רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה (וי"א תרס"ו)

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 709
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2115

רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה (וי"א תרס"ו)

פאוסט דורך מירון »

ב"ר: מאיר נתן האלברשטאם ז"ל בן הצאנזער רב. חתן: רבי יהושע בן רבי שלום מקאמינקא ז"ל. נולד שנת תר"ז. רבותיו: זקינו רבי אליעזר'ל דזיקובער, זקינו הצאנזער רב ז"ל. מחבר ספר: עטרת שלמה. רב בעיר: בוקאווסק, אושפיצין, ווישניצא, באבוב.

אין שטאט באבוב איז געווען א פעדלער וואס פלעגט פארקויפן פארשידענס פארענט פון ביהמ"ד, רבי שלמה'לע באבובער פלעגט כסדר זיכער מאכן צו קויפן עפעס ביי דעם איד, כדי אים צו שטיצן בדרך כבוד. איינמאל האט דער פעדלער נישט געהאט עפעס פאסיג צו פארקויפן פאר רבי שלמה'לע. דער פעדלער האט געזוכט אהין און אהער אבער ער האט נישט געפונען. זענדיג אז ער טרעפט גארנישט איז ער צוגעגאנגען רבי שלמה'לע, מיט א קווענקלדע מינע מיט שיינע קאראוואטען, א בגד וואס עשירים גייען דערמיט, צו אפשר וויל דער רבי דאס, רבי שלמה'לע, האט אים באלד געענפערט אז ער ברויך דאס און באלד אפגעקויפט פון אים. די אלע ארומיגע האבן זיך געוואונדערט וואס קען שוין דער רבי טוען מיט די קאראוואטען? ווען יו"ט סוכות איז אנגעקומען האט ער געהייסן צוזאמנייען די קאראוואטען און אויפהענגען אין די סוכה, כדי צו באצירן די סוכה מיט מצוות צדקה.

מעשה: איינמאל האבן צוויי פון צאנזער רב'ס קינדער, קרייזער רב און רבי ברוך גארליצער געהאט א שמועס אינאיינעם מיט רבי שלמה'לע באבובער בנוגע וואס מ'איז מקיל אין דעם ענין פון זאגן תחנון. זיי האבן דאן באמערקט אז זייער טאטע/זיידע דער צאנזער רב איז דעריבער נפטר געווארן אין חודש ניסן ווען מ'זאגט סיי-ווי נישט קיין תחנון. זיי האבן זיך דערביי פעסט אונטערגענומען אז זיי וועלן נישט נאכלאזן אין דעם ענין פון תחנון. לפלא אז אלע דריי זענען נפטר געווארן אין א טאג מ'זאגט סיי-ווי נישט קיין תחנון, רבי אהרן קרייזער איז נפטר געווארן - ר"ח אב, גארליצער רב - ר"ח אדר און רבי שלמה'לע באבובער - ר"ח תמוז.

מנוחתו כבוד בעיר באבוב יצ"ו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 709
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2115

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך מירון »

כתה יד קדשו וחתמו
פיילס
98jpg.jpg
98jpg.jpg (114.52 KiB) געזען געווארן 325 מאל
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 463

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך איד »

ציון
בילד
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 463

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך איד »

מירון האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 11:09 am חתן: רבי יהושע בן רבי שלום מקאמינקא ז"ל.

געהאט צוויי קינדער (פון דעם זוויג)
בנו מ''מ האדמו''ר ר' בן ציון זצ''ל הי''ד בע''מ קדושת ציון
און א טאכטער הרבנית חי' שיינדל אשת הגה''ק ר'חיים יעקב ט''ב ז''ל מ'לימינוב בן ר' משה יוסף מאוהל ז''ל (בן הייטב לב וחתן ר' דוד מ'קשאנוב בן מרן הד''ח זי''ע)

ווען די רעביצען איז אוועק האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית רעכיל בריינדל בת ר' מנשה ט''ב ז''ל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 709
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2115

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך מירון »

מגנזי המלך
פיילס
מגנזי רבי שלמה-pages.pdf
(132.17 KiB) דאונלאודעד 16 מאל
צאן קדשים
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:36 pm
x 12

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך צאן קדשים »

מירון האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 11:09 am
וואו איז די מקור אז י”א תרס”ו? איבעראל זע איך נאר תרס”ה
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געבוירן אין שטאט צאנז, בשנת תר"ז,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי מאיר נתן מצאנז זי"ע, בן הרה"ק רבי חיים בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, בן הרה"ק רבי ארי' לייבוש אב"ד טארניגראד זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת ביילא ע"ה, בת הרה"ק רבי אליעזר הורוויץ מדזיקוב זי"ע, בן הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע, בן הרה"ק רבי מנחם מענדל רובין מלינסק זי"ע, בן הרה"ק רבי יעקב אב"ד לינסק זי"ע,

ער איז געווען א גאון מופלג ובקי בתורת הנגלה והנסתר, ער איז געווען א קדוש וטהור און א צדיק יסוד עולם, אויך איז דער צדיק געווען מפורסם אלס א חכם מחוכם און מפורסם געווען מיט זיין געוואלדיגע קליגקייט און קלארקייט און יעדע מקצוע, ער האט געדינט דעם גרויסן באשעפער מיט א געוואלדיגע מסירת נפש און א קדושה וטהרה נפלאה, טויזענטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, און זענען געקומען מיט האלטן זיין עבודת הקודש, ער האט פאר גאר אסאך תלמידים מרביץ תורה געווען מיט א געטריישאפט און א מסירת נפש, און אריין געלייגט תורה און יראת שמים און ליבשאפט צו תורה אין זיינע גרויסע תלמידים,

שוין פון אלס גאר יונג קינד האט מען שוין געזען דעם גדלות פון דעם קליג קינד שלמה, ער האט שוין דאן עוסק געווען בתורה און עבודת השם ווי איינע פון די צדיקי הדור, אפילו זייענדיג גאר יונג, האט דער קינד שוין געהאט א גאר שארף קעפל, און מען האט געזען זיין געוואלדיגע חכמה און קלארקייט אין תורה, דער טאטע רבי מאיר נתן און די צוויי גרויסע זיידעס דער הייליגער צאנזער רב זי"ע און דער הייליגער דזיקובער רב זי"ע האבן דעם אייניקעל גאר שטארק מחבב געווען,

גאר אסאך תורה און עבודת השם האט דער צדיק קונה געווען פון זיין גרויסן טאטן הרה"ק רבי מאיר נתן זי"ע וואס איז אויך געווען מפורסם אלס א איש קדוש מאוד און א למדן נפלא בתורה, אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען צו האבן דעם טאטן פאר צו לאנג, און בשנת תרט"ו איז זיין גרויסע טאטע נסתלק געווארן נישט זייענדיג אפילו גאנצע 30 יאר אלט, דערציילט מען אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט דאן ביים הסתלקות פון זיין געהויבענע זון מאיר נתן, צו געריפן דעם אייניקעל וואס איז נאך געווען 8 יאר אלט, און געזאגט, "דו ווייסט ווי גרויס דו וועסט זיין, דו גייסט זאגן יתגדל ויתקדש שמי' רבא",

דאן איז דער צדיק רבי שלמה נתגדל געווארן אין שטוב פון זיין גרויסן זיידן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע, דער זיידע האט ארויס געוויזן א געוואלדיגע חביבות צו דעם אייניקעל שלמה, ער האט ביי דעם זיידן זוכה געווען צו זיין א בן בית, און דער זיידע האט אים געהאלטן ווי איינע פון זיינע אייגענע קינדער,

בשנת תרכ"א זייענדיג 14 יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת רבקה הענא ע"ה,
בת הרה"ק רבי יהושע מקאמינקא זי"ע,
בן הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

נאכן זיין פאר א קורצע צייט אויף קעסט ביי זיין הייליגען שווער, וואס יענע צייט האט דער צדיק עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א איש קדוש מאוד און א בקי בש"ס ופוסקים און אויך אין תורה הנסתר איז ער שוין דאן געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע בקיאות,

בערך בשנת תרכ"ג האט ער זיך אריבער געצויגען צוריק קיין צאנז צום הייליגע זיידן דער דברי חיים זי"ע, וואס עס איז געווען מפורסם דאס געוואלדיגע חביבות וואס דער זיידע האט געהאט צו דעם אייניקעל שלמה'לע, דער צדיק רבי שלמה האט מעיד געווען, אז רוב פון זיין תורה און חכמה און עבודת השם האט ער קונה געווען פון זיין זיידן דער דברי חיים מצאנז זי"ע, אויך האט דער זיידע דער דברי חיים מצאנז זי"ע דאן באויפטראגט דעם אייניקעל רבי שלמה מבאבוב זי"ע און דעם אנדערן אייניקעל רבי משה מבארדיוב זי"ע, זיך צו אפ געבן מיט זיינע כתבים און שו"ת דברי חיים,

דערציילט מען, אז איינמאל ווען דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע איז געקומען צום זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, האט זיך דער זיידע אפ גערעדט צום אייניקל רבי שלמה, אויף די רבנים בימים ההם, אז זיי זענען נישט ראוי צו זיין קיין רבנים, האט אים דער אייניקל געפרעגט "און ווי אזוי דארף א רב, וועלכער איז יא ראוי זיך אויפצופירן", האט דער זיידע דער דברי חיים זי"ע געזאגט בזה"ל, "ער דארף זיך אויפפירן אזוי ווי דיר",

איינמאל ווען דער פעטער הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע איז געווען ביים טאטן דער דברי חיים זי"ע אין שטוב, און דער שינאווא רב זי"ע האט זיך געהאלטן ביים וואשן די הענט צו א סעודה, האט ער באמערקט א שטיקל פגם אויפן כלי, און ער איז געווען מסופק צו עס איז כשר אויף נטילת ידים, אבער ווען דער טאטע דער דברי חיים האט באמערקט זיין ספק, האט ער געזאגט בזה"ל, "דו דארפסט דיך נישט זארגן, רבי שלמה'לי האט זיך ערשט יעצט געוואשן די הענט מיט די דאזיגע כלי, און ממילא דארף מען גארנישט אריין קלערן, נאר די כלי איז זיכער כשר פאר נטילת ידים",

בשנת תרכ"ה האט מען דעם צדיק אויף גענומען אלס רב אין שטאט בוקאווסק, און אפילו זייענדיג א יונגערמאן אינטער די 20 יאר אלט, האט מען אים שוין דאן מכבד געווען וויי איינע פון די גדולים וצדיקים בדורו, אויך דער זיידע האט דאן מעיד געווען אויף די גדלות בתורה און גדלות בקדושה פון דעם הייליגען אייניקל, אבער אפילו זייענדיג דער רב אין שטאט, איז דער אייניקעל גאר אסאך געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון זיין גרויסן זיידן פון צאנז,

בשנת תרל"ז א יאר נאכן הסתלקות פון דעם זיידן דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, איז דער אייניקל רבי שלמה זי"ע געווארן רב אין שטאט אושפיצין, אויך דארט האט מען דעם צדיק וקדוש גאר שטארק מכבד געווען, ער האט אפילו אין די קורצע צייט אסאך אויף געטון אין דעם שטאט, סיי אין תורה און אויך אין עבודת השם,

בשנת תר"מ איז ער אריבער ווערן רב אין שטאט ווישניצא, דארט האט דער צדיק אויף געמאכט א ישיבה ווי ער האט מרביץ תורה געווען מיט א געוואלדיגע התמדה און מסירת נפש, די ישיבה איז געווען פון די ערשטע ישיבות אין גאליציע, און פון דעם ישיבה זענען ארויס געקומען גרויסע גאונים וגדולים בתורה, אויך גרויסע תלמידי חכמים מרביצי תורה זענען ארויס געקומען פון די ישיבה, וואס האבן באלאכטן די אויגן פון כלל ישראל,

אויך האבן דאן אנגעהויבן קומען אסאך אידן חסידים ואנשי מעשה קיין ווישניצא, זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, און ביז עטליכע יאר האבן טויזענטער אידן פון גאנץ גאליציע און אפילו פון אונגארן געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק, און ער איז שוין דאן פאררעכנט געווארן פון די גרעסטע רבי'ס אין גאנץ גאליציע,

(ער איז שוין דאן געווען מפורסם מיט זיין גדלות ובקיאות התורה, פילע גדולים וגאונים בתורה וואס האבן ארויס געגעבן ספרים, זענען געקומען צום צדיק וקדוש רבי שלמה זי"ע פאר הסכמות אויף די ספרים, און כאטש ער איז נאך געווען אין יונגען עלטער, האבן די גרויסע לייבן אין תורה ועבודה אים גאר שטארק מכבד געווען,

מען קען זען די גרויסע טיטלען וואס די גדולים האבן באטיטעלט דעם צדיק וקדוש ווי "מופת הדור, שר התורה, רכב ישראל ופרשו, בוצינא קדישא ורבן של כל בני הגולה, אספקלריא המאירה", אויך קען מען זען וואס דער גאון הגה"ק רבי נתן נטע סג"ל לאנדא בעל כנף רננה אב"ד אושפיצין זי"ע שרייבט אויפן צדיק וקדוש בזה"ל, "ידיד ד', עמוד הימיני, נר ישראל, המהולל בפי כל",)

אבער נאך עטליכע יאר האבן די דאקטורים מייעץ געווען דעם צדיק וקדוש רבי שלמה זי"ע, וואס האט ליידער אסאך געליטן אויפן הארץ, אז פאר זיין געזונט איז גוט, אז ער זאל זיך אריבער ציען אין א קליין שטעטל, ווי די ליפט איז ריינער וואס דאס וועט זיין פיל געזונטער פאר אים,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

דאן בשנת תרנ"ג האט זיך דער צדיק וקדוש אריבער געצויגען צום שטאט באבוב, וועלכער געפינט זיך אויף א בארג, און פון דארט האט דער צדיק אנגעהויבן פירן זיין גרויסע קהלה קדושה, דארט זענען צו דעם צדיק וקדוש געקומען טויזענטער אידן ירא השם, וואס האבן געוואלט מיט האלטן זיין עבודת הקודש, פון גאנץ גאליציע זענען טויזענטער אידן געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק,

אויך איז ער דאן מפורסם געווארן מיט זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה מיט וואס דער צדיק האט זיך געפירט, אידן פון גאנץ אירופה זענען געקומען צו דעם צדיק פאר עצה ותושיה און פאר א ברכה, ער איז דאן געווארן מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, הונדערטער מעשיות דערציילט מען וואס אידן האבן געזען גרויסע ישועות מיט א ברכה פון דעם צדיק וקדוש,

די עבודה פון די ימים טובים און ימים נוראים זענען געווען גאר געהויבען ביי דעם צדיק וקדוש, אידן האבן מעיד געווען אז דער אייניקעל רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט געפירט זיין הנהגה און עבודת הקודש אויפן זעלבן דרך ווי דער זיידע דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, און גאר אסאך פון די תלמידים און חסידים פונעם זיידן האבן זיך נאכן פטירה פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע מדבק געווען אינעם אייניקל רבי שלמה מבאבוב זי"ע,

אויך האט דער צדיק ממשיך געווען דעם צדקה וחסד פונעם זיידן אויף גאר א געהויבענע מדרגה, אוצרות פון געלט האט דער צדיק צוטיילט אויף צדקה פון זיין אייגען געלט, און אויך האט ער צוזאמען געשטעלט גרויסע געלטער פאר די צדקה צוועקן און פאר ארימעלייט פון שטאט, און אידן וואס האבן געגעבן געלט פאר דעם צדיק האבן געפויעלט גרויסע ישועות דורך א ברכה פון דעם צדיק,

ווען זיין ערשטע רעבעצין איז נפטר געווארן האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת רעכיל בריינדל ע"ה,
בת הרה"ק רבי מנשה טייטלבוים ראב"ד בריגעל זי"ע,
בן הרה"ק רבי נחום צבי מדרוהוביטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן אב"ד דרוהוביטש זי"ע,
בן הרה"ק רבינו משה בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי הירש מפרעמיסלא זי"ע,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הרה"ק רבי בן ציון בעל הקדושת ציון מבאבוב זי"ע, הי"ד, חתן דודו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, בן הרה"ק רבי חיים בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת חי' שיינדל ע"ה, אשת הרה"ק רבי חיים יעקב טייטלבוים מלימנוב זי"ע, בן הרה"ק רבי משה יוסף מאוהעל זי"ע,

בשנת תרס"ה איז דער צדיק געווארן גאר שטארק נישט געזונט, און דער צדיק איז דאן געפארן קיין נויהיים דייטשלאנד פאר צרכי רפואה, אבער דארט איז דער צדיק געווארן גאר שוואך, און נאך דעם וואס דער צדיק איז נסתלק געווארן, האט מען דעם גוף קדוש געברענגט לקבורה אין שטאט באבוב,

זכותו יגן עלינו.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

מעשה

דער זון הרה"ק רבי בן ציון בעל הקדושת ציון מבאבוב זי"ע, הי"ד, האט דערציילט, אז דער טאטע האט מרביץ תורה געווען פאר זיינע תלמידים מיט א געוואלדיגע איבער געגעבנקייט, ער האט פאר געלערנט שיעורים יעדן טאג פאר די בחורים, ער האט די שיעורים נישט געלאזט מבטל זיין פאר גארנישט, אויך בעלי בתים פון שטאט האבן מיט געהאלטן די שיעורים, דער צדיק האט נישט הנאה געהאט ווען מען האט אריין געפרעגט ביי די שיעורים, ווייל ער האט געזאגט בזה"ל, "אויב גרייט מען זיך גוט צו צום שיעור, האט מען נישט קיין קושיות",

ווערט דערציילט, אז די צייט ווען דער צדיק האט געדינט אלס רב אין שטאט ביקאובסק, האט זיך דארט אין שטאט געפינען א איד וואס איז ליידער רח"ל געווען א מסור, ער האט ליידער פאר'מסר'ט אידישע קינדער און אידן האבן ליידער געליטן גאר אסאך פון דעם רשע, מען האט כסדר מזכיר געווען די צרה פארן צדיק,

איין שבת קודש האט זיך דער מסור גענומען דאס לעבן און מען איז פטור געווארן פון אים, האט דער צדיק וקדוש רבי שלמה זי"ע געזאגט בדרך צחות בזה"ל, "דער רשע האט ליידער רח"ל עובר געווען אויף כל התורה כילו, אבער נאר איין מצוה האט ער יא מקיים געווען, און דאס איז די פסוק וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ, אבער אפילו דאס האט ער נישט מקיים געווען בשלימות, נאר ער האט דאס געטון שבת קודש און מיט דעם מחלל שבת געווען",

ווערט געברענגט אין ספר שיחת חילון, אז ווען דער צדיק וקדוש איז אנגעקומען צום שטאט ווישניצא דאס ערשטע מאל, האט ער געהאלטן א דרשה פארן עולם, האט ער געזאגט מיט זיין גרויס עניוות פאר עולם, ווער בין איך צו קומען דינען אלס רב אין דעם גרויסן שטאט ווישניצא, ווי עס האבן געדינט גרויסע גאונים וגדולים, איך וועל נישט זאגן קיין ליגענט אז איך בין ראוי צו דינען אלס רב אין דעם שטאט, נאר איך וועל דאס מסביר זיין מיט א משל,

עס איז אמאל געווען א מלך אין א גרויסע שטאט, און ער האט געלאזט ריפן גרויסע מעלער'ס אז זיי זאלן אים מאכן א גאר שיינע בילד, וואס ער זאל אויף הענגען ביי זיך אין פאלאץ, איינע פון די מעלער'ס האט געמאלען א גאר שיינע בילד, און דער מלך האט דעם בילד געהאלטן גאר חשוב, און געהאלטן דעם בילד אויף איינע פון די חשובע פלעצער אין זיין פאלאץ,

אבער נאך יארן האט דער בילד אנגעהויבן ווערן אפ געניצט, און דער מלך האט געלאזט וויסן אין שטאט, אז ער זיכט איינעם וואס קען דעם בילד איבער מאכן, אבער עס איז נישט געווען צו געפינען קיינער וואס איז געווען אזוי גוט ווי יענער מעלער, האט דער מלך בלית ברירה גענומען וואס ער האט געקענט באקומען, און מען האט געטון דאס בעסטע וואס מען האט געקענט, און מען האט כאטש אראפ גענומען די שטויב פונעם בילד,

דער נמשל איז זאגט דער צדיק, אין דעם שטאט האבן געדינט גרויסע גאונים וצדיקים וואס האבן גאר אסאך אויף געטון פארן שטאט, זיי האבן מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים און גודר געווען פרצות וואס האבן געברויכט תיקונים, אבער ליידער היינט איז שוין נישט דא די צדיקים וואס זענען ראוי צו פירן דעם שטאט, דערפאר בלית ברירה אז די תורה זאל ח"ו נישט פארגעסן ווערן, האב איך גענומען דאס רבנות, און איך האף אי"ה צו קענען כאטש אראפ נעמען דאס שטויב פונעם בילד,

אמאל איז הרה"ק רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע זעהר נישט געזונט געווארן, און ער איז זעהר אפ געשוואכט געווארן, זיין מאמע די צדיקת בילא ע"ה די טאכטער פון הרה"ק רבי אליעזר דזיקובער זי"ע האט זיך זעהר געזארגט אויף זיין שווערן מצב, און זי איז אריין צו אים און זי האט אים געזאגט, אז זי וויל מקבל זיין אויף זיך עפעס א דבר טוב, צום ביישפיל א חומרא אדער א עינוי וואס זאל זיין פאר א זכות פאר זיין רפואה,

האט איר הייליגער זון געזאגט, וואס קלערסטו, אויב צו נעמען אויף דיר תעניתים און סיגופים ביסטו דאך א טאכטער פון דזיקובער זיידן, וואס ער האט מקפיד געווען אז מען זאל נישט פאסטן, האט זי אים געזאגט, אויב אזוי זאג דו מיר וואס פאר א דבר טוב איך זאל נעמען אויף מיר לטובת דיין רפואה, האט ער איר געזאגט, זאלסט מקבל זיין אויף דיר צו מאכן נאך א קוגל לכבוד שבת קודש, אין צוגאב צו די צוויי קוגלען וואס דו מאכסט שוין לכבוד שבת, האט זי מקבל געווען אויף זיך צו מאכן נאך א קוגל פון מעל לכבוד שבת קודש, און באלד דערנאך איז איר הייליגער זון הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע צוריק געזונט געווארן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווערט דערציילט, אז די צייט ווען דער צדיק האט געדינט אלס רב אין שטאט ווישניצא, איז דער צדיק אמאל אסרו חג סוכות געפאר צו א פדיון הבן אין א שטאט נעבן ווישניצא, אינמיטן די סעודה איז געקומען א בשורה לא טובה, אז עס האט אויס געבראכן א גרויסע שריפה אין שטאט ווישניצא, און פון דארט ווי דער צדיק איז געווען האט מען געקענט זעהן די פלאמען פונעם פייער,

די אידן וואס זענען געווען פון שטאט ווישניצא צוזאמען מיט זייער רבין, זענען געווען שטארק באזארגט, אז אפשר איז דאס פייער ביי זיי אין שטוב, אבער דער צדיק וקדוש רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט זיי גלייך געזאגט, זייט נישט באזארגט, ווייל איך ווייס אין וועלכע שטוב דאס פייער האט אויס געבראכן, און קיינער אין שטאט איז נישט געשעדיגט געווארן,

עס איז געווען א פלא פאר די אידן, אבער ווען מען איז צוריק געקומען אין שטאט, האט מען טאקע געזען, אז דאס פייער איז נאר געווען אין איין איינציגסטע שטוב, און דאס איז געווען אינעם שטוב פונעם רב הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, און דאן האט דער רב טאקע פארלוירען גאר אסאך ווערטפולע זאכן ובתוכם אסאך פון זיינע הייליגע חידושי תורה,

ווען מען האט געפרעגט דעם רב, פון ווי ער האט טאקע געוויסט, אז דאס פייער איז נאר אין איין שטוב, און אז דאס איז נאר אין זיין שטוב, האט דער צדיק וקדוש געזאגט, אז בעפאר ער האט גענומען דאס רבנות אין דעם שטאט ווישניצא, איז ער געגאנגען זיך משתתח זיין על ציון קדשו פון הרה"ק רבי ארי' לייבוש ליפשיץ בעל ארי' דבי עילאי זי"ע,

ווייל ער האט געוויסט אז דער הייליגער ארי' דבי עילאי זי"ע האט דאך געדינט אלס רב אין שטאט ווישניצא, אבער ליידער האט מען דעם צדיק נישט מכבד געווען אין דעם שטאט, און דער צדיק האט געברויכט אנטלויפען פון שטאט, און דער הייליגער ארי' דבי עילאי זי"ע האט דאן פארשאלטן דעם שטאט אז עס זאל פארברענט ווערן רח"ל,

דערפאר בין איך געגאנגען צום ציון קדשו פונעם ארי' דבי עילאי זי"ע, און איך האב געבעטן דעם צדיק, אז ער זאל מוחל זיין פארן שטאט אויף די בזיונות וואס מען האט אים אזוי מבזה געווען אינעם שטאט ווישניצא, איך האב טאקע אויס געפויעלט ביים צדיק צו ראטעווען דעם שטאט, אבער אזוי ווי איך בין דאך נישט געווען צווישן די וואס האבן מבזה געווען דעם צדיק, האב איך פארגעסן צו בעטן אויף מיר אויך, און דערפאר ווען מען האט מיר געזאגט אז עס איז דא א שריפה אינעם שטאט, האב איך גלייך געוויסט, אז די שריפה איז אין מיין שטוב, ווייל איך האב דאך געפויעלט פארן גאנצן שטאט, אז דער צדיק זאל זיך נישט נוקם זיין.

הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע וואס איז געווארן א יתום אלץ קליין קינד פון זיין טאטן, האט געוואוינט ביי זיין זיידן הרה"ק מדזיקוב זי"ע, איינמאל איז הרה"ק דער גוטער איד מניישטאט זי"ע געקומען צו גאסט, און מען האט אים געגעבן דעם שלאף צימער צוזאמען מיטן ערשטן באבובער רב וואס איז נאך דאן געווען א יונג קינד,

ביינאכט ווען רבי שלמה'לע איז זיך געגאנגען לייגן, האט ער בחכמה זיך געמאכט ווי ער שלאפט, און זיך צו געקוקט צו די עבודת הקודש פונעם גוטער איד, פלוצלונג האט ער געזען ווי דער גוטער איד ווארפט אראפ זיין קאלפיק אויף דער ערד און שרייט, "צו האבען מיר שוין גארנישט קיין דעה אין הימל", און אזוי האט ער געטון דריי מאל, און געלאזט זיין קאלפיק אויף דער ערד און זיך געלייגט אויף זיין בעט,

די קומענדיגע טאג האט דער קינד פארציילט פארן זיידן הרה"ק מדזיקוב זי"ע, די גאנצע מעשה, אינמיטן דערציילן דעם מעשה איז א איד אריין געקומען צום זיידן, און געברענגט א מתנה פאר הרה"ק מדזיקוב און זיך באדאנקט פאר די מופת, האט דער דזיקובער געזאגט פאר דעם איד, נישט פאר מיר דארפסטו זיך באדאנקען, נאר פאר ר' יוסי'ל ניישטאטער וואס איז אין די אנדערע שטוב,

האט דער איד פארציילט אז ער איז געווען אויפן וועג, און ער איז דורך א וואלד, און א באנדע רויבער'ס האבן אים באפאלען און אים צו שלאגען, ער האט פראבירט צו טון וואס ער האט געקענט, אבער זיי האבן אים אראפ געווארפן אויף דער ערד,

אבער דאן איז פלוצלונג אנגעקומען א מלאך המושיע, וואס האט אויסגעזעהן ווי ר' יוסי'ל און געשלאגען דעם רויבער דריי מאל מיט זיין קאלפיק, ביז דער רויבער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן, איז ער יעצט געקומען באדאנקען דעם רבין, און דאן האט דער קינד שלמה'לע געזען די גדלות און די רוח הקודש פון דעם רבין דער גוטער איד מניישטאט זי"ע, און די הייליגע אויגן פון זיין זיידן די דזיקובער רב זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

איידער דער ערשטער באבובער רב איז געווארן רב אין באבוב, איז ער געזעסן אויפ'ן רבנות שטיל אין די שטאט ווישניצא, דארט אין ווישניצא האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען ר' חיים גאלדבערג, פרנסה האט דער איד געצויגן פון א מיל וואו מען האט גאמאלן מעל, איינמאל קומט ר' חיים גאלדבערג אריבער צום באבובער רב, און באקלאגט זיך פאר אים אז ער ליידט זעהר פון מייז וועלכע דרייען זיך ארום אין די מיל און צו'מזיקין אים זעק מיט מעל, און ער האט פון זיי גרויסע שאדנס,

פרעגט אים דער רב, "ווער איז דיין שכן", ענטפערט ר' חיים: "מיין שכן איז א גוי, ער פירט דארט א געשעפט!", רופט זיך דער רב אן, "אויב אזוי זאלן די מייז אריבער גיין צו אים!", דעם אנדערן טאג אינדערפרי, ווען ר' חיים האט געעפנט די טירן פון די מיל, האבן ארויסגעשטראמט פון די מיל א מחנה מיט מייז, און די מייז האבן שנעל מארשירט, ווי לויט א באפעל פון א גענעראל, צום הויז פונעם שכן דער גוי, און דער איד האט מער נישט געליטן פון די מייז,

בשנת תרנ"ה איז דער ערשטער באבובער רב זי"ע געווען אין די שטאט בארדיוב, זיך צו היילן אין די דארטיגע בעדער, און צוליב עפעס א סיבה איז ער נישט געבליבן דארט אויף שבתים, נאר יעדן שבת איז ער אריבער געפארן אין די דערבייאיגע שטאט זבארוב, און דארט געוויילט איבער שבת, און מוצאי שבת פלעגט ער צוריק גיין קיין בארדיוב,

איינמאל בשעת ער איז געווען דארט אין זבארוב, קומט צו גיין א דארטיגער איד מיט א בקשה, עס איז ביי אים געבוירן געווארן א בן זכר למזל טוב, דער ברית דארף זיין זונטאג, און ער בעט דעם רבי'ן ער זאל בלייבן דא אין זבארוב כדי ער זאל קענען זיין סנדק, דער ערשטער באבובער רב האט מסכים געווען, און ער איז נישט צוריק געפארן קיין בארדיוב מוצאי שבת, נאר איז געבליבן אין זבארוב,

אבער פלוצלונג, זונטאג אינדערפרי, האט ער זיך אנגעהויבן זעהר נישט גוט צו פילן, די ברית האט מען געמאכט אין זיין אכסני' און ער איז געווען סנדק, אבער צו די סעודה האט ער שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין, איז די סעודה פאר געקומען אן אים, נאך עטליכע שעה איז די חולשה אוועק, אזוי פלוצלונג ווי עס איז געקומען, און ער האט זיך געפילט צוריק כאחד האדם, דער עולם האט געטראכט, אז זעט אויס אז די קרענק איז נאר געווען א דורכגאנג, ווי עס פאסירט טיילמאל אזא זאך אז עס כאפט אן א חולשה, אז מען פילט זיך נישט גוט אויף א וויילע,

ס'האט אבער נישט לאנג געדויערט, און מען האט זיך דערוואוסט אז די חולשה איז נישט געווען סתם אזוי, נאר דאס איז געווען צוגעשיקט פון הימל, כדי צו היטן דעם צדיק פון א מכשול וואס האט פאסירט, ווייל ביי די סעודה וואס דער איד האט געפראוועט לכבוד די ברית, איז געשען א שרעקליכער מכשול, מען האט פארטוישט דאס פלייש וואס מען האט געקאכט צו די סעודה, און אנשטאט די כשר'ע פלייש האט מען געברענגט טריפה פלייש, און דאס האבן די מסובים געגעסן רח"ל,

דאן האט יעדער געזען, אז א צדיק היט מען פון הימל ער זאל נישט ח"ו נכשל ווערן אין קיין מאכלות אסורות, און מען האט פון הימל נישט געזונט געמאכט דעם באבובער רב אויף עטליכע שעה, כדי ער זאל נישט געשטרויכלט ווערן אין איסור פון מאכלות אסורות.

בשעת דער רשע באראן הירש האט געוואלט אויף שטעלן "שקאלעס" צו לערנען מיט אידישע קינדער גוי'אישע חכמות רח"ל, האט דער צדיק וקדוש רבי שלמה מבאבוב זי"ע זיך אמאל צופייערט ביי א סעודת ראש חודש, און געלאזט הערן די פאלגענדע ווערטער, "דער זכות פון די תורה הקדושה, און דער זכות פון אידישע קינדער, וועט מגין זיין אויף אונז, אז דער באראן וועט איין נעמען א מיתה משונה",

און דאן האט דער צדיק רבי שלמה זי"ע געזאגט אזוי, "עס ווערט געברענגט אין אן אלטן קדמונ'יש ספר, אז אויב א רשע שטארבט פון א קראנקהייט אזוי ווי רוב מענטשן, דעמאלט שטארבט נישט מיט, מיט אים זיין רשעות, און אנדערע קענען ווייטער אנהאלטן און אויספירן זיינע בייזע מחשבות, אבער אויב ער קומט אום מיט א מיתה משונה, דעמאלט גייט זיין רשעות פארלוירן צוזאמען מיט אים, ווייל אפילו די רשעים זעען איין, אז דער אויבערשטער האט אים אומגעברענגט צוליב זיין רשעות", צומארגנס איז געקומען א ידיעה, אז באראן הירש האט אויס געטרינקען א גלאז סם, און ער איז געשטארבן מיט א מיתה משונה, אזוי ווי דער צדיק וקדוש רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט אים צוגעוואונטשן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

הרבני החסיד המפורסם ר' ישראל יצחק מאס ע"ה איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, ער איז געווען זעהר א נאנטער מענטש און א מקורב ביים ערשטן באבובער רב זי"ע, ער איז געווען געבענטשט מיט א גרויס עשירות, צו וועלכע ער האט זוכה געווען א דאנק א בריוו פון הרה"ק רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע, און דער בריוו איז נאך דא היינט,

אינעם בריוו הייסט אים דער הייליגער באבובער רב זי"ע, אז ער זאל קויפן צען פארשידענע לאטעריעס פון עטליכע שטעט, אבער נישט אזעלכע וואס מ'ציט ארויס אים שבת, און די באבובער רב זי"ע הייסט אים אויך וואס פארא נומערן אויס צו קלויבן, אויך האט דער באבובער רב זי"ע אים געהייסן, אז ער זאל קיינעם נישט דערציילן פון פריער דערוועגן,

און דער באבובער רב זי"ע פירט אויס דעם בריוו בזה"ל "ובלתי שום ספק שבאם לא יתודע הדבר לילוד אשה, בעזהש"י בוודאי תרויחו בזמן קרוב סכום רב ועצום בעזה"י", פארשטייט זיך אז ווען עס איז געקומען די צייט צו ציען די לאטעריס, האט ר' ישראל יצחק טאקע ארויס געצויגן די גרעסטע געווינסן, פונקט ווי דער הייליגער באבובער רב זי"ע האט פאראויס געשריבן אין זיין בריוו, און ער איז גאר שטארק נתעשר געווארן.

הרה"ח ר' ישראל יצחק מאס ע"ה איז געווען א חסיד'ישער איד און א גרויסע חסיד פונעם ערשטען באבובער רב זי"ע, עס זענען דורך געלאפן 18 יאר פון זיין חתונה און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער, ער פלעגט זיך כסדר מזכיר זיין ביי זיין גרויסן רבין מבאבוב זי"ע, וועלכער פלעגט אים ענטפערן, "זיי דיך נישט מייאש, איך ווארט ס'זאל אונטער קומען אן עת רצון און א שעת הכושר, און דאן וועסטו געהאלפן ווערן",

אמאל ווען רבי שלמה מבאבוב זי"ע איז געווען אין שטאט קראקא, איז ער איין געשטאנען ביי ר' ישראל יצחק'ן, יעדן טאג ווען רבינו האט דארט געגעסן, פלעגן זיך קומען באטייליגן רבנים און חסידים פון די שטאט, כדי צו הערן די הייליגע שמועסן, און ר' ישראל יצחק האט אנגעגרייט עסנווארג פאר אלע אנוועזנדע,

ביי די לעצטע סעודה, איידער די רבי איז צוריק אהיים געפארן קיין באבוב, האט זיך פארזאמלט א ריזן עולם מענטשן, היות אלע האבן געוואלט זען און הערן דעם הייליגן רב, האבן זיי זיך ארויף געשטעלט אויף די בענק, אויף די טישן און אויף די פענסטער, און אלס רעזולטאט האבן זיך צעבראכן עטליכע בענק און פענסטער און אנדערע כלים,

ווען דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט דאס באמערקט, האט ער געזאגט, ס'איז פאראן א ווערטל, פארוואס שטייט א רבי איין ביי א גוטן פריינט, מען מאכט דאך אן אזויפיל שאדן, וואלט מען דאך לכאורה באדארפט איינצושטיין ביי א שונא, נאר די וועלט ענטפערט, אז מ'פארגינט נישט דעם שונא די שמחה וואס ער וועט האבן ווען דער רבי וועט אהיים פארן, קומט אויס אז אויך ר' ישראל יצחק וועט האבן א גרויסע שמחה ווען מיר וועלן אוועק פארן פון דאנען,

וויבאלד דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט מסיים געווען די רייד, האט ר' ישראל יצחק הויך געענטפערט "אמן!" מיט זיין גרויסע אמונה האט ער פארשטאנען, אז זיין רבי רעדט נישט סתם ווערטלעך, נאר ער איז מכוון אויף א ברכה פאר אים, אזוי איז טאקע געווען, אין יענעם יאר האט ר' ישראל יצחק געמאכט א גרויסע שמחה, ווען ס'איז ביי אים געבוירן געווארן זיין ערשטע קינד למזל טוב.

אמאל איז אין באבוב ביים צדיק וקדוש רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע, געווען אויף שבת הרה"ח ר' יאסל וויידן פון ראדאמישלא, פרייטאג צונאכטס ביים טיש ווען ר' יאסל האט געגעבן 'לחיים', זאגט אים די רבי זי"ע, "לחיים טובים ולשלום. זארג דיך נישט יאסל, איך געב אויף דיר אכטונג",

דער רבי יאסל האט זיך געוואונדערט אויף די אויסטערלישע רייד, וואס הייסט ער זאל זיך נישט זארגן, צי האט ער זיך דען באקלאגט פאר'ן רבי'ן אז ער זארגט זיך, און אין וואסערע אכטונג נויטיגט ער זיך, ער האט אבער גארנישט איבער געפרעגט, אויך צומארגנס ביים 'בייטאג טיש', זאגט אים די רבי ביים געבן 'לחיים', "דו, יאסל דארפסט דיך נישט זארגן, ווייל איך געב אויף דיר אכטונג",

ווען ר' יאסל איז נאך שבת אהיים געפארן, האט ער געזען אז עס האט שבת אויס געבראכן א שריפה רח"ל אין ראדאמישלא און די גאנצע שטאט איז אפגעברענט געווארן, בלויז איין איינציג הויז איז געבליבן שטיין גאנץ און איבערהויפט נישט געווארן געשעדיגט, און דאס איז געווען ר' יאסל וויידן'ס הויז!, דאן האט דער חסיד פארשטאנען וואס די רבי האט מרגיש געווען שבת ביים טיש, און די ברכה וואס די רבי האט אים געגעבן ביים לחיים,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווען דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע איז אמאל געפארן קיין קראקא צו א דאקטאר, האט אים הרה"ח המפורסם ר' ישראל יצחק מאס ע"ה געבעטן אז ער זאל עסן ביי אים, און די רבי האט צו געשטימט, ווען די עקרת הבית פון ר' ישראל האט צו געגרייט אן עוף פאר די סעודה, האט זי באמערקט א שטיקלע שאלה אינעם עוף, און כאטש זי האט געוואוסט אז די שאלה איז זיכער כשר, פונדעסטוועגן וויבאלד ס'איז געווען באקאנט אז דער צדיק רבי שלמה זי"ע עסט נישט קיין פלייש פון קיין שאלה, האט זי געפרעגט איר מאן וואס זי זאל יעצט טוען, ווייל ס'איז נישט געווען בכדי שיעשו כשר צו מאכן נאך אן עוף און עס קאכן,

זאגט ר' ישראל יצחק, מיר האבן דאך דא מיט אונז הגאון רבי בצלאל דיין פון ירושלים, לאמיר אים פרעגן, האט רבי בצלאל גע'פסק'נט איך האלט אז דאס הייסט אפילו נישט קיין שאלה, ווייל אין דעם איז דאך נישט דא קיין מחלוקת הפוסקים, נאר ס'איז כשר לכל הדעות, און דערפאר האט מען צו געגרייט דעם עוף, און דער רבי ר' שלמה איז אריין געקומען און ער האט זיך געוואשן צו דער סעודה, צו פארשפייז האט מען געגעבן לעבערליך פון דעם עוף, האט רבינו איינגעטונקען א שטיקל חלה אין די לעבערליך, און האט בשעת מעשה געמאכט א שמועס, דערנאך האט ער אוועקגערוקט דאס טעלערל נישט פארזוכענדיג דערפון קיין משהו,

די פארזאמלטע וואס האבן נישט באמערקט אז די רבי האט בכלל נישט טועם געווען פון די לעבערליך, האבן געכאפט שיריים דערפון, און דאס זעלבע האט זיך איבער'חזר'ט ביים ארויפגעבן די זופ, די רבי האט געמישט מיט'ן לעפל, געגעסן א פאר שטיקלעך חלה, און אוועק געשטעלט דעם טעלער, און דאס זעלבע האט פאסירט ביי די פלייש, די רבי האט צושניטן די פלייש אויף שטיקלעך, געגעסן א פאר שטיקלעך חלה, און ווידער אוועקגערוקט דאס פלייש, און דער עולם האט ווידער געכאפט שיריים נישט דערקענענדיג אז די רבי האט דערפון בכלל נישט פארזוכט,

דערנאך האט מען ארויף געגעבן פלוימען צימעס, און פון דעם האט שוין די רבי יא געגעסן, הגאון רבי בצלאל האט אבער יא באמערקט וואס עס קומט פאר, און ער האט משער געווען אז משום איזה סיבה וויל זיך די רבי נישט פארפליישיגן, נאכ'ן בענטשן ווען רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט פארלאזט דאס הויז, האט ער זיך געקערט צו רבי בצלאל זאגנדיג, "מעגסט זאגן ר' ישראל יצחק'ן, אז אויב ער וועט מיר אנגרייטן אזעלכע אנבייסענס וועל איך מיר גיין זוכן אן אנדערע אכסניא",

דאן האט רבי בצלאל פארשטאנען, אז דער צדיק רבי שלמה זי"ע האט לעולם יא געהאלטן ביים עסן פליישיגס, נאר היות ער האט מרגיש געווען ברוח קדשו אז מ'האט אויפ'ן פלייש געפרעגט א שאלה, האט ער זיך דעריבער מונע געווען פון עסן דאס עוף, דער רבי בצלאל האט געשטוינט ווי ווייט דער כח ההרגש פונעם צדיק וקדוש רבי שלמה מבאבוב זי"ע דערגרייכט, אפילו אויף עפעס וואס איז נישט קיין ריכטיגע שאלה.

הרה"ח הנגיד ר' אברהם נייגער ע"ה האט דערציילט אן ענין פלא וואס ער האט געהערט פון די בעלת העובדא אליין, ווען דער ערשטער באבובער רב זי"ע איז געווען אין נויהייט אויף קור, איז געקומען צו די אכסניא א פופצן יאריגע מיידל מיט'ן נאמען שיינדל, וואס האט זיך ארויסגע'גנב'עט פון א דערנעבנדיגע אנשטאלט פאר אויפגעגעבענע חולאים רח"ל,

דאס מיידל האט געוואלט אריינגיין צום רב זי"ע, אבער די גבאים וועלכע האבן געשוינט דעם רב'ס געזונט, און האבן נישט צו געלאזט קיין פרעמדע מענטשן, האבן איר נישט געוואלט אריינלאזן, האט זי געבעטן איבער צו געבן פאר'ן רב, אז זי קומט פון פראנקפורט און איז אן אייניקל פון ר' יעקב שטיינהארט, וועלכער איז געווען פון די גרויסע און נאנטע צאנזער חסידים, און ווען דער ערשטער באבובער רב זי"ע האט דאס געהערט, האט ער באפוילן איר תיכף אריינצולאזן, איז זי אריין געקומען צום אלטן רב אין באגלייטונג פון די הויז מענטשן,

אריינקומענדיג האט זי אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין, דערציילנדיג אז זי איז קראנק געווארן מיט טובערקולאז רח"ל, און מ'האט איר דא אריין געזעצט ביז זי וועט אוועקפוילן און אויסגיין ל"ע, וואס האט זי געזינדיגט אז ס'איז איר באשערט אזא פינסטערן גורל צו שטארבן אזוי יונג האט זי געקלאגט, זי האט געוויינט מיט הארצרייסנדע טרערן, ביז אלע אנוועזנדע האבן מיט איר מיט געוויינט,

פלוצלונג זאגט דער רב זי"ע, "הער אויף צו וויינען און זארג דיך נישט, דו וועסט זיין אן אלטע אידענע און וועסט מאריך ימים זיין", די מיידל הערנדיג די הבטחה, האט זי זיך אומגעקערט צו איר אנשטאלט פרייליך און אויפגעלעבט, און צומארגנס האט זי איבער געגעבן פאר די דאקטוירים אז זי פילט זיך עפעס אנדערש אין איר קערפער, און די דאקטוירים האבן איר אונטער זוכט, און מיט שטוינונג פעסט געשטעלט, אז זי איז גענצליך אויס געהיילט געווארן און קען זיך אומקערן אהיים, און די אידענע האט דורך געלעבט ביידע וועלט מלחמות, און איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל, אין טיפן עלטער פון פיר און ניינציג יאר,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי שלמה השני בעל כרם שלמה מבאבוב זי"ע פלעגט דערציילן בשם זיין טאטן הרה"ק מרן הקדושת ציון מבאבוב זי"ע, הי"ד, אז דער זיידע דער ערשטער באבובער רב זי"ע, איז אמאל געפארן אויף "קור" קיין בארדיוב, נעבן בארדיוב צווישן די בערג, געפונט זיך א דארף מיט'ן נאמען 'גלאקוב', וואס דארט איז דא זעהר גוטע לופט,

אין דעם דארף איז דא א ברונעם, און ס'איז געווען אן גענומען אז ווען דער רבי ר' מענדל מרימנוב זי"ע האט זיך אויפגעהאלטן אין דעם דארף אין א געוויסן זומער, האט ער זיך גע'טובל'ט פאר'ן דאווענען אין דעם ברונעם, צדיקים און חסידים וועלכע פלעגן זיין אין שטאט בארדיוב, פלעגן צו פארן צו דעם דארף צו טרינקן וואסער פון דעם ברונעם, וועלכע האט באקומען דעם נאמען, "דעם רבי'ן ר' מענדלי'ס ברונעם",

איינמאל אין די דריי וואכן, איז דער ערשטער באבובער רב זי"ע געפארן קיין בארדיוב, זייענדיג דארט איז ער, ווי געווענליך צו געפארן קיין 'גלאקוב' צום רבי'ן ר' מענדלי'ס ברונעם', אויפ'ן וועג צוריק פונעם דארף, האט דער רב זיך אונטער געזונגען א ניגון וועלכער זיין זון דער קדושת ציון זי"ע האט נאך קיינמאל פריער נישט געהאט געהערט, און ווען דער קדושת ציון האט געהערט דעם ניגון עטליכע מאל, האט ער זיך עס גוט אויסגעלערנט, און עס שוין געקענט נאך זינגען,

ווען מ'איז דערנאך אנגעקומען אהיים, האט דער קדושת ציון אויס געלערנט דעם נייעם ניגון, וואס ער האט ערשט יעצט געהערט פונעם טאטן, פאר'ן גאנצן עולם, די באבע בילא ע"ה אשת חבר פון הרה"ק רבי מאיר נתן זי"ע, די טאכטער פון הרה"ק רבי אליעזר' דזיקובער זי"ע, וואס איז געווען מפורסם אלס אן אויסגערופענע צדיקת און חכמת, און אױף דער עלטער פלעגן איר חסידים געבן קוויטלעך,

זי איז שוין דאן געווען א זקנה, און זי האט זיך געפונען אין א שטוב דערנעבן, און ווען זי האט געהערט ווי מ'זינגט דעם ניגון, איז זי צו געקומען צו די טיר, און אויסגערופן פארוואונדערטהייט, "פון וואנעט קענט עטס דעם ניגון, דער ראפשיצער זיידע האט דאך נאך געזונגען דעם ניגון, און ער האט געזאגט אז דאס איז דעם רבי'ן ר' מענדלי'ס א ניגון",

ערשט דעמאלט האט מען פארשטאנען, אז ווען דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט געשעפט וואסער פון "דעם רבי'ן ר' מענדלי'ס ברונעם", האט ער אויך אנגעשעפט דעם ניגון!, און אזוי ווי עס איז דעמאלט געווען אין די דריי וואכן, האט מען קובע געווען צו זינגען דעם ניגון אויף "שמו מפארים", וואס מ'זינגט אין די דריי וואכן, און דאס איז דער מקור צו דעם ניגון, וועלכער מ'זינגט נאך אין באבוב ביז'ן היינטיגן טאג.

עס האט דערציילט הרה"ח ר' שלמה רייכמאן ע"ה, אז ווען ער איז אמאל געווען אין די שטאט "דזיקוב", האט אים א איד ר' וואלף ע"ה, א תלמיד פון ערשטן באבובער רב זי"ע געוויזן זיינ'ס א קינד, וואס איז געווען א "מופת" פונעם ערשטן באבובער רב זי"ע, ומעשה שהיה כך היה,

הרה"ק רבי שלמה באבובער זי"ע איז ווי באקאנט געווען אן אייניקל פון הרה"ק רבי אליעזר פון דזיקוב זי"ע, איינמאל האט דעם באבובער רב אן געכאפט א גרויסע תשוקה צו זיין אויפ'ן ציון פון זיין דזיקובער זיידן וואס ליגט אין דזיקוב, מען איז געגאנגען צו די "פאסט" און מען האט טעלעפאנירט קיין דזיקוב, און געלאזט וויסן פאר רבי וואלף אז דער באבובער רב קומט קיין דזיקוב,

ווען דער באבובער רב איז אנגעקומען קיין דזיקוב, איז זיין תלמיד רבי וואלף אים געגאנגען מקבל פנים זיין, און אים געברענגט צו די אכסניא, און ווען דער באבובער רב איז געשטאנען ביי די טיר, האט ער באמערקט אז אויף די וואנט אין די שטוב, הענגט בילדער פון מענטשן, האט דער באבובער רב געזאגט פאר דעם בעל אכסניא, "איך וועל נישט אריינגיין אין די שטוב, אויב מען וועט נישט אראפ נעמען די בילדער",

איז רבי וואלף אריין צו זיך אין שטוב, און דערציילט זיין פרוי וואס דער רבי האט געזאגט, רופט זי זיך אן, "וואס טויג נישט מיט די בילדער, עס איז פון אונזערע זיידעס און באבעס, און פון די פעטערס", האט אים דער באבובער רב געזאגט מיט תקיפות און פעסטקייט, "איך וויל פון גארנישט הערן, אז מען נעמט נישט אראפ די בילדער, נעם איך דעם באן און איך פאר אהיים",

דער בעל אכסניא האט אנגעהויבן צו וויינען מיט שרעקליכע בכיות, און געבעטן פון זיין רבי'ן, ער זאל נישט אוועק גיין פון זיין שטוב, ווייל ער דארף א גרויסע ישועה, אז השי"ת זאל אים העלפן, און מזכה זיין מיט א "בן זכר", זאגט אים דער באבובער רב, "איך זאג דיר צו א ישועה, אז די וועסט בעז"ה האבן איבער א יאר א "בן זכר", אבער נעם אראפ די בילדער", ער האט געפאלגט, און אראפ גענומען די בילדער, און דער באבובער רב איז ביי אים איין געשטאנען, און די ברכה איז ב"ה פולקאם מקוים געווארן, און איבער א יאר האט ער שוין געהאט א קינד למזל טוב, און דעם קינד האט ר' שלמה געזען,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

אין מערב גאליציע, נישט ווייט פון די שטאט באבוב איז דא א דערפל "סטרוזש", דארט איז געווען א הויפט סטאנציע וואו עס זענען טעגליך אנגעקומען גאר אסאך באנען, און מ'איז דארט איבער געשטיגן פון איין צוג צום צווייטן, כדי אן צו קומען צו פארשידענע אנדערע שטעט אין עסטרייך פולין.

ביי יענע שטארק פארנומענע סטאנציע, האט א איד געהאט א קליין בודקעלע, וואו ער האט פארקויפט פארשידענע קלייניקייטן, און פון דעם האט ער געצויגן זיין פרנסה, איבער די גאנצע ווירטשאפט פון די סטאנציע, האט די רעגירונג באשטימט א פארוואלטער, א גרויסער אנטיסעמיט, וועלכער האט נישט פארגינען אז א איד האט פרנסה ביי די סטאנציע וואס איז אונטער זיין הערשאפט, און ער האט אים כסדר דערקוטשעט, פרואוונדיג אים צו מאכן שוועריקייטן ביי יעדע געלעגנהייט,

ווען עס איז געקומען צו א מצב, אז דער איד האט שוין מער נישט געקענט אויסהאלטן די רדיפות פון דעם שונא ישראל, איז ער אריבער געפארן קיין באבוב, און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ צום ערשטן באבובער רב זי"ע וועגן זיין מצב, פארשטייט זיך אז דער צדיק וקדוש רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט שטארק אנגעוואונטשן דעם צעבראכענעם איד, און אים געזאגט בזה"ל, "זארג דיך נישט, בקרוב וועסטו אי"ה פטור ווערן פון אים",

א קורצע צייט שפעטער, איז אין די באן סטאנציע פון סטרוזש אנגעקומען אן אנגעזענער מיניסטער פון די עסטרייכישע רעגירונג, וועלכער האט געהאט אין פלאן דארט אויפצושטייגן אויף א באן וואס פארט צו א צווייטע שטאט, אנקומענדיג אין די סטאנציע האט זיך דער מיניסטער נאך געפרעגט פון וואו עס פארט באלד ארויס די באן, און מ'האט אים געענטפערט אז יענער באן איז שוין אפגעפארן,

ווען דער מיניסטער האט געגעבן א קוק אויף זיין זייגער און געזען, אז ס'איז נאך עטליכע מינוט פאר די באשטימטע צייט וואס די באן האט געזאלט באמת ארויס פארן, איז ער צו געגאנגען צו דעם פארוואלטער אויף די סטאנציע, און ער האט אים אפיר געהאלטן, היתכן אז די באן איז אפגעפארן עטליכע מינוט פאר די צייט, דער אויפזעער אויף די סטאנציע האט אבער צוריק גע'טענה'ט, אז דער זייגער וואס דער רעגירונג-מיניסטער האט, ווייזט נישט די ריכטיגע צייט, און ס'איז שוין באמת אביסל שפעטער,

דער שטאלצער מיניסטער האט דאס אבער נישט געקענט אראפשלינגען, און האט תיכף געהייסן טעלעגראפירן קיין וויען, אז מ'זאל שוין צוריק שיקן פון דארט אן ענטפער, גענוי וויפיל אזייגער ס'איז אצינד, די תשובה וואס איז צוריק געקומען האט געוויזן אז דער מיניסטער איז געווען גערעכט, און זעענדיג דאס, האט דער מיניסטער זיך אנגערופן, "אז א מענטש וואס קען נישט האלטן דעם זייגער מיט די פונקטליכע צייטן, קען נישט אנפירן מיט די סטאנציע, און אויפ'ן ארט האט ער אפגעזאגט דעם אויפזעער פון זיין שטעלע", אזוי איז די ברכה פון ערשטן באבובער רב זי"ע, מקוים געווארן אז דער איד וועט בקרוב האבן מנוחה, אויף א וואונדערליכן אופן.

הרה"ח ר' משה לעזער ע"ה איז אמאל געפארן קיין שינאווא צום הייליגען דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, מזכיר צו זיין דעם טאכטער, וואס איז געווען זייער נישט געזונט, שטייענדיג דארט אין פאר צומער פונעם שינאווא רב זי"ע, איז געווען דארט א איד וואס האט געלאזט פאלן נישט קיין שיינע ווערטער אויפן צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, און דער ר' משה האט מוחה געווען און האט יענעם גאר שטארק אנגעשריגן,

יענער איד איז קודם אריין צום שינאווא רב, און ער האט זיך אפגערעדט צום שינאווא רב, אז א איד דא אינדרויסן א עזות פנים האט אים גאר שטארק מבזה געווען און אנגעזידלט, און דערנאך וויל נאך דער איד אריין קומען צום רבין, האט דער הייליגער שינאווא רב געפרעגט וואס די מעשה איז געווען, און ווען מען האט דערציילט פארן שינאווא רב וואס די מדובר איז געווען, האט ער באפוילן, אז מען זאל תיכף אריין ריפן דעם יונגערמאן,

אזוי ווי דער ר' משה איז אריין געקומען אין שטוב פונעם שינאווא רב זי"ע, האט דער שינאווא רב דערלאנגט די האנט פאר ר' משה, און אויסגעריפן בזה"ל, "אין זכות וואס דו האסט חס געווען אויף דעם כבוד פון א צדיק, און דו האסט מוחה געווען ווען דו האסט געהערט אויף אים דברי זלזול, וועט דיין טאכטער באלד האבן א רפואה שלימה", פארשטייט זיך אז די ברכה פונעם צדיק איז מקיים געווארן, און די טאכטער פון ר' משה איז געזונט געווארן,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

אין בריגל האט געוואוינט א איד, הרה"ח ר' מרדכי דוד טייטלבוים ז"ל בן הרה"ק רבי מנשה טייטלבוים זי"ע וואס איז געווען אן איידעם פון הרה"ק רבי טובי' ליפשיץ אבד"ק בריגל זי"ע, וועלכער פלעגט פארן קיין באבוב צום ערשטן באבובער רב זי"ע, און שפעטער אויך צו בנו מרן הגה"ק הקדושת ציון זי"ע הי"ד,

ווען זיינע קינדער זענען אונטער געוואקסן און ער האט זיי געדארפט חתונה מאכן, האט ער זיך געפונען אין א פארלעגנהייט, ווייל קיין געלט האט ער נישט פארמאגט, און ער האט נישט געוואוסט ווי זיך אן עצה צו געבן, האבן אים זיינע גוטע פריינט גע'עצה'ט אז ער זאל פארן קיין אונגארן שאפן געלט, איז ער געקומען צום ערשטן באבובער רב זי"ע אז ער זאל אפשרייבן א כתב המלצה, וויבאלד דער רב האט געהאט אסאך גוטע פריינט און חסידים אין אונגארן, און מיט א כתב המלצה פונעם רבין, וועט ער קענען מאכן אסאך געלט גרינגערהייט,

דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט אים טאקע אפ געשריבן א ווארימע המלצה בריוו, שרייבנדיג אז עס האנדלט זיך פון א בנן של קדושים וואס דארף חתונה מאכן, און מען זאל אים זען שטארק צו שטיצן א.א.וו, דערנאך האט ר' מרדכי דוד געבעטן דעם רבין, אז היות ער פארט קיין אונגארן, און ער מוז דורך פארן די גרעניץ, האט ער שטארק מורא פאר די אונגארישע זשאנדארן, וועלכע זענען געווען באוואוסט מיט זייער גרויס רשעות און שנאת ישראל, ווייל ער האט נישט קיין פאס אדער פאפירן, ממילא וויל ער א ברכה פונעם רבין, אז ער זאל דורך גיין בשלום, זאגט אים דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע בזה"ל, "נו, איך געב דאך דיר א פאס!" מיינענדיג דערמיט דעם המלצה בריוו וואס ער האט אים געשריבן,

דער ר' מרדכי דוד טייטלבוים איז טאקע געפארן קיין אונגארן אן קיין פאפירן, באגלייט מיט דעם המלצה בריוו און די ברכה פונעם באבובער רב, און מיט זיין גרויסע אמונת צדיקים, און אנקומענדיג צו די גרעניץ, שטעלן אים אפ צוויי זשאנדארן, און פארלאנגן פון אים, אז ער זאל ווייזן פאפירן, זיין בעל עגלה האט געהאט אלע נויטיגע פאפירן, אבער ער האט גארנישט געהאט, און ער איז שטארק דעשראקן געווארן, און האט אנגעהויבן צו זוכן און טאפן אין זיינע טאשן,

דאן, דערמאנט ער זיך אז דער רב האט אים געזאגט אז ער גיבט אים א פאס, האט ער שנעל ארויס גענומען דעם המלצה בריוו, און ער האט עס געגעבן פאר די זשאנדארן, דער גרעסערער פון זיי האט עס גענומען און האט עס אנגעהויבן צו לייענען, דא איז געשען אן ענין פלא,

דער זשאנדאר איז געבליבן שטיין ווי אן אבן דומם, ער האט גארנישט געפרעגט און גארנישט געזאגט, און זיך בכלל נישט גערירט פון ארט, אינצווישן איז דער המלצה בריוו ארויס געפאלן פון זיינע הענט, אבער ער איז ווייטער געשטאנען דארט ווי א גולם, ר' מרדכי דוד זעט ווי יענער איז שטיין געבליבן ווי א קלאץ, האט ער אנגעזאגט דעם בעל עגלה אז ער זאל שוין פארן ווייטער, און זיי האבן אנגעהויבן צו פארן, און די צוויי זשאנדארן שטייען נאך ווי קלעצער,

נאך א שטיק צייט, זענען די צוויי זשאנדארן אוועק געגאנגען פון דארט, נאכ'ן פארן א שטיק וועג האט ער צוריק געקוקט צו זען צי די זשאנארן זענען נאך דארט, און אזוי ווי ער האט באמערקט אז זיי זענען שוין פון דארט אוועק געגאנגען, איז ער צוריק געלאפן און האט צוריק גענומען דעם המלצה בריוו, פאס, וואס איז נאך דארט געלעגן אויף דער ערד, און ער איז ווייטער געפארן זיין וועג, און הרה"ק רבי שלמה השני מבאבוב זי"ע פלעגט דערציילן, אז ער האט נאך געהאלטן אין זיינע הענט יענעם המלצה בריוו וואס האט געדינט פאר ר' מרדכי דוד אלס פאספארט,




איינמאל ווען הרה"ח ר' אהרן בארנובער ע"ה איז אמאל אריין געגאנגען זיך געזעגענען פון זיין רבי'ן, כ"ק אדמו"ר הראשון מבאבוב זי"ע, נאכדעם וואס ער איז געווען במחיצת קדשו א שטיקל צייט, האט אים דער רב געפרעגט, "אהרן פארוואס ברענגסטו מיר נישט קיין חסידים", עס איז געווען פאר דעם חסיד א גאר שטארקע וואונדער, און עס איז געווען פאר ר' אהרן א חידוש, אז דער רב, זאל בעטן מען זאל אים ברענגען נאך חסידים, וואס ווי באקאנט, איז דאך דער צדיק געווען מלא שפלות און ענוה, אבער דער חסיד האט ביי זיך אפ געמאכט, אז ער וועט טוען וואס ער קען, ממלא צו זיין רצון קדשו פון זיין הייליגן רבי'ן,

תיכף ווען ער איז אהיים געקומען קיין בארנוב, האט ער אויף געזוכט א וואוילע בחור, וואס ער האט געהאלטן אז דער באבובער רב וועט הנאה האבן פון אים, און ער האט אנגעהויבן משפיע זיין אויף אים, אז ער זאל קומען קיין באבוב, ער האט אריין גערעדט אין דעם בחור א לענגערע צייט, און ער האט אים געטוען פארשידענע טובות און אים ארויס געהאלפן מיט וואס עס איז געווען שייך, ביז עס איז אים געלונגען צו מאכן דעם בחור פאר א באבובער חסיד, און ווען ער איז נאכאמאל געפארן קיין באבוב, האט ער שוין מיטגעברענגט מיט זיך א נייע חסיד,

אבער אזוי ווי ער איז אריין געקומען צום באבובער רב זי"ע, און מיט געברענגט דעם נייעם חסיד, האט דער רב זיך צושמייכעלט, און געזאגט, "דו בטלן, דו מיינסט אז איך דארף עפעס חסידים, פעלט מיר דען אויס נאך חסידים, אז איך זאל גיין בעטן עמיצן אז ער זאל מיר גיין אפירזוכן עפעס א חסיד, חס ושלום, נישט דאס איז געווען מיין כוונה", "נאר וואס דען האט דער רבי געמיינט", פרעגט ר' אהרן בתמימות,

זאגט אים דער צדיק, איך האב געמיינט צו זאגן, אז ווען דו פארסט אהיים אין דיין שטאט, זאלסטו זיך זעצן לערנען בהתמדה רבה, און דאווענען מיט השתפכות הנפש, זיך אויפפירן מיט ערליכקייט און יראת שמים און גוטע מדות, אז יעדער זאל באוואונדערן דיינע מעשים, און מען זאל שמועסן, וואו האט דער יונגערמאן באקומען זיין הדרכה, וואו האט דער יונגערמאן זיך אויסגעלערנט ווי אזוי זיך צו פירן,

און ווען זיי וועלן הערן אז דו פארסט קיין באבוב, וועלן זיי אויך וועלן קומען קיין באבוב, און זיי וועלן שיקן זייערע קינדער קיין באבוב, אז אויך זיי זאלן באקומען די הדרכות וואס מען לערנט אין באבוב, און זיי וועלן דורכדעם בעזרת השם אויף שטעלן ערליכע חסידישע דורות, דאס האב איך געמיינט צו זאגן, ווען איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט מיר ברענגען א חסיד, נישט אז דו זאלסט מיר גיין ברענגען א חסיד בפועל, נאר מיט דיין התנהגות, זאלסטו מיר ברענגען חסידים.

אין בת ים אין ארץ ישראל האט געואווינט א איד א זקן הרה"ח רבי יעקב צבי הערנבערג ע"ה, און ער האט דערציילט, אז זיין טאטע הרה"ח רבי חיים דוד ע"ה איז אלס בחור געווען דעם לעצטע יאר פונעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע, און דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אים דאן געזאגט בזה"ל, "אז דו וועסט וועלן א עצה אדער א ישועה, זאלסטו גיין צו מיין שלמה'לי",

טאקע נאכן פטריה פונעם צאנזער רב זי"ע, האט ער זיך מדבק געווען צום אייניקל הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע וואס האט נאך דאן געוואוינט אין שטאט בוקאווסק, און ווען עס איז פארן טאטע ר' חיים דוד געבוירן געווארן א בן זכר, איז ער געפארן צו זיין רבין רבי שלמה מבאבוב זי"ע, צו פרעגן וועלכע נאמען צו געבן פארן קינד,

אויפן וועג צום רבין איז ער דורך געפארן דעם שטאט גארליץ ווי זיין טאטע האט געואווינט, איז ער אריין געפארן צו זיין טאטע צו אפ נעמען מזל טוב, ער האט אבער זיכער געמאכט אז קיינער זאל נישט וויסן אז ער איז דא, ווייל ער האט נישט געוואלט אז דער צדיק רבי ברוך'ל מגארליץ זי"ע זאל זיך דערוויסן אז ער איז דא, ווייל ער האט געוואלט אז זיין רבי ר' שלמה מבאבוב זי"ע זאל אים געבן די נאמען פארן קינד,

אבער לפלא אזוי ווי ער טרעט אריין צום טאטן אין שטוב, קומט א שליח און זאגט אים, אז דער הייליגער גארליצער רב האט געפרעגט אויב עס איז דא ביי זיי א אורח, בלית ברירה איז דער טאטע ר' חיים דוד אריבער צום גארליצער רב אין שטוב, און אזוי ווי ער קומט אריין זאגט אים דער הייליגער גארליצער רב, "עס קומט דיר א מזל טוב, דו דארפסט א נאמען, זאלסט א נאמען געבן שלמה",

פון דארט איז דער טאטע ווייטער געפארן צו זיין רבין ר' שלמה מבאבוב זי"ע, אזוי ווי ער איז נאר אריין געקומען אין שטוב פון זיין רבין, זאגט אים דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע ברוח קדוש בזה"ל, "דו בוסט דאך אוודאי געווען ביים גארליצרע פעטער, ער האט דאך אוודאי געהייסן א נאמען געבן שלמה, זאל זיין אזוי",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווען דער גרויסער תלמיד פונעם ערשטן באבובער רב זי"ע הגה"ח ר' מיכל'י קאלוואריער ז"ל האט זיך געדארפט שטעלן צום מיליטער, האט ער זיך געזארגט אז מען וועט אים נעמען אין מיליטער, איז ער געגאנגען בעטן א ישועה ביי זיין גרויסן רבי'ן דער הייליגער צדיק וקדוש רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע, ביים הערן זיין דאגה, האט דער ערשטער באבובער רב אפ געשריבן א בריוו צו הרבני החסיד המפורסם ר' ישראל יצחק מאס ז"ל פון קראקא, און האט געהייסן ר' מיכל'י פארן קיין קראקא, און אים איבערגעבן דעם בריוו,

ר' מיכל'י איז אהין געפארן, און ר' ישראל יצחק האט דורכגעלייענט דעם בריוו, אין וועלכן דער ערשטער באבובער רב האט געבעטן אז ער זאל געפינען א וועג צו באפרייען ר' מיכל'י פון מיליטער דינסט, און האט אויס געלאזט מיט די ווערטער, "ובטוח אני שתמלא בקשתי", זאגט ר' ישראל יצחק צו ר' מיכל'י, "און אמת'ן ווייס איך נישט מיט וואס איך קען דיר העלפן אין דעם ענין, אבער אויב דער רב האט געשריבן אז ער איז בטוח אז איך וועל ממלא זיין זיין בקשה, איז זיכער אז איך וועל בעז"ה מצליח זיין", ער האט דאן באשלאסן צו גיין אויף זוכן עסקנים, וואס האבן א מעגליכע ידיעה אין די ענינים, און ער האט זיך געלאזט גיין אין בית המדרש אריין,

ביים אריינקומען אין בית המדרש, קומט צו אים צו א דארפ'ס איד פונעם געגנט פון די שטאט וויעליטשקא, און ער פרעגט אים צי ער ווייסט פון א גוטן דאקטאר וואס קען העלפן זיין קראנקע פרוי ל"ע, ענטפערט ר' ישראל יצחק, אז עס איז דא אין קראקא א גרויסער דאקטאר מיט'ן נאמען "פוריינסקי", און ער האט אים געגעבן דעם דאקטאר'ס אדרעס, עס האט זיך דערנאך ערווארבן א שמועס צווישן זיי, און בתוך הדברים האט דער דארפסמאן געזאגט, אז ער איז אן אנגעשטעלטער ביי א הויכראנגיקן מיניסטער, און ער פירט אלע זיינע האנדלונגען,

א באגייסטערונג האט אנגעכאפט ר' ישראל יצחק ווען יענער האט דערנאך צו געגעבן, אז דער מיניסטער איז פון די הויפט ווארט זאגער ביים מיליטער, און אלע גענעראלן און אפיצירן זענען אים אונטערטעניג, ר' ישראל יצחק האט שוין יעצט אין דעם אנגעהויבן צו זען פונקען פון די ישועה אין וועלכע ער נויטיגט זיך,

ער האט ווייטער געשמועסט מיט אים פריינטליך, ביז ער האט באקומען מוט אים צו בעטן, אפן אין קלאר, אז ער זאל פויעלען ביים מיניסטער צו הייסן די באאמטע וואס געבן זיך אפ מיט'ן שטעלונג צום מיליטער, אז זיי זאלן באפרייען פון מיליטער דינסט, זיינ'ס א נאנטע פריינט מיט'ן נאמען "מיכל אייזנבערג", טראץ דעם וואס ער האט נישט קיין שום פעלער, ר' ישראל יצחק האט צו געגעבן, אז ער וועט דערפאר שיין באצאלן דעם מיניסטער,

זאגט דער מאן אז דאס ענין איז ביי אים א קלייניקייט, און זיין באלעבאס וועט אים צוליב טוען אפילו אן קיין שום צאלונג, ר' ישראל יצחק האט אבער אנגענומען א כלל גדול פון זיין רבי'ן, אז אויב מען באצאלט גארנישט באקומט מען גארנישט, און מען מוז דורכאויס געבן א מנחה לעשו', דערפאר האט ער אים שטארק געבעטן צו נעמען ביי אים געלט פאר'ן מיניסטער, ביז דער מאן האט געזאגט, אז היינט האט ער געזען אין א געשעפט א שירעם, וואס איז באצירט מיט שיינע און גלאנצעדיגע שטיינדלעך, און ס'איז ראטזאם אז ער זאל דאס קויפן א געשאנק פאר די פרוי פון זיין באלעבאס,

ר' מיכל איז געגאנגען אין געשעפט, און געקויפט דעם שירעם פאר בלויז עטליכע גראשן, דער דארפסמאן האט געגעבן דעם שירעם צו די פרוי פון דעם האר, און זי האט זיך דערמיט שטארק געפרייט, אויף צומארגנס איז ר' מיכל געגאנגען אין מיליטער אמט, און האט דארט געווארט מיט אנדערע שטעלערס, אין צווישן קומט אריין דער מיניסטער, ער נעמט ארויס פון זיין קעשענע א צעטל, וואס דער דארפסמאן האט אים געגעבן, און רופט אויס, "איז מיכל איזנבערג דא", "יא" ענטפערט ר' מיכל'י הערנדיג ווי מ'רופט אויס זיין נאמען, "גיי אהיים", זאגט אים דער מיניסטער, "דו ביסט נישט פעהיג צו דינען אין מיליטער",

אין די שטאט אמסאנא איז געווען א גרויסע רשע וואס האט אסאך געפייניגט די אידן פון שטאט, איינמאל איז דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע געווען אין שטאט אמסאנא ווען ראש חודש טבת איז אויס געפאלן ערב שבת חנוכה, זענען די אידן חסידים פונעם רבין געקומען מזכיר זיין ביים רבין, לגבי דעם גוי דער רשע וואס פייניגט אידן, און זיי האבן געבעטן דעם רבין, אז ער זאל פויעלען א ישועה פאר די אידן פון שטאט,

האט דער צדיק געזאגט בזה"ל, "חסידים פונעם זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האבן דערציילט, אז איינמאל זענען אידן געקומען זיך מזכיר זיין ביים זיידן אויף א געוויסע גלח וואס פייניגט אידן, און דער צאנזער רב זי"ע האט זיך אנגעריפן בזה"ל, "עס איז שוין צייט אז דער רשע זאל האבן א מפלה",

לפלא אזוי ווי דער זיידע האט ארויס געזאגט די ווערטער, האט א בליץ געכאפט דעם גלח און ער האט געהאט א מפלה, און ווי נאר דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט געענדיגט דערציילן די מעשה, איז געווארן פארוואלקנט, און א בליץ האט געכאפט דעם רשע זיצענדיג ביי זיך אין שטוב, און ער האט אויפן פלאץ גע'פגר'ט, און פון דעם איז דאן ארויס געקומען א גרויסע קידוש השם, כן יאבדו כל אויביך ד',
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: רבי שלמה מבאבוב - א' תמוז תרס"ה וי"א תרס"ו

פאוסט דורך ניקל »

ווערט געברענגט א מעשה וואס האט פאסירט בשנת תרס"א, ווען דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע איז געווען אין שטאט לעמבערג ביים דעמאלסדיגן לעמבערגער רב הגה"ק רבי יצחק שמעלקיש בעל בית יצחק מלעמבערג זי"ע, האט מען דאן אריין געברענגט פארן גאון רבי שמעלקיש זי"ע זיין ספר "שו"ת בית יצחק" וואס איז דאן געדריקט געווארן, און דער גאון דער בית יצחק האט דאס דערלאנגט פארן באבובער רב זי"ע,

אזוי קוקענדיג אינעם ספר, האט דער רבי שלמה מבאבוב זי"ע געזען אויפן ערשטן בלאט, א תשובה וואס דער גאון דער בית יצחק האט געענטפערט אויף א שאלה בנוגע איינע פון די אויסגעריפענע צדיקים פונעם דור, וואס די רעבעצין האט נישט געוואלט נעמען קיין גט, און דער צדיק האט אנגעפרעגט א שאלה, אויב ער קען באקומען א היתר מאה רבנים, און דער בית יצחק האט דארט געשריבן די גאנצע מעשה מיט אלע איינצעלהייטן פין יענעם צדיק, און ער האט דארט גע'פסק'נט אז מען קען נישט געבן קיין היתר מאה רבנים פאר יענעם צדיק,

ווען דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט געזען דעם פסק, איז ער אויפגעציטערט געווארן זעענדיג די מעשה, ווייל רוב רבנים און גאונים האבן דאן גע'פסק'נט אז יענער צדיק מעג יא באקומען א היתר מאה רבנים, און יענער צדיק האט טאקע מיט דעם היתר נאכאמאל חתונה געהאט, און דער צדיק דער באבובער רב זי"ע האט געהאלטן, אז אויב דער ספר וועט ארויס קומען מיטן איסר אויף די היתר מאה רבנים, וועט יענער צדיק האבן גרויסע צער און עגמת נפש און בושות,

דערפאר האט ער געבעטן דעם גאון דער בית יצחק, אז מען זאל איבער דריקן דעם תשובה אן קיין איינצעלהייטן, כדי קיינער זאל נישט כאפן פון וועם די תשובה רעדט זיך, האט אבער דער גאון דער בית יצחק געזאגט, אז אצינד איז שוין פארפאלן, ווייל מען גייט שוין בינדען דעם גאנצן ספר, און אלעס איז שוין גרייט צו בינדען, און עס איז שוין נישט דא וואס צו טון,

האט דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע געזאגט פארן בית יצחק בזה"ל, "עס איז דאך דא א עצה, זאל מען איבערדרוקן דעם ערשטן בויגן פון דעם ספר, דארט ווי עס שטייט דעם דערמאנטע תשובה, און מען זאל אויסלאזן אלע איינצעלהייטן פון די מעשה, כדי קיינער זאל זיך נישט כאפן פון וועמען מען רעדט דא, און איך נעם אויף מיר צו באצאלן די הוצאות פון איבערדרוקן דעם בויגן",

ווען דער הייליגער גאון דער בית יצחק האט געזען ווי די זאך גייט אזוי בנפשו פונעם באבובער רב זי"ע, האט ער טאקע מסכים געווען, און מען האט דאס טאקע ארויס גענומען און איבער געדריקט, וואס כאשט דער באבובער רב זי"ע האט יענעם צדיק בכלל נישט געקענט פרעזענליך, און נישט געהאט קיין שום שייכות מיט יענעם צדיק, איז ער אבער געווען גרייט צו ווערן א בעל חוב מיטן איבערדרוקן יענעם תשובה, נאר כדי אז א איד זאל ח"ו נישט פארשעמט ווערן און האבן צער,

די צייט ווען דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע איז נאך געווען רב אין שטאט ווישניצא, זענען געקומען גאר אסאך חסידים אויף יו"ט שבועות צום רבין, און עס איז שוין נישט געווען קיין פלאץ אינעם ביהמ"ד פארן גאנצן עולם, האט מען אויף געשטעלט א גרויסע געצעלט אינדרויסן פונעם ביהמ"ד, ווי מען זאל פלאצירן דעם איבעריגע עולם,

אבער נאכדעם וואס מען האט שוין אויף געשטעלט די ווענט, האט מען נישט געהאט די געלט צו פארענדיגן דעם דאך פונעם געצעלט, פארשטייט זיך אז דער צדיק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט געהאט גרויסע צער און עגמת נפש פון דעם, אבער דער עולם האט נישט געוויסט וואס צו טון,

איז דארט געווען א קלוגער איד וואס האט געוואלט דערפרייען דעם רבין, איז ער אריבער געפארן צום שטאט קראקא, און ער האט דארט פון זיין אייגן געלט געקויפט לייוונט, און ער האט פארדעקט דעם דאך פונעם געצעלט, פארשטייט זיך אז דער צדיק האט שטארק הנאה געהאט פון דעם זעענדיג דאס געטריישאפט פון דעם יונגערמאן, און דער צדיק האט אים געגעבן א ברכה "אריכות ימים", דער יונגערמאן האט גאר שטארק מאריך ימים געווען און געלעבט ביז איבער די הונדערט יאר,


זי"ע
שרייב פאוסט