און דערנאך אין א אינוועסטמענט פירמע מיט'ן נאמען מיטרהיל קאפיטאל אונטערן אייגענטומערשאפט פונעם היינט באקאנטן פיטער טיהיל, דערנאך איז ער געווארן א גרינדענדע שותף אין נאריא קאפיטאל אין סינסינעטי אויהייא וואס האט זיך קאנצענטרירט אין העלפן ארויפברענגן נייע פירמעס אין טעכנעלאגיע און העלט קעיר.
אריין אין פאליטיק איז ער מיט זיינס א קולטור ביכל מיטן נאמען hillbilly Elegy אין וועלכע ער האט באשריבן די סאציאלע און עקאנאמישע שווערקייטן פון זיין פאמיליע און די אנדערע ארימע ווייסע שיכטן אין די 'אפאלעישיא' געגנט וואס ציעט זיך איבער עטליכע שטאטן ווי ווירדזשיניע, אהייא, וויסקאנסין און נאך, די ביכל איז געווען אזוינס פאפולער אז מ'האט געמאכט א פילם דערפון פיר יאר דערויף.
געלאפן איז ער צװײ יאר שפעטער בלויז אין 2022 אויף די פלאטפארמע פון פאריכטן די אפיאויד דראג קריזיס אין יענע געגענטער און אינוועסטירן מער אין די ראסט בעלט.
צום ערשט איז ער געווען אויסגעשפראכן קעגן טראמפ, וויבאלד ער האט נישט געהאלטן אז א ביליאנער פון ניו יארק וועט פארשטיין די פראבלעמען פון זיין היים ארט, די ראסט-בעלט.
ער ווערט באטראכט אלץ פאפוליסט פארן שטיצן סאבסודיעס נעמענדיג אין באטראכט אז עקאנאמישע אינוועסטירונג איז פון זיינע נושאים, אויך איז ער געווען די פאן טרעגער פון די רעאקציע קעגן די לינקע רעוועלוציע אין די אום-מאראלישע און צומישטע קולטור.
ער איז אביסל צו די איזאלירונג פליגל פון די רעפאבליקאנער פארטיי וואס איז מער רעלעוואנט אין די אינטערנאציאנאלע מצב, אבער נישט אזוי עקסטרעם ווי א ראמאסוואמי וואלט געווען.
איבער צו זאגן, אז אלע פאולס ביי די באזע האבן געוויזן אז דאס וויל דער עולם און די פאליטישע מאוו פון טראמפ איז געווען רויטע פלייש פאר די באזע ענדערש פון א הייס גלעזל ביר וואס א בורהאם וואלט געווען, דאס איז א גרינגערע אפציע יעצט ווען טראמפ שפירט קאנפידענט נאך די דעבאטע און אטענטאט.