זיינע חסידים און פארברענגט אין דברי תורה,
וויבאלד עס איז געווען ראש חודש, האט דער צדיק געהייסן פאר זיינע תלמידים צו זינגען דעם מזמור ברכי נפשי לכבוד ר"ח, און דער רב דער מתנגד האט דאס זייער געשטערט, אז ער פירט זיך דא ביי אים אין ביהמ"ד מיטן מנהג פון דרך החסידות, האט דער רב אנגעהויבן זאגן דברי תורה, און בתוך הדברים געזאגט זאכן קעגן דעם הייליגען צדיק רבי מאיר מפרמישלאן,
אבער נאך ברכת המזון האט דער רב חרטה געהאט אז ער האט גערעדט קעגן דעם צדיק רבי מאיר, און ער האט געוואלט איבער בעטן דעם צדיק, האט ער זיך געזעצט נעבן דעם רבין, און זאגט, די וועלט זאגט אז איר קענט לערנען, אפשר קענט איר זאגן עפעס דברי תורה, און מיט דעם האט דער רב געוואלט איבער בעטן דעם צדיק,
האט דער צדיק געזאגט, לאמיר עפעס זאגן מענינא דיומא, עס שטייט אין ברכי נפשי, יֵצֵא אָדָם לְפָעֳלוֹ וְלַעֲבֹדָתוֹ עֲדֵי עָרֶב, וואס דאס מיינט אז א איד ברויך קודם מתקן זיין זיינע פעולת און זיין עבודת השם, עֲדֵי עָרֶב דאן קען מען זען צו מתקן זיין יענעמס, וואס די ווארט ערב גייט ארויף אויף דעם אז כל ישראל ערבים זה לזה, אבער כל זמן א איד האט נאך נישט מתקן געווען זיינע מעשים, קען ער נאך נישט אריינקוקן אין יענעמס מעשים,
דער רב האט גאר גוט פארשטאנען דעם רמז וואס דער צדיק האט אים דא געזאגט, און ער האט געבעטן דעם רבין אז ער זאל אים מקרב זיין צום דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, האט דער צדיק געזאגט איך האב דיר א גוטע עצה, פאר צום בעש"ט הקדוש און דארט וועסטו שוין נתקרב ווערן, כך הוה זיי זענען ביידע געפארן צום בעש"ט, און דער רב איז געווארן איינע פון די תלמידים מובהקים פון בעש"ט זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12767
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29109

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול, מפרעמישלאן - כ"ב אב תקל"ג

פאוסט דורך ניקל »

אין די יארן נאכדעם וואס דער הייליגער צדיק האט אויף געהערט טון מסחר, און נאר געזעצן אין עוסק געווען בתורה דעם גאנצן טאג און אויך ביינאכט, אין ווי באקאנט איז ער געווען באוויסט אפילו ביי די גוים אלס א גאר ערליכער מענטש וואס די גוים האבן אייביג נאר געוואלט האנדלען מיט אים,
איין טאג ווען דער צדיק זיצט אין ביהמ"ד און איז עוסק בתורה, איז א גוי אנגעקומען אין שטאט מיט א בינען שטאק, עס איז געווען אפאר גוים וואס האבן דאס געוואלט אפקויפן פון דעם גוי, אבער דער גוי האט געזאגט אז ער וועט דאס נאר פארקויפן פאר דעם ערליכען רבי מאיר, אבער ער האט דעם צדיק נישט געקענט טרעפן, ווייל ער איז געזעצן אין ביהמ"ד און געווען אינגאנצן אויסגעטון פון מסחר.

דעם קומענדיגן טאג איז דער גוי אריבער צום שטוב פון רבי מאיר, און אן געטראגן צו פארקויפן דעם בינען שטאק, און אזוי ווי עס איז געווען א גרויסע דחקות ביים צדיק אין שטוב, האט די רעבעצין זייער געוואלט קויפן דעם בינען שטאק, און אפשר פון דעם וועט זי קענען קויפן עפעס עסן פאר די שטוב,
איז זי אריבער געלאפן אין ביהמ"ד, און געזאגט פארן מאן וועגן דעם געשעפט, אבער דער צדיק האט נישט געוואלט מבטל זיין אינמיטן זיין לערנען, נאר ער האט קודם צוגענדיגט זיין שיעור, און דערנאך האט ער זיך ארויס געלאזט צו זיך אין שטוב, און דער גוי האט געפרעגט רבי מאיר וויפיל ער וויל באצאלען פארן בינען שטאק, רבי מאיר האט געגעבן א פרייז פון 20 רייניש, און דער גוי האט מסכים געווען און מען האט געשלאסן געשעפט,
שפעטער ווען די רעבעצין האט אויף געמאכט דעם בינען שטאק, איז איר פינסטער געווארן פאר די אויגן, ווייל עס איז געווען דארט גאר א קליינעם סכום האניג, וואס מיט דעם קען מען אפילו נישט צוריק צאלן די 20 רייניש וואס מען האט געבארגט, אבער ווען רבי מאיר האט אויפגעהויבן די האלץ פון אונטער די בינען שטאק, האט ער דארט געטראפן א גרויסן אוצר פון גאלדענע רענדליך.

דעם קומענדיגען טאג האט ער געפרעגט דעם גוי, פון ווי ער האט באקומען דעם בינען שטאק, האט דער גוי געזאגט, אז ער איז געגאנגען אין וואלד, און ער האט געטראפן א בינען שטאק וואס איז געווען אין א בוים, האט ער אפגעשניטן דעם חלק פונעם בוים און דאס גענומען צו פארקויפן,
דאן האט דער צדיק געוויזן פאר זיין רעבעצין, אז מיט אמונה אינעם גרויסן באשעפער ברויך מען נישט מאכן קיין מסחר איבערן טאג, און אויב מען גלייבט באמת אז דער באשעפער איז דער זן ומפרנס לכל און נאר ער געט פרנסה, דאן שיקט שוין דער גרויסער באשעפער פרנסה ברווח.

ווערט דערציילט, אז די צייט ווען דער הייליגער צדיק וקדוש רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע האט געוואוינט אין שטאט פרעמישלאן, האט דאן אויך דארט געוואוינט דער צדיק וקדוש רבי מנחם מענדל מפרמישלאן זי"ע, וואס איז אויך געווען פון די בני היכלא פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, וואס איז שפעטער ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, און זיך געשריבן גאר אסאך כתבים מיט זיין ריעו וידידו רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע.

איין טאג איז אין שטאט פרמישלאן אנגעקומען א צובראכענע איד, און דער איד האט געפרעגט פון די שטאט מענטשן ווי דער צדיק וואוינט, און מען האט אים געוויזן אויפן שטוב פון רבי מאיר הגדול זי"ע, דער איד איז אריין צום צדיק אין שטוב און זיך אויס געגאסן דאס הארץ מיט די צרה וואס ער מאכט ליידער מיט, אבער דער צדיק רבי מאיר הגדול מיט זיין גרויס עניוות האט בכלל נישט פארשטאנען וואס דער איד וויל פון אים,
און ער האט געזאגט פארן איד, איך וואלט אייך גע'עצה'ט צו גיין צום שטוב פון דעם צדיק רבי מנחם מענדל מפרמישלאן זי"ע, ווייל ער האט באמת א כח צו פויעלען א ישועה, אבער לפלא ווען דער איד איז טאקע אריבער צום שטוב פון רבי מענדעלע מפרמישלאן, האט אים דער צדיק געזאגט, איך וואלט אייך געזאגט צו גיין צום אמת'ן צדיק רבי מאיר הגדול, ווייל ער קען באמת פויעלען ישועות, ווייל די צוויי צדיקים זענען ביי זיך באמת געווען שפל ונבזה, און האבן בכלל נישט געהאלטן אז זיי האבן עפעס א כח.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12767
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29109

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול, מפרעמישלאן - כ"ב אב תקל"ג

פאוסט דורך ניקל »

איין מוצאי שבת קודש האט רבי מאיר געהייסן פאר זיין גבאי, אז מען זאל איינשפאנען די פערד און וואגן ווייל ער וויל פארן אויף מלוה מלכה צו זיין הייליגען רבין דער בעש"ט זי"ע, און דער וועג פון פרעמישלאן וואס איז אין גאליציע קיין מעזיבוז וואס איז אין אוקריינע איז דאך גאר א ווייטע וועג, אבער מיט קפיצת הדרך איז ער אנגעקומען גאר שנעל,
יענע צייט איז דער הייליגער טאכטער פונעם בעש"ט הצדקת אדל ע"ה געווען זייער נישט געזונט און זיך ממש נישט געקענט באוועגען צוליב די גרויסע יסורים, און אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי מאיר קומט אריין, זאגט ער פאר זיין רבין, איך בין דא געקומען צו מלוה מלכה, און איך האב געברענגט א רפואה פארן טאכטער אדל, אבער קודם וועל איך זיך וואשן צו א פליישיגע סעודה, און איך וויל דווקא אז זי די צדקת מרת אדל זאל אליין אפקאכען די מאכלים לכבוד מלוה מלכה,
האט דער בעש"ט געזאגט אז ער ווייסט נישט אויב זי קען אפילו ארויס קומען פון בעט כדי צו אפקאכן די סעודה, און דער בעש"ט איז אריין צו די טאכטער און געזאגט די בקשה פון דעם צדיק רבי מאיר, האט די צדקת אדל געזאגט פארן טאטן, ממש א וואונדער, ווייל יעצט בשעת די האסט מיר געזאגט די בקשה פון דעם צדיק רבי מאיר, האב איך ממש געפיעלט ווי עס ווערט מיר אביסל בעסער, און זי זאגט אז זי טראכט אז זי האט די כוחות צו גיין אפקאכן די סעודה פארן צדיק,
נעבן די בעט פון די צדקת אדל זענען געלעגן די צוויי קינדער, וואס זענען שפעטער אויס געוואקסען גרויסע צדיקים מפורסמים, הרה"ק רבי ברוכ'ל מעזיבוז'ער זי"ע, און הרה"ק בעל דגל מחנה אפרים זי"ע, און אזוי ווי די מאמע איז אראפ פון בעט, האט איין קינד אנגעהויבן וויינען, האט די מאמע גענומען דעם קינד, אבער גלייך האט דאס צווייטע קינד אנגעהויבן וויינען, האט די מאמע גענומען ביידע קינדער און ארויס פון שטוב.

לפלא אייניגע מינוט'ן נאכדעם וואס די מאמע האט ארויס גענומען די צוויי קינדער פון זייער בעט, איז די וואנט העכער די בעטן צוזאמען געפאלן, די מאמע האט גלייך געזען דעם גרויסן נס וואס דא איז געשען, ווייל ח"ו אויב די צוויי קינדער וואלטן נאך געלעגן אין בעט, וואלט די וואנט געפאלן אויף זיי און זיי ח"ו צעדריקט,
ווען דער בעש"ט האט דאס געזען האט ער געזאגט פארן תלמיד, זעט אויס אז מען האט דאס פון הימל דיר מגלה געווען, און מגלגלין זכות על ידי זכאי, און איבער דעם זענט איר געקומען צו מלוה מלכה, און איר זענט געווען דער גוטער שליח צו ראטעווען די קינדער און אויך צו ברענגען א רפואה שלימה פאר מיין טאכטער אדל.

איינמאל איז דער הייליגער צדיק רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע געווען אין א שטאט, און דארט זענען געווען אסאך מתנגדים, און איינע פון די מתנגדים האט דעם צדיק גאר שטארק באזידעלט און געמאכט בזיונות, אבער דער צדיק האט דעם איד גארנישט געענטפערט, אבער אזוי ווי ער איז אנגעקומען אהיים, האט דער צדיק גערופן דעם גבאי און געהייסן, פיל אן א גרויסע זאק מיט כל מיני ממתקים, און שיק דאס אריבער צו דעם איד וואס האט מיר געמאכט די בזיונות,
די חסידים האבן געפרעגט דעם צדיק, במילא דאס אז די רבי האט נישט צוריק געענטפערט פאר דעם איד, דאס פארשטייט מען, ווייל די רבי האט געוואלט זיין א מעביר על מידותיו, אבער נאך גיין שיקן מתנות און מעדנים פאר דעם איד, דאס פארשטייט מען שוין נישט.

האט דער צדיק געזאגט איך וועל דאס ענק מסביר זיין, ח"ו ווען עס איז דא אויבן אין הימל א קטרוג אויף א איד, אמאל איז מען גוזר ח"ו, אז דער איד זאל נפטר ווערן פון די וועלט צוליב דעם קטרוג, אבער דאן קומען די מליצי יושר און בעטן זיך איין, אז מען זאל ענדערש שיקן א מחלה אויף דעם איד, און אזוי וועט ער אפ קומען דעם קטרוג, אבער דאן קומען נאך מליצי יושר, און בעטן אז מען זאל שיקן בזיונות פאר דעם איד, און מיט דעם וועט ער אפקומען דעם קטרוג, אבער דאס ארבעט נאר אויב מען איז דאס מקבל באהבה,
יעצט וועט איר שוין פארשטיין, אז אפילו איך וואלט ח"ו קראנק געווארן און צוריק געזונט ווערן, וואלט אבער דאס גורם געווען גאר אסאך צער און יסרוים און עגמת נפש פאר מיר, און אויך אסאך ביטול תורה, איז געקומען דער איד און מיר געגעבן די בזיונות, און אראפ גענומען דעם קטרוג פון מיר, אן דעם וואס איך זאל ח"ו האבן יסורים בגוף און עגמת נפש, און דערפאר האב איך דעם איד געשיקט מתנות, ווייל איך קום אים צו פארדאנקען אז איך בין ח"ו נישט קראנק געווארן.

זכותו יגן עלינו.
שרייב פאוסט