איך האב נישט געשריבן אז שרייען אז ספעציפישע מענטשן זענען שילדיג איז ריכטיג, איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אז איך פערזענליך האלט אז די מצב איז פשוט א ריזאלט פון א מארקעט ווי עס איז דא מער קונים ווי דירות און באשילדיגן איינעם פערזענליך איז נישט ריכטיג.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:42 pmפארנומען האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:08 pm דער עולם כאפט פשוט נישט וואס די מצב איז, וויבאלד עס איז אויפדערווייל נאר ("נאר"..) דא עטליכע הינדערט אינגעלייט אין די מצב, צוליב וואס אסאך זענען אויפגעראכטן געווארן מיט שכונת ויואל משה. איך רעדט בעיקר פון די אינגעלייט וואס זענען אינטערגעוואקסן שוין נאך די ביליגע דירות מארקעט, און מיט יעדע פארבייגייענדע טאג וואקסט די נומבער שטארק, ליידער.
אויסדרוקליך. כ'האב שוין געזאגט אז איך האב נישט קיין מושג וואס ס'איז דער פלאן פון די אינגעלייט וואס קויפן יעצט דירות. זיי גייען צאלן 5000 א חודש מארטגעדזש?! וויאזוי?
און די זעלבע מיט גראסערי. איך האב אויסגערעכנט מיין גראסערי ארדער, ס'קומט אויס אז אין די נעקסטע 50 יאר גיי איך צאלן "איין קיין אינטערעסט" א מיליאן דאלאר!! אויב די פרייזן גייען נישט צוריק אראפ. א מיליאן דאלאר. מער ווי מיין דירה.
וויאזוי טאקע גייט דאס גיין ווייטער? קיינער ווייסט נישט.
אבער אריינקומען שרייען "געוואאאאלד" און באשולדיגן די האלבע וועלט, און קאנספירירן אז לינדען בויט זיך נישט ווייל די נגידים האבן אגענדעס, און קרית יואל האט נישט גענוג סוער ווייל דער רבי שלאפט צי לאנג ביינאכט, איז געטראלט און משוגע געמאכט מענטשן.
האסט א סעלושן? קום אריין. ווילסט מאכן א פראטעסט? גיי קאל דעם וואס שטייט מיט די סיינס וועגן אלע גיטין, מאך עס מיט אים, נישט מיט אונז.
איך האב נאר ארויסגעברענגט אז די אידן וועם עס איז עכט נוגע די אשכול, זיי ווערן נישט נערווירט פון אזאנע תגובות, איך האב א פילינג אז די אלע וואס רייסן אים אראפ זענען אזעלכע וואס עס איז זיי נישט ממש נוגע אויפן מינוט די אשכול, סך הכל טרינקט מען קאווע און גלייכצייטיג איז מען זיך מהנה (?) מיט די אשכול.