דאנערשטאג פ׳ עקב - יום ביקור המחנות בצל הקודש
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ג ר׳ יואל פריעד שליט״א ר״מ בישיבה.
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד,
בעל תפילה: הבה״ח משה ישראל ב״ר שמעון יואל ט״ב הי״ו.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הב׳ מרדכי ב״ר עוזיאל כ״ץ הי״ו.
לוי: הב׳ אליעזר ב״ר קלמן צבי ראזענטאהל הי״ו.
שלישי: הבחור הבר מצוה בהה״ג ר׳ יואל פריעד שליט״א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה״ג ר׳ יואל פריעד שליט״א.
נאכן דאווענען איז דער בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
ארום 11:30 האט זיך רבינו שליט״א ארויס געלאזט אויפן וועג צום מחנה רב טוב - יונגל קעמפ אין נעפאנעק, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת המחנה און אינאיינעם אריבער ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידים און מקבל פנים געווען בשירה ובזמרה,
צום ערשט איז דער רבי אריבער אין ביהמ״ד ׳שערי חיים׳ ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קביעות המזוזה וחנוכת הבית נאך וואס עס איז איבערגעבויעט געווארן אלס א הערליכער ׳היכל התורה׳,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין אינעם היכל התורה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן היכל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד ראזענבערג הי"ו - מנהל המחנות, הרה״ח ר׳ משה בער קויפמאן הי״ו און הרה״ח ר׳ יחזקאל בראווער הי״ו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים, משמיע געווען קורצע דברות קודש און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדיבים בעם, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ביהמ״ד ׳היכל אליעזר׳ ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פארן נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם ביהמ״ד בנדבת הרבני הנגיד ר׳ סענדר גאלדבערגער הי״ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און מכבד געווען דער חשובן נדבן און זיין פאטער ר׳ ישראל הי״ו צו קלאפן א מזוזה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידים פון כתה ח׳ ט׳ סניף הרה״ג ר׳ זונדל שפיטצער שליט״א,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד ראזענבערג הי"ו - מנהל המחנות, און דער נדבן הרה״ח ר׳ סענדר הי״ו,
די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש ודברי מוסר און ארויסגעברענגט די זכיה פון זיין אפגעזונדערט פון די גוי׳אישע גאס, און אז עס דארף זיך אנזעהן אויף די התנהגות אז מען איז א תלמיד פון רבין זי״ע, און פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מרביצי תורה און אלע תלמידים, און דערביי עקסטער באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו זי"ע.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין עס זאל ווי עס איז געווען פארזאמעלט די תלמידים פון כתה ה׳ ו׳ ז׳ פון אלע סניפי המוסדות,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דערנאך געבענטשט ברכת המזון, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די מלמדים און אלע קינדער און עקסטער אנגעוואונטשען הנגיד ר׳ ישראל גאלדבערגער הי״ו וואס האט אפגעקויפט די זכות ברכהמ״ז, דערנאך פארטיילט שריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער,
אויפן וועג ארויס האט הר״ר מענדל ראזענבערג שליט״א צוגעוויזן פארן רבין די נעמען פון די קינדער וואס זענען איינגעשריבן און פארהערן זיך פרקים משניות בע״פ במסגרת חבורת ׳אוצר יהודא׳ און דער רבי האט געוואונטשען ברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 2:45 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם פעלד.
ארום 3:15 איז דער רבי אנגעקומען צו מחנה רב טוב - מיידל קעמפ אין קערהאנקסאן,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה״צ ר׳ יצחק שטיין שליט״א אב״ד אבני שיש פאלטישאן און הרה״ג ר׳ שלמה הערצאג שליט״א - מנהל הבית רחל און די הנהלה, און אינאיינעם אריבער צום פרייען פעלד ווי עס זענען געווען אויסגעשורה׳ט אלע תלמידות, און געווארן צוגעוויזן דורכן לאנגיעריגן מנהל המחנה הרה״ח ר׳ אביגדור ראזענבערג הי״ו און הרה״ג ר׳ זלמן לייב לייטנער שליט״א,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום שפיל הויז ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידית ומחנכות, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ דוד ראזענבערג שליט״א - מנהל המחנות און ווארעם באגריסט רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די מיידלעך ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון גיין בצניעות, און ארומגערעדט בשבח פון די געטרייע הנהלה וואס לייגן אריין געוואלדיגע כוחות צוצושטעלן אלעס על צד היותר טוב און אויסגעפירט בברכת קדשו,
פון דארט איז דער רבי אריבער אין די ביהמ״ד פונעם קעמפ ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תושבי וילדי המחנה, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
אום 4:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אינעם נייעם מיידל קעמפ מחנה רב טוב - מחנה א׳ א׳ ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די נדיבים בעם ונדבני המחנה, און אריין אינעם גרויסן שפיל - הויז ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע תלמידות פון די העכערע קלאסן,
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ דוד ראזענבערג שליט״א - מנהל המחנות און באגריסט רבינו שליט״א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די מיידלעך און אויסגעפירט בברכת קדשו,
דערנאך איז דער רבי אריבער אויפן שטח ווי עס גייט געבויעט ווערן א פרישע ריזיגן בנין אין קעמפ בנדבת הרבני הנגיד ר׳ חיים מרדכי אינזעליכט הי״ו פון מאנסי,
עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה און דער רבי האט געלייגט ציגל און געגאסן די צעמענט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דער חשובן נדבן און די הנהלת המחנות צו גיסן די אבן הפינה,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום ביהמ״ד פונעם קעמפ ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די נדיבים ותושבי המחנה,
צום ערשט האט הנגיד ר׳ חיים מרדכי אינזעליכט הי״ו אינטערגעשריבן א שטר אינאיינעם מיט רבינו שליט״א און דערביי איבערגעגעבן א פאנטאסטישע סומע פארן אויפבוי פונעם נייעם בנין און דער רבי זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד און אין א עקסטערן ריקוד מיט ר׳ חיים מרדכי הי״ו,
עס האט אויפגעטרעטן הר״ר ר׳ דוד אהרן יונגרייז שליט״א - מנהל בית אסתר מאנסי, און מקבל פנים געווען דעם רבין, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התחלת כתיבת ספר תורה אויפן ספר תורה וואס וועט אריינגעגעבן ווערן אינעם ביהמ״ד, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אויתיות און מכבד געווען די נדבני המחנה צו שרייבן און געוואונטשען ברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 5:10.
ארום 5:45 איז רבינו שליט״א אנגעקומען צו מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין דעירילענד,
דער רבי איז געווארן אפגעווארט דורך אלע תלמידים וואס האבן מקבל פנים געווען בשירה ובזמרה, דערנאך איז דער רבי אינאיינעם מיט די הנהלה און מלמדים אריבער אין די נייע כתות בנדבת הרבני הנגיד ר׳ הערשל גלאנצער הי״ו פון ב״פ ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און מכבד געווען דער חשובן נדבן צו קלאפן א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די כתות, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל המחנות הרה״ג ר׳ דוד ראזענבערג שליט״א און זיך באדאנקט בשם הנהלת המחנה, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פארן נדבן און דעם גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ״ד ׳דברי יואל׳ ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די תלמידי כתה ז׳ ח׳ ט׳ סניף הרה״ג ר׳ משה פריעדמאן שליט״א און סניף הרה״ג ר׳ יעקב הערמאן שליט״א,
די קינדער האבן געזונגען עטליכע ניגונים ודברי חרוזים לכבוד המאורה, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה״ג ר׳ משה פר״מ שליט״א און הר״ר אברהם ישעי ווייס שליט״א און ווארעם באגריסט רבינו שליט״א דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידים ארומרעדנדיג התחזקות בלימוד התורה און אויסגעפירט בברכת לרוב,
דערנאך זענען די תלמידים אדורך און דער רבי האט פארטיילט שריים און געוואונטשען ברכת קדשו,
ארום 6:50 האבן די תלמידים ארויסבאגלייט רבינו שליט״א בשירה ובזמרה און דער רבי האט זיך צוריקגעקערט למעון קדשו אין מחנה דברי יואל.
אום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הב׳ יודא מרדכי דייטש ני״ו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 9:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:35 איז רבינו שליט״א אנגעקומען קיין קרית יואל אין שטוב פון הרבני הנגיד ר׳ יואל בר״י בראך הי״ו, ווי עס איז פארגעקומען א רייכן באנקעט לטובת גמר בנין הביהמ״ד החדש דקהלתינו הק׳ שכונת איילענד וויא, וואס וועט באנייעט ווערן דעם שב״ק הבעל״ט,
עס האט אויפגעטרעטן דער יו״ר הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי בערקאוויטש הי״ו און אויפגערופן דער פאטער פונעם בעל אכסניא הנגיד ר׳ יחזקאל הי״ו וואס האט איבערגעגעבן רגשי לבבו אז די ביהמ״ד איז געבויעט געווארן אין אזא שנעלקייט און די הצלחה וואס באגלייט הנהלת קהלתינו הק׳,
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און משמיע געווען לענגערע דברות קודש ארויסברענגעדיג די גרויסקייט פון צוהעלפן גומר זיין א בית מקדש מעט, און אז דארטן ווי א מענטש גיבט געלט איז זיין שאיפה און דארט וועט ער אנקומען, און דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים און ספעציעל פארן בעל אכסניא ר' יואל הי''ו ואביו ר׳ יחזקאל הי״ו.
דערנאך איז דער ציבור א לענגערע צייט אדורך איינציגווייז חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיטן רבין, ווי עס איז געשאפן געווארן פאנטאסטישע סכומים לטובת הביהמ״ד,
דערנאך איז רבינו שליט״א אריבער צום נייעם ביהמ״ד, דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין אינעם ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט מיט גרויס התפעלות אינעם גאנצן בנין, די חדרי התפילה אין די פראכטפולן מקוה,
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אינעם היכל הביהמ״ד אינאיינעם מיט די תושבי השכונה,
בעל תפילה: הב׳ ישראל איסר ב״ר יואל פאלאטשעק הי״ו.
נאך מעריב האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשען פאר הנהלת קהלתינו הק׳ און צוריק אהיים למעון קדשו אין מחנה דברי יואל.
פרייטאג פרשת עקב בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ג ר׳ אליעזר יצחק שטיינמעטץ שליט״א מנה״ר בישיבה.
בן הרה״ח ר׳ אדוני ווייס הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען הב׳ יואל ברוך מארקאוויטש ני״ו
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה די חברי הנהלת כולל שומרי החומות איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש פארן דינער השנתי וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג נאכט אין קרית ייטב לב,
הרה״ח ר׳ שלמה מיכאל מאיער הי״ו - מנהל הכולל האט איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די לעצטיגע פעולות הכולל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~
~