סאטמאר מהר״יי
מיטוואך און דאנערשטאג פרשת פנחס בצל הקודש
► Show Spoiler
מיטוואך פרשת פנחס בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ שלום יחזקאל מייזעלס הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ יעקב נחמן שטויבער שליט״א מנה״ר בישיבה.
נאכן דאווענען איז דער בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
זמני כניסה בביתו נאוה קודש איז געווען פון 5:15 ביז 6:15 נאכמיטאג.
אום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ דוד יואל בלום שליט״א ר״מ בישיבה.
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הב׳ אלעזר שמואל הויער ני״ו,
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 10:45 אויפדערנאכט.
~~
דאנערשטאג פרשת פנחס בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
אינדערפרי איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין סאוט פאלסבורג צו מחנה ישישבה קטנה סניף הרה״ג ר׳ יואל שטעסל שליט״א, לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ״ד אין קעמפ,
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 8:30, בעל תפילה איז געווען הב׳ שמעון דוב בהה״ג ר׳ מנשה פילאפף שליט״א.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
פתיחה: הרה״ג ר׳ יואל טירנוער שליט״א ר״מ בישיבה.
כהן: הב׳ ליפא ב״ר יואל קאהן הי״ו.
לוי: הב׳ שלמה ב״ר צבי מאיער הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שלישי.
הגבה: חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א ר״מ בישיבה.
גלילה: הב׳ מרדכי ב״ר יעקב חיים הירש הי״ו.
נאכ׳ן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג פונעם ביהמ״ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ״ד,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה״ג ר׳ יואל שליט״א און מקבל פנים געווען דעם רבי׳ן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פאר די הנהלת ורמ״י הישיבה און די תלמידים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה ווי דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הישיבה און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מחנך זיין א בית מקדש מעט, און מעורר געווען אויף קדושת הביהמ״ד, עבודת התפילה און התחזקות בלימוד התורה און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב״ק זענען אלע תלמידים אריבער נעמען שריים, מען האט געענדיגט ארום 11:15.
זמני כניסה בביתו נאוה קודש איז געווען פון 5:15 ביז 7:45 אויפדערנאכט.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הבה״ח יודא מרדכי דייטש ני״ו.
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הב׳ יוסף גאלדבערגער ני״ו,
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 11:00 אויפדערנאכט.
~~