פאר מיין קינד – אלעס!
- יקל פעדער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
- Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
- x 204
פאר מיין קינד – אלעס!
ס'איז די 2'טע וואך אין קעמפ, א בלויע מאנטאג, מושי איז אויפגעשטאנען אין א גוטע גוסטע. "היינט קומט א טריק-מען אין קעמפ".
נאכן באמערקן אז ס'איז נאך אביסל פאר די צייט וואס מ'דארף אויפשטיין, איז מושי געבליבן ליגן אין בעט באטראכטנדיג זיינע מחשבות ווי א דרויסנדיגער. ווען אינמיטן פארט אים דורך אין מח אז ער מיז היינט נאכאמאל רופן זיין מאמע.
מיט אמאל טאנצט ער אויף מיט איין אטעם, גלייך ארויס פון בעט. די מדריך איז שוין דא, און האט שוין אנגעהויבן וועקן. ער וויל באקומען די עקסטע פאונט קארטל וואס די ערשטע 10 קינדער וואס זענען גרייט באקומען.
גרייט פאר א פרישע טאג שפאנט ער ארויף דעם בארג צום ביהמ"ד, זיך גרייטן מיט א קאָפי צום דאווענען.
אזוי ווארטנדיג ביי שטילע שמו"ע אז די בעל תפילה זאל שוין אנהייבן, האט ער געהאט א מיניט צייט צו געבן א בליק אין זיינע קליינע לויפענדע מחשבות, אזוי טראכטנדיג האט ער זיך דערמאנט אז ער דארף נאך רופן זיין מאמע היינט, און ענדיגן דערציילן ווי אזוי די ערשטע שבת איז געווען. ווען זיינע מחשוב ווערן איבער געהאקט מיט א הילכיגן ברוך אתה ד'.... פונעם בעל תפילה.
ענדלעך נאך א לאנגע תחנון'דיגע דאווענען, גייט ער צוריק אראפ צום לאנטש רום, ווי עס איז אנגעגרייט פיינע פרישע פרישטאג. גרייט זיך אן א פיינע פילן טעלער מיט אייער שפייז מיט סאלאט. און פונען פאון קאל האט ער אינגאנצן פארגעסן.
אזוי איז זיין טאג ווייטער אנגעגאנגן, מושי איז אריבער אין קלאס ווי זיין רבי האט פארגעלערנט א לאנגע רש״י. און ווידער האט ער זיך פארקלאצט, און זיך דערמאנט אז ער דארף נאך רופן זיין מאמע.
למעשה ביי ריסעס איז געווען א פעסטע געים און ער האט אינגאנצן פארגעסן צו רופן זיין מאמע.
אנפאנג לאנטש האט מושי אפגעמאכט אז יהיה מה שיהיה, ער גייט יעצט קאלן זיין מאמע! ער וויל דאך אזוי שטארק רעדן מיט איר. אבער ער האלט אין איין ווערן פארשפילט.
אבער מושי איז געווען אזוי הינגעריג אז ער איז געגאנגן א מיניט אין לאנטש רום עפעס עסן צו באריאיגן זיין הינגער. און למעשה טרעפט ער זיך ממש סוף לאנט אום געקאלט, ער הייבט אן לויפן אינעם ריכטונג פון די טעלעפאונען, ווער זיין האנט זייגער געבט א קליין קלינג אז ס'איז 4 אזייגער אין מ'דארף גיין אין קלאס.
ס'האט אים אזוי געבאדערט אז ער האט באשלאסן אז 6 אזייגער ווען מ'ענדיגט חדר, לויפט ער די ערשטע זאך צי די פאונס. אפי' ער דארף כאפן א גוטע פלאץ פאר די טריק-מען קומט אן. אבער ער מיז שוין רעדן מיט זיין מאמע. ער האט נאך אזויפיל צי דערציילן.
עדליך איז געווארן 6 אזייגער, מושי לויפט מיט שנעלע טריט צום פאון סטאנציע, ער לייגט אריין זיין מאמע'ס נאמבער און מ'הערט שוין די דייל-טאון רינגן.
*
ס'איז מאנטאג 8 אזייגער צופרי, מושי'ס מאמע איז שוין אויף. זי דארף זיין מאכן גרייט די קליין מיידעלע צו גיין אין דעי-קעמפ.
ענדליך קוואדער נאך 10, נאכן ענדיגן אויפרייניגן אביסל די הויז, איז זי גרייט זיך ארויסצילאזן גיין אין ארבעט.
4 אזייגער, נאך א ביזי טאג אין ארבעט, איז מושי מאמע אנגעקומען אהיים אויסגעמאטערט. אבער זי דארף זיך שוין אנהייבן גרייטן פאר סאפער. ס'איז דאך דא א שטוב מיט קליינע קינדער וואס דארפן עסן באלד.
זיך יאגנ'דיג אין גראסרי, צו זיין צוריק אין צייט אראפצונעמען די קינדער פון באס, האט זי איינגעקויפט די געברויכן וואס זי דארף האבן פאר די היינטיגע נאכטמאל.
געמאכט א פיינע סאפער. געגעבן צי עסן פאר די קינדער. אויפגערייניגט די קאך. און די קינדער זענען ארויס אויף די גאס זיך שפילן פאר אביסל.
ס'איז 10 צו זעקס, ענדליך נאך א גאנצע טאג זיין פארנימען, איז מושי'ס מאמע ארויס -אינגאנצן אויסגעמאטער - זיצן אינדרויסן זיך אויסליפטערן אביסל, און זיך אנגעטראפן מיט נאך אפאר נשים אין די זעלבע שיך ווי איר, און ווי די שטייגער איז געווארן א שטיקל שמועס (סירקעל בלע"ז) צווישן די פרויען.
ווען אינמיטן די שמועס הערט זיך די באקאנטע ווערייזען רינגטאון, יעדער קוקט צי ס'איז זייער פאון, און יא, ס'איז מושי'ס מאמע וועמענס פאון קלינגט.
זי דאכטצעך אז זי געדענק דעי נאמבער איז פון מושי אין קעמפ.
*
מושי שטייט ביים טעלעפאון און ווארט זיין מאמע זאל אויפהייבן.
ענדליך הייבט זיין מאמע אויף,
העלאו.
מושי: (מיט פארבענקטע אויגן, ענדליך) א גוטן טאג מאמי. ס'איז מושי.
מאמע: (יוש כאנישט קיין כח יעצט) אה, מושי וואס גייט פאר ?.
מושי: (מיז עפעס פארגיין צי קאלן ?) גארנישט. אלעס איז פיין ב"ה. כ'האב דיר נאר געוואלט פארציילן אז
מאמע האקט איבער: מושי ס'איז וויכטיג ?.
מושי: ניין, אבער כ'האב די געוואלט דערציילן אז באלד גייען אונז האבן א טריק-מען, און
מאמע האקט איבער: אה wow איים סאו עקסייטעד פאר דיר. האסט נאך עפעס געוואלט ?.
מושי: (אויגן הייבט אן ווערן פייכט) יא, כ'האלט דיר אינמיטן דערציילן ווי אזוי ס'איז געווען שבת. צופרי ווען כ'בין אויפגעשטאנען האב איך געהאט פיינע קעיק, און
מאמע האקט איבער: wow כ'בין עכט העפי די האסט ליב קעמפ. אבער כ'האב יעצט נישט קיין כח צו רעדן אויפן פאון, סאו א גוטע נאכט צדיק, און enjoy די טריק-מען. א גוטע נאכט.
מושי: (א פיצי טרער מאכט דאס וועג ארויס פונעם אויג) אבער כ'האב דיר נאך אזויפיל צי דערציילן. אקעי. א גוטע נאכט.
*
ביידע לייגן אראפ דעם טעלעפאון.
די מאמע איז צוריק אינעם שמועס מיט די פרויען.
און מושי שטייט געלעימט ביים אראפגעלייגטן טעלעפאון. אונגאנצן ציבראכן און פאטראכט, ווען נאך א טרער באווייזט זיך אויף זיין בעקל. "כ'האב דאך אזוי שטארק געוואלט דערציילן פאר מיין מאמע ווי אזוי שבת איז געווען". "פארוואס האט זי נישט קיין צייט פאר מיר ?!"
און נאך מיט די ווערטער אויפן צינג, אפווישנדיג זיינע טרערעלעך, איז ער אריין קוקן די טריק-מען.
*
טייערע חשובה עלטערן שיחי'. עטס האסט געשיקט ענקערע קינדער אין קעמפ פארן זוממער. יא, ער איז א גרויס יונגל, און ער קען שוין אליין גיין אין קעמפ.
אבער די עלטערנס אויפענע אויער דארף ער נאך אלס! ווען א קינד קאלט אהיים וויל ער אזוי שטארק רעדן צו ענק.ער וויל אז זיינע עלטערן זאלן זיך מיט פרייען מיט אים. מ'כאפטס אמאל נישט, אבער אפי' ס'איז נישט שווער פארן קינד, אבער ער דארף אזוי שטארק ענקער אויערן אפען פאר אפאר מיניט.
געבטס אים די צייט! לאטס אים אויסרעדן! לאטס אים נישט פילן ווי עטס ווילטס שוין אראפלייגן און האבן נישט קיין צייט פאר אים!
אפי' ענק ארבעטן שווער א גאנצן טאג. די קינד כאפט דאס נישט. זיין קליינע מח טראכט יעצט נאר פון ווי שטארק ער האט ליב קעמפ, און אז ער וויל אז זיינע עלטערן - וואס ער האט אזוי שטארק ליב - זאלן זיך פרייען מיט אים.
מ'געבן אויס אזוי פיל געלט פאר קעמפ אז דאס קינד זאל הנאה האבן. מ'איז גרייט צי טוהן אלעס אין דער וועלט אז א קינד זאל זיין ציפרידן. געב אים אויך אוועק דעי פאר מיניט וואס ער קאלט!
ווייל וואס טוט נישט א טאטע פאר א קינד ?!

מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
גא"ם, נישט נאר אין קעמפ נאר סיי ווען, און נישט נאר אייערע קליינע קינדער נאר אויך אייערע ערוואקסענע קינדער, ערוואקסענע פארשטייען טאקע אז מאמי איז יעצט ביזי, אבער אויב וועט איר זיי נישט געבן א אויער וועלן זיי טרעפן אנדערע אויערן און איר וועט זיך טרעפן וואונדערן פארוואס זיי לאזן זיך נישט הערן, און פארוואס זיי רעדן נישט צו אייך
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
WOW זאגסט גאר שטארק
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
ר' @יקל איר זענט א אור!
אזוי גוט ארויסצוברענגען אזא וויכטיגע נקודה ברויך מען קענען!
טאלאנטפול. איך וויל דיר געבן מער ווי איין לייק, נאדיר.
כ'האלט אז די קעמפס דארפן מאכן קאפיס דערפון און עס אהיימשיקן צו די עלטערן, נחוץ מאוד.
אזוי גוט ארויסצוברענגען אזא וויכטיגע נקודה ברויך מען קענען!
טאלאנטפול. איך וויל דיר געבן מער ווי איין לייק, נאדיר.
כ'האלט אז די קעמפס דארפן מאכן קאפיס דערפון און עס אהיימשיקן צו די עלטערן, נחוץ מאוד.
- יקל פעדער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
- Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
- x 204
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
- יקל פעדער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
- Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
- x 204
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
שכח!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 2:33 pm ר' @יקל איר זענט א אור!
אזוי גוט ארויסצוברענגען אזא וויכטיגע נקודה ברויך מען קענען!
טאלאנטפול. איך וויל דיר געבן מער ווי איין לייק, נאדיר.
אלס מיר אויס קענסטו עס טוהן. די ארטיקל האט נישט קיין קאפי רייט©.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 2:33 pm כ'האלט אז די קעמפס דארפן מאכן קאפיס דערפון און עס אהיימשיקן צו די עלטערן, נחוץ מאוד.
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
זייער שטארק און שיין געשריבן.
אגב, די זעלבע מעשה קען צומאל זיין פארקערט, די מאמע לעכצעט א גאנצן טאג צו באקומען א רוף פון איר קינד, און די קינד ווערט פארשפילט און פארגעסט.
צום סוף רופט די מאמע אריין אין קעמפ און בעט צו רעדן צו מוישי פעדער, מוישי הייבט אויף און פרעגט "מאמי וואס גייט פאר?", ער יאגט זיך צו די טריק-מען, און כאפט נישט אז זיינע עלטערן האבן געשפענדעט אזויפיל געלט פאר זיין הנאה, און ווארטן צו הערן פון אים.
אגב, די זעלבע מעשה קען צומאל זיין פארקערט, די מאמע לעכצעט א גאנצן טאג צו באקומען א רוף פון איר קינד, און די קינד ווערט פארשפילט און פארגעסט.
צום סוף רופט די מאמע אריין אין קעמפ און בעט צו רעדן צו מוישי פעדער, מוישי הייבט אויף און פרעגט "מאמי וואס גייט פאר?", ער יאגט זיך צו די טריק-מען, און כאפט נישט אז זיינע עלטערן האבן געשפענדעט אזויפיל געלט פאר זיין הנאה, און ווארטן צו הערן פון אים.
- יקל פעדער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
- Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
- x 204
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
גערעכט.וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 4:48 pm זייער שטארק און שיין געשריבן.
אגב, די זעלבע מעשה קען צומאל זיין פארקערט, די מאמע לעכצעט א גאנצן טאג צו באקומען א רוף פון איר קינד, און די קינד ווערט פארשפילט און פארגעסט.
צום סוף רופט די מאמע אריין אין קעמפ און בעט צו רעדן צו מוישי פעדער, מוישי הייבט אויף און פרעגט "מאמי וואס גייט פאר?", ער יאגט זיך צו די טריק-מען, און כאפט נישט אז זיינע עלטערן האבן געשפענדעט אזויפיל געלט פאר זיין הנאה, און ווארטן צו הערן פון אים.
אבער היות דא דרייען זיך עלטערן און נישט קיין קינדער (עכ''פ אזוי האף איך), האב איך געשריבן דעם צד המעשה.
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
מיין הערה איז אויך צו די עלטערן.יקל פעדער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 5:35 pmגערעכט.וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 4:48 pm זייער שטארק און שיין געשריבן.
אגב, די זעלבע מעשה קען צומאל זיין פארקערט, די מאמע לעכצעט א גאנצן טאג צו באקומען א רוף פון איר קינד, און די קינד ווערט פארשפילט און פארגעסט.
צום סוף רופט די מאמע אריין אין קעמפ און בעט צו רעדן צו מוישי פעדער, מוישי הייבט אויף און פרעגט "מאמי וואס גייט פאר?", ער יאגט זיך צו די טריק-מען, און כאפט נישט אז זיינע עלטערן האבן געשפענדעט אזויפיל געלט פאר זיין הנאה, און ווארטן צו הערן פון אים.
אבער היות דא דרייען זיך עלטערן און נישט קיין קינדער (עכ''פ אזוי האף איך), האב איך געשריבן דעם צד המעשה.
- יקל פעדער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
- Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
- x 204
Re: פאר מיין קינד ? אלעס!
אז ? חיזוק ?וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 5:38 pmמיין הערה איז אויך צו די עלטערן.יקל פעדער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 5:35 pmגערעכט.וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 4:48 pm זייער שטארק און שיין געשריבן.