רבי אלעזר מליזענסק ז"ל - כ"ח תמוז תקס"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 709
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2115

רבי אלעזר מליזענסק ז"ל - כ"ח תמוז תקס"ו

פאוסט דורך מירון »

בר"ר: אלימלך ז"ל. חתן: רבי צבי ליפינער מגרודזיסק, (וי"א בזיווג שני רבי שמואל מלמד משינאווא) ז"ל. נולד: שנת תק"א וי"א תק"ב. רבותיו: אביו, רבי מרדכי מנעשכיז, המגיד מקאזניץ ז"ל. מחבר ספר: פרקי דר’ אליעזר. רב בעיר: ליזענסק.

רבי אלעזר איז געווען גאר א גרויסער עניו, ווען זיי טאטע איז נפטר געווארן האט ער נישט געוואלט זיין קיין רבי אפילו ער איז געווען א שרעקליכער ארימאן, ער האט אפילו נישט געלאזט מ'זאל צולייגן א טיטל צו זיין נאמען. אין ספר ליקוטים יקרים שטייט (אות נ"א) אז זיין טאטע האט געזאגט אז ווען זיין רבי אלעזר וואלט איינגעזען זיין גרויסקייט וואלט ער געקענט ברענגען די גאולה שלימה!!

מעשה: רבי אלעזר מליזענסק איז איינמאל געפארן אויף שבת צו צום קאזניצער מגיד. מוצאי שבת איז אריינגעקומען א איד מזכיר זיין א 'מקשה לילד'. דער קאזניצער מגיד האט געוואלט גיין כדרכו אין מקווה פועל'ן א ישועה, עס איז אבער דאן געווען א גרויסע פראסט און רבי אלעזר האט זייער נישט געוואלט אז דער קאזניצער מגיד מיט זיין שוואכן גוף זאל ארויסגיין אין אזא וועטער, האט רבי אלעזר געזאגט פאר'ן קאזניצער מגיד, אז ער האט מקובל פון זיין טאטן ר"ר אלימלך אז מיט מלוה מלכה קען מען אלעס אויספועל'ן. דער קאזניצער מגיד האט מסכים געווען אין זיך געזעצט צו מלוה מלכה צוזאמען מיט רבי אלעזר און די ישועה איז באלד אנגעקומען.

מדבריו הקדושים: רבי אליעזר'ל דזיקובער האט געשריבן אין זיינע כתבים בשם רבי אלעזר מליזענסק, אז דריי צייטן איז מסוגל צו בעטן פאר גשמיות, א) בשעת סעודת מלוה מלכה, ב) שמיני עצרת, ג) חנוכה (וי"א אחרון של פסח).

זכותו הגדול יגן עלינו
שרייב פאוסט