אן אינטערעסאנטע פראגע. ניין?
לאמיר זיין אפען מיט זיך אליינס. אן ברענגען ספרים אדער מימרות פון ערליכע אידן, וואס באדערט אייך דא אין גלות, אויף וואס וויינט איר תשעה באב. און מיט וואס וועט זיך עס טוישן מיט ביאת המשיח?
פארוואס קלאגט איר תשעה באב, און פארוואס ווארט איר אויף משיח?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3728
פארוואס קלאגט איר תשעה באב, און פארוואס ווארט איר אויף משיח?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9372
Re: פארוואס קלאגט איר תשעה באב, און פארוואס ווארט איר אויף משיח?
ס'קען זיין אז ס'גייט סאונדן "פאליטיקלי קארעקט" און געמאכט. אבער איך וויל פשוט פילן נענטער צום מקור. נענטער צו מיין נשמה. און צוריקגיין אויפן ריכטיגן וועג פון באמת זיין אן עבד ה', און נישט קיין איינוואוינער אויף דעם וועלט.
אונז זעמיר אין א שרעקליכע גלות הדעת. ס'ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג.
והשנית, זאגנדיג איכה און אין די קינות האב איך אויפגעפאסט אומצאליגע מאל וואס מען באוויינט פשוט די נידריגע שטאנד פונעם אידישן פאלק, נישט די צרות און די גלות'ן נאר די פאקט אז די אידישע פאלק איז מער נישט די ארויפגעקוקטע נאציאן איבערן וועלט אזויווי ס'איז געווען אין די גוטע צייטן.
האב איך זיך פרובירט צו אויס'משל'ען טאמער איין טאג וועלן די שווארצע חלומות מקיום ווערן, און א כינעזע פאן וועט פלאטערן העכערן ווייסן הויז, וויאזוי גיי איך פילן? נאך פאר מ'רעדט אפילו וויאזוי עס וועט מיר אפעקטירן, פשוט דער פאקט אז אמעריקע וועט זיין א איינגענומענע לאנד און א פאלק וואס איז קאנטראלירט ביי אנדערע. למעשה גיי איך - אלס א אמעריקאנע בירגער, על אף א גלות איד - פילן דערנידערט און פארשעמט.
דאס האט מיר אביסל נענטער געברענגט צום געפיל פון א פאלק וואס שטייט ברום המעלה, און א לאנד וואס בליעט מיטן פולן גלאנץ און פראכט, און מיטאמאל פארלירן זיי אלעס, און ווערן פארוואנדלט אין א אונטערדרוקטע און אראפגעקוקטע פאלק.
איבריג צו זאגן אז ביי אידן איז די גאנצע מושג פון נאציאנאליזם נישט געווען קיין רעדע, אבער ס'איז יא געווען, מצד פארשפרייטן שמו יתברך בעולם. ווען די אידן זענען געווען שרוים על אדמתם, זענען צוגעקומען אן א שיעור גרים, וואס האבן אנערקענט אינעם אויבערשטן, דורך דעם וואס די אידן זענען געזיצן אויבן פונעם שטייסל און געוויזן פאר די וועלט, אז יא! וויבאלד אונז זענען זיין פאלק און אונז דינען אים, גייט אונז גוט אין לעבן, אונז זענען שטארק צוליב אים, אונז זענען רייך צוליב אים, און דאס איז געווען די גרעסטע קידוש שמו יתברך וואס קען נאר זיין, פארשטייצעך ביזן תיקון השלם בב"א.
---
שכח פאר די ווארעמע ווערטער, יעצט וועלן מיר האבן די זכיה צו הערן וכו'...

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5226
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9573
Re: פארוואס קלאגט איר תשעה באב, און פארוואס ווארט איר אויף משיח?
איך קלאג אויף 3 זאכן.
1) גלות השכינה.
וויאזוי זעט נעבעך אויס זיין הייליג פלאץ, מיט די טמא'נע אראבער און זייערע אפגעטער. וויאזוי זעט נעבעך אויס זיין הייליגע שטאט מיט אידישע טמאים לנפש רח"ל, די ערגסטע זוהמה צווישן אידישע קינדער איז דארט בפלטרין של מלך דורך די אפגעקערטע בנים מומרים, דארט אויפ'ן פלאץ וואו עס פלעגט אמאל בליטשקען פון לויטערקייט און ריינקייט. אוי.
2) איך וויל שוין זיין גרויס.
האסט שוין אמאל געזען א קינד וואס וויל שוין זיין א טאטע?... דאס קינד האט נישט קיין מושג וואס און פארוואס ער וויל, אבער ער כאפט עפעס אז ער איז נאך קליין. ער כאפט עס פון נארישקייטן, זיין שכל איז בכלל נישט משיג וואס אים פעלט, ווייל ווי קען דען א מצומצמ'דיגע שכל פארשטיין עפעס וואס פיט נישט אין זיין שכל? קענסט מסביר זיין א שטיקל טראמפ פאליטיק פאר א 3 יעריג אינגל?!... נישט מעגליך. ס'פיט נישט אין זיין הבנה.
אין מיין הבנה פיט נישט די פארשטאנד וויאזוי אן ערוואקסענער איד, א איד מיט א קרבת אלקים, קען דערגרייכן זיין שפיץ שמחה, שפיץ תכלית און שפיץ אמת. איך פארשטיי אבער אז איך וויל שוין ווערן גרויס... איך וויל שוין ווערן אפן צו התגלות השכינה, איך וויל שוין פטור ווערן פון די נאן-סטאפ אויגן פארבלענדעניש אין אונזער פאלשע וועלט וואו שקר גלאנצט מיט אזא פאלשע שיינקייט.
3) צרות ישראל.
אידן מאכן מיט בכלליות, מיט שנאת ישראל און רדיפות דורך שונאי ישראל, אבער נאכמער בפרטיות, יעדער צווייטער איד הא א אנדערע שווערע פעקל וואס קוים ווייסט דאס איינער. דער מיט א טאכער מוטשעט זיך מיט שלום בית און דער מיט א זון האט געכאפט א נערוון בראך ל"ע און דער מיט א קינד איז געווארן דייאגנאזט ל"ע און יענער א מאמע וואס וואלגערט זיך אין שפיטאל מיט יסורים און דער מיט א קינד וואס ליידט אויף הויכע ענקזייעטי און ס'צושטערט אים זיין שטוב און זיין לעבן, וכו' וגו' כי רבים הם. מיט משיח'ן און זיין התגלות וועט זיין נייע צייטן.

דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 16, 2024 3:03 pm 2) איך וויל שוין זיין גרויס.
האסט שוין אמאל געזען א קינד וואס וויל שוין זיין א טאטע?... דאס קינד האט נישט קיין מושג וואס און פארוואס ער וויל, אבער ער כאפט עפעס אז ער איז נאך קליין. ער כאפט עס פון נארישקייטן, זיין שכל איז בכלל נישט משיג וואס אים פעלט, ווייל ווי קען דען א מצומצמ'דיגע שכל פארשטיין עפעס וואס פיט נישט אין זיין שכל? קענסט מסביר זיין א שטיקל טראמפ פאליטיק פאר א 3 יעריג אינגל?!... נישט מעגליך. ס'פיט נישט אין זיין הבנה.
אין מיין הבנה פיט נישט די פארשטאנד וויאזוי אן ערוואקסענער איד, א איד מיט א קרבת אלקים, קען דערגרייכן זיין שפיץ שמחה, שפיץ תכלית און שפיץ אמת. איך פארשטיי אבער אז איך וויל שוין ווערן גרויס... איך וויל שוין ווערן אפן צו התגלות השכינה, איך וויל שוין פטור ווערן פון די נאן-סטאפ אויגן פארבלענדעניש אין אונזער פאלשע וועלט וואו שקר גלאנצט מיט אזא פאלשע שיינקייט.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1091
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 3669
Re: פארוואס קלאגט איר תשעה באב, און פארוואס ווארט איר אויף משיח?
אז מען פארטיפט זיך אז מיט די אלע הנאות וואס די שכינה הקדושה האט הנאה אז אונז ברעכן זיך די יצר הרע דא אין גלות וואס דאס גייט שוין נישט זיין לעתיד
אבער, נאך אלעם, מיין טאטע איז אין דזשעיל! כביכול דער אייבערשטער איז אוועק פון זיין הויז! מיך גייט ב"ה כלאמפערשט גוט, מען שטופט אדורך דעם לעבן, אבער מיין אייגענע טאטע אין הימל איז כביכול פארשווארצט! ער איז נישט במקומו! די צער פון אונזער געליבטן טאטן אין הימל דאס טוט וויי! מען איז מתפלל "כי לישועתך קויני כל היום!!!" דיין ישועה ווארטן אונז!!!
-----------------------
נאך א גאר שטארקע נקודה
געהערט אז דער הייליגער אפטער רב האט זיך אמאל פלוצים צוקרעכצט, ווען מען האט אים געפרעגט וואס גייט פאר? האט ער גענטפערט "מען האט נאכנישט היינט מקריב געווען דעם קרבן תמיד...
דו כאפסט וואס דא גייט פאר???
האסט שוין אמאל געזען ווי אזוי עס קוקט אויס ווען מען דארף מחדש זיין די לבנה און דער הימל איז פארוואלקנט? איין נאכט נאך א נאכט און נאך א נאכט, עס קומט נאנטער און נאנטער, קול מבשר, קול סאטמאר, אלע גרופעס, ווירטואלע ווי טעלעפאנישע, איבעראל איז דאס דער איינציגסטער שמועס, ווען גייט זיין א לבנה, אידישע קינדער גייען אויס און פארן לאנגע נסיעות, אויף וואס? אויף א מנהג...
עס קומט נאנטער צו סוף זמן תפילה עס קומט נאנטער צו חצות, יעדער לפי ערכו, אבער אלעס ווערט פארסאפעט, אלעס ווערט אויס מענטש בלויז צו כאפן א שחרית בזמן, ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו א דאורייתא ווי אכילת מצה, עסן אין די סוכה, די השתוקקות און ערווארטונג בכליון עינים צו קענען מקיים זיין די מצוה, און די שוידערליכע אנטוישונג אויב מען האט חלילה פארפאסט די מצוה איז עד אין לשער...
קרבנות זענען מיר נאך היינט תשפ"ד מחיוב מקריב צו זיין!!! היינט תשפ"ד איז דא א חיוב צו מקריב זיין דעם קרבן תמיד!!! דעם קרבן מוסף!!! מען איז קיינמאל נישט פטור געווארן דערפון!!! ר' ישמעאל האט זיך פארשריבן ווען משיח וועט קומען וועל איך מקריב זיין א חטאת שמינה!!!
אין הכי נמי, אונז קענען נישט ליידער מקריב זיין קיין קרבנות, און הלכה'דיג איז דא א טעכנישע סטאפ סיין וואס לאזט אונז נישט מקריב זיין קרבנות, מען טאר נישט מקריב זיין קיין קרבנות אויסערן מקום המקדש, אונז זענען טמאי מתים און אונז האבן נישט קיין פרה אדומה, אונז ווייסן נישט ווער עס איז א עכטע כהן וכו' דעם הר הבית שועלים הלכו בו, אבער די עצם חיוב איז קיינמאל נישט אראפגעפאלן!!!
אז מען איז זיך מתבונן אין די נקודה ברענגט עס א שטארקע צפי' לישועה
-----------------
ר' @שאינו יודע לשאול פארפאלן... אודה ולא בוש, האסט מיר געטאטשט מיט דעם גשמיות'דיגן צושטעל...

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.