לכאורה משום זלזול שבת זאל מען עס אויסלעשן פאר שבת, ווייל עס גייט אריין אין ערענסטע שאלות (פשוט מובא בשו"ת באר משה מדעברצין ועוד ספרי שו"ת).משזר עריכה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:45 pm איך האב קעמערעס וואס ארבעטן שבת אויך, איז דאס מותר?
ווייסט איינער אפשר ואס איז די הלכה?
אבער אין שו"ת בצל החכמה (ח"ו) איז ער יא נוטה להקל, און אפילו מען שטעלט זיך דארט בכוונה אז מען זאל ווערן אפגעכאפט מעג מען, - די שאלה מאכט זיך ביי א טיר וואס עפענט זיך אליין, למשל אין שפיטאל וואס א קעמרא כאפט אויף אז מען שטייט דארט ביים טיר, (אין NYU איז דא אסאך אזאנע טירן) איז לפי שו"ת בצל החכמה מעג מען זיך שטעלן דארט בכוונה.
אבער הרב וואזנער אין שו"ת שבט הלוי (ח"ט) אז נאר מתיר ווען מען האט נישט אינזון צו ווערן אפגעכאפט, אבער וועט מען האט אינזון איז לכאורה אסור.
קומט אויס לויטן שבט הלוי אז מען מעג לאזן ארבייטען קעמרעס אויב מען האט נישט אינזון אפצוכאפן עפעס דייקא.
שטומט?? אדער מער אויסשמועסן??