אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווירקליך »

פנים חדשות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:35 am
ווירקליך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 1:51 pm נאר צו זיין קלאר; סענסעטיווע שמועסן מיינט נישט אזעלכע שמועסן וואס בארירן דעת תורה אדער רבנים און ערליכע אידן.

דיסקוסירן רבנים און פסקי הלכה באופן ווי מ'דיסקוסירט להבדיל אן אפמאך פון קאנגרעס, איז נישט "סענסעטיוו" נאר "אומאויסגעהאלטן".
(אנטשולדיגט פארן אריינקומען יעצט, ביז יעצט בין איך דא נישט געווען)

איך זע אז דו שרייבסט אז צו דיסקוסירען פסקי הלכה באופן ווי מ'דיסקוסירט אן אפמאך פון קאנגרעס איז נישט אויסגעהאלטען, איז משמע פון דעם אז עס צו דיסקוסירען אויף א מכובד'יגע אופן, ווי מ'איז מכבד אלע דיעות, איז יא מותר.

איך האף אז איך פארשטיי ריכטיג.
דיסקוסירן אויף א בכבוד’יגער אופן צי האדמו”ר פלוני פאלט פאר טעראר?

כ’זע עס נישט פאר א מציאות
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 192

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנים חדשות »

איך האב געשריבען "דיסקוסירען פסקי הלכה", נישט רבנים, ד"ה אויך אזעלכע פסקי הלכה וואס זענען געווארען קאנטערווערסיאל ווצב"ש די שאלה איבער מתחם גולובנציץ אין בי"ש אדער איבער בחירות אין א"י אד"ג (איך האב אנגעכאפט די דוגמאות לדוגמא בעלמא, נישט אז איך האב סיי וועלכע פלאן צו שרייבען איבער די נושאים), אבער דורכשמועסן באופן מכובד די מציאות און די הלכה'דיגע חלק.

ווי אויך, שרייבען אז א רב בישראל פאלט פאר טעראר איז נישט מכובד'יג, ווייל ס'בעצם קעגן דער רב, אבער צו שרייבען למשל אז די רב איז געווארען מיסאינפארמירד, איז געשריבען קעגן די עסקנים, נישט קעגן די רבנים (ווען די כוונה איז באמת אזוי, און געווענטליך קען מען דערקענען ווען מ'מיינט עס אמת'דיג, און איך וועל דא ציטירן א תגובה פון אייוועלט בנוגע דאס שרייבען קעגן די קו"ק קעגן די חומש פש"מ "ס'באקאנט וואס שטייט אין חזו"א איבער די דין פון מורידין ולא מעלין היינטיגע צייטען, מ'זאגט אז ווען מ'האט עס איבערגעזאגט פארן בריסקער רב זצ"ל האט ער זיך אויסגעדריקט אז דאס איז רעפארם, נו, איז וואס די תירוץ? אז הקב"ה יודע אם לעקל אם לעקלקלות, און די זעלבע טענות קענען קומען פון קלות הדעת און חוסר יר"ש און דאן איז עס רעפארם, אבער טאמער קומען די טענות בגודל יר"ש ובכוונה להאמת (שלדעתו זוהי באמת כוונת התורה ורצון הקב"ה, ולא שח"ו לא איכפ"ל מהי רצון הקב"ה וכונת התורה) דאן איז עס ח"ו נישט קיין רעפארם.

די זעלבע זאך דאהי, מ'קען האבען טענות קעגן קו"ק וכו' און די אמת'ע כוונה איז קעגן רבנים, ד"ה אז אויך טאמער וואלט ער געוואוסט אז די רבנים האבען יא געוואוסט פונקטליך אויף וואס זיי חתמע'ן און וויאזוי עס וועט נתפרסם ווערען, וואלט ער נאכאלץ געווען דערקעגן, אבער דאן קען מען האבען טענות בכונה לשמים ולהאמת, און ער האלט באמת אז זיינע טענות זענען ריכטיג און די רבנים האבען נישט געוואוסט וויאזוי מ'וועט פארשפרייטען די קו"ק אדער וואס די בד"ץ העדה"ח האט געשריבען אד"ג, אבער טאמער וואלט ער געוואוסט אז די רבנים שטייען באמת יא אונטער דעם וואלט ער נישט מפקפק געווען בשיקול דעתם, און דאכט זיך אז דא איז מען געגאנגען אויפן צווייטע מהלך.").
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

דיסקוסירן פסקי הלכה וואס האבן צוויי זייטן, און דיסקוסירן מיס-אינפארמאציע, זענען 2 אנדערע נושאים.

לגבי פסקי הלכה, מאז היתה ישראל לגוי האט מען דיסקוסירט פסקי הלכה און אודאי מעגסטו דא אויך. אבער נאר ווילאנג עס רירט נישט אן דעם פוסק אדער יענעם פוסק.

זאת ועוד, נישט אין עניני אמונות ודעות. פסקי הלכה וואס בארירן אמונות ודעות גייען שוין אריין אין די פארשריפטן סעיף ח' און ס'איז נישט דא דער מקום צו דעבאטירן, וכל ערום יעשה בדעת.
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 525
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 541

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך Yankel »

מנהל איך גיי שוין זיין וואויל, אבער פארוואס האט מען מיך געמעקט אין די קרית יואל ניו דשערזי אנוטשולדיגט ניו יארק אשכול?
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווירקליך »

Yankel האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:56 pm מנהל איך גיי שוין זיין וואויל, אבער פארוואס האט מען מיך געמעקט אין די קרית יואל ניו דשערזי אנוטשולדיגט ניו יארק אשכול?
וואס האט איר געשריבן דארט?
איר געדענקט?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 525
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 541

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך Yankel »

איך האב געפרעגט פארוואס ממוז אהערברענגן יעדע זאך ווטס מרעדט אויף עפעס א אנדערע פארום וועבסייט, לויט די לייקס זעהט אויב אז נאך יודען האבען געהאט די זעלבע שאלה…..
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווירקליך »

Yankel האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:02 pm איך האב געפרעגט פארוואס ממוז אהערברענגן יעדע זאך ווטס מרעדט אויף עפעס א אנדערע פארום וועבסייט, לויט די לייקס זעהט אויב אז נאך יודען האבען געהאט די זעלבע שאלה…..
טאקע א וויכטיגע פראגע. גוט אז איר פרעגט.

דער תירץ איז אז מ’מוז נישט, און מיר פרובירן שטארק ס’זאל נישט געטון ווערן. אגב, דער ניק אויף וועמען איר האט זיך באצויגן האט דארט געברענגט א געוויסע קליפ וואס איז געליגן אויך אויף א בליק און אויף נאך פלעצער, און זייער גוט האט ער געטון אז ער האט דא מהנה געווען דעם עולם.

איך שיהי', פאר קומענדיגע מאל איר שפירט וויכטיג צו זיין עמיצנס פאליציאנט, באלאנגט אזא פראגע נישט אין יענעם טעמע.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

Yankel האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:02 pm לויט די לייקס זעהט אויב אז נאך יודען האבען געהאט די זעלבע שאלה…..



דיין זכרון האט דיר גענארט?..

Screenshot 2023-08-10 202636.jpg
Screenshot 2023-08-10 202636.jpg (28.26 KiB) געזען געווארן 1118 מאל

ביטע זיך נישט נאריש מאכן. ייש"כ.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 192

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנים חדשות »

צ"ק איך האב נישט א פראבלעם מיטן מעקן מיין תגובה (וועגן וואודריזש) אין בחצרות הקודש נושא, איך וויל נאר וויסען וואס איז געווען די פראבלעם דערמיט, צו וויסען אלהבא, איז די פראבלעם געווען אז ס'פארדרייט די נושא, אדער אז ס'אפשר געווען שארף קעגן א ניק פערזענליך?

ווייל די שייטלעך טעמע צב"ש האט מען געלאזט אין בחצרות הקודש נושא היפש א וויילע איידערן עפענען א נייע נושא דערפאר, ווי אויך דאכט זיך מיר איז מען נישט אזוי שטרענג דאהי מיטן שרייבען הערות אין בחצרות הקודש נושא, אויך אויב ס'נישט נייעס.

ווידער לגבי זיין שארף קעגן א ניק, איז דאס נישט געווען מיין כוונה כלל וכלל, היות היינט איז די דרך אין די גאנצע וועלט אז מ'בלאזט טיטלען מן הגורן ומן היקב, און ס'נישט קיין טענה אויפן ניק פערזענליך ח"ו, ס'מיר נאר געווען אינטרעסאנט אז דבר שנצטער אותו צדיק עליו יכשלו בו עליו (על דרך הגמ' ב"ק נ'), און אזויווי צב"ש אויפן וויזשניצער רבי פון ב"ב איז די עולם מקפיד נישט צו שרייבען אויף אים כ"ק (כאטש לגבי דעם האלט איך איז עס נישט ריכטיג, היות ער איז נאר מקפיד אויף דעם משום ענוותנותו, וכמ"ש באייוועלט כאן וז"ל:
געפעלט מיר זייער שטארק א זאך וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, דאס אז די גאנצע עולם שרייבט אויף כ"ק האדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א "מרן" לאפוקי כ"ק, און דאס וויבאלד די רבי שליט"א האט אזוי געבעטן פון זיינע חסידים אלס עניוות, אבער ער האט דאך נישט באפוילן אזוי פאר גאנץ כלל ישראל, איז פון וואו נעמט זיך דער משוגעת פונקט אויף איינע פון די מערסט אנגענומענע חשובע רבי'ס אויסצולאזען דער טיטל וואס מ'שרייבט אויף יעדער בנש"ק'יל, און אנשטאטס דעם שרייבען א אנדערע טיטל וואס האט נישט קיין פשט אז איינער וואס איז נישט זיין חסיד זאל עס שרייבען אויף אים???

געפעלט מיר שטארק אז אין תוא"י האט מען יא די שכל נישט נאכצולויפען די משוגעת'ן פון די גאס, און זיי שרייבען אויף אים "כ"ק אדמו"ר מויזניץ".

אויך ביים איידעם אין סאטמער ב"ב (הגרח"צ מייזליש) שרייבט מען אזוי.
), איז כ"ש וק"ו דארף מען מקפיד זיין לגבי הגר"י לעבאוויטש שליט"א וואס האלט שטארק קעגן די אלע סארט לשונות בשיטה, ווי ער זאגט אין צענדליגע פון זיינע שיעורים אויף קול הלשון.

(אגב אמר"ש, מיין אנדערע תגובה אין כ"ו מנ"א נושא, פארשטיי איך האט מען מסתמא געמעקט ווייל ס'אינוואלווד פאליטיק, אף שלא היה לי מושג מזה, איז טאמער קען א מנהל אריינקומען אין אישי אויסקלארען וואס איז די מעשה בקצרה, וואלט איך עס אפרישיעיטעד, א דאנק פון פאראויס).
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווירקליך »

פנים חדשות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 2:38 pm צ"ק איך האב נישט א פראבלעם מיטן מעקן מיין תגובה (וועגן וואודריזש) אין בחצרות הקודש נושא, איך וויל נאר וויסען וואס איז געווען די פראבלעם דערמיט, צו וויסען אלהבא, איז די פראבלעם געווען אז ס'פארדרייט די נושא, אדער אז ס'אפשר געווען שארף קעגן א ניק פערזענליך?

ווייל די שייטלעך טעמע צב"ש האט מען געלאזט אין בחצרות הקודש נושא היפש א וויילע איידערן עפענען א נייע נושא דערפאר, ווי אויך דאכט זיך מיר איז מען נישט אזוי שטרענג דאהי מיטן שרייבען הערות אין בחצרות הקודש נושא, אויך אויב ס'נישט נייעס.

ווידער לגבי זיין שארף קעגן א ניק, איז דאס נישט געווען מיין כוונה כלל וכלל, היות היינט איז די דרך אין די גאנצע וועלט אז מ'בלאזט טיטלען מן הגורן ומן היקב, און ס'נישט קיין טענה אויפן ניק פערזענליך ח"ו, ס'מיר נאר געווען אינטרעסאנט אז דבר שנצטער אותו צדיק עליו יכשלו בו עליו (על דרך הגמ' ב"ק נ'), און אזויווי צב"ש אויפן וויזשניצער רבי פון ב"ב איז די עולם מקפיד נישט צו שרייבען אויף אים כ"ק (כאטש לגבי דעם האלט איך איז עס נישט ריכטיג, היות ער איז נאר מקפיד אויף דעם משום ענוותנותו, וכמ"ש באייוועלט כאן וז"ל:
געפעלט מיר זייער שטארק א זאך וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, דאס אז די גאנצע עולם שרייבט אויף כ"ק האדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א "מרן" לאפוקי כ"ק, און דאס וויבאלד די רבי שליט"א האט אזוי געבעטן פון זיינע חסידים אלס עניוות, אבער ער האט דאך נישט באפוילן אזוי פאר גאנץ כלל ישראל, איז פון וואו נעמט זיך דער משוגעת פונקט אויף איינע פון די מערסט אנגענומענע חשובע רבי'ס אויסצולאזען דער טיטל וואס מ'שרייבט אויף יעדער בנש"ק'יל, און אנשטאטס דעם שרייבען א אנדערע טיטל וואס האט נישט קיין פשט אז איינער וואס איז נישט זיין חסיד זאל עס שרייבען אויף אים???

געפעלט מיר שטארק אז אין תוא"י האט מען יא די שכל נישט נאכצולויפען די משוגעת'ן פון די גאס, און זיי שרייבען אויף אים "כ"ק אדמו"ר מויזניץ".

אויך ביים איידעם אין סאטמער ב"ב (הגרח"צ מייזליש) שרייבט מען אזוי.
), איז כ"ש וק"ו דארף מען מקפיד זיין לגבי הגר"י לעבאוויטש שליט"א וואס האלט שטארק קעגן די אלע סארט לשונות בשיטה, ווי ער זאגט אין צענדליגע פון זיינע שיעורים אויף קול הלשון.

(אגב אמר"ש, מיין אנדערע תגובה אין כ"ו מנ"א נושא, פארשטיי איך האט מען מסתמא געמעקט ווייל ס'אינוואלווד פאליטיק, אף שלא היה לי מושג מזה, איז טאמער קען א מנהל אריינקומען אין אישי אויסקלארען וואס איז די מעשה בקצרה, וואלט איך עס אפרישיעיטעד, א דאנק פון פאראויס).
בנוגע דיין תגובה איבער די טיטלען, מחמת איזה סיבה האבן עס געוויסע אנגעקוקט ווי א דירעקטע שטאך פאר עמיצן און דאס האט געברענגט מ’זאל עס אראפנעמען. איך פארשטיי איר האט געוויס נישט דאס געצילט, אבער איך גלייב איר זענט מסכים אז אויב איינער ווערט געטראפן דערפון זאל מען עס אראפנעמען.

כ”ו אב טעמע האט אנגעהויבן פארן אין א ריכטונג וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אונזער פארשריפטן און מיט די תקנות פון די פילטער קאמפאניס.

דעריבער האמיר עס אראפגענומען.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 192

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנים חדשות »

יעצט (ביים זען אז איר רופט עס "כ"ו אב טעמע") כאפ איך זיך טאקע אז דא רופט מען די אשכולות "טעמע"ס, נישט נושאים ווי ס'האט זיך מיר געדוכטען...

(פון חת"ס שטייט אז די ערשטע האלב חודש הייסט אב, און די צווייטע האלב הייסט מנחם, ווייזט אויס אז אין סאטמער פירט מען זיך נישט אזוי, איז דאס וואר? אפשר איז דאס גאר סחורה פאר א פרישע אשכול/טעמע...)
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווירקליך »

פנים חדשות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 2:48 pm יעצט (ביים זען אז איר רופט עס "כ"ו אב טעמע") כאפ איך זיך טאקע אז דא רופט מען די אשכולות "טעמע"ס, נישט נושאים ווי ס'האט זיך מיר געדוכטען...

(פון חת"ס שטייט אז די ערשטע האלב חודש הייסט אב, און די צווייטע האלב הייסט מנחם, ווייזט אויס אז אין סאטמער פירט מען זיך נישט אזוי, איז דאס וואר? אפשר איז דאס גאר סחורה פאר א פרישע אשכול/טעמע...)
אוי כבעטיך... אין ביידע פון די האב איך נישט מדייק געווען...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך רעגנדיג »

וואס האט פאסירט מיט די אשכול איבער די התמנות אין ירושלים?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ס'איז געווארן אויפדערווייל ארויסגעפירט, עפ"י בקשת די פילטער קאמפאני'ס, נישט צו אויסזען ח"ו ווי א פלאץ פאר פאליטיק.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 192

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנים חדשות »

פשט איז לכאו' אז אינמיטן א לאנגע טעמע/אשכול איבער אלע נייעס בחצרות הקודש, אריינצוקומען אויך מיט אביסל נייעס איבער נושאים וואס זענען קאנטערווערסיאל, דארף נישט צו זיין א פראבלעם, אבער אז איינע פון די לענגסטע טעמע'ס דאהי (אפשר גאר די צווייטע צו לענגסטע) זאל זיין איבער א פאליטיק, שמעקט נישט גוט, כאטש וואס אין די טעמע/אשכול זעלבסט האט מען געשריבען בדרך כבוד און דייקא נישט אריינגעשלעפט געווארען אין לשה"ר ורכילות, אבער דאך פאר א דרויסענדיגער געבט עס א שלעכטע אימעדזש.

אפשר טאקע קען מען אנווייזען פאר די פילטער קאמפאני'ס אז ס'נישט געווען קיין שום לשה"ר ורכילות אין די אשכול, און אזוי וועלן זיי זען אז מ'קען טראסטען די הנהלה דאהי, און זיי וועלן זיך נישט קימערן פון בעלי אינטרעסן וואס פראבירען צו פארשפארען דער פלאץ.
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 89

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך חכם »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:39 pm ס'איז געווארן אויפדערווייל ארויסגעפירט, עפ"י בקשת די פילטער קאמפאני'ס, נישט צו אויסזען ח"ו ווי א פלאץ פאר פאליטיק.
איז דאס געווען משומר'ס אפהאלט?!
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

נישט וואס מיר ווייסן.

מיט משומר איז ביזדערווייל זייער שווער צו קאמיוניקירן, און מיר האבן נישט באקומען פון זיי קיין רעספאנד במשך די לעצטע עטליכע וואכן. נישט דער סייט אדמין און נישט די מנהלי אידטיש מטעם קהלת סאטמאר מהרי"י, נישט אויף אימעיל און נישט אויפ'ן טעל.

מיר וועלן ווייטער פרובירן אונזער השתדלות לטובת די וואס נוצן נאר משומר פילטער.
אוועיטער
יואלי פון קרית יואל
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:05 am
x 1

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך יואלי פון קרית יואל »

הייסע גרעיפ דזשוס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:32 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:55 pm
אמת האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 pm א מורא דיגע מעלה יעדער דא איז פריש, און קיינער האלט זיך נישט גרעסער פון א צווייטן.
אמת!
גא"מ... ;)
גא"מ
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3706

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שמח »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 7:09 pm נישט וואס מיר ווייסן.

מיט משומר איז ביזדערווייל זייער שווער צו קאמיוניקירן, און מיר האבן נישט באקומען פון זיי קיין רעספאנד במשך די לעצטע עטליכע וואכן. נישט דער סייט אדמין און נישט די מנהלי אידטיש מטעם קהלת סאטמאר מהרי"י, נישט אויף אימעיל און נישט אויפ'ן טעל.

מיר וועלן ווייטער פרובירן אונזער השתדלות לטובת די וואס נוצן נאר משומר פילטער.
וואס איז זייער קאנטאקט אינפארמאציע?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך יום טוב »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:39 pm ס'איז געווארן אויפדערווייל ארויסגעפירט, עפ"י בקשת די פילטער קאמפאני'ס, נישט צו אויסזען ח"ו ווי א פלאץ פאר פאליטיק.
Wow נעקסט לעוועל פילטערינג
שמועסן נארמאל איבער איז נושא איז א פראבלעם פאר גדר???
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

שמח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:26 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 7:09 pm נישט וואס מיר ווייסן.

מיט משומר איז ביזדערווייל זייער שווער צו קאמיוניקירן, און מיר האבן נישט באקומען פון זיי קיין רעספאנד במשך די לעצטע עטליכע וואכן. נישט דער סייט אדמין און נישט די מנהלי אידטיש מטעם קהלת סאטמאר מהרי"י, נישט אויף אימעיל און נישט אויפ'ן טעל.

מיר וועלן ווייטער פרובירן אונזער השתדלות לטובת די וואס נוצן נאר משומר פילטער.
וואס איז זייער קאנטאקט אינפארמאציע?
sam@meshimer.com
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3706

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שמח »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:34 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:26 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 7:09 pm נישט וואס מיר ווייסן.

מיט משומר איז ביזדערווייל זייער שווער צו קאמיוניקירן, און מיר האבן נישט באקומען פון זיי קיין רעספאנד במשך די לעצטע עטליכע וואכן. נישט דער סייט אדמין און נישט די מנהלי אידטיש מטעם קהלת סאטמאר מהרי"י, נישט אויף אימעיל און נישט אויפ'ן טעל.

מיר וועלן ווייטער פרובירן אונזער השתדלות לטובת די וואס נוצן נאר משומר פילטער.
וואס איז זייער קאנטאקט אינפארמאציע?
sam@meshimer.com
ביטע שרייבן צו זיי שיין מיט הסבר און נישט סטראשערייען אדער שארף.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9593

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמעתי אז דארט איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, אלעס גייט אונטער פארמאכטע טויערן מיט פארמאכטע יחידישע החלטות געבויט אויף חששות גג על גג וגו' (נוסח קינדערוועלט?...)
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 309

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך כרוספדין »

וואס איז פשט אז אסאך פון מיינע תגובות ווערן פאראכטן מיט קליינע שינויים עס זאל אויסזעהן ווי איך האב געמיינט צו שרייבן א אנדערע זאך.
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

די מהלך פון אידטיש איז אז מען פרובירט צו האלטן דאס פלאץ אויף א הויכע ניווא, און ווער עס פאסט נישט דערפאר שיקט מען צוריק פון וואו ער קומט.

איינער וואס קומט אריין צו יענעמס א נייעס מיט הוספות, נישט צו קארעקטן נאר צו חוזק מאכן, איז נישט גענוג ערוואקסן צו קענען פארטראגן א צווייטן רואיגערהייט.

נאר וואס, אמאל איז מען יענעם דן לכף זכות אז ער האט נישט געכאפט, און מען פארעכט א ווארט. אויב אבער וויל דער שרייבער טאקע דוקא יא בלויז טשעפענען אנדערע, איז טאקע גוט ער זאל עס קלאר מאכן. איך וועל פרעגן די אנדערע חברי המערכת צו זיי פארשטייען דיינע ווערטער ווי מיר.
שרייב פאוסט