אונזערע גבאים -ווילדע פראים
דער גבאי מאניש- גיבט אונז גארנישט
די עליות הויכע קאסטען - נאר פאר אן איד מיט א שיינע פאסטן
די מקווה פרייזען ,מיט די צעטלעך, וואס אנווייזען
אז דא איז א דערהויבענע קהילה -אלעס נאר לכתחילה -
וויל די ציבור אים מעביר'ן -טוט ער גראגערען
שרייט ער אז עס גייט באדערען -קהל'ס שטוב באלאגערן
אז מען זאל אים שוינען -עס וועט נישט לוינען
אויב מען וועט פארשיקען -וועט ער שטויסען און בריקען
מען וועט נישט אנגיין -נאר ער טוט קלאר פארשטיין
די ציבור'ס געברויכען, און א קל אדון א הויכען
אידן האט איר א פלאן, וויאזוי מען רוקט אריין
א נייען אנגעשטעלטען -א העפליכקייט א זעלטען
וואס זאל זיין נח לבריות- כשנים קדמוניות?
פארהאן איין זאך -פארצייל איך אייך
וואס קען אים שטעלן אין ארט -ער זאל האלטן ווארט
די אידענע זיינע -מיט א לשון א מענה
עס גיסט און שיט- ווי ג-אט אונז היט
אן אוצר טוט זי פארמאגען -מיט ווערטער וואס שלאגען
פערל איז די נאמען פון איר נשמה און פערל שפייעט זי בלשון רחבה
פאר איר האט ער דרך ארץ- צאפלט ווי א שרץ
יעדעס מאל אויפדערניי, ווען זי גייט פארביי
- שלאק -כאפ -א -קנאק
גולם- א ל''א צדיק מיט א חולם
ווינשט זי אים עזאזל, שאול, און אנדערע ערטער - די עיקר זיין לעבן זאל ווערן קערצער
.
נעכטען האט ער געהויבען פוס און זי די טענער - אריינגעלאפן אין שול און געקלאפט אויף די בלעמער
אידען איך האב א א מאן מיט א הארץ פון א גזלן
ער האט זיך באהאלטען אין קעלער צווישען די מייזלען
האט רחמנות שאפט מיר א הרווחה -זאל די מאן שפייזען די גאנצע משפחה
לאזט אים טון זיין פליכט -דען אויבן אין הימעל איז פארהאן א געריכט
די בני רחמנים האבן זיך געשווירען -ביי אלעס הייליג ביז די רב'ס אויערען
אז מען לאזט דער גבאי
טון וואס אים גלוסט און קלערט מכאן ולהבא
און זאל בלייבען שלום בית צווישען די צוויי דיעות
מאניש ווי אן ענוש האט זיך ארויסגעזעקעלט
מיט די ראש הקהל פארמעקלט
אז מען זאל העכערן געהאלט און טאקע באלד
דער מקוה איד האט אויך געפאדערט די זייניגער
נאך אים איז געקומען די רייניגער
אלע מיט די אלטע קשיא
פון כסף מנלן מיט א פירוש רש''י
די וועד טוט פארהאנדלען
אין הויכע געשרייען פארוואנדעלען
ווען די בעל קורא אויף די טראפ
מיט א שלשלת דרייט די קאפ
וויינט ווי אן אזלא גרש
הלמאי נאר די מאן פון פערל-זרש
באקומט א העכערונג
טראץ קיין באזונדערע אנשטרענגונג
און אדרבה ווער קען באווייזען אזאלכע קרני פרה וואונדער
ווי מיר מיט מיינע שקצים קינדער
קומט מיר נישט באלוינונג ?
לעבן , רוען אין מיין וואוינונג?
א שישקעריי צווישען די ראשי הקהילה
א סלע פאר יעדע מילה
וואס די בעל קורא גייט ליינען
נאר די רייניגער איז געבליבען וויינען
האט מען אים צוגעזאגט פאר יעדע מיסט זעקל
אדער אנדערע שמוץ און עקל
וועט מען אים שענקען
סומעס וואס מיר אלע נאכבענקען
מיט די מקווה טרייבער
לוינט צו ווערן א חבר
זיין קאנטע איז סטאביל
עס ארבעט ווי א מיל
איי פון וואו די געלט?
אין די היינטיגע וועלט
מיט מעטשינג און גאו פאונד מי
איז דאס גאר א קליינע מי
"טייערע אידן שטיצט די הייליגע קהילה פון שוש!!!
זאל די נומערן שטייגען, כוונתי לזאת!!!"
דער גבאי
דער גבאי
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1091
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 3669
Re: דער גבאי
דער פראבלעם, ווען וועט זיין צייט פארדעם?
געבעך א לייק פאר שוש, אנשטאט א שטויס.
שרייב ווייטער דיינע, פאר די הנאה מיינע
געבעך א לייק פאר שוש, אנשטאט א שטויס.
שרייב ווייטער דיינע, פאר די הנאה מיינע
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: דער גבאי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 18, 2024 4:30 pm דער פראבלעם, ווען וועט זיין צייט פארדעם?
געבעך א לייק פאר שוש, אנשטאט א שטויס.
שרייב ווייטער דיינע, פאר די הנאה מיינע
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: דער גבאי
אוי גא-ט איינציקער... איך ברויך א נייעם ביהמ"ד טרעפן...
שוש מיט זיין פעדער... א שמייכל אייביג ארויסשלעפן...
דיין רוף איך הער... אבער איין זאך טוט פלעפן...
געלט געבן ווי מער... "אבער וואו איז די לינק?" כאטש א פעידזש עפן...
שוש מיט זיין פעדער... א שמייכל אייביג ארויסשלעפן...
דיין רוף איך הער... אבער איין זאך טוט פלעפן...
געלט געבן ווי מער... "אבער וואו איז די לינק?" כאטש א פעידזש עפן...
Re: דער גבאי
געוואלד און געשריגן... דער שוש...
לאכעדיגע עמאודזש X3
לאכעדיגע עמאודזש X3
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 785
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898