אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
מאכט זיך אסאך מאל ווען איך וויל אויסשמועסן אן ענין, וואס לאו דוקא פארדינט דאס אן אשכול בפני עצמו. האב איך געקלערט אז איך וועל עפענען אן אשכול נאר פאר די תורה'דיגע ארטיקלען. און אויב וועט אויספעלן מיט די צייט דאס אפצוטיילען אויף עקסטערע אשכולות קען מען עס דעמאלטס טוהן.
איך וועל בעזר השם פראבירן צוזעמען צו נעמען ענינים אויפן שפיץ גאפל, פעמים בארוכה ופעמים בקצרה. און די אשכול איז ברייט אפען פאר יעדען מגיב צו זיין.
איך וועל בעזר השם פראבירן צוזעמען צו נעמען ענינים אויפן שפיץ גאפל, פעמים בארוכה ופעמים בקצרה. און די אשכול איז ברייט אפען פאר יעדען מגיב צו זיין.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אויפן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
שטייענדיג יעצט פאר'ן יו''ט שבועות, האב איך געקלערט אביסעל אויסצושמועסן אפאר ענינים פונעם יו''ט. פארשטייט זיך אז יותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן, און ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין זאל זיך נישט מונע זיין. און בדיבוק חברים וועט פארשטייט זיך נתרבה ווערן נאך חידושים.
איך וויל אביסעל אויסשמועסן איבער ווען מתן תורה איז געווען.
מחלוקת רבי יוסי ורבנן.
אין די גמרא שבת (פו:) האבן מיר א מחלוקת צווישען די רבנן און רבי יוסי איבער וועלכע טאג אין חודש די תורה איז געגעבן געווארן פאר אידישע קינדער. די רבנן האלטן אז די תורה איז געגעבן געווארן ו' סיון, און רבי יוסי האלט ז' סיון. דאס איז אבער כולי עלמא מודי אז בשבת ניתנה ווי די גמרא שמועסט קלאר אויס. די שאלה איז נאר וועלכע טאג אין חודש עס איז געווען, דהיינו וועלכע טאג ראש חודש איז אויסגעקומען.
באיזה יום יצאו ישראל ממצרים.
פאר מיר גייען אריין אין דעם ענין, לאמיר קודם צוריקגיין מיט ארום זיבן וואכן פריער ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים.
די גמרא ברענגט צוויי ברייתאות. אין איין ברייתא זעהען מיר אז די אידן זענען ארויס פון מצרים דאנערשטאג פארטאגס. און אין די צווייטע ברייתא שטייט אז די אידן זענען ארויס פון מצרים פרייטאג פארטאגס. (נאר קלאר צו שטעלן די שאלה איז נאר אויב ט''ו איז אויסגעקומען דאנערשטאג אדער פרייטאג, ווייל דאס איז זיכער אז ארויס זענען זיי ט''ו ניסן).
למסקנת הגמ' (לפי הר''ן והרמב''ן ועוד) איז לויט די רבנן זענען די אידן ארויס פון מצרים פרייטאג פארטאגס. און לשיטת רבי יוסי זענען די אידן ארויס דאנערשטאג פארטאגס.
יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון. לויט די רבנן וואס האלטן אז די אידן זענען ארויס פון מצרים פרייטאג פארטאגס, קומט אויס אז ראש חודש אייר איז אויסגעפאלן זונטאג. און ראש חודש סיון איז אויסגעקומען מאנטאג. און לשיטת רבי יוסי זענען די אידן ארויס פון מצרים דאנערשטאג פארטאגס. קומט אויס אז ראש חודש אייר איז אויסגעקומען שבת, ממילא איז ראש חודש סיון געווען זונטאג. (נעמט אין אכט אז ניסן איז אלעמאל מלא, און אייר איז אלעמאל חסר)
מה עשו ישראל במדבר סיני.
די אידן זענען אנגעקומען אין מדבר סיני ראש חודש סיון לכולי עלמא. לויט די רבנן וואס האלטען אז די אידן זענען ארויס פון מצרים פרייטאג, איז ראש חודש סיון אויסגעקומען מאנטאג. און דעם אנדערען אינדערפרי דהיינו דינסטאג (ב' סיון) איז געווען יום המיוחס. דעם נעקסטן טאג מיטוואך (ג' סיון) האט משה רבינו איבערגעגעבן די מצוה פון הגבלת ההר. און דעם נעקסטען טאג דאנערשטאג (ד' סיון) האט משה רבינו אנגעזאגט די מצוה פון פרישה. פרייטאג (ה' סיון) איז געווען די צווייטע טאג פון פרישה. און שבת קודש ו' ניסן איז געווען קבלת התורה.
ווידער לויט רבי יוסי וואס האלט אז די אידן זענען ארויס פון מצרים דאנערשטאג פארטאגס. איז ראש חודש סיון איז געווען זונטאג, און די סדר איז געווען ווי פאלגענד. זונטאג (א' ניסן) זענען די אידן אנגעקומען אין מדבר סיני. מאנטאג (ב' סיון) איז געווען יום המיוחס. דינסטאג (ג' סיון) איז געווען די מצות הגבלה. מיטוואך (ד' סיון) איז געקומען די חיוב פון פרישה. דאנערשטאג (ה' סיון) איז געווען די צווייטע טאג פון פרישה. און פרייטאג (ו' סיון) האט משה רבינו מוסיף געווען יום אחד מדעתו והסכים הקב''ה עמו. שבת קודש ז' סיון איז געווען קבלת התורה.
לפי זה קומט קומט אויס, אז לויט די רבנן איז געווען דריי טעג הגבלת ההר, און נאר צוויי טעג די מצוה פון פרישה. און לויט רבי יוסי איז געווען פיר טעג הגבלת ההר, און דריי טעג פרישה.
קושית המגן אברהם זמן מתן תורתינו.
וואו איז נוגע למעשה וועלכע טאג אין חודש די תורה איז געגעבן געווארן? איז אזוי. די גאנצע מחלוקה צווישען רבי יוסי און די רבנן איז נוגע אין הלכות טהרה בנוגע וויפיל עונות. לויט די רבנן איז ג' עונות, און לויט רבי יוסי וואס משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו, איז ו' עונות.
קומט די מגן אברהם אין סימן תצ''ד און פרעגט א הארבע קשיא. אין הלכות טהרה פסק'ענען מיר כרבי יוסי אז ו' עונות. קוט דאך אויס אז משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו. איז בעל כרחינו נעמען מיר אויך אן אז בז' ניתנה תורה אזוי ווי רבי יוסי. אויף דעם איז שווער, אז לויט אונזער לוח קומט אלעמאל די ערשטע טאג שבועות אויס ו' סיון, און אין א''י איז שבועות נאר ו' סיון. אויב אזוי ווי איז שייך צו זאגן שבועות יום מתן תורתינו? עס איז דאך קלאר נישט אזוי. מתן תורה איז געווען ז' סיון, און מיר האלטן שבועות ו' סיון!
דער מגן אברהם ענטפערט דארט אז דאס וואס אין יורה דעה פסק'ענען מיר כרבי יוסי איז נאר לחומרא, און באמת איז די הלכה כרבנן כמבואר ברמב''ם ורשב''א. קומט אויס אז באמת איז מתן תורה יא געווען ו' סיון כרבנן, און אויב אזוי שטימט זייער גוט דאס וואס מיר זאגן יום מתן תורתינו ווייל לויט די רבנן וואס מיר נעמען אן אזוי להלכה מצד הדין איז ו' סיון געווען קבלת התורה.
משא ומתן בתירוץ המג''א.
ווי מיר האבן פריער געשמועסט אז לשיטת הרבנן וועט מען דארפן זאגן אז די אידן זענען ארויס פון מצרים פרייטאג פארטאגס. איז לויט ווי די מגן אברהם ענטפערט אז מיר פסק'ענען באמת יא ווי די רבנן, קומט אויס אז מיר נעמען אן אויף למעשה אז די אידן זענען ארויס פון מצרים פרייטאג פארטאגס.
שטעלט זיך אבער אויף דעם א שטארקע קשיא. מיר ווייסען דאך וואס דער טור אין סימן ת''ל שרייבט די טעם אויף דאס וואס מיר רופן אן די שבת פאר פסח מיט'ן נאמען שבת הגדול. לפי שנעשה בו נס גדול שפסח מצרים מקחו בעשור כדכתיב בעשור לחודש הזה ויקחו להם שה לבית אבות שה לבית. ופסח שיצאו ישראל ממצרים היה ביום חמישי כדאיתא בסדר עולם (טעות סופר, פרישה) ונמצא שי' בחדש היה שבת... איז משמע מדברי הטור אז מיר נעמען אן אז די אידן זענען ארויס פון מצרים דאנערשטאג, אזוי ווי רבי יוסי. נו אויב אזוי איז הדרה קושיא. ווי אזוי זאגן מיר שבועות יום מתן תורתינו? דו קענסט מיר נישט ענפערן די תירוץ פון מג''א אז מיר פסק'ענען ווי די רבנן, וויבאלד פון טור איז מוכרח אז די אידן זענען ארויס פון מצרים דאנערשטאג וואס דאס שטימט נאר לויט רבי יוסי!
די תירוץ אויף דעם וועט זיין. אז דאס וואס מיר האבן פריער געשריבען אז לויט די רבנן זענען די אידן ארויס פון מצרים פרייטאג, איז נאר לשיטת הרמב''ן והר''ן. אבער פון טור וועט אויסקומען אז די רבנן האלטען אויך אז די אידן זענען ארויס פון מצרים דאנערשטאג. איי ווי אזוי וועט שטומען אז ראש חודש ניסן איז אויסגעקומען מאנטאג? אויף דעם וועלן מיר ענטפערן ווי די גמרא זאגט אז סיי ניסן און סיי אייר זענען יענע יאר געווען מלא. און ממילא שטימט דאס אז ראש חודש סיון איז געווען מאנטאג. און ממילא קען די מגן אברהם שטימען מיט'ן טור(כן מבואר ממחצית השקל)
לויט די תירוץ קומט אויס אז סיי לרבנן און סיי לרבי יוסי איז מתן תורה געווען די איין און פופציגסטע טאג לעומר. ווייל אויב איז מען ארויס פון מצרים דאנערשטאג, און מתן תורה איז געווען שבת, איז דאס 51 טעג. לויט רבי יוסי איז פשוט וויבאלד משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו. און לויט די רבנן איז מתחלה געווען געפלאנט קבלת התורה אויף די איין און פופציגסטע טאג.
אויב אזוי ווערט שווער א צווייטע קשיא. פארוואס האט די תורה אוועקגשטעלט לדורות אז שבועות זאל זיין ביום חמישים לעומר. מתן תורה איז דאך נישט געווען ביום חמישים לויט קיינעם. אנשטאט דעם וואלט די תורה געדארפט אוועקשטעלן שבועות דעם איין און פופציגסטען טאג?
תירוץ הריטב''א.
די אמת איז אז דער ריטב''א דארט אין מסכת שבת פרעגט שוין די קשיא, און ער זאגט טאקע אז לויט די גמרא אין מסכת שבת האט די תורה טאקע נישט אוועקגעשטעלט שבועות פופציג טעג פון פסח, נאר דוקא ו' סיון לויט די רבנן, און ז' סיון לויט רבי יוסי אזוי ווי מתן תורה איז געווען באמת. און עס ליגט א פליכט אויף ב''ד צו מקדיש זיין די חודש לויט דעם. (ובאמת איז דברי הריטב''א א פליאה עצומה, ווייל אין די תורה שטייט דאך קלאר די פופציגסטע טאג, און די תורה דערמאנט נישט בכלל קיין באשטימטע דאטום. אבער עכ''פ דאס איז וואס די ריטב''א שרייבט)
למעשה זאגט אבער די ריטב''א אז דאס איז נישט אמת אויף למעשה צוליב אן אנדערע גמרא (ראש השנה ו:) דארט זאגט די גמרא אז שבועות קומט אויס פעמים בה' פעמים בו' פעמים בז'. דהיינו אז שבועות איז נישט געבינדען צום טאג אינעם לוח, נאר פופציג טעג לעומר איז שבועות אפגעזעהן דעם דאטום. און וויבאלד ב''ד איז מקדיש די חודש ע''פ הראייה, קען עס אויסקומען איינער פון די דריי טעג. און דער ריטב''א פירט אויס, אז די הלכה איז אזוי ווי די ברייתא אין ראש השנה, און נישט ווי די גמרא אין שבת.
איי, עס ווערט צוריק שווער די קשיא אז מתן תורה איז געווען ביום נ''א, נו פארוואס האט די תורה קובע געווען די פופציגסטע טאג. אויף דעם זאגט די ריטב''א אז דאס וואס די רבנן האלטן אז די אידן זענען ארויס פון מצרים דאנערשטאג איז טאקע נאר לויט די גמ' אין שבת. אבער לויט די גמרא אין ר''ה האלטן טאקע די רבנן אז די אידן זענען ארויס פרייטאג. און אויב אזוי איז מתן תורה יא געווען די פופציגסטע טאג. און מיר פסק'ענען טאקע אזוי ווי די רבנן, און דערפאר קענען מיר אויך זאגן זמן מתן תורתינו ו' סיון.
אבער אויב אזוי ווערט צוריק שווער די קשיא אויפן טור. ווי אזוי שטימט דאס זאגן זמן מתן תורתינו, מיט די טעם פון שבת הגדול!
תירוץ הרמ''ע מפאנו.
דער מגן אברהם ברענגט א רמ''ע מפאנו וואס ענטפערט אן אינטערסאנטע תירוץ. די רמ''ע שרייבט אין עשרה מאמרות (מאמר חקור דין ב' ט''ו) אז באמת וואלט טאקע אויסגעקומען אז מתן תורה וואלט געדארפט זיין די פופציגסטע טאג. נאר וויבאלד די הר סיני איז במדבר וואס איז בחוץ לארץ, האט דער אויבערשטער געוואלט ווייזען אז ער איז מסכים מיט דעם וואס חז''ל וועלן שפעטער איינפירען יו''ט שני של גליות, האט דער אויבערשטער דוקא געגעבן די תורה די איין און פופציגסטע טאג וואס אין דעם טאג לעומר געפאלט דעם צווייטען טאג שבועות. און ער שרייבט נאך מער אז דאס איז פשט בדברי רבי' יוסי אז הוסיף משה יום אחד מדעתו, דהיינו יו''ט שני של גליות.
(בדרך אגב, איז אינטערעסאנט צוצולייגען אז שיטת רבי סעדיה גאון איז אז יו''ט שני של גליות האט דער אויבערשטער שוין געזאגט פאר משה רבינו ביים בארג סיני. און איז נישט נאר אלץ ספיקא דיומא)
דער חוק יעקב דא אין סימן תצ''ד זאגט אויפן תירוץ הרמ''ע איז דאס איז באמת א דוחק. ווייל אויב אזוי קומט אויס אז אין א''י וואלט אויך געדארפט זיין צוויי טעג יו''ט. נישט אזוי ווי אנדערע ימים טובים וואס די עיקר יו''ט איז דאס ערשטע טאג, נאר אלץ ספיקא דיומא האלט מען בגולה צוויי טעג. און אזוי אויך קען מען נישט מיקל זיין ביו''ט שני בחו''ל אלעס וואס מען איז געווענליך מיקל ביו''ט שני, וויבאלד שבועות איז יו''ט שני די עיקר יו''ט. אין סימן ת''ל מיטשעט זיך אויך מיט דעם, און ער בלייבט ביי די קשיא. און ער גייט טאקע אוועק מטעם הטור און ברענגט אנדערע טעמים פארוואס עס ווערט אנגערופען שבת הגדול.
(בדרך אגב, שרייבט די רמב''ם אז באמת שבועות איז דאך נישטא קיין ספיקא דיומא, וויבאלד עס איז תלוי אין פופציג טעג פון שבועות, וואס ביי דעם איז נישט שייך קיין ספיקא דיומא. נאר אלץ לא פליג האבן חז''ל מתקן געווען צוויי טעג שבועות. מכח דעם וויל די חתם סופר אין או''ח סימן קמ''ה זאגן, אז יו''ט שני של שבועות איז הארבער ווי יו''ט שני של סוכות ופסח. ווייל דאס איז נישט מכח ספיקא דיומא)
עכ''פ האבן מיר נישט אויף דערווייל קיין תירוץ אויף די הנחה פונעם מג''א. (ועיין מהר''ל תפארת ישראל פרק כ''ז, ובית הלוי פרשת יתרו פירוש נפלא. ועיין עוד בצל''ח פסחים סח:)
תירוץ נפלא ממהרש''א על דרך המוסר.
דער מהרש''א (ע''ז ג. חידושי אגדות) שרייבט דברים נפלאים. ער זאגט אז אה''נ לויט יעדן איינעם איז מתן תורה געווען ביום נ''א, דאך האט אבער די תורה געוואלט קובע זיין דעם פופציגסטען טאג. ער איז מסביר, אז די ערשטע 49 טעג האבן די אידן געדארפט כדי זיך צו רייניגען מטומאת מצרים, אבער עס איז נאך נישט געווען קיין שלימות נאר עס האט אויסגעפעלט נאך א טאג כדוגמת יובל נאך יעדע זיבן שמיטות. און ביום נ''א נאכדעם וואס אידן זענען שוין געווען גענצליך ריין, האט דער אויבערשטער געקענט געבן די תורה.
פירט די מהרש''א אויס, אז די עיקר קבלת התורה ווענדט זיך אין די יראת שמים וואס מען האט, וכמאמר חז''ל כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת. קומט אויס אז די עיקר קבלת התורה איז געווען דוקא ביום חמישים וואס דעמאלטס זענען די אידן אנגעקומען צום שלימות פון טהרה און דערפאר האט די תורה געהייסען אפצייכענען מתן תורה די פופציגסטע טאג לעומר על אף די תורה איז נישט געגעבן געווארן אין יענעם טאג. כדי צו ווייזען לדורות די גרויסקייט פון די יראת חטא וואס דארף זיין קודם לחכמה, און אז דאס איז די עיקר קבלת התורה! הפלא ופלא!!!
דער באר היטב אין סימן תצ''ד ברענגט נאך דעם מהרש''א און ער איז מוסיף נופך משלו. ער זאגט אז מיר זעהן אין די גמרא פסחים אז רבי יוסף האט געזאגט אי לאו האי יומא דקא גרים, קמא יוסף איכא בשוקא. פרעגט דער באר היטב, וואס הייסט ''האי יומא''? עס איז נישט די יום וואס האט גורם געווען, נאר מתן תורה איז דאס וואס האט גורם געווען! אויף דעם זאגט די באר היטב אז לויט'ן מהרש''א שטימט עס זייער פיין. ''האי יומא'' מיינט מען נישט די טאג פון קבלת התורה, האי יומא מיינט מען דעם טאג ו' סיון די טאג פאר קבלת התורה וואס אידישע קינדער זענען אנגעקומען צום שלימות פון יראת חטא. און אויף דעם זאגט רבי יוסף אז אי לאו ''האי יומא'' דקא גרים, כמא יוסף איכא בשוקא!!!!!!!!! הפלא ופלא!!!!!!!!
שיטת הריב''ש ור''י אבן שועיב בזה.
די ריב''ש (תשובה צ''ו) שרייבט אז די יו''ט שבועות האט באמת נישט קיין שייכות מיט מתן תורה, נאר עס איז א יו''ט בפני עצמו. אבער וויבאלד לויט אונזער לוח קומט אויס אז נ' לעומר איז ו' סיון וואס איז אין איינוועגס אויך יום קבלת התורה לרבנן, און די צווייטע טאג קומט אויס ז' יום קבלת התורה לרבי יוסי. האבן חז''ל מתקן געווען צו זאגן זמן מתן תורתינו כדי אויך צו דערמאנען קבלת התורה. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס די תורה האט געגעבן דעם יו''ט שבועות.
דער ריב''ש ברענגט טאקע אונזער קשיא אלץ א ראיה לדבריו. דהיינו אז קבלת התורה איז לכולי עלמא געווען ביום נ''א לעומר, און דאך זעהען מיר אז די תורה האט געהייסען האלטען שבועות ביום חמישים. אלא מאי האט שבועות גארנישט מיט מתן תורה. און ווי אויך ברענגט ער די ברייתא אין ראש השנה וואס מיר האבן פריער געברענגט, וואס דארט זעהען מיר קלאר אז חז''ל האבן בכלל נישט מקפיד געווען אז שבועות זאל אויסקומען ו' אדער ז' סיון.
ובאמת אז דאס זאגט שוין רבינו יהושע אבן שועיב (תלמיד הרשב''א) אין דרשה לשבועות. ער פרעגט דארט פארוואס האבן חז''ל מתקן געווען ביי די תפילות פון שבועות צו זאגן ''זמן'' מתן תורתינו, און נישט ''יום'' מתן תורתינו א שטייגער ווי ראש השנה וואס מיר זאגן ''יום'' תרועה. און אויף דעם זאגט ער וויבאלד די גאנצע מתן תורה מיט שבועות איז נאר א דרך אגב, ווייל די תורה איז בכלל נישט געגעבן געווארן שבועות. נאר וויבאלד די מצב ארום מתן תורה האט זיך אנגעהויבען ג' סיון מיט די מצות הגבלה, און האט זיך געצויגען ביז יום נ''א לעומר, זאגט מען שבועות ''זמן'' מתן תורתינו, דהיינו אז עס איז נישט ממש די טאג פון מתן תורה, נאר די צייט ארום מתן תורה. איי, פרעגט ער פארוואס סוכות און פסח זאגט מען אויך נאר ''זמן'' שמחתנו און ''זמן'' חירתנו און נישט יום. זאגט ער אז דאס איז וויבאלד עס איז נישט שייך צו זאגן ''יום'' אויף א יו''ט וואס גייט אן פאר זיבן טעג. משא''כ שבועות איז נאר איין טאג יו''ט וואלט מען ווען יא געקענט זאגן ''יום''. אלא מאי איז עס נאר וויבאלד עס האט נישט מיט מתן תורה דירעקט.
(ובאמת איז א גרויסע תמייה אויפן מג''א פון וואו ער האט גענומען די נוסח פון ''יום'' מתן תורתינו, מיר זאגן דאך נאר ''זמן'' מתן תורתינו. און אויב אזוי איז די קושיא בכלל נישט אזוי שווער)
משא ומתן בדברי הריב''ש ואבן שועיב.
ווען מען קוקט אבער בדברי חז''ל געפונען מיר עטליכע מאל אז שבועות איז דוקא יא געגעבן געווארן אלץ א פייערונג פאר מן תורה.
א) פסחים סח: א"ר אלעזר הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם מ"ט יום שניתנה בו תורה הוא. און דארט שטייט ווייטער מר בריה דרבינא כולה שתא הוה יתיב בתעניתא לבר מעצרתא ופוריא ומעלי יומא דכיפורי עצרת יום שניתנה בו תורה. ווייטער שטייט דארט רב יוסף ביומא דעצרתא אמר עבדי לי עגלא תלתא אמר אי לא האי יומא דקא גרים (פירש''י אי לאו האי יומא שלמדתי תורה ונתרוממתי) כמה יוסף איכא בשוקא.
ב) ירושלמי ראש השנה פרק ד' הל' ח'. ר' משרשיא בשם ר' אידי בכל הקרבנות כתיב חטא ובעצרת אין כתיב חטא אמר להן הקב"ה מכיון שקיבלתם עליכם עול תורה מעלה אני עליכם כאילו לא חטאתם מימיכם.
ג) ילקוט שמעוני (רמז תקצ''ו) ומה ענין רות אצל עצרת שנקראת בעצרת בזמן מתן תורה, ללמדך שלא נתנה תורה אלא על ידי יסורין ועוני. פון די אלע מימרות זעהן מיר אז עס איז נישט ממש אזוי אז שבועות האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט מתן תורה. און דא רעדט מען נאך בזמן שהיו מקדשין ע''פ הראייה (עיין צל''ח פסחים ס''ח:)
ובאמת אז וואס עס וואונדערט מיר די מערסטע איז, ממילא אויף זמן מתן תורתינו קען די ריב''ש זאגן אז חז''ל האבן דאס אזוי מתקן געווען וויבאלד דאס קומט אזוי אויס לויט די קביעי דירחא. ווייל די נוסח התפילה האבן זיי דאך מתקן געווען. אבער געוואלד! די קריאה אום שבועות איז דאך לויט איין דעה אין די גמרא די פרשה פון קבלת התורה (וכן הוא להלכה בא''י). און די גמרא אין מגילה ל''ב זאגט דאך קלאר אז משה רבינו האט מתקן געווען די קריאת פון אלע ימים טובים. וואס פון דעם קומט אויס אז משה רבינו אליינס האט שוין געצויגען שטריכען פון שבועות צו קבלת התורה, און דאס איז נאך פאר אונזער לוח איז געווארן אוועקגעשטעלט! (ועיין שו''ת חתם סופר יו''ד סימן קע''ט)
(ולשיטת הראשונים דמעולם לא קידשו ב''ד החודש אלא ע''פ לוח שהתיקן הלל ניחא)
שיטת הרמב''ם והחינוך.
דער רמב''ם (מורה נבוכים חלק ג' פרק מ''ג) זאגט אז די סיבה פארוואס די תורה האט געגעבן דעם יו''ט שבועות איז צוליב קבלת התורה וואס איז געווען שבועות. און דער רמב''ם לייגט צו, אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די תורה האט געהייסען ציילן ספירה. ווייל די גאנצע תכלית פון יציאת מצרים איז געווען נאר כדי צו מקבל זיין די תורה. ממילא גלייך נאך דעם ערשטען טאג פסח וואס איז יציאת מצרים, הויבט מען אן ציילען ספירה אזוי וויי איינער וואס קען שוין קוים ווארטען אויף עפעס. און אזוי אויך שרייבט דער חינוך (מצוה ש''ו, וש''ט).
מדברי הרמב''ם והחינוך איז קלאר מבואר אז די יו''ט שבועות איז יא געגעבן געווארן צו פייערן און געדענקען קבלת התורה.
עס איז אבער וויכטיג צוצולייגען, אז אפי' לויט'ן רמב''ם ודעימיה איז נישט שבועות געבינגען צום דאטום אינעם לוח. נאר אלעמאל וועט שבועות זיין פופציג טעג פון צווייטען טאג פסח, כמבואר להדיא ברמב''ם הל' תמידין ומוספין פרק ח' הל' א'. מען דארף נאר פארשטיין לדעת הרמב''ם אז שבועות איז יא משום מתן תורה, וואס האט דאס מיט פופציג טאג פון פסח, עס וואלט יא געדארפט זיין געבינדען צום טאג פון קבלת התורה?
די תירוץ אויף דעם זאגט די חיד''א (דברים אחדים דרוש ה') אז פאר דעם גופא האט דער אויבערשטער געוואלט אז מען זאל האלטען שבועות אויף די חשבון פון פופציג טעג, און נישט מיט'ן לוח. אלץ די חביבות וואס די אידן האב'ן ארויסגעוויזען פאר קבלת התורה אז זיי האבן קוים געקענט ווארטען.
א פראקטישע טעם ווערט געברענגט אין די ראשונים, אז וויבאלד די ימי אייר וסיון זענען מענטשען פארנומען אין די פעלדער, איז נישט געווען ווער עס זאל גיין זאגן פאר די אידן פון די קליינע דערפער וועלכע טאג ראש חודש איז. דערפאר האט דער אויבערשטער געזאגט אז מען זאל ציילן פופציג טעג פון פסח און דעמאלטס מאכן שבועות. (רוקח רצ''ד, פירוש הטור על התורה פרשת אמור, שבולי הלקט רל''ו בשם רבי יהודה החסיד, ופענח רזא משם ר' שמואל אבי ר' יהודה החסיד)
מקור לדברי הרמב''ם והחינוך.
מיר האבן פריער געברענגט ראיות מחז''ל אז יו''ט שבועות איז א זכר למתן תורה. אבער דער רמב''ם וחינוך לייגען אויך צו אז דאס גופא איז די מצוה פון ספירת העומר אויך. וואלט כדי געווען צו טרעפן א ראיה מדברי חז''ל לדברי הרמב''ם והחינוך.
די ראשונים ברענגען צו א מדרש אויפן פסוק וזה לך האות כי אנכי שלחתיך בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה. אז דער אויבערשטער האט מגלה געווען פאר משה רבינו אז ווען די אידן וועלן ארויסגיין פון מצרים, וועלן זיי לסוף נ' יום מקבל זיין די תורה ביים בארג סיני. און די אידן מרוב שמחה צו קבלת התורה האבן אליינס מדעת עצמם אנגעהויבען ציילן ספירה, און אויף דעם ארויף האבן חז''ל מתקן געווען צו ציילן ספירה אויך בזמן הזה וואס עס איז נישטא קיין עומר אלץ א שמחת צו קבלת התורה. (ספר העיטור עשרת הדברות סוף הלכות פסח, תשובות הרשב''א ח''ג סימן רפ''ד, ר"ן על הרי"ף סוף מסכת פסחים, דרשות מהראנ''ח פרשת אמור, צרור המור פרשת אמור)
(אולם להרמב''ם מצות ספירת העומר הוא מן התורה גם בזמן הזה)
די זעלבע מדרש ווערט אויך געברענגט אין שבולי הלקט רל''ו און ער לייגט דארט צו א ווארט. אז ווען מען קוקט אריין אין חומש זעהט מען אז די אות נ' פון תעבדון איז איבריג, עס וואלט געקענט שטיין תעבדו. נאר מיט די עקסטערע נו''ן האט דער אויבערשטער מגלה געווען פאר משה רבינו אז לסוף נו''ן וועלן די אידן מקבל זיין די תורה.
עכ''פ, שרייבט דער חיד''א אין מחזיק ברכה, און ווי אויך אין דברים אחדים דרוש ה' אז די מדרש איז די מקור לדברי הרמב''ם והחינוך.
עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין, אבער ווי די קעפל זאגט איז דאס נאר אויפן שפיץ גאפל. זייטס מיר אלע געזונט און שטארק, און א פרייליכען יום טוב!
איך וועל מיך זייער פרייען צו הערן הערות.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
Re: אויפן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
אויפן שפיץ גאפל... איך וויל אמאל זען דיינע גאפלעך...
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: אויפן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
גיימיר עס ארויספרינטן און ליינען דעם יו"ט בל"נ
Re: אויפן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
האמער שוין דא אויפ'ן טיש @פופצי'ס ברילן און א גאפל פון
@נקודות טובות
כ'מיין איך נעם דעם לעפל...
@נקודות טובות
כ'מיין איך נעם דעם לעפל...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אויפן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
הער אויס. יעדער האט ביי זיך אינדערהיים אלע סייזעס עסצייג. אנגעהויבען פון די קליינע לעפל מיט וואס מען פיטערט די בעיבי, ביז די גרויסע שעפ לעפל. יעדע לעפל האט זיך זיין פלאץ!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 11:30 pm
אויפן שפיץ גאפל... איך וויל אמאל זען דיינע גאפלעך...
צו סערווירען @שאינו יודע לשאול דארף מען אזא גאפל!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אויפן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
און פארגעס נישט נאך יו''ט צוריק צו קומען מיט הערות!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: אויפן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
אין א PDF צו דאונלאודן
- פיילס
-
- נקודות גאפל.pdf
- (100.22 KiB) דאונלאודעד 32 מאל
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
סוגיא דקו התאריך.
איינער פון די ברייט פארצווייגטע פולמוסען אין די עולם התורה, איז די נושא פון די קו התאריך. אין יאר ת''ש בשעת ווען אין אייראפע האט געפלאקערט די שואה, האט זיך אין ארצינו הקדושה געקאכט די נושא פון קו התאריך. פולע גדולי ישראל האבן האבן געלאזט הערן מיינונגען, און געשריבען תשובות אויף למעשה.
דער אמת איז, אז די שאלה איז נישט נתחדש געווארן אין יאר ת''ש, נאר דאס איז א שאלה וואס איז נולד געווארן שוין דעם פערטען טאג פון בריאת העולם, און בספרי הראשונים ווערט דאס שוין אויסגעשמועסט.
מבוא.
די מעשה איז געווען ווי פאלגענד. אין יאר ת''ש האבן עטליכע טויזענט אידן פון פולין און די ליטא צווישען זיי הגאון רבי יחזקאל לוינשטיין, באקומען רשות פונעם יאפאנעיזישער קאנסול זיך צו קענען באזעצען אין יאפאן און זיך ראטעווען דאס לעבן פון די נאציס ימח שמם. די פלטים האבן נישט געוואוסט וועלכע טאג אין די וואך מען דארף האלטן שבת אין יאפאן, מספק וואו דער קו התאריך איז, וויבאלד לויט געוויסע שיטות איז די קו התאריך פאר יאפאן. שפעטער אין יאר תש''א פאר יום כיפור איז די שאלה געווארן נאך מער ברענעדיג, וויבאלד מיט שבת האט מען זיך נאך געקענט אן עצה געבן נישט צו טוהן קיין מלאכות צוויי טעג מספק. אבער פאסטען יום כיפור, איז דאך נישט מעגליך צו פסק'ענען לרבים אז מען זאל פאסטען צוויי טעג מספק. און דאס האט געברענגט א גרויסען פולמוס אין די עולם התורה צווישען די רבני א''י איבער וואו געפינט זיך די קאו התאריך.
צו פארשטיין די שאלה לאמיר קודם פארשטיין וואס איז דאס דער קו התאריך?
הקדמה.
די אפטייטש פון די ווערטער איז זייער פשוט, קו מיינט א שטריך, און תאריך מיינט דאטום. דאס מיינט, אז די דאטום איז געבינדען צו איין געוויסע שטריך אויפן פלאנעט.
אין פסוק אין בראשית ביי די בריאה פונעם פערטען טאג שטייט ווי פאלגענד. ויאמר אלקים יהי מארת ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה והיו לאתת ולמועדים ולימים ושנים. פשט אין די ווערטער איז. כדי צו קענען מבחין זיין בין יום ללילה, מוז זיין עפעס וואס זאל אנדייטען ווען עס איז טאג און ווען עס איז נאכט. אויב איז נישטא עפעס וואס זאל מבחין זיים בין יום ללילה, ווערט באמת נישט טאג און נאכט און אויב אזוי איז אויך נישטא א וואך, חודש, אדער יאר. און עס וואלט נישט געקענט זיין אזא געדאנק ווי א לוח. נאר אנשטאט דעם וואלט געווען א יומא ארוכתא, אדער לילה ארוכה.
אין די ערשטע טאג פון די בריאה האט דער אויבערשטער באשאפען א געוויסע כח פון ליכטיגקייט, וואס האט געשיינט פון זיך אליינס. און דאס האט מבחין געווען בין יום ללילה. שפעטער לסוף ג' ימים האט ער דאס גונז געווען, און אנשטאט דעם באשאפען א זון וואס זאלן דינען דעם תפקיד פון ליכטיג מאכן.
איין מאל מיר האבן דעם זון ווייסען מיר שוין אז ווען די זון שיינט אויף ווערט טאג, און שפעטער ווען די זון גייט אונטער ווערט נאכט, און אזוי טוישט זיך די דאטום. דערנאך, איין מאל עס איז די אזא געדאנק ווי א טאג וואס טוישט זיך כסדר, נעמט מען דעם טאג אין מען צוטיילט אים אויף שעות, מינוטען, סקונדעס וכדו'. און אזוי קענען זיך מענטשען פארשטענדיגען צווישען זיך און אפשמועסן א צייט.
מהלך החמה ולבנה.
די זון גייט אויף א מהלך פון 365 טעג, יעדן טאג פון די 365 טעג שיינט ער אויף און ער גייט אונטער א משהו אפגעריקט פונעם טאג פריער. און ווען ער ענדיגט זיין מחזור פון 365 טעג, הויבט ער אן זיין מחזור פון פריש. ווען די מחזור פונעם זון ענדיגט זיך, טוישט זיך די יאר ביי אונז. און דערפאר הייסט טאקע א יאר "שנה" וויבאלד עס חזר'ט זיך איבער.
די לבנה פון די אנדערע זייט, האט א מהלך פון 29.5 טעג, און דערנאך ווערט זי פארשווינעדען, און זי איז זיך נאכאמאל מחדש. און לויט דעם ווייסען מיר ווען עס ווערט א נייע חודש. און דערפאר הייסט עס טאקע "חודש", ווייל חדש מיינט זיך באנייען. די אלטע לבנה איז געשטארבען, און עס ווערט כאילו געבוירען א פרישע לבנה. די זון האט נישט קיין חודש, און די לבנה האט נישט קיין יאר. מיר נוצען ביידע צוזאמען כדי צו אויסשטעלן אונזער לוח. נאר וויבאלד נישט יעדער איז מוכשר אליינס צו מאכן די חשבונות האבן זיך די גרויסע אסטרונאמיקער צוזאמען גענומען, און אוועקגעשטעלט א לוח. אבער די יסוד פון א לוח איז די הילוך המזלות.
הקדמה להפרדוקס.
מיר ווייסען אלע אז די וועלט איז רינדעכיג, און די זון דרייעט זיך כסדר ארום די וועלט (נישט קיין נפקה מינה צו אונזער שמועס אויב די זון דרייעט זיך אדער די וועלט דרייעט זיך) צו יעדע צייט איז דא ערגעץ אויפן פלאנעט וואו עס ווערט לעכטיג, דהיינו נץ החמה. און ווי אויך איז יעדע רגע דא א שקיעת החמה ערגעץ וואו אויפן פלאנעט. דארט וואו עס איז די נץ החמה ווערט יעצט טאג, און דארט וואו עס איז שקיעת החמה ווערט יעצט נאכט.
ווען מען זאל אפמעסטען די וועלט און ארום נעמען מיט א גארטעל, וועט אויסקומען אז די וועלט איז ערגעץ צווישען 24-25 טויזענט מייל ארום און ארום. יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון אזוי. די זון מאכט א סיבוב ארום די וועלט וואס נעמט איר 24 שעה. ווען מען זאל עס רעכענען רעלאטיוו צו אונזער וועלט, וועט אויסקומען אז די זון פארט עטוואס שנעלער ווי טויזענט מייל א שעה. אויב שטייט איינער ביי חצות היום ווען די זון איז פונקט העכער אים, און ער וויל אז די זון זאל בלייבען העכער אים. וועט ער דארפן לויפן מיט עטוואס שנעלער ווי טויזענט מייל א שעה בכדי צו בלייבען פונקט אונטער דעם זון.
יעצט לאמיר אייך פרעגן אזא שאלה. וואס וועט זיין ווען איינער זעצט זיך אריין אין א פליגער וואס קען פארן טויזענט מייל א שעה. און ער מאכט א סיבוב ארום די וועלט פונקט אויף די זעלבע ספיד וואס די זון פארט. ער הויבט אן זיין סיבוב זונטאג אינדערפרי פונקט א שעה נאכן נץ החמה, און ער פארט מיט די פליגער ארום די וועלט פאר גאנצע 24 שעה, און דערנאך לאנדעט ער אויפן זעלבען פלאץ פון וואו ער איז ארויסגעפארן. וועט אויסקומען אז ער וועט לאנדען אויפן ארטיגען זייגער מאנטאג אינדערפרי א שעה נאכן נץ החמה.
שטעלט זיך אבער די שאלה. ביי די מענטש וואס פארט אויפן פליגער, איז דאך נישט טונקעל געווארן במשך די לעצטע 24 שעה, ווייל ער איז דאך מיט געפארען מיט זון אינאיינעם. און ביי אים איז די גאנצע צייט געבליבען א שעה נאכ'ן נץ החמה כאילו ער כאפט זיך אן מיט א שטריק צום זון. נו אויב אזוי פארוואס איז יעצט מאנטאג? ווי אזוי האט זיך געטוישט די טאג? ביי די מענטש וואלט דאך געדארפט בלייבען זונטאג א שעה נאכ'ן נץ החמה פאר די גאנצע 24 שעה? ניין?
יעצט לאמיר גיין אביסעל אנדערש. נעם די זעלבע מציאות נאר פונקט פארקערט. א מענטש זעצט זיך אריין אין א פליגער און פליט ארום די גאנצע וועלט אויף די פארקערטע דירעקציע פונעם זון, דהיינו ממערב למזרח. קומט אויס אז בהכרח גייט ביי אים ווערן נאכט צוויי מאל דורך אויס די 24 שעה. פונקט ווי ווען צוויי קארס פארן איינער קעגן דאס אנדערע אויף פערציג מייל א שעה, וועט אבער די שנעלקייט זיין רעלאטיוו צום אנדערען קאר אכציג מייל א שעה. וועט אויך ביי דעם מענטש ווערן טונקעל צוויי מאל. ווייל די זון לויפט קעגן אים אויף טויזענט מייל א שעה, און ער לויפט קעגן דעם זון אויף טויזענט מייל א שעה. און דאס איז פונקט דאפעלט ווי די געווענליכע הילוך החמה. עס ווערט באמת נישט טונקעל מער מאל אויפן פלאנעט, ביי אים וועט אבער טונקעל ווערן צוויי מאל. אויב אזוי, ווען ער לאנדעט מיט פונקט 24 שעה שפעטער וואלט אנשטאט מאנטאג אינדערפרי, געדארפט זיין דינסטאג אינדערפרי! ניין?
הפרדוקס.
יעצט לאמיר נעמען די צוויי טעאריעס, און מאכן דעפון א מעשה. עס איז זונטאג פארטאגס, און עס שטייען דריי אידן ראובן שמעון און לוי אין עירפארט און שמועסן רואיג צווישען זיך. א שעה נאכ'ן נץ החמה כאפט ראובן א פליגער וואס פארט טויזנט מייל א שעה, ממזרח למערב העולם. און שמעון כאפט א פליגער פונקט פארקערט ממערב למזרח העולם. לוי זעצט זיך אראפ ווארטען מיט געדולד דארט אין עירפארט אז ראובן און שמעון זאלן לאנדען. און פונקט 24 שעה שפעטער לאנדען טאקע ביידע פליגערס.
זיי גייען אריין אין חב''ד שטיבעל אין עירפארט, און שטעלן זיך דאווענען צוזאמען. מען קומט אן צום שיר של יום, און עס הויבט זיך אן הויעך יו''ט. ראובן וואס איז געפארן ממזרח למערב הייבט אן הויעך היום יום ראשון בשבת, (עס איז ביי אים נישט טונקעל געווארן, ער איז דאך געפארן מיט די זון אינאיינעם קומט אויס אז עס איז געבליבען זונטאג) שמעון שרייט אריין, נו! היום יום שלישי! (עס איז דאך ביי אים טונקעל געווארן צוויי מאל, קומט אויס אז היינט איז דינסטאג) און זיי הויבן זיך אן טענה'נען ווער עס איז גערעכט. רופט זיך לוי אן, איר זענט ביידע נישט גערעכט. היינט איז נישט זונטאג און נישט דינסטאג, נאר היינט איז מאנטאג! איך בין געשטאנען דא א גאנצע 24 שעה, און איך זאג אייך עס איז יא טונקעל געווארן, אבער נאר איין מאל. און דעפאר איז יעצט מאנטאג. וואס טוט מען אין אזא פאל?
די אמת איז. אז מען דארף נישט פארן מיט א פליגער אויף טויזענט מייל א שעה כדי זיך צו אנשטויסען אין דעם פראבלעם, נאר אפי' אויב זאל מען מאכן א סיבוב ארום די וועלט אין משך פון עטליכע יאר, וועט בעל כרחך אויך אויסקומען אז אויב זאל מען פאר'ן ממזרח למערב וועט מען פארפעלן איין שקיעה. און אויב זאל מען פארן ממערב למזרח וועט מען האבן איין איבריגע שקיעה עס איז פשוט א פאקט! וואס טוט מען?
הסבר נוסף.
יעצט לאמיר גיין מיט א טריט ווייטער. איינער זעצט זיך אריין אין א פליגער, און פארט די זעלבע ריכטונג ווי די זון גייט, דהיינו ממזרח העולם למערב העולם. אבער אנשטאט פארן אויף טויזענט מייל א שעה, פארט אויף צוויי טויזענט מייל פער שעה. דהיינו דאפעלט די שנעעלקייט ווי די זון. דא וועט אויסקומען א גאר אינטערעסאנטער היכי תימצא, ער וועט ווערן אינגער יעדע 24 שעה מיט איין טאג. לאמיר געבן א משל.
ראובן פארט ארויס א שעה נאכ'ן נץ החמה זונטאג פרשת חוקת אנדערפרי, מיט א פליגער וואס פארט אויף צוויי טויזענט מייל א שעה. נאך איין שעה פליען וועט אויף די פלאץ וואו ער וועט אנקומען זיין יעצט די נץ החמה, וויבאלד ער פליט דאך דאפעלט אזוי שנעל ווי די זון. נאך צוויי שעה פארן, וועט אויף די ארט וואו ער איז זיין א שעה פאר'ן נץ החמה. און אזוי ווייטער וועט ער יעדע שעה אויסכאפען דעם זון מיט נאך א שעה. קומט אויס אז אויב וועט ער פאר'ן א וואך און א צי, וועט ער זיך צוריקדרייען ביז א וואך פריער דהיינו זונטאג קרח. אבי מען רעדט זיך אפ אז מען ווערט נישט אינגער....
לויט דעם קומט אויס אז אויב באיזה אופן וועט א מענטש זיך קענען ארויף זעצען אויף א הייפערסאניק מיסעל וואס פליט 5 טויזענט מייל א שעה (5 מאל אזוי שנעל ווי די זון) וועט ער נאך יעדען טאג פליען פארדינען 5 טעג! קומט אויס אז עס איז במציאות אז א מענשט זאל קענען צוריק גיין ביז זמן מתן תורה אויב זאל ער פליען מיט א מיסעל פאר גענוג לאנג ביז ער וועט צוריק דרייען דעם לוח מיט דריי און א האלב טויזענט יאר!
פיליזאפיש גערעדט, כדי זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער וועט דאס צווינגען צו זאגן אז עס איז דא א קו התאריך וואס האלט אפ דעם מענטש פון זיין בעל הבית אויפן דאטום. עס וועט מוזען זיין איין שטריך אויף די וועלט וואס ווען דארט ווערט טונקעל טוישט זיך די דאטום, אפגעזעהן אויב ביים מענטש איז טונקעל געווארן אדער נישט! כדי דאס בעסער צו פארשטיין לאמיר כאפן א בליק אויף א מאפע. פשוט באטראכטען אביסעל די הילוך החמה.
הוכחה לקו התאריך במציאות.
איך בין נישט קיין גרעפיקער, און איך קען נישט מאכן גרעפיקס פונעם פלאנעט אז דער עולם זאל בעסער פארשטיין וואס איך זאג. אבער כדי לשבר את האוזן לאמיר נעמען א משל פון א Analogזייגער, אנשטאט די פלאנעט. א געווענליכע זייגער גייט מיט נומערן פון איינס ביז צוועלעף, לאמיר זיך אבער א מאכן א היימישען זייגער פון פיר און צוואנציג נומערן. דהיינו 1-24.
עס איז זונטאג פרשת חוקת, און די זון שטייט יעצט העכער די נאמבער 24 וואס איז גאנץ אויבן ביים שפיץ פונעם זייגער. לויט דעם קומט אויס אז אין די לאנד וואס איז ביים 24 איז יעצט חצות היום, און די זון שיינט דארט מיט'ן גאנצען קנאק. די לאנד וואס איז ביים 1 איז יעצט נאר עלף אזייגער זונטאג אינדערפרי, און עס וועט נאך געדורען א שעה ביז חצות היום. די לאנד וואס איז ביי די 2 איז יעצט צען אזייגער זונטאג אינדערפרי. אין די לאנד וואס איז ביי די זעקס איז יעצט די נץ החמה פון זונטאג. און ביים 12 איז יעצט חצות הלילה פון מוצאי שבת. פון דא און ווייטער הויבט זיך אן א פראבלעם. אויב איז ביי די 12 חצות הלילה פון מוצאי שבת, קומט אויס אז ביי די 14 איז יעצט צען אזייגער ביינאכט מוצאי שבת, ממילא איז ביי די 16 אכט אזייגער ממש הארט נאכן זמן מוצאי שבת. קומט אויס אז ביי די 18 איז זעקס אזייגער שבת נאכמיטאג, און מען עסט שלש סעודות. איז ביי די 20 פיר אזייגער שבת נאכמיטאג. ביי די 22 איז צוויי אזייגער שבת מען בענטשט יעצט פון די סעודה אינדערפרי. ביי די 23 איז יעצט איינס אזייגער שבת מיטאג. וועט אויס קומען אז ביים 24 איז יעצט שבת נאכמיטאג בחצות! אבער, איין רגע! ווי אזוי קען דאס זיין? מיר האבן דאך אנגעהויבען אז ביי די 24 איז יעצט זונטאג ביי חצות היום??? עס שטימט דאך נישט???
די תירוץ איז אז עס שטימט יא, און דאס גופא איז די קו התאריך! עס איז בהכרח דא איין חלק אויף די וועלט וואס דארט הויבט זיך אן די טאג, פון דארט און ווייטער איז די נעקסטע טאג, און פאר די שטריך איז נאך די פארגאנגענע טאג. דהיינו, עס איז דא א שטריך אויפן כדור הארץ וואס אויב מען טרעט אריבער דעם שטריך, ווערט אטעמאטיש אן אנדערע טאג אין די וואך/לוח.
מען רעדט א שטריך וואס איז פונקט ווי די גרעניץ פון א לאנד, וואס אויב שטייט מען אויף איין פלאץ איז מען אין דעם לאנד. און אויב שטייט מען נאכן גרעניץ מיט עטליכע אינטשעס אפגעריקט איז מען אינעם צווייטען לאנד. אזוי אויך טוט די קו התאריך אפטיילען די וועלט מיט א שטריך. און עס קענען שטיין צוויי מענטשען און שמועסן, און פאר ראובן וועט זיין איין טאג, און פאר שמעון וועט זיין א צווייטע טאג. די זון שיינט אויף און גייט אונטער ביי ביידע פון זיי אקוראט די זעלבע סקונדע, און עכ''ז איז די תאריך אנדערש. אין די ענגלישע שפראך הייסט דאס די international date line. און די סיבה דערצו איז וויבאלד אויף א רינדעכיגע זאך אויב מאכט מען נישט א שטריך, איז נישט שייך צו זאגן וואו עס הויבט זיך אן.
גוף השאלה.
יעצט איין מאל מיר זענען קלאר אין דעם אז עס איז בכרח דא א קו התאריך, הויבט זיך אן די שאלה וואו איז די קו התאריך? וואו מאכט מען דעם שטריך אויפן Globe צו זאגן אז ביז אהער איז יעצט שבת, און פון דא און ווייטער איז יעצט זונטאג?
אין די גוי'שע וועלט האבן זיי זיך זייער גרינג אן עצה געגעבן מיט דעם. ביי זיי איז דאך באמת נישט קיין נפקה מינה אויב עס איז זונטאג אדער מאנטאג. דעריבער קענען זיי אוועקשטעלן דעם קו וואו עס געפעלט זיי דאס מערסטע. און אזוי האבן זיי טאקע געטוהן. זייער קו איז כלל נישט קיין גלייכע קו, נאר עס גייט אויף אן אופן אז עס זאל נישט אריינעמען קיין יבשה אין דעם און אזוי ארום צומישען די איינוואוינער פונעם יבשה. אבער ביי אונז אידן וואס האבן א תורה מוזן מיר דאך אלץ קוקען וואס די תורה הייסט, און מען קען זיך נישט ארויסדרייען מיט פראקטישע לעזונגען. מען דארף דאך וויסען וועלכע טאג איז שבת, און וועלכע טאג איז יו''ט. נו וואס טוט מען? ווי אזוי ווייסט מען וואו עס איז די קו התאריך? די תירוץ איז אז אין דעם האבן זיך די גדולי הדור בדור שלפנינו שארף ארומגעקריגט. דאס איז די גרויסע פולמוס פונעם קו התאריך!
מהלך פשוט.
אויב זאלן מיר פראבירן צו טרעפן א לעזונג צו דעם פראבלעם, וואלט איך במושכל ראשון געזאגט אזוי. די ערשטע זאך דארפן מיר פארשטיין אז די גאנצע צומישעניש דא קומט נאר צוליב דעם וואס די וועלט איז רינדעכיג, ווען די וועלט זאל ווען זיין פלאך וואלט די ספק קיינמאל נישט געווען. וויבאלד ביי א רינדעכיגע זאך איז נישט שייך צו ווייזען וואו עס איז די אנהויב, אדער וואו עס איז די סוף. און וויבאלד עס איז נישט שייך צו זאגן וואו עס איז די אנהויב און וואו עס איז די סוף, איז אויך נישט שייך צו זאגן וואו עס איז די מיטן. משא''כ ביי א פלאכע זאך איז זייער גרינג צו אנצייגען וואו עס איז די אנהויב און וואו עס איז די סוף.
די סיבה פארוואס ביי א רינדעכיגע זאך איז נישט שייך צו אנצייגען אן אנהויב אדער א סוף. איז וויבאלד יעדע חלק אינעם כדור איז אטעמאטיש דער מרכז פונעם כדור. אויב אבער מאיזה סיבה זאל איין חלק פון די כדור זיין די אמת'ע מרכז, וואלט מען זייער גרינג געקענט אנצייגען וואו עס איז די אנהויב און וואו עס איז די סוף.
לענינינו. מיר ווייסען דאך קלאר מחז''ל אז ארץ ישראל איז דער מרכז העולם. קומט אויס אז אויב איז ארץ ישראל איז די מרכז העולם, איז שוין יא שייך צו אנצייגען וואו עס זענען די קצוות הארץ. די קצה המזרח וואלט געווען 180 מעלות פון ירושלים. און די קצה המעריב וואלט געווען 180 מעלות פון מעריב ירושלים. יעצט אויב האבן מיר שוין קצוות, וואלט די לייכסטע אופן צו צוטיילען די וועלט און מאכן א שטריך וואס דינט אלץ קו התאריך געווען צו מאכן דעם שטריך פונקט אונטער ירושלים. דהיינו 180 מעלות פון ירושלים. און דאס איז טאקע איינער פון די שיטות להלכה בזמנינו איבער וואו עס איז די קו התאריך.
עכ"פ די סוגיא איז א סוגיא ארוכה ועמוקה. און איך בין נישט דא געקומען צו אויסשמועסען אלע צדדים. נאר ווי די קעפל זאגט איז דאס נאר אויפן שפיץ גאפל.
הנוגע לענין.
די שאלה וואו די קאו התאריך איז, איז נוגע אין זייער אסאך פעלער, נישט נאר נוגע לגבי וועלכע טאג עס איז שבת ויו''ט, נאר איז נוגע אין גאר אסאך פעלער. די ספרי הפוסקים זענען פיל מיט שאלות אין די נושא איך וועל געבן עטליכע דגמאות.
א) ספירת העומר. איינער גייט אריבער דעם קו התאריך בימי הספירה, וועלכע טאג דארף ער ציילן?
ב) שבועות. מיר ווייסען דאך אז שבועות איז יום נ' לספירה. אויב איינער גייט אריבער דעם קו התאריך ווען ביי אים איז איין טאג אין ספירה, און די פלאץ צו וואו ער קומט אן איז אן אנדערע טאג אין ספירה. וועלכע טאג האלט ער שבועות?
ג) חיוב במצוות. איינער וואס איז וואוינט אויף איין זייט פונעם קו התאריך, און די טאג וואס ער ווערט דרייצען גייט ער אריבער דם קו. ווערט ער אויס מחויב במצוות, אדער נישט? די זעלבע שאלה קען אויך זיין אויב איינער איז מקבל שבת אויף איין זייט פון די קו, און ער גייט אריבער צום צווייטען זייט וואס דארט איז פרייטאג אויב ער מעג טוהן א מלאכה.
ד) מילה. ווען איז די אכטע טאג אויב גייט מען אריבער דעם קו?
ה) שבעה נקיים. אויב איינער גייט אריבער דעם קו, ווי אזוי רעכענט מען די ז' נקיים?
עכ"פ, די סוגיא איז א לאנגע און ברייטפארצווייגטע סוגיא. ובאתי רק להאיר.
פרפראות.
לסיום הענין לאמיר נאך אריינווארפען איין הערה. יעצט אז מיר פארשטייען שוין אז עס איז דא א קו התאריך איז יש מקום לחקור בנוגע די זיבעטער טאג וואס דער אויבערשטער האט גערוהט נאך בריאת העולם. און ווי חז''ל זאגן אז הקב"ה שיודע עתיו ורגעיו נכנס בו כחוט השערה ונראה כאלו כלה בו ביום. וועלכע טאג האט דער אויבערשטער גערוהט, און ווען איז געווען די נכנס בו כחוט השערה? אויף וועלכע טיים זאון?
לויט ווי מיר האבן פריער געשריבען, ווערט פרייטאג אויף איין חלק וועלט, בשעת עס ווערט שבת אויף א צווייטע חלק פון די וועלט. ממילא אויב וועל איך זאגן אז דער אויבערשטער האט גערועט גלייך ווען עס איז געווארן שבת ביים מזרח חלק פונעם קו התאריך, דארט וואו עס איז די ערשטע געווארן שבת. קומט אויס אז אויף די אנדערע חלק וועלט איז נישט געווען קיין זעקס טעג בריאת העולם, ווייל דארט איז דאך הערשט יעצט געווארן פרייטאג. און צו זאגן אז דער אויבערשטער האט גערוהט אויף איין חלק וועלט, בשעת אויף די אנדערע חלק וועלט האט ער נאך געטוהן מלאכות איז זייער שווער. ווייל למעשה הייסט דאס נישט גערוהט.
די אמת איז אז די שאלה הויבט זיך נישט אן נאר מיט'ן קו התאריך. נאר אפילו אויף איין אופק איז די שאלה קאי וקיים. אין ארץ ישראל ווערט שבת מיט זיבען שעה פריער ווי אין אמעריקע, האט דער אויבערשטער געהאלטען שבת אויף די ארץ ישראל'דיגע זייגער אדער אמעריקאנער זייגער?
פירוש ויהי ערב ויהי בוקר.
אין פסוק אין בראשית שטייט עטליכע מאל ויהי ערב ויהי בוקר. רש"י הק' פראבירט מסביר צו זיין די אפטייטש פון די ווערטער. אבער אנדערע ראשונים ובניהם הרמב"ן, אבן עזרא, כוזרי, בעל המאור, שרייבען פשט אין ויהי ערב ויהי בוקר אז טאקע דאס איז פשט. דהיינו, אין יעדע רגע איז דא איין חלק אויף די וועלט וואס ווערט לעכטיג, און יעדע רגע איז דא ערגעץ וואס ווערט טונקעל. מיט דעם טייטשען זיי פשט, ויהי ערב דא פון וואו מען רעדט יעצט, אבער בשעת מעשה איז אויך ויהי בוקר אויף אן אנדערע חלק פונעם פלאנעט. און דער כוזרי געבט אן אז מען גייט מיט די זמני ארץ ישראל און דאס איז די זמן וואס דער אויבערשטער האלט.
דער רמב"ן צייכענט שוין צו אז דאס איז נאר שייך צו זאגן פון די פערטע טאג און ווייטער. ווייל פאר די זון איז באשאפען געווארן, איז דאך געווארן לעכטיג און טונקעל אויף די גאנצע פלאנעט אין די זעלבע סקונדע, נאר דוקא מיט די סיבוב השמש האט זיך אנגעהויבען די 24 שעה מחזור.
הנוגע למעשה.
וואו קען דאס זיין נוגע למעשה? עס איז זייער פשוט. שבת קודש איז דאך געגעבן געווארען פאר אידן אלץ זכר למעשה בראשית. לויט דעם וואלט געווען די ריכטיגע זאך אז גאנץ כלל ישראל זאל האלטן שבת די זעלבע צייט, אפגעזעהן די טיים זאון. איי וועט איר פרעגן וועלכע טיים זאון זאל מען אנעמען? איך וואלט מייעץ געווען אז מען זאל אנעמען די ארץ ישראל'דיגע טיים זאון, און לויט דעם זאל מען אויך האלטען שבת אין אמעריקע. דהיינו, די זמן ערב שבת קודש אין נוי יארק זאל אנשטאט אכט אזייגער פארנאכטס זיין איינס אזייגער נאכמיטאג בשעת ווען אין ארץ ישראל איז אכט אזייגער. און יא, ווינטער ווען די זמן שבת איז 4:15 זאל מען אין אמעריקע מקבל שבת זיין 9:15 אינדערפרי! (א נייע דערהער אין א קורצע פרייטאג!)
תשובות הרדב"ז.
די שאלה געפונען מיר שוין אין שו"ת הרדב"ז חלק א סימן ע"ו וז"ל. שאלת ממני אודיעך דעתי בענין השבת כי יש חילוק גדול בין השוכנים במזרח לשוכנים במערב. ונמצא שמה שהוא לאלו שבת, הוא לאלו חול. עכ"ל.
איך ווייס נישט אויב דאס וואס איך פרעג איז ממש דאס וואס דער שואל האט געפרעגט, אבער מיט די תשובה פון רדב"ז וועט אונזער אסתפקתא אויך פארענטפערט ווערן. די רדב"ז הייבט אן די תשובה אזוי. דע כי שאלה זו נבוכו בה רבים ונכבדים, אבל אודיעך דעתי בזה. ער ענטפערט אים דארט אז שבת איז טאקע געגעבן געווארן פאר אידישע קינדער אלץ אן אנדענק לשבת בראשית. אבער שבת איז נישט א מצוה כללי אויף גאנץ כלל ישראל, נאר פונקט ווי ברית מילה איז אן אות פאר יעדן עקסטער, איז שבת אויך אן אות פאר יעדן באזונדער. און דערפאר דארף יעדער האלטען שבת לויט די טיים זאון וואו ער געפינט זיך.
דער רדב"ז ברענגט זיך עטליכע ראיות צו דעם.
א) מיר זעהן אין די גמרא (שבת קי''ח) אז רבי יוסי האט געזאגט יהא חלקי ממכניסי שבת בטבריא וממוציאי שבת בצפורי. דארט איז בסך הכל צפורי אויף א בארג, און טבריה אין א טאל און אפי' די צוויי זענען אין די זעלבע טיים זאון האבן חז"ל פארשטאנען אז ביידע דארפן האלטען זייער אייגענע זמנים.
ב) אין די גמרא זעהן מיר אז המהלך במדבר ולא ידע מתי הוא שבת מונה ו' ימים מיום שטעה ומקדש שביעי ומברך בו ברכת היום ומבדיל במוצאי שבת. פון דעם זעהן מיר קלאר אז שבת איז געגעבן געווארן פאר יעדן איינעם באזונדער.
ג) מיר זעהן אין די גמרא אז עובד כוכבים ששבת חייב מיתה, און די גמרא שטעלט קלאר דארט אז דאס איז נישט נאר אויב ער היט דעם זיבעטען טאג. נאר אפי' אויב טוט ער נישט א מלאכה מאנטאג לשם שבת, איז ער אויך חייב מיתה.
ד) צום לעצט שרייבט דער רדב"ז אז שבת איז דאך ניתנה במרה, און אין מרה האט מען געהאלטען שבת לויט די זייגער פון מרה און נישט לויט די זייגער פון א"י. וואס פון דעם זעהן מיר קלאר אז שבת ווערט יעדע פלאץ לויט זיין זייגער.
דער מהר"ם חגיז אין ספר משנת חכמים (מעלה כ"ג תקמ"ב) שרייבט ממש בדומה צו דאס וואס דער רדב"ז שרייבט, און ער לייגט צו אז דאס איז פשט אין פסוק את "שבתותי" תשמרו. שבתותי איז א לשון רבים אז עס איז טאקע דא מער ווי איין שבת, און יעדער דארף האלטן זיין שבת. און ער שרייבט דארט אז דער אויבערשטער איז שובת עם כל קהלה וקהלה מישראל כפי הזמן והשעה הראויה לקבל שבת כפי סיבוב השמש ומדריגתו באותו מחוז ואיקלים.
דער חיד"א אין פני דוד אנהויב פרשת ויקהל טייטשט מיט דעם די פסוק שבת יהיה לכם, אז די תורה זאגט קלאר אז יעדער האט זיין אייגענעם שבת. דער שואל ומשיב (מהודרא רביעאה סימן קנ"ד) טייטש מיט דעם רדב"ז אויס דאס וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען שבת ביים דאווענען די לשון "עם מקדשי שביעי" אז עס קומט אויס אמאל ווען מען האלט שבת ווען בשעת מעשה איז באמת נישט שבת. אבער עכ"ז איז עם מקדשי שביעי, ווייל יעדער האלט זיין שבת.
תיקון חצות.
די שאלה מיט וועלכע זייגער מען גייט איז נישט נאר נוגע שבת ויו"ט, נאר יעדע מאל זאך וואס גייט מיט א זמן איז אויך תלוי אין דעם לדוגמה, תיקון חצות. ווען איז דא די אלע מעלות וואס שטייט אין זוהר וועגן תיקון חצות?
שיטת רבי יעקב עמדין והרמ"ק.
רבי יעקב עמדין אין מור וקציעה אינעם ערשטען סימן שרייבט טאקע אז די גאנצע ענין פון תיקון חצות איז נאר אין א"י. אודאי איז אויך דא אן ענין פאר תיקון חצות אין חו"ל, אבער דאס איז נאר אלץ חיוב פון דרישת ציון, אבער די עיקר תיקון חצות איז נאר אין א"י. און אזוי אויך שרייבט ער אין מור וקציעה סימן שד"מ לגבי שבת, אז די שבת האמיתי איז אין א"י און לויט די זמני א"י. און ער גייט מיט שיטת הרמב"ן וואס די רמב"ן איז מבאר כמה פעמים אז די עיקר תורה ומצוות איז געגעבן געווארן צו היטען אין א"י.
דאס איז זיכער אז אפי' רבי יעקב עמדין וועט מודה זיין צום רדב"ז אז יעדער דארף היטען שבת לויט זיין זמן, נאר שבת אין הימעל איז לויט שבת אין א"י.
אזוי אויך שרייבט דער רבי ר' יונתן אין יערות דבש חלק א' דרוש ט"ו אז חצות האמיתי איז חצות ארץ ישראל. און ער איז מיט דעם מבאר דאס וואס משה רבינו האט געזאגט "כחצות" און נישט בחצות, ווי רש"י הק' איז מסביר אז שמא יטעו אצטגניני פרעה ויאמרו משה בדאי הוא אבל הקב"ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות. שרייבט רבי יונתן אז באמת איז מכות בכורות טאקע נישט געווען בחצות מצרים, נאר בחצות ארץ ישראל וואס איז עטליכע מינוטען אפגעריקט. און משה רבינו האט דאס געוויסט. דערפאר האט ער געזאגט כחצות און נישט בחצות.
די אמת איז אז די יסוד פון רבי יעקב עמדין ודעימיה שטייט שוין פון רמ"ק זי"ע אין ספר שיעור קומה (ערךזמן) ער איז דארט מאריך איבער דעם וואס די וואס וואוינען בחוצה לארץ זענען עובדי עבודה זרה בטהרה, און אז די עיקר זמן איז די זמן ארץ ישראל. (ועיין בחסד לאברהם מעין ג' נהר ח' מה שהאריך לפרש בזה)
(לאור דעם רמ"ק איז געווען לי העני נראה אז ס'איז עכ"פ דא אן ענין נישט צו טוהן קיין מלאכות בחוץ לארץ מעת שקיעת החמה בארץ ישראל. ווייל דארט איז די עיקר קדושת השבת. ושוב מצאתי בשלחן הטהור קאמרנא דכן נהג כל ימיו, וכתב דהנזהר מזה לא יראה פני גהינם!)
דער בן איש חי אין רב פעלים (דרוש סוד ישרים סימן ו') ברענגט אראפ דעם רמ"ק און נאכן בעטן מחילה טויזענט מאל רייסט ער אים געפערליך אראפ און ער פרעגט אויף אויף אים פולע קושיות. אבער אזוי ווי זיין גאנצע תשובה איז על דרך הנסתר. האב איך נישט די מינדערסטע השגה וואס ער שרייבט דארט.
שיטת התניא.
פון די אנדערע זייט אין שלחן ערוך הגר"ז סימן א' סיעף ח' שרייבט ער אז חצות גייט יא אין יעדע פלאץ לויט ווען עס איז חצות דארט. איי פרעגט ער ווען איז חצות אין הימעל אויף וואס די זהר איז אזוי מאריך אין די סגולת דערפון. אויף דעם זאגט ער אז אין הימעל איז דאך אלעס למעלה מן הזמן סיי ווי, זמן איז דאך נאר א בריאה. נו אויב אזוי איז די הארה פון חצות אין יעדן פלאץ ווען דארט איז חצות.
רעיון נפלא מהפרשת דרכים.
אין פרשת דרכים דרוש כ"ג ברענגט ער פון א געוויסע גדול אז דאס וואס שטייט אין זהר הק' פרשת קרח לא זזה שכינה מישראל, בכל שבתות וימים טובים, ואפילו בשבתות דחול. גייט ארויף אויף דעם וואס אין הימעל האלט מען טאקע שבת לויט די זמן ארץ ישראל, אבער עכ"ז איז לא זזה שכינה מישראל אפילו בשבת של חול.
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
געליינט שנעל, העמיר מאכן מער צייט אי״ה
א שיינע סוגיא דאס, און שיין צולייגט!
א שיינע סוגיא דאס, און שיין צולייגט!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 310
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1335
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
שפיץ גאפל??? די ביזט א יעדן נפלא!!
אן עקסטערע סייט דארף מען פאר דיר עפענען... אזוי קלאר, אזוי קלאר! וואו!!! @נקודות טובות די האסט עס ביי פאר!!! וואו וואו.
אן עקסטערע סייט דארף מען פאר דיר עפענען... אזוי קלאר, אזוי קלאר! וואו!!! @נקודות טובות די האסט עס ביי פאר!!! וואו וואו.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
@נקודות טובות שיין שיין? נאאא, הערליך און קלאר, דייטליך!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
@מירון אפשר מאכסטו א PDF מ'זאל עס קענען ארויספרינטען און ליינען מיט יישוב הדעת? שכח.
---
אגב, @נקודות טובות איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר די שבועות "גאפל". איך האב עס דורכגעלערנט משכ'ן יו"ט, האסט מיר צוגעגעבן א שטיק שמחת יו"ט! (די מותר'דיגע שמחה פארשטייט זיך...)
---
אגב, @נקודות טובות איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר די שבועות "גאפל". איך האב עס דורכגעלערנט משכ'ן יו"ט, האסט מיר צוגעגעבן א שטיק שמחת יו"ט! (די מותר'דיגע שמחה פארשטייט זיך...)
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
נאדירשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 11:09 am @מירון אפשר מאכסטו א PDF מ'זאל עס קענען ארויספרינטען און ליינען מיט יישוב הדעת? שכח.
---
אגב, @נקודות טובות איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר די שבועות "גאפל". איך האב עס דורכגעלערנט משכ'ן יו"ט, האסט מיר צוגעגעבן א שטיק שמחת יו"ט! (די מותר'דיגע שמחה פארשטייט זיך...)
- פיילס
-
- סוגיא דקו התאריך.pdf
- (113.47 KiB) דאונלאודעד 34 מאל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
שכח!מירון האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 1:07 pmנאדירשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 11:09 am @מירון אפשר מאכסטו א PDF מ'זאל עס קענען ארויספרינטען און ליינען מיט יישוב הדעת? שכח.
---
אגב, @נקודות טובות איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר די שבועות "גאפל". איך האב עס דורכגעלערנט משכ'ן יו"ט, האסט מיר צוגעגעבן א שטיק שמחת יו"ט! (די מותר'דיגע שמחה פארשטייט זיך...)
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
איך אויך, א שיינע פאר אידן האבן עס איבערגענומען יו"ט פון האנט צו האנט און געלעזט און שטארק הנאה געהאט. יישר כח הרב @נקודות טובותשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 11:09 am
---
אגב, @נקודות טובות איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר די שבועות "גאפל". איך האב עס דורכגעלערנט משכ'ן יו"ט, האסט מיר צוגעגעבן א שטיק שמחת יו"ט! (די מותר'דיגע שמחה פארשטייט זיך...)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
יישר כח פאר די וואס לייקען, און א יישר כח פאר די וואס האבן מגיב געווען מיט קאמפלימענטען.
ווי איר שטעלט זיך אליינס פאר גייט אריין אין אזא ארטיקעל א געוואלד מיט ארבעט. און ווי פארשטענדליך זעהט נישט דער עולם די ארבעט וואס גייט אריין אין די שורות וואס נאכן איבערקוקען באשליסט מען אז מען שטעלט עס נישט ארויף ווייל עס פארקריכט צופיל.
יישר כח יעדער איינער. יעדע קאמפלימענט איז באמת עפרישיעיטעד. און איך פריי מיך מיט יעדע לייק!

- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
@נקודות טובות איך האב שוין לאנג געוואלט דורכטוען, איך בין אבער נישט אנקומען דערצו.א דאנק אייך!
---
אן עקסטערן דאנק פאר @מירון פאר די PDF
---
אן עקסטערן דאנק פאר @מירון פאר די PDF
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
דאונלאודעד
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
מיי פלעזשאר!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1276
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2097
Re: אויפ'ן שפיץ גאפל מיט @נקודות טובות
די גאפעל איז ליכ’ די מין וואס מ’גרייט אן פאר די פיש, אבער מ’עסט עס כמינהג החסידים מיט די הענט, אין שפעטער איז מען אינגאנצען איינגעטינקען. פאר די מקיימים בהידוראויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 1:42 am שפיץ גאפל??? די ביזט א יעדן נפלא!!
אן עקסטערע סייט דארף מען פאר דיר עפענען... אזוי קלאר, אזוי קלאר! וואו!!! @נקודות טובות די האסט עס ביי פאר!!! וואו וואו.
בקיצור, אויך מיר א גאפעל. אין נאך א שפיץ דערצו.