את פתח לו האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 06, 2024 11:40 pm
אמרש, קומט נישט עכט דא אריין.
עס קוקט מיר אויס ווי דיע וועבזייטל איז געבויט אויף ברענגען שטיקלעך פון אייוועלט...
איך דריי מיך אין דיע אשכול און אין די מלחמה אשכול...
אינטערעסאנט.
שכח פאר @שאינו יודע לשאול פארן שרייבן מיין נאמען, ווען ער נעמט נייעסלעך וואס איך האב געשריבן.
הרב
@את פתח לו זיי נישט ברוגז, אבער איך ווייס נישט וואס מיינט די קאוד ״אמרש״, און מעגליך אז ס'דא נאך אסאך באנוצער דא אזויווי מיר וואס קענען נישט די אייוועלט שפראך.
צום ענין, כ'קלער נישט פאר קיין סעקונדע אז אזא קלוגער איד ווי דו האט טאקע עכט געהאלטן אז דיע וועבזייטל איז געבויט אויף שטיקלעך פון אייוועלט, ווייל אויב קוקסטו וועסטו זעהן אז רוב זאכן אויף דעם סייט זענען פריש און היימיש, און רוב אקטיווע שרייבער דא קוקן כמעט נישט אייוועלט.
איך האב לעצטנס אנגעפאנגען קוקן די מאנסי און מצילי אש אשכולות דארט אויף יענע וועלט, צו זעהן אביסל מער די דעת הקהל, און דעריבער האב איך אהער געברענגט (פאריגע וואך צום ערשטן מאל נאך אזויפיל בלעטער) אפאר שטיקלעך.
דער עולם דא גלייכט אלעס, אייגענע, געברענגטע, מיט קרעדיט אן קרעדיט, ווילאנג ס'איז געשמאק און צו דער זאך, ס'איז שיין און מענטשליך גערעדט, און די חוש'ריי נעגעטיוויטי קינדישקייטן טראלן מעקן זיך רעגן - לאזט מען הינטער זיך.
און צו דיר מיין טייערער חבר, דארט האסטו געטוישט שטעלונג וועגן מצילי אש איבער נאכט, יעדער האט די רעכט צו טוישן מיינונג, אבער זאג כאטש אז דו האסט געטוישט.
מיט פארשטענדעניש,
וואוילער