Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:23 pm
► Show Spoiler
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:38 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:04 pm
@פופציגער דו ביסט ממשיך מיט די היציגע חוזק ענטפערס וואס באדערט זייער שטארק, מסתמא פאר אלע נארמאלע ליינער. אויב דו ווילסט זיך האלטן צו זיינע פוינטס, ענטפער אדער לייג א לינק צו וואו מען האט שוין געענטפערט. אדער אז דו ווילסט קענסטו עס מאכן קורץ און ענטפער מיר אלס ליינער פון אלעם ביז אהער: ביטע זאג א יא אדער א ניין. לאמבער איז יעצט צוריק אזוי נידריג צו בעפאר קאוויד? אויב נישט, אין לעצטן חודש יולי, די בויען חודש לדבריך, איז עס יא געווען אזוי נידריג ווי בעפאר קאוויד?
דער תירוץ איז: יא!
מען זעהט יעצט פרייזן וואס מען האט לעצטע מאל געזעהן "בעפאר קאוויד!"
שכוח פאר'ן ענטפערן נארמאל. יעצט איז די שאלה וואס טוסטו מיט דעם אז די נומערן צייגן ממש אנדערש? פון די טשארטס און לינקס וואס מען האט געברענגט דא אויבן זעה איך א בילד אזוי: פאר קאוויד איז עס געווען ביי די הויכע $300 אדער קוים $400, ביי קאוויד האט עס אנגעהויבן גיין ארויף ביז עס האט ארויפגעשאסן צו טריפלט ווי יעדער ווייסט. יולי-אויגוסט 2021 איז עס שוין געווען צוריק צו כמעט $400 אבער שפעטער האט עס צוריק ארויפגעשאסן. סוף 2022 איז עס צוריק אראפ און ביי אנהויב 2023 איז עס שוין געווען בערך ביי $400 אזוי ווי פאר קאוויד. סאו 1.5 יאר צוריק איז מען צוריק צום בעפאר-קאוויד פרייז. היינט צוטאגס שטייגט עס רואיג, לעצטע חודש יולי איז עס געווען בערך $450. און יעצט איז עס שוין ארויף צו $500.
סאו יעצט איז נישט אזוי ווי 2023 ווען ס'איז געווען כמעט צוריק צו פאר קאוויד אונטער $400, נאר יעצט איז עס יעצט געווען העכער, ביי בערך $450, און עס שטייגט. אם כן, וויאזוי בלייבט דיין תירוץ יא. אן וויאזוי שרייבסטו אז מען האט נישט געזען אזעלכע פרייזן זייט קאוויד. זיי דאס מסביר.
שכח פארן פרעגן נארמאל. צום ענין.
יעדער וואס האט געליינט דעם ארטיקל האט געזען אזא בילד: די ערשטע זומער פון קאוויד זענען די פרייזן ארויף זייער הויעך, יעצט (יולי - ווען די ארטיקל איז ערשינען) איז עס די זעלבע ווי פארן ארויפגיין.
יעצט, וויאזוי רעכנט מען וואס ס'מיינט "פארן ארויפגיין"? אין די ערשטע חודש - צוויי ווען די לאקדאונס האבן זיך אנגעהויבן, זענען די פרייזן אראפ ווי משוגע, ווייל אלעס איז געווען פארשפארט און קיינער האט נישט געבויט, שפעטער - בעיקר זומער, זענען די פרייזן ארויף צודרייט.
סאו רעכענען ווי ס'איז געווען מארטש, האט זיכער נישט קיין פשט, ווייל דאס איז געווען נידריגער ווי פארדעם אפילו. אלזא ווען קען מען רעכענען אלס די צייט בעפאר ס'איז ארויף צוליב קאוויד?
רעכענען ווי פאר מארטש? האט אויך נישט קיין פשט, זינט די פוינט פון די נייעס איז אז סאיז יעצט אזויווי ס'געווען פאר די קאוויד אויפשטייג - וואס איז הערשט געווען אינמיטן זומער. זיין פוינט איז נישט געווען אז ס'איז אזויווי אינמיטן 19', נאר אז ס'איז אזויווי פאר די קאוויד אויפשטייג, דארף מען זען ווען די (משוגענע) העכערונג האט זיך אנגעהויבן.
האט ער גערעכנט ("ער" מיינט אין דעם פאל די wsj, און די היימשטאט וואס האט אים נאכגעשריבן) ערגעץ סוף יוני אנפאנג יולי, ווען די פרייז איז געשטאנען ביי ארום 448 - 450. און - העפענס טו בי - אז די מארקעט האט שוין געזען די פרייזן אין פעברואר - נאך פאר אלעס האט זיך אנגעהויבן. סאו מ'קען נישט בלעימען קאוויד אויף דעם נומער. [טשארט 1)]
יעצט לאמיר צוזאמען איבערגיין די טשארט און זעהן וואס סאיז נאך שווער:
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:23 pm
פון די טשארטס און לינקס וואס מען האט געברענגט דא אויבן זעה איך א בילד אזוי:
פאר קאוויד איז עס געווען ביי די הויכע $300 אדער קוים $400 רוב פון 18' איז עס געווען העכער 400, און זינט אקטאבער 19' איז עס קיימאל נישט געווען אונטער פיר הונדערט - חוץ בשעת די לאקדאונס, ווען ס'איז געווען אזוי נידריג ווי 2016 [טשארט 2)], ביי קאוויד האט עס אנגעהויבן גיין ארויף ביז עס האט ארויפגעשאסן צו טריפלט ווי יעדער ווייסט.
יולי-אויגוסט 2021 איז עס שוין געווען צוריק צו כמעט $400די נידריגסטע וואו ס'איז געווען אין 2021 איז געווען אוגוסט - ווען ס'איז געשטאנען ביי 474[טשארט 3)] אבער שפעטער האט עס צוריק ארויפגעשאסן. סוף 2022 איז עס צוריק אראפ און ביי אנהויב 2023 איז עס שוין געווען בערך ביי $400 אזוי ווי פאר קאוויד. סאו 1.5 יאר צוריק איז מען צוריק צום בעפאר-קאוויד פרייז. היינט צוטאגס שטייגט עס רואיג, לעצטע חודש יולי איז עס געווען בערך $450. און יעצט איז עס שוין ארויף צו $500.
סאו יעצט איז נישט אזוי ווי 2023 ווען ס'איז געווען כמעט צוריק צו פאר קאוויד אונטער $400, נאר יעצט איז עס יעצט געווען העכער, ביי בערך $450, און עס שטייגט. אם כן, וויאזוי בלייבט דיין תירוץ יא. אן וויאזוי שרייבסטו אז מען האט נישט געזען אזעלכע פרייזן זייט קאוויד. זיי דאס מסביר.
זעה איך אזא בילד: בעפאר קאוויד איז עס געווען אין די נידריגע 400, סוף פון די לאקדאונס האט עס אנגעהויבן ארויפגיין און איז געווען ביי בערך 450 - א נומער וואס איז נישט געווען אומדערהערט בעפאר קאוויד, אין 2024 איז עס געפאלן אפאר וואכן אין א צי, און איז געשטאנען ביי בערך 450.
בלייבט נאר שווער צוויי פראגעס: א] פארוואס ער האט געשריבן ביי 2024 אז סאיז ביי 435 - בעת סאיז נאר געווען אזוי פאר א קורצע צייט. ב]אז ס'איז שוין יא געווען ביליגער ווי יעצט - אין 2023.
- טשארט 1)
- Screenshot (137).png (38.8 KiB) געזען געווארן 635 מאל
- טשארט 2)
- Screenshot (138).png (45.61 KiB) געזען געווארן 635 מאל
- טשארט 3)
- Screenshot (140).png (43.94 KiB) געזען געווארן 635 מאל