הגה"ק רבי ברוך תאומים-פרענקל זי"ע אב"ד לייפניק, הברוך טעם - ז' תמוז תקפ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

הגה"ק רבי ברוך תאומים-פרענקל זי"ע אב"ד לייפניק, הברוך טעם - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ז' תמוז פאלט אויס די יארצייט פון הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), בעל ברוך טעם, אב"ד לייפניק.
ער איז געבוירן אין שטאט אסטראווצע, בשנת תק"כ'
צו זיין טאטן הגה"ק רבי יהושע יחזקאל פייבל אב"ד אוסטראווצא זי"ע, הנקרא ר' פייוול תאומים זי"ע,
בן הגה"ק רבי יוסף אב"ד אוסטראווצא ור"מ פוזנא זי"ע,
בן הגה"ק רבי ארי' לייב אב"ד קרעשוב זי"ע,
בן הגה"ק רבי יחזקיה יהושע פייבל תאומים אב"ד פרעמיסלא וברעסלא זי"ע,
בן הגה"ק רבי יונה תאומים פרענקל בעל קיקיון דיונה זי"ע,

ער איז געווען דער שר התורה והיראה, און א גאון הגאונים, א בקי בכל המקצועות התורה, א למדן נפלא בתורה, א חריף עצום און א עמקן גדול און א מתמיד עצום בתורה, ער האט עוסק געווען בתורה יעדע מינוט פון זיין לעבן מיט א געוואדליגע התמדה, ער איז געווען צווישן די גרעסטע גדולי הדור בימיו, ער איז געווען א צדיק וקדוש מאוד, ער האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידין גאונים וגדולים בתורה, און זיך אוועק געגעבן פאר די תלמידים מיט א מסירת נפש, אויך איז ער געווען מפורסם אלס א מופת הדור און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ,

ער האט מחבר געווען אסאך חיבורים נפלאים, און ער איז געווען פארעכענט אלס איינע פון די גדולי דורו, ווי מען זעט פון די ווערטער פונעם הייליגען חתם סופר זי"ע אויפן גאון בזה"ל "גאון ישראל ברוך טעמו ומשנתו מופת הדור, שהרביץ תורה בישראל בחריפות ובקיאות", אויך שרייבט דער הייליגער חתם סופר זי"ע אין זיין הסכמה אויפן ברוך טעם בזה"ל, "הגאון רבן של ישראל",

בשנת תקל"ח זייענדיג נאר 18 יאר אלט איז דער גאון שוין געווען מפורסם אלס א געוואלדיגע עילוי, און מען האט אים דאן אויף גענומען אלס רב אין די שטאט ווישניצא אין גאליציע, דארט האט ער אסאך מרביץ תורה געווען און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, אפילו ליידענדיג רדיפות דארט אין שטאט פון די מתנגדים, האט ער ווייטער אנגעהאלטן זיין פאסטן אלס רב און מיט א מסירת נפש נאר כדי מרביץ תורה צו זיין פאר אידישע קינדער,

ער האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיטן טאכטער פון פרנס הגביר הצדיק רבי יודל פרנס ז"ל פון ווישניצא, בן רבי ברוך פרנס ז"ל,
בזיווג שני איז ער געווען א איידעם ביי הגה"ק רבי יהודה הלוי מליסא זי"ע,
בזיווג שלישי איז ער געווען א איידעם ביי הגה"ק רבי צבי יהושע הלוי איש הורוויץ אב"ד טריביטש זי"ע, בן הגה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, חתן הגה"ק בעל הפלא"ה זי"ע,

בשנת תקס"ב איז ער אויף גענומען געווארן אלס רב אין שטאט לייפניק, וואס איז דאן געווען א עיר ואם בישראל, און דארט האט ער אויף געשטעלט זיין גרויסע ישיבה, וואס איז געווען פארעכענט פון די גרעסטע ישיבות בדורו, גרויסע גאונים זענען ארויס געקומען פון זיין ישיבה, ער האט דארט אין שטאט עוסק געווען ארויף צו ברענגען דעם שטאט סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,

דער הייליגער ברוך טעם זי"ע האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אונעם הייליגען שבת, און ער פלעגט זאגן אז שבת איז יעדער איד אין די בחינה פון א מלך, אבער ווען דער מלך שלאפט איז ער נישט קיין מלך, דערפאר האט דער צדיק זיך נוהג געווען צו ממעט זיין מיטן שלאפן שבת, כדי צו אפהיטן די קדושה פון די מלכות פון שבת קודש,

אויך איז דער גאון דער ברוך טעם זי"ע געווען מפורסם אלס דער לוחם מלחמת השם במסירת נפש ממש, ער האט גאר אסאך לוחם געווען קעגן די פארשאלטענע משכילים און מתחדשים, וואס האבן ליידער אראפ געפירט גאר אסאך אידישע קינדער פון דעם ריכטיגען וועג, און חרוב געמאכט גאנצע אידישע שטעט מיט זייער אפיקורסת, און בזכות פון דעם צדיק דער ברוך טעם, זענען טויזענטער אידן געראטעוועט געווארן און אויף געשטעלט ערליכע אידישע שטובער,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

אויף די עלטערע יארן האט דער ברוך טעם זי"ע ל"ע פארלוירען די כח פון זיינע הייליגע אויגן, און ווי מען זעהט ווי ער שרייבט א בריוו בשנת תקע"ז, צום הייליגען חתם סופר מפרשבורג זי"ע, בזה"ל "גם הלא ידוע חולי בכאב עיניים, ע"כ אפסיק באמצע הענין, ועוד חזון למועד אם יושיעני ד' להשיב לאיתני",

און דער ברוך טעם האט אויף דעם געזאגט, חז"ל זאגן דאך, "זאת התורה אדם כי ימות באהל, אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה", האט דער צדיק געזאגט איך פריי מיך לכל הפחות אז איך האב געקענט מקיים זיין די ווערטער, ווייל די גמרא זאגט דאך אז סומא חשוב כמת, אז א בלינדער מענטש ווערט פארעכענט אלס א מת, און וויבאלד דער מחלה אויף די אויגן איז דאך געקומען דורך זיך מייגה זיין אין תורה, קען דאך נישט זיין בעסער ווי דאס,

און דער צדיק דער ברוך טעם האט צו געלייגט, אז וויבאלד ער האט זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר תורה, וועט זיכער מקיים ווערן דעם פסוק "לא ימושו מפיך ומפי זרעך", און זיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיין תלמידי חכמים, און עס איז טאקע מקיים געווארן, ווען עס זענען טאקע ארויס געקומען קינדער און אייניקלעך, וואס האבן באלאכטן די אויגן פון אידישע קינדער פאר יארן לאנג,

און ווי הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט דערציילט אז ווען דער זיידע דער ברוך טעם זי"ע, איז נאך געווען יונג, איז ער געזעצן אין ביהמ"ד מיט א געוואלדיגע התמדה און געלערנט רוב פונעם טאג און אויך גאנצע נעכט, און די שמש האט געשוינט אויף די לעכט, האט דער שמש אויס געלאשן די ליכט אין ביהמ"ד ביי 10 א זייגער ביינאכט,

אבער דער גאון האט צאמגעקליבן העלצער און דאס אנגעצינדן כדי ער זאל קענען די גאנצע נאכט ווייטער לערנען, און פון די רויעך פון די העלצער איז די אויגן פונעם גאון שוואך געווארן אויף דער עלטער, און דער גאון אפילו וויסענדיג אז די רויעך שאדט אים, האט ער אויף דעם נישט געקוקט ווייל תורה איז ביי אים געווען "כי הם חיינו ואורך ימינו".

און הגה"ק הבר"י מאלטשטאט זי"ע האט נאך געזאגט פונעם הייליגען ברוך טעם זי"ע אז א איד ברויך אוועק געבן אלע זיינע אברים פאר תורה, און אויף זיך האט ער געזאגט אז ער האט אוועק געגעבן די אויגן, ווייל דאס איז די פשט פון די די משנה, וסיב ובלה בה, אז מען זאל אוועק געבן די אייגענע אברים אויף תורה,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע ספרים.
ספר ברוך טעם, על סוגיות הש"ס,
ספר עטרת חכמים,
ספר ברוך שאמר,
ספר אמרי ברוך, הערות על שולחן ערוך חושן משפט,
הגהות על שולחן ערוך, ושו"ת,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הגה"ק רבי יהושע העשיל מקאמרנא זי"ע,
הגה"ק רבי יוסף מפלאנסק זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת רחל פייגא ע"ה, אשת הרה"ק רבי חיים האלבערשטאם דברי חיים מצאנז זי"ע, בזיווג ראשון,
בתו הרבנית הצדקת מרת רעכל דבורה ע"ה, אשת הרה"ק רבי חיים האלבערשטאם דברי חיים מצאנז זי"ע, בזיווג שני,
בתו, אשת הגה"ק מנחם מאניש תאומים פרענקל זי"ע,
בתו הצדקת מרת יוכבד רבקה ע"ה, אשת הגה"ק רבי מאיר יחיאל הלוי קמינר זי"ע,
בתו הצדקת מרת חיה ע"ה, אשת הגה"ק רבי ישעיה שיף מזאמושט זי"ע,
בתו הצדקת מרת רייזל ע"ה, אשת הגה"ק רבי זלמן גולדשטוף מקרקוב זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים ז' תמוז בשנת תקפ"ח, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט לייפניק.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

מעשה

הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט דערציילט, אז ער האט געהערט פון החסיד המפורסם רבי ישראל יצחק מאס ז"ל, אז אמאל איז דער גאון הגה"ק רבי יעקב לורברבוים בעל חוות דעת מליסא זי"ע, געקומען צום הייליגען ברוך טעם זי"ע, ווי פארשטענדליך אז צווישן די צוויי תורה ריזן האט זיך פארפירט א שיינע תורה'דיגע שמועס, און זיי האבן פארברענגט מיט דורך ווארפן ש"ס און פוסקים,

אינמיטן שמועס גיט זיך דער חוות דעת א רוף אן צום ברוך טעם מיט א ביטערן קרעכץ, "איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט די וועלט אין פערציג יאר ארום, וואו וועט מען טרעפן א גדול בישראל זיך צו קענען פארלאזן אויף זיינע פסקים, איך זעה נישט פון די יונגע תלמידי חכמים ווער עס וועט אויסוואקסן א גדול הדור",

דאן איז אין שטוב פונעם ברוך טעם געווען זיין איידעם דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, וואס איז דאן נאך געווען א יונגערמאן, רופט זיך אן דער ברוך טעם צום דברי חיים, "חיים'ל ברענג מיר דעם רשב"א פון בית המדרש",

וויבאלד דער צאנזער רב איז ארויס פון שטוב, זאגט דער ברוך טעם צום חוות דעת, "דער יונגערמאן, מיין איידעם רבי חיים, וועט זיין בעזרת השם א גדול הדור, וואס מען וועט זיך קענען פארלאזן אויף זיינע פסקים, עס וועט זיין הלכה כמותו און ער וועט באלייכטן דעם דור", און ער האט ארויסגעשיקט דעם איידעם כדי נישט צו זאגן שבחו בפניו,

א צייט שפעטער איז דער דברי חיים געווארן רב אין שטאט זשאלין, און דארט איז פאר געקומען א דין תורה, און דער דברי חיים האט גע'פסק'נט ווי אזוי ער האט מברר געווען על פי תורה, אבער פאר איינער פון די תלמידי חכמים פון שטאט האט נישט געפאלן זיין פסק, האט דער תלמיד חכם אוועק געשיקט א בריוו צום חוות דעת, ווי ער באשרייבט דעם גאנצן פסק דין פונעם דברי חיים,

ווען דער בריוו איז אנגעקומען צום חוות דעת, איז ער ממש ארויס פון התפעלות פון דעם געוואלדיגען חריפות און בקיאות פונעם דברי חיים זי"ע, און דער חוות דעת האט זיך אויסגעדריקט "יעצט זעה איך אז דער ברוך טעם איז טאקע גערעכט, אז זיין איידעם וועט טאקע זיין א גדול הדור, און געהייסן פאר דעם תלמיד חכם צו איינהאלטן דעם פסק דין וואס דער דברי חיים האט גע'פסק'נט,

דער הייליגער ברוך טעם זי"ע, איז געווען גאנץ אנפאנג א מתנגד פון חסידות, און ווען זיין זוהן הרה"ק רבי יהושע העשיל זי"ע, איז געווארן א חסיד פונעם חוזה מלובלין זי"ע, האט זיך דער טאטע ממש געזעצט שבעה אויפן זוהן, ווי דער מנהג איז דאן געווען ביי די מתנגדים, ווען איינע פון די קינדער האבן זיך מדבק געווען אינעם דרך החסידות,

איין טאג האט דער חוזה געהייסן פארן זון רבי יהושע העשיל, צו דורך לערנען גאר גוט א געוויסע סוגיא, און דער הייליגער חוזה זי"ע איז דערנאך דורך געגאנגען דעם גאנצן סוגיא מיטן תלמיד, און צום סוף האט ער דעם סוגיא זייער שיין פאר ענטפערט, און געזאגט פארן תלמיד די קענסט אהיים גיין,

ווען רבי יהושע העשיל איז אהיים געקומען, האט ער נישט געקענט גיין צום שטוב פון זיין טאטן, ווייל ער האט דאך אים מרחק געווען, איז ער געגאנגען אין ביהמ"ד, און דער ברוך טעם האט דאן פונקט פאר געלערנט יענעם סוגיא וואס דער חוזה האט מיט אים געלערנט, און מען איז אנגעקומען צום סוף פונעם גאנצן סוגיא, און מען האט נישט געקענט פאר ענטפערן די קשיא,

אבער דער זוהן רבי יהושע העשיל וואס איז דארט געזעצן ביים שיעור, האט דאך שוין געהאט דעם תירוץ וואס די חוזה האט אים געגעבן, האט ער דאס געזאגט פאר איינע פון די תלמידים אין ביהמ"ד, און דער תלמיד האט דאס איבער געזאגט פארן הייליגען ברוך טעם,

ווען דער ברוך טעם האט געפרעגט פינעם תלמיד, פון ווי האסטו באקומען דעם תירוץ, האט דער תלמיד געוויזען אויפן זוהן, אבער דער טאטע האט נישט גלייך דערקענט דעם זוהן נאך אזויפיל יארן אים נישט זעהן, אבער ווען ער האט שוין דערקענט דעם זוהן, האט ער אים מוחל געווען אויף די גאנצע צער וואס ער האט אים געברענגט, ווייל ער האט שוין געזעהן די גרויסקייט פון די חסידים,

שפעטער איז דער זוהן רבי יהושע העשיל געווען אין שטאט טארניגראד, און ער האט זיך דארט באקענט מיט א יונגען גאון רבי חיים הלברשטאם, און עס איז אים זייער געפאלן אים צו נעמען פארן שוועסטער פאר א חתן, האט ער דעם שידוך אנגעטראגען, און פארשטייט זיך אז די טאטע האט מסכים געווען צו שידוך,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ווי געברענגט פריער אז אויף די עלטערע יארן איז דאך דער הייליגער ברוך טעם זי"ע געווען ל"ע א סגי נהור, האט זיך געמאכט אז דער ברוך טעם האט געזאגט א שיעור און נאך געזאגט א רשב"א, איז געווען דארט א למדן וואס האט גע'טענה'ט אז עס שטייט אין רשב"א אנדערש ווי דער ברוך טעם האט געזאגט,

האט דער הייליגער ברוך טעם געהייסן אז מען זאל ברענגן א רשב"א, כדי צו זען וואס עס שטייט דארט, און בשעת מעשה האט דער ברוך טעם פארלאזט טרערן,און ווען דער זוהן רבי יהושע העשיל האט דאס באמערקט, האט ער געפרעגט זיין טאטע "טאטע אז מען פארגעסט א רשב"א דארף מען וויינען",

האט דער הייליגער ברוך טעם געזאגט פארן קינד, "מיין קינד איך האב בקבלה, אז דער וואס לערנט תורה לשמה, פארגעסט נישט דאס לערנען, און אויב איך האב פארגעסן דעם לשון פונעם רשב"א, איז א באווייז אז איך האב נישט געלערנט תורה לשמה" און אויף דעם וויין איך,

ווען דער זוהן רבי יהושע העשיל האט דאס געהערט, איז ער אליין געגאנגען נאכקוקן דעם לשון הרשב"א, האט ער געזען אז דער טאטע דער ברוך טעם איז יא געווען גערעכט, און ווען דער זוהן האט דערנאך איבערגעזאגט דעם לשון הרשב"א פארן טאטן דער ברוך טעם, האט דער ברוך טעם זיך דערפרייט אז ער האט יא געדענקט דעם לשון הרשב"א, און געזען אז זיין תורה איז יא געווען פארן כבוד פונעם באשעפער.

הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע האט אמאל געבעטן איינע פון די מקורבים פונעם הייליגען ברוך טעם, אז ער זאל אים דערציילן עפעס פונעם גדלות פון דעם ברוך טעם, ווייל ער וויל וויסן וואס איז דער גורם, אז דער ברוך טעם האט זוכה געווען צו אזאנע הייליגע דורות, פון גאונים און צדיקים, וואס כמעט קיינער האט נישט זוכה געווען צו האבן אזאנע דורות,

דער מקורב פונעם ברוך טעם האט אים דערציילט פארשידענע גרויסקייטן, און זיינע מלחמות מיט די משכילים און מהרסי הדת, אבער דער הייליגער רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע איז פון די אלע זאכן בכלל נישט נתפעל געווארן,

האט דער מקורב דערציילט פארן הייליגען דזיקובער זי"ע, אז ווען דער לייפניקער רב דער ברוך טעם זי"ע איז געזעסן ביי אן אסיפה מיט די ראשי הקהלה, האט זיך דער ברוך טעם אנגערופן צו זיין משמש, "זיי אזוי גוט ברענג מיר די לולקע צובעך" צו פארייכערן,

ווען דער חשוב'ער תלמיד פונעם ברוך טעם רבי יצחק טויבער ע"ה וואס איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און א גביר עצום אדיר, האט געהערט אז דער ברוך טעם בעט א לולקע צובעך, האט ער זיך אנגערופן שטילערהייט צום ברוך טעם, אז דא אין לייפניק וואס איז געווען אין פולין, רופט מען דאס נישט לולקע צובעך, נאר עס הייסט "פייפ רעהר",

ווען דער ברוך טעם האט דאס געהערט, האט ער זיך צעשריגן, "א כפרה דאס גאנצע לייפניקער רבנות, אויב איך זאל דארפן משנה זיין פן די שפראך פון אונזערע עלטערן", און ווען דער הייליגער רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע האט דאס געהערט האט ער געזאגט, "טאקע דערפאר האט ער זוכה געווען צו אזעלכע הייליגע דורות וואס באלייכטן די אויגן פון כלל ישראל".

דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט דערציילט, אז זייענדיג אויף קעסט ביים שווער, האט דער שווער יעדעס יאר געזאגט א שבת הגדול דרשה, אבער יענעם יאר איז דער שווער געווען גאר פארנומען דעם גאנצן וואך, האט דער שווער געטראכט צו זאגן א דרשה וואס ער האט געזאגט פאר 20 יאר צוריק,

אבער שבת קודש צופרי בעפאר דעם דרשה, האט דער דברי חיים געהערט ווי צוויי בעלי עגלה רעדן צווישן זיך, אז דער רב דער ברוך טעם גייט איבער זאגן א דרשה וואס ער האט שוין געזאגט 20 יאר צוריק, און זיי האבן זיך געגערייט צו מבזה זיין דעם רב מיט קשיא'ס אויפן דרשה,

דער דברי חיים איז גלייך צו געלאפען צום שווער און אים געזאגט וואס ער האט יעצט געהערט פון די צוויי בעלי עגלה, האט דער דברי חיים דערציילט, אז שבת קודש ביים דרשה, איז דער שווער ארויף אויפן ארון הקודש, און אנגעהויבן זאגן א דרשה מיט פלפולים און חריפות, און אזוי אן געגאנגען פאר שעות אריכות, האט דער דברי חיים אויסגעפירט, אז דאס איז געווען אינגאנצן אן זיך צו גרייטן, און מיט דעם אלעם האט ער געזאגט א דרשה, וואס גרויסע גאונים זענען דערפון ארויס פון התפעלות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט איז דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע געווען צוויי מאל א איידעם ביי דעם הייליגען ברוך טעם זי"ע, און דער איידעם האט אמאל געזאגט, מיינע צוויי רבי'ס זענען געווען, מיין שווער דער ברוך טעם זי"ע "א רב הדומה למלאך השם", און דער צווייטער איז געווען הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,

און דער דברי חיים האט געזאגט אויפן שווער, אז דער שווער איז געווען אין יראת שמים אזוי גרויס ווי דער הייליגער ראפשיצער רב, נאר אין מדריגות איז דער ראפשיצער רב געווען גרעסער, ווייל ער איז געווען פון די תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע, און אויך האט דער איידעם געזאגט אויף זיין שווער, אז מלאכים ושרפים האבן געציטערט פאר אים,

דער דברי חיים זי"ע האט מעיד געווען אז דאס ערשטע יאר נאך זיין חתונה, האט ער מיטן גרויסן שווער אין איין יאר דורך געלערנט כמעט גאנץ ש"ס מיט די ראשונים, און דער איידעם האט מעיד געווען אז דער שווער איז געווען א בעל רוח הקודש,

איינמאל ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט זיך געזעגענט פונעם שווער אהיים צו פארן, האט אים דער שווער געזאגט אז אויפן וועג זאל ער קיינעם נישט ארויף נעמען אויפן וואגן, און אים זייער אנגעווארענט דעראויף,

אויפן וועג איז דער דברי חיים דורך געפארן א וואלד און געזען א מענטש מיט שטעקענס, ווי ער איז נעבעך נישט געזונט, די רחמנות פונעם דברי חיים האט זיך דערועקט אין אים, און דער דברי חיים האט געוואלט ארויפנעמען דעם מענטש, אבער די רעבעצין האט געדענקט וואס די טאטע האט אן געזאגט, און זי האט געהייסן דעם בעל עגלה זאל גלייך ווייטער פארן און זיך בשום אופן נישט אפשטעלן,

גלייך ווען זיי זענען ווייטער געפארן, האט זיך דער מענטש אויף געשטעלט און אנגעהויבן נאכלויפן דעם וואגן אן די שטעקענעס, און דאן האט דער הייליגער דברי חיים געזען, אז דער מענטש איז געווען א גנב, דאן האט דער דברי חיים פארשטאנען פארוואס דער שווער האט אים דאס אן געזאגט, און דורך דעם אים געראטעוועט פון דעם גנב אויפן וועג,

אויך האט דער דברי חיים זי"ע דערציילט אז איינמאל איז א איד געקומען צום שווער, און זיך אפגערעדט פארן שווער, אז ער ברויך התחזקות אין אמונה אין תחיית המתים, ווייל איינער א גאר נאנטע קרוב צו אים איז ל"ע נפטר געווארן, און ער קען זיך נישט מחזק זיין, און ער האט געבעטן דעם הייליגען ברוך טעם, אז ער זאל אים מחזק זיין די אמונה,

האט דער שווער אריין געטראגן דעם איד אין די קאך, און דארט איז געליגען א עוף אויפן טיש, און דער שווער האט געזאגט פארן עוף אז ער זאל אנהייבן פליען, תיכף האט זיך דער עוף אויפגעהויבן און ארום געפלויגן אונעם שטוב, דאן האט דער שווער געפרעגט דעם איד "יעצט גלייבסטו שוין אין תחיית המתים".

אויך האט דער דברי חיים זי"ע נאך געזאגט פונעם שווער, אז געבן מעות קדימה אויף א ספר, איז מען מקיים מיט דעם די מצוה פון "וְעַתָּה כִּתְבוּ לָכֶם אֶת הַשִּׁירָה הַזֹּאת", ווייל די פוסקים שרייבן, אז בזמן הזה איז די מצוה אויך אויף תורה שבעל פה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

עס איז באוואוסט אז דער הייליגער ברוך טעם זי"ע האט געלערנט מיט א געוואלדיגע עמקות התורה, זיין איבערגעגעבנקייט צו פארשפרייטן די תורה הקדושה איז געווען מיט מסירת נפש, אמאל איז אנגעקומען קיין לייפניק די באקאנטע גבירה פון ווארשא מרת תמר'ל, וואס איז געווען א גרויסע עשירה און זי האט מחזק געווען אסאך פון די גדולי הדור, און זי האט געוואלט הערן דעם מיינונג פונעם הייליגען ברוך טעם לגבי א וויכטיגער ענין,

און היות דער הייליגער ברוך טעם האט דעמאלט געהאלטן אינמיטן לערנען זיינע שיעורים, האט די תמר'ל געבעטן די רעבעצין פון ברוך טעם, אז היות זי איילט זיך שטארק, און אויב זי די רעבעצין וועט אויספועל'ן ביי איר מאן דער ברוך טעם, אז זי תמר'ל זאל קענען פרעגן איין פראגע פונעם ברוך טעם, וועט זי געבן א גרויסן סכום פארן רעבעצין,

אבער די רעבעצין האט אפילו נישט פרובירט צו שטערן איר מאן פון מרביץ תורה זיין, און תמר'ל איז אוועק געפארן אן קענען פרעגן פונעם גאון די שאלה, און ווען די רעבעצין פון ברוך טעם האט דערציילט פארן גרויסן מאן, אז זי האט שאדן געהאט א גרויסע סכום, וויבאלד זי האט נישט געוואלט אים שטערן אינמיטן לערנען, האט דער הייליגער ברוך טעם איר געזאגט, אז אפילו טויזענטער גאלדענע רענדלעך וועלן אים נישט מבטל זיין פון זיין קביעות אין לימוד התורה.

דער גרויסער איידעם פונעם הייליגען ברוך טעם, דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, האט דערציילט, אז זיין שווער דער ברוך טעם איז געווען אן "אוהב ישראל" ממש צום באוואונדערן, ער האט ליב געהאט יעדן איד מיט א געוואלדיגע אהבה, און ער האט זיך מצער געווען אפילו אויף א פראסטער מענטש, אויב עס האט זיך ביי יענעם געמאכט א צרה,

אמאל ווען דער בעדער פון שטאט, וואס איז געווען א שטארק פראסטער מענטש, איז געווארן זעהר קראנק ל"ע, האט דער ברוך טעם ארויס געהערט פון די קיך, ווי א קינד צוזאמען מיט די משרתת לאכן אויפ'ן קול, האט דער ברוך טעם זיך געבייזערט און געזאגט מיט וואונדער, "ווי אזוי קענט איר אזוי שטארק לאכן ווען מרדכי בעדער איז נעבעך אזוי שטארק קראנק", ווייל די צער פון א אנדערן איד נישט קיין חילוק ווער יענער איז געווען, האט באמת געברענגט צער פאר דעם גאון וצדיק,

ענליך צו דעם האט דערציילט הגה"צ רבי סיני הלברשטאם אב"ד זמיגראד זי"ע, וואס איז געווען א אייניקעל פינעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע, אז איינמאל איז געקומען צום זיידן דער ברוך טעם זי"ע, איינע פון די גאר חשוב'ע משפחה מפורסמת פון דור, און געוואלט האנדלען מיטן זיידן, וועגן א שידוך וואס מען האט זיי אן געטראגן מיט יינע פון די קינדער פונעם ברוך טעם זי"ע,

ווען די פרוי פון יענע משפחה האט באמערקט אז דער לייפניקער רב דער ברוך טעם איז זייער צו געלייגט, האט זי געפרעגט פארוואס זעט מען עפעס א צער אויפ'ן פנים פונעם רב, האט מען איר געזאגט אז א קינד פון איינער פון די פשוט'ע בעלי בתים פון שטאט, איז שטארק נישט געזונט, און פון דעם האט דער גאון גאר שטארק צער און עגמת נפש,

האט זי זיך אנגערופן מיט וואונדער, "וועגן א קינד פון א פראסטן מענטש ווערט דער רב אזוי צובראכן, פון וועמען רעדט מען דא", אזוי ווי דער הייליגער ברוך טעם האט זיך דערוואוסט פון די דאזיגע רייד פון די פרוי, האט ער געזאגט, אז ער וויל זיך נישט משדך זיין מיט די משפחה, ווייל ער וויל האבן א שידוך פאר זיינע קינדער נאר פון תורה ויראת שמים מיט אהבת ישראל,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ווערט דערציילט אויפן זון הרה"ק רבי יהושע העשל זי"ע, אז ער האט געהערט אין בית המדרש רעדן, אז די רעגירונג האט ארויסגעגעבן א באפעל, אז א געוויסער צאל מענטשן דארף מען שטעלן צום מיליטער, און אז די גבירים פון שטאט האבן זיך באפרייט מיט געלט, נאר עס איז געבליבן איין קינד, פון א גאר פשוטע היים, און אים דראעט אז ער וועט דארפן גיין אין מיליטער,

האט זיך דער צדיק רבי יהושע העשיל זי"ע זייער שטארק קעגענגעשטעלט, קעגן דעם טענה אז עס איז שוין נישטא קיין געלט פאר אים, ווייל אלע האבן שוין געגעבן וויפיל זיי קענען אויסצולייזן די אנדערע קינדער, און דער צדיק רבי יהושע העשיל זי"ע האט געשריגן, "וואס הייסט, א אידיש קינד זאל גיין דינען אין מיליטער", און דער צדיק האט ממש נישט אויס געהאלטן דעם צער, אז א אידיש קינד וועט ח"ו אנקומען אין מיליטער,

דאן איז רבי יהושע העשיל זי"ע צו געגאנגען צום ארון הקדוש אין ביהמ"ד, און דארט איז געלעגן א ספר תורה וואס איז געווען באצירט מיט א שיינע כתר תורה מיט גאר שיינע האנט ארבעט, און ער האט די כתר תורה אראפ גענומען פונעם ספר תורה, און געזאגט צו דעם ספר תורה, "תורה תורה, דיך דארף מען נישט באשיינען און באפוצן, ווייל דו באפוצט זיך אליין מיט דעם וואס דו ביזט א ספר תורה, איך נעם דיין כתר תורה אויס צולייזן א אידיש קינד פון גוי'אישע הענט, און אז דער בורא עולם וועט מיר העלפן וועל איך דיר צוריק געבן די כתר תורה, אבער דערווייל טו איך דיך פאר'משכונ'ען", און פון דעם געלט האט דער צדיק אויסגעלייזט יענעם בחור,

נאכדעם וואס ער האט אויסגעלייזט דעם בחור, האט ער דער בחור אהיים גענומען צו זיך אין שטוב, און ער האט טאקע געזען, אז דער בחור איז ממש א ליידיגע כלי נישט קיין תורה און נישט קיין יראת שמים, האט רבי יהושע העשיל געזאגט צו דעם בחור,

"קוק נאר מיין טייערער איד, כ'האב גענומען די קרוין פון ספר תורה דיך אויסצולייזן, איז וואס פאר א פנים וועט עס האבן אז דו וועסט זיך נישט אויפפירן ח"ו ווי מען דארף", לפלא, די הארציגע רייד פון דעם צדיק רבי יהושע העשיל האבן אויף דעם בחור געהאט די ריכטיגע השפעה, און ער האט זיך אנגעהויבן אויפצופירן זעהר ערליך,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

מען דערציילט, אז ווען דער ברוך טעם זי"ע האט געלערנט מיט זיינע תלמידים א גאנצן טאג, און אויך ביינאכט ביז שפעט האט ער מיט זיי געלערנט, אבער ווען עס איז געווארן שפעט, האט דער צדיק געוואלט לערנען זיינע שיעורים אין סתרי תורה פריוואט, איז דער גאון אריין צו די בחורים אין שטוב, און געזאגט פאר די בחורים בזה"ל, "בחורים פארוואס גייט איר נישט שלאפן", לפלא אזוי ווי דער גאון האט געזאגט די ווערטער, איז באפאלן א שרעקליכע מידעקייט פאר אלע בחורים און זיי זענען גאר שנעל איינגעשלאפן,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

עס האט דערציילט הגה"צ רבי העניך פאדווא בעל שו"ת חשב האפוד אב"ד לאנדאן זי"ע, אז הרה"צ רבי יהושע העשיל לאבין מזידיטשוב זי"ע איז געפארן קיין בעלז צו הגה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, כדי זיך מתייעץ זיין איבער א שידוך ביי איינעם פון זיינע קינדער, האט אים דער בעלזער רב זי"ע געזאגט, "דו ביזט דאך אן אייניקל פון ברוך טעם זי"ע, וויל איך דיר דערציילן א מעשה פון דיין זיידן דער ברוך טעם זי"ע",

מיין זיידע הגה"ק רבי ישכר דוב אב"ד סקוהל זי"ע, דער שווער פון הגה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע, איידער ער האט אויף זיך מקבל געווען דעם עול הרבנות, האט ער עוסק געווען אין מסחר, און עס איז אים אויס געקומען צו זיין שבועות אין לייפניק וועגן מסחר, האט ער ביי זיך אפגעמאכט, אז ער וועט נישט עסן אין ערגעץ נאר ביים לייפניקער רב דער הייליגער ברוך טעם זי"ע,

יום טוב ביינאכט האט ער זיך אפ געשטעלט מיט'ן גאנצן עולם צו זאגן דעם רב "גוט יום טוב", און מקבל זיין זיין ברכה, ער האט זיך פאר געשטעלט פארן רב, אז ער איז א סוחר ממרחקים, און אין איינוועגס איז עס געווען א רמז צום רב, אז ער וואלט געווען צופרידען ווען דער רב לאדענט אים איין צו זיך אין שטוב אויף די סעודה, אבער דער לייפניקער רב האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, נאר האט אים געפרעגט זיין אדרעס פון זיין אכסניא ווי ער שטייט איין,

ווען דער צדיק רבי ישכר דוב מסקוהל זי"ע איז געקומען צו זיין אכסניא, האט ער ביי זיך אפ געמאכט, אז ער וועט יוצא זיין סעודת יום טוב מיט'ן עסן נאר חלות אליין, אבער מער נישט, וויבאלד ער האט נישט געוואלט ברעכן זיין הנהגה פון נישט עסן סיי ווי, אבער ווי איבערראשט איז ער געווען צו זען אז דער רב האט אים געשיקט צו זיין אכסניא פלייש און פיש מכל טוב, וכל מטעמים לכבוד יו"ט, און ער האט איינגעלאדענט דעם צדיק אויף דעם צווייטן טאג צו קומען עסן ביי אים אין שטוב,

אבער עס איז אים געווען א וואונדער פארן צדיק רבי ישכר דוב זי"ע, ממה נפשך, וואס האט דער צדיק דער ברוך טעם אים געדארפט שיקן עסן צו די אכסניא דעם ערשטן טאג יו"ט, און אים נישט איינגעלאדנט צו זיך אין שטוב, ווייל אויב וויל ער אים געבן דאס עסן, האט ער דאך אים געקענט נעמען אלס גאסט צו זיך אין שטוב, און פארוואס די צווייטע נאכט האט ער אים יא געלאדענט, איז פארוואס האט דער גאון דער ברוך טעם געטון אזא מאדנע זאך,

דער הייליגער ברוך טעם זי"ע האט גלייך מרגיש געווען אז עס איז ביי אים א וואונדער די גאנצע מעשה, האט ער זיך פאר אים פאר ענטפערט, אז אזוי ווי חז"ל האבן מקפיד געווען אויף א "סעודה שאינה מספקת לבעליה", אז מען זאל נישט ריפן איינעם עסן, ווען עס איז נישט דא גענוג פארן שטוב, האט ער חושש געווען נעכטן ביינאכט, צי מען האט אין שטוב צו געגרייט גענוג פאר אים, ווייל מען האט דאך נישט גערעכנט אז ער קומט, פארדעם האט ער אים נישט איינגעלאדנט צו זיך אין שטוב דעם ערשטע נאכט,

אבער שפעטער האט ער געהייסן אין שטוב צו גרייטן גענוג, איז יעצט קען ער אים שוין איינלאדן, האט דער בעלזער רב זי"ע אויס געפירט און געזאגט: "אויב דיין זיידע דער ברוך טעם זי"ע האט אזוי מדקדק געווען אויף אלעס וואס ער האט געטוען, דארפסטו אויך גוט מדקדק זיין מיט וועמען דו גייסט זיך משדך זיין",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הגה"ק רבי ברוך ב"ר יהושע יחזקאל פייבל זי"ע, (תאומים/פרענקל), הברוך טעם, אב"ד לייפניק - ז' תמוז תקפ"ח

פאוסט דורך ניקל »

ווען דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט חתונה געמאכט זיין רביצינ'ס א טאכטער פון איר זיווג ראשון אין פשעצלאוו, איז געווען א קעכערין ביי דער חתונה וועלכע איז ל"ע געווען יארן לאנג שוין אן עגונה, האבן פרויען איר געזאגט, אז איידער דער שינאווער רב פארט אוועק פון א חתונה, גיט ער לעצט געלט פאר די קעכערין אלס הכרת הטוב, זאל זי אבער נישט נעמען קיין געלט, נאר זי זאל בעטן פונעם שינאווא רב, אז איר מאן זאל צוריק אהיים קומען, האט זי טאקע אזוי געטוען, און דער שינאווער רב האט איר גאר שיין אנגעוואונטשן,

אכט טעג דערנאך, איז איר מאן אנגעקומען קיין פשעצלאוו, און ער האט דערציילט, אז ער איז געווען אין "וויען" און האט דארט געהאנדלט און שיין פארדינט, און דערפאר האט זיך אים נישט געגלוסט אהיים צו פארן, אבער די לעצטע אכט טעג, איז מען געקומען יעדע נאכט צו אים אין חלום, און אים געהייסן זאפארט אהיים פארן, ער האט קודם געמיינט, אז ס'איז סתם א חלום, אבער נעכטן ביינאכט האט מען אים געווארנט, אז טאמער פארט ער נישט שוין אהיים, וועט ער באשטראפט ווערן, און דערפאר איז ער תיכף אהיים געקומען,

שפעטער ווען מ'האט די געשיכטע איבער געגעבן פארן שינאווער רב, האט ער דערויף דערציילט אן עובדא פון זיין זיידן, דער הייליגער ברוך טעם זי"ע, אז ער האט אמאל גע'פסקנ'ט א דין תורה, און דער שולדיגער צד, וועלכער איז געווען א גרויסער גביר, האט מיט עזות נישט געפאלגט דעם פסק דין,

איין נאכט גייט דער פארשוין דער גביר ארויס אויף א שפאציר, און פלוצלונג פילט ער ווי מ'לויפט אים נאך, און ער נעמט זיך לויפן מיט אלע כוחות ביז ער איז אנגעקומען צום טייך, ער האט זיך דארט אפ געשטעלט, ווייל ער האט שוין נישט געהאט ווי צו גיין, און האט זיך גענומען שרייען, "יא, איך וועל פאלגן דעם פסק דין, איך זאג צו אז כ'וועל פאלגן", און זאפארט דערנאך, איז דער גביר געלאפן צום הויז פונעם ברוך טעם, און האט צו געזאגט אז ער וועט מקיים זיין דעם פסק הלכה,

האט דער הייליגער ברוך טעם שפעטער געזאגט, יעדן אינדערפרי, איידער איך גיס מיר אפ די נעגל, קומען צו מיר "יענע חברה" די מזיקים און שדים, און בעטן אז איך זאל זיי געבן עפעס א תפקיד וואס צו טוען, ווייל זיי ווילן האבן אן אחיזה אין א גוטע זאך, איך בין זיי כסדר מדחה, אבער היינט האב איך ביי מיר געטראכט, אז זיי קענען מיר צונוץ קומען, צו צווינגען דעם גביר מקיים פסק צו זיין, האב איך מיך מיט זיי באנוצט,

אזוי האט דער שינאווער רב דערציילט אלס ערקלערונג אויף דער מעשה מיט דער עגונה, אבער מיט זיין גרויס עניוות האט דער שינאווא רב נישט געוואלט קלאר זאגן, אז טאקע דאס האט ער יעצט דא באוויזן, און דערפאר האט ער דערציילט די מעשה וואס איז פארגעקומען ביים זיידן דער ברוך טעם, אבער פון די מעשה האט משמע געווען, אז אויך דער שינאווער רב האט זיך יעצט משתמש געווען מיט יענע חברה,
זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט