איך האב שוין געהערט פון א ברסלבער אזא סטעיטמענט
אלעס ארום ברסלב
Re: אלעס ארום ברסלב
Re: אלעס ארום ברסלב
דאס איז טאקע מיין קשיא...אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pmער רעדט יעצט פון ברסלבבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 5:40 pmאין ספה"ק שיחות הר"ן שטייט אז רבי נחמן האט געזאגט אז מען דארף לערנען אלע ספרים הקדושים.
בכלל ווייס איך נישט וואס איר ווילט. אין הרבה ספרי קודש שטייט דברי התעוררות אז חסידים זאלן נישט זאגן אז נאר זייער רבי איז א קדוש און א צווייטער נישט. זעהען מיר אז דאס גייט שוין צוריק הונדערטער יארן ביי אנדערע חסידות'ער טא וואס ווילט איהר פון ברסלב...
אגב. איך בין נישט קעגן ברסלב בכלל
פארוואס רעדט ער פון 'ברסלב'!
זאל ער רעדן פון......................
Re: אלעס ארום ברסלב
די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידותבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 5:54 pmדאס איז טאקע מיין קשיא...אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pmער רעדט יעצט פון ברסלבבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 5:40 pm
אין ספה"ק שיחות הר"ן שטייט אז רבי נחמן האט געזאגט אז מען דארף לערנען אלע ספרים הקדושים.
בכלל ווייס איך נישט וואס איר ווילט. אין הרבה ספרי קודש שטייט דברי התעוררות אז חסידים זאלן נישט זאגן אז נאר זייער רבי איז א קדוש און א צווייטער נישט. זעהען מיר אז דאס גייט שוין צוריק הונדערטער יארן ביי אנדערע חסידות'ער טא וואס ווילט איהר פון ברסלב...
אגב. איך בין נישט קעגן ברסלב בכלל
פארוואס רעדט ער פון 'ברסלב'!
זאל ער רעדן פון......................
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1260
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 2479
Re: אלעס ארום ברסלב
רוב היינטיגע ברסלב'ע משפיעים, אדער לכה"פ א גרויס טייל, וועלן קיינמאל נישט נאכזאגן עפעס אנדערש ווי "רבי נחמן". ס'איז דא ווער יא, אבער עפ"י רוב איז אין די היינטיגע ברסלב נישט דא קיין צדיקים וואס זענען ראוי לעלות על שולחם מלכים אויסער ברסלב. מען קען דאס נישט לייקענען ווייל דאס איז שמש בצהרים. און דאס צייגט א געוויסע פארקנאקטקייט און אנדערש ווי אלע אונזערע זיידעס און רביס האבן אונז געלערנט.
ווידער לגבי @בן מנחם וואס זאגט אז וועם עס געפעלט נישט ברסלב זאל עס איגנארירן, ביסטו אויך גערעכט. ברסלב שטעלט צו פאר די וועלט א מורא'דיגע סערוויס אז ווען איינער שפירט זיך נישט גענוג מחוזק - בלשון המעטה - גייט ער אהין און ער טרעפט זיין גליק אין לעבן. ברור כשמש. אפגעזעו פארוואס אבער עס איז דא אן אמת דערין. נאר, עס האט זייער אסאך מאל גרויסע סייד אפעקטס, סיי לגבי די קהלה פון וואו מען קומט, סיי לגבי די משפחה, און טייל מאל אפילו לגבי אידישקייט, אויב כאפט מען זיך אן אין א נישט גוטע משפיע וואס נוצט אויס די הפקירות אויפ'ן ווארט ברסלב.
אבער דאס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם ווען ס'איז יענעמס אייגענע החלטה. היות אבער ברסלב האט א מאסיווע מארקעטינג, עס איז אנדערש ווי סיי וועלכע קהלה אדער חסידות מיט דעם אז עס איז א מצוה רבה אויפצוקלערן און אריינכאפן אנדערע, און כ"ש וכ"ש ווען עס קומט צו היכל הקודש וואס האט אן אפיציעלער מיסיאנערישע סיסטעם פון קירוב רחוקים... מיט א דרוקעריי, קונטרסים, האטליינס, ביזנעס קארטלעך, צעטלעך אין די סידורים, אא"וו, דאס ברענגט אז מצד שני ווערט דאס אויסטערליש פארפייננטעט - מיט רעכט - דורך פשוטע עלטערן וואס פארטראגן נישט די מיסיאנערישקייט. ביסט גליקליך? זיי גליקליך! ביי דיר. נישט ביי יענעם. לאז לעבן.
Re: אלעס ארום ברסלב
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 6:38 pmרוב היינטיגע ברסלב'ע משפיעים, אדער לכה"פ א גרויס טייל, וועלן קיינמאל נישט נאכזאגן עפעס אנדערש ווי "רבי נחמן". ס'איז דא ווער יא, אבער עפ"י רוב איז אין די היינטיגע ברסלב נישט דא קיין צדיקים וואס זענען ראוי לעלות על שולחם מלכים אויסער ברסלב. מען קען דאס נישט לייקענען ווייל דאס איז שמש בצהרים. און דאס צייגט א געוויסע פארקנאקטקייט און אנדערש ווי אלע אונזערע זיידעס און רביס האבן אונז געלערנט.
ווידער לגבי @בן מנחם וואס זאגט אז וועם עס געפעלט נישט ברסלב זאל עס איגנארירן, ביסטו אויך גערעכט. ברסלב שטעלט צו פאר די וועלט א מורא'דיגע סערוויס אז ווען איינער שפירט זיך נישט גענוג מחוזק - בלשון המעטה - גייט ער אהין און ער טרעפט זיין גליק אין לעבן. ברור כשמש. אפגעזעו פארוואס אבער עס איז דא אן אמת דערין. נאר, עס האט זייער אסאך מאל גרויסע סייד אפעקטס, סיי לגבי די קהלה פון וואו מען קומט, סיי לגבי די משפחה, און טייל מאל אפילו לגבי אידישקייט, אויב כאפט מען זיך אן אין א נישט גוטע משפיע וואס נוצט אויס די הפקירות אויפ'ן ווארט ברסלב.
אבער דאס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם ווען ס'איז יענעמס אייגענע החלטה. היות אבער ברסלב האט א מאסיווע מארקעטינג, עס איז אנדערש ווי סיי וועלכע קהלה אדער חסידות מיט דעם אז עס איז א מצוה רבה אויפצוקלערן און אריינכאפן אנדערע, און כ"ש וכ"ש ווען עס קומט צו היכל הקודש וואס האט אן אפיציעלער מיסיאנערישע סיסטעם פון קירוב רחוקים... מיט א דרוקעריי, קונטרסים, האטליינס, ביזנעס קארטלעך, צעטלעך אין די סידורים, אא"וו, דאס ברענגט אז מצד שני ווערט דאס אויסטערליש פארפייננטעט - מיט רעכט - דורך פשוטע עלטערן וואס פארטראגן נישט די מיסיאנערישקייט. ביסט גליקליך? זיי גליקליך! ביי דיר. נישט ביי יענעם. לאז לעבן.
אין גור זאגט מען נאך דברי יואל?
אין סאטמאר זאגט מען נאך בית ישראל?
אין וויזניץ זאגט מען נאך פון איזביצא?
איו בעלזא זאגט מען נאך פון חב"ד?
און חב"ד זאגט מען נאך פון קאצק?
און סקווירא זאגט מען נאך פון ספינקא?
אין ספינקא זאגט מען נאך פון קאסאני?
אא"וו.
דאס איז נישט צוליב מחלוקת, נאר יעדערער האט זיין שניט, און אוודאי האט יעדער כלל א יוצא מן הכלל.
ווידעראום אייינער פון די גרעסטע ברסלב'ער משפיעים ה"ה כ"ק הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטרן שליט"א וואס האט שוין ארויסגעגעבן אהן א שיעור ספרים און געט יעדע וואך ארויס א גאנץ דיקער גליון מיטן נאמען 'דעה חכמה לנפשך', זאגט כסדר נאך פון אהן א שיעור צדיקים פון אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל פון צדיקי הדורות און פון היינטיגע צדיקים ווי אויך רעדט ער ארום כסדר ביי אלע יארצייטן פון סיפורי צדיקים און דברות קודש אהן קיין שום אונטערשייד פון ווער אדער וואו.
לגבי די סייד עפעקטס...
דאס איז נישט א 'ברסלב'ער פראבלעם, נאר פון די וויסטע שנאה פון די 'מתנגדים'.
לגבי פראבלעמען אין 'אידישקייט', ווייס איך נישט פון אזא זאך אז דאס זאל ח"ו האבן צו טוהן מיט ברסלב, נאר פארקערט, מענטשן וואס האבן ח"ו פראבלעמן אין אידישקייט, טרעפן זייער חיזוק אין ברסלב [און מיט רעכט!], אין נאכדעם דרייען די מתנגדים ארום די דאשיק כאילו 'ברסלב' האט זיי געמאכט פראבלעמען אין אידישקייט.
לגבי מארקעטינג...
יעדע וואך קומט ארויס די 'לינק' די 'וויו' די 'באלעבאסטע' וכו' וכו' וואס אלע זענען פול מיט מארקעטינג אויף גשמיות'דיגע זאכן. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א טענה אז יענער טוט מארקעטן זיינע זאכן. אדרבה, אז ער האט א 'האט אייטעם' זאלן אנדערע אויך הנאה האבן [און אז דער אייטעם טויג נישט איז ער א פאפער און ער זאל עס טאקע ח"ו נישט מארקעטן. קיינער וויל נישט קויפן קיין פארדארבענע פלייש...].
דעריבער ווייס איך נישט פארוואס אז איינער האט א 'רוחניות'דיגער האט אייטעם' און ער פילט אז ער קען מהנה זיין אנדערע אידן [און איר דארפט ניטאמאל באצאלן דערפאר], פארוואס זאלט איר האבן טענות צו איהם אז ער מארקעט עס. אדרבה זייט איהם דאנקבאר.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3289
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 8403
Re: אלעס ארום ברסלב
@בן מנחם, ביסט גערעכט אז ס'איז דא נאך קרייזן וואס זענען פארקנאקט, אבער די ליסטע וואס דו ברענגסט דא איז אומרעלעוואנט, ווייל אונז רעדן פון פריערדיגע רבי'ס, נישט פון די לעצטע דור צוויי.בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pm
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
אין גור זאגט מען נאך דברי יואל?
אין סאטמאר זאגט מען נאך בית ישראל?
אין וויזניץ זאגט מען נאך פון איזביצא?
איו בעלזא זאגט מען נאך פון חב"ד?
און חב"ד זאגט מען נאך פון קאצק?
און סקווירא זאגט מען נאך פון ספינקא?
אין ספינקא זאגט מען נאך פון קאסאני?
אא"וו.
יא, אין סאטמאר זאגט מען נאך "שר שלום'ס" (בעלזא), "ישמח ישראל'ס" (אלכסנדר), "ליקוטי אמרים'ס" (חב"ד), "מאור ענים'ס" (טשערנאביל/סקווירא), ואטו כי רוכלא.
ס'איז קלאר יא דא א פראבלעם פון געוויסע וואס טרעפן זיך אין ברסלב, און - אפגעזען צוליב וועלכע סיבה - ווערן זיי דארט איינגעגעסן מיט א זילזול צו אלעס אנדערש. דערנאך מאכט זיך אז זיי סטיקן שוין נישט אזוי צו דעם משפיע מיט וועם זיי האבן אנגעהויבן, ממילא שאפט זיך א מציאות אז קיינער שטעלט זיי נישט אין פלאץ, "ואיש כל הישר בעיניו יעשה" ה"י.בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pm לגבי פראבלעמען אין 'אידישקייט', ווייס איך נישט פון אזא זאך אז דאס זאל ח"ו האבן צו טוהן מיט ברסלב, נאר פארקערט, מענטשן וואס האבן ח"ו פראבלעמן אין אידישקייט, טרעפן זייער חיזוק אין ברסלב [און מיט רעכט!], אין נאכדעם דרייען די מתנגדים ארום די דאשיק כאילו 'ברסלב' האט זיי געמאכט פראבלעמען אין אידישקייט.
ביי אונזערע רביס איז "מסורה" געווען פון די שטארקסטע יסודות. "אל תטוש תורת אמיך". ממילא ווען דו מארקעטס אן אייטעם וואס פראפעגאנדירט אנטקעגן אונזער מסורה, איז דאס ביי אונז אזויווי מארקעטן אן אייטעם וואס טויג נישט.בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pmלגבי מארקעטינג...
יעדע וואך קומט ארויס די 'לינק' די 'וויו' די 'באלעבאסטע' וכו' וכו' וואס אלע זענען פול מיט מארקעטינג אויף גשמיות'דיגע זאכן. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א טענה אז יענער טוט מארקעטן זיינע זאכן. אדרבה, אז ער האט א 'האט אייטעם' זאלן אנדערע אויך הנאה האבן [און אז דער אייטעם טויג נישט איז ער א פאפער און ער זאל עס טאקע ח"ו נישט מארקעטן. קיינער וויל נישט קויפן קיין פארדארבענע פלייש...].
דעריבער ווייס איך נישט פארוואס אז איינער האט א 'רוחניות'דיגער האט אייטעם' און ער פילט אז ער קען מהנה זיין אנדערע אידן [און איר דארפט ניטאמאל באצאלן דערפאר], פארוואס זאלט איר האבן טענות צו איהם אז ער מארקעט עס. אדרבה זייט איהם דאנקבאר.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.
Re: אלעס ארום ברסלב
נאכאמאל על ראשון ראשון וכו'.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 7:39 pm@בן מנחם, ביסט גערעכט אז ס'איז דא נאך קרייזן וואס זענען פארקנאקט, אבער די ליסטע וואס דו ברענגסט דא איז אומרעלעוואנט, ווייל אונז רעדן פון פריערדיגע רבי'ס, נישט פון די לעצטע דור צוויי.בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pm
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
אין גור זאגט מען נאך דברי יואל?
אין סאטמאר זאגט מען נאך בית ישראל?
אין וויזניץ זאגט מען נאך פון איזביצא?
איו בעלזא זאגט מען נאך פון חב"ד?
און חב"ד זאגט מען נאך פון קאצק?
און סקווירא זאגט מען נאך פון ספינקא?
אין ספינקא זאגט מען נאך פון קאסאני?
אא"וו.
יא, אין סאטמאר זאגט מען נאך "שר שלום'ס" (בעלזא), "ישמח ישראל'ס" (אלכסנדר), "ליקוטי אמרים'ס" (חב"ד), "מאור ענים'ס" (טשערנאביל/סקווירא), ואטו כי רוכלא.
ס'איז קלאר יא דא א פראבלעם פון געוויסע וואס טרעפן זיך אין ברסלב, און - אפגעזען צוליב וועלכע סיבה - ווערן זיי דארט איינגעגעסן מיט א זילזול צו אלעס אנדערש. דערנאך מאכט זיך אז זיי סטיקן שוין נישט אזוי צו דעם משפיע מיט וועם זיי האבן אנגעהויבן, ממילא שאפט זיך א מציאות אז קיינער שטעלט זיי נישט אין פלאץ, "ואיש כל הישר בעיניו יעשה" ה"י.בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pm לגבי פראבלעמען אין 'אידישקייט', ווייס איך נישט פון אזא זאך אז דאס זאל ח"ו האבן צו טוהן מיט ברסלב, נאר פארקערט, מענטשן וואס האבן ח"ו פראבלעמן אין אידישקייט, טרעפן זייער חיזוק אין ברסלב [און מיט רעכט!], אין נאכדעם דרייען די מתנגדים ארום די דאשיק כאילו 'ברסלב' האט זיי געמאכט פראבלעמען אין אידישקייט.ביי אונזערע רביס איז "מסורה" געווען פון די שטארקסטע יסודות. "אל תטוש תורת אמיך". ממילא ווען דו מארקעטס אן אייטעם וואס פראפעגאנדירט אנטקעגן אונזער מסורה, איז דאס ביי אונז אזויווי מארקעטן אן אייטעם וואס טויג נישט.בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pmלגבי מארקעטינג...
יעדע וואך קומט ארויס די 'לינק' די 'וויו' די 'באלעבאסטע' וכו' וכו' וואס אלע זענען פול מיט מארקעטינג אויף גשמיות'דיגע זאכן. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א טענה אז יענער טוט מארקעטן זיינע זאכן. אדרבה, אז ער האט א 'האט אייטעם' זאלן אנדערע אויך הנאה האבן [און אז דער אייטעם טויג נישט איז ער א פאפער און ער זאל עס טאקע ח"ו נישט מארקעטן. קיינער וויל נישט קויפן קיין פארדארבענע פלייש...].
דעריבער ווייס איך נישט פארוואס אז איינער האט א 'רוחניות'דיגער האט אייטעם' און ער פילט אז ער קען מהנה זיין אנדערע אידן [און איר דארפט ניטאמאל באצאלן דערפאר], פארוואס זאלט איר האבן טענות צו איהם אז ער מארקעט עס. אדרבה זייט איהם דאנקבאר.
מ'האט גערעדט פון ברסלב'ע 'משפיעים' וואס זאגן נאר נאך פון ברסלב, איך פארשטיי אז ער רעדט 'פון היינטיגן דור'. נישט פון ברסלב'ער ספרים וואס ברענגען נאר נאך פון ברסלב. דער קדושת לוי האט אויך נישט געברענגט קיין נועם אלימלך און דער נועם אלימלך האט נישט געברענגט קיין מאור עינים זכותם יגן עלינו.
איך האב געפרעגט אויב אין סאטמאר זאגט מען נאך 'בית ישראל' אדער אפילו 'שפת אמת'?
זיי זענען געגאנגען צו ברסלב ווייל זיי האבן נישט אנגעהויבן צו סטיקן מיט זייער פריערדיקער משפיע ווייל ער האט נישט געהאט ליידער וואס צו פארקויפן, אדער ער האט נישט 'געהאלטן' ביי דעם וואס ער האט פארקויפט... לעומת זה האט ער אנגעקניפט א קשר של אמת מיט'ן ברסלב'ער משפיע וואס איז פיל מיט 'תוכן, אמת, און הארץ.
איך האב שוין דערמאנן אין א פריערדיגער תגובה אז כמעט אל חסידי סקווירא זענען יצא מדינת אונגארן תלמידי החת"ס זי"ע און האבן קיינמאל נישט געהערט פון סקווירא. די זעלבע איז מיט 'די ליטווישע' דרך הלימוד וואס איז נתקבל געווארן אין אלע ישיבות אריינגערעכנט סאטמאר...
וואו איז אונזער מסורה?
אז עס איז גוט, דאן עסט מען מיט אפעטיט!
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1260
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 2479
Re: אלעס ארום ברסלב
@בן מנחם אודאי האב איך גערעדט פון פריערדיגע צדיקים, אין סאטמאר זאגט מען פון יעדן, אין ברסלב עקזיסטירט נישט גארנישט אויסער דער רבי. דאס איז אנדערש ווי מ'האט געזען ביי אונזערע זיידעס און רבי'ס. יא אין סאטמאר זאגט מען קלאר נאך פון יעדן אפילו פון אנדערע סארט גזע'ס, אויסער פון אזעלכע פון די לעצטע דורות מיט וועמען מען האט געהאט א פראבלעם לגבי אגודה וכדו'.
און לגבי די מארקעטינג, איך האב נישט געזאגט אז יענער טאר עס נישט טון, אבער יענער קען נישט האבן טענות פארוואס מען שפייט אים אויס. און יא עס זענען דא עלטערן וואס זאגן פאר די קינדער אז דער מגושמדיגער עד אין די מאנסי וויו איז פארגרעבט און עס מיינט נישט אונז, און ער זאגט אויך פאר זיין זון אז דער אריינגעשטיפטער צעטל אינעם סידור איז פון חולי נפש. אזוי זאגט ער זיי. און פאר געוויסע באדערט עס פארוואס מ'רעדט אזוי. פון דעם רעד איך. מ'רעדט אזוי ווייל מ'טוט משוגענע זאכן. מאך מיך נישט משוגע, און לאז יעדן לעבן.

איך וועל אייך לאזן לעבן. זייט געזונט מיינע פריינט. א גוטע נאכט!Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:18 pm @בן מנחם אודאי האב איך גערעדט פון פריערדיגע צדיקים, אין סאטמאר זאגט מען פון יעדן, אין ברסלב עקזיסטירט נישט גארנישט אויסער דער רבי. דאס איז אנדערש ווי מ'האט געזען ביי אונזערע זיידעס און רבי'ס. יא אין סאטמאר זאגט מען קלאר נאך פון יעדן אפילו פון אנדערע סארט גזע'ס, אויסער פון אזעלכע פון די לעצטע דורות מיט וועמען מען האט געהאט א פראבלעם לגבי אגודה וכדו'.
און לגבי די מארקעטינג, איך האב נישט געזאגט אז יענער טאר עס נישט טון, אבער יענער קען נישט האבן טענות פארוואס מען שפייט אים אויס. און יא עס זענען דא עלטערן וואס זאגן פאר די קינדער אז דער מגושמדיגער עד אין די מאנסי וויו איז פארגרעבט און עס מיינט נישט אונז, און ער זאגט אויך פאר זיין זון אז דער אריינגעשטיפטער צעטל אינעם סידור איז פון חולי נפש. אזוי זאגט ער זיי. און פאר געוויסע באדערט עס פארוואס מ'רעדט אזוי. פון דעם רעד איך. מ'רעדט אזוי ווייל מ'טוט משוגענע זאכן. מאך מיך נישט משוגע, און לאז יעדן לעבן.
Re: אלעס ארום ברסלב
מען האט דיך שוין געענטפערט אז אין סאטמאר זאגט מען נאך שפת אמת און ליקוטי אמריםבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:13 pm מ'האט גערעדט פון ברסלב'ע 'משפיעים' וואס זאגן נאר נאך פון ברסלב, איך פארשטיי אז ער רעדט 'פון היינטיגן דור'. נישט פון ברסלב'ער ספרים וואס ברענגען נאר נאך פון ברסלב. דער קדושת לוי האט אויך נישט געברענגט קיין נועם אלימלך און דער נועם אלימלך האט נישט געברענגט קיין מאור עינים זכותם יגן עלינו.
איך האב געפרעגט אויב אין סאטמאר זאגט מען נאך 'בית ישראל' אדער אפילו 'שפת אמת'?
אין אנדערע פלעצער זאגט מען אויך נאך פון אנדערע
דו ווייסט מיט א זיכערקייט אז יענער משפיע האט נישט געהאט וואס צו פארקויפן אדער האט דער משפיע נישט געהאלטן ביי דעם וואס ער האט פארקויפט. און נאכדעם גייסטו לייקענען אז געוויסע ברסלבע מאכן יעדן אוועק...בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:13 pm זיי זענען געגאנגען צו ברסלב ווייל זיי האבן נישט אנגעהויבן צו סטיקן מיט זייער פריערדיקער משפיע ווייל ער האט נישט געהאט ליידער וואס צו פארקויפן, אדער ער האט נישט 'געהאלטן' ביי דעם וואס ער האט פארקויפט... לעומת זה האט ער אנגעקניפט א קשר של אמת מיט'ן ברסלב'ער משפיע וואס איז פיל מיט 'תוכן, אמת, און הארץ.
Re: אלעס ארום ברסלב
איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:31 pmמען האט דיך שוין געענטפערט אז אין סאטמאר זאגט מען נאך שפת אמת און ליקוטי אמריםבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:13 pm מ'האט גערעדט פון ברסלב'ע 'משפיעים' וואס זאגן נאר נאך פון ברסלב, איך פארשטיי אז ער רעדט 'פון היינטיגן דור'. נישט פון ברסלב'ער ספרים וואס ברענגען נאר נאך פון ברסלב. דער קדושת לוי האט אויך נישט געברענגט קיין נועם אלימלך און דער נועם אלימלך האט נישט געברענגט קיין מאור עינים זכותם יגן עלינו.
איך האב געפרעגט אויב אין סאטמאר זאגט מען נאך 'בית ישראל' אדער אפילו 'שפת אמת'?
אין אנדערע פלעצער זאגט מען אויך נאך פון אנדערע
דו ווייסט מיט א זיכערקייט אז יענער משפיע האט נישט געהאט וואס צו פארקויפן אדער האט דער משפיע נישט געהאלטן ביי דעם וואס ער האט פארקויפט. און נאכדעם גייסטו לייקענען אז געוויסע ברסלבע מאכן יעדן אוועק...בן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:13 pm זיי זענען געגאנגען צו ברסלב ווייל זיי האבן נישט אנגעהויבן צו סטיקן מיט זייער פריערדיקער משפיע ווייל ער האט נישט געהאט ליידער וואס צו פארקויפן, אדער ער האט נישט 'געהאלטן' ביי דעם וואס ער האט פארקויפט... לעומת זה האט ער אנגעקניפט א קשר של אמת מיט'ן ברסלב'ער משפיע וואס איז פיל מיט 'תוכן, אמת, און הארץ.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 78
Re: אלעס ארום ברסלב
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
- פיילס
-
- 34932fa0-e7aa-4068-8ca4-ac9575fa6d53.jpeg (221.98 KiB) געזען געווארן 343 מאל
Re: אלעס ארום ברסלב
דאס אליינס אז דו קענסט נישט טראכטן פון אנדערע סיבות ווייזט שוין עפעסבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:44 pm איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
Re: אלעס ארום ברסלב
איך קען דערהויבענע ברסלבע וואס לעבן א העכערע לעבן זיי קוקן נישט אראפ אויף קיינעם זיי לערנען אלע חסידישע ספרים און ווען זיי רעדן א דרשה ווען געווענליך אריינפאלן א ווארט פון ר' נחמן פונקט ווי א סאטמארער וועט אייביג נאכזאגן א ווארט פון סאטמארער רבי'ן זצל
אבער זיי גייען נישט ארום שטופן ברסלב אויף יעדעם און זענען טאקע זייער ברוגז אויף די וועלכע זענען פארנומען מיט מיסיאנערישע שטיקעס און טענה'ן אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלב.
אבער זיי גייען נישט ארום שטופן ברסלב אויף יעדעם און זענען טאקע זייער ברוגז אויף די וועלכע זענען פארנומען מיט מיסיאנערישע שטיקעס און טענה'ן אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלב.
Re: אלעס ארום ברסלב
איך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....שמות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:54 pmhttps://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
Re: אלעס ארום ברסלב
און לפי די סקרינשאט פון הקונטרס הנ''ל איז כדאי צו ארויסצוגעבן א קונטרס קעגן די הייליגע אמוראים רב הונא ורב אשי פארן מעתיק זיין די ווערטער פון בר עזאי.. .שמות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:54 pmhttps://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
Re: אלעס ארום ברסלב
......דאס ווייזט ווייארשיינליך אז עס איז נישט דא נאך א סיבה ודו''ק היטבאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 9:03 pmדאס אליינס אז דו קענסט נישט טראכטן פון אנדערע סיבות ווייזט שוין עפעסבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:44 pm איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
Re: אלעס ארום ברסלב
.....עס איז דערפרישנד צו הערן אז עס זענען נאך דא וואוילע ברסלב'ע אויפן וועלט...אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 9:07 pm איך קען דערהויבענע ברסלבע וואס לעבן א העכערע לעבן זיי קוקן נישט אראפ אויף קיינעם זיי לערנען אלע חסידישע ספרים און ווען זיי רעדן א דרשה ווען געווענליך אריינפאלן א ווארט פון ר' נחמן פונקט ווי א סאטמארער וועט אייביג נאכזאגן א ווארט פון סאטמארער רבי'ן זצל
אבער זיי גייען נישט ארום שטופן ברסלב אויף יעדעם און זענען טאקע זייער ברוגז אויף די וועלכע זענען פארנומען מיט מיסיאנערישע שטיקעס און טענה'ן אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלב.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 78
Re: אלעס ארום ברסלב
בכלל נישט אינטערעסאנט, יענער האלט שוין נאכן מסביר זיין דו גמרא. וואס יא? איר לייקנט זאכן כשמש בצהריים.בן מנחם האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 12:09 amאיך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....שמות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:54 pmhttps://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
איר האט געשריבן אס סאיז 'נישטא' א מקור צו דעם.
ס"ה מודים דרבנן היינו שבחיהו.
Re: אלעס ארום ברסלב
ווילסט אן ערנסטע שמועס?בן מנחם האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 12:24 am......דאס ווייזט ווייארשיינליך אז עס איז נישט דא נאך א סיבה ודו''ק היטבאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 9:03 pmדאס אליינס אז דו קענסט נישט טראכטן פון אנדערע סיבות ווייזט שוין עפעסבן מנחם האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:44 pm איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט געטראפן עפעס וואס פילט זיי אן.
עס זענען אויך דא פשוט אומצופרידענע מענטשן וואס וואו זיי זענען איז זיי נישט גוט
עס זענען דא אויבער חכמים וואס דארפן פשוט זיין קלוגער
Re: אלעס ארום ברסלב
גערעכט,איך האב פארזעהן אדער פארגעסן דעם מאמר. יישר כחכם פאר'ן צוצייכענען די הייליגע ווערטער אשר יסודתן וסודתן בהררי קודש.שמות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 7:42 amבכלל נישט אינטערעסאנט, יענער האלט שוין נאכן מסביר זיין דו גמרא. וואס יא? איר לייקנט זאכן כשמש בצהריים.בן מנחם האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 12:09 amאיך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....שמות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 8:54 pm
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
איר האט געשריבן אס סאיז 'נישטא' א מקור צו דעם.
ס"ה מודים דרבנן היינו שבחיהו.
Re: אלעס ארום ברסלב
ווייזט אויס ברסלב פילט זיי אהן...
ווייזט אויס אז און ברסלב ווערן זיי צופרידן...
ברסלב האט בכלל נישט קיין פלאץ פאר אויבער חכמים תמימות ופשיטות איז די יסוד עיין סיפרי מעשיות מעשה של חכם ותם...
Re: אלעס ארום ברסלב
זייער ריכטיג, ווען די מימרא זאל ווען קומען פון אפאר אינגעלייט וואס 'האלטן' אז רבינו הקדוש ננמ''ח זי''ע איז אזוי גרויס אז ער שטעלט אין שאטן אלע אנדערע צדיקים און זיי זענען כקליפת השום, דעמאלטס וואלט מען געקענט האבן א מערכה. יעצט אבער אז די מימרא איז ארויס מפי קודש הקדשים, אויב דו ביסט נישט מסכים מיט דעם אדער דו פארשטייסט עס נישט איז עס אייער פראבלעם, מיר דארפן ניטאמאל פארענטפערן הייליגע ווערטער פון צדיקים.בן מנחם האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 3:20 pmגערעכט,איך האב פארזעהן אדער פארגעסן דעם מאמר. יישר כחכם פאר'ן צוצייכענען די הייליגע ווערטער אשר יסודתן וסודתן בהררי קודש.
אגב, דא באסטו א שטיקל שיחות הר''ן
שיחות הר"ן, סימן קע"ה - קודם ארץ ישראל אמר איני יודע איך הצדיקים עושים פדיון. כי צריכין לידע כל הכ"ד בתי
דינים. כי כשמביאים הפדיון צריך לידע באיזה בית דין דנין אותו. כי אולי הוא עושה פדיון והמתקה השייך לבית דין זה.
ובאמת הוא נידון בבית דין אחר ועל-כן צריך לידע באיזה בית דין הוא נידון ולידע הפדיון וההמתקה של אותו הבית דין:
אני יודע כל הכ"ד בתי דינים ואני יכול לעשות )אפילאצייע( מבית דין לבית דין עד הכ"ד בתי דינים. דהיינו שאני יכול לומר
שאינו נראה לי המשפט של בית דין זה ואני רוצה לדון בבית דין אחר. וכן מבית דין לבית דין עד כולם. ומסתמא מועיל
בודאי. כי על כל פנים בין כך ובין כך נמשך ונדחה המשפט. וכשנמשך קל יותר הדבר. כי בתוך כך עושה אותו האדם איזה
מצוה וכיוצא, ואפילו אם אינו מועיל, אני יכול לעשות )אנדענסעניא( דהיינו לשלוח הדבר להקיסר בעצמו. וזהו מלאכה
גדולה וחכמה גדולה. זה אינו יודע שום אחד בדור. וגם לא ידע עדיין מזה שום אדם. כי הוא מלאכה גדולה להכניס
הבקשה בתוך איזה תיבות במספר וגם ליתן הכבוד להקיסר כראוי. כי בודאי אי-אפשר לשלוח הרבה דברים להקיסר ְוכ ּו'.
גם אמר איני יודע איך יכולים לעשות פדיון כי אי-אפשר לעשות פדיון כי אם כשיודעין איך היה נוהג הכהן הגדול עם
השעיר המשתלח:
Re: אלעס ארום ברסלב
דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...
אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...