הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך ציבורא »

אין ליכט פון די שמועסן בנוגע יוניפורמס, איז כדאי אויסשמועסן די טעמע.

די רבי זי'ע האט צענדליגער יארן געזאגט און געשריבן הדרכות ברבים, לבוש נשים, דיקע שטרימפ וכדומה,

עס איז דא אפאר זאכן וואס מ' האט קיינמאל נישט געהערט ברבים, ווי למשל וואס די מדובר איז, יוניפארם פאר מיידלעך, טו ווילערס (עירוב) וואס ער האט קיינמאל געזאגט ברבים, נאר איש מפי איש

למעשה, ווען מנהיגי ישראל זעהן עפעס מתקן זיין לצורך הדור, דארפן זיי גלייבן און טון ווי מ' זאגט נאך וואס דער רבי האט געזאגט, אדער דארפן זיי דן זיין לפי ראות עיניהם?

מאן יימר אז עס איז אמת, (ח"ו נישט מערער אויף די יודן אבער שוין) און אפילו עס איז יא אמת, האט ער עס געזאגט בשעתו, און אז מנהיגים זעהן איין לצורך הענין צו טוישן .
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך ציבורא »

נאכמער, עס זענן דא זאכן וואס די רבי האט געזאגט ברבים, און א חלק פון זיינע תלמידים האבן איינגעזען לצורך הענין עס מבטל זיין, ווי למשל בחורים ביי חתונות (לענ"ד פארשטיי איך דאס מבטל זיין, אבער מי אנוכי)

נאכדעם איז דא זאכן וואס ער האט נישט געטון און היינט האט יעדער איינגעזען אז עס פעלט אויס, נישט זינגען זמירות חוץ כל מקדש, מנוחה ושמחה, מאכט קיינער נישט נאך

הדלקה'ס (ל"ג בעומר דא צו אין אר"י אינמיטן יאר) יומא דפגרא טישן, ט"ו בשבט, פורים קטן וכדומה

אזוי קען מען אויסרעכענען אסאך ואטו כי רוכלי'

בדרך צחוק מכאיב

דער רבי האט נישט געמאכט קיין קינדער אדער אייניקלעכס שמחות דא אין אמעריקע
פאפא חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:07 pm
Location: עולם העשיה
x 42

Re: הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך פאפא חסיד »

שלום וברכה! עס איז די ערשטע מאל וואס איך בין מגיב ויהי רצון שלא אכשול בלשוני. ווען מען רעדט בכלליות איבער די נושא פון טוישן לפי המצב איז געווען אנגענומען ביי אונזערע רבי'ס און דאס איז נאכאלץ די מיינונג פון גדולי ישראל אשר החיים אתנו אז ווען עס איז דא א צורך מעג מען טוישן לפי המצב עס קומט אבער מיט מיט א גרויסן ,אבער, "אבער מעו דארף זיך רעכענען מיט די מיינונג פון די פריערדיגע " און די יעצטיגע תקנה פון יוניפארומס איז אין איינקלאנג מיט די אויבן דערמאנטע כלל ווען מען האט בדייקא נישט געמאכט איין יוניפארום פארן כלל נאר א אויסוואל פון פארשידענע סטיילס און בנוגע די אנדערע משלים איז נניח אז עס דא א חילוק פון טוישן רעבישע מנהגים און פון טוישן עניני לבוש וכדומה [הגם וואס נישט יעדער האלט אזוי] און איבער די ענין פון זאכן וואס מען זאגט נאך פונעם רבי זי"ע איז דא אין דעם אן אריכות הענינים אפשר אין א צווייטע געלעגנהייט
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך ציבורא »

ייש"כ פאר דיין ערשטע הערה, ווארט מיר צו הערן מער אין די נושא

בדרך צחות, די רבי זי"ע מיינט איר הרה"ק מפאפא זי"ע?

איר זענט דאך א @פאפא חסיד
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך אנדערער »

די שמועס האט נישט מיטן קעפל.
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 371

Re: הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך משה רבינו »

איך בין אזוי קליין צו פארשטיין דעם רבינס מיינונג אז איך מיז האבן א היינטיגע רבי עס צו מסביר זיין.
עס זענען פארהאן טויזענטער מציאות'ער וואס האבן זיך געטוישט פון נאכן קריג ביז יעצט
איז דעמאלטס אויך געווען אנליין שאפינג?
האט מען דעמאלטס אויך געהאט פער פרעשער?
פלעגט מען דעמאלטס אויך קומען מיט רויטע הארץ אדער אנדערע עקעל'דיגע אויפשריפטן?
אויב דו מציאות האט זיך געטוישט דארף מען א היינטיגע רבי וואס זאל פסקנען וואס רבינו הק' וואלט ווען געזאגט דערצו היינט צו טאגס, און דאס צו וויסן דארף מען זיין א מנהיג ישראל
און עס איז א חוצפה און א גיאות אז אינטערנעט שרייבער זאלן אריין רעדן און אזא נושא ווען גדולי ישראל היינט צו טאגס האבן שוין געזאגט זייער מיינונג
די קרענק האט זיך שוין אנגעהויבן ביים דור המדבר אז זיי זענען געווען מורים את מוריהם אבער דארט זענען זיי אלע געווען באמת נביאים גרעסער פון יחזקאל הנביא נישט קיין אינטערנעט שרייבער
פאפא חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:07 pm
Location: עולם העשיה
x 42

Re: הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך פאפא חסיד »

שלום וברכה עוד הפעם! קודם פאר 'ציבורא' פאפא רב זי"ע איז דאך געווען דיין אין סאטמאר מילא איז עס דאך אלעס איינס.. און פאר 'משה רבינו' עפר אנחנו תחת כפות רגלינו של גדולי ישראל נאר אונז פרובירן צו 'אפלערנען' חוות דעתם צווישן אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר [כמעט געשריבן פאפא..] וואס זוכן דיקא אן אויסגעהאלטענע פארום וואס איז נכנע לדעתם פון גדולי ישראל ודוק'
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: הדרכות פון גדולי ישראל ביחידות

פאוסט דורך ציבורא »

מיט ווינדערלעכע השגחה פרטיות איז מיר געקימען אינטער די הענט דעים שבת א חשובה פון רבן של ישראל דער הייליגער חתם סופר זי"ע אין שו"ת חתם סופר חלק ו' סימן ס"ד ד"ה הנה

וזל"ק, כי כבר אנו מוזהרים מפי ספרים וספרים שלא להאמין לעדות של אנשים המעידים מפיהם של חכמים, כי אינם מדקדקים בדבריהם, ומהפכים דברי אלקים חיים

משה אמת ותורתו אמת
שרייב פאוסט