כ"ג תמוז
הגה"ק המקובל האלקי רבינו משה קורדובירו ב"ר יעקב זי"ע, הרמ"ק, מצפת. בעל תומר דבורה,
ער איז געבוירן אין שטאט צפת, בשנת רפ"ב,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי יעקב מעיר קורדובה ספרד זי"ע,
ער איז געווען א איש אלקים קדוש וטהור נורא מאוד, און דער נזר המקובלים, ער איז געווען א בקי נפלא בנגלה ובנסתר, און אויך איז ער געווען א בקי בסודות הגלגולים און אויך אין שמות המלאכים הפלא ופלא, און ווי דער הייליגער חיד"א זי"ע איז מעיד, אז ער האט געזען דעם פירוש אויפן זוהר הקדוש פון דעם רמ"ק און ער איז דארט מעיד אז דער הייליגער רמ"ק זי"ע איז געווען א בעל רוח הקודש אמיתי, והיה לו גלוי אליהו הנביא ז"ל,
און ספר הגלגולים שטייט אז רבינו הרמ"ק זי"ע האט געהאט אין זיך דעם רוח הנשמה פון זכרי בן יהוידע, אויך קען מען זעהן וואס דער של"ה הקדוש זי"ע שרייבט אויפן הייליגען רמ"ק זי"ע בזה"ל, "מצאתי יד האלקים ר"מ קורדווירי ז"ל וז"ל לימדני זקן אחד, סגולה לבטל מחשבות שיאמר פסוק זה הרבה פעמים "אֵשׁ תָּמִיד תּוּקַד עַל הַמִּזְבֵּחַ לֹא תִכְבֶּה", און דער של"ה הקדוש שרייבט אויף דעם בזה"ל "ובעיני פשוט שזה הזקן היה אליהו הנביא, ולרוב ענוותנותו של הרב לא רצה לגלות",
ער איז געווען א תלמיד בתורת הנגלה ובהלכה פון הגה"ק רבי יוסף קארו הבית יוסף זי"ע, און דאן אפילו זייענדיג נאר 18 יאר אלט, איז דער הייליגער רמ"ק זי"ע אריין אין די בית דין פון הגה"ק מהר"י בריב זי"ע, וואס דארט איז דער רמ"ק געווען דער יונגסטער פון די 4 דיינים אינעם בי"ד, דארט איז דער רמ"ק מוסמך געווארן בהוראה, און ווי זיין רבי דער בית יוסף זי"ע שרייבט אויפן תלמיד בזה"ל, ויקוים בו מקרא שכתוב בְּנִי אִם חָכַם לִבֶּךָ יִשְׂמַח לִבִּי גַם אָנִי,
אלע גדולים וגאונים בדורו דארט אין ארץ ישראל, האבן אלע גאר שטארק מעריץ געווען און באוואונדערט דעם גדלות התורה וקדושה פון דעם הייליגען רמ"ק, שוין אפילו דאן זייענדיג גאר יונג, האבן זיך די גדולים בתורה גערעכנט מיטן דעת תורה פונעם רמ"ק, וויסענדיג אז ער איז א בקי חריף עצום בתורת הנגלה כאחד הגדולים וזקינים,
ער האט חתונה געהאט מיטן שוועסטער פון הגה"ק רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי זי"ע,
ביי די צוואנציג יאר האט ער אנגעהויבן לערנען תורה הנסתר פון זיין שוואגער הגה"ק רבי שלמה אלקבץ זי"ע, און דארט איז דער גאון געוואקסן אין קבלה, און נישט לאנג נאכדעם איז דער גאון וצדיק מפורסם געווארן אלס איינע פון די גרעסטע מקובלים אין עיר הקודש צפת.
סוף ימיו פונעם הייליגען רמ"ק זי"ע, איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל דער אר"י הקדוש זי"ע, און ער האט זייער זיך געוואלט טרעפן מיטן הייליגען רמ"ק זי"ע, אבער עס איז נישט באוויסט אויף זיכער אויב די צוויי קדושים האבן זיך טאקע געטראפן, אבער נאכן הסתלקות פונעם רמ"ק, האט דער אר"י הקדוש זי"ע איבער גענומען די הנהגה פון די מקובלים אין צפת
ער האט זוכה געווען צו מרביץ תורה זיין פאר גאר אסאך גאונים וגדולים בדורו ובתוכם,
הגה"ק רבי חיים וויטאל זי"ע,
הגה"ק רבי אליהו די וידאש בעל ראשית חכמה זי"ע,
הגה"ק רבי מנחם עזריה בעל הרמ"ע מפאנו זי"ע,
ער איז געווען פון די ראשי הדיינים אין שטאט צפת, און די גאונים בדורו האבן ממש באוואונדערט, ווי אזוי דער הייליגער רמ"ק זי"ע האט באוויזען אזוי פיל צו לערנען און נאך מרביץ תורה זיין פאר זיינע תלמידים, ווען דער גאון איז אוועק זייענדיג נאר 48 יאר אלט, ווי מען זעהט וואס דער גאון הגה"ק רבי אברהם אזולאי בעל חסד לאברהם זי"ע שרייבט אין די הקדמה צו זיין ספר אור החכמה, בזה"ל "כי לא יאומן כיצד הספיק הרמ"ק לכתוב כל כך הרבה, ארוכה מארץ מדה ורחבה”,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע ספרים און חיבורים,
ספר תומר דבורה, ספר מוסר,
ספר שיעור קומה, ביאור של האידרות בזוהר,
ספר אילימה רבתי, ביאורים בקבלה,
ספר תפילה למשה, פירוש על התפילה על סדר הקבלה,
ספר פרדס רימונים, ביאור שיטתו בקבלה,
ספר אור נערב, קונטרס במעלות לימוד הקבלה,
ספר גירושין, חידושים שנתגלו לו בהתבודדות אים הגה"ק רבי שלמה אלקבץ זי"ע,
ספר אור יקר, פירוש על חלקי הזוהר, וספר יצירה,
ספר זבחי שלמים, על סדר עבודת יו"כ.
די צדיקים און גדולים אין שפעטערע דורות נאכן הסתלקות פונעם רמ"ק זי"ע, האבן אלע כאיש אחד מעיד געווען אויף די גדלות און קדושה פון זיינע הייליגע חיבורים,
דער הייליגער יעב"ץ זי"ע שרייבט אז דער מנהג צו זאגן די פרקי תהלים (צ"ה-צ"ט) ביי קבלת שבת, איז א מנהג וואס קומט פונעם הייליגען רמ"ק זי"ע.
די הייליגער של"ה הקדוש זי"ע שרייבט אין זיין הסכמה אויפן ספר תומר דבורה בזה"ל, "שאם יגמור האדם הספר הזה פעם אחת בשבוע או פעם אחת בחודש, מובטח לו שהוא בן עולם הבא", אז אויב א איד וועט דורך לערנען דעם ספר תומר דבורה, איין מאל א וואך, אדער איינמאל א חודש, איז ער פארזיכערט אז ער איז א בן עולם הבא",
ליידער האט דער דור נישט זוכה געווען, און דער הייליגער רמ"ק זי"ע איז נסתלק געווארן זייענדיג 48 יאר אלט, ביום כ"ג תמוז ה' אלפים בשנת ש"ל, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח הישן אין צפת, סמוך ונראה צום אר"י הקדוש זי"ע,
ווי עס ווערט דערציילט האט דער הייליגער אריז"ל זי"ע מעיד געווען, אז ביי די לוי' פונעם הייליגען רמ"ק זי"ע, איז נאך געגאנגען דעם מיטה ביי די גאנצע לוי', שני עמודי דנורא, דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט א הספיד אויפן הייליגען רמ"ק, און אויך זיין רבי דער הייליגער בית יוסף האט אים מספיד געווען און געזאגט בזה"ל, "כאן נגנז ארון התורה",
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
הגה"ק רבי משה קורדובירו ב"ר יעקב זי"ע, הרמ"ק - כ"ג תמוז ש"ל
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: הגה"ק רבי משה קורדובירו ב"ר יעקב זי"ע, הרמ"ק - ה' אלפים כ"ג תמוז ש"ל
ציון הקדוש אין עיר הקודש צפת
- פיילס
-
- ציון הקדוש הרמק.jpeg (24.91 KiB) געזען געווארן 93 מאל