דער בוך פון לעבן!
פרשת מטו''מ
פרשת מטו''מ
ווען מ'נעמט אין בטראכט דער מענטש'ס לעבן
פונקט ווי א בוך אזוי מען טוט עס וועבן
א מעשה א לאנגע אויף קאפיטלעך צוטיילט
דאס לעבנס געשיכטע עס דערציילט
פארהאנען רוהיגע טעג, גליק די קאפיטלעך
עס שיינט מיט הצלחה, זיסע מינוט'לעך
דערנאך זענען דא אויף שטורעמישע וואסערן מ'דראפעט
שווארצע נעכט, טונקעלע צייטן, מען אטעמט פארסאפעט
מען וויל זיך טרעפן ביים ענדע פון ביכל
קיין שוועריקייטן באטרעפן די בלעטער פונעם לוח'ל
אבער א בוך איז נישט אינטערעסאנט
אויב אלעס פארט אזוי ווי געפלאנט
זה ספר תולדות אדם
דווקא ווען אלעס איז צומישט עס גיסט זיך א סאמעטוכע
דעמאלטס הנאה מען האט צום סוף פון א זיסע הצלחה
די אידן אין מדבר מ''ב מסעות געשפאנט
ביי איינס געוועהן עהרליך ביי אנדערע צושאנד
ביי עטליכע געוועהן זיס עטליכע געוועהן ביטער
אבער דווקא דורך די מסעות זיך ריקן א שטאפל, דער איד טוט ער
אן דעם נסיון אדער'ן שווערע געפיל
וואלט מען נישט געקענט דערגרייכן דעם ציל
ויסעו ויחנו, ויסעו ויחנו, אזוי טוט מען זיי אויסלויבן
ביסט געפאלן און געשטארקט, געפאלן און זיך ווידער געהויבן
א מענטש אין זיין לעבן טוט גיין מ''ב מסעות
א וועג צו דערגרייכן דערפון דא-איז
דער שטיינדעל איז אויפן וועג, אנשטאט זיך דערין אנקלאפן און בלייבן אין די לעכער
טו זיך דערויף אויפשטעלן און ווערן דערפון העכער!!
נו לאמער זיך צוזאמעו אנכאפן און זיך ארויס לאזן אויפן הייק
און ביזן לעצטן קאפיטל לאמער שרייען חזק חזק ונתחזק!!!
א גוט שבת!