מיין טרעילאר’לאזע רייזע

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7446

מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך פופציגער »

איין נאכט דעם פארלאפענעם וואך זעמיר געווען אין מאנסי ביי אן איינגענעמער פארברענג מיט א קבוצה חברים און אידן וועלכע זענען עוסק אינעם זעלבן פעלד ווי איך.

דער פארברענג האט זיך פארצויגן בין אין די שפעטע נאכט שעות ווען מ’האט זיך צעשיידט, און דא איז געקומען דער טייל פון אהיימדרייוון דעם וועג קיין קרית יואל.

טאקע א קורצע וועג, אבער פאר מיר, אלס א דרייווער וואס זיצט זייער אומבאקוועם ביים רעדל אויף לאנג דיסטענס רייזעס און שוויצט פארסאפעט ווען מ’דארף טוישן לעין אדער כאפן אן עקזיט, איז עס נישט געשמאק, בפרט ווען איך פאר אליינס, און נאכדערצו ביינאכט ווען אלעס וואס איך זע זענען גרויסע טרעילארס ביי מיינע זייטן וואס לאזן נאך דעם גרימצארנדיגן ברררררררר גערויש און ברענגען א וויברירנדער בררררר געפיל אין מיר.

למעשה, מחמת איזה סיבה שהוא, האט מיר מיין דזשי פי עס געפירט אויף א וועג וואס - איר זאלט מיר מוחל זיין איך קען נישט קיין וועגן און כ’ווייס נישט וויאזוי ס’הייסט, אבער - איז היבש ליידיג.

אין אנהייב האב איך זיך היבש געפריידט... א מחי’... כ’האב א ליידיגע ראוד.... אהרעלע סאמעט ווערט מכובד אראפצולייגן אן אוירא דארץ ישראל ביי מיר אין קאר אויף הויכע טענער, און היידא! מ’פארט!

פארנדיג אזוי ווי א שיילער אין א רייפן קארטאפל, גלאט און שנעל, האט מיר אבער מיטאמאל אנגעכאפט אן אומהיימליך געפיל... עפעס א סקרוכנדע שאקל אין מיינע אדערן און א צומישעניש אין די אויגן, וואס האט מיר געמאכט טראכטן, בין איך מיד? שיכור? אדער חלילה פארליר איך באוואוסטזיין אזוי ביים רעדל? עפעס גייט פאר מיט מיר! איך פיל עפעס נישט בסדר!

ביז איך האב עס געכאפט... איך פאר און פאר ווי א יוקל אויפ’ן ליידיגן ראוד!
אלעס וואס איך ברויך איז א טרעילאר! א ווילדע דרייווער וואס זאל מיר מאכן אויפשפרינגען! עפעס וואס זאל אריינגעבן עפעס קאליר צום וועג.

כ’האלט טאקע נאר נאך 15 מינוט דרייוון, אבער דער וועג איז נמאס ווי נאך א 6 שעה’יגן דרייוו...

פון דארט און ווייטער האב איך שוין געהאט וואס צו טון... מיינע מחשבות האבן איבערגענומען דעם רעדל...

***

מיר פארן אלע אויף א לאנג דיסטענס רייזע... א רייזע וואס מיר האפן זאל נעמען לאנגע געזונטע יארן, ביז ווען מ’וועט אנקומען צום ציהל און ערפולן דעם תפקיד.

עס איז אבער נישט גרינג... דאס דארפן בייקומען גרויסע טרעילארס וואס קענען אונז צעמאלן, און זיך האלטן אין א גראדע לעין טראץ וואס די גרויסע מאנסטערן און ווילדע דרייווערס פון ארום וועלכע דראען אונז צו לייגן אין א סכנה, קענען מאכן דעם וועג אויסמאטערנד, און ברענגען צו שוויצן ביים רעדל.

ווי גוט וואלטן מיר געשפירט צו זיצן אויף א ליידיגע ראוד... שמייסן שטיקער אן קיין שום טשעלענדזשעס...

נישט אזוי?

ניין. בפירוש נישט.

דער וועג מוז קומען באגלייט מיט טשעלענדזשעס... פעססן טרעילארס און זיך היטן פון ווילדע דרייווערס איז טייל פונעם קאליר וואס אונזער וועג פאדערט!

אויב וועלן מיר דאס נישט האבן, וועלן מיר זיך גאנץ שנעל טרעפן אומעטיג, אומהיימליך, נמאס, און צוועקלאז.

ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!

אבער... געדענקט! מ’בלייבט נישט שטיין אינעם בליינד ספאט פון א טרעילאר! מ’פארט עס דורך שנעל, און דערנאך קען מען שמייכלען צו אים אין שפיגל... א טשעלענדזש איז נישט א פלאץ וואן צו בלייבן שטעקן!

***

וועלקאם האום! - שרייט דער דזשי פי עס.

א גוטע נאכט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 206

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך שמעלקא »

וואפא! פופציגער מיט אן ארטיקל. יעפ, און דערפאר גלייך איך שטארק טשעלענדזשעס. טרעילארס, באסעס, און סתם ווילדע דרייווערס.

כ'האף דו ביסט היער טו סטעי…
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך ווינטעלע »

סאליד! סאליד! סאליד!
שטרעק אויס דיין רעכטע האנט, לאמיר דיר אריינווארפן א זאטע לייק.


אבער חבר טייערע,
נעם דיר נישט יעצט א חוב, פין זיין די ווילדע טרעילער דרייווער פארן ראיגע קאר נעבן דיר,
דיין חבר האט שוין געניג טרעילערס וואס פארן אריין אין זיין וועג וואס אונזערע אויגן זעען נישט,
וואטש ווי די פארסט..!
נאכדערצו ווען יענער פארט אין זיין נאכט.
סדא א ספיד לימיד אפולו פארן טרעילערס!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 206

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך שמעלקא »

ווינטעלע האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 7:30 am סאליד! סאליד! סאליד!
שטרעק אויס דיין רעכטע האנט, לאמיר דיר אריינווארפן א זאטע לייק.


אבער חבר טייערע,
נעם דיר נישט יעצט א חוב, פין זיין די ווילדע טרעילער דרייווער פארן ראיגע קאר נעבן דיר,
דיין חבר האט שוין געניג טרעילערס וואס פארן אריין אין זיין וועג וואס אונזערע אויגן זעען נישט,
וואטש ווי די פארסט..!
נאכדערצו ווען יענער פארט אין זיין נאכט.
סדא א ספיד לימיד אפולו פארן טרעילערס!
פיין! 👍
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12980

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ריזיג ריזיג! @פופציגער ס'קומצעך דיר א הונדערטער.

אבער, דאס לעבן גייט נישט ווי מען וויל... סוי האטסע א לייק און פארטיג.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3547
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5603

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך וואוילער »

זייער שטארקע חיזוק!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 296
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 121

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך א קלער »

פיינע דערהער,
@פופציגער ווען פארסטו נאכאמאל?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 195

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך גראז »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!

זייער גוט 👍
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 84

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך רעגנדיג »

גאר שטארק!
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 397

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך דאפלטער »

פיין פיין שטארקע מוסר השכל
ובלכתך בדרך...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
הייסע גרעיפ דזשוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:00 pm
x 116

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

Wow!
ריין 'ארט'!
מטות
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 70

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך מטות »

זייער שטארק
אוועיטער
אביסל צו שפעט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:25 pm
x 106

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך אביסל צו שפעט »

דו רעדסט פון די פאלעסיידס, אוי באשעפער....
כ'האב שוין אויך געמאכט די מיסטעיק און געפארן דארט ביינאכט...
השם ישמרינו...
מ'טאר נישט פארן דארט ביינאכט!!
ס'האט כמעט ארויסגעוואקסן א בוים אינפראנט פון מיין קאר....

@פופציגער , גוט געשריבן, גוטע נקודה, פיינע נייעס...!
קומט אריין אפגעבן אייער הבטחה,
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1282

Re: מיין טרעילאר’לאזע רייזע

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

זייער שיין!!

א גוטע נקודה!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
שרייב פאוסט