אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 31, 2024 9:20 pm
@ווינטעלע געב אונז א לעבנס צייכן
האסט מיר צירוק געגעבן א לעבנס צייכן.
אין יעדע תקופה פון לעבן בין איך אן אנדערע ווינטל... א קאלטע, אמאל א ווארימע, א מזרח, א שוואכע, א שטורעמעשע, א הארטע, וכו'...
צייטן ווען מוזיק קאנטראלירט מיין לעבן, צייטן וואס די פעדער איז פארטשעפעט, צייטן פון שטילקייט, צייטן פון שטארקייט, וכו'
קיינער זעהט אבער נישט די ווינטן וואס בודזשעט אין מיר, ספארדעקט מיט א שמייכל וואס פארציילט געפוצטע ציינער אונטער דעם, אבער גארנישט מער.
א פארלוירן ווינט האט זיך אריינגעמישט אין מיין מח'ס פאליטיק, אבער די פארלוירענע געפילן באמערקט נישט קיינער, ווייל א שמייכל פארשטעקט אים.
נאכן האבן עקסעס פאר א מינוט אויפן געוועב, האבעך עס אוודאי אויסגענוצט צו באזוכן אידטיש,
איך קום אריין צום נאטאפאקאציע קנעפל, און העי. איינער האט באמערקט די ווינט וואס בודזשעט אין מיר!!
ער פרעגט ווי איך בין, ער וויל זען א לעבנס צייכן פון מיר!
@אויסגעשארפטע בליי האסט בארואיגט ווינטן אין מיר. מיין נפש האט געקענט נוצן אזא נאטאפאקאציע..
שכח פון ווינטעלע.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.