הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - כ"ח סיון תרל"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - כ"ח סיון תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

כ"ח סיון.
הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, (לאווי), ראש שושלת טאהש.השרף מטאהש
ער איז געבוירן אין יאזעפס נעבן קארלסבאד, בשנת תקע"ו, צו זיין טאטע הרה"ק רבי מרדכי לאווי זי"ע,
וואס איז מגזע הגה"ק בעל התוספות יום טוב אב"ד קראקא זי"ע, ולמעלה בקודש ביז רש"י הקדוש זי"ע, און התנא האלוקי רבי יוחנן הסנדלר זי"ע און דוד המלך ע"ה,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת זעלדא ע"ה,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד וצדיק יסוד עולם, ער איז געווען א גאון נפלא בתורה און א בקי נפלא בש"ס ופוסקים, ער האט געלערנט יומם ולילה מיט א התמדה עצומה, דער צדיק האט די גאנצע וואך נישט גערעדט צו קיין מענטשן, נאר געווען אריין געטון אין די תורה ממש יעדע רגע פונעם טאג, טווזענטער אידן האבן זיך מדבק געווען אין דעם צדיק און זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו און געקומען מיט האלטן זיין עבודת הקודש, וואס איז געווען מיט א דביקות עצומה און א קדושה וטהרה,

ער איז געווען מפורסם אלס א חכם גדול, וואס הונדערטער אידן זענען געקומען פאר עשה ותושיה צו דעם צדיק וחכם, אויך איז ער געווען א גרויסע בעל צדקה וחסד און פארטיילט גאר גרויסע סכומים אויף צדקה, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות,

ספעציעל האט דער צדיק וקדוש געברענט אינעם הייליגען שבת קדוש, שוין פון דאנערשטאג נאכט ליל שישי האט מען שוין געזען דעם צדיק וקדוש ברענען פארן הייליגען שבת, ער האט געהאלטן כסדר אין איין זאגן און מעורר זיין יעדן איינעם, אז עס קומט א הייליגער שבת קדוש וואס ברענגט א קדושה אויף א איד, און דאס איז משפיע אויף די גאנצע וואך השפעות און קדושה אויף א איד,

ווער רעדט נאך אונעם עצם יום השבת קדוש, וואס דאן האט געריעט אויף דעם צדיק א אש להבה און א ברען פון קדושה, צדיקים האבן געזאגט אז פון די השפעה פונעם שבת קדוש, האט דער צדיק גענומען די כוח פאר די גאנצע וואך, איינמאל האט דער צדיק געפרעגט פון זיין רעבעצין "די זעהסט נישט ווי די ווענט טאנצן און קלאטשען פאר קדושת שבת",

הרה"ק רבי נפתלי הירצקא מראצפערט זי"ע האט מעיד געווען, אז די צורה פון דעם שרף מטאהש זי"ע איז נשתנה געווארן פון פחד פון שבת קודש, הרה"ק רבי חיים בעל טל חיים מליסקא זי"ע האט מעיד געווען אויפן הייליגען שרף מטאהש זי"ע, "ער קאכט ווי א דאמפף קעסעל וואס שטייט אויף דעם פייער אין עס זיהט שטענדיג".

הרה"ק רבי הילל ליכטנשטיין מקראסנא זי"ע האט געזאגט בשם זיין זיידע הגה"ק רבי יעקב משה שוווארץ זי"ע, אז בשעת דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע האט געמאכט קידוש שבת ביינאכט, האט ער געהאט א אנדערע צורה ווי די גאנצע וואך, און מען האט אים ממש נישט דערקענט, און הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע האט זיך אויסגעדריקט אויפן רבין בזה"ל, "ער האט א גרויסן חלק אינעם שבת קודש",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע, האט נישט געקענט זיין טאטע, וויבאלד די טאטע איז נסתלק געווארן ווען ער איז נאך געווען גאר יונג, און דאן ווען ער איז געווען א יונגער בחור האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן השכלה, און ליידער זענען אסאך בחורים נשפע געווארן פון די משכילים און אפיקורסם, און די מאמע איז געווען זייער באזארגט פאר דעם יונגען בחור,

און דערפאר האט דער יונגער צדיק אפ געמאכט אוועק צו גיין פון זייער שטאט, און די מאמע האט אים ארויס באגלייט פונעם שטאט און זיך געזעגענט פון איר קינד און געזאגט "גיי לערנען די הייליגע תורה און ווען די וועסט הערן אז איך בין נפטר געווארן זאלסטו קדיש זאגן נאך מיר,

דאן איז דער בחור'ל משולם פייש אנגעקומען קיין אונגארן, און אריין לערנען אין די ישיבה פון הגה"ק רבי אברהם יצחק וויינבערגער בעל פני יצחק אב"ד קליינווארדיין זי"ע, דארט האט דער בחור זיך אריין געווארפן אין תורה, און עוסק געווען בתורה ועבודת השם יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה,

שפעטער איז ער אריבער לערנען אין די ישיבה פון הגה"ק רבי דוד שיק בעל אמרי דוד אב"ד טאקאי זי"ע, דארט האט ער ווייטער געהארעוועט אויף תורה מיט א געוואלדיגע התמדה, זיין רבי ר' דוד האט כסדר געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף זיין תלמיד רבי משולם פייש זי"ע, "זעהט ווי אזוי עס איז מעגליך דורך לימוד תורה לשמה צו צוקומען צו א מדרגה פון רוח הקודש, ווי עס האט דערצו זוכה געווען מיין תלמיד הגאון הצדיק מטאהש", און זיין רבי ר' דוד האט דעם תלמיד מספיד געווען, און האט געזאגט בתוך דבריו "מעולם לא ראיתי אצל בחור בשנים התלהבות יראה כמו שראיתי אצלו",

שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין די ישיבה פון הגה"ק רבי אברהם שאג בעל ברכת אברהם זי"ע, און נאך א קורצע צייט איז ער אריין לערנען אין די גרויסע ישיבה פון הגה"ק רבי מאיר אייזענשטאט בעל מהר"ם א"ש השני זי"ע, און דארט האט זיך דער צדיק משלים געווען אין אלע מקצועות התורה, אויך האט ער שוין אלס יונג בחור אפ געראכטן זיין טעגליכע עבודת השם מיט א געוואלדיגע ברען, זיין רבי דער מהר"ם א"ש זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט צום תלמיד דער שרף בזה"ל, "יונגערמאן, דו בוסט מיינס",

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מינדל ע"ה,
בת הגה"ק רבי ישעי' דוד קופערשטיין זי"ע,
וואס איז געווען פון די בני החבורה אין אושוואר, תלמידים פון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע,
חתן הרה"ק רבי ישראל איסר פרענקל מניר-באכטא זי"ע,
נכד הרה"ק רבי יעקב קאפיל מליקאווע זי"ע,

די חתונה איז פאר געקומען אין שטאט טשאסאד בהשתתפות פון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע, וואס האט מעיד געווען אויפן חתן אז ער לערנט תורה לשמה, נאך די חתונה איז ער נתקרב געווארן צום דרך החסידות דורך די חבורת אשוואר, און דארט האט ער געלערנט קבלה און עוסק געווען יומם ולילה נאר אין עבודת השם און געווען אויסגעטון פון עולם הזה, אביסל נאך די חתונה איז ער געווארן א מלמד תינוקות אינעם שטאט טעגלאש, פאר א קורצע צייט,

יענע גאנצע צייט האט דער צדיק וקדוש געלעבט אין א געוואלדיגע דחקות, ער האט ממש נישט געהאט קיין פרוטה און נישט קיין שום עסן, אבער דאס האט בכלל נישט געשטערט דעם צדיק וקדוש פון זיין עבודת הקודש, מען האט דעם צדיק געזען עוסק זיין בתורה ועבודת השם ממש יעדע רגע פונעם טאג, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א איש קדוש און א עובד השם במסירת נפש,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תרי"ב האט מען דעם צדיק אויף גענומען אלס רב אין שטאט טאהש, און דארט האט דער צדיק געפירט דעם עדה הקדושה מיט א געוואלדיגע שטארקייט פאר 22 יאר, ער האט מרביץ תורה געווען דארט אין שטאט און אריינגעברענגט אין זיין חסידים דעם יראת השם און התקרבות לבורא ברוך הוא מיט א געוואלדיגע שטארקייט,

הגה"ק בעל חתן סופר זי"ע האט מעיד געווען אויף דעם הייליגען שרף מטאהש זי"ע, בזה"ל, "כשרגא האיר לרבים בנתיבתו, נתיב הסלול בקדושה ויראת ה' טהורה וגודל התלהבות ושרגא זה בהאירו בעבוד שמים, נודע לכל באי שעריו שערי קדושה",

ווען דער שרף מטאהש זי"ע איז געווען דאס ערשטע מאל ביים הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע, האט דער צאנזער רב זי"ע אים געזאגט אז ער זעהט אז הרה"ק רבי דוד שפירא מדינוב זי"ע איז זיין רבי משורש נשמתו, האט דער צדיק מטאהש גענומען דעם דינובער רב אלס זיין רבו מובהק, און ער איז כסדר געפארן צו זיין רבין קיין דינוב אויף ימים טובים און שבתים, ובפרט אויפן יו"ט סוכות איז ער יעדעס יאר געפארן, און זיין רבי מדינוב האט נאר דעם תלמיד געלאזט לייגן די סכך פארן סוכה, און זיך אויסגעדריקט אויפן תלמיד "ער איז מיין נוי סוכה".

ווען דער טאהשער רבי איז דאס ערשטע מאל אנגעקומען צום דברי חיים מצאנז זי"ע, און געגעבן שלום פארן צאנזער רב, האט דער הייליגער דברי חיים זיך אנגערופען בזה"ל, "אוי דאס איז הייליגע הענטלעך" זאגט מיר פון ווי זענט איר, האט דער טאהשער רבי געזאגט פון יאזעפס דארף במדינת בעהמען, האט דער הייליגער דברי חיים געזאגט, "בעהמען איז דאך אן אב הטומאה, פון ווי נעמט זיך דארט אזעלכע הייליגע הענטלעך", האט דער טאהשער רבי גענטפערט "די מאמע וואר איין ערליכע יודענע" דאן האט דער דברי חיים שוין פארשטאנען פון ווי די קדושה פונעם הייליגען טאהשער רבי קומט,

דאן האט זיך דער צדיק וקדוש דער שרף מטאהש זי"ע מדבק געווען מיט א געוואלדיגע קשר צום צדיק וקדוש רבי דוד'ל מדינוב זי"ע, און דער צדיק איז געווארן זיין רבו מובהק בדרך החסידות, ער האט פון זיין רבין רבי דוד'ל מדינוב זי"ע גאר אסאך מקבל געווען, אויך האט אים זיין רבי מסמך געווען לרבנות, אויך האט רבי דוד'ל מדינוב מיט דעם תלמיד דער שרף געלערנט ליינען קוויטלעך, ווייל אפילו ער איז שוין געווען א רבי, האט ער געברענגט אלע קוויטלעך וואס מען האט אים געגעבן, צו זיין רבין רבי דוד'ל,

אבער די רבי פלעגט ליינען די קוויטלעך צוזאמען מיט זיין תלמיד, און אזוי האט ער אים איבער געגעבן אלע כוונות צו קענען אליין מקבל זיין די קוויטלעך, און אסאך תלמידים פון רבי דוד'ל האבן דערציילט אז רבי דוד'ל מדינוב זי"ע פלעגט שיקן כסדר אידן, וואס האבן געברויכט ישועות, צו זיין תלמיד רבי משולם פייש זי"ע און גאר אסאך זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע ברכות, ובפרט די וואס האבן געברויכט ישועות פאר זש"ק.

אויך האט דער צדיק זיך אסאך מסתופף געווען ביי אנדערע גדולים וצדיקים בדורו, ובתוכם,

הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע,
הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

זיין עבודת התפלה איז צוגעגאנגען מיט א געוואלדיגע ברען, ווי עס איז מעיד הגה"ק רבי יצחק גליק אב"ד סענפעטער זי"ע בזה"ל, "לא יאומן כי יסופר מגודל צדקתו וענוותנותו, והיה כוחו גדול בתפלה ובעבודה, שמסר נפשו וכמעט לא הרגיש שום גשמיות בעת התפלה, וקורא אני עליו 'משיב הרוח ומוריד הגשם' בעת שהיה מעורר הרוח בתפלה, ומוריד הגשם היה מכניע את הגשמיות",

דער צדיק האט גאר אסאך עוסק געווען אין סיגופים, אבער אלעס איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע באהאלטענקייט, ער האט געהאט פלאץ אין זיין חצר וואס ער האט געריפן "דאס גערטל", ווי ער פלעגט אפרעכטן ווינטער גלגול שלג, אבער ער האט דאס אייביג געטון מיט א געוואלדיגע באהאלטענקייט און געמאכט זיכער אז קיינער זאל דאס נישט זעהן,

איינמאל האט דער איידעם הרה"ק מקאסאן זי"ע באמערקט דעם שווערס עבודה ביי גלגול שלג, האט ער געפרעגט "דער שווער דארף טאקע דאס", האט דער צדיק געזאגט פארן איידעם, אז אויב דער טאטע וואלט ווען געגאנגען אין מקו' אפילו נאר איינמאל בעפאר איך בין אראפ אויף די וועלט, וואלט איך דאס נישט געברויכט, (ווייל זיין טאטע איז געווען פון די מדינות בעהמין, און אפילו ער איז געווען א גאר גרויסער ירא שמים און א מדקדק על קלה כבחמורה מיט א מסירת נפש, אבער אין מקו' איז ער נישט געגאנגען),

ביי א אנדערן געלעגנהייט ווען דער צדיק האט געמאכט גלגול שלג, האט ער געזאגט פארן איידעם, אז ער טוט דאס, ווייל מארגן גייט קומען צו אים א איד וואס ברויך א גרויסע ישועה, און ער וויל מיט דעם ממשיך זיין א ישועה פאר דעם איד, טאקע צופרי איז אנגעקומען א איד, וואס האט געברויכט א גרויסע ישועה, און דער צדיק האט אויסגעפויעלט פאר דעם איד א ישועה,

דער גערטל איז געבליבן ביי די קינדער אלס א הייליג פלאץ און דער איידעם הרה"ק מקאסאן זי"ע און אויך דעם רבין'ס אנדערע קינדער, ווען זיי האבן געברויכט פויעלען א ישועה פאר איינעם, זענען זיי געגאנגען צו דעם פלאץ, און גאר אסאך ישועות האט מען אויף דעם פלאץ ממשיך געווען,

ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום, און אידן האבן ביי דעם צדיק געפויעלט ישועות חוץ לדרך הטבע, אויך האט מען געוויסט אז בשעת די ריקודין שבת קודש, האט מען גאר אסאך געקענט פויעלען, און אויך ווען אידן זענען זיך געקומע מזכיר זיין פאר ישועות, האט ער געהייסן צולייגען נאך ליכט שבת קודש און ממשיך געווען ישועות דורך דעם,

הרה"ק רבי צבי אלימלך מבלאזוב זי"ע האט זיך אויסגעדריקט אויפן רבין אז אויב ער וואלט ווען מאריך ימים געווען וואלט ער נישט נאר איין גענומען הונגריה נאר ער וואלט אויך איין גענומען גאנץ פולין,

אויך האט זיך דער צדיק מטאהש משתתף געווען אין די משלחת וואס זענען געגאנגען צום קאנגרס בשנת תרכ"ט צו צעטיילען די ערליכע אידן אין א עקסטערע קהלה פון די משכילים, און דער צדיק האט נושא חן געווען ביים קיסר פראנץ יאזעף, און ער האט דורך דעם גאר אסאך טובות אויס געפויעלט פאר אידישע קינדער, אויך האט ער אסאך לוחם געווען קעגן די רפורמים און משכילים.
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 474

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

היינט צוטאגס איז דא אינעם שטעטל טאהש אין קאנאדא א גערטל לזכר דעם גערטל אין אונגארן.
א שרייבער איז א בויער. זיין בוי געצייג איז די פענע, און זיין מוח איז די אינזשעניר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער.

הרה"ק רבי מרדכי לאווי זי"ע,
הרה"ק רבי אלימלך לאווי מטאהש זי"ע, הנקרא בפי כל "הסבא קדישא מטאהש",
חתנו הרה"ק רבי יהוסף הלוי ראטטענבערג אב"ד קאסאן זי"ע,
חתנו הרה"ק רבי מנחם בראדי בעל באר מנחם אב"ד קאלוב זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי דוד מנשה ראטענשטיין זי"ע,

בעפאר זיין הסתלקות, האט דער צדיק געזאגט אויף זיין ביהמ"ד "איך לאז איבער אסאך קדושה אין דעם בית המדרש, איך האב יעדעס שפענדל אויס געארבעט", אויך האט ער געזאגט בזה"ל "מ'האט מיר אויס געבעטען ביים אייבערשטן, אז ווער עס איז אונז מהנה, מוז ביי אונז געהאלפן ווערען",

בשנת תרל"ג האט ליידער אויסגעבראכן א געפערליכע מגפה דארט אין מדינת אונגארין, און גאר אסאך מענטשן זענען ליידער געשטארבען דערפון, דריי טאג בעפאר זיין הסתלקות, האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר זיין רעבעצין בזה"ל "אין דריי טעג ארום וועסטו זעהן מיין צורה", די רעבעצין האט גלייך פארשטאנען אז די רבי איז מרמז אויף זיין הסתלקות,

דאן האט דער צדיק געזאגט, אז ער איז מקבל אויף זיך צו זיין א קרבן ציבור פאר אחינו בני ישראל תושבי אונגארין, כדי די מגיפה זאל זיך אפשטעלן ויאמר למשחית הרף, און דער צדיק האט זיך אנגעהויבען גרייטן מיט א הכנה דרבה אויף זיין הסתלקות, און מען האט געזען אז דער צדיק פארארבעט גאר הויכע מעשים נוראים,

ביום ב' פרשת קרח כ"ח סיון בשנת תרל"ג האט דער צדיק צוריק געגעבן זיין נשמה ליוצרה, און מען האט געזען בחוש אז מיתת צדיקים מכפרת כקטורת, און די מגפה האט זיך דאן אפ געשטעלט, מען האט דעם צדיק באערדיגט אין ביה"ח אין שטאט טאהש, און דער מקום פון זיין ציון איז א פלאץ ווי אידן גייען נאך עד היום צו פויעלען ישועות,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל האט זיך דער צדיק וקדוש רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע געטראפן ביי אסיפת הרבנים, מיטן הייליגען ייטב לב מסיגעט זי"ע, נאך די אסיפה האט רבי משולם פייש געבעטן דעם "ייטב לב" אז ער זאל צוזאמען מיט אים פאהרן דורך טאהש, האט אים דער "ייטב לב" געזאגט, אז ער וואלט גערן געפארן מיט אים, נאר אזוי ווי ער האט עפעס וויכטיג צו ערלעדיגן קען ער מיט אים נישט פאהרן,

דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע איז אהיים געפארן, און ווען ער איז אנגעקומען אהיים, האט ער געזאגט פאר זיין רעביצין, גרייט אן א ברייטע נאכטמאל, ווייל די נאכט גייען מיר באקומען א חשובן גאסט, שפעט ביינאכט איז דער "ייטב לב" פלוצלינג אנגעקומען צום טאהשער רבי'ס הויז, און דער "ייטב לב" האט אים דערציילט, אז זיין בעל עגלה האט זיך טועה געווען, און ער איז געפארן דורך טאהש, במילא בין איך אייך געקומען באזוכן, און דער ייטב לב האט אים געזאגט "טאהשער רב איר האט מיך אפגע'מופת'ט.

עס האט פארציילט הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן ע"ה, ער איז אלץ בחור נאך געפארן קיין טאהש הייליגען שרף מטאהש זי"ע, אמאל ווען ער איז געווען א יו"ט "שבועות" בצילא דמהימנותא אין טאהש, איז ער שבועות אינדערפרי געשטאנען אין פאליש פון ביהמ"ד ווען דער שרף זי"ע איז געקומען פון די מקוה, דער צדיק מטאהש האט זיך געוואשן די הענט,

נאכן וואשן די הענט, האט ער גענומען וואסער זיך אפצוואשן דעם הייליג פנים, דאס פנים האט איהם געפלאמט פון זיין הייליגע עבודה, און די וואסער האט זיך איינגעזאפט אויפן פנים, ווי ווען מען גיסט דאס אויס אויף א הייסע בלעך, אזוי האט ער געטוהן עטליכע מאהל, און ר' יחזקאל מיט א חבר זענען געשטאנען אין די זייט מיט א פחד, נאכדעם האט ער זיך אויסגעדרייט צו זיי זאגענדיג "קינדערלעך זיסע, וואס ווייסט איר וואס עס טוט זיך יעצט אין הימעל", און ער איז אריין צו זיך אין שטוב.

ווערט דערציילט אז דער צדיק הרה"ק השרף מטאהש זי"ע האט מקפיד געווען אז די מאכלי שבת קודש זאלן זיין גאר שטארק הייס ווען מען עסט דאס, און דער צדיק פלעגט זאגן, אז אפילו די גאנצע וואך איז נישט גוט צו עסן גאר הייסע מאכלים, ווייל דאס איז נישט גוט פארן גוף, אבער די מאכלי שבת קודש זאל מען עסן גאר הייס, און ער האט געזאגט בזה"ל, "ווי הייסער איז אלץ חשוב'ער", און אויך זיין הייליגע זון הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע האט אויף דעם גאר שטארק מקפיד געווען, און ער פלעגט זאגן בזה"ל, "קדושה האלט זיך אין דער ווארעם",

דער הייליגער צדיק וקדוש דער שרף מטאהש זי"ע האט אמאל געזאגט אויף דעם וואס מען זאגט ביי א ברית "כְּשֵׁם שֶׁנִּכְנַס לַבְּרִית, כֵּן יִכָּנֵס לְתּוֹרָה וּלְחֻפָּה וּלְמַעֲשִׂים טוֹבִים", האט דער צדיק געפרעגט, היתכן מען זאגט "כְּשֵׁם", וואס מיינט מען צו וואונטשען פארן טאטן, פארוואס זאגט מען די ברכה, אז אזוי ווי מען האט געברענגט דעם קינד צום ברית זאל זיין אויך לתורה ולחופה,

נאר האט דער צדיק געזאגט, דאס עיקר תכלית פון עלטערן איז, אז מען זאל ארויף ברענגען די קינדער צו זיין צדיקים און עובדי השם מיט ריינע אמונה אינעם גרויסן באשעפער, אבער ליידער זעט מען עלטערן וואס זענען ערליך און גייען אויפן ערליכען אויס געטרעטענעם וועג, אבער די קינדער ווען זיי האבן בר מצוה גייען זיי שטודירען און ליידער לאזן זיי נאך דעם אידישן וועג און פירן זיך נישט אויף ערליך, און ווען מען פרעגט די טאטע, פארוואס ער איז נישט מוחה און פארוואס ער איז נישט מעורר דעם קינד דערוועגן, זאגט די טאטע, אז ער וויל נישט און ער קען נישט צווינגען דעם קינד זיך צו פירן אויפן ריכטיגען וועג,

דערפאר זאגט דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע, אויב וואלט מען געפרעגט א קינד פון 8 יאר, אויב מען קען אים מאכן א ברית, וואלט דאך דער קינד נישט מסכים געווען דערצו, אבער דערפאר האט די תורה געהייסן מאכן די ברית ביי די 8 טאג, ווען דאס קינד קען נישט מוחה זיין,

און טאקע דערפאר וואונטשט מען ביים ברית, כְּשֵׁם שֶׁנִּכְנַס לַבְּרִית, אזוי ווי דאס קינד איז געווארן אריין געברענגט צום ברית, אן דעם וואס מען זאל אים פרעגן אויב ער איז מסכים, ווייל דאס איז די מצווה וואס דער גרויסער באשעפער האט געהייסן טון, כֵּן יִכָּנֵס לְתּוֹרָה וּלְחֻפָּה וּלְמַעֲשִׂים טוֹבִים, טאקע אזוי זאל דער קינד אויך מחונך ווערן מיט תורה ומצוות ומעשים טובים, אז דער טאטע זאל זוכה זיין צו מחנך זיין דאס קינד אויך אויף די עלטער אויפן ערליכע ריכטיגע וועג,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

אין טאהש האט געוואוינט א איד, ער האט געהייסן הר"ר אברהם, וואס ער האט דאס אליין בייגעוואוינט, אמאל אין די וואכן טעג ווען ער איז געגאנגן אין מקוה זיך טובל'ן, איז פלוצלונג אנגעקומען דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע אין מקוה, האט ר' אברהם געווארט אינדרויסן ווארטענדיג ביז דער רבי וועט ארויס קומען, און דאן וועט ער אריין גיין,

אזוי שטייענדיג אינדרויסן הערט ער דעם רבינ'ס טריט, ווי ער גייט אריין אין וואסער און טובל'ט זיך, און פלוצלונג הערט ער ווי דער רבי ר' משולם פייש דער שרף מטאהש זי"ע רופט אויס הויך, ר' בעריש!! ר' בעריש!! פארוואס קומסטו יעצט, כ'האב דיר דאך שוין געזאגט, אז די ווילסט איך זאל דיר א טובה טוהן, קום צו מיר שבת, נישט אין די וואכן טעג",

ווען דער ר' אברהם האט געהערט דעם רבי'נס ווערטער, ווי ער רעדט צו א נשמה פון עולם העליון, האט אים געכאפט א פחד און א ציטערניש, און ער האט זיך געכאפט די וועש און אהיים געלאפן, עס איז געווען דעם אנדערן שבת, פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, פלעגט דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע זינגען לכבוד שבת מיט א מורא'דיגע התלהבות, דאן פלעגט ער זיך צוריק זעצן צום טיש און מען פלעגט שטעלן וויין און וואונטשן לחיים,

יענע וואך נאך די אויבנדערמאנטע מעשה, ווען דער רבי האט זיך צוריק געזעצט צום טיש, האט ער אויסגערופן צום משב"ק, "ר' דוד שטעל וויין צום טיש פאר ר' בעריש קאריסער", דער משב"ק איז געבליבן שטיין פארווינדערט, דער ר' בעריש איז דאך שוין א שטיק צייט בעולם העליון, ער האט נישט געוויסט וואס צו טוהן, דאן האט דער שרף מטאהש זי"ע נאכמאל זיך געוואנדען צום משב"ק, "איך הייס דיר שטעלן וויין פאר ר' בעריש קאריסער", ווען ר' דוד האט געהערט די קלארע רייד, האט ער שוין פארשטאנען אז יש דברים בגו,

ער האט באלד געשטעלט וויין פאר ר' בעריש, דאן האט זיך דער שרף מטאהש זי"ע גענומען רעדן פון ר' בעריש'ן זאגענדיג "ער איז געווען אן ערליכער און א לב טוב, ער האט שטענדיג געטוהן חסד מיט יעדן, איי ער איז נישט געקומען צו אונז ביים לעבן, נו ער איז דאך געווען אזוי פארנומען מיט זיינע געשעפטן, איז אים דאך געווען שווער דאס קומען, און איך האב אים דאך שוין צו געזאגט אינמיטן די וואך א טובה צו טוהן, וועל איך דאס איינהאלטן",

ר' אברהם וועלכער איז אנוועזענד געווען בשעת די רבי איז געווען אין די מקוה, האט באלד גע'חלש'ט, און ווען די חסידים האבן איהם דערמונטערט, האט ער דערציילט פארן עולם וואס ער האט געהערט פון רבי'ן אין די מקוה, דאן האט די רבי ממשיך געווען דעם טיש, און ווייטער געטאנצן מיט התלהבות און שמחה פון קדושת שבת.

מען האט אמאל געוואלט אויף נעמען הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע אלס רב אין א גרויסע שטאט, און ווען די טאהשער אידן זענען דערפון געוואויר געווארן, זענען זיי געקומען לויפן אים בעטן, אז ער זאל זיי נישט איבער לאזן, האט זיי דער טאהשער רבי געענטפערט, אז אויב זיי וועלן אים מוסיף זיין צו זיין באשטימטן געהאלט, וועט ער בלייבן אין טאהש, פארשטייט זיך אז אלע האבן באלד מסכים געווען צו געבן א צוגאבע, אבי דער רבי זאל נאר בלייבן אין שטאט טאהש,

ווען מען האט אים נאכדעם געפרעגט וויפיל די צוגאבע זאל זיין, האט דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע געענטפערט, איך וויל מען זאל זיך אונטערנעמען צו זאגן יעדן שבת, דעם מזמור ק"ז "הודו" פרייטאג צו נאכט, און דעם מזמור לדוד הבו לד' פון קבלת שבת, און אויך הלל הגדול און די שירת הים שבת אינדערפרי, פסוק בפסוק חו"ק, דער עולם האט דערצו מסכים געווען, און אזוי ארום איז ער געבליבן אין טאהש און פון דעמאלט אנגעהויבן האט מען אין טאהש זיך געפירט צו זאגן די דריי זאכן בקול רם פסוק בפסוק מיט גרויס התלהבות,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

א איד איז אמאל געקומען צו הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע, און איבער געגעבן פאר’ן רבי’ן א גרויסע סומע געלט, דער רבי האט עס איבער גענומען און זיך זייער באדאנקט פאר דעם איד, און ווען דער איד האט געוואלט אהיים פארן, האט אים א וואגן געפירט ביז צום באן סטאנציע, אין דעם וואגן איז אויך מיט געפארן אן ארימאן,

צווישן די צוויי חסידים האט זיך אנטוויקלט א שמועס, און דער ארימאן האט דערציילט מיט גרויס שמחה, אז ער דארף אט חתונה מאכן זיין טאכטער, און האט נישט געהאט קיין געלט פאר די אויסגאבן פון די חתונה, אבער אצינד האט דער רבי אים געגעבן א ריזיגן סכום געלט, און ער האט שוין גענוג אויף צו חתונה מאכן בריווח,

דער רייכער איד האט זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה פונעם ארעמאן און געפרעגט די פונקטליכע סומע וויפיל דער רבי האט אים געגעבן, און דער ארעמאן האט אים געזאגט גענוי וויפיל דער רבי האט אים געגעבן, און דאס איז געווען פונקטליך וויפיל ער אליין האט ערשט פריער איבער געלאזט ביים רבי’ן,

ס’האט דעם איד אביסל פארדראסן, אז דאס גאנצע געלט וואס ער האט געגעבן פאר’ן רבי’ן, אז דער רבי זאל דערפון הנאה האבן, זאל תיכף אוועק געגעבן ווערן פאר דעם ארימאן, און ער האט געטראכט ביי זיך, אז ס’איז זיכער געווען א טעות און דער רבי האט נישט געמיינט צו געבן דאס גאנצע בייטל מיט געלט פאר’ן ארעמאן, און דער איד האט תיכף געהייסן דעם וואגן זיך צוריק דרייען און זיי זענען צוריק געפארן צום רבי’ן,

ווען ער איז נאכאמאל אריין צום רבי’ן, האט ער געפרעגט, ”האט דער רבי אפשר געמאכט א טעות און געגעבן דאס גאנצע געלט, אזא גרויסע סומע, פאר דעם איד דער ארימאן אויף הוצאות חתונה”, ”ניין”, האט דער רבי געזאגט מיט אנטשלאסנקייט. ”איך האב זיך נישט טועה געווען,

נאר ווען איך האב געזען ווי דו האסט מיר געגעבן דאס אפ געשפארטע געלט מיט אזויפיל שמחה של מצוה, און דו האסט זיך אזוי געפריידט מיר מהנה צו זיין, האב איך מקנא געווען דיין מצוה און איך האב דיר געוואלט נאך טוען, דערפאר האב איך גענומען דאס גאנצע געלט מיט וואס דו האסט מיר מהנה געווען, און עס אהין געגעבן פאר’ן ארעמאן אז איך זאל אים קענען מהנה זיין, אזוי האט דאס איינע פעקל געלט אונז ביידע מזכה געווען מיט גרויסע זכותים”,

דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע פלעגט יעדעס יאר פארן קיין אוהעל, זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון הק' פון הייליגן ישמח משה ביי די יומא דהילולא כ"ח תמוז, און הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, און הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע, פלעגן אויך קומען יעדעס יאר קיין אוהעל, און ווען די יארצייט איז אויסגעפאלן אים שבת אדער הארט נעבן שבת, האבן אלע דריי צדיקים געדאווענט און געפירט טיש אינאיינעם,

האט דערציילט הרה"ח רבי יעקב חיים אמסעל בעל נחלת יעקב ז"ל, אז אמאל ווען הרה"ק השרף מטאהש זי"ע האט געוויילט א שבת אין אוהעל, אינאיינעם מיטן ייטב לב זי"ע און מיטן אך פרי תבואה זי"ע, לכבוד די יומא דהילולא פונעם ישמח משה, האבן אלע דריי געפירט צוזאמען טיש כדרכם בקודש, האט זיך הרה"ק מטאהש זי"ע איינגעהאלטן דעם גאנצן טיש ער זאל זיך נישט צופלאמען כדרכו בקודש,

אבער תיכף נאכן טיש, ווען עס האט זיך אים געדאכט אז די צוויי צדיקים האבן שוין פארלאזט דאס בית המדרש, האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן, און ער האט אנגעהויבן טאנצן מיט אויסטערליש התלהבות, און געזונגען "שבת שבת קודש" ווען ער איז מפזז ומכרכר בכל עוז ווי זיין שטייגער, פארשטייט זיך אז דער ארומיגער עולם איז זיך צוזאמען געלאפן און צונויפגעפּרעסט צו קענען צוזען זיין עבודה

ווען די צוויי צדיקים דער ייטב לב און דער ליסקא רב זי"ע וואס זענען שוין געשטאנען ביי די טיר, האבן געזען ווי דער עולם שטופט זיך צוזאם אין בית המדרש, זענען זיי אריין זען וואס ס'גייט דארט פאר, און די צוויי צדיקים זענען געבליבן א לאנגע צייט, און בייגעוואויינט די עבודה פון הרה"ק השרף מטאהש זי"ע ביי זיינע הייליגע ריקודים בליל שבת קודש, ווען דער טאהשער רב שפירט אינגאנצן נישט אין זייער אנוועזנהייט, ביז ווען ער האט געענדיגט טאנצן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

איינע פון די גרויסע חסידים פון הרה"ק רבי דוד מדינוב זי"ע, האט שוין געהאלטן יארן נאך די חתונה, אבער האט נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, דער איד האט זיך כסדר מזכיר געווען ביי זיין רבין און געבעטן, אז די רבי זאל אים שוין פויעלען א ישועה, און ער זאל שוין געהאלפן ווערן מיט זש"ק, אבער דער צדיק רבי דוד'ל האט זיך כסדר ארויס געדרייט פון געבן א קלארע ברכה,

איין יאר ערב ראש השנה איז דער איד געקומען אויף יו"ט צו זיין רבין צוזאמען מיט זיין ווייב, און בעפאר ראש השנה איז דער איד אריין צום רבין, און די ווייב האט זיך גע'קשנ'ט און געזאגט פארן רבין, אז זי גייט בל"נ נישט ארויס פון שטוב, ביז די רבי וואונטשט זיי אן א קינד, אבער דער צדיק רבי דוד'ל האט זיי געזאגט,

"וויסן זאלט איר, אז איך קען אייך נישט העלפן מיט א ישועה, אבער אויף סוכות קומט צו מיר מיין גרויסע תלמיד, דער הייליגער שרף מטאהש, און אויב וועט איר פויעלען ביי אים, אז ער זאל קומען צו אייך אין שטאט, און וועט עסן א סעודה ביי איך אין שטוב, בין איך בטוח אז ער וועט אייך קענען פויעלען א ישועה",

דער איד איז טאקע געבליבן ביי זיין רבין אויך אויף סוכות, און ווען עס איז געקומען מוצאי יו"ט, האט דער איד זיך איין געבעטן ביין הייליגען צדיק וקדוש דער שרף מטאהש זי"ע, אז ער זאל אויפן וועג אהיים, אריין קומען צו זיי אין שטאט, און ער זאל קומען באזיכען זייער שטוב, פארשטייט זיך אז דער איד האט נישט דערציילט פארן שרף, די סיבה פארוואס זיי ווילן אז ער זאל קומען צו זיי אין שטוב,

דער שרף האט זיך פראבירט צו אפשאקלען פון דעם, און געפרעגט דעם איד וואס די סיבה וואס ער וויל אזוי שטארק אז ער זאל קומען, אבער די אידן די חסידים פונעם הייליגען שרף מטאהש, וואס האבן געהערט דאס וואס דער צדיק רבי דוד'ל האט געזאגט פאר דעם איד, האבן זיך אויך איינגעבעטן ביים רבין דער שרף, אז ער זאל מסכים זיין און אריבער גיין צו דעם איד אין שטוב, האט דער שרף מסכים געווען, אז אויפן וועג וועט ער זיך אפ שטעלן אין זייער שטאט אויפן וועג אהיים, און ער וועט דארט דאווענען שחרית, און אויב וועט מוצא חן זיין די דירה פון דעם איד, וועט ער דארט אויך עסן א סעודה,

דער שרף האט טאקע מקיים געווען זיין צוזאג, און ער איז אריבער געפארן דעם שטאט אויפן וועג אהיים, און ער האט דארט געדאווענט א שחרית, און נאכן דאווענען איז דער צדיק אריבער געקומען צום שטוב פון דעם איד, און דער צדיק איז ארום געגאנגען דעם גאנצן דירה פון דעם איד פון שטוב צו שטוב, און מען האט געזען אז דער צדיק זיכט עפעס,

האט דער איד געפרעגט דעם צדיק, וואס זיכט דער רבי, האט דער צדיק געזאגט, איך זעה נישט אין דעם גאנצן דירה קיין בעטל פון א קינד, האט דער איד געזאגט פארן צדיק, אז זיי האבן נאכנישט זוכה געווען ליידער צו קיין קינדער, און מודה געווען פארן צדיק, אז טאקע דאס איז די סיבה פארוואס ער האט אזוי געבעטן דעם רבין צו קומען צו זיין אין שטוב, ווייל די רבי ר' דוד'ל מדינוב האט זיי צו געזאגט, אז אויב ער דער שרף וועט קומען צו אים אין שטוב עסן, וועט ער געהאלפן ווערן מיט א קינד,

אבער אזוי ווי דער צדיק האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר דעם איד, איך קען נישט עסן אין קיין שטוב ווי עס איז נישט דא קיין קינדער, ווייל עס שטייט דאך (משלי כ"ג ו') אַל תִּלְחַם אֶת לֶחֶם רַע עָיִן, אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער ווערט אנגעריפן "א רע עין און א אכזר",

ווי חז"ל זאגן (סנהדרין ל"ו ע"ב) שאין מושיבין בדיני נפשות זקן מופלג, אז מען שטעלט נישט קיין דיין פאר דיני נפשות א אלטע מענטש, וויבאלד ער האט שוין פארגעסן וואס מיינט צער גידול בנים, און אויך א איד וואס האט ליידער נישט קיין קינדער, וויבאלד עס איז נישט דא קיין רחמנות ביי אזא מענטש וואס האט נישט קיין קינדער, און דערפאר האט דער הייליגער שרף נישט געוואלט עסן ביי דעם איד אין שטוב,

אבער נאכדעם וואס דער איד האט זיך איינגעבעטן ביים צדיק, האט דער צדיק געזאגט, אז ער איז מסכים צו עסן יעצט דא ביי זיי אין שטוב, אבער נאר מיטן תנאי אויב דער איד איז מסכים, אז איבער'ס יאר וועט ביי זיי שוין זיין א בן זכר אין שטוב, פארשטייט זיך אז דער איד האט צו דעם מסכים געווען, און לפלא צום יאר איז ביי דעם איד געבוירן געווארן א בן זכר,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע פלעגט יעדעס יאר פארן אויף יו"ט סוכות צו זיין הייליגען רבין הרה"ק רבי דוד מדינוב זי"ע, איין יאר מוצאי סוכות ווען דער תלמיד דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע האט זיך געזעגענט פון זיין גרויסן רבין, האט אים די רבי געפרעגט, אויב ער שטעלט אויף א סוכה ביי זיך אין שטאט טאהש בעפאר ער קומט אויף סוכות קיין דינוב,

האט דער תלמיד געזאגט, אז ער שטעלט נישט אויף קיין סוכה, וויבאלד ער איז דאך יעדעס יאר סוכות ביים רבין, האט דער צדיק רבי דוד'ל מדינוב זי"ע געהייסן דעם תלמיד, אז דאס יאר זאל ער אויף שטעלן א סוכה ביי זיך אינדערהיים, אפילו ער פארט סיי ווי אוועק אויף יו"ט, פארשטייט זיך אז דער הייליגער תלמיד האט נישט געפרעגט קיין קשיות, און דעם קומענדיגע יאר גלייך נאך ראש השנה, האט דער שרף מטאהש זי"ע געלאזט אויף שטעלן א שיינע סוכה ביי זיך אין טאהש,

לפלא נאך יום הקדוש ווען דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע האט זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין דינוב צו זיין בצלו פון זיין רבין רבי דוד'ל מדינוב זי"ע, האט זיך אבער אויפן וועג אראפ געלאזט א שרעקליכע רעגן, און דאס האט פארשוועמט דעם גאנצן וועג קיין דינוב, און ממש ערב יו"ט האט זיך דער הייליגער שרף געמיזט אויס דרייען, און צוריק פארן קיין טאהש, און ער איז אנגעקומען ממש נאנט צום זמן קיין טאהש, דאן האט ער שוין פארשטאנען, אז זיין גרויסע רבי מיט זיינע הייליגע אויגן האט דאס שוין געזען לעצטע יאר סוכות,

אין ספר עבודת הלוים ווערט געברענגט, ווי באקאנט האט דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע אפ געראכטן דעם שבת קודש מיט א אש קודש און א געוואלדיגע דביקות און התלהבות, אפילו די פשוטע אידן וואס האבן געהאט די זכי' צו זיין בצלו פון דעם הייליגען שרף מטאהש זי"ע, האבן געשפירט דאס קדושה און די ברען צום הייליגען שבת קודש,

איין וואך שבת קודש אינמיטן זיין עבודת הקודש ביים טאנצן די ריקודים שבת קודש ביינאכט, האט זיך דער צדיק ארום געדרייט צווישן די חסידים, און מען האט געזען אז דער צדיק ברענט פון גרויס קדושת השבת, און מען האט געזען ווי דער צדיק זיכט עפעס ארום, פלוצלונג שטעלט זיך דער צדיק אפ ביי איינע פון די חסידים ביים טיש, און דער צדיק הייבט אן שרייען אויף דעם איד מיט קולות "דו פושע ישראל, מחלל שבת, גיי ארויס פון בית המדרש",

דער עולם האט זיך דערשראקן און מען האט נישט געוויסט וואס דער צדיק דער שרף וויל פון דעם איד, אבער דער הייליגער שרף האט דעם איד אנגעכאפט און ארויס געטראגן פון ביהמ"ד, אבער צום וואונדער פונעם עולם, האט דער איד אנגעהויבן וויינען ביטערליך און זיך איינגעבעטן ביים צדיק, אז ער איז גרייט צו תשובה טון און פאלגן אלעס וואס דער רבי וועט אים הייסן, און טאקע נאך אפאר מאל זיך איינבעטן, האט דער צדיק דער הייליגער שרף מסכים געווען, צו לאזן דעם איד ביי זיך אין ביהמ"ד, און דער צדיק איז צוריק צו זיין הייליגע עבודה,

נאכן טיש זענען די חסידים פונעם שרף צו געגאנגען צו דעם איד, און געפרעגט דעם איד פשט פון וואס עס האט פאסירט ביים טיש, האט דער איד דערציילט פאר די חסידים, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביים רבין ביז יעצט, און די וואך שבת איז דאס ערשטע מאל איך בין געקומען מיט האלטן די עבודת הקדוש פונעם רבין,

אבער דערציילט דער איד, איך וואוין אין שטאט זיבענבערגין, און איך האב דארט אסאך פעלדער, ליידער האב איך נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון, און עס איז דא א דרעש מאשין אין פעלד וואס ארבעט אויך שבת קודש רח"ל, און דאס האט דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע גלייך מרגיש געווען, נאר ביים קוקען אויף דעם איד דארט ביים טיש, און טאקע נאך שבת קודש האט דער הייליגער שרף געגעבן א תיקון אויף תשובה פאר דעם איד,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, השרף מטאהש - תרל"ג

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ח ר' מנחם מענדל רויז ז"ל האט דערציילט, אז איינמאל איז ער געקומען קיין טאהש צום הייליגען שרף מטאהש זי"ע אויף א שבת, און ער האט אינזין געהאט צו מזכיר ביים צדיק, איינע פון די תושבים פון זיין שטאט ראהאד הרה"ח ר' אפרי בלוי ז"ל וואס איז ליידער געווען גאר שטארק קראנק,

שבת קודש ביינאכט ביים טיש, איז דער חסיד ר' מנחם מענדל צו געגאנגען צום הייליגען שרף, און ער האט מזכיר געווען זיין חבר אז ער זאל האבן א רפואה שלימה, אבער לפלא האט דער צדיק גלייך געזאגט בזה"ל, "אפרים ברויך שוין קיין רפואה, ער ברויך שוין א ישועה", עס איז געווען א גרויסע פלא וואס דער צדיק האט געמיינט מיט די ווערטער,

אבער מוצאי שבת קודש האט מען געהערט די בשורה, אז שבת קודש ביינאכט איז דער ר' אפרים נפטר געווארן, און דאס האט געמיינט דער שרף מיט די ווערטער, ער ברויך שוין א ישועה אז ער זאל זוכה זיין צו א תיקן השלם און א מנוחה נכונה תחת כנפי השכינה, און דאס האט דער צדיק מרגיש געווען דארט אין שטאט טאהש שבת קודש ביים טיש,

הרה"ח רבי שמואל מטעגלעש זי"ע איז אמאל געקומען אויף א שבת קודש צום הייליגען שרף מטאהש זי"ע, און ער האט מזכיר געווען זיין טאכטער וואס איז ליידער געווען גאר שטארק קראנק, און ער האט געבעטן אז דער צדיק זאל פויעלען א ישועה, ביים טיש ביי קידוש האט דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע געפרעגט דעם עולם בזה"ל, "זענט איר אלע מסכים, אז דער טאכטער פון ר' שמואל דארף געזונט ווערן",

פארשטייט זיך אז יעדער האט מסכים געווען דערצו, און דאן האט דער צדיק אנגעהויבן קידוש, נאך שבת קודש ווען דער חסיד ר' שמואל איז אהיים געקומען, האט ער געטראפן זיין טאכטער געזונט און פריש, און מען האט אויס גערעכנט דעם צייט ווען זי איז געזונט געווארן, און דאס איז געווען ממש יענע מינוט ווען דער שרף האט געזאגט זיינע ווערטער ביים טיש בעפארן קידוש מאכן,

הרה"ק רבי משולם פייש בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע האט דערציילט, אז דער זיידע דער הייליגער שרף מטאהש זי"ע פלעגט דעם גאנצן שבת קודש נישט פארמאכן קיין אויג, נאר איז געווען אויף דעם גאנצן שבת און עוסק געווען בתורה ועבודת השם, אבער ער האט געהאט א מנהג, אז בעפאר שלש סעודת פלעגט ער זיך אביסל אראפ לייגן, און האט יעדעס מאל אן געזאגט, וויפיל צייט מען זאל אים לאזן דרימלען,

און דער אייניקעל האט געזאגט דעם סיבה פארוואס דער זיידע האט מקפיד געווען יעדע וואך אויף דעם ביסל שלאף, ווייל ווי חז"ל זאגן, אז יעדע נאכט ווען א איד לייגט זיך שלאפן, גייט ארויף זיינע מעשים אין הימל, און דערפאר האט דער הייליגער שרף מטאהש געוואלט, אז זיינע מעשים טובים פון שבת קודש זאל נאך ארויף גיין אים שבת און נישט ברויכן ווארטן אויף נאך שבת ווען ער לייגט זיך, דערפאר האט ער געהאט דעם מנהג, זיך אביסל לייגען בעפאר שלש סעודות,
שרייב פאוסט