מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (דריטער און לעצטער חלק ארויף)
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4494
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13414

"@שאינו יודע לשאול איז געווארן א ברעסלאווער?" טשעפען מיר די חברים די לעצטערע טעג, זינט איך האב אפגעראכטן א שבת אינעם ברסלב'ע שטעטל לאקירט אינעם ליבערטי דערפל...
א באקאנטער מיינער א גאנציעריגער תושב ליבערטי האט מיר אנגעקלונגען מיט אן הצעה, אזוי ווי דער טענענט וואס האט געוואוינט אינעם דירה אויף זיין צווייטע שטאק האט זיך יעצט ארויסגעצויגן און עס שטייט כעת ליידיג, לאדענט ער מיר צו פארוויילן א שבת אין זיין דירה, ווען ער נעמט אויף זיך מיר באזארגן מיט אשל מלא און וועט מיר צושטעלן א יום שבתון מיט אלע קליפערלעך.
מיין ענטפער איז געווען א צווייפאכיגער יא, איינמאל יא פשוט פאר די געלעגנהייט פון שפענדן א שבת אויף די בערג, זיך אביסל אויסציען די ביינער און אטעמען פרישע בארג לופט. והשנית, והעיקר, בין איך פון נאטור אויס א נייגעריגער נפש וואס זוכט צו אויסשמעקן פארקערטע מיינוגען און ציעט צו קאנטראווערסיע.
דער ברסלבע קרייז, און ספעציפיש קהילת היכל הקודש, איז אן אינטערסאנטע, "דיפרענט", און זאגאר קאנטראווערסיאלע ענין. בעת וואס הונדערטער שרייען אז דער פלאץ האט זיי געראטעוועט ברוחנית און נאנט געברענגט צום אייבערשטן, ווען אנדערע זיין גאר שארף אזש ביזן עס באצייכענען אלס "קולט". אין דער צייט וואס הונדערטער בחורים און יונגעלייט וועלן מעיד זיין אז דער אייגנארטיגע דרך הלימוד האט זיי געזעצט צום גמרא ווען זיי האבן צום ערשטן מאל דערשפירט דעם מתיקות פונעם אור הגנוז וועלכע איז באהאלטן אינעם תורת השם, זענען אנדערע 'להשמיד' אז דער דרך הלימוד שאפט ביטול תורה און איז פשט'לאז און מקור'לאז.
אלזא האב איך נישט געטראכט קיין צוויי און ארויפגעשפרינגען אויף דעם געלעגנהייט צו אויסשפירן פונדערנאנט דעם קהילה און שטעטל וועלכע איז פארשלייערט אונטער א נעפל פון ספיקות, און באשטעטיגט מיין פאזיטיווע אנטווארט צום באקאנטער מיינער אז בעזר הויה וועלמיר אפרעכטן דעם שבת הבעל"ט אינעם עיר הבירה ליבערטי. נאכן אהיימקומען פונעם שבת מיט פולע באגאזשן האב איך זיך פארשריבן אייניגע אבזערוואציעס און נאטיצ'לעך פון דעם אייגנארטיגע איבערלעבעניש. לאמיר אייך ברענגען א לעבעדיגע גריס פון אונזערע אידישע ברידער אינעם ווייטן פארווארפענעם עקזיט 101...
ויסעו מקרית יואל
פאר די וואס ווייסן נישט, איך בין מאז ומקדם גאר א שטארקע אנהענגער אין "מסורה", יעדע זאך פרוביר איך צו טון פונקט אזוי ווי איך זע ביים טאטן אן קיין חכמות און דריידלעך, "חדש אסור מן התורה!". צוליב דעם האב איך קלארגעשטעלט אין שטוב אז די שפעטסטע צייט צו ארויספארן וועט זיין כחצות היום, אזוי האב איך געזען ביים טאטן לאיוש"ט. דאס איז כבוד שבת און איז אזוי אויך פראקטיש גערעדט, נעמענדיג אין באטראכט אז איך וויל זיך נאך אביסל אומקוקן אויפן ארום בעפאר דער שבת פאלט צו.
--- און טאקע צוליב דעם זעלבן צוועק פון "נישט משנה זיין קיין זיז כלשהוא" האב איך זיך דערזען הארט נאך דריי אזייגער אין א גוטע שעה פארלאזן די קרית יואל'ע גאסן אויפן וועג צום ניו יארקס "זיבעצנטער" שאסיי וואס וועט מיר פירן בעז"ה צו מיין געגארטע דעסטינאציע. פונקט אזוי האב איך טאקע געזען אינדערהיים...
אין א גוטע שעה האב איך געזאגט? אביסל אינטערגעשאצט. דער נעוויגאציע אפאראט לאזט מיר וויסן אז הערשט "אין א גוטע שעה אנדערטהאלבן" וועלן מיינע רעדער קענען קושן די ליבערטי'ע ערד... ווייזט אויס אז אנדערש ווי איך האב געקלערט בין איך נישט דער איינציגער צו פארלאזן די געדעכטע שטאטישע לופט און אנטלויפן צום בערגיגן גן עדן (האסט טאקע געמיינט?!...) מיין ברסלב'ע חבר וואלט עס זיכער באצייכנט אלס "מניעות"... נ'שוין, האמיר דאס אויך מקבל געווען באהבה און דער וועג איז ב"ה אריבער מיט א רואיגקייט.
לעמאנעיד סופערמארקעט
נאכן זיך אויסציען די ביינער, אויספאקן די געפעק, און א געשמאקע טועמיה צוגעשטעלט דורך מיין בעל אכסניא, איז העכסט צייט צו כאפן א בליק וואס אזוינס טוטצעך אין שטעטל. מיין ערשטע סטאנציע איז פארשטייט זיך אינעם לעמאנעיד סופערמארקעט וואס שטייט אגאנץ קיילעכיג יאר צום דינסט פון די ארטיגע תושבים.
א פולע פארקינג לאט איז מיר מקבל פנים, טוטצעך דארט אפ א קיבוץ גליות אין פולן זין פון ווארט, אונז האמיר דא פון אלע צוועלף שבטים. פון חסידישע כאניאקישע בחורים ביז אמעריקאנע בויטשעקעס וואס מען דארף שטארק אריינזאאמען צו באמערקן דעם קאפל צווישן די האריגע כוואליעס און אלעס אינדערצווישן, א כאפטע פון באבערדלטע שקצים אנגעטאן מיט לימאנאדישע טי-שירטס לויפן ארום פארסאפעט מיט באקסעס אויף די פלייצעס. די מצב קוקט אויס גוט, אנגעקומען אין די ריכטיגע צייט.
איך שטעל מיינע טריט אינעם גראסערי אריין, ברייטע איילס, כלערליי פראדוקן ממינים שונים, כ'מיין אז ער האט זיך נישט וואס צו שעמען פון סיי וועלכע סופערמארקעט אין קרית יואל. דער ציבור דרייט זיך ארום מיט אנגעהויפנטע וועגעלעך און פאקט מכל הבא ליד, אינדערזייט זע איך א חסידישע יונגערמאן שטייט און גיבט זיך אפ מיט די קאסטומערס צואווייזנדיג וואו אלעס איז פלאצירט, א שיין מקום דאס.
גאנץ שנעל רעאליזיר איך אז די טערמין "סופערמארקעט" איז היבש אינטערגעשאצט ווען עס קומט צו דעפינירן דעם פלאץ. דו קענסט דא איינקויפן "אלעס" וואס דו דארפסט נאר, פון סושי ביז קארפעטס, פון פארמעסי פראדוקטן ביז אנדערטהאלבן אינטשיגע בהמה'ישע שטיקער, שאוולען, ביגלאייזן ברעטער, טשאקלעד טרעיס, פריש געשניטענע פרוכט. בקיצור, עפעס אזא כל - בו סטיל געשעפט. אינדערזייט שטייט א טישל מיט ליידיגע הערינג שיסלען און אייער קיכל ברעקעלעך, זעהט אויס אזא טעסטינג סטעישאן, שוין, נישט פארכאפט צו טרעפן עפעס שיריים פאר מיין נשמה, קומענדיגע מאל וועליך דארפן קומען פריער.
זיך דרייענדיג צווישן די איילס טרעף איך אן א באקאנטן פנים, א קרית יואל'ע בחור מיט וועם איך קען זיך דרייט זיך ארום מיטן קאטענעם טלית קטן... "ס'טוצעך, ביסט אויך דא אויף שבת?" "נעע" קומט זיין ענטפער "כ'בין פשוט אהערגעקומען 'טשילן' אביסל..." סענייעס... וואו איז מיין קאפ געווען אלס בחור... וואס איז מיר נישט איינגעפאלן דעמאלטס אז פארן אנדערטהאלבן שעה אהין און צוריק און זיך דרייען אין א גראסערי פאר א שעה צייט קען גאר זיין א געשמאקע "טשיל"... א חידא סתומה... ענדזשוי'דעך! זיי מיר געזונט.
אויב האב איך פאר א קורצע רגע'לע פארגעסן אז איך געפין זיך יעצט אינעם הארץ פונעם ברסלב'ן הויפטשטאט, קומט שנעל א דערמאנונג אין פארעם פון א יונגערמאן מיט א פאק קונטרסים'לעך אין די הענט. עפעס מורמלט ער צווישן די ליפן וועגן משפחות. געלט. שבת. קונטרס. מחיה זיין. נישט פונקטליך געכאפט וואס ער זאגט. "אנטשולדיגט, איך האב נישט אויף מיר..."
למעשה נאכן הערן פון מיין בעל אכסניא אז ער האט אלעס צוגעשטעלט פון אלף ביז תיו "דו וועסט מיר באליידיגן אויב דו קויפסט עפעס איין" איז געבליבן אז כ'וועל זיך באגנוגען מיטן קויפן עפעס ליין מאטריאל, פאר ווען/אויב ס'וועט זיך מאכן ליידיג צייט. א שווערע דילעמא איז אנטשטאנען וועלכע'ס מאגאזין וועט זוכה זיין צו לאנדן דעם שבת אינטער מיין קישן. כ'מיין אז ס'איז נישט רעלעוואנט צו פובליצירן די אויסגאנג פונעם געשאפענעם ספיק ספיקא...
דער באזאר
א פארדומפטן נאסן קעלער, די ריח שלאגט אין די נאז לעכער, די שטויביגע תושבים זענען מכניס אורח די שרצים אלס אנגעלייגטע געסט, אויסגעווארפענע קליידער און זאקן, קראקס נעבן סטרעטשיס, א ערוב סטיל געמיש פון קאלירן, סייזעס, און אויפגעריסענע פלעסטיק בעגס, די נערוועזליכע באבע ביים רעכן מאשינדל סטראשעט צו שפארן, "יונגערמאן דו ווילסט עפעס קויפן?"
אט די בילד האט זיך מיר אויסגעמאלן אין קאפ ווען די שטוב מיינער האט פארגעשלאגן צו אפשטאטן א באזוך אינעם לאקאלן באזאר און כאפן א בליק אויף די שפאט - ביליגע מציאות. למעשה נאכן זיך איינבעטן איז געבליבן אז מען וועט גיין כאפן א שנעלן בליק אויפן סיטואציע. א טיפן צי אריין מיטן נאז, און היידא! אריינגעקלאפט דעם אדרעס אינעם מאשינקע און מ'פאר'מיר אהין.
איך קום אן צום אנגעגעבענעם אדרעס, אויפן טיר הענגט א צעטעלע וואס איז מודיע די קאוד פונעם נומער שלאס, און איך טרעף זיך אין א שיינעם לופטיגן רחבות'דיגן צימער, צימער? עטליכע צימערן. הערליך מסודר'דיגע רעקס, שיינע סחורה, א גאנצע סעקשאן פון ברענד ניו זאכן נאך אינעם אריגינעלן פעקעזשינג, די אנדערע זענען שיין איבערגעפאקט ווי ניי. די ב"ב דרייעט זיך ארום פאר'שיכור'ט פונעם אויסוואל וואס אנטפלעקט זיך, פרייזן נענטער צו בחינם, ממש א פאנטאזיע.
א ריזן סעלעקציע פון דא ביז אויס. אינגלישע, מיידלישע, ערוואקסענע פרויען, בעביס, שיך אין אלע מאסן און סטיילס. אינדערזייט ליגט א פושקע פאר די געלט. אויפן טיר הענגען עטליכע בעגס פון פרישע אינווענטארי "נאר זאכן אין גוטע צושטאנד שיין פארפאקט" בעהט דער מודעה דערנעבן. דער באזאר איז פינאנצירט און געפירט דורך די ארטיגע מוסדות מיטן איינציגן ציהל צו קענען ארויסהעלפן די ארטיגע איינוואוינער לעבן אויפן איינגעהאלטענעם שטייגער. מיין ידיד ווייזט מיר אן אויף זיינע קינדערס בגדים "אלעס קומט פון באזאר". אומגלויבליך. אומגלויבליך.
א טבילה לכבוד שבת
דער זון דערנענטערט זיך שוין מיט שנעלע טריט אין ריכטונג פון די בערג אויף מערב, צייט צו גיין כאפן א טבילה און זיך גרייטן צו אויפנעמען דעם שבת המלכה. אויפן וועג קוק איך זיך אום אויף די הייזקעלעך, איך פאר פארביי פופציג יעריגע הייזקעס מיט האלב אפגעשיילטע ווענט, פאר אנדערע זע איך איז יא באשערט צו וואוינען אין הערליך גרויסע הייזער ארומגענומען מיט ברייטע באגרינטע שטחים, ווי איך הער האבן די איינוואוינער געצאלט א שיבוש פאר דיזע פאלאצן, טייל אזוי ביליג ווי צוויי-דריי הונדערט קעי. פאר א נישטיגע זעקס טויזענט סקווער פוס. ס'פאלטיר איין אז איך בין מקנא? כלל נישט...
דער אויטא מיינער סטראגעלט אינעם קאמף צו אנהאלטן סטאביליטעט ווערנדיג צושאקלט פון די גראוויטי שלעפ - כוחות וואס שאפט זיך ביים שנעל פארן אויף די שמאלע געדרייטע געסלעך, א בארג ארויף און גלייך נאכדעם אראפ, יעצט צוריק ארויף און וואס נאכדעם? יא, האסט צוגעטראפן, אראפ מיט א שנעלקייט. ענדליך דערזע איך מיך ביים ביהמ"ד ב"ה מיט גאנצע - אבער צושאקלטע ביינער. גיימיר אין מקווה?
אקעי, גענדיגט מיט די ווערטלעך, מורם ורבותם איך מיין עס מיטן גאנצן ערנסטקייט. די מקווה איז פיצי! ווען איך זאג קליין מיין איך קליין! מיין שיבע קעטאנע מנהל'ס אפיס איז געווען דאפלט אזוי גרויס... גלייבצמיר די מצב איז שרעקליך ענג... כ'האב נישט קיין מושג וואו אין די וועלט איך גיי דא אריינפיטן, אפגערעדט מיין זעקל... זיצן א הייפעלע אידן "אויסגעטון פון די וועלט..." עומדים ושוערי"ן צפופים אינעם פולן באדייט. איינעמס שעמפא האט פארלוירן קאנטראל און אויסגעוואשן מיינע בגדים'לעך בחינם... די וואסער האט שוין א צווייטער צוגעגאסן שפעטער, סתם א שאד ס'זאל בלייבן שמוציג... זיצן אידעלעך און פלאטשקען אינעם וואסער, פלעטקען דיבורים מיט א געשמאק, א געשמאקע אידל האט זיך געטראפן אין א דערהויבענע מינוט, און זיין הארציגע געזאנג דינערט אפ און צושאקלט די פאפירענע ווענט, "מילי דשטותא" אויפן העכסטן פארנעם... אהההה... כ'האב עס געמאכט. איך כאפ מיין האב און גוטס און יאג זיך ארויס פון שטח.
אקעי חברה, ס'שפעט געווארן און איך האב נאך אסאך צו זאגן, עמיר מוזן ממשיך זיין א צווייט'ס מאל.
כ'האב נישט ליב זיך צו בעטן ביי דיר, אבער דיין לייק וועט מיר געבן די שטופ צו גיין ווייטער. שכח.

Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי
כ'ווארט שוין לאנג פאר א געלעגענהייט צו אפשטאטן דארט א באזוך...
יעצט האב'ך עס לעבעדיג!
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 3:19 pm פאר די וואס ווייסן נישט, איך בין מאז ומקדם גאר א שטארקע אנהענגער אין "מסורה", יעדע זאך פרוביר איך צו טון פונקט אזוי ווי איך זע ביים טאטן אן קיין חכמות און דריידלעך, "חדש אסור מן התורה!". צוליב דעם האב איך קלארגעשטעלט אין שטוב אז די שפעטסטע צייט צו ארויספארן וועט זיין כחצות היום, אזוי האב איך געזען ביים טאטן לאיוש"ט. דאס איז כבוד שבת און איז אזוי אויך פראקטיש גערעדט, נעמענדיג אין באטראכט אז איך וויל זיך נאך אביסל אומקוקן אויפן ארום בעפאר דער שבת פאלט צו.
--- און טאקע צוליב דעם זעלבן צוועק פון "נישט משנה זיין קיין זיז כלשהוא" האב איך זיך דערזען הארט נאך דריי אזייגער אין א גוטע שעה פארלאזן די קרית יואל'ע גאסן אויפן וועג צום ניו יארקס "זיבעצנטער" שאסיי וואס וועט מיר פירן בעז"ה צו מיין געגארטע דעסטינאציע. פונקט אזוי האב איך טאקע געזען אינדערהיים...

Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי
זייער שיין! זייער גוט געשריבן!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1303
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2196
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי
@שאינו יודע לשאול
מ’האט שוין גענדיגט די ערשטע קורס, געמאכט א ברכה, שיין אויפגעגעסען, כ’קען האבען נאאאאאך?
מ’האט שוין גענדיגט די ערשטע קורס, געמאכט א ברכה, שיין אויפגעגעסען, כ’קען האבען נאאאאאך?
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי
וואאףףף
פיין געשריבן.
די שפראך.
די ספעלינג.
עפעס מורא'דיג
עס קוקט מיר אויס אז דו האסט גע'גנב'עט/געבארגט @פופציגערס פעדער...

- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג פעברואר 09, 2024 10:38 am
- Location: London
- x 14
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי
ווי איז דאס אין שטעטעל?
- פיילס
-
- Screenshot 2024-07-02 150011.png (965.07 KiB) געזען געווארן 1353 מאל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4494
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13414
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי - חלק ב'
קבלת שבת אינעם קליינעם ביהמ"ד
מיין גאסטגעבער האט מיר איינגעמאלדן אז קבלת שבת וועלן מיר נישט אפרעכטן אינעם צענטראלן שול, נאר אין איינע פון די קלענערע בתי מדרשים וואס איז "נאר" א צוועלעף מינוטיגער שפאציר פון זיין היים. "דער שטעטל" איז ער מיר מסביר, איז נישט לימיטעד צו איין איינגעצוימטן שטח וואו מען דארף פארבויען קעפ אויף קעפ, נאר דער ציבור וואוינט אויסגעשפרייט אויף א ריזיגע מרחק. ווען איין געגנט ווערט ענג גייט מען גלייך ארויס צו נאך א געגנט, אזוי ארום קען מען האלטן די דירות מארקעט נידריג, ווייל אויב וועט עמיצער פרובירן זיך איינהאנדלען שטחים און ארויפציען די פרייזן, וועט נישט נעמען קיין וויילע און דער עולם וועט קויפן ערגעץ אנדערש, ווען יענער וועט בלייבן לעקיש.
ער זאגט מיר אז עס קען געדויערן לאנגע שעות צו דורכשפאצירן דעם גאנצן אידישן געגנט. דער שטיבל וואו מיר וועלן מקבל זיין דעם שבת איז איינס פון די זעקס קלענערע בתי מדרשות וואס זענען אויסגעשפרייט אין אלע ווינקלען.
געזאגט האט מען מיר אז מען דאווענט גאר פרי, "פערציג מינוט פארן זמן ברויך מען שוין זיין אין ביהמ"ד", אבער איך, טיפיקעל איך, האב זיך געטראפן פינף מינוט פאר די אנגעגעבענע צייט מיט די וואכענדיגע קליידער. א יאגעניש שטורעם איז אקטיוויזירט געווארן ארום מיר, מיט א שנעלקייט האמיר ארויפגעווארפן אויף זיך די שטריימל בעקיטשע, שיך און זאקן, עטוואס צוזאמגעכאפט די צושטרויבלטע פיאה'לעך, און זיך אריינגעזעצט אין מיין גאסטגעבער'ס קאר ווען ער פלליייעט מיטן גרעסטן שנעלקייט איבער די צובאמפטע ליבערטי'ע געסלעך.
קום איך אן צום ביהמ"ד פארסאפעט קוים כאפענדיג דעם אטעם. אהההה... כ'האב עס געמאכט. איימעניט, געמאכט וואס??? זיצן זיך זעקס יודעלעך מיטן גרעסטן רואיגקייט און גייען דורך די לעצטערע געשענישן ווי שבת נאכן טשאלנט... (אדער ווי פרייטאג צונאכטס אויף די ביר, כ'געדענק שויניש פונקטליך) "אה" רופט איינער אויס מיט שמחה, "פונקט גוט אנגעקומען יעצט האמיר שוין אכט..." וווואאאאסס? פארדעם האבעך מיר אויסגעיאגט די נשמה?! ניטאמאל די פיאות געמאכט... הזאת מאנסי?! (כ'מיין... וואטעווער) פפפפפפפ...
מיין ידיד האט מיר ערקלערט אז געווענליך האבן זיי נישט קיין פראבלעמען מיט מנין, וויבאלד אסאך אידן וואס דאווענען דא דורכאויס דעם ווינטער וועלן זומער - ווען דער ר"י איז דא - אראפגיין צום גרויסן שול דאווענען ברוב עם, ווידעראום זומער, קומען צו די זומערדיגע געסט וואס האלטן זיך אויף דערנעבן. די וואך וואס איך בין געווען איז מער אזוי בין יום ללילה ווען עס איז שיטערער. מיין מזל.
למעשה האט נישט געהאלפן קיין פודינו'ס, און געשטעלט האט מען זיך באלד א שעה שפעטער ווי אפגעשמועסט. אינטערסאנט געווען צו באמערקן אז דער עולם דארט האט עס אנגענומען מיט א רואיגקייט און נישט פארפירט, א זאך וואס איך וואלט לכאורה נישט געזען ביינונז אין ביהמ"ד, עפעס קען איך זיך נאך לערנען פון זיי... איין יונגערמאן האט זיך גראדע יא אפגערעדט אז ער דארף נאך אדורכגיין א שטיקל וועלדל אויפן וועג אהיים און ער האט נאך געוואלט האבן עפעס ליכטיקייט ביים אהיימגיין, אבער ער האט עס אויך מקבל געווען באהבה.
איך קוק זיך אביסל ארום אויפן ציבור, איך באמערק געהויבענע ערענסטע אידן, אנדערע זענען מער צו דער באלבאטישע זייט, אבער ס'איז קלאר און מערקבאר די ברידערליכקייט וואס באהערשט די לופט, עפעס זעלטענע סארט אחדות וואס האלט זיי אלע צוזאמען מיט א נאנטשאפט. כולם אהובים כולם ברורים.
דער דאווענען איז אדורך מער ווייניגער אן קיין אינצידענטן, אויפן נוסח וואס איך בין צוגעוואוינט. עטליכע אידן קאכן אריין אינעם דאווענען, און ביי לכה דודי זינגט יעדער צוזאמען די ווערטער, פאר א טויש. דער שול איז אזא גאראזש סטיל, האלב רוי און די אנדערע האלב צוגעברענט... נאכן דאווענען האבן די מער לוסטיגע פרובירט צו אראנזשירן א שטיקל טאנץ לכבוד שבת, מיט גאנץ א שוואכע סוקסעס ראטע. שוין, איז נישט.
נאכן דאווענען פארמירט זיך א געשמאקע קרעמל וואו מען דיסקוסירט מהנעשה והנשמע די פארגאנגענע וואך. איינער פון די מתפללים איז דער איינציגע גאנציאריגע פאראמעדיק אינעם שטעטל און ער האלט דעם עולם אפדעיטעד איבער די לעצטערע עמערזשענסי רופן. א צווייטער איז איינגעשטעלט אינעם פאנדרעיזינג אפאראט און האלט אונטער די פארזאמלטע מיט קרישקעלעך פון די לעצטיגע נדבות "פלוני איז א סאטמארער, ער גיבט ברייט" זאגט ער מיט צושמייכעלטע לעפצן. כ'האב הנאה צו הערן אז אפילו דא בלייבט מען נאך מיט די סאטמארע זשינס... "דער סאטמארע פלעק"... די ארטיגע אברכים זענען מיר שיין מקרב און אינטערסירן זיך ביי וועם איך האלט זיך אויף "זאלסט אים זעהן צו מקרב זיין" ווארענען זיי אים מיט א שמייכל. פיין געווען וואויל געווען, גוט שבת, גוט שבת.
נאך א דערהויבענע סעודת חקל תפוחין איז מען מיר מודיע אז ס'קומט יעצט פאר א באטע אינעם שטוב פונעם ר"י. "נאר פאר מענער" זאגט ער, זעענדיג מיין וואונדער אויפן געזיכט ערקלערט ער מיר אז יעדער תושב דא אין שטעטל, מענער און פרויען צוגלייך, זוכן צו זיין ווי מער במחיצתו און הערן נאך א גוט ווארט פונעם ר"י, צוליב דעם פלעגט זיין א פולע ווייבערשול ביים באטע וואס פלעגט פארקומען אין ביהמ"ד. אבער דער ר"י גלייכט נישט אזא ווערטשאפט אין וועלכע מען פארדרייט דער נארמאלע סדר העולם, צוליב דעם האט ער עס אנגעהויבן פירן ביי זיך אין שטוב, וואו נאר די מענער זענען געלאדענט. למעשה נאכן הערן אז דער באטע ציעט אריין אין די קליינע נאכט שעות, און דער וועג אהין איז א קנאפע פינף און דרייסיג מינוטיגע שפאציר, האט זיך דער בעט גובר געווען אויף מיר, און דער באטע איז אנגעגאנגען אן מיר, לויט ווי כ'האב צוריקגעהערט...
התבודדות מיט די פויגלען
א פרישע ווינטל אנטפאנגט מיר ארויסקומענדיג פון שטוב שבת צופרי, מגיימיר דאווענען שחרית אינעם צענטראלן שול מיטן ר"י. דער מכניס אורח מיינער איז שוין אין שול פאר עטליכע שעה וואו עס איז פארגעלערנט געווארן א געשמאקע שיעור אין זוהר, דער שיעור קומט פאר אינעם שול הויף צווישן ביימער און וועווערקעס און ציעט צו זיך א היבשע עולם.
כ'האב קוים אנגעהויבן מיין וועג, און די מניעות הייבן זיך אן. וואס איז? אויפן וועג צום ביהמ"ד דארף מען דורכגיין א בריקעלע וואס איז כעת נישט אין באנוץ וויבאלד צוליב זיין עלטער האט מען אים אראפגעווארפן און עס בויעט זיך א נייע אויפן פלאץ. מיין גאסטגעבער האט מיר אבער פארזיכערט אז עס איז דא דארט א צייטווייליגע הילצערנע בריקל וואס די ארבייטער אויפן פלאץ האבן אויפגעבויט. קומעך אן דארט, לאזט מיר וויסן דער שגצ'ל מיטן געלן היטל אז מען קען נישט דא אריבערגיין. אמער, די בריקל איז נאר געמאכט פאר די ארבייטער. ס'טוט מען דא? נאך עטליכע לאנגע מינוטן וואס איך שטיי דארט אינגאנצן פארלוירן, איז אנגעקומען נאך אן ארבייטער מיט א ווייכער הארץ און מיר געגעבן רשות צו גיין ווייטער, אבער באגלייט מיט א שטרענגע ווארענונג אז "דאס איז דאס לעצטע מאל איך לאז דיר אדורך, אויף צוריק איז נישטא קיין וועג", איך שאקל צו מיטן קאפ, א ברירה האבעך? קודם לאמיר גיין, דער אויבערשטער וועט שוין טון דאס זייניגע.
שפאציר איך אזוי אויפן לאנגען וועג צום ביהמ"ד מיט טלית'ל, די לופט איז קלאר, דער וועטער אנגענעם, אלעס וואס איך זע איז ביימער און בלעטער, די איינציגע גערויש וואס הערט זיך איז די פון די אומצאליגע פויגלען וואס זיצן אויף די צווייגעלעך און זינגען פרק שירה, א מין רואיגקייט הערשט אין די לופט. א שלוות הנפש לאזט זיך אראפ אויף מיר, נישטא קיינער און גארנישט וואס זאל צושטערן די לויטערע אטמאטפער, די מחשבות זענען קלאר און פליסן אומגעשטערט, און - ברסלב אדער נישט - איז דאס אן ערנסטע געלעגנהייט פאר אביסל התבודדות, התבוננות, זיין מיט זיך אליין און שפירן די נשמה. אמת'דיג גערעדט, כ'בין ממש מקנא די אידן וואס זענען זוכה צו לעבן אין אזא גן עדן.
א קורצע שטרעקע פארן ביהמ"ד שפאצירט מיר דורך א אידל מיט די טלית שוין אויף די פלייצעס מיטן גאנצן רואיגקייט, ווי עס שיינט איז ער שוין א געדאווענטער, ווארשיינליך א וותיקין איד. ער גריסט מיר א פריינטליכער גוט שבת, און שטעלט מיר אויף א אומפארמאלע קרייץ פארהער, ער וויל וויסן ווער איך בין, פון וואנעט קומט א איד, "פון וועלכע לשאול משפחה ביסטו?" פרובירט ער זיך צו דערגרינטעווען אויף מיינע ווארצלען, "און דיין זיידעס טאטע, וועמענס זון איז ער געווען?", נאך א וויילע גריבלען גיבט ער אויף צו טרעפן עפעס א קרובה'שאפט צווישן אונז. "טשאבעס!" שרייט ער מיר נאך.

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 3:19 pm אקעי חברה, ס'שפעט געווארן און איך האב נאך אסאך צו זאגן, עמיר מוזן ממשיך זיין א צווייט'ס מאל.
כ'האב נישט ליב זיך צו בעטן ביי דיר, אבער דיין לייק וועט מיר געבן די שטופ צו גיין ווייטער. שכח.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1959
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4506
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי - חלק ב'
זייער זייער שיין. דו שרייבסט זיס. דער שטיקל דא שטימט עפעס נישט
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 3:32 pm אבער דער ר"י גלייכט נישט אזא ווערטשאפט אין וועלכע מען פארדרייט דער נארמאלע סדר העולם, צוליב דעם האט ער עס אנגעהויבן פירן ביי זיך אין שטוב, וואו נאר די מענער זענען געלאדענט
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
גוט געשריבן!
איינער'טיך שוין געזאגט ביסט א גוטע שרייבער? כ'גלייב אז יא...
איינער'טיך שוין געזאגט ביסט א גוטע שרייבער? כ'גלייב אז יא...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
הערליך געשריבן
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
@שאינו יודע לשאול א הערליכע ארבעט!
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 845
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1112
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
גא”מ א יישר כח
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
הערליכע ארטיקל! ליינט זיך גאר געשמאק! מיט זיסע קרישעקלעך צו דער זייט.. ווארט מיר פאר חלק ג'..
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1959
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4506
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
זייער שיין! נאכאמאל. נו פון וועלכע לשאול משפחה ביסטו טאקע פון דערהיים?....
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 178
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 413
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
הערליך שיין!
קענענדיג דאס פלאץ פון דער’נאנט קענעך מעיד זיין דאס איז הערליך באשריבן!
נעקסטע מאל זעה צו זיין ביים זוהר שיעור
קענענדיג דאס פלאץ פון דער’נאנט קענעך מעיד זיין דאס איז הערליך באשריבן!
נעקסטע מאל זעה צו זיין ביים זוהר שיעור
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:14 pm
- Location: Monroe
- x 6
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
זייער שיין געשריבען! שכח!
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
וואף! געשמאק, זאפטיג, און פראפעסיאנעל געשריבן.
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
ווי קען מען זיך אנשראבן פאר א שבת?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4494
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13414
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (חלק ב' ארויף)
כ'האב שוין אפגעקלאפט אזא זעקס טויזענט קערעקטערס אויף חלק ג', אבער איך וויל עס זאל זיין די לעצטע חלק ממילא דארף איך מאכן די צייט פאר נאך בערך אזויפיל...
כ'האף בעז"ה עס צו ענדיגן מארגן אדער זונטאג. (כ'זאג גארנישט צו...)
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4494
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13414
Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי - חלק ג'
שחרית אין היכל הקודש
ב"ה די מקווה איז געווען פיין ווארעם, די מילך איז געווען פריש, גיימיר תפלה טאן אינעם צענטראלן ביהמ"ד מיטן ר"י ר' יואל זז"ג.
א העליכע פירונג וואס איך האלט יעצט מיט צום ערשטן מאל, איז דער פאקט אז כמעט יעדער וואס האט מיר אנגעטראפן אין ביהמ"ד האט מיר געגריסט, יונגעלייט און זקנים, אלע מיט א פריינטליכע שמייכל אויפן פנים "גוט שבת". איך וועל מודה זיין, ס'האט מיר באמת געשמעקט, הלוואי ביי אונז אין ביהמ"ד. שפעטער האב איך געפרעגט מיין ידיד אויב ס'איז דא ווייניג געסט די וואך, "וויאזוי דען האט יעדער גלייך באמערקט דעם גאסט?" ער צושמייכלט זיך "ס'געווען די וואך באלד צוואנציג געסט, יעדער וואס קומט דא אריין באקומט דעם אויפנאמע". וואויל איז זייער חלק.
א אינטערסאנטע פאקט וואס איך האב באמערקט דורכאויס מיין באזוך, אז דער באפעלקערונג דארט באשטייט פון אסאך מער הויעך-געוואקסענע מענטשן ווי נארמאל, די עווריזש הייעך וואלט איך געשאצט איז נאנט צו זעקס פוס. איך מיט מיינע פינף פוינט אכט האב זיך געפילט ווי א נידריג געוואוקסיגער... מעגליך פון דעם שטאמט די נאראטיוו ביי מאנכע אז "די ברסלב'ע זענען אלעמאל 'הויעך'..." א טעאריע.
מניעה נומער צוויי איז אין פולן קראפט. מיין בעל אכסניא האט מיר געזאגט אז מען וועט זיך שטעלן אום צען דרייסיג, למעשה ווער איך געוואר אז מען האט זיך שוין געשטעלט ארום צענע, אין צוגאב דאווענט מען היבש שנעלער ווי ביי מיר אין ביהמ"ד, האב איך זיך געטראפן זאגן הודו ווען דער ציבור האלט שוין באלד ביי קרי"ש. אינגאנצן נישט מיין שטייגער זיך צו שטעלן שפעט, אונס איז פארט אונס (פארוואס לאכט יעדער?).
ר' יואל שטייט ביים ברעטל און ברענגט אריין א ווארעמקייט אינעם דאווענען, קדושה זאגט דער גאנצע עולם צוזאמען מיט א ברען, א זאך וואס איז מיר היבש געפאלן. אויף ממקומך זינגט מען דער באקאנטע אלוועלטליכע ניגון (ס'הויבט זיך אן "טירירויראראראם טיריראם"), און ביי חזרת הש"ץ זינגט דער ר"י די ווערטער אויף באקאנטע ניגונים קאמפאזירט דערויף, ער לאזט נישט אויס קיין איינס. 'ישמח משה' גייט א דעבקע און 'ושמרו' א פריילעכס, עס פייערט א 'כולם ישבעו ויתענגו', 'וטהר ליבנו' און 'והנחילנו'. איך האב נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט א "קארליבאך" מנין, אבער מיין געפיל זאגט מיר אז ס'איז נישט צו ווייט פון וואס עס שפילט זיך דא אפ.
נאך שחרית גייט קריאת התורה מיטן ר"י אלס בעל קורא. ר' יואל ליינט הויעך און מיט א לעבהאפט, פון צייט צו צייט שטעלט ער זיך אפ א וויילע און מאכט שטיל די שמועסערס - מיט היבשע הצלחה, כמעט וואס איך האב נישט געזען קיין שמועסערס משכ'ן ליינען. אויסהערנדיג די ליינען האב איך אויפגעפאסט דא און דארט אזעלכע טעותים ווי פארטוישן ואת און ואת (לייג צו נקודות) און ענליכע, אבער איך האב נישט געזען די טראדיציאנאלע אריינגעשרייעכטס ווי איך בין געוואוינט. ס'איז מיר געווען אביסל מאדנע, זעט אויס דאס איז מנהג המקום.
צו מוסף גייט צו א יונגערמאן מיט א געשמאקע שטימע. ס'האט מיר גע'חידוש'ט צו זעהן אז דער ר"י פארנעמט נישט קיין אויבנאן זיץ נאר שטעלט זיך דאווענען אויף איינע פון די טישן כאחד מבני החבורה, דער מזרח זיץ זעה איך, איז רעזערווירט פארן שטעטל'ס דיין, א יונגערמאן אין די נידריגע דרייסיגער. דורכאויס מוסף מערק איך ווי ר' יואל ארבעט אריין אין זיינע קינדער און איז זיי מחנך ווי א געהעריגע טאטע, יעצט איז ער נישט 'ראש ישיבה', יעצט איז ער א טאטע פאר זיינע קינדער און איז אינגאנצן דערינען.
נאך אנעים זמירות איז דא עטליכע מינוט וואס איז מוקדש פאר תיקון הכללי, דער עולם נעמט די ספעציעלע זאגערלעך און שאקלט זיך איבער די קאפיטלען מיט אן ערנסטקייט. אין די זעלבע צייט גייען אן די העפטיגע הכנות דורך די פרחי העסקנים וואס ברענגען צונויף די טישן און גרייטן אן דעם ביהמ"ד צום קידוש - סלעש שיעור סיפורי מעשיות וואס קומט פאר באלד דערנאך.
דער עולם זעצט זיך צונויף אויף די טעצער קיפעלעך, איינער מאכט הויך קידוש און איז מוציא דעם קהל, און דער שיעור הייבט זיך אן.
ר' יואל מישט אויף א סיפורי מעשיות און לערנט פאר א קליינעם שטיקל. פארדעם, נאכדעם, און כסדר, איז ער מדגיש אז אלעס וואס ווערט דא געזאגט איז נאר ביז וויפיל אונזערע קליינע מוחות קענען משיג זיין און עס ליגט דערינען באהאלטן טיפע און געוואלדיגע סודות. ער הייבט אן מיט א שטיקל ביאור אויף דעם שטיקל, און גייט גאנץ שנעל אריין צום למעשה.
ר' יואל רעדט רואיג און צוגעלאזן, מיט א דירעקטע שפראך גראד צום נקודה אן עס פארדעקן מיט דיפלאמאטיע, מיט זיין לייכטע - צומאל הומאריסטישע - אויסשפראך האלט ער דעם עולם מיט זיך, דער ציבור זיצט געשפאנט און קאנצעטרירט אויף יעדע ווארט זיינעם. דער ר"י רעדט וועגן תהילים און משניות, חינוך און שלום בית, און דערמאנט נאכאנאנד די גליקליכע לעבן צו וואס מען איז זוכה דורכן זיין מקושר מיטן צדיק.
ר' יואל גייט אריין אין א שמועס איבער די בעפארשטייענדע הייליגע טעג וואס דערנענטערן זיך, "תמוז איז נוטריקון זמני תשובה ממשמשין ובאין" מאנט ער. ווי איך האב געזען איז מען שוין אינערהאלב די קהילה ערנסט פארנומען מיט די הכנות צום יו"ט, די קאווע שטיבל דיסקוסיעס זענען שוין ערנסט פארנומען דורכטון די חילוקים פון מאלדאווע ביז פוילן, און דער ראש ישיבה איז מאריך אין עניני תשובה ותיקון המעשים. ס'האט מיר געגעבן אן ערנסטן שאקל. יא, איך קויף טאקע נישט קיין טיקעטס צו פארן אויף יו"ט, אבער מיר אלע ווילן באקומען דעם ר"ה דעם זכאי טיקעט פאר נאך א יאר צום לעבן. אין אומאן פאר איך טאקע נישט, אבער איך וויל דאך יא מען זאל אין הימל מקבל זיין מיינע בקשות און ענטפערן אמן דערויף. מ'דארף זיך נעמען אין די הענט אריין, שוין העכסט צייט.
נעבן דעם ר"י אויפן אויבנאן באמערק איך זיצן א איד מיט א הדרת פנים וואס שיינט נישט צו זיין קיין היזיגער, נאכן אנפרעגן ווערט טאקע באשטעטיגט אז די רעדע איז פון א חשובע רב אין בארא פארק וואס זיין איינציגע שייכות אהער איז זיין זון וואס געהערט דא, ביי וועם ער איז געקומען וויילן אויף שבת. פון זיינע געזיכט שטריכן ליינט זיך אפ א שטיקל ענגשאפט און אומבאקוועמליכקייט, ער זעט נישט אויס צו זיין איבריג פרייליך מיט די ענינים וואס ווערן גערעדט דא אבער קיין וועג ארויס האט ער נישט, כ'גלייב אז ער איז עפעס אפגעקומען מיט זיין זיצן דא...
נאך א געשאצטע דריי פערטל שעה פארענדיגט זיך דעם שיעור, און דער עולם צוגייט זיך אויפן וועג צו אפרעכטן דעם סעודת היום.
איך בין היבש נערוועז איבער וואס עס וועט זיך אויסלאזן מיטן בריקל אונזערער, אבער מיין בעל אכסניא פארזיכערט מיר אז מיין זארג איז אומזיסט. ער דערקלערט שטאנדהאפטיג אז ער האט מתפלל געווען אויף הצלחה, "וועסט זען, ס'גייט דא זיין א תפילה מעשה" זאגט ער פאר. אונז קומען אן אויפן פלאץ און ווי א געניטע פארהאנדלער ווענדט ער זיך צו די אנוועזנדע ארבייטער, וועלכע ווערן אויפגעלאזט צו זיין העפליכע באנעמונג און אפענע חנופה מאנעוורעס. מיט א פארזיכערונג אז ס'איז דאס לעצטע מאל שפאנען מיר פארזיכטיג אריבער דעם גשר צר, און מיין ידיד פראוועט א נצחון אויף זיין - נישט ברסלב'ע - חבר. תפילה העלפט!
נאך די סעודה האב איך געהאט שטארק חשק זיך ארויסלאזן אויף א שפאציר און באאבאכטן דעם קווארטל, אבער אן ערנסטן רעגן האט צונישט געמאכט מיינע פלענער. די הימלען האבן געשפיגן עמערס וואסער און ס'איז קלאר געווארן אז ס'איז נישט דא קיין רעדע פון ארויסגיין סיי וואו. גם זו לטובה.
של"ס אין ברסלב
די זון נייגט שוין מערב צו, ס'איז רעווא דרעווין, מ'גיימיר אפרעכטן של"ס, בני הכלא דכסיפין מיט א ווארעמקייט.
אין קאנטראסט צו די הערליכע וועטער און קלארע לופט וואס האט אונז אויפגענומען פרייטאג, איז יעצט דאס פארקערטע. די רעגן לאזט זיך נאך אראפ פון צייט צו צייט, ס'איז הייס און ביטערליך יומיד, ס'גיסט זיך טייכן שווייס אונטער די רעגן מאנטלען, און דער וועג נעמט נישט קיין עק.
צום סוף זעמיר אנגעקומען... כ'מיין אז מיין בעקיטשע איז מער דורכגעווייקט ווי מיין מעיל... די פרישע עירקאנדישאן לופט ברענגט אביסל צוריק די חיות, פונקט גוט אנגעקומען. וידבר!
נאך זיך וואשן זעצט מען זיך אויף די פלעצער צו של"ס, עטליכע אידן שלאגן מיר פאר א פלאץ, איינער פון די תושבים זארגט זיך פאר מיר צו איך האב אלעס וואס איך באגער," ווען איך בין אין די פרעמד וויל איך אויך מ'זאל מיר מקרב זיין" ווערטעלט ער זיך מיט מיר. דער יונגערמאן איז א שרייבער אין איינע פון די וועכענטליכע גליונות, פון די מאלן וואס איך האב געליינט זיינע ווערק, האב איך זיך אויסגע'משל'ט א סארט בריה משונה וואס לוינט נישט צו שטיין נעבן אים... אבער דא שטייט ער פאר מיר און פארציעט מיט מיר א שמועס איבער משפחה און אנדערע אנגעלעגנהייטן, קוקט אויס ווי א באזעסענער מיט א געשמאקע כאראקטער, מ'קען קיינמאל נישט וויסן.
נאכן זינגען ווארעמע ניגונים פאר אפאר מינוט, מישט יעדער אויף דעם ליקוטי מוהר"ן באנד, און דער ר"י לערנט פאר פון אינעווייניג.
דער ר"י שטעלט זיך אויף די וועלט תמיה, און פרובירט צו פארשטיין וויאזוי די הייליגע "ראשי בני ישראל" זענען אנגעקומען צו אזא שפל המצב, וואס האט אויפגעהאלטן די אידן פאר נאך פערציג יאר אין מדבר.
דאן לערנט ער פאר פונעם ליקוטי מוהרן, ווי ר' נחמן איז אנגקומען קיין א"י, און געוויסע בני עליה האבן זיך אפגערעדט פאר אים, אז זיי זעהן נישט און שפירן נישט קדושת א"י, בעת וואס זיי האבן געמיינט אז באלד ווען זיי קומען אן צום הייליג לאנד וועלן זייערע אויגן אויפלייכטן מיטן אור פון ארץ ישראל. ר' נחמן זי"ע איז דארט מסביר אז קדושה איז נישט אלעמאל אנזעהבאר פונרויסן, און א צדיק איז לאו דווקא איינער וואס יעדער זעהט פונדרויסן אז ער איז אנדערש פון די פשוטי עם, נאר אלעס ווענדט זיך אינעם פנימיות, "רחמנא ליבא בעי".
מיט דעם איז ר' יואל מסביר בדרך אפשר, אז דאס איז געווען די פאטאלע טעות פון די מרגלים, ווען זיי האבן ערווארטעט צו זעהן די גרויסקייט פונעם לאנד מיט די פליישיגע אויגן, און ווען זיי זענען אנטוישט געווארן האט עס זיי ליידער געפירט צו דאס ארגסטע.
דער ר"י לאזט זיך דאן אריין אינעם שמועס, און ברענגט ארויס דאס וואס ער חזר'ט כסדר צו זיינע שומעים, אז דער פלאך - אויסזעהנדע יונגערמאן קען גאר זיין דער וואס מאכט דעם גרעסטן נחת רוח אין הימל, מען ברויך נישט פליען אין די הימלען און טאן אויסערגעווענליכע פעולות צו ווערן באליבט ביים אויבערשטן, נאר דווקא אינעם חיי יום יום, דארט דארף מען זען צו אריינברענגען דעם אויבערשטן די מערסטע וואס מעגליך.
ער דערציילט דאן א זיסע אנעקדאט באותו ענין וואס האט זיך אפגעשפילט ביי זיין רבי, דער מוהר"ש. ווען ער האט אמאל ביים זינגען "אתקינו סעודתא" באמערקט ווי איינער שטייט דארט און פרובירט צו אויפכאפן אינטערסאנטע תנועות און הוויות, האט ער זיך אנגערופן צו יענעם, "צווחין (טייטש-געשרייען) אף עקתין (ארויסגעזאגט - א פאקסן) בטילין ושביתין, נאר מען דארף דייקא דעם 'ברם אנפין חדתין' דהיינו מיט א שמחה און אצילות..."
נאכן פארענדיגן דעם שמועס צעגערט מען נישט, מען בענטשט און באלד דערויף שטעלט מען זיך מעריב. א שנעלע בליק אויפן זייגער לאזט מיר וויסן אז ס'איז נאך פארהאן עטליכע מינוט ביזן זמן ר"ת, מיין סאטמארע בלוט הייבט אן קאכן... די קנאות אין מיר שווימט ארויף אויפן אויבערפלאך... היתכן אזא זאך?! מיין באקאנטער פרובירט מיר בארואיגן אז מלאכות טוט מען נישט דא ביז נאכן ר"ת, אבער איך לאז זיך נישט טרייסטן, איינמאל ס'קומט מיר שוין יא אונטער א געלעגנהייט צו פראווען קנאות, זאל איך עס אזוי שנעל אויפגעבן? נישט ביי מיר...
א גוטע וואך, ליבערטי
א גוטע וואך, א מזל'דיגע וואך. מעריב שוין געדאווענט, א טענצל שוין געכאפט ברוב עם, צייט צו פאקן די פעקלעך און מיטנעמען די איבערלעבענישן אויפן וועג אהיים. שווער זיך צו שיידן, ליבערטי.
אויפן וועג ארויס פון שטעטל כאפ איך נאך אריין עטליכע מינוט ביים מלוה דמלכא וואס וועט זיך פארציען אויף לאנגע שעות, צופיל צייט פארמאג איך נישט, אבער לאמיר אריינכאפן וויפיל ס'שייך.
דער עולם האלט זיך נאך אינמיטן צונויפנעמען ארום געדעקטע טישן, די מעניו איז איינגעהאלטן, אביסל סאלאטן - מער ווייניגער די שיריים פון של"ס. דער ציבור איז נישט דא פאר גשמיות, זע איך גראד.
מיין ב"ב נוצט אויך אויס דעם געלעגענהייט צו זעהן דעם ביהמ"ד פונדערנאנט. ווי שוין דערמאנט, זענען די מענער און פרויען צוגלייך אויסגעדארשט ווען עס קומט צו מקבל זיין נאך א ווארט און ארייננעמען נאך אן הדרכה פונעם ראש ישיבה, און א פולע ווייבער שול איז מערקבאר אויפן ארט.
פון די רעכטע זייט זיצט א יונגערמאן וועלכער איז עוסק אין אפכאפן דעם מעמד און עס לופטערן צו דעם ברייטן קרייז, אינעם צענטער שטארט ארויס די גרויסע קעמרעס וועלכע רעקארדירן דעם מעמד, כנהוג אינעם קהילה. עמיצער פארעט זיך ארום די מכשירים און פארטרייבט די קינדער וועלכע פרובירן אויס די שטארקייט און קוואליטעט פון די כלים. "ס'איז טאקע וואטער פרוף, אבער נישט קינדער פרוף" פלעגט מיין מנהל צו זאגן.
ר' יואל זיצט אויפן אויבנאן מיטן מייק אין די האנט, און מיט זיין ווארעם הארציגע שטימע זינגט ער פאר די זמירות, באגלייט דורך א פיאניסט אינדערזייט וואס יכול'ט ווי עס באדארף צו זיין. נעבן אים באמערק איך א בחור'ל וועלכער איז מנצח אויף א כלי פונעם פערקאשען פאמיליע, קומט אויך אריין קלאר. דעם בחור דענק איך צו האבן געזען פריער לערנען און דאווענען מיט אן ערנסטקייט, אין זיינע זייטיגע צייטן איז דאס זיין אויסליפטערונג מיטל, א פאפולערע מהלך ביים ראש ישיבה'ס תלמידים.
עטליכע זינגען מיט די זמירות, בעת א מערהייט פונעם ציבור איז פארטון אין געשמאקע שמועסן. א היימליכע אטמאספער הערשט אין די לופט, א ברידערליכע שטימונג שפירט זיך אויפן ארט, בעת אנדערע פאררייכערן ציגארעטלעך אינדרויסן אלס "חמין" אויס. ס'איז געקומען די צייט צו פארלאזן דעם שטעטל, אבער עס גייט זיך שווער ארויס פונעם געשמאקן אווירא וואס נעמט מיר ארום.
דער וועג אויף קרית יואל גייט דורך אונטערן אנגענעמען רושם פון די נארוואס מיטגעלעבטע מאמענטן, און איך טרעף מיר צוריק אינדערהיים בשלום ב"ה. א גוטע וואך.
צום אויספיר? שווער צו זאגן. איך וועל נישט זאגן אז אלעס וואס איך האב געזען איז פארשטענדליך און אננעמבאר אין מיינע אויגן, צו זיין אויפריכטיג - איך האב נאכאלס מער אומפארענפערטע פראגן ווי די וואס שטימען שוין. אבער אזויפיל איז מיר קלאר געווארן במשך די צייט וואס איך האב געוויילט דארט, אז אינדערצייט וואס די תמיהות און "אייגענארטיגע" חלקים זענען "באלד", ארויסשטארנד, און צושמירט אין אלעמענס אויגן, זענען פארהאן הערליכע און אינספירינדע טיילן אין יעדען ווינקל, דיאמאנטן וואס מען זעהט נישט מיטן דרויסענדיגן בליק. ס'איז דא אסאך זיך צו לערנען פון זייער פשטות, ווארעמקייט, און אזויפיל מער אין אלע חלקי החיים. "ברסלב איז אן אור!" וואלט איך גע'גנב'עט זייער אויסשפראך אויף זיי צו באצייכענען אין איין ווארט. נישטא וואס צו רעדן, כ'האב זיך זיכער געלערנט גאר אסאך דורכאויס דעם שבת.
צום ווידערזעהן ליבערטי, ס'איז געווען אנגענעם זיך צו באקענען.

Re: מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (דריטע און לעצטע חלק ארויף)
המממ... אזוי זיס באשריבן!
כ'ווייס נישט אויף וועלכע שורה צו קאמענטירן, די שיינע חלקים וואס מ'לערנט זיך, אדער די לייכטע און רואיגע אטמאספערע, דיינע שיינע מליצות, אדער די וועג וויאזוי דו אנאלעזירסט עס.
עני וועי, אויב האב איך שוין אזויפיל מאל געטראכט אז מ'דארף דארט מאכן א באזוך, האב'ך עס יעצט באשטעטיגט.
יישר כח.

שטארק הנאה געהאט
וואו פארסטו נעקסט @שאינו יודע לשאול?
וואו פארסטו נעקסט @שאינו יודע לשאול?