"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 234

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 11:05 am א וויכטיגע הוספה וועגן "ביתי":

כ'האב געשריבן אז דער שוכר און משכיר גייען אריין אין א קאמפיוטערייזד סיסטעם.

איז וויכטיג צוצולייגן אז א "משכיר" גייט נישט ארויף אויפן ליסט קאמפיוטערייזד, נאר ער וועט קאנעקטעד לייוו צום אויפגענומענעם מענטש וואס וועט אים ארויסהעלפן מיט אלע זיינע שאלות און זיכער מאכן אז ער באקומט גענוי וואס ער זוכט.

די עסקנים וואס טוען דערין זענען שוין פאראויס געזיצן מיט עטליכע גרעסערע לאנדלארד'ס וואס האבן יעצט אויפ'ן מארקעט אסאך דירות, אזוי אז יעצט ביים פראקלאמירונג איז שוין פאראן א הערליכע ליסטע פון אוועילעבל אפארטמענטס, און די זאך איז שוין ממש בפועל אקטיוו ב"ה.
וועלן זיי אויך פארבירן צו אראפריקן פרייזן, לדוגמא שטופן די לענדלאר אז די פארלאנגסט צו אסאך, אדער פאראויס שטופן די דירות וואס זענען ביליגער הגם ווייניגער מעלות?
אדער בלויז זיין א פארמיטלער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9203

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 11:28 am

זיי וועלן נישט שטיפן נישט לכאן און נישט לכאן, נאר צוזאמשטעלן דעם בעל התל ובעל החריץ.

און פארשטייט זיך ארויסהעלפן דעם לענדלארד מיט עני אישוס.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1171
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1680

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:13 am אעשה גם אנוכי לבית"י!

אין א דראמאטיש-פאזיטיווע אנטוויקלונג אין שטאט קרית יואל, איז געעפנט געווארן דורך די וואוילטעטיגע עסקני העיר א נייע סאפיסטיקירטע בראוקערעדזש פירמע "ביתי" פאר "חתן כלה דירות", וועלכע וועט פונקציאנירן פאר שפאט ביליג, עס וועט קאסטן $0 פאר'ן משכיר און א $250 אפצאל פאר'ן שוכר.

אין א צייט וואס הוצאות און פרייזן שטייגן דראמאטיש, וואס שפירט זיך אויף יעדן טריט און שריט, און עסקני העיר קומען כסדר אויף מיט גראנדיעזע אונטערנעמונגען צו פארגרינגערן פאר'ן ציבור סיי בעת שמחה און סיי מיט טעגליכע הוצאות, איז אצינד געקומען די רייע אויף חתן כלה רענטעלס וועלכע קאסטן א הון תועפות און פאלן גאר שווער אויפ'ן לאסט פון די מחותנים.

מיט דעם נייעם סאפיסטיקירטער סיסטעם, וועט יעדער שוכר און משכיר אריינגיין אין א קאמפיוטערייזד סיסטעם, און א געלערנטער פארמיטלער וועט יעדן טאג מסדר זיין די ליסטעס, און אנרופן 'אויספירן שידוכים' פאר דירות, יעדער לויט זיין געברויך, אן סיי וועלכע נגיעה צו די פרייזן וואס וועלן זיך בלויז האלטן צו וויפיל דער משכיר בעט און נישט צולייגן קיין שום אפצאל, בלויז די מינימאלע $250 צו דעקן די הוצאות פונעם אפיס און סיסטעם.

Beisy.png
מאסיוו!!!!!!!!
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

כהאב שוין באקימען די איבער געמאכטע סקווער פיס רעכענונג פאר פארעסט עזש
כהאב געבעטן אריינצונעמען די מערסטע וואס שייך סיי די דרויסן ווענט און אויך די אינדאר סטעפס וואס טייל בילדער רעכענען יא און טייל נישט דא איז עס אריינגערעכנט
אזוי קימט עס טאקע אויס ווייניגער כאטש נישט ביליג צוליב די זייער גיטע געגנט

די יוניט 202 פין 85 פארעסט קימט אויס 2356 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 552 דאלאר פער ס"פ
די גרעסערע יוניט 204 פין די זעלבע בילדינג קימט אויס 2487 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 553 דאלאר פער ס"פ

למעשה איז דירות בכלל זייער טייער קיינער זאל נישט מיינען אז סנישט
און נפתלי איך זע דא דיין טענות אז עלנקעיוו איז טייערער למעשה איז עס אימ גערעכט ווייל לויט ערך האט ער פארקויפט זייער זייער ביליג
כבין גוט מיט יעדן און קיינער מיינט נישט שלעכט
נאר דאך נאך אלעם האלט יחזקאל בראך ביי זיין ערשטע 2 בילדינגס נישט ביי די לעצטע פאר שטיקלעך פארשטייסט זיכער די חילוק. תן לחכם
אבער נאכאמאל די דירות בכלל זענען זייער טייער איבעראל דער עולם האט נישט דאס געלט דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל ווערן ביליגער
פיילס
85 204 - 553.png
85 204 - 553.png (927.29 KiB) געזען געווארן 1515 מאל
85 202 -552.jpg
85 202 -552.jpg (592.14 KiB) געזען געווארן 1515 מאל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

ווידער פרייליכע נייעס אין די מארקעט. דעי סוף וואך הייבט מען אן אריינמופן אין עיקערס ענקלעיוו
רוב מארגעזשעס גייען נאכנישט אריבער עס ווענט זיך וועלכע סארט מארגעזש מען מאכט

די וואס האבן די געווענליכע מארגעזש וואס דארף א אפראוועל פון פעני מעי דארפן נאך ווארטן זיי זאגן אז סעט זיין גרייט עני דעי
אבער די וואס מאכן עס ווי א ביזנעס מארגעזש אדער אנדערע מהלכים האבן שוין עפ"י רוב געקלאזט און מהייבט שוין אן אריינמופן
די זעלבע אויך די וואס קלאזן אויף קעש קענען שוין אודאי קלאזן אויב זייער דירה איז אין די ערשטע 2 גאסן

לאמיר האפן פאר א גוטע שאקל אין די מארקעט סזאל זיין מער דירות צי באקומען
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1171
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1680

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

Monroe On Scene האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:19 pm כהאב שוין באקימען די איבער געמאכטע סקווער פיס רעכענונג פאר פארעסט עזש
כהאב געבעטן אריינצונעמען די מערסטע וואס שייך סיי די דרויסן ווענט און אויך די אינדאר סטעפס וואס טייל בילדער רעכענען יא און טייל נישט דא איז עס אריינגערעכנט
אזוי קימט עס טאקע אויס ווייניגער כאטש נישט ביליג צוליב די זייער גיטע געגנט

די יוניט 202 פין 85 פארעסט קימט אויס 2356 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 552 דאלאר פער ס"פ
די גרעסערע יוניט 204 פין די זעלבע בילדינג קימט אויס 2487 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 553 דאלאר פער ס"פ

למעשה איז דירות בכלל זייער טייער קיינער זאל נישט מיינען אז סנישט
און נפתלי איך זע דא דיין טענות אז עלנקעיוו איז טייערער למעשה איז עס אימ גערעכט ווייל לויט ערך האט ער פארקויפט זייער זייער ביליג
כבין גוט מיט יעדן און קיינער מיינט נישט שלעכט
נאר דאך נאך אלעם האלט יחזקאל בראך ביי זיין ערשטע 2 בילדינגס נישט ביי די לעצטע פאר שטיקלעך פארשטייסט זיכער די חילוק. תן לחכם
אבער נאכאמאל די דירות בכלל זענען זייער טייער איבעראל דער עולם האט נישט דאס געלט דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל ווערן ביליגער
אז אידען זאלען פארדינען פי כמה
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3150

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:49 pm אז אידען זאלען פארדינען פי כמה
ביסט אויך גערעכט. זאל טאקע דער אויבערשטער העלפן אויף וועלכע וועג ער וויל. נאר עס זאל גרינגער ווערן פאר אידן צו טרעפן דירות. און אז מען זעט אז וואוילע אידן טוען עסקנות דערפאר איז עס מחי' נפשות וראויים המה לשבח.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1171
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1680

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 7:51 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:49 pm אז אידען זאלען פארדינען פי כמה
ביסט אויך גערעכט. זאל טאקע דער אויבערשטער העלפן אויף וועלכע וועג ער וויל. נאר עס זאל גרינגער ווערן פאר אידן צו טרעפן דירות. און אז מען זעט אז וואוילע אידן טוען עסקנות דערפאר איז עס מחי' נפשות וראויים המה לשבח.
Big time!!!!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2280
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5765

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Monroe On Scene האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:19 pm כהאב שוין באקימען די איבער געמאכטע סקווער פיס רעכענונג פאר פארעסט עזש
כהאב געבעטן אריינצונעמען די מערסטע וואס שייך סיי די דרויסן ווענט און אויך די אינדאר סטעפס וואס טייל בילדער רעכענען יא און טייל נישט דא איז עס אריינגערעכנט
אזוי קימט עס טאקע אויס ווייניגער כאטש נישט ביליג צוליב די זייער גיטע געגנט

די יוניט 202 פין 85 פארעסט קימט אויס 2356 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 552 דאלאר פער ס"פ
די גרעסערע יוניט 204 פין די זעלבע בילדינג קימט אויס 2487 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 553 דאלאר פער ס"פ

למעשה איז דירות בכלל זייער טייער קיינער זאל נישט מיינען אז סנישט
און נפתלי איך זע דא דיין טענות אז עלנקעיוו איז טייערער למעשה איז עס אימ גערעכט ווייל לויט ערך האט ער פארקויפט זייער זייער ביליג
כבין גוט מיט יעדן און קיינער מיינט נישט שלעכט
נאר דאך נאך אלעם האלט יחזקאל בראך ביי זיין ערשטע 2 בילדינגס נישט ביי די לעצטע פאר שטיקלעך פארשטייסט זיכער די חילוק. תן לחכם
אבער נאכאמאל די דירות בכלל זענען זייער טייער איבעראל דער עולם האט נישט דאס געלט דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל ווערן ביליגער
אויף וועלכע פראגראם קען מען דאס רעכענען?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1024

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

Monroe On Scene האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:19 pm כהאב שוין באקימען די איבער געמאכטע סקווער פיס רעכענונג פאר פארעסט עזש
כהאב געבעטן אריינצונעמען די מערסטע וואס שייך סיי די דרויסן ווענט און אויך די אינדאר סטעפס וואס טייל בילדער רעכענען יא און טייל נישט דא איז עס אריינגערעכנט
אזוי קימט עס טאקע אויס ווייניגער כאטש נישט ביליג צוליב די זייער גיטע געגנט

די יוניט 202 פין 85 פארעסט קימט אויס 2356 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 552 דאלאר פער ס"פ
די גרעסערע יוניט 204 פין די זעלבע בילדינג קימט אויס 2487 ס"פ סוי לויט דעם איז עס 553 דאלאר פער ס"פ

למעשה איז דירות בכלל זייער טייער קיינער זאל נישט מיינען אז סנישט
און נפתלי איך זע דא דיין טענות אז עלנקעיוו איז טייערער למעשה איז עס אימ גערעכט ווייל לויט ערך האט ער פארקויפט זייער זייער ביליג
כבין גוט מיט יעדן און קיינער מיינט נישט שלעכט
נאר דאך נאך אלעם האלט יחזקאל בראך ביי זיין ערשטע 2 בילדינגס נישט ביי די לעצטע פאר שטיקלעך פארשטייסט זיכער די חילוק. תן לחכם
אבער נאכאמאל די דירות בכלל זענען זייער טייער איבעראל דער עולם האט נישט דאס געלט דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל ווערן ביליגער
העכער ווי 553 פארקויפט ער אויך דירות לויט דיין ידיעה?

איך האף בעז"ה צו נאכגיין אויף די דירה אויך די נומערן, אזוי ווי ביי די אנדערע דירה, אבער איך וויל וויסן, אויב לויט דיינע חשבונות און דיינע נומערן צו עס איז דא א דירה מער ווי 553 פון די דעוועלאפער אדער דאס איז די די פיינעל סך הכל נומבער פון דיין זייט.
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:21 am העכער ווי 553 פארקויפט ער אויך דירות לויט דיין ידיעה?
וואס פרעגסטו כאב געברענגט נאר די דירות וואס איך ווייס די בראקערס פרייז און כאב פאר דיר גערעכנט די מעקס סקווער פיס
כווייס נישט אז אנדערע אפשענס דארט זאלן זיין טייערער
אבער אפשר די 5 רום דעיס קען זיין טייערער. כווייס נישט אבער דעיס מאכט סענס
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1486
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1543

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

ערשטע משפחה האט היינט אריינגעמופט אין 'עיקערס ענקלעיוו'
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 234

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

Monroe On Scene האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:18 pm
די וואס האבן די געווענליכע מארגעזש וואס דארף א אפראוועל פון פעני מעי דארפן נאך ווארטן זיי זאגן אז סעט זיין גרייט עני דעי
עפעס מער הסבר וואספארא אפראוועל עס דארף? און פארוואס עס גייט נאכנישט דורך?
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

יא ב"ה היינט איז א זייער פרייליכע טאג אין די דירות מארקעט
ממופט שוין אריין אין ענקלעיוו
היינט מופט איין משפחה מיט א מארגעזש וואס איז נישט דורך פעני מעי און נעקסטע וואך מופן נאך 3 משפחות איינס איז א קעש קלאוזינג און די איבריגע זענען א ביזנעס מאגעזש
פיילס
587B.jpg
587B.jpg (408.29 KiB) געזען געווארן 1215 מאל
587C.jpg
587C.jpg (371.5 KiB) געזען געווארן 1215 מאל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

אויך אין עיקערס פוינט לעבן לעמבערג איז א פריילכע טאג
O&R ארבעט פעסט צו ברענגען געז אויף די אויבערשטע גאס זשיקעב
די 5 רום דירות וואס האט געהייסן סגייט זיין רענטעל און עס ווערט יעצט פארקויפט פאר געהעריגע דירות
סקוקט אויס אז ווער סקויפט גייט בקרוב קענען מופן
פיילס
589C.jpg
589C.jpg (519.3 KiB) געזען געווארן 1212 מאל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 1:25 pm
Monroe On Scene האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:18 pm
די וואס האבן די געווענליכע מארגעזש וואס דארף א אפראוועל פון פעני מעי דארפן נאך ווארטן זיי זאגן אז סעט זיין גרייט עני דעי
עפעס מער הסבר וואספארא אפראוועל עס דארף? און פארוואס עס גייט נאכנישט דורך?
צי זאגן די אמת כבין נישט זיכער אז כהאב עס פארשטאנען פונקטליך
אבער כפארשטיי אז אויסער די סטעיט אפראוול דאף קימען א באשטעטיגונג פון פעני מעי אז די פראזשעקט קימט נאך זייערע גיידליינס
סוי די מאגעזש קאמפאניס וואס פארקויפן זייערע מאגעזשעס פאר פעני מעי לאזן נישט קלויזן עז לאנג סנישטא די פאראוועל פון פעני מעי
נאר די גרעסערע בענק וואס האלטן אליינס די מאגעזש זיי פארלאזן זיך אויף א סטעיט אפראוול וואס איז שוין דא
אבער פעני מעי וועט אויך זיין ביז אפאר טעג האפן זיי
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 234

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

Monroe On Scene האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 11:46 am

אינטערעסאנט

#חידוש
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

אקעי כהאב יעצט באשטעטיגט קראנט אז ענקלעוו איז אפראווד געווארן היינט פארטאגס פאר פעני מעי מאגעזשעס
און אויך אג די וואך וואוינען שוין 2 משפחות אין ענקלעוו איינס איז א משפחה פון ווילימסבורג אויף די בריגעל גאס
ער האט נאכניש געמופט געהעריג ער קומט קודם אויף שבת
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

אין בלומינגראוו וויליזש איז שין א שטיק צייט אדווערטייזד עטליכע נייע דירות וואס ממאכט שוין גרייט צו מופן
אבער יעצט שטייט אז ער איז נאר 288 א ס"פ
און ער זאגט די דירה איז 3470 ס"פ
איך טריי צו קריגן מער קראנטע אינפא אבער לויט ווי סשטייט דא קומט עס אויס אינטער א מיליאן א ריזן דירה
פיילס
Screenshot 2024-07-19 164817.jpg
Screenshot 2024-07-19 164817.jpg (299.22 KiB) געזען געווארן 1015 מאל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

היינט האט געמופט א צווייטע משפחה אין ענקלעוו
א רענטעל דירה
מארגן הייבן זיך אן אסאך פרישע קלאזינגס. 2 מענטשן וועם איך ווייס
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 549
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 998

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

איך האב געהערט האלבע שמועות אז אין א גאר פאזיטיווע אנטוויקלונג האט די רבי אויסגעארבעט מיט ר' גדלי' סעגעדין פון די וויליזש אז מען גייט אנעקסירן נאך שטחים און די לאטס וואס גייען ווערן אנעקסירט גייען נאר קענען בעטן ביז 300 א ספ.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1024

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:37 pm איך האב געהערט האלבע שמועות אז אין א גאר פאזיטיווע אנטוויקלונג האט די רבי אויסגעארבעט מיט ר' גדלי' סעגעדין פון די וויליזש אז מען גייט אנעקסירן נאך שטחים און די לאטס וואס גייען ווערן אנעקסירט גייען נאר קענען בעטן ביז 300 א ספ.
כפי ידיעתי האט עס גארנישט מיט די נייע שטחים, נאר יעדע דעוועלאפמענט וואס האלט פאר די סייט פלען עפראוועל, נישט קיין חילוק ווי אין וויליזש אף קרית יואל.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9203

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בנוגע די דירות קאמיטע איז טאקע געווען אן ערנסטער מיטינג ביים רבי'ן שליט"א (מהר"א) יעצט דעם זונטאג הארט פאר דער רבי איז געפארן אויף אפרוה. די מיטינג איז געווען מיט'ן דירות קאמיטע און די ווילעדזש באאמטע צו שטיפן אינאיינעם פאראויס די פלענער וואס קאכן זיך פעסט. די קאמיטע באשטייט פון ר' יואל (ב"ר יונה) בערנאט, ר' ישעי' ווערצבערגער, און ר' חיים שלמה קרויס, וואס זיי געבן אוועק אסאך צייט און כח צושטאנד צו ברענגען א זאכליכע פלאן מיט די דעוועלאפער.

ס'איז נאכנישט דא ממש פיינעל געשעענישן אויפ'ן שטח, אבער מ'האט געמאכט גאר גרויס פארשריט און עס קען זיין אז בקרוב ממש וועט שוין ארויסקומען פאקטישע זאכן.

צו זאגן די פרטי הדברים אין קורצן:

די יעצטיגע פלאן פונעם דירות קאמיטע איז צו טרעפן א מהלך פון נעגאשיעיטן מיט יעדן בילדער וואס ווארט אויף א טובה פונעם ווילעדזש, צו פארשנעלערן סייט פלען און פערמיט אפראוועלס אדער צו ארלעדיגן סטעיט און קאונטי סוער אפראוועלס, זאלן אין אויסטויש זיך פארפליכטן צו געבן ביליגע דירות פרייזן.

דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.

בעצם וואלטן די אלע געדארפט צושטעלן אויף א טייל פראיעקט (20 פראצענט) "אפארדעבל האוזינג" לויט די געזעץ וואס די ווילעדזש האלט אינמיטן אויפוועקן, און די ווילידזש האט דערווייל נישט געטיילט קיין סייט-פלען אפראוועלס ביז דער אפארדעבל געזעץ איז מסודר. אבער דער יעצטיגער פלאן פון די קאמיטע איז, עכ"פ אויף דערווייל, צו מאכן איין גרויסע פלעט-רעיט וואס די דעוועלאפער זאלן זיך צושטעלן דערצו אויפ'ן 'גאנצן פראיעקט' אין אויסטויש פאר השתדלות און שנעלע אפראוועלס.

די קאמיטע איז געזיצן אין די לעצטע 2-3 וואכן מיט רוב פון די דערמאנטע דעוועלאפער וועמען דאס וועט אפעקטירן, צו הערן פון זיי וואס די עכטע 'קאסטן' זענען אויפ'ן פאפיר, און וויפיל איז די מינימום ריוח וואס מאכט סענס אין זייערע אויגן לויט די ארבעט און ריסק, צו באקומען א שטיקל קלארקייט פון אלע זייטן.

יעצט האט די קאמיטע געברענגט צום טיש ביים רבי'ן אלע נומבערס פון קאסטן וואס די בילדער האבן געגעבן. ס'איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז די עכטע ציפערן זענען צוטיילט אין 6, כזה:

1] קויפן די שטח
2] קאנסטראקשן הארד קאסט (אייטעמס צום בויען און די סובס)
3] קאנסטראקשן סאפט קאסט (אינדזשענירונג, ארכיטעקט, פערמיטס פיס, עקספעדייטערס, וואסער און סוער הוקאפס, לייעבילעטי און פייער אינשורענס, אפיס ארבייטער און קאנסטרוקשן אייגעשטעלטע, אנסייט אויסגאבן ווי קארס, מאשינען, טרעילארס וכדו', וכהנה)
4] אינפראסטרוקטור (אנסייט און אפפסייט)
5] קאסט אוו מאני, הארד מאני לאונס, קאנסטרוקשן לאון'ס, וכדו',
6] פראפיט.

די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.

דער בילדער זאל שפארן אויסגאבן, בויען מיט ווייניגער לוקסוס, אראפדרוקן אייטעם פרייזן, מאכן ביד'ס אויף יעדע סוב, וכדומה. דער רבי האט אנגעכאפט אלס משל די 9 פיסיגע דאך, און די ספאטלייטס, זאגנדיג אז אלעס וואס מ'האט אמאל נישט געמאכט מז דער בילדער היינט אויך נישט מאכן, און אזוי וועט ער קענען אראפברענגען די קאסט און מאכן גענוג פראפיט.

דאן האט ר' גדלי' סעגעדין פונעם ווילעדזש אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן די מהלכים וואס זענען אויפ'ן טיש, אז סיי וואסערע החלטה דער רבי מיט'ן קאמיטע וועלן מאכן - אויף יעצט און אויף שפעטער - זאל די ווילעדזש קענען עס צושטאנד ברענגען דורך א לעגאלע מהלך פון גאווערמענט רולס און נעגאשיעישאנס, וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך די ספעציעל געדינגענע לויערס וואס זיי האבן געברענגט פון אלבאני דאס צו אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש בס"ד.

עקסטער האט די קאמיטע אויפגעברענגט א נקודה בנוגע השתדלות אז די דירות זאלן ווערן פארקויפט אלס "אוינער אקיופייד", אז אינוועסטארס און פליפערס זאלן נישט הייבן די פרייז און מאכן געלט אויף די דעוועלאפערס חשבון. מ'האט אויפגעברענגט א מהלך אז די דירות קאמיטע זאל פארמאגן אן אייגענעם ליסטע פון קונים וואס זוכן א דירה "אויף צו וואוינען", וואס זיי וועריפייען, אזוי אז דער דעוועלאפער זאל געבן פריארעטי פאר דעם ליסטע, כדי די וואס זוכן באמת צו קויפן די דירה אויף צום וואוינען זאלן אלעמאל זיין די ערשטע צו באקומען די דירה פאר'ן גוטן פרייז.

א טאג דערויף, מאנטאג, איז די קאמיטע אריבער צו 2 דעוועלאפער פארשטעלן די החלטות פאר'ן מהלך. איינער פון די 2 דעוועלפער האבן יעצט אן אקטיווע קאנסטראקשן סייט פון בערך 200 דירות וואס ווארט אויף אפראוועלס, און זייענדיג גאר שטארק אנגעוויזן אויף שנעלע אפראוועלס איז ער ב"ה גרייט צו זיין דער ערשטער צו מיטארבעטן מיט די נייע פרייזן פון $300 א ס"פ אין אויסטויש פאר ווילעדזש הילף אויף שנעלע אפראוועלס.

אבער, היות ער האט שוין גענומען דעפאזיטס פאר א גרויס חלק דירות (בערך א יאר צוריק, פאר ארום 380 א ס"פ), און נאר א חלק דירות זענען נאך פארבליבן יעצט צו פארקויפן, איז זיין שאלה געווען, צו ער קען/דארף יעצט ברעכן זיינע קאנטראקטס, נידערן די פרייזן, און צושטעלן אנדערע סארט קוואליטי מיט ווייניגער אפגרעידס וכו'.

די קאמיטע האט אנגערופן דעם רבי'ן מיט די שאלה, און ס'איז געבליבן אז ער זאל 'געבן די אפציע' פאר אלע ביז יעצטיגע קונים צו אליינס באשליסן. אדער זאלן זיי בלייבן מיט די אלטע אפגרעידס פאר די אלטע פרייז, אדער קענען זיי מבטל זיין די קאנטראקט צו באקומען די נייע פרייזן, און דער דעוועלאפער וועט טוישן צו אראפנעמען אפגרעידס וכדו'.

יעצט וועט די קאמיטע ווייטער נעגאושיעיטן מיט די אנדערע דערמאנטע דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף די זעלבע הילף פאר אפראוועלס, און עס איז צום האפן אז מען וועט באווייזן צו ברענגען א דראסטישע טראסק אין דירות פרייזן, ווען קרית יואל וועט ווייטער ארויסשטיין אלס דער שטאלצער שטאט וואו עסקני העיר אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א זענען אויף נעכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פונעם ציבור.

ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח!!!
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 234

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

פארוואס אין די וועלט זאל נישט זיין הריגות ביי ר' בנציון קליין אויב בעט ער די זעלבע פרייז ווי בי נידערמאן וכד'?
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1024

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:01 pm פארוואס אין די וועלט זאל נישט זיין הריגות ביי ר' בנציון קליין אויב בעט ער די זעלבע פרייז ווי בי נידערמאן וכד'?
ווייל אידן זענען נישט עובר אויף לא תרצח.
שרייב פאוסט