רבי יעקב ארי' מראדזימין ז"ל - י"ח תמוז תרל"ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

רבי יעקב ארי' מראדזימין ז"ל - י"ח תמוז תרל"ד

פאוסט דורך מירון »

בן רבי שלמה גוטערמאן אב"ד ריטשוואל ז"ל. חתן: ר' בעריש מרוטשעוואל ז"ל. נולד: שנת תקנ"ד וי"א תקנ"ב. רבותיו: רבי עקיבא אייגער, הבעל תורת שמואל, ובחסידת קאזניצער מגיד, החוזה מלובלין, היהודי הק', רבי בונם מפשיחסא, רבי איציקל ווארקער. מחבר ספר: ביכורי אביב, דברי אביב. רב בעיר: ריטשוואל, ראדזימין.

שוין אלס יונגער בחור האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע שטארקע כשרונות און כוח אין תורה. זיין רבי דער תורת שמואל פלעגט פארן צום קאזניצער מגיד, און ער האט געווירקט אויף זיין תלמיד רבי יעקב ארי’ אז ער זאל אויך פארן צום קאזניצער מגיד.

מעשה: דער ראדזימינער רבי אמאָל דערציילט אז איין יאר ווען ער איז געווען אויף פסח אין קאזניץ. איז דעמאלטס אנגעקומען אויף יום טוב דער קדושת לוי, וואס האט געמוזט אנטלויפן פון זיין שטאט זעליחוב, צוליב דעם וואס די מתנגדים האבן איהם אויסגעטיילט גרויסע צרות. און טראצדעם וואס דער קאזניצער מגיד האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פונעם קדושת לוי, דאָך האט ער אבער נישט געוואלט אפרעכטן א סדר צוזאמען מיט אים (צוליב א 'טעם הַכָּמוּס') נאר מ'האט אנגעגרייט א סדר טיש אינעם דערנעבנדיגן צימער ווי דער קדושת לוי האט אפגעראכטן זיין סדר. דער ראדזימינער רבי האט דערציילט אז ער האט זיך געשטעלט צווישן די צוויי צימערן מיט א הגדה און א ליכטל אין זיינע הענט, און אזוי האט ער געקענט מיטהאלטן די סדרים פון ביידע צדיקים אויף איינמאָל, ווען כסדר לייגט ער צו א אויער צו הערן וואס טוט זיך ביים בארדיטשובער רב און אויך ביים קאזניצער מגיד. און ער האט אויסגעפירט "אויף די וועלט האב איך שוין נישט קיין האָפענונג אז איך וועל נאך אמאל שפירן אזא תענוג ווי איך האב דעמאלטס געפילט!!

מדבריו הקדושים: אין ספר "בכורי אביב" (פרשת וישב) שרייבט רבי יעקב אריה פון ראדזימין, אז וועגן דעם האבן די קינדער פון יעקב אבינו איינגעטונקען יוספ'ס זיידענע העמד אין בלוט פון א שעיר עזים, וועלכע איז דומה צו מענטשליכע בלוט, כדי יעקב זאל מיינען אז יוסף איז זיכער נפטר געווארן און דערפאר זאל ער נישט קענען האבן בטחון אז יוסף וועט צוריקקומען, ווייל אויב נישט, וואלט יעקב נאך אלץ געהאט בטחון אז יוסף וועט זיך ענדגילטיג צוריקקערן און די ברידער האבן געוואוסט אז דער זכות פון זיין בטחון קען גורם זיין אז יוסף זאל זיך אומקערן אהיים.

ממירא: אז מ'גלייבט אין די חסדים פון דעם רבש"ע, דאן האט מען נישט קשיות רבש"ע. און אויב מ'גלייבט נישט ח"ו, דאן העלפן נישט קיין תירוצים....

מנוחתו כבוד בעיר הבירה ווארשא. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

Re: רבי יעקב ארי’ מראדזימין ז"ל - י"ח תמוז תרל”ד

פאוסט דורך מירון »

דער הייליגער אוהל פון די ראדזימינער דינאסטיע. ליידער א גאנצע חסידות, גארנישט געבליבן דערפון נאכן קריג. נקום נקמת דם עבדיך השפוך.
פיילס
יעקב אריה מראדזימין.jpeg
יעקב אריה מראדזימין.jpeg (402.53 KiB) געזען געווארן 97 מאל
שרייב פאוסט